קרני צבי האט געשריבן:איך שיס נישט, נא דיך קורצליך און זאכליך, פאר דיר וכל חבריך\חברי היקרים:
א) איך האב נישט געזאגט מ'האט "געצווינגען" רבני מאנסי שיחיו, איך האב נאר געזאגט אז נאכן הערן די טענות פון לב טהור האבן זיי מחליט געווען זיך נישט אריינצומישן.
איך האב גערעדט מיט אפאר רבנים (3) און האבן מיר געזאגט אז מ'האט זיי יא געצווינגען, איז דו רעדטס פון השערות, אדער פון אמת'ע זאכן??
קרני צבי האט געשריבן:איך שיס נישט, נא דיך קורצליך און זאכליך, פאר דיר וכל חבריך\חברי היקרים:
ב) ס'איז נישט געווען קיין שום "פאני קאללס" און קיין שום "סטראשונגען", פשוט זיי האבן גערעדט דברים של טעם מנהמת לבם.
איך החי יכול להכחיש את החי? ווען די רבנים האבן באקומען כמה וכמה אזהרות און איומים, שרייבסטו אז זיי האבן נישט באקומען. דאס מיינט אז דו שיסט נישט, נאר זאגסט זאכליך???
קרני צבי האט געשריבן:ג) רוב רבנים אין מאנסי זענען געבליבן מתנגדים, אבער נישט אויף צו חתמ'נען דעם "פסק".
סתירה מיניה וביה, געבליבן מתנגדים, אבער נישט אויף צו חתמ'ענען???? למעשה האבן זיי דאך יא גע'חתמ'עט (כפי ששמעתי מפיהם)
קרני צבי האט געשריבן:ה) אלע רבנים, האלטן נישט אז מ'דארף רודפ'ן אידן, מ'האט גערעדט לגבי די פרשה פון ראזנער און שפעטער: טעללער. און אויף דעם האב איך געזאגט מאי דהווה הווה.
ר' משה גרין (ועוד) האבן יא געהייסן רודפ'ן כדי אנדערע זאלן נישט אריין פאלן דארט (יעצט זאג אז תשע"ד האט ער נישט געזאגט), און למעשה, דעמאלטס האט דאס געהייסן ראזנער טעלער, און היינט הייסט דאס אלברנץ, אבער די מעשים זענען די זעלבע.
קרני צבי האט געשריבן:ו) לגבי די פרשה פון ר' נתן, איז דא 2 צדדים, איך זעה נישט פארוואס ס'איז אנדערש פון יעדע משפחה פלאנטער בכל כדור הארץ ובמחנה החרדי בפרט, הלמאי מ'דארף דרייען די וועלט.
מזל טוב, ביז היינט שרייט מען אין לב טהור, אז ס'איז נאר דא איין זייט, נאר זיי זענען ריכטיג, און אזוי לערנט מען אויס דעם עולם (העיד בפני איינער וואס איז אנטלאפן פון דארט, אז די ערשטע תקופה האט ער נישט געקענט אריין גיין אין קיין שום ביהמ"ד שפירנדיג אז אלע זענען זינדיגע, און נאר זיי זענען גוט, ביז ער האט זיך געגאנגען היילן ביי א פסיכעלאג.
איז איך האב גרויס הנאה צו זעהן, אז א לב טהור'ניק קען שרייבן אז ס'איז דא א ספק אולי ר' נתן איז יא גערעכט. ייש"כ.
און דער כדור העולם דרייט זיך איבער, ווייל ר' נתן האט נישט געקענט זעהן זיינע קינדער (א זאך וואס קיינמאל אין די וועלט האלט מען נישט אפ סתם אזוי), נאר ווען ער האט אויפגערודערט א וועלט.
וידם של הכת טמונה בזה אז ס'זאך זיך פארקאטשען ארום דעם גאנצן גלאבאל.
קרני צבי האט געשריבן:ז) היות איך פארשטיי אז דער ציהל פון כת"ר איז (א) להכות על קדקדו של הרה"ג הדיין דסקווירא שליט"א (ב) לעורר מדנים בין קהילת לב טהור לבין קאשוי.
וועל איך אי"ה דיר ביידע זאכן נישט נאכגעבן, שרייב וואס דו ווילסט. און איך וועל אי"ה נישט ארויף ברענגען דאקומענטן וואס זענען פוגע בכבוד הפרט או הכלל אף שמתנגדים על קהילת לב טהור הי"ו, בתנאי אז זיי זענען נישט "יעצט" אריין געמישט צו רודפן אידן.
איך זאג איין מאל פאר אלע מאל, די גאנצע פרשה פון היתר מאה רבנים ז"ל (הפרשה זכרונה לברכה והרבנים יבדלו לחיים ארוכים) האט צוויי זייטן, נאר יעדע פרסום וועט פוגע זיין בכבוד הרה"ג ר' אליעזר חיים בלום שליט"א ומשפחתו. אזוי אויך יעדע פרסום לגבי די משפחת ראזנער וועט פוגע זיין בכבוד הרה"ג ר' שמחה ישראל בלום שליט"א. און סתם מחרחרי ריב, וועלן אי"ה נישט מצליח זיין צו אויפוועקן די מעשה, על חנם.
איך וועל נאכאמאל קלאר מאכן, איך בין נישט קיין קאשוי'ער (אין מיין קרייז איז קאשוי'ער רב בכלל נישט פארהייליגט), נאר סך הכל האסטו (סליחה דיין רבי) זיך געשלאגן מיט קאשוי, איז קאשוי אויף די נייעס, אבער נישט אז איינער וויל רעדן דייקא פון קאשוי.
און צווייטנ'ס כ'מוז דיר זאגן אז דו ביסט א מומחה, ווען ס'איז נישטא וואס צו ענטפערן טרעפסו די וועג ארויס, ביורעפאו"ל,
ווי זענען די דאקומענטן וואס דו האסט באקומען פון לב טהור??? וואס ממש מיר גייען שפרינגען פון דעם.
סוף כל סוף זעט מען דעם אמת, לא דובים ולא יער, האסט נישט קיין דאקומענט, וכשם שלא איימו על הרבנים כך יש לך דאקומענטן.
קרני צבי האט געשריבן:איך זאג דיר אויך, והיה שלום, מה לך ולצרה זו. זיי געזונט און שטארק, האסט נישט אנדערש פון וואס צו רעדן?
וואס טויג עס צו דיר מצער זיין משפחות על חנם, סיי די משפחות מקהילת קודש קאשוי הי"ו און סיי די משפחות מקהילת קודש לב טהור הי"ו.
ענדערשער רעד פון די רעבעלן גרופעס אין סיריע אדער די פראטעסטירער אין טערקיי, מסכים?
איך האלט אז באשער אסאד איז גערעכט, ווייל די הפקר יונגען דארטן פארשטייען נישט קיין אנדערן שפראך, און טאמער גייט מען אים באמבעדירן וועט פעלן איין קצב אין סיריע, נו, וואט סאו ביג דיעל? ניין מיינסט נישט אזוי?
הוא אשר דיברתי בתחלה, וועסט אלעמאל טרעפן וויאזוי צו פארדרייען די שמועס, אבי נישט צו ענטפערן צו די זאך, איז יעצט אנשטאט מאריך זיין וועסטו רעדן פון דעם קצב אין סוריה, איז לאמיר דיר מודיע זיין, אז ווען מ'פייניגט אידישע קינדער, טוט דאס וויי פאר אידן, און ווען מ'רצח'עט אראבער טוט דאס (אפשר) וויי פאר די אראבער, אבער מיר אינטרעסירט דאס בכלל נישט וד"ל.