מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
matovu
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך matovu »

Government Creating Crime again, as if there is no excisting crime going on
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

קען איינער איבערזעצן דער ארטיקעל און יודיש, איך קען נישט דער פירוש המילות. מיט דער שווערע עברי דא.
וואס איז דער מעשה? וואס גייט פאר?
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בקיצור נמרץ, זיי טענה'ן אז ער האט ארויסגעצווינגען גיטין פון מענער עקשנים (?) וועלכע האבן געלאזט זייערע ווייבער עגונות, דורך זיי סטראשען און פיזיש זיי באקלאפן די ביינער.
וירח ה' את ריח הניחוח
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סאשי פיש האט געשריבן:ווער עס לייקט די הודעה באקומט א לינק אין אישי

איך וועל דיר לייקן נישט ווייל איך דארף די פיקטשער בלויז כדאי שנעלער ברענגען דיין טויזענסטן לייק....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א פעסטע אקציע פון די FBI. זיי האבן זיך פארשטעלט ווי א קאפעל וואס די מאן וויל נישט געבן א גט , און ריקארדעט אלע פלעינער.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ראשעקאל האט געשריבן:א פעסטע אקציע פון די FBI. זיי האבן זיך פארשטעלט ווי א קאפעל וואס די מאן וויל נישט געבן א גט , און ריקארדעט אלע פלעינער.


נישט צו פארשטיין, מ'נעמט 2 מענטשען פון די גאס וואס מ'קען נישט זייער טאטע מאמע ברודערס שוועסטערס קאזענס און מ'מאכט אזא זאך? מימילא א בלום ועוד אבער פרעמדע?
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ס'ערשטע מאל וואס איך האב הנאה פון די עף בי איי...

גאו עף בי איי גאו
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

אויב ווילסטו דיך פארשטעלען וויאזוי די ווערהאוס ווי מצווינגט ארויס א גט זעעט אויס, קוק דא
Watch "The Sopranos-Tony,Paulie and Sil get a hard time with a jew" on YouTube - https://www.youtube.com/watch?v=jQIdKb8 ... ata_player
(לאזט אויס פון 1:05 ביז 2:15 וואס איז נישט איידל)
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:אויב ווילסטו דיך פארשטעלען וויאזוי די ווערהאוס ווי מצווינגט ארויס א גט זעעט אויס, קוק דא
Watch "The Sopranos-Tony,Paulie and Sil get a hard time with a jew" on YouTube - https://www.youtube.com/watch?v=jQIdKb8 ... ata_player


די קליפ שטעלט זיך אפ ביי די זאפטיגע פארט. טאני קומט נאך דעם צוריק און סטראשעט די מאן עם צו מאכן א צווייטע ברית, ס'האט געארבייט און א סקונדע. :D
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

פון די אלטע נייעס ארכיוון

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

די קלאגע

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

האט איינער עני אינפא צו מעג מען להלכה אזעלכע באנדיטען מסר'ן למלכות הגם ס'קען זיי קאסטען ערנסטע עונשין?

איך פרעג ווייל איך האב נישט לאנג צוריק געהערט פון א גאר חשובע רב בנוגע א געוויסער פארשוין וואס טוט אינטערדריקען מענער על לא דבר בו בזמן ווען מומחים בדבר האלטען אז דער פארשוין איז סתם בלינד אין טערארזירט על לא דבר
דער רב האט גע'פסק'נט אז בלי שום צל ספק קען מען אנקלאגען אזא סארט פארשוין להלכה.

אויב איינער האט עפעס מקורות בהלכה ביטע אנצייכענען
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

1
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

מורי ורבותי, דער היינטיגער טאג איז א פרייליכער טאג פאר כלל ישראל, עס איז א טאג וועלכע דארף פארשריבן ווער מיט גאלדענע טינט אין די היסטאריע ביכער, אין די דברי הימים לתולדות הכלל ישראל בימי גלותם הארוכה והחשיכה, אלס איינע פון די גאר גליקליכע און פרייליכע טעג. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען ווען דעם היינטיגן טאג באשטימט פאר א יום טוב פאר אלע ערליכע אידן. עס וואלט פארשריבן געווארן אין דעם מגילת תענית אלס א טאג אין וועלכן מען טאר נישט פאסטן און נישט זאגן תחנון נאר אנשטאט דארף מען אין דעם טאג מאכן א סעודה און זיך פרייען און זיך דערמאנען די חסדים וואס ער באשעפער האט געטון פאר זיין געפלאגטן פאלק און זיי געשיקט א ישועה דורכן צוברעכן דעם קליפה הטמאה פון די "מכם ובכם", די נידערטרעכטיגע רשעים ארורים וועלכע האבן זיך פארמאסטן אויף דעם באשעפערס קינדער און זיי געפייניגט איבער צוואנציג יאר אן קיין שום רחמנות.

כאטש עס זענען נאך דא נאך אנדערע רשעים וועלכע טוען דאס זעלבע און זייערע הענט זענען פארשמירט מיט אידיש בלוט, און אויף זיי האט מען נאך ליידער נישט געלייגט די הענט, איז אבער צום האפן אז נאך וואס די רשעים האבן געכאפט זייער מפלה און מען האט מגלה געווען קלונם ברבים, לעיני השמש ולעיני כל ישראל והעמים, וועלן די אנדערע שקצים באקומען דעם רמז אז מען קען דאס מער נישט טוהן און וועלן אראפנעמען זייערע טמא'נע לאפעס פון דעם אויבערשטנס פאלק, דעם עם ה'.

און טאקע דערפאר, ווייל עס איז אזא וויכטיגע געשעעניש, פיל איך פאר וויכטיג צו ווידמען אפאר שורות מסביר צו זיין פאר ווער עס ווייסט נישט, וואס אזאנס איז דא געשעהן, און פארוואס די שמחה איז אזוי גרויס.

ובכן, דער באשעפער האט געשריבן אין זיין תורה אז ווען א אידיש פאר פאלק ווי זיך פאנאנדערשיידן, דארף דער מאן געבן א גט פיטורין פאר זיין פרוי. און די הלכה לויטעט אז נאר דער מאן קען דאס געבן, די פרוי קען דאס נישט געבן, און זי קען דאס נישט באקומען בעל כרחה פון דעם מאן. דער מאן אבער קען יא גט'ן זיין ווייב בעל כרחה און ער קען איר גט'ן ווען ער וויל. האבן שוין חז"ל מתקן געווען אז עס איז נישט אזוי פשוט, מען מוז כאטש האבן א סיבה צו גט'ן, און רבינו גרשם מאור הגולה האט איינגעפירט דעם חרם דרבינו גרשום אז מען קען נישט האבן צוויי ווייבער, און כדי אז מען זאל נישט גט'ן דאס ווייב אזוי שנעל כדי צו קענען חתונה האבן מיט אן אנדערע, האט ער אין די זעלבע צייט אויך מתקן געווען אז "אין מגרשין אשה בעל כרחה", און דאס האט אסאך געהאלפן פאר די ווייבער. אבער פאקטיש ע"פ תורה מעג נאך א מאן האבן צוויי ווייבער, און דעריבער האבן די גדולי הראשונים פון יענע תקופה מתקן געווען דעם ענין פון היתר מאה רבנים, אז הונדערט רבנים פון דריי אנדערע מדינות זענען מסכים און גיבן א היתר פאר דעם איד חתונה צו האבן מיט א צווייטן ווייב כאטש ער האט נישט אפגע'גט זיין יעצטיגע ווייב.

מיט דעם האבן די חכמים געראטעוועט דעם מאן פון בלייבן מעוגן דורך זיין ווייב אין א פאל ווען זי וויל בשום אופן נישט נעמען קיין גט (אדער אז דער בי"ד פסק'נט אז עס קומט איר נישט קיין גט) אדער אז זי איז פשוט נישט ביכולת צו נעמען א גט, ווי למשל אז זי איז רח"ל יצאה מדעתה אדער איז קראנק און איז נישט ביי זיך. ווידער אבער ביי די פרוי, וויבאלד מן התורה קען זי נישט צווינגען דעם מאן צו געבן א גט, איז ליידער אנטשטאנען דער אור אלטער פענאמען פון עגונות, דאס הייסט א פרוי וואס די מאן וואוינט נישט מער מיט איר און האלט איר נישט אויס, אבער וויל איר אויך נישט געבן קיין גט, אזא פרוי קען ל"ע אפלעבן איר גאנץ לעבן, צענדליגער יארן נאכאנאנד אן באקומען א גט פיטורין. אזא פרוי איז פאראורטיילט צו א ביטערן און איינזאמען לעבן, אן א מאן, און אן די אלע צוגאבן אין לעבן וואס א מאן ברענגט צו.

עס איז קלאר אז דער פראבלעם פון עגונות איז א גרויסער פראבלעם, עס איז א שווערער פראבלעם מיט וועלכן רבנים פון אלע דורות האבן זיך געמוזט ספראווען און גאר אסאך תשובות און מעשיות זענען ידוע און מקובל און אפגעשריבן איבער די מיליאנען בלעטער פון די שווערע טויזענטער ספרי קודש וועלכע כלל ישראל פארמאגט אין אירע ספרים שענק, די נחלה פון דעם צוויי טויזענט יעריגער גלות. מיר פארשטייען נישט די דרכי ה' און מיר ווייסן נישט פארוואס דער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט, אבער מיר גלייבן אז ער ווייסט וואס ער טוט און האט עס זיכער געטון פאר א גוטע סיבה.

ווען עס מאכט זיך א פראבלעם פון א עגונה, איז דא אסאך זאכן וואס מען קען פראבירן און טון אויף צו לייגן פרעשור אויף א מאן און אים צודריקן צו געבן א גט, אבער אויב איז דער מאן א געזונטער עקשן מיט אייזערנע נערוון, דאן איז זייער שווער אים צו ברעכן. און עס זענען טאקע דא איינצעלנע פעלער, דאס איז ב"ה נישט גאר א אפטע ערשיינונג, אבער עס פאסירט, אז א מאן איז פשוט א רשע מרושע, א אכזר נורא וועלכער איז פשוט אויסן צו פייניגן זיין פרוי (און צומאל אויך זיינע קינדער) און וויל נישט געבן קיין גט פאר קיין שום פאל אין די וועלט. עס איז טאקע נישט קיין אפטע זאך, אבער דאך פאסירט דאס, און עס איז גאר ביטער און ווייטאגליך. וואס מען דארף צו טאן אין אזא פאל איז מיר גאר שווער צו זאגן, ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אזא דילעמא, און דער אויבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קיינמאל נישט וויסן פון אזא צרה.

אבער דערנאך איז דא גאר אן אנדערער פענאמען. און דאס איז די פענאמען פון די פאלשע עגונות. דאס זענען פרויען וועלכע שפילן דעם געים פון די נעבעכ'דיגע עגונה, ווען אין פאקט זענען זיי זייער ווייט פון דעם. איך האב אליינס מיטגעהאלטן כמה פעלער ווי די פרוי האט געוויינט מיט ביטערע קראקאדיל טרערן אז זי איז א עגונה, אבער נאכן זיך אריינלייגן אביסל אין די מעשה האט זיך ארויסגעשטעלט גאר עפעס אנדערש. אין איין פאל למשל האט די פרוי איבערגעשריבן זייער הויז און ביזנעס אויף איר נאמען, און דערנאך ארויסגעקאפעט דעם מאן פון דערהיים דורך מסירות און מלשינות אז זי שלאגט און רצח'עט אים, בשעת ווען אלע קינדער (טייל שוין ערוואקסענע) האבן אלע פה אחד געשריגן (אפילו די וועלכע האבן זיך מער אנגענומען פאר איר) אז דער טאטע האט איר קיינמאל נישט געשלאגן און נישט צוגערירט באופן כזה. אבער ער איז שוין געבליבן אינדרויסן, און זי איז געבליבן מיט דעם הויז און ביזנעס און געשריגן אז זי וויל א גט.

דער בית דין האט איר געזאגט אז ווען זי וועט צוריק געבן דאס הויז און ביזנעס, וועט מען אויסארבעטן וואס עס קומט איר און דערנאך וועט זי באקומען א גט, אבער זי האט נישט געוואלט הערן דערפון. זי וויל א גט און פערטיג. נאך דריי יאר עקשנות האט דער איד באקומען א היתר מאה רבנים און האט שוין ב"ה חתונה געהאט פאר פילע גליקליכע יארן, און זי איז געבליבן אליינס און לויפט ארום וויינען אז זי איז אן עגונה.

אן אנדערע פאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די פרוי מיט איר טאטע האבן אויסגעליידיגט דעם מאנ'ס באנק קאנטע, (עס איז דארט געליגן דעמאלס 250 אלפים...) און דערנאך געשריגן אז דאס געלט האט געהערט פארן שווער. אבער דער מאן האט געזאגט (און דער בית דין האט מסכים געווען) אז דאס געלט געהערט פאר אים, און אויב זי וויל א גט זאל זי צוריק געבן. זי האט שוין נאכדעם געוואלט, אבער איר טאטע איז געווען פאר'עקשנט. און זי איז ארום געלאפן וויינען "עגונה".

אזוי האב איך מיטגעהאלטן נאך א שיינע פאר מעשיות, ווי מען האט צוגע'גנב'עט געלט, אדער נישט צוגעלאזט דעם טאטן צו זיינע קינדער, און די פרויען זענען ארום געלאפן מיט די פאלשע טרערן אז זיי זענען עגונות.

רבותי, דאס הייסט נישט א עגונה. דארט ווי דער מאן האט א טענה צודקת און וויל דעריבער נישט געבן קיין גט, און די פרוי אדער אירע עלטערן זענען עקשנים, איז דער מאן נאך נישט געווארן קיין מעגן און די פרוי נישט קיין עגונה. (אנשטאט דארף מען אפשר אנרופן איר משפחה מעקשים און דעם מאן א מעוקש... אדער עפעס ענליכס)

אבער אין די לעצטע עטליכע צענדליגע יארן האבן זיך געיאוועט אזעלכע רשעים מאפיאנערן אשר בשם רבנים יכונה, און זיי האבן געטראפן דא א וועג ווי אזוי צו מאכן אפאר טאללער. מען דינגט אפאר ליידיג גייערס, שלעגערס, און מען באצאלט זיי אפאר גרינע און פאר דעם מקל'ען זיי אן דעם מאן, און אזוי באקומט מען א גט. א געוואלדיגע עצה. מען גנב'עט פון דעם מאן א פערטל מעלאנע, דערנאך באצאלט מען פופציג זעכציג אלפים פאר דעם "רב" און מען באקומט א גט.

און איר דארפט פארשטיין אז מען רעדט נישט דא פון סתם אפאר פעטשלעך, איך האב שוין גערעדט מיט אזעלכע געליטענע, עס איז באמת אומגלויבליך וואס מען טוט פאר די מענטשן. געווענליך שלעפט מען זיי אריין אין א ווען אדער טראק, און דארט ווארטן שוין די מלאכי חבלה, די שדים בצורת אדם, און מען נעמט זיך איבער אים. זיי צוברעכן ביינער (אן קיין גוזמא) זיי נוצן עלעקטריק שאקס, זיי טוען ווערגן דעם מענטש ביז קרוב צום פארלירן דאס באוואוסטזיין. זיי שטעכן דעם מענטש און טיילן מכות רצח ווי די ווילדע צולאזטע אראבער פון מיטעלן מזרח. מער פון איין מאל האבן זיי דעם מענטש געשלאגן ביז ער איז געווארן אנקאנשעס (פארלוירן דעם באוואוסטזיין).

איך גלייב אז איך דארף אפילו נישט ממשיך זיין מיט מגנה זיין, פארדאמען און ערקלערן דאס נידריגקייט פון אזעלכע אקטן. עס איז גאנץ פשוט אז די זענען לגמרי נישט קיין רבנים, דאס זענען א כאפטע טעראריסטן און מאפיאנערן לכל דבר, און עס איז א דבר פשוט אז די מענטשן מעג מען געהעריג פא'מסר'ן פאר די רעגירונג און טון אלעס וואס מען קען די פינסטערע פארשוינען אריינצוטראסקענען אין תפיסה, וועלכע איז בדרך אגב צו א שיין פלאץ פאר זיי. ווייל אויסער וואס דאס איז פשוט קעגן די הלכה און קעגן דאס געזעץ, איז אזא גט פסול לכל הדעות און די פרוי בלייבט אן אשת איש, און די פאלשע רבנים, די רשעים ארורים טוען רח"ל מרבה זיין ממזרים בישראל.

אבער ליידער איז דאס אנגעגאנעגען בריש גלי פאר עטליכע צענדליגער יארן, ואין פוצה פה ומצפצף. עס זענען דא פילע אנדערע רבנים וועלכע ווייסן פון דעם, ווייסן וועלכע רבנים טוען דאס, אבער עס האט זיי נישט אפגעהאלט פון דיעלן מיט די שקצים אין אנדערע קעיסעס. און א וועלט וואס איז נאך נאר 10 פראצענט נארמאל, ווי די רבנים האבן נאך אין זיך עטוואס ערנסטקייט און ערליכקייט וואלט מען דאך די שקצים געדארפט פארדאמען אויפן שארפסטן אופן. יעדער רב א ירא שמים וואלט געדארפט שטיין אויף דעם בכל התוקף אז ער וויל מיט די רשעים נישט האבן קיין שום אפיר און וויל אפילו מיט אים נישט שטיין אין ווארט.

אבער ליידער איז דאס נישט געשעהן, אנשטאט האבן די רבנים זיך גערעכנט מיט זיי, געארבעט מיט זיי און דורך דעם זיי געגעבן לעגיטימאציע. די דאזיגע רשעים ארורים האבן זיך געשפירט ווי רבנים, זענען געזעצן אויבן אן און באקומען כיבודים ביי שמחות, און האבן זיך ארום געדרייט מיט שיינע שמייכלעך ווי שיינע אידן און געווען מקובל ביים ציבור אלס געהעריגע אפסטענדיג סיטיזענס פון די יונייטעד סטעיטס.

נאכאמאל, עס איז באמת שווער ארויסצוברענגען דעם שוידערליכן חורבן הדת וואס די דאזיגע רשעים האבן אנגעברענגט אויף דאס יהדות החרדית בארצות הגולה (איך קען נישט צופיל מאריך זיין, איך באציה זיך אויך צו דעם נושא אין אן אנדערן מאמר וואס איך האלט אינמיטן שרייבן) אבער דאס איז קלאר אז דער חורבן וואס זיי האבן אנגעמאכט וועט נישט אזוי שנעל פארראכטן ווערן, און אפילו אויב די פאר ערנסטע רבנים וואס זענען נאך געבליבן וועלן יא נעמען שריט עס צו פארריכטן וועט עס נאך אויך געדויערן זייער לאנג און די נאכווייען וועלן זיך נאך שפירן פאר אסאך יארן.

על כן, אז דער אויבערשטער האט געשיקט זיינע גוטע שלוחים, דאס מאל אין דעם געשטאלט פון עף בי איי אגענטן, עס איז געקומען דער בעל הכרם און מכלה געווען אביסל קוצים פון זיין גארטן, איז עס א יום בשורה פאר כלל ישראל.

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן דעם אמעריקאנער אידנטום, אז דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די רשעים זאלן באקומען זייערע פארדינטע שטראפן, זיי זאלן אפפינסטערן זייערע איבערגעבליבענע שווארצע יארן אין די שמוציגע פינסטערע תפיסה קעלערן פון די אמעריקאנער רעגירונג, און אפשר וועלן זיי נאך האבן דארט עפעס א התעוררות תשובה און טרייען צו פאררעכטן כאטש אביסל פון דעם וואס זיי האבן פארדארבן און מתקן זיין אביסל זייערע פארשמירטע נשמות. און דער אויבערשטער זאל אויך העלפן אז אנדערע רשעים וואס האבן אנגעפירט און צוגעהאלפן צו אזעלכע סארט "געשעפטן" זאלן אויך בקרוב געכאפט ווערן, און אריינגעפירט ווערן אין חד גדיא, ווי זיי באלאנגען, עס וועט זיין נאה להם והנאה לעולם, און עס זאל בקרוב מקויים ווערן השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה, און דעמאלס וועט שוין זיין והסר ממנו יגן ואנחה, בב"א.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

הדד בן בדד האט געשריבן:
רבותי, דאס הייסט נישט א עגונה. דארט ווי דער מאן האט א טענה צודקת און וויל דעריבער נישט געבן קיין גט, און די פרוי אדער אירע עלטערן זענען עקשנים, איז דער מאן נאך נישט געווארן קיין מעגן און די פרוי נישט קיין עגונה. (אנשטאט דארף מען אפשר אנרופן איר משפחה מעקשים און דעם מאן א מעוקש... אדער עפעס ענליכס)



הדד,
צוויי עוולות מאכען נישט איין רעכט. אז די פרוי באגייט א אומרעכט, איז נאכאלץ נישט קיין ליגעטימער תירוץ צו ניצען די תורה הקדושה אלס כלי נשק. רבי צדוק אומר: אל תעשם עטרה להתגדל בהם, ולא קרדום לחפור בהם.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ראשעקאל האט געשריבן:.


מי יכסה בושה'תינו לעיני העמים :קראץ: :קראץ: :קראץ:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז א שווערע דילעמא, מחד, לאזן פרויען עגונות איז עק וועלט, מאידך, נעמען יוסטיץ אין די אייגענע הענט, נמצא העולם חרב.
ווען א אמתער עדין הנפש צווינגט מענער מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט איז איין זאך, אבער ווען א משחית נוצט עס צו רייך ווערן איז ער דאך א געהעריגע געדינגענע אסעסין- שכיר חרב.
עס איז מעגליך אז די מעשה איז נישט גענוי ווי די עף בי איי לייגט עס אראפ, און עס איז מעגליך אז בלויז איינער פון זיי, אפשר עפשטיין איז געווען פארדארבן און די אנדערע רבנים האבן געמיינט גוט. מי יודע.
די הערליכע ווערטער וואס שליח האט בחכמתו צוגעברענגט פון רמב"ם אין ספר המצוות אז מוטב שלא יענשו אלף חייבים מאשר לחייב זכאי אחד, איז אפשר נוגע אהער. ענדערש זאל די פראבלעם זיין א פראבלעם, ווי איידער מענטשן זאלן טון רשעות צו פארמיידן א ווייטאגליכע פראבלעם. אולי.

די אלע זאכן איז נישט אמת'דיג בארירט די פראבלעם, די אמתע לעזונג דארף קומען פון רבנים וואס זאלן אויפקומען מיט א לעזונג פאר די עגונות. אין די דורות הראשונים שלפני התקטנות הביצים האבן רבנים גענומען אין באטראכט די דברי חז"ל "בראשונה היו ----- משרבו ה----- התקינו" און אויפקומען מיט הלכה'דיגע לעזונגען, זאל עס זיין א תנאי בקידושין, א הפקעת קידושין, א נייע גזירת חכמים אדער סיי וואס, אבער אז אפילו אז פארהאלטענסמעסיגע גרויסע גדולים גייען און זייערע קינדער האבן קוראזש בלויז בעניני ברכה אויף באמבא, זענען מיר אויף צרות.


אבער אינטערסאנט אז מיר חרדים פילן שוין נישט אן די פאפירן מיט ווייסע קאלנער פארברעכן, ככל הגויים האבן מיר שוין (לכל הפחות אין די אויגן פונעם פאבליק) אייגענע בערני מעידאף'ס, אייגענע דזשאן גאטי'ס און אייגענע נחמי' וועבערמאנס.
ה' ירחם.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

נעמען די זאך אין די הענט אריין דארף זיין א עוון פלילי און אומדערהערטבאר.
מארגן וועלן זיך יאווען איחוד עסקנים,און אנהארגענען איינעם די ביינער, פארן האבן א טעלעפאן בלתי מאושר, אדער גאר טעקסט מעסעדזשעס ה"י, און מסביר זיין ווי דאס קען צופירן מעגן צו זיין א פרוי.

שלעגערס איז דא גענוג ליידער ביי אונז, און ווען עס ווערט א מצוה, שטייגט די אינטערעס פילפאכיג.
איז לאמיר אלע מודה זיין צו די ווערטער פון הדד בן בדד, ברוך שפטרנו מענש"ו שלזה, א שיינע ריינע כפרה פאר כלל ישראל.

אפי' דער גרויסער תנא רשב"א, וואס האט איבערגעגעבן א גנב ובועל נערה המוארסה ביוה"כ, פאר די רעגירונג, האט תשובה געטון דערויף כל ימיו,
מודה זייענדיג צו די ווערטער פון די חכמים.
יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו.

נ.ב. ליידער איז אריין געמישט אין די פרשה אויך אפאר טייערע אידן ו(איינעם קען איך גוט)ואס האבן זיכער נישט געוויסט וואס מען טוט דא, און מען דארף זיי אינזין האבן ולאסורים פקח קוח שיצאו זכאי בדינם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויס מענטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

הדד בן בדד האט געשריבן:
מיט דעם האבן די חכמים געראטעוועט דעם מאן פון בלייבן מעוגן דורך זיין ווייב אין א פאל ווען זי וויל בשום אופן נישט נעמען קיין גט (אדער אז דער בי"ד פסק'נט אז עס קומט איר נישט קיין גט) אדער אז זי איז פשוט נישט ביכולת צו נעמען א גט, ווי למשל אז זי איז רח"ל יצאה מדעתה אדער איז קראנק און איז נישט ביי זיך. ווידער אבער ביי די פרוי, וויבאלד מן התורה קען זי נישט צווינגען דעם מאן צו געבן א גט, איז ליידער אנטשטאנען דער אור אלטער פענאמען פון עגונות, דאס הייסט א פרוי וואס די מאן וואוינט נישט מער מיט איר און האלט איר נישט אויס, אבער וויל איר אויך נישט געבן קיין גט, אזא פרוי קען ל"ע אפלעבן איר גאנץ לעבן, צענדליגער יארן נאכאנאנד אן באקומען א גט פיטורין. אזא פרוי איז פאראורטיילט צו א ביטערן און איינזאמען לעבן, אן א מאן, און אן די אלע צוגאבן אין לעבן וואס א מאן ברענגט צו.

