[justify][tag]עמוס[/tag], אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז דו ביזט קאנווינסד אז פארמאכן, שעלטערן און ריסטריקטן וועט בעסער זיין פאר די פרומע געמיינדע אין אירע קינדער? די חשבן גייט אזוי. אויב עפענט מען די טירן וועלן צוואנציג פראצענט ארויספאלן למחצה לשליש ולרביע, אבער אויב פארמאכט מען די טירן פון אלע זייטן נעמט מען נאר די ריסק אז 5 אדער 10 פראצענט זאלן כאפן א קאלטור שאק ווען זיי קוקן ארויס און זיי וועלן טאקע גענצליך פארלאזן אבער עס וועט זיין כאטש ווייניגער בכמות. איז דאס וואס דו זאגסט? עס קען זיין אז דו ביזט גערעכט. די שאלה איז נאר צו איז דען מעגליך צו פארמאכן די טירן גענצליך אדער איז עס נאר אן אילוזיע. עס איז דאך כמעט אומעגליך צוריק צו האלטן די אלוועלטליכע קולטור און אינפארמאציע פון אריינדרינגען אינעווייניג.
די אמת איז אז איך אליינס ווייס נישט וואס איז בעסער צו טון מצד די געמיינדע. ווען איך ווייס ווען וואלט איך נישט געדארפט שטעלן די שאלה פאר אייך אלע דא.
איך פערזענליך זעה נישט פארוואס סייענס און אמונה בשם מוזן זיין מיוטשעלי עקסקלוסיוו. פארוואס קען מען נישט לערנען סייענס לשם סייענס און זיין א מאמין פאר די סיבות פארוואס עס איז וויכטיג און ריכטיג צו זיין א מאמין. איי, עס זענען דאך דא זאכן וואס סייענס איז זיך סותר מיט די אנגענומענע פארשטענדינישן? דער זעלבע ענטפער וואס איר ענטפערט פאר זיך אליינס אט דער ענטפער זאלט איר ענטפערן פאר אייערע קינדער און תלמידים.
א חבר מיינע האט צוגעזעהן דעם פארגאנגענע יו״ט ווי מיין קליין קינד פרעגט קשיות און איך ענטפער מיט געדולד אויף אלעם. זאגט ער מיר, ״עס איז נישט גוט, זי דארף וויסן אז מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טוט ווייל די טאטע האט אזוי געטון און די זיידע האט אזוי געטון. וואס וועסטו טון ווען זי וועט דיר פרעגן פארוואס טאנצן די טאטעס מיט די תורה, וואס פרייט מען זיך אזוי?״ פרעג איך אים, ״פארוואס טאקע טאנצסט דו מיט די תורה?״ הייבט ער מיר אן צו קעקעצען א תירוץ. זאג איך אים, ״אט דאס וועסטו ענטפערן פאר דיינע קינדער ווען זיי פרעגן דיר״.
די זעלבע איז בנוגע דער יונגערמאן וואס האט גענומען די קינדער אין לייברערי, איר האלט אויך ער האט געטון אן עוולה? איינע פון די זאכן וואס די otd׳ס זאגן אז עס גיבט אסאך צו צו זייער פארלאזן די געמיינדע איז די ריסטריקשאנס און חומרות. איז עס א גוטע זאך אדער נישט? די צווייטע שאלה איז אויב עס איז ריכטיג צו טון? איז ריכטיג יענעם צו שטיין אין וועג און צוריק האלטן זאכן וואס בעצם דארפן נישט ווערן צוריק-געהאלטן, צוליב דעם ווייל דו האלטסט אז דאס וועט ראטעווען זיין אידישקייט? די נעקסטע שאלה איז צו עס איז מעגליך אז מיר גיבן נישט די ריכטיגע אידישקייט פאר די קינדער. ווען זיי האבן ווען די ריכטיגע יסודות וואלט דען זייער אמונה אזוי אויפגעשאקלט געווארן?
