מען ברויך פארשטיין!(?)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל

מען ברויך פארשטיין!(?)

שליחה דורך ממרום שלח אש »

מען ברויך פארשטיין
צו קלאסישע מוזיק,
אנדערש וועט די קונסליכסטע מייסטער סימפאניע פארקומען ווי א מאמבא זשאמבא פון פארלוירענע נאטן.
אבער,
צו משה גאלדמאנס "הבן יקיר לי אפרים" פארשטייט מען פון וויג ארויס.

מען ברויך פארשטיין
צו א גוטן וויין,
אנדערש וועט א טייערע יין משומר פון 50 יאר אלט שפירן זויער און ביטער אויף די גומען.
אבער,
צו בלעק טשערי סאדע פארשטייט יעדער.

מען ברויך פארשטיין
צו א גוטן ציגאר,
אנדערש איז די ריח פון א טייערע אומלעגאלע קובאנער צוגאר אומדערטרעגליך.
אבער,
אבער צו א טוילעט שמעקער בריח שזיפים פארשטייט יעדער.

מען ברויך פארשטיין
צו מאדערענע מאלעריי
אנדערש וועט א מאלעריי ווערט מיליאנען פארקומען ווי פאפיר וואס איז נישט ראוי לצור על פי צלוחיתו
אבער,
צו יואל וואקסבערגער'ס א בענטשער'ל פארשטייט יעדער.

מען ברויך פארשטיין
צו פאעזיע
אנדערש וועט א פאעזיע פון א נאבעל פרייז געווינער אויסקוקן ווי צובראכענע זאצן צוזאמגעווארפן מיט א לויזן שייכות וועלכע גראמען ניטאמאל בדיעבד
אבער,
צו פינקיס א גראמעריי פארשטייט אפילו דער שווואכסטער בחור אין ישיבה.


איר קענט צולייגן כהנה וכהנה....


מיין נקודה איז, אפשר זענען די אלע זאכן אומנויטיג קאמפליצירט? כמיין, מאן יאמר? באלד וועל איך אויפקומען מיט א געמיש פון עטליכע געהיימע באנשטאנדטיילן אויף א באזיס פון מאראנצן זאפט און בענזין , די גערוך וועט זיין אומדערטרעגליך פאר א איש פשוט, און א קאץ א בן יומו וועט שטארבן דערפון, אבער א פארשטייער וועט דערין שפירן די קונצליכע פראדאקסיע פון חבלי לידה מיט נחת, יאוש און אומאן, נאטור און מאנהעטן בנוסף צו שטריכן פון בייז וואונדער און קבלת יסורים אויף א הונטערגרונט פון שלות הנפש. די חכמים ונבונים וואס וועלן דערפון פארזוכן יחד כולם הודו ואמרו, אשר אין איש אשר ירקח כמוהו!

ווער איז א בעלן?

לעומת זה איז דען נישט מער קונץ ווען אפילו שפחה על הים זאגט כזה ראה וקדש? ווען עס איז נישטא קיין ספיקות און קיין וואריאנצן, נאר כולם פה אחד עונים באמה וביראה אין כמוך וכמעשיך, וכמאמר החכם "צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין"...


(מחשבות נאכן באזוכן די קלאסישע מוזיק אשכול)
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר