וואס מיינט אן ארגעניזאציע?...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

וואס מיינט אן ארגעניזאציע?...

שליחה דורך סאשי פיש »

עס איז מיך שווער זייער א שווערע קשיא,וואס איז דאס אן ארגעניזאציע?
ווילען זיי העלפען מענטשען?
אדער איז עס א גוטע ביזנעס?
און אין איינוועגס העלפט מען אביסעל די מענטשהייט עס זאל הייסען אן נאן פראפיט ארגעניזאציע און די איבריגע געלט גייט אין זיין טאש?

די קשיא איז מיך געווארען נאך שווערער ווייל איך זע אז איינער עפענט אן ארגעניזאציע קומט א צווייטער און עפענט די זעלבע זאך, 
איך מיין נישט UJO - CJC ווייל דאס איז פאליטישע חשבונות,

לאמיך אנכאפען אפאר דוגמאות,

איך ווייס נישט ווער פון די ארגעניזאציעס עס איז געווען די ערשטע איך וויל נאר ארויסברענגען די נקודה,

1) בוני עולם איז אן ארגעניזאציע וואס העלפט פאר מענטשען וואס האבען נישט קיין קינדער,נאכדעם איז דא די זעלבע ארגעניזאציע מיטען נאמען A-TIME, 
וואס איז פשט דערפון?
מיינען זיי לשם שמים? אויב יא פארוואס שטעלען זיי זיך נישט צוזאם פארוואס דארף זיין צוויי באזונדערע?

2) מקווה USA בויעט מקוואות און פארשידענע ווייטע לענדער,נאכדעם איז דא די זעלבע ארגעניזאציע מיטען נאמען קרן מקוואות,
וואס איז פשט דערפון?
מיינען זיי לשם שמים? אויב יא פארוואס שטעלען זיי זיך נישט צוזאם פארוואס דארף זיין צוויי באזונדערע?

איך הייב אן צו טראכטען אז איך זאל נאר שטיצען די ארגעניזאציעס וואס האבען נישט קיין קאמפטישען?!
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

געווענליך עפענען זיך אזעלכע ארגעניזאציעס לאקאל און פריוואט און קיינער ווייסט נישט אז ס' דא קוים איינס און מיט די צייט גייט מען פאבליק און דעמאלטס ווערט א פראבלעם היתכן עס איז דא צוויי, געווענדליך וועט איינער העלפן אין איין נושא און דער צווייטער אין א אנדערע נושא אין די זעלבע ענין,
אין געוויסע פעלער האבן זיך צוויי ארגעניזאציעס (האלבוועגס) צאמגעשטעלט אבער ס' האט נישט געטויגט וועגן ס' שווער צו פאנדרעיזן ווען איך אנערקען אפיציעל דעם קאמפעטישאן, ווי אויך איז זייער שווער זיך צאמצושטעלן ווען צוויי מענטשן זענען אינוואלווד יארן אויפ צו שטעלן א ארג אלס מי בראש
פארשפארט