קלאסישע מוזיק: מאצארט VS בעטהאווען
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
קלאסישע מוזיק: מאצארט VS בעטהאווען
ווי עס איז אויספרליך באשריבן געווארן אין א פריערדיקע פאוסט איבער די אייגנארטיקע מוזיק פון דעם עילוי'אישן מאצארט און דעם שפעטערדיגן בעטהאווען, איז אינטרעסאנט אביסל צו אנאליזירן זייערע כשרונות, ווערק, זייער מהלך המחשבה ביים קאמפאזירן און והעולה על כולנה, די מאסיווע ווערק וועלכע זיי האבן איבערגעלאזט אן אומ-אפמעק-בארע רושם אויף דעם עקזיסטענץ פון מוזיק מאז מוזיק איז געשאפן געווארן, עד היום הזה.
דאס איז אמאל קלאר אז די מוזיק איז אזא סארט מחשבה שפראך, וואס "יעדער" מענטש איבער דער וועלט קאמוניקירט דערמיט. פון קליינע בעיביס ביז אין הויכן עלטער, פון מענטשן צו געוויקסן, בעלי חיים פון אלע סארט רעאגירן "וואונדערבאר" צו מוזיק, יעדער אויף זיין אויסטערלישן שטייגער. שטודיעס האבן געוויזן אז פלאנצונגען וואקסן שענער דורך מוזיק, קעטעל און פארם-באשעפענעישן ארבעטן בעסער מיט מוזיק, די אלע זאכן זענען באשטעטיגט געווארן אלס פאקט און מ'קען עס זען בחוש פאר ווער עס גלייבט נישט אין סייענס, אין די פרימיטיווע יו טוב קליפ.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yiRSx1wqcOA[/youtube]
עס איז נישט אויספרובירט געווארן צי די מוזיק איז דייקא קלאסישע, בעטהאווען, באך אדער מאצארט, צי גאר קען די שיינע סקולענער "כי לה' המלוכה" אויך באווייזן דעם קונץ. מיר וועלן דא בעיקר קאנצענטרירן אויף דעם עפעקט פון מאצארט קעגן בעטהאווען, וועלכעס אינפירירט די הערערע אממערסטן. וועלכעס פארמאגט מער קונסט.
די פראגעס קענען צעטיילט ווי פאלגענד:
1) ווער איז דער גרעסערע "דזשעני", מאצארט אדער בעטהאווען און פארוואס?
2) אין וועמענס מוזיק ליגט מער "חכמה"?
3) וועמנס מוזיק האט איבערגעלאזט א גרעסערן אפעקט אויף די שפעטערדיגע יארן.
ווען איז עס קומט צו פראגע נומער איינס, איז כמעט ווי באשטימט אז מאצארט באקומעט דעם טיטל אלס דער גרעסטער דזשעני.
שרייבנדיג "פערפעקטע" מוזיק ביים ערשטן מאל, קיינמאל נישט דארפן איבערשרייבן אדער איבערמאכן, ווייל ביים ערשטן מאל שרייבן איז עס געווען פערפעקט. מאצארט האט אויך קאמפאזירט איבער 600 ערליי מוזיק אין זיין יונגן עלטער אין די צייט וואס בעטהאווען האט בכלל אנגעהייבן שרייבן ביי די 30 יאר. ווען מאצארט וואלט געלעבט לאנג וואלט איבער דערגרייכט צו טויזענטער. גלייכצייטיג האט מאצארט אויך שולט געווען אויף אלערליי פארמען פון מוזיק, סאנאטע'ס, סימפאניעס, טשעמבער, קווארטעטס, קאנצערטאוס און מעכטיגע אפערא'ס, אין דער צייט וואס בעטהאווען האט "נאר" געמאכט 9 סימפאניעס, 5 פיאנאו קאנצערטאוס און 1 ווייאלין קאנצטערטאו.
בעטהאווענס מוזיק זענען אנפירקלט פון צענדליגער ריוויזיעס און ענדערונגען, אז ס'איז שווער צו קאנקלוסיוו באשליסן וואס גענוי ער האט געוואלט, ווייל ער האט געהאלטן אין איין עדיטן זיינע מוזיק. מאצארט האט שוין געהאט זיין מוזיק אפגעשריבן אין קאפ, נאך איידער ער האט עס געשריבן, און האט נישט געמאכט מאכן קיין שום טוישונגען.
