הגם איך געהער נישט אהן צום אומאפהענגיגען צייטונג נאר צו אן אנדערע בלאט
העל איך בקוצר אמרים מסביר זיין די שאק וואס בענדעזשמין ועוד האבען געכאפט ביים ליינען די פעיפער'ס וואס פארטרעטן די ארטאדאקסישע ממשיכי דרך החת''ס וואס זיי האבען דא געטון מיט די פירער פון ש''ס און ס'איז היבש פארשטענדליך די ווייטאג פון די מגיבים דא
פאר אן ערך פון קרוב צו זיבעציג יאר צוריק האט זיך אין מיטל-מזרח געפענט א שטעטל בערך אזוי גרויס ווי ניו יארק און זיך ערקלערט אלס די אפוטרופסים און מצילים פון כלל ישראל איבער דער גארער וועלט און שטייענדיג נאך אזא ביטערער טראגעדיע וואס כלל ישראל איז אריבער פון די דייטשע רוצחים ימ''ש האבען נאטורליך פילע אידען נישט געהאט דעם קאפ אויף די פלייצע און מ'האט מיטגעשפילט דעם געים מיט די מצילים ובתוכם זענען ליידער פילע רבנים למחצה ולשליש אריינגעשלעפט געווארען אין דעם געמויזעכץ און מער ווייניגער איז געלונגען פאר די מצילים זיך משתלט צו זיין אויף די מוחות פון רוב רובו של כלל ישראל
בו בזמן האבען עליכע קריג איבערלעבער רבנים פון דר'אלטער היים צוביסלעך אנגעהויבען צונויפקלייבען מענטשען ארום זיך און זיי געלערנט די דרך התורה כמסורה לנו און אהערגעשטעלט גאר פעסטע פרינציפען נישט אפצונויגען פון די קבלה ואס די גדו''י בדור העבר האבען מדריך געווען בנוגע די עתיד פינעם עם ישראל דא אין אינזער גלות המר
היצט ווען ס'איז ענשטאנען אזעלכע סארט דילעמא'ס ווי חרדישע רבנים בלבוש חרדי (צו בעקיטשעס-גלימה-מונדירען-ספרדישע פאטשיילעס) צו בכדומה לזה האבען דורכגעפירט די ערגסטע סארט פארברעכן וואס איז שייך בוגד צו זיין און דעת פון די פריערדיגע גדו''י אשר בארץ המה הן מיט'ן ממשיך זיין דרכו של מייסדי המזרחי וכדומה לזה ואין כאן מקום לפורטם דא איז ענטשטאנען חילוקי דעות צווישען די וואס זענען נאכען קריג געפארען אויף נייע טרעק'ס צוליב זייער נאכגעשלעפט ווערן להמצילים הנ''ל און צווישען די וואס האבען מוריש געווען דעם פעסטן אייזערנעם מויער לבניהם אחריהם נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאכען רוח הזמן
ווי פארשטענדליך איז פאר די מיט'ן פעסטן החלטה להמשיך המסורת גאר ווייניג נוגע מה שה'פרייע ו'גויאישע צייטונגען שרייבען און נאך ווייניגער פון די נמכרים לעקר הציוני מחמת כספם וזהבם שררותם וכבודם הנלוזה וואס זיי זענען יונק מהמצילים הנ''ל, טא פאר'ן צייטונג וואס איז ממשיך דעם פעסטער און אומבויגזאמער דרך פון נישט נתפעל ווערן פון די ווינטען וואס קומען פון אזעלכע מקורות וואס זענען גאר צווייפעל האפטיג איז דער וועג א פשוט'ער
די ארטאדאקסישער פאפיר האט שוין אן אלטער מהלך ווי אזוי צו שרייבען און מגיב זיין איבער אזעלכע פערזעליכקייטען כאפ א קוק א שטייגער ווי ר קוק ר שלמה גורן וואס זענען אויך היבש פארהייליגט ביים המון הנ''ל און דער ארטאדאקסישער פאפיר האט גאר ווייניג התפעלות איבערדעם און געט ארויס זייער דמות בשלימות אהן נתפעל ווערן פינעם רוח הזמן
ממילא איז צום פארשטיין אז רב בנימין נאך א טשולענט שבת נאכמיטאג ווערנדיג באגאסען מיט אזא כיבוד נאכען הערן און ליינען א גאנצע וואך פון די גויאישע און פרייע ולהבדיל די נמכרים-לעקר'דיגע פרעסע ווי גרויס און הייליג דער מנהיג איז געווען ובפרט האט'ר געהאט די זכיי' צו הערן פייערדיגע דברי הספד פון דעם ראש הממשלה זעלבסט איבער זיין אפשאצונג אויפען גדלות ה'מנהיג הער'ך און כ'פארשטיי זיין ווייטאג
פון היינט און ווייטער ראט איך פאר די בענדזשאמין'ס ביטע נישט קוקן אין אזעלכע זמנים אין ארטאדאקסישע פאפיר בפרט נאך א טשולענט
און אז איר שרייבט שוין חמין ביטע דערלאנג אביסעל ווארעמ'ס פאר די פאפירען וואס זייערע מנהיגים האבען באקעמפט שטארק אזעלכע סארט מנהיגים וואס ווערן באקרוינט אלס נאפאלגער פון מזרחי. און כדי צו געפעלן דעם מאוומענט טוט מען לעקן און חנפ'ן די וואס האבען זיך געזיכט בארות בארות נשברים
גאר שטארק הנאה פון א שוויצער, א אהרוני מיט אן אפענע קאפ, פארשטייט גאר גוט צו די הצלחה פון די זאליס, און בעט זיך ביי די ארויניס עס נאכצוטון, אבער משום חשש אז דער עולם זעהט נישט וואס ער שרייבט צוליב די מיסע ווארט נודניק, האב איך אביסל מלקט געווען מאמרותיו ופנינותיו היקרים און אויך כדי מען זאל נישט נאכגעשלעפט וועןר נאך בענדזשעמין'ס טשולענט אטאקע מוז מען כסדר חזרן די ריכטיגע ווערטער וועל איך עס אביסל מעתיק זיין ותן לחכם ויחכם עוד.
וזה לשונו ככתבו וכלשונו:
הגם איך געהער נישט אהן צום אומאפהענגיגען צייטונג נאר צו אן אנדערע בלאט
דער איד אינעם פאליטישער קוק ווינקעל געט אראפ דעם קלארען בילד איבער'ן נפטר הגדול און עקסטער א קורצע באשרייבונג כנוסח ה'די צייטונג ס'א פלא זייער גאטס זיך ארויסצושטעלן אזוי פעסט בזמן וואס די וועלט'ס פרעסע קלאגט מיט זוידיגע טרערן אויף די פארלוסט...
דורך א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:45 pm zurich האט געשריבן:ווי איז געוועין זייער הכרת הטוב די אלע יארן ווען זיי האבן עם גערופן 'די ספרדישע גייסטישע פירער'? די משתמשים בק' האבען ערשט איצט עס מוציא געווען לאור עולם האבען די שרייבעליך אפגעצאלט דעם תשלום...
דורך א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:06 pm רבי זלמן דעליווערט היצט נאך א מעסטער ספיטש אהן האבען די סטעידזש שרעק וואס ער האט געהאט ביים בחירות מעמד
זיצט אין 550 נעבן די ביעמ'ס אויפען פאטעל מיט א קאווע דערביי און זיפט פון צייט צו צייט און איז משמיע פערל רייד יש אומרים ס'איז בלויז א טעיפ רעקארדער וואס מען האט אנגעצינדען דארט אין זאל
שעפטל וועיק אופ ביטע וועק אויף די גבאים און די ספינער'ס מען זאל שוין ערלעדיגען פאר רבינו שליט''א ענליכע צוזאמקימען להשמיע את דבר ד' לירושלים עיר קדשינו סתם מיט לעקן יעדן מחטט אין די געביין פון קברי קדמונינו און קישען די בלז'אים און די אבלים פון ש''ס ברענגט נישט קיין ערנסטע רעזולטאטען לקהילתנו הק' און אפילו דאס ברענגען חבד'סקע היצט אין לונדון גלייב'ך אויך נישט וועט צופיל העלפן... נאך בעלז און ש''ס קומט חב''ד די משתמשים חיים שלמה וכו' גייען אהן מיט'ן זיך באניצען מיט די קודש אליין און האבען געברענגט היצט ביים באזיך אין לאנדאן חבד'סקע פארטרעטער אינאיינעם מיט פארטרעטער פינעם בעלז החדש ביים רבי'ן פאר א וויזיט, געב עס נאך אביסעל העט קימען אויך דרוקמאן'ס חברה אוי ווי האלט מיר אויף די וועלט משתמשים ארויס!...
קומענדיגער דאנערשטאג וועט דער פאנטאסטישער סומע פון צוויי מיליאון דאלאר פאר מוסדות החינוך על טהרת הקודש פארטיילט ווערן דורך גאב''ד ירושלים והרה''צ הגרח''צ ט''ב רב דקהל מהרי''י בירושלים די געלט איז געשיקט געווארען דורך זיין פאטער די רבי פון סאטמאר וומ''ס, ספעציעל צום היצטיגען שווערן מצב בארה''ק, וואס ווי באקאנט ווען נישט די תמיכה פון די ציוניסטישע געלט וואלט די מצב נישט געגרייכט אזוי ווייט, היצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק בסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער'' ומכאן הקריאה יוצאת אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן אנדערע קהילות יכול'ט צוצושטעלן אזא סומע א יאר איז בלי שום ספק אז די אנדערע יכול'ן פי כמה און קענען שיקען לכה''פ ''צוויי הינדערט מיליאן'' א יאר אנא! שאו ידיכם שארט אייך ארויף די ארבעל און פרובירט צו העלפן די מוסדות החינוך ניצול צו ווערן פון זייער עדיקשען צו די קאסע הציוני די לעצטע צענדליגער יארען
עד כאן מנועם אמריו שוויץ נאך אביסל ארום סאיז א מחי'
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
שוויצער האסט דאס גענאגעלט. גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת הקודש! ווייז פאר די וועלט אז נצח ישראל לא ישקר. די הייפעלע אידן שלא כרעו לבעל נאר פון זיי האט גאט הנאה און משיח צדקינו גייט נאר זיי ווייזן דעם פינגער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פאריז האט געשריבן:מען רעדט דאך דא פון די עלסטע סאטמערע צייטונג וואס במשך איר קיום איז איר שויך אסאך מאל אויסגעקימען צי באשרייבען די פיטרה גרויסע מענטשן פון די צד וואס האט נישט געהערט צי די סאטמער קרייז מיט איר שיטה.
ווי אזוי פלעגן זיי אלעמאל טיען? זיי האבן דאך אמאל געהאט גיטע רעדאקטערס בעלי דעת, און עס איז געווען א וועלט בעפאר אכשר דרא, ווי אזוי האבן זיי באשריבען אנדערע גדולים יארען צירוק?
ווען ר' חיים משה שטויבער הי"ו איז געווען רעדאקטאר איז געווען די נארמאלסטע תקופה. דער איד האט געשריבן מיט א קנאיש'ן גייסט, אבער האט נישט געמאכט אש און פארעך פון גדולי ארץ. די ארץ ישראל'דיגע (מדינת ישראל) פאליטיק האט ער באשריבן בפרטי פרטיות, אבער ס'איז געווען אויף א הויכן אינטעליגענטן ניווא. לעצטנס האט מיר דער דאקטאר געעצה'ט איך זאל אויפהערן ליינען דעם "איד" ווייל מיין בלוט פרעשור גייט מיר זייער שטארק ארויף.
א שוויצער האט געשריבן:ווי פארשטענדליך איז פאר די מיט'ן פעסטן החלטה להמשיך המסורת גאר ווייניג נוגע מה שה'פרייע ו'גויאישע צייטונגען שרייבען און נאך ווייניגער פון די נמכרים לעקר הציוני מחמת כספם וזהבם שררותם וכבודם הנלוזה וואס זיי זענען יונק מהמצילים הנ''ל, טא פאר'ן צייטונג וואס איז ממשיך דעם פעסטער און אומבויגזאמער דרך פון נישט נתפעל ווערן פון די ווינטען וואס קומען פון אזעלכע מקורות וואס זענען גאר צווייפעל האפטיג איז דער וועג א פשוט'ער
האק נישט אין קאפ אז ס'האט מיט ציונות, ביים ישועות משה זי"ע, וואס איז געווען פונקט אזוי "פארכאפט" אין ציונות ווי הרב יוסף, געדענק איך נישט אז דער איד זאל שרייבען איבער די לויה פונעם 'רעבע' מיט די שיינע צורה מיט שיין געמאכטע פיאות, די רעליגיעזע פירער פונעם וויזניצע דינאסטיע. אדער ביי סיי וועלכע אנדערע רב פונעם מועצת גדוה"ת.
