קלאסישע מוזיק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
דא האט איר דער 4'טער מאוומענט פון בעטהאווענ'ס בארימטער ניינטער סימפאניע (אגב אפגעשריבן שוין זייענדיג טויב)
ס'איז אדאפטירט געווארן דורך די אייראפעאישער יוניאן אלטץ זייערע נאציאנאלע הימנע
https://www.youtube.com/watch?v=50Kk9DWOoqw&feature=youtube_gdata_player
ס'איז אדאפטירט געווארן דורך די אייראפעאישער יוניאן אלטץ זייערע נאציאנאלע הימנע
https://www.youtube.com/watch?v=50Kk9DWOoqw&feature=youtube_gdata_player
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:דא האט איר דער 4'טער מאוומענט פון בעטהאווענ'ס בארימטער ניינטער סימפאניע (אגב אפגעשריבן שוין זייענדיג טויב)
ס'איז אדאפטירט געווארן דורך די אייראפעאישער יוניאן אלטץ זייערע נאציאנאלע הימנע
https://www.youtube.com/watch?v=50Kk9DWOoqw&feature=youtube_gdata_player
I'm speechless!
כעין דוגמת הלויים בשירם ובזמרם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
די קליפ פין בארבערס ADAGIO FOR STRINGS איז געשפילט געווארן גלייך נאך 9/11 אין לאנדון לזכרון ולאילו נשמתם.
דאס קאמפאזיציע ברענגט צום מחשבה א געמיש פין געפילן פין איינזאמקייט, קלאגעניש, גילט, ייאוש, אין ענדיגט זיך מיט האפענונג.
[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sftaC0yC714[/youtube][/youtube]
דאס קאמפאזיציע ברענגט צום מחשבה א געמיש פין געפילן פין איינזאמקייט, קלאגעניש, גילט, ייאוש, אין ענדיגט זיך מיט האפענונג.
[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sftaC0yC714[/youtube][/youtube]
- מאנדלבאום
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
אויב דאס מיינט איר, Agnus Dei-Samuel Barber (איך בין געבלאקט פון YouTube)
האב איך דאס געהערט שוין פיל מאל, גייט מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער.
דערמאנט מיר די האלאקאסט, אין א טונקעלן קאלטן וואלד איינזאם אליין, און פון ווייטן די געדיכטע שווארצע קרעמאטאריום וואלקנס...

- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
זיניגער האט געשריבן:די קליפ פין בארבערס ADAGIO FOR STRINGS איז געשפילט געווארן גלייך נאך 9/11 אין לאנדון לזכרון ולאילו נשמתם.
דאס קאמפאזיציע ברענגט צום מחשבה א געמיש פין געפילן פין איינזאמקייט, קלאגעניש, גילט, ייאוש, אין ענדיגט זיך מיט האפענונג.
[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sftaC0yC714[/youtube][/youtube]
קודוס פאר זיניגער פאר סעמיועל בארבער'ס אדאזשיו פאר סטרינגס.
עס איז באמת א ווארעם און געפילישע שטיקל.
איך זעה דערין אביסל אן אנדערן באדייט פון פארוואגלעניש, פארנעפלטער טאפעדיקייט, און שוועבט ארום פארלוירן. די אלע תנועות ציען נישט צו קיין טאלק, און לאזן דעם הערער וואנדערן, און וואנדערן און נישט טרעפן קיין וועג אריין אדער ארויס.
די סטרונעס זענען געוואלדיג, א לאנגער קייט פון נאגענדע תנועות! בראווא!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
אז מ'רעדט שוין פון בארבער איז כדאי אנצומערקן אז ער איז ממש א היינטיגער. ער איז געבוירן מיט 103 יאר צוריק, אין תר"ע, און געשטארבן ממש לעצטנס תשמ"א, און האט באוויזן ארויסצוגעבן אזא שיינע קאמפאזיציע. מקום הניחו לו להתגדר.
איך קען אסאך פון זיינע אנדערע ווערק, און איך קען זאגן אז די אדאזשיא איז א מייסטער-שטיקל, און קיין איינס פון זיינע אלע אנדערע קאמפאזיציעס קומען נישט צו צו דעם. דאס רוב פון זיינע אלע שטיקער זענען קאנטעמפארערי, טאקע נישט שלעכט אבער נישט דאס מיינט דער פסוק. (אזוי דענק איך).
אדרבה לאזט זיך הערן:
צו הערן אין יו-טוב:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TmQHcRoMliE[/youtube]
צו דאונלאודן:
בארבער'ס Andromache's Farewell, Op. 39.
איז דאס אייער טעיסט?
איך קען אסאך פון זיינע אנדערע ווערק, און איך קען זאגן אז די אדאזשיא איז א מייסטער-שטיקל, און קיין איינס פון זיינע אלע אנדערע קאמפאזיציעס קומען נישט צו צו דעם. דאס רוב פון זיינע אלע שטיקער זענען קאנטעמפארערי, טאקע נישט שלעכט אבער נישט דאס מיינט דער פסוק. (אזוי דענק איך).
אדרבה לאזט זיך הערן:
צו הערן אין יו-טוב:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TmQHcRoMliE[/youtube]
צו דאונלאודן:
בארבער'ס Andromache's Farewell, Op. 39.
איז דאס אייער טעיסט?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
אז מ'רעדט פון היינטיגע קעגן די אמאליגע, איז איבריג ארויסצוברענגען אז דאס וואס די אמאליגע האבן געקענט איז היסטאריע. קיינער, ממש קיינער קומט נישט צו לקרסילי רגלם. קטנם עבה ממתנינו, דאס איז סיי מיט קוואליטי און ענערגיע וואס זיי האבן אריינגעלייגט.
עס זענען געציילטע אויסנאמען פון די לעצטערע קאמפאזירער וועלכע האבן אהערגעשטעלט מייסטער-פיסעס וואס מ'קען שטיין בלייבן. איינער פון זיי איז דזשארדזש ענעסקאו, ער האט געמאכט עטליכע שיינע פאלקס-טענץ און וואלצן אז מ'קען ווערן פארגאפט.
ער האט געמאכט א עטליכע ראמענישע ראפסאדיעס ממש א נחת צו הערן. עס הערט זיך אביסל ווי הערליכע אידישע קלעזמער סטיל, אבער מיט א קלעסיקעל טאוטש, און איך בין זיכער אז די וועלכע וועלן עס הערן צום ערשטן מאל איצט וועלן הנאה האבן דערפון.
ראמענישע ראפסאדיע נומער 1: אויף יו טוב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=BbEM77uO4xA[/youtube]
צו דאונלאודן:
ענעסקאו, רומענישע ראפסאדיע נומער 1
נ.ב. די יו-טוב איז נישט די זעלבע ווערסיע ווי דאס וואס איז צום דאונלאודן.
לדעתי איז די יו-טוב עטוואס שנעל, און נישט אזוי שיין. (אומבאקאנטער קאנדאקטור זעט אויס).
די דאונלאוד טרעק, איז פון דעם בארימטן קאנדאקטור אנטעל דוראטי. און איז לדעתי הערליך געשפילט

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א הערצליכער דאנק מורינו ר' קלאסיקעל פאר'ן אזוי הערליך באשרייבן די קלאסיקעל מוזיק עפאכע און צוברענגען אזויפיל הערליכע שטיקלעך, פון וועלכע רוב דערפון האב איך ליידער נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו אויסהערן און זיך צו מתעמק זיין. אזויפיל זע איך אז די מומחים זענען פיל מער נתפעל פון בעטהאווען ווי פון מאזארט. אודה ולא אבוש אז מאזארט האב איך זייער ליב צו הערן, אבער בעטהאווען האט מיר עפעס נאכנישט "געכאפט", דערווייל איז עס נאך צו דקות'דיג פאר מיר צו קענען געהעריג אנטאפן. וזאת נחמתי, דער מלך החכמים, אלבערט איינשטיין, וועלכער איז געווען א געניטער פידלער, איז אויך געווען פאר'כישוף'ט פאר מאזארט, זעענדיג אין זיינע קאמפאזיציעס אין מוזיק א פאראלעל צו זיינע טעאריעס אין פיזיקס. ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט אז מאזארט'ס שטיקלעך זענען אזוי מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט אז עס האט בעצם אייביג עקזיסטירט אין די אוניווערס, מאזארט איז פשוט געווען דער וואס האט עס אנטדעקט. באך האט ער אויך געגליכן, אבער בעטהאווען איז נישט געווען צו זיין טעיסט, זאגנדיג אז עס איז "צו פערזענליך, כמעט נאקעט."
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
יאיר האט געשריבן:א הערצליכער דאנק מורינו ר' קלאסיקעל פאר'ן אזוי הערליך באשרייבן די קלאסיקעל מוזיק עפאכע און צוברענגען אזויפיל הערליכע שטיקלעך, פון וועלכע רוב דערפון האב איך ליידער נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו אויסהערן און זיך צו מתעמק זיין. אזויפיל זע איך אז די מומחים זענען פיל מער נתפעל פון בעטהאווען ווי פון מאזארט. אודה ולא אבוש אז מאזארט האב איך זייער ליב צו הערן, אבער בעטהאווען האט מיר עפעס נאכנישט "געכאפט", דערווייל איז עס נאך צו דקות'דיג פאר מיר צו קענען געהעריג אנטאפן. וזאת נחמתי, דער מלך החכמים, אלבערט איינשטיין, וועלכער איז געווען א געניטער פידלער, איז אויך געווען פאר'כישוף'ט פאר מאזארט, זעענדיג אין זיינע קאמפאזיציעס אין מוזיק א פאראלעל צו זיינע טעאריעס אין פיזיקס. ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט אז מאזארט'ס שטיקלעך זענען אזוי מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט אז עס האט בעצם אייביג עקזיסטירט אין די אוניווערס, מאזארט איז פשוט געווען דער וואס האט עס אנטדעקט. באך האט ער אויך געגליכן, אבער בעטהאווען איז נישט געווען צו זיין טעיסט, זאגנדיג אז עס איז "צו פערזענליך, כמעט נאקעט."
ס'דערמאנט מיר פון זייער א טרעפליך ווארט פון דעם בארימטער שניצער מיכאעלאנגלא
I saw the angel in the marble and carved until I set him free
אלענפאלס בעטהאבען איז בלי ספק דער גרעסטער ריז, הגם איך פערזענליך גלייך באך'ס שניט, הערט נאר בעטהאווענס פינפטע סימפאניע והיה כמנגן המנגן ותהי עליו רוח השם דער שפראך איז צו ארעם צו שילדערן דעם התרוממות און פילפארביגקייט פון גייסט וואו אלע מעגליכע פאזיטיווע געפילן וואס א מענטש קען פארמאגן ווערט ערוועקט
צום באוואונדערן וויאזוי א ילוד אשה איז צוגעקומען צו אט דער מדריגה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
מיין נשמה רעאגירט די מערסטע צי עמאציאנעלער טרויעריגע קלאסישע לידער וואס ברענגט ארויס די טיפערע בענקענישן פין די נשמה.
איך וואלט זייער רעקאמענדעט די מאדערנע שטייגער פין היינטיגע קלאסישע מוזיק וואס ריפט זיך ״new age"
פין מיינע באליבסטע קאמפאזערס זענען
Secret garden
YANNI
KITARO
ועוד ואין כאן מקום להאריך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ihic3AqopZk[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ijKuoVoEB84[/youtube]
איך וואלט זייער רעקאמענדעט די מאדערנע שטייגער פין היינטיגע קלאסישע מוזיק וואס ריפט זיך ״new age"
פין מיינע באליבסטע קאמפאזערס זענען
Secret garden
YANNI
KITARO
ועוד ואין כאן מקום להאריך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ihic3AqopZk[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ijKuoVoEB84[/youtube]
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
איך בין מסכים מיט דיר אז "ניו עידזש" איז שיין, קונצליך און איז אפילו ווערט באשריבן צו ווערן אויספירליך, אבער איך קלער אז עס וואלט געווען ראטזאם צו האלטן דעם שמועס אויסשליסליך פאר קלאסישע מוזיק. יאני און די אנדערע זענען נישט פאררעכנט אין די זשאנרא.
איך קלער אויך צו מאכן א שטיקל אריכות'דיגע אפהאנדלונג און אנאליזירונג איבער מאצארט און בעטהאווען. און אדרבה זאל דער ציבור באשליסן וועלכער איז גרעסערע אין יעדן הינזיכט.
איך קלער אויך צו מאכן א שטיקל אריכות'דיגע אפהאנדלונג און אנאליזירונג איבער מאצארט און בעטהאווען. און אדרבה זאל דער ציבור באשליסן וועלכער איז גרעסערע אין יעדן הינזיכט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
כבוד הרב [tag]קלאסיקעל[/tag], אזוי ווי לא הביישן למד, ירשה לי הרב פארצולייגן עטליכע עם הארצישע שאלות.
1) וואס זענען ביטהאווען און מאצארט געוועזן אין פשוט'ן שפראך? קאמפאזירער? א שטייגער ווי יוסי גרין און פינקי וועבער?
2) וואס הייסט עס עקזיסטירט א כל נדרי אין קלאסישן זשאנער? די כל נדרי ניגון איז דאך וואס עס איז,קאנטאריעל, אידישליך, וואטעווער, איז קלאסישע זשאנער א וועג פון אראפלייגן א ניגון און נישט די ניגון בעצם?
3) קען א שטיקל פון ביטהאווען געשפילט ווערן אויף בלויז איין אינסטרומענט און נאך אלץ זיך הערן ווי א מייסטערווערק? אדער איז די ניגון מיט די ארקעסטרא געקניפט און געבינדן?

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
מ
מרום שלח אש האט געשריבן:כבוד הרב [tag]קלאסיקעל[/tag], אזוי ווי לא הביישן למד, ירשה לי הרב פארצולייגן עטליכע עם הארצישע שאלות.
1) וואס זענען ביטהאווען און מאצארט געוועזן אין פשוט'ן שפראך? קאמפאזירער? א שטייגער ווי יוסי גרין און פינקי וועבער? ?
אויב מ'קען אנרופן אלע וועלכע מאכן א שיר אדער א ליד, אלס פייטנים... וועט איינער אנרופן רבי אהרן הגדול מקארלין א פאעט, פאר'ן שאפן דעם זמר "קה אכסוף". כאטש וואס אלע בתים האבן דעם הייליגן שם הוי-ה, דעם נאמען אהרן און די אותיות נשמה דערין.
וועט דאס ווערט פאעזיע, גלייך מיט דעם אבן עזרא'ס קל אחד בראני ואמר חי אני, וועלכע מיר זינגען אויף פרייטאג צו נאכטס בלויז עטליכע מינוט אפגעריקט פונעם קה אכסוף?
זאגט איר אליין?
קלאסישע מוזיק איז הימל-און ערד פון גרין און וועבער. קיין אונטערשייד ווי שיין און הארציג זייערע מעלאדיעס זענען. מאצארט מאכט לאכן פון זיינע סאנאטעס, בעטהאווען עקספלודירט און צעשטורמט זיינע הערער בלויז מיט די נאועטן זיינע.
2) וואס הייסט עס עקזיסטירט א כל נדרי אין קלאסישן זשאנער? די כל נדרי ניגון איז דאך וואס עס איז,קאנטאריעל, אידישליך, וואטעווער, איז קלאסישע זשאנער א וועג פון אראפלייגן א ניגון און נישט די ניגון בעצם?
קלאסישע מוזיק איז א יצירה וואס קען געשאפן ווערן אין קאפ, און אפגעשריבן ווערן אויף פאפיר און דערנאך געשפילט ווערן "גענוי" יעדע תנועה אויף יעדן אינסטרומענט אין די סעקונדע אויף דעם סקעיל וואס עס איז "פלאנירט" געווארן.
די כל נדרי איז "געשריבן" געווארן אויף תנועות וואס מאקס ברוך האט געהערט און אויפגעכאפט ביים דאווענען "כל נדרי" און האט געשאפן א טיעם מיט אזעלכע קלאנגען וועלכע רעפלעקטירן דעם וועלט בארימטן הארציגן "כל נדרי".
3) קען א שטיקל פון ביטהאווען געשפילט ווערן אויף בלויז איין אינסטרומענט און נאך אלץ זיך הערן ווי א מייסטערווערק? אדער איז די ניגון מיט די ארקעסטרא געקניפט און געבינדן?
אויב עס איז געשריבן געווארן פאר איין אינסטרומענט, איז עס ווייטער די זעלבע. פינקט ווי מאצארט'ס פיאנאו סאנאטעס, און ווייאלין קאנצערטאוס. הער נאר דעם TWINKLE TWINKLE וואס מאצארט האט געשריבן פאר די פיאנאו, און זאג מיר וועלכער היימישער קאמפאזיטאר קען דאס באווייזן:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fGGWtz_v6xM[/youtube]
און כדי בעסער צו פארשטיין קלאסישע מוזיק בכלל, און די קאלירפולע פארמען פון מוזיק וואס ברענגען אויס געלעכטער, אין וועלכן קלאסישע מוזיק צייכנט זיך אויס, וואלט געווען אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע לעקציעס פון דעם וועלט בארימטן דיריגענט לעני בערנשטיין, וואס ער האט געגעבן פאר קינדער מיט 50 יאר צוריק, און האט נישט פארלוירן איר אקטואליטעט.
א שיינע פרעזענטאציע ווי די TWINKLE TWINKLE ווערט אויסגעשמועסט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mLl_5WVsTs0[/youtube]
אז מ'וועט זיך אביסל צו הערן צו דעם גאון אין מוזיק, וועט זיין לייכטער צו פארשטיין און ארויסהאבן דעם קאנצעפט פון קלאסישע מוזיק פון אנהייב אן, און וואס די קאמפאזירער פון אלע צייטן האבן פראבירט ארויסצוברענגען.
אין די פאלגענדע 4 עפיזאדן לייגט ער אראפ מיט א געשמאק וואס ברענגט צום לאכן ביים הערן קלאסישע מוזיק, וואס איז אזוי פאני? פון וואס לאכט א מענטש ווען ער הערט א וויץ, הערט און האט הנאה:
בערנשטיינ'ס לעקציעס איבער הומאר אין קלאסישע מוזיק 1:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Bmgzk28KZtA[/youtube]
הומאר אין קלאסישע מוזיק 2:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3J5dJlg2adE[/youtube]
הומאר אין קלאסישע מוזיק 3:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_RDWLQFQGbI[/youtube]
הומאר אין קלאסישע מוזיק 4:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fkj7a9Fw2Rg[/youtube]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
- מאנדלבאום
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
מיר אדורך געלאפן אויפן פלעיליסט א שיין שטיקעלע פון מאצארט, גראדע א באקאנט ווערק.
https://copy.com/WjJprHhnIjo463x2
איין פאל (פזמון) האט ער, דער מאצארט, גע'גנב'עט פון דא...
https://copy.com/WjJprHhnIjo463x2
איין פאל (פזמון) האט ער, דער מאצארט, גע'גנב'עט פון דא...
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאנדלבאום האט געשריבן:מיר אדורך געלאפן אויפן פלעיליסט א שיין שטיקעלע פון מאצארט, גראדע א באקאנט ווערק.
https://copy.com/WjJprHhnIjo463x2
איין פאל (פזמון) האט ער, דער מאצארט, גע'גנב'עט פון דא...
פון וואו קומט דער צווייטער מעלאדיע? א היימישע חתונה?
האדם לא נברא אלא להתענג