דעת תורה האט געשריבן:לדעתי השפלה, דאס איז זיכער אז סייענס איז נישט ווערט די פרייז, ס'איז נישט כדאי. ס'איז נישט גענוג ערך עליון עס זאל זיך לוינען דער ריסק פון פארלירן די ריכטיגע אמונה בה'. מילא, אויב וואלט געווען שייך צו שעלטערן ווי מער, הלואי......למעשה, אז שעלטערן איז נישט פראקטיש היינט, ברויך מען נאך אלס נישט פיטערן די קינדער דערמיט, מען ברויך נאר אנגרייטן דעם באדן, דאס נעמט אריין, קיינמאל נישט זאגן א ליגנט פאר א קינד, דראפן די קאפ אין וואנט מהלך און ווי אימער שייך אדאפטירן א מער ראציאנאלע מהלך, אזא, וואס גם כי יזקין לא יסור ממנה, ווען דאס קינד וועט אויפוואקסן וועט ער נישט זען קיין סתירה צווישן פאקט און וואס מען האט אים אויסגעלערנט. אזוי אויך אויסלערנען די ריכטיגע צוגאנג צו וויאזוי אויפצונעמען וואס די סייענטיסטן זאגן. ויש הרבה עוד להאריך.
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין מהלך. דו האלטסט אז מען זאל בעצם נישט אויפמאכן דעם שעלטערונג נאר מען זאל אוועק שטעלן בעסערע יסודות? דאס הייסט אז דאס קינד וואקסט אונטער און אלס יונגערמאן פאלט אים אריין אין די האנט די דע ווינטשי קאוד, עס עפענט זיך פאר אים א נייע וועלט. אבער עס וועט אים נישט אויפשאקלן בכלל ווייל..... אין אנדערע ווערטער, וואס וואלט מען געקענט טון אנדערש אין רחמנא ליצלן׳ס חינוך אז ס׳זאל האבן אן אנדערע אויסלאז צו זיין מעשה.
און דאס איז בנוגע לערנען סייענס, ביקורת המקרא וכו׳. וואס איז אבער בכלל מיט שעלטערן? לדוגמא טאקע גיין אין לייברערי, ליינען און לערנען ענגליש, וויסן בכלל וועלטליכע זאכן וכדומה. האט עס א זין בכלל אין די היינטיגע אפענע וועלט צו פרובירן צו באשוצען די קינדער פון די א. ג. גוי׳אישע גאס?
איך זעה אז עטליכע גייען טאקע מיט דער מהלך אז מען בלעימד די ביכער, די אינפארמאציע, די אפענקייט, ווען בעצם אויב וואלט מען געגעבן די ריכטיגע יסודות ביהדות, אן אמת׳ע קאנפידענטע גלויבונג, און א שטארקע געזונטע פאמיליע קאמיוניטי סטרוקטשור וואס איז טראסטבאר וואלטן די ענינים נישט אויפגעשאקלט די core פונעם מענטש. און אזוי זאגט אויך [tag]אויסדריקלעך[/tag]. איך מוז אבער מחולק זיין מיט איין זאך וואס ער שרייבט.
אויסדריקלעך האט געשריבן:יודישקייט האט תירוצים פאר אלע קושיות (אויף זאכן וואס זענען אמת ווצ"ב די אני מאמינ'ס. להוציא די שקר וואס אונזערע קינדער זענען פיל מיט) אוודאי דער רב וואס ער איז געגאנגען האט אים נישט געקענט ענטפערן ווייל ער האט עס אויך קיינמאל נישט געלערענט. אז אונזערע קינדער וועלן זען וואס אונזער אמונה שטעלט פאר וועט גארנישט געשען אז ער וועט ווערן exposed צו עוועלאשען וכדו'.
סאו וווען מ'זאגט אז עדיוקעישען בעגינס עט האום איז, לפענ"ד, די מיינונג אויך אז לערען פאר די קינדער "די אייגענע" גלויבן, די אייגענע וועליוס און די אייגענע השקפה.
יודישקייט האט נישט תירוצים פאר אלע קשיות, פארדעם האמיר דאך אמונה. אמונה מיינט faith, דאס מיינט אנעמען זאכן און גלייבן דערין אפילו מען פארשטייט נישט פונקטליך. עס פעלט אבער נישט אויס קיין תירוצים אויף אלעס ווען עס איז דא open and honest דיסקוסיעס, א שטארקע פאמיליע סטראקטשור, און ווילאנג די מענטש איז גרייט מקבל צו זיין און גלייבן.
דיין לעצטע פראזע איז געוואלדיג, you hit it home. סתם האקן די קינדער אין קאפ אריין זאכן וואס מען גלייבט אליינס נישט נאר ווייל מען וויל אז די קינדער זאלן זיין ערליך וועט נאר האבן א נעגאטיווער אפעקט.