בד"וו, אז מ'רעדט שוין פון טשולענט, מאכסטו א פיינעם זארוואכע פון ציונות, מזרחי, ש"ס, קוק, יוסף, גורן. מאך זיכער צו נעמען פעפטא ביזמאל נאכדעם, די בויך זאל דיך דיר נישט דרייען.
האמת אגיד. איך האב נישט געלייענט דער איד די וואך, אבער נאך די סומאטוכע דא בין איך געגאנגען אין געשעפט זיך איינהאנדלען דעם איד און קוקן על מה יצא הקצף.
איך בין געבליבן אביסל ערשטוינט, און לענ"ד מאכט מען דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער. דער איד האט גאנץ שיין באשריבן הרב עובדיה ז"ל און זיין גרויסקייט, מצד זיין הנהגה אויפן ספרד'ישן אידנטום. אלעס באשריבן בכבוד הראוי.
עטליכע בלעטער שפעטער, אונטער די סעריע פון "עולם הפאליטיקע", שרייבט דער שרייבער נאר מצד זיין פאליטישן שטאנדפונקט, און גראדע היבש רעספעקטפול. אנשטאט פארגלייכן זיין גלימה און טונקעלע ברילן צו קעצי גלעזער, וואלט איך עס ליבערשט פארגליכן צו דעם ווייסן בעקישע וואס דער רבי האט געהאט יום כיפור. פארוואס אנקוקן מיט חוזק ווען סך הכל באשרייבט אים 'דער איד' מיטן סימבאל מיט וועלכע ער איז געווען באוואוסט איבער די וועלט?
בקיצור, בענזשאמין. איך מיין אז דו טרייבסט איבער. דער איד האט דא געהאנדלט מיט א שיקול הדעת, און איך מיין אז דו טוסט אווער-ריעקטן וואו עס פעלט נישט אויס.
געפילטע, ס'איז אינו דומה בכלל, רבי עובדיה איז נישט געווען קעגן ציונות און די מדינה, געדינט ווי דער הויפט רב פונעם לאנד, און דן געווען אין די תשובות וועגן די מצוה פון זאגן הלל ה' אייר. לעומת זה, דער ישועות משה איז געווען אין די אגודה פונקט ווי דער פאטער און זיידע זיינער, אבער איז נישט געווען קיין ציוני, זיך נישט געזען ווי א חלק פון די מדינה. (כאטש ער האט געהאט א אנדערע צוגאנג צו די מדינה ווי סאטמאר וגירוריה).
אויסער דעם, ס'איז נישט קיין ספק אז די עיקר חילוק ביניהם איז די ראסע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פאריז האט געשריבן:מען רעדט דאך דא פון די עלסטע סאטמערע צייטונג וואס במשך איר קיום איז איר שויך אסאך מאל אויסגעקימען צי באשרייבען די פיטרה גרויסע מענטשן פון די צד וואס האט נישט געהערט צי די סאטמער קרייז מיט איר שיטה.
ווי אזוי פלעגן זיי אלעמאל טיען? זיי האבן דאך אמאל געהאט גיטע רעדאקטערס בעלי דעת, און עס איז געווען א וועלט בעפאר אכשר דרא, ווי אזוי האבן זיי באשריבען אנדערע גדולים יארען צירוק?
ווען ר' חיים משה שטויבער הי"ו איז געווען רעדאקטאר איז געווען די נארמאלסטע תקופה. דער איד האט געשריבן מיט א קנאיש'ן גייסט, אבער האט נישט געמאכט אש און פארעך פון גדולי ארץ. די ארץ ישראל'דיגע (מדינת ישראל) פאליטיק האט ער באשריבן בפרטי פרטיות, אבער ס'איז געווען אויף א הויכן אינטעליגענטן ניווא. לעצטנס האט מיר דער דאקטאר געעצה'ט איך זאל אויפהערן ליינען דעם "איד" ווייל מיין בלוט פרעשור גייט מיר זייער שטארק ארויף.
אין די גאס הייסט אז חיים משה איז געפלויגן פון (רעדאקטירן) דער איד ווען מען האט צו שיין באשריבן דעם בית ישראל זצ"ל, איך מיין אבער אז ס'איז לאו דוקא אמת.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
לעיקוואד וואלט ווען געווען גערעכט ווען די רעדע וואלט ווען געווען פונעם יתד נאמן וכדומה, א צייטונג וואס קען גיין ביידע וועגן, און זיי וואלטן זיך געהאלטן צו זייער ליניע. (כאטש דאן וואלט לעיקוואד מסתמא געהאלטן אז ס'איז קינדיש פונעם יתד אנצוהאלטן - און זיך נאריש מאכן וועגן - אלטע מערכות פון הרב שך און דער סטייפלער ווען עס קומט צו א לויה).
אבער דער איד האט מילא נישט געהאט קיין אנדערע אויסוואל, דאס האבן זיי געמוזט טאן ווילנדיג צי נישט, דערפאר קומט זיך נישט קיין קרעדיט פאר זיי.
נאר לגופו של ענין, דער עולם כאפט נישט אז לעיקוואד מיינט דא צו מאכן א פאראדיע, ארויסברענגען ווי ראנג עס איז די סקווערע מהלך פון נישט פארקוקן אויף אלעם הייליג ווען עס קומט צו א לויה. עס קען נישט זיין אז ער מיינט עס ערנסט, ווייל דארט האט ער דאך גע'טענה'ט אז ווען עס קומט אפצוגעבן כבוד האחרון פאר א נפטר ברויך מען פארקוקן על ה' ועל משיחו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
כידוע לכל בקי בכתביו הק' האט לעיקוואד אן ענין בכל מקום מסביר צו זיין פארקערט, און אלע צוזאמען זענען זיי מסביר אז גארנישט איז האלטבאר (?), חוץ אפשר א הרגש - א הימלישע תנועה, א גוט שטיקל מר"ש, וכו'.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
שמעקעדיג האט געשריבן:האמת אגיד. איך האב נישט געלייענט דער איד די וואך, אבער נאך די סומאטוכע דא בין איך געגאנגען אין געשעפט זיך איינהאנדלען דעם איד און קוקן על מה יצא הקצף.
איך בין געבליבן אביסל ערשטוינט, און לענ"ד מאכט מען דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער. דער איד האט גאנץ שיין באשריבן הרב עובדיה ז"ל און זיין גרויסקייט, מצד זיין הנהגה אויפן ספרד'ישן אידנטום. אלעס באשריבן בכבוד הראוי.
עטליכע בלעטער שפעטער, אונטער די סעריע פון "עולם הפאליטיקע", שרייבט דער שרייבער נאר מצד זיין פאליטישן שטאנדפונקט, און גראדע היבש רעספעקטפול. אנשטאט פארגלייכן זיין גלימה און טונקעלע ברילן צו קעצי גלעזער, וואלט איך עס ליבערשט פארגליכן צו דעם ווייסן בעקישע וואס דער רבי האט געהאט יום כיפור. פארוואס אנקוקן מיט חוזק ווען סך הכל באשרייבט איר דער איד מיטן סימבאל מיט וועלכע ער איז געווען באוואוסט איבער די וועלט?
בקיצור, בענזשאמין. איך מיין אז דו טרייבסט איבער. דער איד האט דא געהאנדלט מיט א שיקול הדעת, און איך מיין אז דו טוסט אווער-ריעקטן וואו עס פעלט נישט אויס.
גם אני מצטרף כ'האב אדורך געליינט דעם איד און איך זעי נישט על מה יצא הקצף מה חרי האף הגדול הזה זיי האבן אים גאנץ שיין באשריבן שענער ווי עס איז געווען ערווארטעט