היסטאריע געמאכט מיטן קרוינען פון דזשיקוב'ער רבי'ן שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

היסטאריע געמאכט מיטן קרוינען פון דזשיקוב'ער רבי'ן שליט"א

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך ווייס ניטאמאל וויזוי אנצוהייבן דעם ארטיקל, וועל איך שרייבן פלעין וויזוי ס'גיסט זיך מיר ארויס פון פעדער. אםם, כ'מיין פון די פינגער.

מיט א צוויי וואכן צוריק איז אין דעם שטעטל רחובות אין ארץ ישראל פארגעקומען א מסיבה, מיט די באטייליגונג פון אפאר הונדערט חסיד'ישע אידן, חסידי וויזשניץ, אין צוגאב צו עטליכע רביס, רבנים און שיינע אידן, בעת וועלכן מען האט מכתיר געווען הרה"צ ר' ישראל אליעזר אדלער שליט"א אלס דשיקוב'ער רבי.

סאו בעצם, וואס איז דאס אזוי מורא'דיג, א הכתרה פון נייעם רבין איז פון די זאכן וועלכע פאסירן נישט אזוי זעלטן אין די אידישע וועלט, און דאס וואלט נישט געדארפט זיין קיין נייעס מער ווי אין די ערשטע פאר טעג אין די פיקטשער מאגאזינען און פערטיג. וואס דעמאלס טרייבט מיך צו שרייבן אן ארטיקל דערוועגן, און דערצו עס באקעפלען אז היסטאריע איז געמאכט געווארן מיט דעם.

וויל איך מיך מסביר זיין און פארשטיין געבן דעם עולם וואס דא האט פאסירט און לייגן דעם זאך אין פערספעקטיוו.

ר' ישראל אליעזר אדלער איז א וויזשניצער אייניקל, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דעם אמרי חיים, זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי חיים אדלער זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און זייער א חשוב'ער איד און ער האט אסאך געהאלפן דעם שווער אויפבויען שיכון וויזניץ אין ב"ב. שפעטער האט דער אמרי חיים געשיקט דעם איידעם וואוינען קיין חיפה לעבן זיין ברודער דעם סערעט'ער רבי'ן, ער זאל אים העלפן אויפשטעלן דארט זיין חסידות, און ר' נפתלי חיים האט זיך טאקע אריינגעלייגט אין דעם בכל נפשו ובכל מאודו, און ער האט טאקע מצליח געווען, ער האט שיין אוועק געשטעלט דעם רמת וויזניץ געגענט אין חיפה, וואו עס געפינט זיך ביז היינט דער הויפטקווארטיר פון דעם סערעט וויזניץ'ער חסידות.

וויבאלד דער היינטיגער סערעט'ער רבי איז נישט געווען דעמאלס אין א מצב פון זיין מ"מ פון זיין טאטן, האט דער עולם פארשטאנען מיט א פשטות אז מ"מ וועט זיין ר' נפתלי חיים. און אזוי איז טאקע געווען, ווען דער סערעט'ער איז אוועק האט ר' נפתלי חיים אנגעהויבן פירן דאס רבי'סטעווע, אבער ער האט זיך עפעס נישט אויסגעקומען מיט די בוקאווינער פויערן דארט, און זיי האבן אים משלח געווען און געברענגט צו שלעפן ר' אליעזר'ן דעם רבי'נס זוהן (פאר זיי איז ער גוט געווען אין יענעם מצב אויך) און מען האט אים געמאכט פאר רבי.

(איך וויל נישט חלילה בארעדן דעם היינטיגן סערעט'ער רבי וועלכער איז זייער אן ערליכער און חשוב'ער איד. איך רעד נאר פון יענע יארן. ער איז אין זיינע אינגע יארן געווען אין מיליטער און נישט געווען זייער פרום, ער באהאלט עס נישט און עס איז א דבר ידוע ומפורסם. עס נעמט גארנישט אוועק פון זיין ערליכקייט און חשיבות. ווען ער איז געווארן רבי האט ער עס זייער ערנסט אנגעומען און איז געווארן באמת אן ערליכער איד, איך דערצייל פשוט די פאקטן)

ר' נפתלי חיים מיט זיין רביצין זענען געווען זייער אנגעווייטיגט און געלאפן צום אמרי חיים, אבער ער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן, בפרט אז ער האט געזעהן אז דורך דעם קומט זיין נעפיו צוריק צו אידישקייט, און ער האט עס געלאזט אזוי.

למעשה מיט די יארן האט ר' נפתלי חיים זיך געצויגן קיין נתני' ווי ער האט זיך געבויעט א בית המדרש און געווארן דשיקוב'ער רבי, אבער א נאכפאלגערשאפט פון חסידים האט ער קיינמאל נישט געהאט. עס איז נישט געווארן א רבי'סטווע.

זיין זוהן ר' ישראל אליעזר איז אלעמאל געווען אן ערנסטער חשוב'ער אינגערמאן, און אין יאר תש"מ האט וויזניץ געשיקט אינגעלייט וואוינען קיין רחובות ווי עס האט זיך געמאכט א ישוב, א שיכון פון א הונדערט צוואנציג משפחות בערך, און ר' משה'לע זצ"ל האט געשטעלט דעם נעפיו זיינעם, דער אינגערמאן ר' ישראל אליעזר אלס רב דארט אין רחובות. מיט די יארן האט ער זיך זייער שיין אוועק געשטעלט און האט זיך שטארק אפגעגעבן מיטן עולם, ער האט גוט פארשטאנען צו דעם און האט זיך ערווארבן אסאך מעריצים און אפילו חסידים, דארט אין וויזניץ.

אין די יארן ווען דער היינטיגער וויזניצער רבי איז געווען אין גלות, האט מען אין וויזניץ כסדר גערעדט אז ר' ישראל אליעזר גייט ווערן דער צווייטער רבי און גייט גאר אפרייסן א שיין טייל פון וויזניץ, צו דרייציג פראצענט צו פערציג, אבער מען האט גערעדט פון א שיינעם ציבור. למעשה מיטן צוריק קומען פון דעם רבי'ן שליט"א האבן זיך די חלומות געענדיגט, און ר' מענדל האט גענומען ארום צען פופצן פראצענט וויזניץ, און ר' ישראל דאס איבריגע און עס האט אויסגעזעהן ווי ר' ישראל אליעזר גייט בלייבן רב אין רחובות און פארטיג.

ר' ישראל אליעזר, וועלכער פארשטייט גראדע זייער גוט צו הנהגה און צו מדריך זיין אידן, האט אבער יא געוואלט זיך אליינס אוועקשטעלן, און האט גראדע געהאט א שטיקל עולם אין וויזניץ וועלכע זענען שטארק נאנט מיט אים און האבן געהאט חשק ער זאל טאקע זיך אוועקשטעלן אליינס אלס רבי, נישט דוקא אונטער וויזניץ.

נו לאמיר זעהן וואס וואלט נארמאל אין די היינטיגע וועלט געדארפט געשעהן אין אזא פאל.

לאמיר געדענקען אז ר' ישראל אליעזר האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שטעלע אין ערגעץ חוץ וויזניץ, און יעדער איינציגסטער מענטש, פון דעם ערשטן ביז דעם לעצטן, וואס ער גייט האבן, פון דעם גבאי ביז דעם שיריים כאפער, אלעס קומט גראד פון וויזניץ.

סאו נארמאל וואלט ווען ר' ישראל אליעזר אנגעהויבן פירן אביסל רבי'סטווע, און עס וואלט זיך אנגעהויבן א פאליטיק, דו ווערסט א מורד, דו ווערסט דיך א רבי דא אונטערן נאז פון דעם רבין? מען וואלט אנגעהויבן פארפירן און אים רודפן, און נישט נאר אים נאר אויך זיינע חסידים, און אויב וואלט ער נישט תיכף זיך אליינס אפגעטראגן פון זיין פאסטן אין רחובות וואלט מען אים ארויסגעטראגן פון דארט ביז געציילטע וואכן מיט קולות און פעטש, און עס וואלט געווארן א גאנצע פאליטיק און מחלוקת, די ביסט פון די דשיקוב'ער, ארויס פון דא, געווארפן קינדער, בחורים, אינגעלייט, ווער עס פארט אהין אויף יו"ט צום מורד פליעט פון וויזניץ.

(און ע"פ דרך וויזניץ פון די לעצטערע יארן וואלט גאר דער רבי אליינס געדארפט האלטן פייערדיגע דרשות: דאס הייסט כפיית טובה, ער האט דאך גארנישט געהאט, דא געהאט זיין פרנסה אזויפיל יארן, און קומט דא צוברעכן וויזניץ בלא בלא בלא...)

מען וואלט געדארפט ווארפן פאשקעווילן, פאוני קאלס, ברעכן פענסטער וגו' וכו' כיד ה' הטובה על החסידים. פאר די נעקסטע פאר יאר וואלט געווען אנגעצויגן און הייס, דער איז דא דער איז דארט, ווען עפעס א חשוב'ער אידן וואלט זיך געטראפן מיטן מורד ביי א שמחה און גערעדט מיט אים און נישט געשפיגן אין פנים, וואלט שוין געווען א חשד אז אונטערן טיש איז ער א דשיקוב'ער און מען וואלט אים גע'רודפ'ט ביז ער וואלט טאקע אהין געגאנגען, אזוי וואלט מען געבויט דעם שונא\קאמפעטישן, ביז נאך אסאך יארן וואלט מען ענדליך זיך בארואיגט און שלום געמאכט מיטן מצב, און איבערגעלאזט אונטער זיך יארן פון אומזיסטיגע צער און עגמת נפש, צובראכענע אידן און צובראכענע משפחות, און... א שיינע אויפגעבויעטע דשיקוב'ער חסידות. אבער וואס האט מען דען געקענט טוהן, מען קען דאך נישט לאזן יעדן מורד אפ'ירש'נען וואס דער רבי האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. כ'מיין, וואס דען, דער רבי האט אזוי שווער געארבעט אז זיין אומדאנקבארער נעפיו זיך זיך גיין און "צוכאפן" אזא גרויסן עולם. מען טאר דאך דאס נישט טאן...

דערווייל, לאמיר זעהן וואס איז טאקע געשעהן.

ר' ישראל אליעזר האט זיך געמאכט א חשבון, אז אים איז געבליבן בירושה א שיין פארמעגן פון זיין טאטן, פון דעם בנין אין נתני' וכדו', און ער האט פון דעם גענוג זיך צו בויען א שיינעם ביהמ"ד און א דירה, גייט ער אלזא זיך זוכן אן ארט אין א"י וואו עס איז דא מקום פאר א רבין, און גייט זיך אהין ציען און זיך אויפבויען דארט און אנהייבן פונדאסניי. גייט ער אריין צום קאזין, צום נייעם רבי'ן, און זאגט אים אזוי בשפה רפה אז ער קלערט עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך פון אים צו בויען א שם ושארית פאר זיין פאטער... איך קלער אפשר... איך טראכט אפשר... איך וויל פרעגן דעם רבי'ן...

אבער דער נייער וויזניצער רבי לאזט אים גארנישט אויסרעדן: וואס הייסט, אוודאי, דאס איז דאך זייער ריכטיג, אזוי דארף דאך זיין, איר דארפט אוועקשטעלן דעם טאטנס נאמען. און אויסער דעם, איך קען דאך נישט אליינס טראגן אזא גרויסער עולם, עס איז דאך צו גרויס פאר מיינע פלייצעס, וועט איר מיר העלפן. איר קענט טאקע שוין אנהייבן.

זאגט ר' ישראל אליעזר: איך קלער אפשר זיך צו ציען ערגעץ... אבער דער רבי לאזט נישט רעדן: ניין, איר דארפט נישט גיין, איר קענט בלייבן דארט אין רחובות. איך וועל קומען אהין און איך וועל אייך אוועקשטעלן, איך וועל אייך העלפן און שטיין צו דער האנט.

ר' ישראל אליעזר באדאנקט זיך און גיים אהיים פריילאך און צופרידן. זיך איינגעשפארט אסאך קאפ וויי, ער קען רואיג זוכן א מקום און זיך אנהייבן בויען. ער האט אנגעהויבן קלערן, אפשר אלעד. האבן די וויזניצער ראשי הקהלה אנגעהויבן וויינען, מיר האבן ערשט אויפגעשטעלט די מוסדות דא מיטן ביהמ"ד, אז ער וועט קומען וועט דאך דאס צופאלן, האבן זיי ממש געוויינט אז ער זאל זוכן אן אנדערן פלאץ. האט ער געקלערט אפשר בית שמש, האבן די מאנסי'ער אנגעהויבן ברעטשען, אז די שטאט האט דער רבי אויסגעקליבן פאר זיין ברוך שמשון זיך צו בויען, אוןן מען שטעלט טאקע אויף דארט מוסדות, פליז, קום נישט דא, עס וועט דאך אלעס צושטערן.

ווען דער וויזניצער רבי האט געזעהן וואס דא גייט פאר האט ער געזאגט אז ער וועט מאכן אן עק צו דעם. ער האט געשטעלט א טאג און אראפגעפארן קיין רחובות מיט א גרויסן עולם און מען האט געמאכט א אן אפיציעלע מסיבת הכתרה און דער רבי האט מכתיר געווען זיין קאזין צו זיין זיין קאמפעטישן, אדער לשיטתו, זיין העלפער. זיין ברודער ר' מענדל, האט גראדע געלאזט פאלן אפאר ווערטער אז דער ברודער מאכט דא א גרויסן טעות, אבער דער ברודער זעהט דאס נישט. ער האט מסביר געווען פאר מערערע אידן אז דאס איז פשוט א הילף פאר אים, ער קען נישט אליינס. מיט גרויס שמחה האט ער פארציילט פאר אנדערע רביס אז עס איז שוין דא נאך א רבי לבית וויזניץ, ער קען זיך גארנישט בארואיגן פאר שמחה. זיין קאזין איז געווארן רבי ביי אים אין ביהמ"ד.

אזאנס מיין איך קען מיט רעכט ווערן אנגערופן א היסטארישע אקט.

און כאטש איך זוך נישט דא אין דעם דאזיגן מאמר צו באזונגען דעם וויזניצער רבין, קען איך אבער נישט ענדיגן אן זאגן כאטש געציילטע ווערטער לשבחו. נישט אומזינסט ווערט כלל ישראל אזוי באנומען פון דעם איד, אז וואו ער גייט און וואו ער קומט ווערט א סענזאציע, מען לויפט אים נאך מיט אומבאגרעניצטע ליבשאפט, און לאו דוקא וויזניצער חסידים. די מעשה צייגט אויף זיין טוהר המידות און גאלדענע הארץ און נשמה, אז אנשטאט שפירן אז דער מענטש גייט אים צונעמען חסידים, שפירט ער גאר פארקערט, אז ער גייט אים פשוט העלפן. אלס איינער וועלכער קען דעם וויזניצער רבין פערזענליך (נישט פון וויזניץ, נאר) פון די גלות יארן, ווען ער איז געווען א אויסגעקלאפטע הושענא און קיינער האט נישט געקוקט אין זיין זייט, האב איך א פערזענליכע אינטערעסע אין דעם זעלטענעם גאלדענעם איד, אין דעם עובד ה' און אוהב ישראל, דער מקבל יסורים באהבה, דער זעלטענער בעל מדריגה, און ווען איך זעה אזא מעשה נעמט מיך עס ארויס פון די כלים און איך האב עס געוואלט מיטטיילן דא פארן עולם.

מיר זענען נאך נישט אינגאנצן א דור יתום, דער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף אונז און געלאזט אין אונזער דור א רבי מיט וועמען מיר קענען זיין שטאלץ.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר