גניבת ספרים ביי א שבעה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

גניבת ספרים ביי א שבעה

שליחה דורך דולה ומשקה »

עס איז נישט קיין סוד, אז ביי א שבעה, איז אלעמאהל דא פון דיע וואס קומען מנחם אבל זיין וואס פארמאגען קלעבידיגע הענט, אין מיינען אז מ'מיז ארויס גיין מיט כאטש וועלעכע ספר וואס קומט זיי אינטער די הענט, די יתומים וואס שטעלן זיך אויף נאך א וואך, אין מ'הייבט אן זיך ארום צוקוקען זעהן זיי פלוצלינג דער ספר פעלט יענער ספר איז נעלם געווארען.

ביי די שבעה נאך הרב עובדיה יוסף האט מען מקדים געוועהן די רפואה פאר די מכה, וויסענדיק אז דא איז פארהאן א אוצר רב פון ספרים, וואס אסאך זענען געגעבען געווארען במתנה דורך גדולי הדור, וואס האבען אריין געשריבען, איז עס נישט אזוי ווייט די ספרים נאר דער כתב יד וואס דער צדיק אדער יענער פוסק האט אריין געשריבען בכתב יד קדשו, אין בכלל איז דארט געוועהן אסאך אנטיק ספרים, און ספרים נדירים.

האט מען תיכף סמוך לאחר פטירתו פארהאקט די ספרים, מיט קלעצער, צו פארמיידען אז אומגעווינטשענע הענט זאל זיך מטפל זיין דארט.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

דולה ומשקה האט געשריבן:עס איז נישט קיין סוד, אז ביי א שבעה, איז אלעמאהל דא פון דיע וואס קומען מנחם אבל זיין וואס פארמאגען קלעבידיגע הענט, אין מיינען אז מ'מיז ארויס גיין מיט כאטש וועלעכע ספר וואס קומט זיי אינטער די הענט, די יתומים וואס שטעלן זיך אויף נאך א וואך, אין מ'הייבט אן זיך ארום צוקוקען זעהן זיי פלוצלינג דער ספר פעלט יענער ספר איז נעלם געווארען.


איך מיין דאס איז נאר ביי א שבעה פין א גדול

איך ווייס נישט פין סתם עמך אידען וואס זענען געזיצען שבעה און מען האט בא'לקח'נט זייערע אומגעניצטע ספרים
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך ווייס יא ,אויך פון געלט וואס דער גנב האט צוגעהאלפן דעם מעות להוצאה נתנו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:איך ווייס יא ,אויך פון געלט וואס דער גנב האט צוגעהאלפן דעם מעות להוצאה נתנו.

איך בין מסכים מיט דיר 100%.
ווען אינז זענען געזיצן שבעה, ל"ע נאך אינזער טאטע איז זיך פארלאפן אזא געשיכטע. איין טאג האט זיך באוויזן א איד וועים קיינער פון די אחים הקדושים האט נישט געקענט. (געוויינטליך האמיר געוויסט ווער ס'איז געקומען צו וועימען).פלוצלינג זעהט מען ווי דער יוד רוקט זיך נענטער צו די ספרים שאנק. נאר דער מזל איז געוועין אז די ספרים שאפע האט געהאט צוויי ריזיגע גלאזערנע טירן וועלכע האבן זיך אויפגעמאכט בקול רעש גדול. און דער יוד איז געכאפט געווארן ביי די מעשה. ווייל ס'איז געוועין ידוע אין די געיגנט אז אינזער טאטע האט געהאט א ריזיגן אוצר פון זעלטענע ספרים...!
פארשפארט