"דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גם אני מצטרף לדבריך , אן אריינגיין צו קנאות איז אויסגעהאלטן אדער נישט ,אבער איך האלט בכלל נישט אז א מענטש דארף אוועקקוקן פון זיין שיטה , בלויז ווייל אלע צייטונגען שרייען יעצט קדוש . איך בין זיכער אז אויב וואלט געווען בלויז פינף טויזנט פרענקן ביי די לויה , וואלט זיך נישט געטון אזעלכע יללות דא אין קאווע שטיבל , קיינער וואלט נישט געוויינט אויפן גדול הדור רבשכבה"ג , קיינער וואלט נישט חרטה געהאט פארן איהם נישט גיין זעהן , יעדער וואלט גערעדט פונעם ספרדישן רב וואס איז אוועק און געגאנגען ווייטער, A

און איך בין זיכער אז אויב וואלט ער געבליבן ארבעטן אין בעקערי וואלט ער געהאט 75 מענטשן . וואס איז דיין פאוינט העטעך? יא איינער ווייסט ער איז א גאון און גייט און דער חבר ווערט געוואויר און גייט אויך וחברי חברי אית ליה וכך מנהגו של עולם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ק/פ
"ערוואקסענע מענטשן טענה'ן זיך ארום איבער אן ארטיקל אין דער איד וואס עמיצער האט געשריבן בשעת'ן גיין הכנות אין אן אלטן ביה"כ אין זיין פיש סטאר וואס האלט זיך ביים אפשפארן צוליב פארנאכלעסיקייט"


:lol:
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

הגם איך געהער נישט אהן צום אומאפהענגיגען צייטונג נאר צו אן אנדערע בלאט

העל איך בקוצר אמרים מסביר זיין די שאק וואס בענדעזשמין ועוד האבען געכאפט ביים ליינען די פעיפער'ס וואס פארטרעטן די ארטאדאקסישע ממשיכי דרך החת''ס וואס זיי האבען דא געטון מיט די פירער פון ש''ס און ס'איז היבש פארשטענדליך די ווייטאג פון די מגיבים דא

פאר אן ערך פון קרוב צו זיבעציג יאר צוריק האט זיך אין מיטל-מזרח געפענט א שטעטל בערך אזוי גרויס ווי ניו יארק און זיך ערקלערט אלס די אפוטרופסים און מצילים פון כלל ישראל איבער דער גארער וועלט
און שטייענדיג נאך אזא ביטערער טראגעדיע וואס כלל ישראל איז אריבער פון די דייטשע רוצחים ימ''ש האבען נאטורליך פילע אידען נישט געהאט דעם קאפ אויף די פלייצע און מ'האט מיטגעשפילט דעם געים מיט די מצילים ובתוכם זענען ליידער פילע רבנים למחצה ולשליש אריינגעשלעפט געווארען אין דעם געמויזעכץ און מער ווייניגער איז געלונגען פאר די מצילים זיך משתלט צו זיין אויף די מוחות פון רוב רובו של כלל ישראל

בו בזמן האבען עליכע קריג איבערלעבער רבנים פון דר'אלטער היים צוביסלעך אנגעהויבען צונויפקלייבען מענטשען ארום זיך און זיי געלערנט די דרך התורה כמסורה לנו און אהערגעשטעלט גאר פעסטע פרינציפען נישט אפצונויגען פון די קבלה ואס די גדו''י בדור העבר האבען מדריך געווען בנוגע די עתיד פינעם עם ישראל דא אין אינזער גלות המר

היצט ווען ס'איז ענשטאנען אזעלכע סארט דילעמא'ס ווי חרדישע רבנים בלבוש חרדי (צו בעקיטשעס-גלימה-מונדירען-ספרדישע פאטשיילעס) צו בכדומה לזה האבען דורכגעפירט די ערגסטע סארט פארברעכן וואס איז שייך בוגד צו זיין און דעת פון די פריערדיגע גדו''י אשר בארץ המה הן מיט'ן ממשיך זיין דרכו של מייסדי המזרחי וכדומה לזה ואין כאן מקום לפורטם
דא איז ענטשטאנען חילוקי דעות צווישען די וואס זענען נאכען קריג געפארען אויף נייע טרעק'ס צוליב זייער נאכגעשלעפט ווערן להמצילים הנ''ל און צווישען די וואס האבען מוריש געווען דעם פעסטן אייזערנעם מויער לבניהם אחריהם נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאכען רוח הזמן

ווי פארשטענדליך איז פאר די מיט'ן פעסטן החלטה להמשיך המסורת גאר ווייניג נוגע מה שה'פרייע ו'גויאישע צייטונגען שרייבען און נאך ווייניגער פון די נמכרים לעקר הציוני מחמת כספם וזהבם שררותם וכבודם הנלוזה וואס זיי זענען יונק מהמצילים הנ''ל, טא פאר'ן צייטונג וואס איז ממשיך דעם פעסטער און אומבויגזאמער דרך פון נישט נתפעל ווערן פון די ווינטען וואס קומען פון אזעלכע מקורות וואס זענען גאר צווייפעל האפטיג איז דער וועג א פשוט'ער

די ארטאדאקסישער פאפיר האט שוין אן אלטער מהלך ווי אזוי צו שרייבען און מגיב זיין איבער אזעלכע פערזעליכקייטען כאפ א קוק א שטייגער ווי ר קוק ר שלמה גורן וואס זענען אויך היבש פארהייליגט ביים המון הנ''ל און דער ארטאדאקסישער פאפיר האט גאר ווייניג התפעלות איבערדעם און געט ארויס זייער דמות בשלימות אהן נתפעל ווערן פינעם רוח הזמן


ממילא איז צום פארשטיין אז רב בנימין נאך א טשולענט שבת נאכמיטאג ווערנדיג באגאסען מיט אזא כיבוד נאכען הערן און ליינען א גאנצע וואך פון די גויאישע און פרייע ולהבדיל די נמכרים-לעקר'דיגע פרעסע ווי גרויס און הייליג דער מנהיג איז געווען ובפרט האט'ר געהאט די זכיי' צו הערן פייערדיגע דברי הספד פון דעם ראש הממשלה זעלבסט איבער זיין אפשאצונג אויפען גדלות ה'מנהיג הער'ך און כ'פארשטיי זיין ווייטאג

פון היינט און ווייטער ראט איך פאר די בענדזשאמין'ס ביטע נישט קוקן אין אזעלכע זמנים אין ארטאדאקסישע פאפיר בפרט נאך א טשולענט

און אז איר שרייבט שוין חמין ביטע דערלאנג אביסעל ווארעמ'ס פאר די פאפירען וואס זייערע מנהיגים האבען באקעמפט שטארק אזעלכע סארט מנהיגים וואס ווערן באקרוינט אלס נאפאלגער פון מזרחי. און כדי צו געפעלן דעם מאוומענט טוט מען לעקן און חנפ'ן די וואס האבען זיך געזיכט בארות בארות נשברים
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

גאר שטארק הנאה פון א שוויצער, א אהרוני מיט אן אפענע קאפ, פארשטייט גאר גוט צו די הצלחה פון די זאליס, און בעט זיך ביי די ארויניס עס נאכצוטון, אבער משום חשש אז דער עולם זעהט נישט וואס ער שרייבט צוליב די מיסע ווארט נודניק, האב איך אביסל מלקט געווען מאמרותיו ופנינותיו היקרים און אויך כדי מען זאל נישט נאכגעשלעפט וועןר נאך בענדזשעמין'ס טשולענט אטאקע מוז מען כסדר חזרן די ריכטיגע ווערטער וועל איך עס אביסל מעתיק זיין ותן לחכם ויחכם עוד.


וזה לשונו ככתבו וכלשונו:
הגם איך געהער נישט אהן צום אומאפהענגיגען צייטונג נאר צו אן אנדערע בלאט

:lol:
דער איד אינעם פאליטישער קוק ווינקעל געט אראפ דעם קלארען בילד איבער'ן נפטר הגדול
און עקסטער א קורצע באשרייבונג כנוסח ה'די צייטונג
ס'א פלא זייער גאטס זיך ארויסצושטעלן אזוי פעסט בזמן וואס די וועלט'ס פרעסע קלאגט מיט זוידיגע טרערן אויף די פארלוסט...

דורך א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:45 pm
zurich האט געשריבן:ווי איז געוועין זייער הכרת הטוב די אלע יארן ווען זיי האבן עם גערופן 'די ספרדישע גייסטישע פירער'?
די משתמשים בק' האבען ערשט איצט עס מוציא געווען לאור עולם האבען די שרייבעליך אפגעצאלט דעם תשלום...

דורך א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:06 pm
רבי זלמן דעליווערט היצט נאך א מעסטער ספיטש אהן האבען די סטעידזש שרעק וואס ער האט געהאט ביים בחירות מעמד

זיצט אין 550 נעבן די ביעמ'ס אויפען פאטעל מיט א קאווע דערביי און זיפט פון צייט צו צייט און איז משמיע פערל רייד
יש אומרים ס'איז בלויז א טעיפ רעקארדער וואס מען האט אנגעצינדען דארט אין זאל

די געשעפט העט אים ערמעגליכען יעדעס יאר עטליכע רעדעס פאר'ן ערליכען אידנטום בארה''ק

שעפטל וועיק אופ ביטע וועק אויף די גבאים און די ספינער'ס מען זאל שוין ערלעדיגען פאר רבינו שליט''א ענליכע צוזאמקימען להשמיע את דבר ד' לירושלים עיר קדשינו
סתם מיט לעקן יעדן מחטט אין די געביין פון קברי קדמונינו און קישען די בלז'אים און די אבלים פון ש''ס ברענגט נישט קיין ערנסטע רעזולטאטען לקהילתנו הק'
און אפילו דאס ברענגען חבד'סקע היצט אין לונדון גלייב'ך אויך נישט וועט צופיל העלפן...
נאך בעלז און ש''ס קומט חב''ד
די משתמשים חיים שלמה וכו' גייען אהן מיט'ן זיך באניצען מיט די קודש אליין
און האבען געברענגט היצט ביים באזיך אין לאנדאן חבד'סקע פארטרעטער אינאיינעם מיט פארטרעטער פינעם בעלז החדש ביים רבי'ן
פאר א וויזיט, געב עס נאך אביסעל העט קימען אויך דרוקמאן'ס חברה אוי ווי האלט מיר אויף די וועלט
משתמשים ארויס!...


קומענדיגער דאנערשטאג וועט דער פאנטאסטישער סומע פון צוויי מיליאון דאלאר פאר מוסדות החינוך על טהרת הקודש פארטיילט ווערן דורך גאב''ד ירושלים והרה''צ הגרח''צ ט''ב רב דקהל מהרי''י בירושלים
די געלט איז געשיקט געווארען דורך זיין פאטער די רבי פון סאטמאר וומ''ס, ספעציעל צום היצטיגען שווערן מצב בארה''ק, וואס ווי באקאנט ווען נישט די תמיכה פון די ציוניסטישע געלט וואלט די מצב נישט געגרייכט אזוי ווייט,
היצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל
אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק
בסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער''
ומכאן הקריאה יוצאת אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן אנדערע קהילות יכול'ט צוצושטעלן אזא סומע א יאר איז בלי שום ספק אז די אנדערע יכול'ן פי כמה און קענען שיקען לכה''פ ''צוויי הינדערט מיליאן'' א יאר
אנא! שאו ידיכם שארט אייך ארויף די ארבעל און פרובירט צו העלפן די מוסדות החינוך ניצול צו ווערן פון זייער עדיקשען צו די קאסע הציוני די לעצטע צענדליגער יארען


עד כאן מנועם אמריו
שוויץ נאך אביסל ארום סאיז א מחי'
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שוויצער האסט דאס גענאגעלט. גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת הקודש! ווייז פאר די וועלט אז נצח ישראל לא ישקר. די הייפעלע אידן שלא כרעו לבעל נאר פון זיי האט גאט הנאה און משיח צדקינו גייט נאר זיי ווייזן דעם פינגער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

פארשטייט זיך אז לעקוואד איז נאר גערעכט בנוגע דער איד, אבער בנוגע דעם בלאט וואס איז סתם געגאנגען מאכן ליצנות פון אלע זיינע כשלונות, און בכלל נישט באזירט אויף א שיטה,נאר וואו א בדחן אויף חתונה געטריבן ליצנות, איז נישט דא קיין תירוץ, דער בעסטער לכאורה האט געטון די צייטונג, באשריבען זיינע יונגע יארן, און צום סוף ארטיקל געשריבן זייער מילד איבער זיין ווענדונג אויף לינקס
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

moti107 האט געשריבן:משיח צדקינו גייט נאר זיי ווייזן דעם פינגער.

די מיטלסטע
:lol:
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואליש האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:וועגן די טונקעלע גלעזער איז עס פאקטיש געווען דער סימבאל וויאזוי ער איז געווען אריינגעקריצט ביי מענטשן אין מח וואס האבן אים געזען


הונדערט פראצענט אזוי. וראיה לדבר, "דער איד" איז זיך נוהג צו שרייבן אויפן קאלוב'ער פון א"י, "דער מיטן נאקעטן געזיכט."

אבער וויאזוי דער קאלובער רבי שליט"א פון ארץ ישראל האט באקומען דעם "נאקעטן געזיכט" איז שוין נישט דעם "איד'ס" דאגה. ער און זיינע געשוואוירענע ליינערס לאכן זיך גוט אונטער. אבער ווער ס'האט א אידיש הארץ בלוטיגט אינעווייניג ווען מ'דערמאנט זיך פארוואס דער רבי זעיט אזוי אויס. ווייל די נאציס ימ"ש האבן עקספערימענטירט אויף איהם בשעת די צווייטע וועלט מלחמה. אבער ווייל אין זייערע אויגן איז ער א "ציוני" איז הותר דמו. :roll: :oops: וכדי בזיון וקצף.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאריז האט געשריבן:מען רעדט דאך דא פון די עלסטע סאטמערע צייטונג וואס במשך איר קיום איז איר שויך אסאך מאל אויסגעקימען צי באשרייבען די פיטרה גרויסע מענטשן פון די צד וואס האט נישט געהערט צי די סאטמער קרייז מיט איר שיטה.

ווי אזוי פלעגן זיי אלעמאל טיען?
זיי האבן דאך אמאל געהאט גיטע רעדאקטערס בעלי דעת, און עס איז געווען א וועלט בעפאר אכשר דרא, ווי אזוי האבן זיי באשריבען אנדערע גדולים יארען צירוק?

ווען ר' חיים משה שטויבער הי"ו איז געווען רעדאקטאר איז געווען די נארמאלסטע תקופה. דער איד האט געשריבן מיט א קנאיש'ן גייסט, אבער האט נישט געמאכט אש און פארעך פון גדולי ארץ. די ארץ ישראל'דיגע (מדינת ישראל) פאליטיק האט ער באשריבן בפרטי פרטיות, אבער ס'איז געווען אויף א הויכן אינטעליגענטן ניווא. לעצטנס האט מיר דער דאקטאר געעצה'ט איך זאל אויפהערן ליינען דעם "איד" ווייל מיין בלוט פרעשור גייט מיר זייער שטארק ארויף.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:אט איז א סצענע וואס איך האב די וואך צוגעזעהן אין מקוה.
א וויליאמסבורגע איד'ל האט געפלוידערט און געהעצט קעגן הרב יוסף און זיך בין הדברים אויסגעדריקט מיט די ווערטער "ימ"ש" ר"ל. א לוחם מלחמות ה' (אולי איז דאס אפי' געוועהזן בענדזשמין גופא) האט ווילענדיג ארויסברענגן דער חומר הדבר זיך געגעבן א רוף אן ימ"ש אויף דער רעבע זכיליינו. ווי נאר דאס האט פאסירט, האט דער אויבן דערמאנטער קנאי אפגעלאזט אלעס, מער נישט געוואלט רעדן מיט אים, און אנטלאפן זיך אנטוען ערגעץ אנדערש.
און איך וואונדער זיך, אויב איז ער בארעכטיגט צו ניצן דער שפראך, פארוואס איז דער צווייטער אומבארעכטיגט???

ס'נאך א נס אז ער איז ארויס מיט גאנצע ביינער פון מקווה. מ'וואלט איהם געקענט מקיים פסק זיין דארט אויפן ארט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א שוויצער האט געשריבן:ווי פארשטענדליך איז פאר די מיט'ן פעסטן החלטה להמשיך המסורת גאר ווייניג נוגע מה שה'פרייע ו'גויאישע צייטונגען שרייבען און נאך ווייניגער פון די נמכרים לעקר הציוני מחמת כספם וזהבם שררותם וכבודם הנלוזה וואס זיי זענען יונק מהמצילים הנ''ל, טא פאר'ן צייטונג וואס איז ממשיך דעם פעסטער און אומבויגזאמער דרך פון נישט נתפעל ווערן פון די ווינטען וואס קומען פון אזעלכע מקורות וואס זענען גאר צווייפעל האפטיג איז דער וועג א פשוט'ער

האק נישט אין קאפ אז ס'האט מיט ציונות, ביים ישועות משה זי"ע, וואס איז געווען פונקט אזוי "פארכאפט" אין ציונות ווי הרב יוסף, געדענק איך נישט אז דער איד זאל שרייבען איבער די לויה פונעם 'רעבע' מיט די שיינע צורה מיט שיין געמאכטע פיאות, די רעליגיעזע פירער פונעם וויזניצע דינאסטיע. אדער ביי סיי וועלכע אנדערע רב פונעם מועצת גדוה"ת.

בד"וו, אז מ'רעדט שוין פון טשולענט, מאכסטו א פיינעם זארוואכע פון ציונות, מזרחי, ש"ס, קוק, יוסף, גורן. מאך זיכער צו נעמען פעפטא ביזמאל נאכדעם, די בויך זאל דיך דיר נישט דרייען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בד"וו, כ'פארשטיי נישט וויאזוי דער איד מאכט חוזק פון רב עובדיה, וואס איז מיט התגרות באומות, אחב"י הספרדים?
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האמת אגיד. איך האב נישט געלייענט דער איד די וואך, אבער נאך די סומאטוכע דא בין איך געגאנגען אין געשעפט זיך איינהאנדלען דעם איד און קוקן על מה יצא הקצף.

איך בין געבליבן אביסל ערשטוינט, און לענ"ד מאכט מען דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער. דער איד האט גאנץ שיין באשריבן הרב עובדיה ז"ל און זיין גרויסקייט, מצד זיין הנהגה אויפן ספרד'ישן אידנטום. אלעס באשריבן בכבוד הראוי.

עטליכע בלעטער שפעטער, אונטער די סעריע פון "עולם הפאליטיקע", שרייבט דער שרייבער נאר מצד זיין פאליטישן שטאנדפונקט, און גראדע היבש רעספעקטפול. אנשטאט פארגלייכן זיין גלימה און טונקעלע ברילן צו קעצי גלעזער, וואלט איך עס ליבערשט פארגליכן צו דעם ווייסן בעקישע וואס דער רבי האט געהאט יום כיפור. פארוואס אנקוקן מיט חוזק ווען סך הכל באשרייבט אים 'דער איד' מיטן סימבאל מיט וועלכע ער איז געווען באוואוסט איבער די וועלט?

בקיצור, בענזשאמין. איך מיין אז דו טרייבסט איבער. דער איד האט דא געהאנדלט מיט א שיקול הדעת, און איך מיין אז דו טוסט אווער-ריעקטן וואו עס פעלט נישט אויס.
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

געפילטע, ס'איז אינו דומה בכלל, רבי עובדיה איז נישט געווען קעגן ציונות און די מדינה, געדינט ווי דער הויפט רב פונעם לאנד, און דן געווען אין די תשובות וועגן די מצוה פון זאגן הלל ה' אייר. לעומת זה, דער ישועות משה איז געווען אין די אגודה פונקט ווי דער פאטער און זיידע זיינער, אבער איז נישט געווען קיין ציוני, זיך נישט געזען ווי א חלק פון די מדינה. (כאטש ער האט געהאט א אנדערע צוגאנג צו די מדינה ווי סאטמאר וגירוריה).

אויסער דעם, ס'איז נישט קיין ספק אז די עיקר חילוק ביניהם איז די ראסע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:מען רעדט דאך דא פון די עלסטע סאטמערע צייטונג וואס במשך איר קיום איז איר שויך אסאך מאל אויסגעקימען צי באשרייבען די פיטרה גרויסע מענטשן פון די צד וואס האט נישט געהערט צי די סאטמער קרייז מיט איר שיטה.

ווי אזוי פלעגן זיי אלעמאל טיען?
זיי האבן דאך אמאל געהאט גיטע רעדאקטערס בעלי דעת, און עס איז געווען א וועלט בעפאר אכשר דרא, ווי אזוי האבן זיי באשריבען אנדערע גדולים יארען צירוק?

ווען ר' חיים משה שטויבער הי"ו איז געווען רעדאקטאר איז געווען די נארמאלסטע תקופה. דער איד האט געשריבן מיט א קנאיש'ן גייסט, אבער האט נישט געמאכט אש און פארעך פון גדולי ארץ. די ארץ ישראל'דיגע (מדינת ישראל) פאליטיק האט ער באשריבן בפרטי פרטיות, אבער ס'איז געווען אויף א הויכן אינטעליגענטן ניווא. לעצטנס האט מיר דער דאקטאר געעצה'ט איך זאל אויפהערן ליינען דעם "איד" ווייל מיין בלוט פרעשור גייט מיר זייער שטארק ארויף.


אין די גאס הייסט אז חיים משה איז געפלויגן פון (רעדאקטירן) דער איד ווען מען האט צו שיין באשריבן דעם בית ישראל זצ"ל, איך מיין אבער אז ס'איז לאו דוקא אמת.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

לעיקוואד וואלט ווען געווען גערעכט ווען די רעדע וואלט ווען געווען פונעם יתד נאמן וכדומה, א צייטונג וואס קען גיין ביידע וועגן, און זיי וואלטן זיך געהאלטן צו זייער ליניע. (כאטש דאן וואלט לעיקוואד מסתמא געהאלטן אז ס'איז קינדיש פונעם יתד אנצוהאלטן - און זיך נאריש מאכן וועגן - אלטע מערכות פון הרב שך און דער סטייפלער ווען עס קומט צו א לויה).

אבער דער איד האט מילא נישט געהאט קיין אנדערע אויסוואל, דאס האבן זיי געמוזט טאן ווילנדיג צי נישט, דערפאר קומט זיך נישט קיין קרעדיט פאר זיי.

נאר לגופו של ענין, דער עולם כאפט נישט אז לעיקוואד מיינט דא צו מאכן א פאראדיע, ארויסברענגען ווי ראנג עס איז די סקווערע מהלך פון נישט פארקוקן אויף אלעם הייליג ווען עס קומט צו א לויה. עס קען נישט זיין אז ער מיינט עס ערנסט, ווייל דארט האט ער דאך גע'טענה'ט אז ווען עס קומט אפצוגעבן כבוד האחרון פאר א נפטר ברויך מען פארקוקן על ה' ועל משיחו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:אויסער דעם, ס'איז נישט קיין ספק אז די עיקר חילוק ביניהם איז די ראסע.

:like
אה! אבי האסט געכאפט מיין עיקר פוינט.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לעיקוואד האלט נישט גארנישט.

ווי האט FDR געזאגט? דאס איינציגסטע וואס מיר קענען האלטן איז אז מען קען נישט האלטן...

כידוע לכל בקי בכתביו הק' האט לעיקוואד אן ענין בכל מקום מסביר צו זיין פארקערט, און אלע צוזאמען זענען זיי מסביר אז גארנישט איז האלטבאר (?), חוץ אפשר א הרגש - א הימלישע תנועה, א גוט שטיקל מר"ש, וכו'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

moti107 האט געשריבן:
גם אני מצטרף לדבריך , אן אריינגיין צו קנאות איז אויסגעהאלטן אדער נישט ,אבער איך האלט בכלל נישט אז א מענטש דארף אוועקקוקן פון זיין שיטה , בלויז ווייל אלע צייטונגען שרייען יעצט קדוש . איך בין זיכער אז אויב וואלט געווען בלויז פינף טויזנט פרענקן ביי די לויה , וואלט זיך נישט געטון אזעלכע יללות דא אין קאווע שטיבל , קיינער וואלט נישט געוויינט אויפן גדול הדור רבשכבה"ג , קיינער וואלט נישט חרטה געהאט פארן איהם נישט גיין זעהן , יעדער וואלט גערעדט פונעם ספרדישן רב וואס איז אוועק און געגאנגען ווייטער, A

און איך בין זיכער אז אויב וואלט ער געבליבן ארבעטן אין בעקערי וואלט ער געהאט 75 מענטשן . וואס איז דיין פאוינט העטעך? יא איינער ווייסט ער איז א גאון און גייט און דער חבר ווערט געוואויר און גייט אויך וחברי חברי אית ליה וכך מנהגו של עולם.

האבעך דיר שוין מסביר געווען אז "אלע שיכטען און קרייזען" זענען געגאנגען צו די לויה בלויז ווייל מען האט געשמועסט אז
"אלע שיכטן און קרייזן" גייען זיין דארט, מילא זענען "אלע שיכטן און קרייזן" געגאנגען זעהן "אלע שיכטן און קרייזן".....וחוזר חלילה
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת שושן, און בדרך אגב, שלום עליכם, עס איז צייט צו באגריסן דיין געשמאקן הומאריסטישן טאלאנט, יהא בואך לברכה ולצחוק,
אבער דאס איז די מהות פון יעדע פאלקס'ישע תנועה, אז הרב יוסף האט דאס געהאט, טאקע נישט קיין אקעדעמיקער וואס זענען געקומען אויפריכטיג, נאר אזוי המון עם'יש, אבער עס איז פארט היסטאריש און ווייזט אויף עפעס.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

קופערניקוס, איך באוואונדער דיין הערליכע wrapping paper אין וואס דו פאקסט אריין דיין קריטיק. כמוך ירבו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה: די "אכשר-דרא'ניקס" אין איד האבן זיכער געטראפן ביי איהם עפעס א פסול. ווייל אין זיין תקופה איז עס געוועין א נארמאלע צייטונג. ס'איז געווען א געשמאק צו ליינען. הגם דער סטאנדארט פון שרייבן אידיש איז הויך. (לגבי דעם בלאט(. אבער דער תוכן איז זייער בארבאריש, רויבעריש , עיקש ופתלתול. נאר זיי שטעלן זיך צו צו זייערע קליענטן. דאס וויל דער עוילעם. מענטשן פרעסעריי. אזוי ווי איינער האטצעך אויסגעדרוקט אויף ישראל מ. סופר'ס מאמרים. (הגם אין "צייטונג". נאר ס'איז היינו הך.) אז ס'איז כמים קרים על נפש עייפה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שמעקעדיג האט געשריבן:האמת אגיד. איך האב נישט געלייענט דער איד די וואך, אבער נאך די סומאטוכע דא בין איך געגאנגען אין געשעפט זיך איינהאנדלען דעם איד און קוקן על מה יצא הקצף.

איך בין געבליבן אביסל ערשטוינט, און לענ"ד מאכט מען דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער. דער איד האט גאנץ שיין באשריבן הרב עובדיה ז"ל און זיין גרויסקייט, מצד זיין הנהגה אויפן ספרד'ישן אידנטום. אלעס באשריבן בכבוד הראוי.

עטליכע בלעטער שפעטער, אונטער די סעריע פון "עולם הפאליטיקע", שרייבט דער שרייבער נאר מצד זיין פאליטישן שטאנדפונקט, און גראדע היבש רעספעקטפול. אנשטאט פארגלייכן זיין גלימה און טונקעלע ברילן צו קעצי גלעזער, וואלט איך עס ליבערשט פארגליכן צו דעם ווייסן בעקישע וואס דער רבי האט געהאט יום כיפור. פארוואס אנקוקן מיט חוזק ווען סך הכל באשרייבט איר דער איד מיטן סימבאל מיט וועלכע ער איז געווען באוואוסט איבער די וועלט?

בקיצור, בענזשאמין. איך מיין אז דו טרייבסט איבער. דער איד האט דא געהאנדלט מיט א שיקול הדעת, און איך מיין אז דו טוסט אווער-ריעקטן וואו עס פעלט נישט אויס.


גם אני מצטרף כ'האב אדורך געליינט דעם איד און איך זעי נישט על מה יצא הקצף מה חרי האף הגדול הזה זיי האבן אים גאנץ שיין באשריבן שענער ווי עס איז געווען ערווארטעט

דער אנדערע שרייבער האט נישט געמיינט צו באשרייבן קיין הערכה אויף הר' עובדי' נאר געוואלט ארויס ברענגען א געוויסע פוינט האט ער עס ארויסגעברענגט אויף אזא אופן א שרייבערישע וועג ווי צו זאגן זיצט זיך א אידעלע אין א"י מיט אזא און אזא אויסשטעל און דרייט א גאנצע וועלט מיט זיינס א ווארט מיינט נישט גארנישט פרעזענליך

איך זאג נישט אז ער איז גערעכט אויף א גדול התורה שרייבט מען נישט אזוי אבער מ'קען אים פארשטיין ס'איז א שרייבער סטיל
פארשפארט