געדאנקען בלי סדר וועגן א פאנטאזיע בלי פירוש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

געדאנקען בלי סדר וועגן א פאנטאזיע בלי פירוש

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

געשען איז עס אין עפעס א ווילדעניש, א ריזיג שטיק נאטור, איינס אין א מספר מצומצם איבערלעבערס פון מענטשליכע פאטשקערייען. קיינער איז קיינמאל נישט דארט געווען. מענטשליכע טריט זענען דער ערד אינגאנצן פרעמד. די ביימער, ביימלעך, און אלערליי פלאנצן און געוויקסן האבן מיך אנגעקוקט ווי א באשעפעניש פון אן אנדערן פלאנעט; זיי האבן זיך נאר, ווי עס איז, צו מיר צוגעוואוינט.

כ'ווייס נישט וויאזוי איך בין דא אנגעקומען. איך געדענק זיך נישט דא אריינגיין. איך געדענק נישט וויאזוי א נישט-באגרינטער שטח זעט בכלל אויס. עפעס בלאסע זכרונות פון עפעס אנדערש, אנדערע אומשטענדן, אנדערע לאנד-ווירטשאפטן זענען יא פאראן. אבער, דאס זענען זכרונות בלויז, און בלאסע. ס'איז גוט זיי אפירצונעמען אין א נודנער מינוט. אזוי, איז מיר בעסער צו לעבן מיט'ן מציאות ווי ס'איז יעצט.

איך גיי אן קיין חשבון, שפאן אן קיין ציל. קיין וועגן זענען דא נישט פאראן. אויסגעטרעטענע שטעגלעך – אויך נישט. (אין דער וועלט פון יענע בלאסע זכרונות זענען יא געווען אזעלכע זאכן. מילא.) און צווישן אונז גערעדט: ווער דארף וועגן? און וואספארא ניצן קען מען האבן פון א ציל? אלעס דא זעט אויס אייניג – אלעס איז אייניג. ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיך בכלל צו רירן פון פלאץ. אלעס וואס איז דארט, איז פונקט אזוי דא, און אלעס וואס וועט זיין באלד, איז דא יעצט.

דער שטח, ווי איך פארשטיי, איז גרעסער ווי מיין לעבנס-תקופה. אפילו אויב כ'זאל שפאנען פון יעצט ביז'ן סוף פון מיין לעבן, וועל איך פון אים נישט ארויסקריכן. און אייגנטליך, וואוהין וויל איך דען גיין? געוואוקסן האבן דא א לאנגען לעבן. (ס'איז נאך גארנישט געשטארבן זייט איך בין דא.) שינויים ("סעזאנען" רופט מען דאס אין דער וועלט פון מיינע בלאסע זכרונות; אזוי דאכט זיך מיר) געשעען אויך נישט. זענען נישטא קיין חילוקים פון דארט ביז דא און פון דעמאלט ביז יעצט.

מה נעשה?

איך מיין, אז די בעסטע ברירה איז זיך אוועקצוזעצן ערגעץ-וואו אין געדעכטן גראז. ס'וואלט נישט שלעכט געווען, אויב זענען פאראן גרויסע, צעצווייגטע ביימער. (ס'איז טאקע נישט צו הייס דא; די טעמפעראטור איז זייער אנגענעם, גראדע. מאיזה סיבה שהיא גליסט זיך מיר יעצט שאטן.)
וואס וועל איך טאן דארט, זיצנדיג אינעם גראז, אונטער באבלעטערטע צווייגן, און ארומגענומען מיט אזוי-שיינע בלומען? גארנישט! פשוט און פראסט – גארנישט. כ'וועל זיך אומקוקן; כ'וועל אויך טיף אטעמען און דווקא דורך די נאז-לעכער. אזוי וועל איך דרך אגב דערביי נהנה זיין פון דער שמעקעדיגער לופט.

דאס זיצן און אטעמען און הנאה האבן, לאמיר זיך נישט נארן, איז נישט עפעס מורא'דיג אינטערעסאנט. ס'איז גארנישט ניי, ווייל דאס טו איך דאך אייגנטליך יעצט, בשעת'ן שפאנען. וועל איך, הייסט עס, זיצן און אטעמען מיט הנאה אנשטאט גיין און טאן די זעלבע זאך. וואס האמיר אויפגעטאן?

אייגנטליך קען איך, אזוי זיצנדיג אינעם גראז, אין יענעם שאטן, אטעמענדיג די באשמעקטע לופט, טראכטן. נישט שלעכט. אבער וואס וועל איך טראכטן? (וואס האב איך נאר דעמאלט געוואלט דורכטראכטן נאר האב נישט געהאט די נויטיגע שלוות הנפש? געדענק איך נישט; מסתמא נישט געווען צו וויכטיג.)

אבער פארוואס דאגה איך יעצט דערוועגן? קודם לאמיר זיצן. אבער פריער דארף מען דאך טרעפן דעם פאסיגן פלאץ – דעם גראז, דעם שאטן, און יענע גוטע בלומען. דערווייל, לאמיר ווייטער גיין. לאמיר נאר שנעל איבערלויפן וואס כ'וויל יעצט טאן. (כ'וויל פשוט זיכער מאכן אז כ'האב אלעס מסודר אין קאפ. אזוי וועל איך נישט דארפן טראכטן דערוועגן ביז ס'וועט ווערן נוגע.) וואס טוט מען אבער ביז'ן געפינען דאס פלאץ? מ'שפאנט. מ'גייט ווייטער. דא, ממש וואו איך שטיי יעצט, איז אזוינס נישט פאראן. מוז איך דאך במילא יעצט ווייטער גיין.

וועגן וואס, אבער, זאל איך טראכטן ביז'ן זיך אנשטויסן אין יענעם פלאץ? (וואס זוך איך נאר? יא: א סך גראז – געדעכט! נישט ווייט פון עטליכע – לכל הפחות פיר – הויכע און צעצווייגטע ביימער. אויך ווילן מיר דארט שיינע, דופטיגע בלומען, כדי די לופט, וואס כ'וועל פאמעליך און טיף איינאטעמען, זאל שמעקן – אבער שמעקן...)

דער אמת איז, אז ס'איז סתם נאריש. וואס פעלט אויס די גאנצע טראכטעריי איבער וואס כ'וועל באלד טראכטן? לאמיר גיין, און פארטיג. טראכט דאס, וואס ס'וועט זיך טראכטן, און פטור אן עסק.

האסט א פאינט. ובכל זאת... אבער וואו האמיר נאר געהאלטן? אה, יא. אוקעי, וועגן טראכטן. נו, עפעס א פלאן, עפעס א געדאנק.

ווייסט כ'וואס כ'וועל דיר זאגן? דער גאנצער פלאן זעט נישט אויס אינטערעסאנט. כ'מיין, איך ווייס נאכנישט וואס כ'וועל טאן אזוי בשעת'ן גיין ביז יענעם פלאץ. דער גאנצער געדאנק איז געווען כ'זאל קענען רואיג טראכטן. אויב נישט דאס, וועט עס דאך גארנישט זיין אנדערש ווי יעצט. זעסט דאך אז אויפקומען מיט אן אינטערעסאנטער טעמע איז נישט אזוי גרינג ווי דו האסט געמיינט. נו, וואס איז די גאנצע פאינט דערפון?

קען איך בלייבן ווייטער גיין. וואס איז נאר אבער שלעכט געווען מיט גיין? כ'האב דאך געוואלט טאן עפעס אנדערש פאר א סיבה. איך שטיי דאך און ברעך קאפ דא נישט סתם אזוי.

איז, וואס בלייבט?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר