"דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:האמת אגיד. איך האב נישט געלייענט דער איד די וואך, אבער נאך די סומאטוכע דא בין איך געגאנגען אין געשעפט זיך איינהאנדלען דעם איד און קוקן על מה יצא הקצף.

איך בין געבליבן אביסל ערשטוינט, און לענ"ד מאכט מען דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער. דער איד האט גאנץ שיין באשריבן הרב עובדיה ז"ל און זיין גרויסקייט, מצד זיין הנהגה אויפן ספרד'ישן אידנטום. אלעס באשריבן בכבוד הראוי.

עטליכע בלעטער שפעטער, אונטער די סעריע פון "עולם הפאליטיקע", שרייבט דער שרייבער נאר מצד זיין פאליטישן שטאנדפונקט, און גראדע היבש רעספעקטפול. אנשטאט פארגלייכן זיין גלימה און טונקעלע ברילן צו קעצי גלעזער, וואלט איך עס ליבערשט פארגליכן צו דעם ווייסן בעקישע וואס דער רבי האט געהאט יום כיפור. פארוואס אנקוקן מיט חוזק ווען סך הכל באשרייבט איר דער איד מיטן סימבאל מיט וועלכע ער איז געווען באוואוסט איבער די וועלט?

בקיצור, בענזשאמין. איך מיין אז דו טרייבסט איבער. דער איד האט דא געהאנדלט מיט א שיקול הדעת, און איך מיין אז דו טוסט אווער-ריעקטן וואו עס פעלט נישט אויס.

איך האב נישט געליינט די איד, אבער נאר פון בענדזשעמין'ס קוואוט , שרייבן "כאכאם"??? ס'דא א תירוץ אויף דעם??
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ראשעקאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:האמת אגיד. איך האב נישט געלייענט דער איד די וואך, אבער נאך די סומאטוכע דא בין איך געגאנגען אין געשעפט זיך איינהאנדלען דעם איד און קוקן על מה יצא הקצף.

איך בין געבליבן אביסל ערשטוינט, און לענ"ד מאכט מען דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער. דער איד האט גאנץ שיין באשריבן הרב עובדיה ז"ל און זיין גרויסקייט, מצד זיין הנהגה אויפן ספרד'ישן אידנטום. אלעס באשריבן בכבוד הראוי.

עטליכע בלעטער שפעטער, אונטער די סעריע פון "עולם הפאליטיקע", שרייבט דער שרייבער נאר מצד זיין פאליטישן שטאנדפונקט, און גראדע היבש רעספעקטפול. אנשטאט פארגלייכן זיין גלימה און טונקעלע ברילן צו קעצי גלעזער, וואלט איך עס ליבערשט פארגליכן צו דעם ווייסן בעקישע וואס דער רבי האט געהאט יום כיפור. פארוואס אנקוקן מיט חוזק ווען סך הכל באשרייבט איר דער איד מיטן סימבאל מיט וועלכע ער איז געווען באוואוסט איבער די וועלט?

בקיצור, בענזשאמין. איך מיין אז דו טרייבסט איבער. דער איד האט דא געהאנדלט מיט א שיקול הדעת, און איך מיין אז דו טוסט אווער-ריעקטן וואו עס פעלט נישט אויס.

איך האב נישט געליינט די איד, אבער נאר פון בענדזשעמין'ס קוואוט , שרייבן "כאכאם"??? ס'דא א תירוץ אויף דעם??


להודיע אז דעס איז נישט געשריבן געווארן ביי די אפיציעלע באשרייבונג פון הר' עובדי' דעס איז א זייטיגע ארטיקל וואס מ'שרייבט דארטן וועגן די ש"ס פארטיי דעס פרעגט נישט אפ דעם גאנצן איד אז דו האסט טענות האסטו טענות אויף א שרייבער דארטן

נא ער איז מסתמא אויפגעוואקסן ביי אזעלכע וואס האגן געגלייבט אז דער בעלזער איז א אפיקורס דער טשעבינער א עם הארץ דער קלויזענבארגער א מיאוס מויל דער וויזניצער גייט מיט בענד דאון נו וואס ווילסטו פון אים זיי זענען דאך עם תועי לבב הם א תינוק שנשבה אויף אים קענסטו קיין טענות נישט האבן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: דער תינוק שנשבה איז אויך א שור שנגח. :roll: :lol:
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

און איך שטיי אזוי אין דער זייט און האב הנאה ווי דער עולם דינגט זיך ארום פארשטיין כוונתי הקדושה בכלל ובפרט.
איך גיי נישט קומען דא מכריע זיין ווער עס איז גערעכט, ווייל דאס איז די כוונה לכתחילה עס זאל'ן זיין פארשידענע אפטייטשען אין יעדער ווארט, וכל אחד טועם לפי שכלו ולפי מעשיו. כידוע אצל צדיקים וארטיסטען ממקורות שונים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אינטערעסאנטע אבזערוואציע:

בנימין האט ארונטערגעריסן "דער איד" פארן אזוי נעגאטיוו באשרייבן ר' עובדיה יוסף ז"ל, זענען עטליכע שרייבער געקומען און געשריבן פארוואס "דער איד" איז בארעכטיגט דאס צו טון. זענען יעצט געקומען שמעקעדיג און גאנצל און זיי האבן מהפך געווען קערה על פיה, צייגנדיג אז "דער איד" האט יא באשריבן פאזעטיוו.

לאמיר יעצט איבערדרייען דעם אשכול און עס ליינען פון אונטען ארויף. ס'הייבט זיך אן מיט שמעקעדיג און גאנצל ערקלערן אז "דער איד" האט שיין פאזעטיוו באשריבן ר' עובדיה יוסף ז"ל. דערנאך גייט פאר א היציגע קאמפף היתכן "דער איד" האט כורע געווען לבעל און באשריבן פאזעטיוו איינער וואס האט געטון אזויפיל למען המדינה והציונות. די "אויפגעקלערטע" פארטיידיגן "דער איד" און די טראדיציאנאלע סאטמארער רייסן איר אונטער. ביז בנימין פרענקלין קומט און שרייבט "האמת אגיד כ'האב נישט געליינט דער איד די וואך, אבער נאך דער סומעטאכע בין איך ארויס און עס געקויפט. איך זעה נישט אז דער איד זאל עפעס שרייבן עקסטער פאזעטיוו, אדרבא זיי באשרייבן גאנץ מואס נעגאטיוו וכו' כל הארטיקל".

א פרייליכע פורים! :lol:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הוגה האט געשריבן:אינטערעסאנטע אבזערוואציע:

בנימין האט ארונטערגעריסן "דער איד" פארן אזוי נעגאטיוו באשרייבן ר' עובדיה יוסף ז"ל, זענען עטליכע שרייבער געקומען און געשריבן פארוואס "דער איד" איז בארעכטיגט דאס צו טון. זענען יעצט געקומען שמעקעדיג און גאנצל און זיי האבן מהפך געווען קערה על פיה, צייגנדיג אז "דער איד" האט יא באשריבן פאזעטיוו.

לאמיר יעצט איבערדרייען דעם אשכול און עס ליינען פון אונטען ארויף. ס'הייבט זיך אן מיט שמעקעדיג און גאנצל ערקלערן אז "דער איד" האט שיין פאזעטיוו באשריבן ר' עובדיה יוסף ז"ל. דערנאך גייט פאר א היציגע קאמפף היתכן "דער איד" האט כורע געווען לבעל און באשריבן פאזעטיוו איינער וואס האט געטון אזויפיל למען המדינה והציונות. די "אויפגעקלערטע" פארטיידיגן "דער איד" און די טראדיציאנאלע סאטמארער רייסן איר אונטער. ביז בנימין פרענקלין קומט און שרייבט "האמת אגיד כ'האב נישט געליינט דער איד די וואך, אבער נאך דער סומעטאכע בין איך ארויס און עס געקויפט. איך זעה נישט אז דער איד זאל עפעס שרייבן עקסטער פאזעטיוו, אדרבא זיי באשרייבן גאנץ מואס נעגאטיוו וכו' כל הארטיקל".

א פרייליכע פורים! :lol:

איים ווערי סארי באט איך זעי נישט וואס דו הוגה'סט ארום דא און דו טאנצט למעלה למטה און דו ריקסט דיין גיער אויף r

מעשה שהי' כך הי'

הר' פרענקלין איז אריינגעקומען זייער אויפגעברויזט אויף דעם איד אז הלמאי ער האט געשריבן שרעקליכע דברי בוז אויף הר' יוסף מיט לשונות של גנאי בין איך געגאנגען קוקון צו ס'איז טאקע אזוי געפערליך

און צום באדויערן האב איך געזען א שיינע הערכה אויף הר' עובדי' האב איך מיר געוואונדערט וואס איז שוין ווייטער נישט גוט דא

האב איך געזען ווי ער ווייזט אן אויף אן אדרעסס ווי ביים פאליטישן וואונקל האב איך מיר נישט געפוילט און געזען טאקע נישט קיין שיינע ווערטער אבער כ'האב פארשטאנען דעם פוינט וואס ער וויל ארויסברענגען און געזען אז ר' בנימין האט געמאכט א קליינע מיסטעיק בא לכלל טעות בא לכלל כעס בין איך געקומען אנווייזן די טעות

ראשית כל בארואיג דיך דעס איז נישט די אפיציעלע באשרייבונג מיש צוריק אפאר בלעטעלעך וועסטו זעהן א שיינע הערכה אויף הר' עובדי' צו ס'קומט אזוי צו נישט דאס איז א עקסטערע נקודה אבער זיי באשרייבן שיין
אויף נאכדעם אפי' די פאליטישע געשרייבעכץ איז מער א פוינט פון די געשעניש אין א געוויסע point of view ווי א הערכה אויף א מענטש והבן ועיין לעיל און איך פארשטיי נישט דעם רוגזה
יש שדורשים לשבח ויש שדורשים לגנאי ולא פליגי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:מען רעדט דאך דא פון די עלסטע סאטמערע צייטונג וואס במשך איר קיום איז איר שויך אסאך מאל אויסגעקימען צי באשרייבען די פיטרה גרויסע מענטשן פון די צד וואס האט נישט געהערט צי די סאטמער קרייז מיט איר שיטה.

ווי אזוי פלעגן זיי אלעמאל טיען?
זיי האבן דאך אמאל געהאט גיטע רעדאקטערס בעלי דעת, און עס איז געווען א וועלט בעפאר אכשר דרא, ווי אזוי האבן זיי באשריבען אנדערע גדולים יארען צירוק?

ווען ר' חיים משה שטויבער הי"ו איז געווען רעדאקטאר איז געווען די נארמאלסטע תקופה. דער איד האט געשריבן מיט א קנאיש'ן גייסט, אבער האט נישט געמאכט אש און פארעך פון גדולי ארץ. די ארץ ישראל'דיגע (מדינת ישראל) פאליטיק האט ער באשריבן בפרטי פרטיות, אבער ס'איז געווען אויף א הויכן אינטעליגענטן ניווא. לעצטנס האט מיר דער דאקטאר געעצה'ט איך זאל אויפהערן ליינען דעם "איד" ווייל מיין בלוט פרעשור גייט מיר זייער שטארק ארויף.


אין די גאס הייסט אז חיים משה איז געפלויגן פון (רעדאקטירן) דער איד ווען מען האט צו שיין באשריבן דעם בית ישראל זצ"ל, איך מיין אבער אז ס'איז לאו דוקא אמת.

אין די אלטע גוטע צייטן, בימי ר' סענדער זכותו יגון עליו, וואלט זיכער געקענט געשען אזא זאך און נאך א סאך ערגערס. לדוגמא ביי די מעשה פון ענטעבבע האט ר' אליעזר עפשטיין (סענדר דייטש) באוויינט פארוואס די רוצחי'שע מדינת ישראל סאלדאטן האבן אומגעברענגט דעם דייטש ימ"ש וועלכער איז געוועין איינער פון די היידזשעקערס. שרייבנדיג אז נאכדעם וואס א איד האט געהאט א ויכוח מיט איהם האט ער איינגעזעען דעם אמת און ר'האט נישט געוואלט שעדיגן די אידן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יגון עליו?
:x :oops: :o
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ניין ס'איז א טעות עס ברויך שטיין יגן עלינו
:roll: :lol: :o 8-) ;) :( :mrgreen: :? :oops: :cry: :arrow: :idea:
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

איך האב געליינט דעם אשכול און איך האב צוויי פראגעס:
[tag]לעיקוואד[/tag] האט געשריבן "יוצב"ש האט געשריבן אז הרב עובד' איז ווי חומעני". ווער איז יוצב"ש?
[tag]ישמעאל הכהן[/tag] האט געשריבן בשם ק\פ אז עס פאסט נישט זיך ארוםצוטענהן וועגן א שרייבער פון דעם איד. ווער איז ק\פ?
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

פאר די וואס פרעגן, יא, אויסער דעם שטימט אלעס ב"ה.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יתרו האט געשריבן:ווער איז ק\פ?

קאפי\פעיסט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:יגון עליו?
:x :oops: :o

ניין. ס'איז נישט קיין טעות סופר. ישראל מ. סופר. :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ניין ס'איז א טעות עס ברויך שטיין יגן עלינו
:roll: :lol: :o 8-) ;) :( :mrgreen: :? :oops: :cry: :arrow: :idea:

הרב ר' בנימין. דו טראכטסט פאר איין מינוט אז איך האב עס נישט געשריבן אזוי בכוונה תחילה :lol: :roll: ?!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חבקוק הנביא האט געשריבן:מסתם דער בלאט האט געשריבען מער נארמאל, נו [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] יעצט א ריפארט פין די באשרייבונג פין "דער בלאט",

אז מען רעדט שוין, איז אפשר כדאי אראפצוברענגען דעם ארטיקל פון "דער איד", און זעהן אז ס'איז נישט אזוי געפערליך, און מצד שני ברענגען דער בלאט, וואס לדעתי איז אויך נישט געפערליך פאר א סאטמארע צייטונג, נאר די אלע וואס שרייען אז דער בלאט האט עס באשריבן די בעסטע, אדרבה, גיט א קוק, זיי זענען גארנישט אינטערשטעליג (אפשר מער דרך ארץ'דיג, נישט רופענדיג 'כאכאם').

די אויבערשטע בילד איז פון "דער איד", אויף וועלכע בענזשאמין האט זיך באצויגן; די אונטערשטע איז א חלק פון 'דער בלאט'.

-
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו, בסך הכל הערשל פורים שרייבט עס, אבער אזוי עובדיה יוסף אן קיין הרב? עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

נקודה למחשבה, ווען עס שטייט ווען אזא באשרייבונג אין דער איד אויף די בעש"ט הק' זי"ע, מיין איך וואלטן די אלע וואס פארפירן יעצט - געווען גאר צופרידן דערפון,עס וואלט געהייסן א "אבעקטיווע אפהאנדלוג, "ארויס פון די באקס" וכדומה. אזוי קלער איך.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

יאנקל, איך האב דיר געוואלט לייקן אבל מה אעשה מיין סאטמארישקייט לאזט מיר נישט.

איין זאך, די צייטונגען - עטליעסט דער איד - האבן גע'טענה'ט דעמאלט אז דער נומער איז געווען הונדערט טויזנט מלווים. סאו עס איז נישט פעיר פאר הצופה צו ברענגען קאנסערוואטיווע שאצונגען, ווייל דער איד האט ברוחב טוב לבבו נישט געטשעפעט די נומערן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

@יאנקל :like :like :like
פאר די נייע מיטגלידער וואס ווייסן נישט: יאנקל איז געווען דער גייסטליכער פירער פון די אנשי מדע וחכמה אין דעם אלוועלטליכן קאווע שטיבל וועבזייטל. א ווארט וואס יאנקל האט ארויסגעזאגט איז באלד געווארן אויפגעכאפט דורך אלע מבקשי חכמה פון איבער דער גארער וועלט. געקליידעט אין זיינע טיפישע חרדי'שע מונדירן פון א לאנגע שווארצע ריפסענע בעקישע און א ברייטער ביבער היט, באצירט מיט שווארצע, געקרייזלטע פיאות ביי די צוויי זייטן פון זיין פנים און מיט א קעלבערנער טלית בייטל אונטער די ארעם, האט ער נישט איינמאל אויפגעשאקלט סיי די שיכטן און סיי די קרייזן פון די יהדות החרדית נאכ'ן לאזן פאלן זיינע שארפע דברי ביקורת אויף זייער פארמאכטער לעבנסשטייגער.
עס איז באקאנט אז אלע גרויסע מוחות פון קאווע שטיבל האבן זיך משתעשע געווען מיט החכם השלם יאנקל ני"ו, ביז ער האט זיך ליידער אנגעשלאסן אין די ברכיים שכרעו לבל ישובו עוד לגלוש באתר בית הקפה. מאנכע גיבן אן אז די צאל פון זיינע מבקשי חכמה פה אל פה האט זיך אזוי געהויבן אז ער האט פשוט נישט געהאט קיין צייט צו באזוכן דא און מיטטיילן זיינע דברי חכמה מפי הכתב. דעריבער הערשט גרויס פרייד אינערהאלב די אינערליכע געמיינדע פון קאווע שטיבל אז ער האט נאכאמאל באוויליגט אונז צו מזכה זיין מיט זיינע טיפזינגע מחשבות און רעיונות. עס איז צום האפן אז ער וועט שוין פארבלייבן ביי אונז אין שטיבל.
האדם לא נברא אלא להתענג
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

[tag]יענקל[/tag]
:like :like :like :like :like
בד"וו אין קאווע שטיבל טוט זיך לעצטענס א גייסט פון ויגזול את החנית מיד המצרי.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

[tag]יאנקל[/tag], שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאנקל, איך וואלט דיר אויך געוואלט לייקן...

והאמת אגיד, אויב זאל דער הצופה אזוי שרייבן, וואלט איך נישט געהאט קיין שום טענה אויף זיי. זיי האבן גאנץ שיין אראפגעשריבן זייער שונא #1, ארויסברענגענדיג זיינע מעלות אינאיינעם מיט די מכלומר'שטע חסרונות לויט זייער פרעספעקטיוו.
איך ווער נישט באליידיגט פון שרייבן קאלירטע בעקישעס, א רוסישע הוט און ווייסע זאקן, אויך נישט אז 'יואל טייטלבוים' גייט ביינאזאם מיט 'אנטי-ציוניזם'. דאס איז ער געווען און דאס דארף מען שרייבן. נאר אזוי.

די איינציגסטע עקלדיג שטיקל איז צו פארגלייכן זיינע תורה'דיגע מיינונגען צו אדאלף היטלער ימ"ש, להבדיל. (און דער עוולה איז טאקע אויך ביי דער איד, צו פארגלייכן הרב עובדיה צו 'כומעיני' להבדיל, אפילו בלויז פאר א וויץ). אבער חוץ מזה איז עס זייער שיין און דיפלאמאטיש באשריבן.

(און אגב, פאר די אלע וואס זאגן אז נאר סאטמאר קען די שפראך, האב איך פאר אייך נייעס. איך ווייס עטליכע מעשיות ממקור ראשון, און איינע פון זיי: אז אין די ביהכ"ס אין גור ירושלים פלעגט שטיין געשריבן מיט א מארקער יואל טייטלבוים ימ"ש, נאך בחייו פון סאטמאר רב ז"ל. ס'איז אלע די זעלבע BS, מאכט אייך נישט נאריש. א חסיד בלייבט א חסיד, א מתנגד א מתנגד, און אלע זענען איקוואל אין טעראר און אין בלינדע צמצום).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און נאך א שטיקל נקודה, [tag]יאנקל[/tag], וואס איך האב שוין אויבן ערווענט.

לויט דיין איבערטייטש, איז דיין ארטיקל דער "הויפט נייעס" ווי דער הצופה מעלדט איין איבער דעם פטירה פון סאטמאר רב, מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות. אבער דאס איז נישט דער פאל אין דער איד. 'דער איד' האט באשריבן א באזונדערע ארטיקל כולו מוקדש צו באוויינען הרב עובדי', און נאר דערנאך באזונדער באשריבן א פאליטישע אפהאנדלונג, וואס על זה אנו דנים. אין אונזער ארטיקל רעדט מען בעיקר פון זיין פאליטישן שטאנדפונקט, נישט איבער זיין כח התורה און אויפטוען אין אידישקייט. זיי שרייבן קלאר: "הרב עובדי' יוסף איז אבער געווען מער ווי א רעליגיעזער פיגור אין די ציונ'יסטישע מדינה, ער איז געווען א פאליטישער פירער אין די מדינה, און אט דאס האט אים געגעבן דעם אנזעהן פון א וועלט פיגור".

כלומר, לאמיר לייגן זיינע רוחניות'ידגע עבודות אין דער זייט - מיר גייען דא באהאנדלען בלויז דעם פאליטישן חלק פון הרב עובדיה. מיט אט די הקדמה, זענען די קשיות אויפן ארטיקל נישט אזוי הארב, הגם נישט גענצליך פארענטפערט.

--
דיסקלעימער: איך מיין נישט צו פארענטפערן דעם איד, איך בין גענוג ברוגז אויף אסאך שגץ שטיק וואס זיי קענען צומאל טון, זיי זענען זיך ווערד גוטע פעטש; אבער אין דעם פאל שפיר איך אז מען האט אביסעלע איבערגעטריבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט