געדאנקען בלי סדר וועגן א פאנטאזיע בלי פירוש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

געדאנקען בלי סדר וועגן א פאנטאזיע בלי פירוש

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

געשען איז עס אין עפעס א ווילדעניש, א ריזיג שטיק נאטור, איינס אין א מספר מצומצם איבערלעבערס פון מענטשליכע פאטשקערייען. קיינער איז קיינמאל נישט דארט געווען. מענטשליכע טריט זענען דער ערד אינגאנצן פרעמד. די ביימער, ביימלעך, און אלערליי פלאנצן און געוויקסן האבן מיך אנגעקוקט ווי א באשעפעניש פון אן אנדערן פלאנעט; זיי האבן זיך נאר, ווי עס איז, צו מיר צוגעוואוינט.

כ'ווייס נישט וויאזוי איך בין דא אנגעקומען. איך געדענק זיך נישט דא אריינגיין. איך געדענק נישט וויאזוי א נישט-באגרינטער שטח זעט בכלל אויס. עפעס בלאסע זכרונות פון עפעס אנדערש, אנדערע אומשטענדן, אנדערע לאנד-ווירטשאפטן זענען יא פאראן. אבער, דאס זענען זכרונות בלויז, און בלאסע. ס'איז גוט זיי אפירצונעמען אין א נודנער מינוט. אזוי, איז מיר בעסער צו לעבן מיט'ן מציאות ווי ס'איז יעצט.

איך גיי אן קיין חשבון, שפאן אן קיין ציל. קיין וועגן זענען דא נישט פאראן. אויסגעטרעטענע שטעגלעך – אויך נישט. (אין דער וועלט פון יענע בלאסע זכרונות זענען יא געווען אזעלכע זאכן. מילא.) און צווישן אונז גערעדט: ווער דארף וועגן? און וואספארא ניצן קען מען האבן פון א ציל? אלעס דא זעט אויס אייניג – אלעס איז אייניג. ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיך בכלל צו רירן פון פלאץ. אלעס וואס איז דארט, איז פונקט אזוי דא, און אלעס וואס וועט זיין באלד, איז דא יעצט.

דער שטח, ווי איך פארשטיי, איז גרעסער ווי מיין לעבנס-תקופה. אפילו אויב כ'זאל שפאנען פון יעצט ביז'ן סוף פון מיין לעבן, וועל איך פון אים נישט ארויסקריכן. און אייגנטליך, וואוהין וויל איך דען גיין? געוואוקסן האבן דא א לאנגען לעבן. (ס'איז נאך גארנישט געשטארבן זייט איך בין דא.) שינויים ("סעזאנען" רופט מען דאס אין דער וועלט פון מיינע בלאסע זכרונות; אזוי דאכט זיך מיר) געשעען אויך נישט. זענען נישטא קיין חילוקים פון דארט ביז דא און פון דעמאלט ביז יעצט.

מה נעשה?

איך מיין, אז די בעסטע ברירה איז זיך אוועקצוזעצן ערגעץ-וואו אין געדעכטן גראז. ס'וואלט נישט שלעכט געווען, אויב זענען פאראן גרויסע, צעצווייגטע ביימער. (ס'איז טאקע נישט צו הייס דא; די טעמפעראטור איז זייער אנגענעם, גראדע. מאיזה סיבה שהיא גליסט זיך מיר יעצט שאטן.)
וואס וועל איך טאן דארט, זיצנדיג אינעם גראז, אונטער באבלעטערטע צווייגן, און ארומגענומען מיט אזוי-שיינע בלומען? גארנישט! פשוט און פראסט – גארנישט. כ'וועל זיך אומקוקן; כ'וועל אויך טיף אטעמען און דווקא דורך די נאז-לעכער. אזוי וועל איך דרך אגב דערביי נהנה זיין פון דער שמעקעדיגער לופט.

דאס זיצן און אטעמען און הנאה האבן, לאמיר זיך נישט נארן, איז נישט עפעס מורא'דיג אינטערעסאנט. ס'איז גארנישט ניי, ווייל דאס טו איך דאך אייגנטליך יעצט, בשעת'ן שפאנען. וועל איך, הייסט עס, זיצן און אטעמען מיט הנאה אנשטאט גיין און טאן די זעלבע זאך. וואס האמיר אויפגעטאן?

אייגנטליך קען איך, אזוי זיצנדיג אינעם גראז, אין יענעם שאטן, אטעמענדיג די באשמעקטע לופט, טראכטן. נישט שלעכט. אבער וואס וועל איך טראכטן? (וואס האב איך נאר דעמאלט געוואלט דורכטראכטן נאר האב נישט געהאט די נויטיגע שלוות הנפש? געדענק איך נישט; מסתמא נישט געווען צו וויכטיג.)

אבער פארוואס דאגה איך יעצט דערוועגן? קודם לאמיר זיצן. אבער פריער דארף מען דאך טרעפן דעם פאסיגן פלאץ – דעם גראז, דעם שאטן, און יענע גוטע בלומען. דערווייל, לאמיר ווייטער גיין. לאמיר נאר שנעל איבערלויפן וואס כ'וויל יעצט טאן. (כ'וויל פשוט זיכער מאכן אז כ'האב אלעס מסודר אין קאפ. אזוי וועל איך נישט דארפן טראכטן דערוועגן ביז ס'וועט ווערן נוגע.) וואס טוט מען אבער ביז'ן געפינען דאס פלאץ? מ'שפאנט. מ'גייט ווייטער. דא, ממש וואו איך שטיי יעצט, איז אזוינס נישט פאראן. מוז איך דאך במילא יעצט ווייטער גיין.

וועגן וואס, אבער, זאל איך טראכטן ביז'ן זיך אנשטויסן אין יענעם פלאץ? (וואס זוך איך נאר? יא: א סך גראז – געדעכט! נישט ווייט פון עטליכע – לכל הפחות פיר – הויכע און צעצווייגטע ביימער. אויך ווילן מיר דארט שיינע, דופטיגע בלומען, כדי די לופט, וואס כ'וועל פאמעליך און טיף איינאטעמען, זאל שמעקן – אבער שמעקן...)

דער אמת איז, אז ס'איז סתם נאריש. וואס פעלט אויס די גאנצע טראכטעריי איבער וואס כ'וועל באלד טראכטן? לאמיר גיין, און פארטיג. טראכט דאס, וואס ס'וועט זיך טראכטן, און פטור אן עסק.

האסט א פאינט. ובכל זאת... אבער וואו האמיר נאר געהאלטן? אה, יא. אוקעי, וועגן טראכטן. נו, עפעס א פלאן, עפעס א געדאנק.

ווייסט כ'וואס כ'וועל דיר זאגן? דער גאנצער פלאן זעט נישט אויס אינטערעסאנט. כ'מיין, איך ווייס נאכנישט וואס כ'וועל טאן אזוי בשעת'ן גיין ביז יענעם פלאץ. דער גאנצער געדאנק איז געווען כ'זאל קענען רואיג טראכטן. אויב נישט דאס, וועט עס דאך גארנישט זיין אנדערש ווי יעצט. זעסט דאך אז אויפקומען מיט אן אינטערעסאנטער טעמע איז נישט אזוי גרינג ווי דו האסט געמיינט. נו, וואס איז די גאנצע פאינט דערפון?

קען איך בלייבן ווייטער גיין. וואס איז נאר אבער שלעכט געווען מיט גיין? כ'האב דאך געוואלט טאן עפעס אנדערש פאר א סיבה. איך שטיי דאך און ברעך קאפ דא נישט סתם אזוי.

איז, וואס בלייבט?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

שמעקי די האסט פארשטאנען איין ווארט וואס דא שטייט , אז די לייקסט עס?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך פיל ווי איך האלט אינמיטן באטראכטן א טיף שטיקל מאדערן ארט, אדער איז עס גאר די מחשבות פון [tag]ממרום שלח אש[/tag] בשעת'ן הערן א קלאסיקעל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
איום ונורא!

[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
ניין, דאס איז גוטע שרייבעריי, גאר גוט, גאר גוט, לית דין צריך בשש.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זעהסטו פארוואס אין יענע בלאסע-זכרונות-וועלט האט מען געדארפט וועגן? עס וואלט געפיהרט צו 'קונסט' אנשטאט 'א שמייכל'.

נורא, רבותי.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך זיץ און טראכט, זאל איך מגיב זיין , וואס וועל איך האבן דערפון ? איין מינוט! כ׳האב דען וואס מגיב צו זיין , וואס זאל איך שרייבן ? זאל איך שרייבן סתם א יישר כח, נע ס׳איז צו טרוקן, אייוועלטיש. שוין, עפעס א טוויסט ... לאמיך טראכטן.....
אייגענטלעך, פארוואס טראכטן אזויפיל ? קלאפ אפ א תגובה און שוין. יא אבער.. כ׳האב דאך אנגעהויבן מיט עפעס , נו וואס.. יא כ׳דערמאן זיך שוין.
אלזא וואס וועל איך שוין האבן פון מגיב זיין ? אפאר ווירטואלער ניקס וועלן אפשר טראכטן, wow מאטי דו ביסט גוט!!! נו און נאכדעם? פארדעם לוינט זיך איינצושטעלן? אפשר וועסטו גאר קומען אקראס נאריש ? נו. וואס גייט דיר אן! זיי ווייסן סייווי נישט ווער איך בין. אזוי!! דאן וואס עפעס שרייבסטו בכלל ? אוי וויי כ׳טראכט שוין ווייטער צופיל ... יא אבער יעצט טראכט איך בעצם אויפן גאנצן געדאנק פון שרייבן. פריער האב איך געטראכט נאר אז אויב איך שרייב שוין יא, וויאזוי צו שרייבן. סא גרויסער חילוק.. ניין ? אקעי איך הער, אבער למעשה יעצט טראכסטו שוין פון וואס דו מעגסט יא אדער נישט טראכטן אויש!!!! איך האלט שוין נישט אויס ... שלח....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

איך האב מורא אז פשוט קאמפליצירט און אנדעקע מגיבים זענען נישט משיג די געוואלדיגקייט פון זיינע ווערטער, עס איז נישט סתם די שרייבעריי, עס איז דאך מקיף די גאנצע היומען קאנדישאן, די ספיקות פון מה אנו ומה חיינו, וואס איז דען יעצט אנדערש פון הוה אין עתיד, זיי נישט מזלזל דערין, רוף עס נישט פאנטאזיע בלי פירוש.

די סעטינג פון די מעשה דערמאנט מיר פון די קלאסישע נאוועל א רייזע צו די צענטער פון די ערד, דארט שילדערט ווערנע א וועלט מיט די זון אקוראט אינמיטן, ממילא איז נישטא קיין שינוי זמן.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך וועפערייזער »

אז מ'האט נישט וואס צוטוהן מאלט מען בילדער פון אקסן אין א הייל...
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

פשוט קאמפלעצירט, כילו נאה, כי לו משקה
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

פרישער האט געשריבן:פשוט קאמפלעצירט, כילו נאה, כי לו משקה


:lol:

שקויעך, [tag]ממרום שלח אש[/tag], אבער זענען דען רוב געפילן און איבערלעבענישן אויף דער וועלט נישט קיין פאנטאזיעס?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איין טאג בין איך געזעצן. דאס איז געווען נאך א שטיק צייט גיין. איך בין נישט געווען אויסגעמוטשעט און כ'וואלט לעולם געקענט ווייטער גיין. למעשה האב איך באשלאסן זיך אוועקצוזעצן. כ'געדענק באמת נישט צי ס'האט געהאט א ספעציעלע סיבה. מיר דאכט זיך, אז געפאסט דעם באשלוס וועגן זיך אוועקזעצן פון איין רגע אויף דער אנדערער.

אביסל פריער, האב איך יא געהאט א שטיקל ישוב הדעת וועגן זיך אוועקזעצן -- כ'האב אייך דאך דערציילט דערוועגן. דעמאלט איז דער רעיון מיר געקומען אין קאפ פון לאנגווייליגקייט. כ'האב נאך געהאט עפעס א שפור זכרון-איבערבלייבעניש פון א פלאץ און צייט וואו עס זענען פאראן אומצאליגע זאכן צו טאן און פלעצער צו גיין. דאס שטיקל ידיעה פון ברירות און מעגליכקייטן האט געברענגט א געפיל פון לאנגווייליגקייט מיט א מצב פון בלויז עטליכע שמאלע אפציעס. סוף כל סוף האב איך משלים געווען מיט מיינע יעצטיגע אומשטענדן און אויפגעהערט חקרנ'ען איבער די צדדים לכאן ולכאן. אנשטאט, האב איך זיך געלאזט פירן פון רויען אינסטינקט, אן חשבונות און אנאליזן. ס'שייך צו זאגן: לאגישע חשבונות זענען גוט דארט מ'קען זיי ניצן; דא זענען זיי ווערטלאז און ברענגען גארנישט אויסער קאפ-ווייטאג. דאס ווייס איך שוין יעצט קלאר. ס'איז מיר נאר א חידוש, פארוואס פון אלע זכרונות און צוגעהערן פון יענעם אמאל איז פונקט דאס, לאגיק, געבליבן. זכרונות ווערן צוביסלעך פארגעסן, מיין פערזענליכן געשמאק פאר דאס יענץ וועפט אויס. אפילו מיינע נטיות און מידות ווערן וואס שפעטער אלץ מער פארוואסערט. פארוואס פונקט דער ספק פון דאס אדער יענץ איז מיט מיר נאך געבליבן אזוי שארף ווי דעמאלט, ווייס איך נישט.

יעצט האב איך זיך נישט געפייניגט און גע'ספק'ט. ס'האט זיך מיר פארוואלט זיצן, האב איך זיך אנידערגעלאזט ממש דעמאלט און דארט וואו דער רעיון איז מיר אריינגעקומען אין קאפ. נאך מער: איך האב זיך אפילו נישט אומגעקוקט. כ'ווייס דאך שוין יעצט אז די צדדים זענען נישט מעלה ומוריד. אייגנטליך, קיין צדדים זענען בכלל נישט פאראן. אזוי לאנג ווי איך האב פרובירט צוקומען צו א מסקנא דורך אנאליזירן, האב איך זיך געמוטשעט. כ'האב זיך געמוטשעט נישט מיט די עצם צדדים, נאר מיט'ן פרובירן אויפצוקומען מיט צדדים -- נארמאלע צדדים, וואס זאלן מאכן סענס און זיין זאכליכע קאנדידאטן פאר א פראקטישן אנאליז. דאס שוקל זיין אהער אדער אהין איז געווען אן אילוזיע; ס'איז געווען אזא טריק וואס מיין מוח האט מיט מיר געשפילט. מיין מוח קען נישט לויז ווערן פון דער אלטער געוואוינהייט, פון דעם אופן ווי ער פלעגט פונקציאנירן אין יענעם ווייטן אמאל. מוז ער אויפקומען מיט אלערליי שטיק און קונצן פארצוזעצן דערמיט. היות קיין צדדים זענען דאך דעמאלט טאקע נישט געווען, האט ער געמוזט ארומדרייען אז ס'זאל אויסזען ווי זיי זענען יא דא -- כדי ער זאל קענען ממשיך זיין די שפיל פון אנאליזירן און חקר'ען. און די סיבה פאר מיין קלעם דעמאלט איז געווען, ווייל טיף, טיף אין מיין באוואוסטזיין האב איך שוין פארשטאנען, אז דאס אלעס איז אן איבערבלייבעניש פון יענעם אמאליגן דארט און דעמאלט. כ'האב נאר נישט געוואלט לאזן די הכרה ארויפקומען צו מיין מחשבה, ווייל איך אליין בין אויך נישט געווען אינגאנצן גרייט אפצוהאקן ממש יעדע פארבינדונג מיט מיין אמאליגן לעבן.

יעצט בין איך שוין אבער קלוגער און פארשטיי, אז ס'איז אנדערש. איך זאג "יעצט"; באמת איז דאס גאנצע געשעפט מיט "יעצט" קעגן "פריער" נישט נוגע. ווייל, ווי כ'האב אייך שוין דערציילט, דא איז אלץ אייביג די זעלבע. איז, די נקודה איז, אז איך בין קלוגער. איך בין אליין נישט קלאר ביי זיך פארוואס איך ניץ נאך די ווערטער פון "יעצט" און "דא". כ'בין אבער חושש, אז ס'איז אויך אן איבערלייבעניש פון וואס איך בין נאכנישט פטור געווארן.

רעדנדיג אזוי פאלט מיר איין א שרעקעדיגער געדאנק: אפשר איז דא טאקע נישט פאראן קיין חילוק צווישן "יעצט" און "פריער" און "דא" און "דארט"? דא זענען דאך נישט פאראן קיין שינויים. (איך כאפ זיך יעצט אז איך אליין עלטער זיך אויך נישט.) מאן יימר אז "יעצט" און "שפעטער" נישט נישט רעלעוואנט: אפשר זענען זיי בכלל נישט בנמצא דא?

שרעקליך. וואס מיינט דאס פאר מיר?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

כהא׳ נישט קיין השגה וואס דא שטייט. ר׳ פשוט: פילייכט שטעלט איר צו תרגום?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בהביטי בנפשי פנים אל פנים, בשעה שהייתי נים ולא נים, עיני נשואות אל השמים, עשתונותי נלחמים כאש ומים, רגלי באויר מעופפים, ושתי ידי על צדדי רופפים, במקום שאין שם לא אמת ולא שקר, לא ערב ולא בוקר, לא עבר ולא הוה, לא חיה ולא גוה, הכל מעורפל ומסובך וכל היקום נעשה כגוש אחד שנתמעטת והולכת עד שכמעט שנעלם מעיני. או אז נשמע קול רעם אדיר וחזק, וראיתי את הקולות כמראה אש ובזק, יתרעש הגלגל והכסא, ונפל פתקא מן שמיא להתנשא. פקחתי עיני והבטתי בתוכו, ולתדהימתי כתוב בו שמות הקדושים באותיות מוזרות ומשונות מאוד, בצורה כזו:
http://jackieleasommers.com/2012/03/11/ ... me-anyone/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אפשר טאקע?

ווי האט דיין רבי - ר' אלבערט - געזאגט?

Reality is merely an illusion, albeit a very persistent one.


[ביי אונז וואלט מען געזאגט אז אט די תמידיות איז טאקע די גדר פון מציאות...].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט