"דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

"דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]דעם שבת נאכמיטאג נאכן טשאלענט האב איך גענומען אין האנט אריין 'דעם שופר פון אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום' 'דער איד'. אזוי דרוכבלעטערנדיג דעם צייטונג האב איך מיך אנגעשטויסען אין דעם 'עולם הפאליטיקע' קאלום ווי דער שרייבער באשרייבט דאס פטירה פון הרב עובדיה יוסף, און וואס עס באדייט אלץ פארן היינטיגן ש"ס פארטיי. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי אן אומאפהענגיגע צייטונג דעקט דעם פארליסט פון אזא מנהיג און גדול.
וואס איך האב געזען דארט האט מיר שאקירט.

באמת האב איך משער געווען אז כדרכם וועט דער שרייבער שרייבען א קליינע לחש: אז מיר קענען זיך נישט אינדענטעפעצירן מיט הרב יוסף'ס דעות און שיטות און נאכדעם אנגיין מיטן באשרייבן דעם פאליטשן חלק מיט ריספעקט און נארמאלקייט כדרכם ביי אלע ישראלישע פרעסע באריכטן. אבער נישט דאס איז געווען די קעיס דא.

מתחילה איז דער קאלומעניסט מסביר פארוואס ער קען נישט באשרייבן דעם עצם פארליסט פונעם גאון ווייל:
"א צייטונג דער איד וואס איז דער קול שופר פון ערליכען קנאי'שע לאגער איז עס נישט די ריכטיגע זאך".

איר הערט ווערטער! קודם האבן מיר אן הודאת בעל דין אז 'דער איד' איז מער נישט 'די שופר פונעם אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום' ווי זיי פראקאלאמירן אויפן הויפט בלאט. הייבט זיך נישט אן, דאס איז נישט די שופר פון אן אומאפהענגיגען איד און אודאי נישט פון קיין ארטאדאקס. דאס איז דער שופר פון אן ענגן קרייז וואס רופט זיך 'קנאישען לאגער'. איז במטותא מינייכו פון היינט און ווייטער הערט אויף מיט די קרעפלעך און טוישט אייער סלאגאן אויפן הויפט בלאט צו עפעס וואס שטימט מיטן מציאות.

נאדעם שרייבט ער ווייטער אז הרב יוסף איז אבער אויך געווען א פאליטישע פיגור, און אלץ אזא איינעם מעגן מען אים באשרייבן אפילו אין אזא קנאי'שע בלעטעל ווי 'דער איד'. און אנדערע ווערטער מען ברויך פארנידערשיידען סטעיטס פון רעליגיע.
ביז אהער אז עס נאך בחסד.

אבער דאן קערט זיך ווידער דער שרייבער צו הרב הרב יוסף'ס פערזענליכקייט און דיסקרייבד ווי אזוי זיין לבוש האט אויסגעקוקט:
"געקליידעט אין עהרנפולע באגילדעטע מונדירן מיט א ספרדישע פאטשיילע אויפן קאפ און טינקעלע ברילן אויף די אויגן..."

שטעלט אייך פאר מען זאל שרייבן אין 'דער איד' אזוי: דער רבי איז אריינגעקומען שמחת תורה ביינאכט צו הקפות זיין פנים האט געפלאמט און געלאכטן, דער רבי איז געגאנגען געקליידעט מיט א באגילדעטע מונדיר און שווארצע קעצי גלעזער אויף די אויגן..."
ביז היינט האב איך געוויסט אז א רבי גייט מיט א בעקיטשע און א חכם גייט מיט א גלימה און סאלדאטן אויפן פראנט אדער קינדער אין פורים גייען אין מונדירן. אבער דער שרייבער האט מחדש געווען ניין! מיר חסידים גייען אין בעקעטשיעס רעקלעך רעזשוואלקעס און סטראקעס אבער די ספרדים זיי גייען אין מונדירן און טינקעלע ברילן.

אבער צו אזעלעכע סארט מים המאררים זענען מיר געוואוינט און מיר וואלטן עס נאך געקענט אראפשלינגען. אבער דער שרייבער באגנוגט זיך נישט מיט די ביליגע ליצנות וואס ער לאזט הערן אויפן חשבון פונעם גרעסטען גדול וואס די ספרדישע אידן האבן פארמאגט אין די לעצטע פופציג יאר, ער איז ממשיך זיך פארענטפערן פארוואס ער מעג שרייבן איבער דעם פאליטישע חלק פון אזא פיגור:

"נישט נאר מדינת ישראל קליינע פאליטישע וועלט נאר טאקע די גארער וועלט פירער האבן געפענט א פאר אויערן צו הערן וואס דער ספרדישער כאַכאַם האט צו זאגן (מערקט אז ער קען נישט שרייבן חַכַם מיט א חי"ת ווייל מען וועט נאך חלילה מיינען אז ער איז באמת געווען א חַכַם און ביי אזא ציוני איז גילטיג דעם חשש פון שאני מינות דמשכי) נישט ווינציגער ווי זיי האבן נאכגעפאלגט די רייד פון -להבדיל- איראנ'ס אַיאַטאָלאַ'ס און כומעיני'ס..."

און אנדערע ווערטער פונקט ווי איר האט נישט קיין טענות ווען מיר שרייבן וועגן אַיאַטאָלאַ'ס און כומעיני'ס זאלט אייך נישט באנג טוען ווען מיר שרייבן וועגן הרב יוסף'ן. און אלץ חשש אז דער ליינער וועט נישט כאפן דעם רמז האט דער שרייבער גענדיגט מיט ... דריי פינטלעך ווי איינער זאגט: איר כאפט דעם וויץ?

יא איך כאפ דעם וויץ! און טאקע וועגן דעם וויל איך מוחה זיין א מחאה נמרצת. צו פארגלייכן דעם גאון הגאונים הרב עובדיה יוסף צו אַיאַטאָלאַ'ס און כומעיני'ס, אלעס כדי זיך צו פארענטפערן פאר זיינע קעלבלעך פארוואס ער מעג שרייבן איבער דעם פאליטשן כאראקטאר פון הרב יוסף איז בזיון תלמיד חכם אויפן העכסטן גראד שאנדפול און עקעלדיג. דאס איז געלעסטערט גא-ט און געשענדעט א תלמיד חכם.

אידן החרדים לדבר ה' ווארפט ארויס 'דער איד' פון אייערע הייזער, הוציא את המקלל מחוץ למחנה. דאס איז נישט קיין צייטונג דאס איז א שונד בלאט! א שונד בלאט וואס מען וואלט ווען געדארפט ארויסקומען אקעגן דעם בחרב ובחנית, ארויסווארפען פון יעדע געשעפט אין ווילאמסבורג און בארא פארק. עס וואלט שיין געווען ווען די רבנים און עסקנים וואס זענען געוועון פארנומען צו אסר'ן דעם שטערן און דער שפאקטיוו וואלטן ווען איינשפאנט זייער גאנצער טעראר מאשין אקעגן 'דער איד', מאכן אסיפות אין קאנטינענטעל , מושב בית דין'ס אין התאחדות, און קול קורא'ס אויף יעדע קאנסטראקשען געביידע אין וויליאמסבורג. נאר מאיזה סבה ערווארט איך נישט קיין פיפס אדער מחאה פון קיין איינע פון די אויבן דערמאנטע עסקנים און מנהיגים. אפשר ווייל הרב יוסף איז געגאנגען מיט מונדירן און טינקעלע ברילן.[/justify]
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

ביזט גערעכט אביסל יא אין אביסל נישט. און האב איך דיר טאקע געלייקט. וועגן די טונקעלע גלעזער איז עס פאקטיש געווען דער סימבאל וויאזוי ער איז געווען אריינגעקריצט ביי מענטשן אין מח וואס האבן אים געזען, סעאיז נישט וואס מ'זעהט אסאך שטארט עס שטארק ארויס. מה שעין כן קעצי גלעזער... וועגן וואס איר שרייבט אז ער גלייכט צו צו כאמיעני קען מען עס פארטייטשן אז למעשה איז אין דער וועלט איז ער נישט געווען באקאנט צוליב זיין גאונות, אין די גרויסע אלגעמיינע וועלט ווייסט קיינער נישט צו זאגן פון למשל הרב וואזנער אדער סיי וועלעכע אנדערע גאון פאר פונקט ער יא? דאס איז ווייל ער איז געווען א פאליטישער פיגור. איך זע נישט אז דער שרייבער וויל פארשעמען דא דעם גאון דערמיט. אבער אולי בין איך נישט גערעכט.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בשבילי! האט געשריבן:וועגן די טונקעלע גלעזער איז עס פאקטיש געווען דער סימבאל וויאזוי ער איז געווען אריינגעקריצט ביי מענטשן אין מח וואס האבן אים געזען


הונדערט פראצענט אזוי. וראיה לדבר, "דער איד" איז זיך נוהג צו שרייבן אויפן קאלוב'ער פון א"י, "דער מיטן נאקעטן געזיכט."
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

נו, ווי האט איינער אמאל געזאגט: ווען וועט שוין "דער איד" אומקומען אויף קידוש השם,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואליש האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:וועגן די טונקעלע גלעזער איז עס פאקטיש געווען דער סימבאל וויאזוי ער איז געווען אריינגעקריצט ביי מענטשן אין מח וואס האבן אים געזען


הונדערט פראצענט אזוי. וראיה לדבר, "דער איד" איז זיך נוהג צו שרייבן אויפן קאלוב'ער פון א"י, "דער מיטן נאקעטן געזיכט."

יא, און ווי זיי שרייבן אייביג אויף החסיד המפורסם רבי עזריאל "דער שוחט מיטן קראצעדיגן שטימע"

בענדזשאמין, הערליך, אבער א שאד די צארן ווייל די קנאות פון טיפשות שטייגט אין גרויסן, קען מען זיך עפעס רעגן אויף יעדע ימח שמו און צעקראכט ווערן פון יעדע צימערמאן?
אבי נישט ביי אידן, קאכט ענק אין אייער אייגענע הכנה געמויזעכץ און לאזט אידן געמאך און שוין.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

ס'א ווינדער אז דער שרייבער'ל פין דער איד האט נישט אביסעלע מער שכל,

אבער ס'מסתם אויך אז זיי דארפען קעיטערען צי א שיינע צאל פין שכל'לאזע עקסטרעמיסטען, אין דאס מידענסטע הערצה פאר הרב עובדיה וואלט זיי אויסגעשטעלט צי אינערליכע קריטיק,

מסתם דער בלאט האט געשריבען מער נארמאל, נו [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] יעצט א ריפארט פין די באשרייבונג פין "דער בלאט",
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך האב עס שוין געשריבען אין אן אנדערע אשכול אבער אזוי ווי עס איז נוגע אהער ברענג איך עס נאכאמאל
סאשי פיש האט געשריבן:'דער איד' פארגינט נישט פאר רב עובדיה יוסף דעם טיטל 'גאון', מסתמא איז ער נישט אזא ת"ח ווי די אחים הגאונים פילאפף אדער משפחת הדיינים פרידמאן.
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך חבקוק הנביא »

קופערניקוס האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:וועגן די טונקעלע גלעזער איז עס פאקטיש געווען דער סימבאל וויאזוי ער איז געווען אריינגעקריצט ביי מענטשן אין מח וואס האבן אים געזען


הונדערט פראצענט אזוי. וראיה לדבר, "דער איד" איז זיך נוהג צו שרייבן אויפן קאלוב'ער פון א"י, "דער מיטן נאקעטן געזיכט."

יא, און ווי זיי שרייבן אייביג אויף החסיד המפורסם רבי עזריאל "דער שוחט מיטן קראצעדיגן שטימע"

בענדזשאמין, הערליך, אבער א שאד די צארן ווייל די קנאות פון טיפשות שטייגט אין גרויסן, קען מען זיך עפעס רעגן אויף יעדע ימח שמו און צעקראכט ווערן פון יעדע צימערמאן?
אבי נישט ביי אידן, קאכט ענק אין אייער אייגענע הכנה געמויזעכץ און לאזט אידן געמאך און שוין.


טאקע פארדעם דארף מען טאקע שרייבען אין בייגען די וואגשאל אביסעל מער צי די נארמאלע זייט, מען קען דאך נישט צילאזען אז די עקסטרעמיסטען זאלען איבערנעמען די דעת הקהל,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קופערניקוס האט געשריבן:אבי נישט ביי אידן.

ווי איך פארשטיי, באציהט זיך יא דער אשכול אויף דער "איד"
וירח ה' את ריח הניחוח
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

בשבילי כהאב נישט ערווארטעט פון א היימישען געטא איינוואינער צו וויסןפון הרב יוסף'ס גאונות, נאר טאקע ענדערש פון זיינע טינטעט ברילן.

אז מען רעדט שוין יא פון טינטעט ברילן איז צו דערמאנען אז דער מנחת יצחק זצ"ל איז אויך געגאנגען בסוף ימיו מיט אזעלכע ברילן, און איז טאקע נכשל געווארן מיט נאכברענגען דעם יביע אומר אין זיינע ספרים.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

מען רעדט דאך דא פון די עלסטע סאטמערע צייטונג וואס במשך איר קיום איז איר שויך אסאך מאל אויסגעקימען צי באשרייבען די פיטרה גרויסע מענטשן פון די צד וואס האט נישט געהערט צי די סאטמער קרייז מיט איר שיטה.

ווי אזוי פלעגן זיי אלעמאל טיען?
זיי האבן דאך אמאל געהאט גיטע רעדאקטערס בעלי דעת, און עס איז געווען א וועלט בעפאר אכשר דרא, ווי אזוי האבן זיי באשריבען אנדערע גדולים יארען צירוק?
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אביסל קען מען פארשטיין די רוגזה פון דעם אומאפהענגיגן (וואס? זאג איבער כהער נישט!) ארגאן, דערנאך וואס עס איז באקאנט געווארן דער שריפט.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

="אויס מענטש"]בשבילי כהאב נישט ערווארטעט פון א היימישען געטא איינוואינער צו וויסןפון הרב יוסף'ס גאונות, נאר טאקע ענדערש פון זיינע טינטעט ברילן

ביי אינז האט מען אויסגעלערנט אז ער איז געווען א קל שבקלים, א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, א ליידיגייער פארברענגט אגאנצן טאג מיט פאליטיק, בשעת ווען באמת האט די פאליטישע באגעגענישן און באראטונגען זיינע מסתמא פארנומען ווייניגער צייט ווי דער דורכשניטלעכער רעבע איז מברר די ניצוצת פון די פיש יעדען פרייטאג צונאכטס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

אדער וועלכע בעקיטשע צו גיין ביי יעדע צערעמאניע.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך האב אויף געהערט קויפן ״דער בלאט״ בײ די שרעקליכע עקסידענט מיט די גלאובער פארפאלק אחוץ ימים טובים. איך האב מיך פארעקלט פון די װעג זײ האבן באשריבען די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעילס ארײן קריכענדיג אין די משפחה׳ס קישקעס. ״די צײטונג״ האט געטוישט פון זײן א בעל בתיש׳טע צײטונג צו מער א שטיקל שיטה גענויגט בין איך געבליבן מיט ״דער איד״ װאס האט כאטש עקספיריענסד שרײבערס װאס שרײבן און לײגן אראפ אן ארטיקל פראפעשינעל און װי דערװאקסענע מענטשן. די גארבידז קוק איך נישט אן. יעצט די װעג זײ האבן געשריבן
איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל רעגט מיך אױף אבער װאס נאך איז געבליבן צו לײנען אין יודיש? (אידיש)
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אט איז א סצענע וואס איך האב די וואך צוגעזעהן אין מקוה.
א וויליאמסבורגע איד'ל האט געפלוידערט און געהעצט קעגן הרב יוסף און זיך בין הדברים אויסגעדריקט מיט די ווערטער "ימ"ש" ר"ל. א לוחם מלחמות ה' (אולי איז דאס אפי' געוועהזן בענדזשמין גופא) האט ווילענדיג ארויסברענגן דער חומר הדבר זיך געגעבן א רוף אן ימ"ש אויף דער רעבע זכיליינו. ווי נאר דאס האט פאסירט, האט דער אויבן דערמאנטער קנאי אפגעלאזט אלעס, מער נישט געוואלט רעדן מיט אים, און אנטלאפן זיך אנטוען ערגעץ אנדערש.
און איך וואונדער זיך, אויב איז ער בארעכטיגט צו ניצן דער שפראך, פארוואס איז דער צווייטער אומבארעכטיגט???
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

עפעס א מין שיטה וואס איז נישט געוועין אינעם יאר הינדרעט יענער האלט דיפרענט ווי דיר איז ער שוין א שגץ!! און ס'נישט אלע זאכן ס'דווקא ""ציונות [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]""!! ממש בושות אפילו דער בלאט האט עם באשריבן זייער נעגעטיוו!זעיט אויס ר'געציל קען מער לערנען ווי ר'עובדי'

ווער רעדט נאך פון די נטורי קרתה רחמנה ליצלן זאגן אויף עם י"ש ווייל ער האלט אנדערש ווי די רבי זעליינו!! זאלסטו עם צוגלייכן צו היטלער ימח שמו דעים גרעסטען גאון פון דור!!!

אלע צייטונגען האבן עם אזוי שיין באשריבן,די משפחה,עמי,המודיע,יתד, ארטיקלעך וועגן זיין גרויסקייט, מיט בילדער. חוץ אונזער דרעקישע צייטונגען!!!פוי!!

שכוח בנימין פאר די לעכטיגע רייד!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

די יעניגע האבן גענימען די שיטה אין אראפגענימען די אות ה איז געבליבן.............

דער וואס פארשטייט פארשטייט!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אחרי נתינת הכבוד והתודה הראוי, וויל איך אביסעל מחולק זיין מיט מורנו ר' בענדזשאמין, און ארויסברנגען וויאזוי דער התנהגות פון איד איז גוט און ריכטיג און טוהט אויף פון אן אומאפהענגיקער שטעלונג.
אמת, ארטאדקאסיש איז עס טאקע נישט, ווייל ארטאדאקסיש דארף מען מכבד זיין א איד א תלמיד חכם א מרביץ תורה און א מנהיג ישראל וואס מיינט ערנסט דער באשעפער, אפילו אויב איז מען מחולק מיט עם אין געוויסע פרטים פון די סוגיא פון שלש שבועות ועוון ההליכה לכותל. (מערקוועדיג ווי פון א פאליטישער קוקווינקעל מעג מען שרייבען, ווייל עס אינטרעסירט אונז דאך פאליטיק אויך וועלטליך און וועס איז נישט על פי השיטה הקדושה, אבער סתם תורה און הלכה, און דאס וואס עס רעדט זיך פון א איד וואס האט געהאט בקיאות אין תורה והלכה כיחיד בדורות. דאס גייט אונז נישט אן, ווארום סתם אין די תורה האבען מיר דאך נשיט קיין עקסטערע אינטערעס.) אבער אומאפהעניג איז עס שוין איינמאל. אין א צייט וואס פלוצלינג ווערען אלע ראציאנאלע קולות פארקטישט, און אלע צייטונגען מימין ועד שמאל שפילען איין ניגון פון מרן גדול הדור גאון הגאונים. ווען פליצלינג איז דער זעלבער מענטש 'מורי ורבי' פון שמעון פרס (ווייל שמעון'ן האט פשוט געווארט דער רב זאל מכריע זיין דעת ההלכה בסוגיא דשטחים תמורת שלום) און מרן זצ"ל פון ר' שמואל אוירבאך (ווייל ר' שמואל הא געזוכט נאך א העדליין פאר זיך). בשעת וואס בחייו, דהיינו אין די אמת'ע הערכה פאר עם, שטייען זי גאר ווייט, און האבען עם גארנישט אזוי מחשיב געווען פה אחד. איז נישט אזא שלעכטע זאך אז אפאר מענטשען געדענקען נאך זייערע עקרונות פון לעצטע וואך און טאנצען נישט מיט מיט יעדער לעצטע מידיע דרייאכץ פון יענע וואך און לאזט הערען זיין צד און דעה, און האלט דער וועלט אויף אביסעלע אביעקטיבישקייט.

אמת, וכמו שעוררתי לאחרונה באשכול מיוחד, איז א לווייה נישט קיין צייט צו פירען פאליטיק, און נארמאלע מענטשליכע עמפאטיע פירט מען זאל מיטפילען אפילו מיט א שונא ביי אזא צייט און אוועקוקען די חסרונות נאר רעדן פון די מעלות וכו'', כל זה טוב וישר ונכון וראוי. און איך וועל נישט זיין דער שליח שוטה גראד צו מאכען דער שפיל-פעלד דא. אבער אז עס איז דא א שוטה זאל עס טוהן דארף מען נישט אראפארייסען דערפאר. ממילא איז גוט אז עס איז דא דער ניו יארק פאוסט זאל זאגען פאץ, און דער יוצב"ש דער מחוצף וואס זאל שרייען אז הרב עובדיה איז געווען ווי חומעיני, און האט געשאדט פאר מענטשהייט מער ווי ער האט אויפגעטוהן, און מצד שני דער איד זאל שריייען ער איז סך הכל געווען א מנהיג מיט א גלימה און א מאדנע הוט.

הגע בעצמך, מיר לעבן היינט אין א חרדיש'ע וועלט ווי אלעס איז מאנאליטיש, אלע רעדן איין שפראך און זינגען דער זעלבער ניגון. יעדער איינער מוז גלייבען, אדער לפחות שפילען אזוי, אז אלע רביס מנהיגים ואגדולים זענען גלייך מען טאר נישט מכניס זיין ראשינו בין הריהם בכלל ולהרהר אחריהם. איעדער וואס זיין זיידע האט געהאט אן עטרה אויפ' רוקן מוז יעדער חרדי'שע צייטונג שרייבען אויף עם הגה"צ רשכבה"ג. ואין פוצה פה ומצפצף. איז האב איך זייער הנאה אז לפחות ערגעץ איז געבליען אביסעלע שפיות הדעת. וואס מען מעג מהרהר זיין נאך איינער מיט א גאלדענע בעקיטשע, און נישט יעדער ווערט אוטואמטיש באטיטלט הגה"צ ווייל זיין דזשאב איז טיילען קוגל אדער קוקן שמאטעס. איך מוז נישט מחליט זיין מיט די קריטירונים פון דער איד אויף ווער איז ראוי לאותו איצטלא, אבער לפחות זענען קיים אזעלכע קריטריונים, און זיי זענען אפען-סאורסד, יעדער יונגעל קען זיי זעהן לערנען און פארשטיין, עס איז נישט מסור צו עפעס א וועדה סודית וואס איז מחליט ווער זאל זיין מרן גאון הדור און ווער זאל זיין מרן ראש הישיבה און ווער זאל זיין מרן פוסק הדור.

ממילא זאג איך פאר דער אומאפהענגיקער שופר פון ארטאדאקסיע, חזקו ואמצו, ויה"ר אז דער אומאפעניגקייט אייערע זאל זיך נאך מער מתגבר זיין ביז עס וועט זיך מתגבר זיין אויף אייער נארישע פארטיישקייט און איר וועט טאקע ווערן בעיקר אומאפהעניג און געבן א פלאץ פאר א פלארעליזם פון דעות. אכי"ר ושיתגלה המשיח במהרה.
I have a dream
Martin Luther King ~
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

ווי גייט דאס ווערטל אז מען מאכט זיך ווערט מען, זיך איינגעהאנדלט א ליטווישען מהלך המחשבה און עס דרייט זיך שוין פון זיך אליינס.

בעצם מוז מען מודה זיין צו די ווערטער פון כבוד הרב לעיקוואד, ער רעדט דברים של טעם נאר יש לחקור בדבריו קצת, אויב עס איז צו ערווארטן די זעלבע שפויות הדעת פון נטורי קרתא און די פאוסט, און צו פון זיי איז אויך שייך צו ערווארטן אז עווענטואל וועט זיך זייער שפיות הדעת מתגבר זיין און זיי וועלן צום סוף אויך אנקומען צום זעלבן אמת ווי דער איד ויל"ע בזה כעת וצ"ע

א קליינע הערה פון א חסידישע מהלך המחשבה אז דאס שרייבן יעצט קומט דוקא פון נישט זיין אביעקטיוו צום עצם מהות האדם נאר צום מהלך אז ווער עס האלט נישט ווי מיר איז נישט נאר א שקץ, מין,וכו' נאר אויך מה שיש בו אין בו, ער איז באמת א קלענערע תלמוד חכם ווי דאראג רב זז"ג און ווער רעדט נאך פון די חברי ביד"צ וומס.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

אפאר ארוינים רייסען זיך דא אויף!
אלעס מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אין איין ווארט : "ווארף נישט ארויס קיין צובראכענער זייגער, ווייל צוויי מאהל אין מעת לעת ארבייט דאס גוט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

לעיקוואד האט געשריבן:הגע בעצמך, מיר לעבן היינט אין א חרדיש'ע וועלט ווי אלעס איז מאנאליטיש, אלע רעדן איין שפראך און זינגען דער זעלבער ניגון. יעדער איינער מוז גלייבען, אדער לפחות שפילען אזוי, אז אלע רביס מנהיגים ואגדולים זענען גלייך מען טאר נישט מכניס זיין ראשינו בין הריהם בכלל ולהרהר אחריהם. איעדער וואס זיין זיידע האט געהאט אן עטרה אויפ' רוקן מוז יעדער חרדי'שע צייטונג שרייבען אויף עם הגה"צ רשכבה"ג. ואין פוצה פה ומצפצף. איז האב איך זייער הנאה אז לפחות ערגעץ איז געבליען אביסעלע שפיות הדעת. וואס מען מעג מהרהר זיין נאך איינער מיט א גאלדענע בעקיטשע, און נישט יעדער ווערט אוטואמטיש באטיטלט הגה"צ ווייל זיין דזשאב איז טיילען קוגל אדער קוקן שמאטעס. איך מוז נישט מחליט זיין מיט די קריטירונים פון דער איד אויף ווער איז ראוי לאותו איצטלא, אבער לפחות זענען קיים אזעלכע קריטריונים, און זיי זענען אפען-סאורסד, יעדער יונגעל קען זיי זעהן לערנען און פארשטיין, עס איז נישט מסור צו עפעס א וועדה סודית וואס איז מחליט ווער זאל זיין מרן גאון הדור און ווער זאל זיין מרן ראש הישיבה און ווער זאל זיין מרן פוסק הדור.

.

פיין געזאגט!!!!!!!!!
גם אני מצטרף לדבריך , אן אריינגיין צו קנאות איז אויסגעהאלטן אדער נישט ,אבער איך האלט בכלל נישט אז א מענטש דארף אוועקקוקן פון זיין שיטה , בלויז ווייל אלע צייטונגען שרייען יעצט קדוש .

איך בין זיכער אז אויב וואלט געווען בלויז פינף טויזנט פרענקן ביי די לויה , וואלט זיך נישט געטון אזעלכע יללות דא אין קאווע שטיבל , קיינער וואלט נישט געוויינט אויפן גדול הדור רבשכבה"ג , קיינער וואלט נישט חרטה געהאט פארן איהם נישט גיין זעהן , יעדער וואלט גערעדט פונעם ספרדישן רב וואס איז אוועק און געגאנגען ווייטער,
אפגערעדט פון דעם אז א האלבע עולם איז געקומען צו די לויה בלויז ווייל עס האט געהייסן אז סגייט זיין א גרויסע עולם , און פון דעם איז געווארן די גרויסע עולם,

די גאנצע מושג אז ווען איינער ווערט געקרוינט אלץ גדול הדור טאר מען שוין נישט רעדן אויף איהם איז אלץ צו פארדאנקען אונז חסידים וואס ווען דער רבי גייט און זיין זוהןא שטרויזאק נעמט איבער, איז כדאי מען זאל נישט אוועקלויפן שרייט מען מנהיג,גדול הדור , רבן של ישראל,וכדומה , און יעדער מוז שוין זיין שטיל , והא ראי' אז ווען א פשוטע מענטש נעמט צאם א קבוצה אידען און ווערט זייער מנהיג ,רייסט מען איהם אראפ וויאזוי מקען נאר , איי ווי פאלט דעמאלטס אוועק די מנהיג , אפי א בעזעם ,וכדומה? תיקו!!!
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
פארשפארט