שואל כענין - קושיות ותמיהות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בכת"י ישן נושן נמצא "אבל מי שנתברך באשה טובה ומאופקת, ודאי יקיים מצוות שמחת יום טוב כדת וכדין, וימות מיתת נשיקה". ולא זכיתי להבין.

נולד מאוחר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:1) אכילת ארעי פטור
2) הולכי דרכים פטורים מן הסוכה.

כהאב געקאלט מיין דיין און ער האט מיר געזאגט דאס זעלבע אז כבין פטור אלץ הולכי דרכים.
כ'זעץ מיך אראפ עסען, די אנדרע אידן וואס קענען נישט הלכה האבן מיר אנגעקוקט כאולי כשלאג כפרות מיט געלט.כהאב למעשה געדארפט גיין אין א זייט ווייל די געקוקאכטס איז געווען געפערלעך.

וואס איז מיט די "ולא יתבייש מפני המלעיגים"?
חכם באשי האט געשריבן:דער פטור פון הולכי דרכים גילט אויך אויב מען לאזט זיך ארויס בכוונה תחילה אז עס וועט נישט זיין קיין סוכה, און די מטרת הנסיעה איז נישט מוכרח, נאר סתם אלס שוואוילטאג?

כ'געדענק אז חכם באשי לרפו"ש פסקנ'ט אז ס'איז אזויווי איינער וואס גייט נישט קיין ארבע כנפות, ער איז זיך מפקיע פון א עשה, און ער איז נישט מחוייב, נאר בעידן ריתחא איז א פראבלעם. אנדערע זענען מער מיקל אז די נסיעה מוז נישט זיין לצורך כלל, נאר תשבו כעין תדורו, און ווען מ'גייט אגאנץ יאר אויף טיולים עסט מען אונטערוועגענס, נישט אינדערהיים, די זעלבע דא.
-------
יאיר האקט שוין כמו שכתבתי.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מיין דיין האט מיר געזאגט יאיר'ס סברא. אבער דא זע איך א יש מחמררים ''האגרות משה (או"ח ח"ג, צג) כתב: "ובדבר לצאת לטיול ולתענוג בעלמא למקום שלא יהיה לו סוכה מסתבר לע"ד שאסור דהולכי דרכים שאיתא בסוכה... הוא כשהולכין למסחר וכיוצא שהוא צורך ממש, וגם הוא לכל אדם שבשביל זה היה צריך לצאת גם מביתו... אבל לטיול ולתענוג בעלמא שאין לזה שום צורך אינו כלום". וכן הגאון הרב עובדיה יוסף שליט"א בשו"ת יחווה דעת (ח"ג, מז) טען שיש לדמות את ההולך לטיול לאדם המפקיע ממנו לקיים מצוות ציצית שעל זה נאמר בגמרא במנחות (מ"א ע"א) ש"בעידן ריתחא ענשינן אעשה".
געפילטע האקט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:וכן הגאון הרב עובדיה יוסף שליט"א בשו"ת יחווה דעת (ח"ג, מז) טען שיש לדמות את ההולך לטיול לאדם המפקיע ממנו לקיים מצוות ציצית שעל זה נאמר בגמרא במנחות (מ"א ע"א) ש"בעידן ריתחא ענשינן אעשה".
געפילטע האקט

דער בקי האט פארזען א מפורש'ער תוספות אויפ'ן פלאץ אז דאס איז נאר במקום וואס עס איז דער סדר צו גיין אן ארבע כנפות, וה"ה הכא איז דאס נאר אין פאל וואס עס איז דער סדר דוקא צו זיצן אינדערהיים א גאנצן יום טוב און נישט ארויסגיין. אפשר אין איראק איז אזוי געווען דער מנהג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

@געפילטע פיש,

דער כתב יד ישן נושן האט מען מייחס געוועהן צו די חכמי צרפת.

ומני אז והלאה, האט מען עס גערופן נשיקה צרפתית. :lol:
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מיינסט זיכער במקום וואס עס איז יא דער סדר צו גיין מיט ארבע כנפות.

לגוף השאלה, מען קען עסן אלעס אויף דער וועלט - חוץ מזונות או פת יותר מכביצה - לכתחילה דלכתחילה. וואס איז דער פראבלעם בכלל?

-----

באטשי האקט
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

ומי שנהג לא לאכול שום דבר חוץ לסוכה, אפילו פון די קליינע סופפער מינטס, האם חייב להתיר את נדרו אם צריך לאכול חוץ לסוכה? והאם מתירין לו את נדרו ביום טוב?
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די גמרא אין סוכה ברענגט אז א אלע גדולי הדור האט זיך געמאכט אמאל אז זיי האבן דאס ערשטע באגעגענט א סוכה אום שמיני עצרת, וואס איז ? נישט מער אין נישט ווייניגער זיי האבן פארברענגט אויפן פעלד א גאנץ יום טוב ניטאמאל דעם ערשטן כזית ט"ו ט"ו האבן זיי געגעסן
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מ'האט דאך יעצט געזאגט כל נדרי און התרת נדרים.
ומתירין נדרו ביום טוב כשהוא לצורך היום טוב.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דעת תורה האט געשריבן:
לגוף השאלה, מען קען עסן אלעס אויף דער וועלט - חוץ מזונות או פת יותר מכביצה - לכתחילה דלכתחילה. וואס איז דער פראבלעם בכלל?

אויב געדענק מען נאך פון פסח די שיעור כזית קען מען ראויג עסן צוויי בייגעלס פת און מ'האלט נאך ווייט פון א שיעור ביצה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס זאגען מיר "לדווד ה' אורי" שבת, יום טוב, צווישען שחרית און מוסף און נישט נאך מוסף צוזאמען מיט "עלינו"?
מה דאך, די קהילות וואס זאגען א גאנץ "עלינו" צווישען שחרית און מוסף אז זיי זאגען "לדווד ה' אורי" פארשטיי איך נאך,

טאקע פאראן מקומות וואו מ'איז זיך נוהג צו זאגן לדוד נאך מוסף, וכמדומה שכן נהגו בספינקא וכן שאר מקומות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין שמחה אלא בבשר, זאגן אונז חז"ל. צי מיינט דאס אז מען דארף עסן ביי יעדע סעודה א פארציע פלייש (און וויין)?
אין א אנדערע אשכול פלאגן זיך די חברים ארום איבער דעם צו סאך פיש פראבלעם, וואס איז מיט צופיל פלייש? מעג איך הלכה'דיג איבערהיפן איין (אדער מער) סעודה פון פלייש?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

שמעקעדיג האט געשריבן:אין שמחה אלא בבשר, זאגן אונז חז"ל. צי מיינט דאס אז מען דארף עסן ביי יעדע סעודה א פארציע פלייש (און וויין)?
אין א אנדערע אשכול פלאגן זיך די חברים ארום איבער דעם צו סאך פיש פראבלעם, וואס איז מיט צופיל פלייש? מעג איך הלכה'דיג איבערהיפן איין (אדער מער) סעודה פון פלייש?

איך נעם אן איר ווייסט אז רש"י טייטשט אין שמחה אלא בבשר, בזמן שבית המקדש היה קיים היו שמחים בבשר שלמים.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

נולד מאוחר האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:
לגוף השאלה, מען קען עסן אלעס אויף דער וועלט - חוץ מזונות או פת יותר מכביצה - לכתחילה דלכתחילה. וואס איז דער פראבלעם בכלל?

אויב געדענק מען נאך פון פסח די שיעור כזית קען מען ראויג עסן צוויי בייגעלס פת און מ'האלט נאך ווייט פון א שיעור ביצה.


ס'איז נישט ממש אזוי, די הלכה איז אז מען רעכנט דעם שיעור לויט איר אקטועלע סייז בשעת מעשה, אריין גערעכנט אלע לעכער און אויפגעיוירענע טייג. דער פראבלעם ביי מצה איז אז זי יערט נישט, נאר בלייבט געדיכטע שטיקער טייג כמות שהיא, פון די מאס טייג וואס איז פסח דא בדוחק א כזית, קען מען חמץ'יגערהייט האבן מסתמא א גאנצן טאפ זתים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

נולד מאוחר האט געשריבן:מיין דיין האט מיר געזאגט יאיר'ס סברא. אבער דא זע איך א יש מחמררים ''האגרות משה (או"ח ח"ג, צג) כתב: "ובדבר לצאת לטיול ולתענוג בעלמא למקום שלא יהיה לו סוכה מסתבר לע"ד שאסור דהולכי דרכים שאיתא בסוכה... הוא כשהולכין למסחר וכיוצא שהוא צורך ממש, וגם הוא לכל אדם שבשביל זה היה צריך לצאת גם מביתו... אבל לטיול ולתענוג בעלמא שאין לזה שום צורך אינו כלום". וכן הגאון הרב עובדיה יוסף שליט"א בשו"ת יחווה דעת (ח"ג, מז) טען שיש לדמות את ההולך לטיול לאדם המפקיע ממנו לקיים מצוות ציצית שעל זה נאמר בגמרא במנחות (מ"א ע"א) ש"בעידן ריתחא ענשינן אעשה".
געפילטע האקט

ער איז מתיר ד. לעומתם יש פוסקים המתירים לצאת מהסוכה גם "לטיול בעלמא".
רבי בנימין זילבר, כתב בשו"ת אז נדברו [4] ש"למטיילים יש לו דין הולכי דרכים, שבטח גלוי לפני כבודו הדין בסי' תרמ סעי' ח', ואין לחלק בין הולכי דרכים לשם מסחר או סתם טיול"
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

הדבר פשוט מאוד בעיני ווי דער אז נדברו. ר' משה'ס סברא איז מופרך מיני' וביה, ווייל ער שטעלט דען גדר פון מסחר אלס א זאך וואס מענטשן גייען אוועק פונדערהיים אויכעט, נו אוודאי איז טיול אויך בכלל זה.

נאר בר מן דין, זעה איך נישט מהיכי תיתי זאל זיך בויען אזא מין הלכה'דיגער עסק, מילא די ערשטע כזית די ערשטע נאכט איז א חובת גברא, אבער די אנדערע צייטן איז נאר א חובת המאכל אז דו עסט א כביצה פת, נו מאן יימר ער וועט אפילו וועלן עסן א כביצה פת אז מען זאל עס קענען אנרופן מפקיע זיין פון א עשה. (אפגערעדט אז לויט רוב ראשונים איז דער עבירה נישט דער מפקיע זיין נאר בפירוש עובר זיין אויף'ן עשה).

נאכמער, לויט די סברא טאר מען נישט פארן סוכות פון א פלאץ וואס עס רעגנט נישט צו א פלאץ וואס עס רעגנט יא ווייל מען איז זיך מפקיע פון מצוות סוכה. און אויב גייט איינער זאגן פאר נולד ער זאל צו ווארטן 5 שעה ביז ער קומט אן צו א סוכה, זאל יענער מוחל זיין און ווארטן 5 שעה מיטן עסן ווען עס רעגנט, אפשר וועט דאס רעגן אויפהערן.

כל זה להלכה, ולמצוה מן המובחר כבר כתב הרמ"א שאפילו כוס מים ישתה בסוכה והכי ראוי לנהוג.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

אויב איז ער מצטער, אדער אפילו יש במניעתו העדר שמחת יו"ט, דארף ער עסן אפי' א סעודה שלימה (כמבואר בשבות יעקב ח"ג סי' מה אז אפשטופן א סעודה און עסן דערווייל עראי איז אויך העדר שמחת יו"ט). אויב נישט, מבואר בפמ"ג (סי' תרמ א"א סקט"ז) דתלמיד חכם ראוי לו להחמיר אפי' בשתיית מים (אבער ער דארף נישט, ומבואר בר"ן אז מ'הייסט נישט קיין אינו מדקדק במצוות, און דאס איז נאר כשאינו מצטער אדער ער האט מער צער פון עסן בחוץ, עי' עולת שמואל סי' צח), בשאר כל אדם גייט אפשר אויך אהן דער לעולם יעשה א"ע כת"ח (וכעין דברי המחבר סי' תרלט שציין הרב דע"ת, הגם דארט רעדט מען נישט פון הולכי דרכים), אבער ס'איז נישט קיין שמץ חיוב, וכ"ש במקום חשש העדר שמחת יו"ט.

אז מ'רעדט שוין, בדידי הוה עובדא, כ'בין ב"ה נזהר בסעודתא דדוד מלכא משיחא, וואס איז בפשטות א געהעריגער חיוב דרבנן. אלס יונג בחור'ל האט אמאל גע'מבול'ט מוצ"ש חוהמ"ס, פון זיצן אין די סוכה איז נישט געווען קיין רעדע, פארשטייט זיך כ'האב זיך געמיטליך געוואשן צו עסן חוץ לסוכה. ושם אתנו נער עברי, איינער וואס איז אויפגעצויגן געווארן מיט די סיפורי צדיקים פון "א הדיוט וועל איך זיין און פון סוכה נישט ארויסגיין", הוי האט ער מיר באוואשן, מילא אכילת עראי, אויך א קלות, אבער געהעריג א סעודה?!
א קלאסישע דוגמא פון פארטוישן דעם עיקר מיטן טפל.
(כ'מאך חלילה נישט אוועק די עובדות פון די צדיקים, ס'זענען דא אסאך הסברים זיי צו פארענטפערן, אבער אז איינער רעדט זיך איין אז יעדער דארף זיי נאכמאכן, און נאך פארקוקן אויף אנדערע חיובים לכבוד דעם, איז עס ריין טיפשות).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

לעיקוואד האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?

פארוואס פרעגסטו אונז? זיך אויף עפעס א צדוקי און פרעג עם..

אינטערסאנט אנצומערקן אז לעקואד איז בגימטריא צדוקי מיטן כולל, חושבנא דדין כחושבנא דדין.
איי פארוואס עפעס מיטן כולל זעהט אויס דאס איז דערפאר וואס אין לעיקוואד שטיצט מען שטארק די כוללים
אלענפאלס דאס איז נאר דרך צחות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נהורא נפישא האט געשריבן:די גמרא אין סוכה ברענגט אז א אלע גדולי הדור האט זיך געמאכט אמאל אז זיי האבן דאס ערשטע באגעגענט א סוכה אום שמיני עצרת, וואס איז ? נישט מער אין נישט ווייניגער זיי האבן פארברענגט אויפן פעלד א גאנץ יום טוב ניטאמאל דעם ערשטן כזית ט"ו ט"ו האבן זיי געגעסן

זיי זענען זיך געגאנגען אויסלערנען וויאזוי צו בודק זיין בהמות, לגבי מומי בכור. כדי צו ווערן א מומחה מוז מען וויילען א לאנגע תקופה אין שטאל.
Under influence
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די גמרא אין סוכה ברענגט אז א אלע גדולי הדור האט זיך געמאכט אמאל אז זיי האבן דאס ערשטע באגעגענט א סוכה אום שמיני עצרת, וואס איז ? נישט מער אין נישט ווייניגער זיי האבן פארברענגט אויפן פעלד א גאנץ יום טוב ניטאמאל דעם ערשטן כזית ט"ו ט"ו האבן זיי געגעסן

זיי זענען זיך געגאנגען אויסלערנען וויאזוי צו בודק זיין בהמות, לגבי מומי בכור. כדי צו ווערן א מומחה מוז מען וויילען א לאנגע תקופה אין שטאל.

שיינער פשט אבער קיינע פון די ראשונים ברענגן נישט אזא פשט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

הקפת המזבח בערבה

לויט די משנה אין מסכת מידות, איז לויט איין דעה געוועהן איין אמה צווישן די מזבח און די מדריגות פון די אולם, און לויט'ן אנדערע דעה איז בכלל נישט געווען קיין פלאץ צווישן די מזבח און דער אולם.

לפי זה, וויאזוי האט מען געקענט מקיף זיין די מזבח מיט די ערבות?
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די חלק וואס איז געווען מחובר צום כבש, האט טאקע נישט געהאט קיין ערבות, אבער אויף די צוויי זייטן יא. ודי בזה.
Under influence
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אזוי ווי עס איז פארגעקומען א חתונה אין וויליאמסבורג אין די כלה איז געגאנגען מיט א טלית ביי די חופה,
וויל איך וויסען צו עס האט א מקור?
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (87.04 KiB) געזען געווארן 1881 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאשי פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אוודאי! מאפיל בטליתו!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט