מיין 100'סטע תגובה אשכול - מנהגי התגובות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

מיין 100'סטע תגובה אשכול - מנהגי התגובות

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

מנהג ישראל קדוש, שוין איינגעפירט מקדמת דנא, אפצושרייבן אן אשכול ווען מען קומט צו א געוויסע נומער תגובות. דער מנהג איז שוין גאר אן אלטער, עס ווערט שוין דערמאנט אין די צייטן פון אייוועלט און נאך פריער אין די צייטן פון חדשות אנ"ש און היימישע קרעטשמע אין בחדרי חרדים ועוד מקומות, ואכמ"ל, וד"ל.

אין די ערשטע צייטן פון דער מנהג, איז עס נישט געווען אזוי איינגעפירט און נישט איבעראל האט מען זיך געפירט דערמיט, לדוגמא, אין אחים אנחנו אדער אין כל העולם כולו, איז דער מנהג נישט געווען אזוי ווייט איינגעפירט אבער אין אנדערע מקומות איז עס געווען מער איינגעפירט. במשך די יארן, בפרט נאכן קריג, ווען אידן האבן ארויסגעוואנדערט אין די מאסן פון דער אנטיסעמיסטישע הייד-פארק און דער נייער אידישער דור איז איבערגעפלאנצט געווארן אין אנדערע מקומות, האט דער מנהג באקומען מער האפט און היינט צו טאגס פירט מען זיך מיט דער מנהג כמעט איבעראל.

נו, מנהג ישראל קדוש הוא, א הייליגער מנהג וואס עס איז שוין פיל ארומגעשריבן געווארן דערויף. במשך הדורות האבן אידן געשריבן רמזים און גמטריאות אויף זייערע מספר תגובות און העכערע ענינים וואס עס איז פארבינדן דערמיט. אזלא, מען טאר דאך נישט משנה זיין ממנהג ישראל און הגם יעדער האט דאך געליינט מיין געזעגענונגס בריוו, אז איך גיי שוין פון דא, אבער פארט, ווילאנג מען איז א מעמבער אין די קהילה, איז חל אלע תקנות פון די קהילה, ווי אויך האט עס א דין פון מקום שיצא משם.

אלזא, לאמיר א ביסל א בליק געבן אויף דער מנהג:
לעיקוואד און יאיר ועוד, וועלן מסתמא אנווייזן אז דער מנהג שטאמט ממקור לא קדוש, דורך די השפעה פון די היידפארקטיסן אונטער וואס די אידן האבן דעמאלס געלעבט, דעריבער פארמאגט דער מנהג קיין שום האפט. ממרום שלח אש און אנדערע שרייען אז מען דארף גיין מיט א תמימות, אל תיטוש תורת אימך, און מען דארף טון די מנהגים אזוי ווי די באבע האט אונז אויסגעלערנט.

אצינד איז אויך די שאלה צי מען מעג משנה זיין פון די מנהגים, למשל - אויב מען האלט שוין ביי 9999 תגובות, מען האט נאך נישט געשריבן דעם קנאק תגובה וואס וועט משלים זיין די נומער, אבער איינער שרייבט אן הודעה און עס ליגט א גוטס אויפן צינג, איז די שאלה צו מען מעג זיך געבן אזא שנעלע רוף אן אזא בליץ, להנאת הציבור... דא גייט שוין אריין דער ענין פון מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה... אלזא, די שאלות זענען זייער שווער.

דוכט זיך אז אין ליטווישן חדר איז מען מקפיד, נישט צו טראכטן פון קיין אנדערע תגובות איידער מען שרייבט אפ דעם באמבע. די פרויען זענען מקפיד נישט צו קוקן אין אנדערע פלעצער חלילה, מחשש אז מען וועט טראכטן דערפון צו שרייבן. אויך די קינדער זאגט מען אן דערמיט. הרב יובל סרלוב פון די מזרחי איז מקיל דערין, אבער ער איז דאך א קל, א מזרחיסט, עה, די באבע'ס האבן אנדערש אויסגעלערנט.

אלזא, דאס איז מיין 100'טע תגובה, און דערמיט געזעגן איך זיך פון אייך.
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

גענוג געזעגנעד ,גיי שון
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

ארויף געברענגט פון קעלער דעם שטארק פארשטויביגטן אשכול כדי זיך קלאפן אויפן רוקן פארן דערגרייכן א מיילשטיין מיט מיין הונדערטסטע תגובה דא אין שטיבל. ס׳האט טאקע גענומען לאנג אבער מיט גרויס מי און פלאג האט מען עס ברוך השם באוויזן. אבער אנדערש ווי דער פותח האשכול נ"ע, פלאן איך נאך יא דא צו בלייבן .

אלזא, קודאס רעב תנחום! השם יעזור שתזכו לקשקש פה עוד שנים רבות ללא הפסקה.

ובזה יצאתי ידי חובתי
לא באתי לנצח (שולי)
פארשפארט