ביי פראגע נומער 2 ווערן שוין דעבאטעס עטוואס דערהיצט. די מאצארט חסידים זענען ביי דער מיינונג אז מאצארט'ס מוזיק זענען "לייכט" און הומוריסטיש אין נאטור, בעת בעטהאווען איז א געווען א גערעגטער, אימפולסיווער, אגרעסיוו און שטורמיש ווי א וואולקאן-אויסברוך, און האט געשריבן זיין מוזיק מיט א ווילדן טעמפער אריינשלעפנדיג די צוהערער אין א שטורמישן ציקל פון זיין עמאושענעל-אויסברוכן, דערקעגן מאצארט איז פיור ארט און געשמאק צו הערן.
די בעטהאווען חסידים ווערן נישט איבערגענומען דערפון, און זענען ביי די מיינונג אז מאצארט'ס מוזיק זענען מאנאטאן און "רעדן" נישט צו זיי. יא ס'איז אמת אז בעטהאווען האט טאקע איבערגעריבן, און כסדר איבערגעמאכט זיינע מוזיק, אבער דאס צייגט אז זיין מח האט כסדר געפיבערט מיט בעסערע געדאנקען און מער אימפולסיוו גערוישט וויאזוי ארויסצוגעבן זיינע שטורמישע עפיזאזן אויף פאפיר. מוזיק דארף נישט זיין לייכט, עס דארף דיך אריינעמען דארט טיף טיף אינעם הארץ פונעם קאמפאזיטאר און צעשטורעמט ווערן, אויפגעברויזט ווערן און אונטערשפרינגען פון דעם עמאושנעל-אויסברוך וואס בעטהאווען האט געהאט מיט 200 יאר צוריק! און דאס האט מאצארט נישט באוויזן, טראצדעם וואס ער האט ערצייגט איבער 600 מוזיק-שטיקער.
די דריטע פראגע קען לייכט צונויפגעשמאלצן ווערן אין די 2טע, די חסידים פון ביידע זעען דעם גרעסטן אפעקט יעדער לויט זיין "גדול". און מאצארט'ס חסידים טייטלען גאר אן אז בעטהאווען האט גאר גע'גנב'ט מערערע אידייען און סטיילס פון מאצטאר'טן, ממילא איז זיין גאנצע גדלות בכלל נישט זיינס, נאר מאצארט'ס.
א באשפייל פון אביסל אן אפענבארע גניבה איז מאצארט'ס Misericordias Domini K.222, ווערט שיין "באפוצט" אין בעטהאווענס וועלט בארימטע Ode to Joy פון די ניינטע סימפאניע. (מ'דארף האבן א גוטע אויער צו כאפן די גניבה).
מ'קען אויך הערן אין דעם פאלגענדען מארטש פון מאצארט Bastien und Bastienne
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9g4Avt80zOA[/youtube]
וויאזוי מאצארט'ס תנועות ווערן נאכקאפירט אין די בארימטע 3 סימפאניע פון בעטהאווען די Eroica. מאצארט האט טאקע נישט אזוי בעארבעט די תנועות, און דערפאר האט בעטהאווען געקענט רייטן דערויף און מאכן "שבת פאר זיך" מיט יענעמ'ס הארעוואניע, זאגן די מאצארט חסידים.
די בעטהאווען חסידים בלייבן נישט שולדיג און זאגן אז מאצארט האט גענומען זיינע אידייען פון היידען און צייגן אויך אן פארשידענע פעלער ווי מאצארט האט אויך גענומען מן הבא בידו. און אז בעטהאווען האט בכלל נישט גע'גנב'ט פון מאצארט גארנישט, און אז די מאצארט תנועות זענען ווינציגער פון א צענטל פון א פראצענט, און עס איז בלויז א געדאכטעניש.
זיי זענען מודה אז מאצארט איז געווען מער דזשעני און מער פערפעקט, אבער דא רעדט מען פון "סופרייז" און "שאק" און דאס איז בעטהאווענס שטארקע געווער און מאצארט קומט בכלל נישט צו צום קליינעם נאגל פון בעטהאווען.
די מאצארט חסידים ענטפערן אבער אז אין די צייט-אפשניט וואס בעטהאווען האט פראדוצירט איין סימפאניע האט מאצארט צונויפגעקלאפט 50 ערליי ריזן שטיקער, א Don Giovanni, Marriage of Figaro, Magic Flute, Cosi fan tutte, Requiem, וואס בעטהאווען איז דורכגעפאלן און נישט געקענט באווייזן מיט זיינע צענדליגער מאל איבערשרייבן איינמאל און נאכאמאל.
מיין סך הכל:
מאצארט איז לייכט, הומוריסטיש צו הערן. עס מאכן שמייכלען און רואיג די נערווען אין א רעגענדיגן טאג.
בעטהאווען איז שאק. א ווילדער טארנעידאו ווי יעדעס בלעטעל פאלט ווי עס דארף. עס שטורמט דעם מח און פארנעמט אלע צעלן פון די מחשבה נאר צונויפצושטעלן זיינע הימלישע קאנטער קלאנגען.
אחרי ככלות הכל: מאצארט'ן קענען אנדערע נאכמאכן, בעטהאווען אוממעגליך.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
וואס טוט זיך מיט וואגנער(?) און באך? זענען זיי עפעס אויך גרויסע מפורסמים? (איך קען די 2 נעמען פון דעם זעלבן פלאץ ווי איך קען די ערשטע 2. ווער קען כאפן פון וואו?)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט וואגנער(?) און באך? זענען זיי עפעס אויך גרויסע מפורסמים? (איך קען די 2 נעמען פון דעם זעלבן פלאץ ווי איך קען די ערשטע 2. ווער קען כאפן פון וואו?)
יו"ט ערליך'ס ניגון.
אמאליגע ערליכע איד האבן מער געוואוסט פון פאפ-קולטור און געזינגען אין זייערע ניגונים וועגן די גויאישע קולטור...
ווען אייזיק האניק וואלט אריינגעלייגט אזוי פיל נישט אידישע ווערטער אין זיינע ניגונים ווי יו"ט ערליך, וואלט ער היינט געווארן פסול...
You must be the change you want to see in the world
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט וואגנער(?) און באך? זענען זיי עפעס אויך גרויסע מפורסמים? (איך קען די 2 נעמען פון דעם זעלבן פלאץ ווי איך קען די ערשטע 2. ווער קען כאפן פון וואו?)
באך, דער זיידע פון קלאסישע מוזיק. אן אדם גדול בענקים, פאדערט א באזונדער קאפיטל, טראצדעם וואס זיינע ווערק זענען "נכלל" אין הענדל און אנדערע. אבער לא נתנשי פונעם גרויסן רבי'ן ר' יאהאן סעבעסטיען וצאצאיו.
וואגנער איז א טארנעידאו, וועלכער גייט אין בעטהאווענס שוך, אבער ווי א יונגל וואס טוט אן דעם טאטענס שוך... ער רייסט אויס ביימער, שאקלט די הימלען און די הערער ווערן צעשאקלט. ווי א ווילדער דרייווער וועלכער מאכט ברעכן די פאסאזשירן. איז עס פאן? נישט פאר יעדן דאס איז זיכער!
עס זענען גראדע פאראן הערליכע וואגנער, און כשאפנה אשנה אי"ה
- מאנדלבאום
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
מיין 'געפיל' איבער די צוויי איז אייביג געוועהן:
מאצארט = מח
בעטהאווען = הארץ
איז דאס איז אייגנטליך תמצית דברי @קלאסיקעל.
א הילכדיגן דאנק אייך פארן רייכן אפשאצונג.
איר זייט גערעכט, די 'גרויסע' מעגן יעדע אן אייגן אפשאצונג.
וואגנער, האמת, אים קיינמאל ניט געהערט, יא, איך בין עמאציאנעל, צוליב מיינע זיידעס מערדער ימ"ש וואס האט אים געליבט, און פון אים גענומען 'געדאנקען'...

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
וי מאצארט פלעגט זיך נאריש מאכן.
https://amp.classicfm.com/composers/moz ... ehearsals/

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 148
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
א דאַנק הרב קלאסיקעל פארן שיינעם איבערזיכט
ס'כדאי צו באַמערקן אז בעצם איז אהן מאָוצאַרט גאַנץ מעגלעך נישט דא קיין בעיטהאָװען, טאָ װי איז שייך דן זיין װער ס'גרעסער?
מאָצאַרט איז װי א הערלעך געגאָסענע מאָלעריי װאס מ'קען באַטראַכטן פארגאפט, בה"װ איז װי אַ פּיקאַסאָו; עס כאַפּט דעם אויג װייל "עפּעס איז נישט אין אָרדענונג דא"...
---------------------------
פון די אנדערע זייט, קען עס פאַררעכנט װערן אלס כבוד פאַר מאָוצאַרט אז דער מײסטער בעיטהאָװען האט רעפערירט צו זיינע װערק און בעארבעט תנועות פון זיינע קאָמפּאָזיציעס
נשפּע װערן, אדער זיך ארומשפּילן, הייסט נישט גע'גנב'עט.
-----------------------------
ויש חולקין על שניהם
Mozart would see entire pieces in his head, completely developed, pure, perfect ideas. Writing them down was the only time-consuming part for him
It came effortlessly to him. Most composers can’t do this
You can only compose like Mozart by being Mozart. That position was filled
מיר װייסן נישט פון קיינעם װאס קען דאס טוהן, בפרט אויף מצ"ט'ס פארנעם (הגם לא ראינו אינו ראיה; אויב אבער ס'װאלט געװעהן נאך איינער אזוי טאַלענטירט, אויפן זעלבן מדריגה, װאלט מען געװאוסט בכל קצוי תבל... )
אויב רעדט איר פונעם טעכניק, שניט און סטיל; איינער װאס שטודירט גוט בעיטהאָװען קען עם אװדאי אויך נאָכמאַכן

קלאסיקעל האט געשריבן:... מאצארט'ס חסידים טייטלען גאר אן אז בעטהאווען האט גאר גע'גנב'ט מערערע אידייען און סטיילס פון מאצטאר'טן, ממילא איז זיין גאנצע גדלות בכלל נישט זיינס, נאר מאצארט'ס.
א באשפייל פון אביסל אן אפענבארע גניבה איז מאצארט'ס Misericordias Domini K.222, ווערט שיין "באפוצט" אין בעטהאווענס וועלט בארימטע Ode to Joy פון די ניינטע סימפאניע. (מ'דארף האבן א גוטע אויער צו כאפן די גניבה).
מ'קען אויך הערן אין דעם פאלגענדען מארטש פון מאצארט Bastien und Bastienne
וויאזוי מאצארט'ס תנועות ווערן נאכקאפירט אין די בארימטע 3 סימפאניע פון בעטהאווען די Eroica. מאצארט האט טאקע נישט אזוי בעארבעט די תנועות, און דערפאר האט בעטהאווען געקענט רייטן דערויף און מאכן "שבת פאר זיך" מיט יענעמ'ס הארעוואניע, זאגן די מאצארט חסידים.
די בעטהאווען חסידים בלייבן נישט שולדיג און זאגן אז מאצארט האט גענומען זיינע אידייען פון היידען און צייגן אויך אן פארשידענע פעלער ווי מאצארט האט אויך גענומען מן הבא בידו. און אז בעטהאווען האט בכלל נישט גע'גנב'ט פון מאצארט גארנישט, און אז די מאצארט תנועות זענען ווינציגער פון א צענטל פון א פראצענט, און עס איז בלויז א געדאכטעניש
פון די אנדערע זייט, קען עס פאַררעכנט װערן אלס כבוד פאַר מאָוצאַרט אז דער מײסטער בעיטהאָװען האט רעפערירט צו זיינע װערק און בעארבעט תנועות פון זיינע קאָמפּאָזיציעס
נשפּע װערן, אדער זיך ארומשפּילן, הייסט נישט גע'גנב'עט.
-----------------------------
קלאסיקעל האט געשריבן:בעטהאווען איז שאק. א ווילדער טארנעידאו ווי יעדעס בלעטעל פאלט ווי עס דארף.
אחרי ככלות הכל: מאצארט'ן קענען אנדערע נאכמאכן, בעטהאווען אוממעגליך.
ויש חולקין על שניהם
Mozart would see entire pieces in his head, completely developed, pure, perfect ideas. Writing them down was the only time-consuming part for him
It came effortlessly to him. Most composers can’t do this
You can only compose like Mozart by being Mozart. That position was filled
מיר װייסן נישט פון קיינעם װאס קען דאס טוהן, בפרט אויף מצ"ט'ס פארנעם (הגם לא ראינו אינו ראיה; אויב אבער ס'װאלט געװעהן נאך איינער אזוי טאַלענטירט, אויפן זעלבן מדריגה, װאלט מען געװאוסט בכל קצוי תבל... )
אויב רעדט איר פונעם טעכניק, שניט און סטיל; איינער װאס שטודירט גוט בעיטהאָװען קען עם אװדאי אויך נאָכמאַכן
Just another nerd