ס'איז ידוע און ס'איז לעצטענטס נתפשט געווארן איבער דער אויפ טוה פונעם חסיד אומות העולם
ראל וואלענבערג, ווי אזוי ער האט ארויסגעהאלפן און געראטוועט איבער הונדער טויזענט יודען
פונעם בודאפעסט'ער געטא, ועוד תחבולות שונות, דורך דעים וואס ער האט געמאכט שוץ האזער,
דאס הייסט שווייצער קאנצעליי, וואס די דייטשען האבען גארנישט געקענט טוען צו עס, און באהאלטן
גאר אסאך יודען, וויבאלד ער האט אויסגעטיילט שווייצער פאספארטן,
דער גרינדער און קאפשטיק פון דער גאנצע זאך, איז הרב עזרא פריעדלאנדער הי"ו בן האדמו"ר
מליסקא שליט"א וואס לויט ווי ער פארציילט און דער מידיא, איז וויבאלד זיין זיידע האדמו"ר רבי
יוזפא פריעדלאנדער זצ"ל מליסקא געראטוועט געווארן דורך אים אליין זעלבסט, און וועגן דעים
האט ער זיך אריינגעלייגט און דער ענין ראשו ורובו, להנציח שמו הטוב, ודבר גדול עשה בעמיו
ער האט געהאט א שיינע אינטערוויו אויף קול מבשר בענין זה, אויך האט קול מבשר געהאט א גאר
שיינע אינטערוויו לעצטענס מיט הרה"ח הישיש רבי שלמה ראטה שליט"א בן האי איש חסד הרה"ח
רבי חיים ראטה ז"ל וואס ער ברענגט שיין ארויס פון זיין טאטע'ס פעולות, ווי ער האט געארבעט האנט
ביי האנט מיט ראל וואלענבערג
צווישען די אדמורים ורבנים וואס וואלענבערג האט מציל געווהן חוץ האדמו"ר מליסקא זצ"ל איז אויך
הגאון רבי ישראל וועלץ זצ"ל ראב"ד פעסט, און הגאון המובהק רבי יונתן שטייף זצ"ל ועוד
די ביאגרפיה פון ראל וואלענבערג זעלבסט איז לעצטענס באשריבען געווארען גאר שיין און קאמיוניטי
קאנעקשאנס וואס קומט ארויס און מאנסי דורך ט. יצחקי,
ווער ס'ווייסט מער בפרשה זה, אדער האט דאקמענטען, קען דא אהער שטעלן לזכות את הרבים
ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
Re: ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק
קרוב צו אכציג פערצענט פון די אונגארישע אידן וואס האבען אדורך געמאכט די נאציס זייענדיק אין בודאפעסט וגלילותיה, זענען ניצול געווארען דורך איהם בעקיפין ושלא בעקיפין.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק
ענגלישע וויקיפעדיע בלאט.
די אידישע וויקיפעדיע בלאט איז גאר שוואך בעארבייט
"ראול וואלענבערג (געבוירן כ"א אב ה'תרע"ב ; דעם 4טן אויגוסט 1912) א שוועדישער דיפלאמאט אין אונגארן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה וואס האט געראטעוועט צענדליקע טויזנטע אונגערישע אידן און איז פארעכנט אלס א חסיד אומות העולם. פון זיינע אקטן: ער האט צעטיילט שוועדישע פאספארטן פאר די אידן אין בודאפעשטער געטא זאלן זיך קענען אריבערציען צו די נייטראלע שוועדן, און האט אויפגעשטעלט אין שוועדן שוצערטער פאר די אידן. אויך האט ער געדריקט הויכגעשטעלטע נאציס און אונגערישע צו פארמיידן דער פארשיקוקונג פון אידן קיין אוישוויץ און אפילו אפגעהאלטן מיט זיין קערפער פארשיקונגס פון אידן.
נאך דער מלחמה ווען די רויטע ארמיי האט איינגענומען אונגארן, איז ער גענומען געווארן קיין רוסלאנד, און ער איז פארשווינדען געווארן אויף שטענדיג, נישט איבערלאזנדיג קיין שפורן.
לויט פארשידענע אפשאצונגען, איז ער אומגעקומען דורך די ען קא ווע דע."
אויב איינער קען עפעס צולייגען, אדער לכה"פ איבערזעצן פונעם ענגלישן (אדער העברעאישן) בלאט, וועל איך עס ארויף לייגן אויף וויקיפעדיע.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק
זיין פאספארט בילד משנת תש"ד (מקור: וויקיפעדיע)
ראול אין זיין יוגנט (מקור: וויקיפעדיע)
מאנומענטען איבער די וועלט לזכרו (מקור: וויקיפעדיע)
לאנדאן:
בודאפעסט:
תל אביב:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
Re: ראל וואלאנבערג וועי און בארא פארק
מן השמים האט מען מען מיר אזוי צו געפירט, איז מיר אויס געקומען זיך צו באגעגענען מיט "עמי מאגאזין" וואס איז געדריקט געווארען לכבוד די ימי הפסח, האב איך געליינט דארט באריכות א זייער א רייכע ארטיקעל לגבי די היסטורי' פון "דרייצען עווניו", דארט שטייט טאקע אז מה טוב ומה נעים אנצורופען א חלק ניכר פין דעם גאס וואס לויפט אדורך די היימישע בארא פארק זאל אויך הייסען "ראול וואלענבורג וועי", נישט אז ממיז זיך באנוצען דערמיט אויף די פאסט וכיוצ"ב, נאר דעם עצם דבר אז עס איז דא א הכרת הטוב צו איינע פין די חסידי אומות העולם, און אז די קומענדיג דור זאל עכ"פ וויסען פין דעם נאמען צו זאגען. לדידי בעצמי שטיץ איך זייער דעם פראיעקט.
אגב מיינס א ידיד זאגט מיר אז ער וועט טוישען זיין נאמען פונם געשעפט וואס ער האט אויף יענעם גאס צו עפעס ראול אדער וואלענבורג אדער ענליכס צו דעם, איך גלייב אסאך געשעפעטן וועלען אויך פיגורירען מיט דעם נאמען ראול וואלענבורג אויף א געוויסע אופן.
איך וואלט מציע געוועהן אז ביים צירעמאניע זאלען זיי אויס טיילען א פעפליט (קונטרס) איבער ראול וואלענבורג אין וואס מלחמה איבערגעלעבענער דערציילען ווען איהם. אז דער דער הייניגע יואגענט זאל ליינען אין וויסען עטוואס וועגען איהם. איך ווינטש די וואס שטייען אינטער דעם פראיעקט ברכה להצלחה במעשי ידיהם, ושמחת עולם על ראשם.