עס איז קלאר אז דער פראבלעם פון עגונות איז א גרויסער פראבלעם, עס איז א שווערער פראבלעם מיט וועלכן רבנים פון אלע דורות האבן זיך געמוזט ספראווען און גאר אסאך תשובות און מעשיות זענען ידוע און מקובל און אפגעשריבן איבער די מיליאנען בלעטער פון די שווערע טויזענטער ספרי קודש וועלכע כלל ישראל פארמאגט אין אירע ספרים שענק, די נחלה פון דעם צוויי טויזענט יעריגער גלות. מיר פארשטייען נישט די דרכי ה' און מיר ווייסן נישט פארוואס דער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט, אבער מיר גלייבן אז ער ווייסט וואס ער טוט און האט עס זיכער געטון פאר א גוטע סיבה.




דאס איז נישט אינגאצען ריכטיג, ווייל אויב דער מאן וויל נישט וואוינט מער מיט איר, איז ע"פ הלכה יא מותר אים צו צווינגען אויף געוויסע וועגן,
נאר היינט איז די פראבלעם פון עגונות ווען דער מאן וויל יא וואוינען מיט איר, נאר זי וויל נישט, וואס ע"פ הלכה הייסט זי די מעגן,
ווייל מען האט פאדרייט די תורה, איז היינט דא אזויפיל עגונות
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

יישר כח הדד בן בדד פאר דיין הערליכע ווערק וואס ברענגט ארויס בלויז אחת מני אלף דער ביטערער מצב אין דעם פיעלד

זייענדיג באקאנט מיט יארען צוריק מיט ענליכע פעלער אזוינע פון וואס איר רעדט און ענליך לזה איז דער מצב היבש היבש ביטערער פון דעם וווייל בכגון זה ווי אזוינע אפענע פאלנע פארברעכער איז כאטש דא א קראנטער איבערווייז און אז דער אייבערשטער העלפט די דינא מלכותא נעמט זיי און די האנט באקימען זיי דאס פארדינטע

די צרה איז אבער אז ס'זענען פאראן אזוי גערופענע אישי החסד וואס פארליבען זיך דייקא אנצונעמען על צד האשה צוליב שפלותם ונבזותם און טוען כל טצדקאות שבעולם זיך אנצונעמען דייקא לטובת האשה סיי אויף צווינגען צו וואוינען ווען יעדן רעכטדענקענדער מענטש האלט אז ס'איז א רעה
און הן ווען די רעכטדענקענדע עסקנים ומומחים טענה'ן אז די זאך קען ווייטער פארען קומען די שפלי אנוש אויף אלע סארט טצדקאות מלובש בלבוש החסד אהן קענען אנדייטען אויף זייערע מעשי רשע ווי די פארברעכער וואס זיצען היצ אין ארעסט און צוברעכן אזוי בלי גוזמא הינדערטער בתים נאמנים בישראל איבערלאזענדיג טויזענטער לעבעדיג יתומים הפקר צום היינטיגען טמא'נעם גאס

און דער וויי געשריי פון די באטראפענע איז בוקעת ועולה עד לרקיע און ליידער געפינען זיך בתוך מחנינו מכם ובכם א.ג. ערנסטע לייט וואס שטייען מיט און טוען זילטש להציל עשוק מיד עשקו

די טרינקער'ס דא אין שטיבעל ווערן געבעטן מוציא צו זיין חרב מתערה קעגן די באנדיטען און טון כל טצדקאות שבעולם זיך אנצונעמען אויף די נרדפים

באמת ווערט שוין מב' בראשונים אז זינט מ'האט לטובת הנשים מתקן געווען דעם חדר''ג ווערט ליידער זייער יד מער תקיף און ס'האלט נעבעך ווי ס'האלט אז זיי טוען דאס געמיינסטע און געוויסע א.ג. ערנסטע מענטשען שטייען לימינם און ציען דערפון חיונה
פארשפארט