אחד העם האט געשריבן:אבער איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס זאל.זאגען פאר א קינד אז די ריכטיגע וועג איז צו איגנארירן.די נושא, וואס טראכט דער קינד אז.די יידישער אמונה איז עפעס מאדנע.אז מען פארשטייט נישט עפעס איגנארירט מען, ענדערש זאג אים עס איז דא וואס זאגן אזוי און אזוי אבער.איך פארשטיי אז איך.מען דארף.ביי די נושא גלייבען אנדערש (דאס איז אויך.נישט קיין עצה באמת,) אבער זאגן פאר א קינד איגנארירן, דאס איז לכאורה קיין עצה נישט, דער מעסעדזש וואס דער קינד באקומט פון דעם איז מיין איך זייער א שלעכטער
[tag]אחד העם[/tag], איך האב נישט געמיינט צו אדוואקאטירן אז מען זאל לערנען די קינדער צו איגנארירן וויכטיגע נושאים. איך האב געמיינט צו זאגן אז אויב האלט איינער אז איגנארירן איז די מהלך דארף ער האבן גענוג א גוטע הסבר דערויף עס צו קענען מסביר זיין פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן עס קענען פארשטיין. (כמו חברי הנ״ל שלא היה לו מה לענות כששאלתי למה הוא רוקד ושמח עם התורה.)
איין זאך איז אבער זיכער, - אפגעזעהן צו איר זענט בעד שעלטערן אדער בעד מער אפענקייט אדער ערגעץ אין דער מיט - עס איז וויכטיג צו ענקארידזשען און באקוועם מאכן פארן קינד צו פרעגן וואס דרוקט אים. קינדער, בחורים און אפילו יונגערלייט האבן טענות און קשיות וואס עסט זיי אויף פון אינעווייניג און עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיי זאלן דאס נישט קענען פרעגן. אפילו אויב איר האט נישט דעם פונקטליכע ענטפער קענט איר נאר אדורך טון די נושא מיטן קינד לויט אייער פארשטאנד אן צוקומען צו אן ענדגילטיגע הסכמה. די פאקט אז זיי קענען עס איבערשמועסן מאכט עס שוין גרינגער. (איינער זאגט מיר אז ווען זיינע קינדער פרעגן אים איבער זאכן פון ימות המשיח וואס ער האט נישט קיין קלארע ענטפער דערויף, נוצט ער אלעמאל די באקאנטע רמב״ם אז מיר ווייסן נישט וואס וועט דעמאלטס זיין. אבער ער האלט זיך נישט צוריק פון שמועסן מיטן קינד איבער די נושא.) מענטשן האלטן אז מ׳טאר נישט רעדן פון ״האקעלע״ נושאים. האלאו, און וואס איז בעסער אז ער טראכט דערפון? אויב טראכט ער שוין פון עפעס איז זיכער ענדערש אז ער שמועסט עס איבער מיט איינעם און ער עסט זיך נישט אויף פון אינעווייניג.
געפילטע פיש האט געשריבן:אזויווי א סקווערע יונגעמאן וואס ווערט געוואר אז מלאכים ושרפים ווישן נישט אונטער דעם רבי'ן, נאר ער טוט עס אליינס, אזא יונגעמאן וועט שוין נישט טרעפן פאר וויכטיג צו היטן שבת, ווייל ער איז דאך סייווי א כופר... אבער אויב וואלט דער יונגעמאנ'ס טאטע עם שוין געזאגט אלץ קליין קינד אז ס'נישט אמת, באמת ווישט זיך די רבי אליינס אונטער מיט גשמיותדיגע טוילעט פעיפער, די מלאכים ושרפים ווערטל איז נישט פשוטו של מקרא, ס'נאר א משל, אזא יונגעמאן וועט ווייטער היטן שבת אפילו ווען ער אליינס זעט די שיפמענט פון טוילעט פעיפער אנקומען צום רבי'נס הויז.
[tag]געפילטע פיש[/tag], דו האסט איין אייזענע אימעדזשינעישאן און כח הסברה. אגב, ווער זאגט דיר אז די טוילעט פעיפער איז געווען פאר די רבי? איך האב גראדע געהערט פון אן איש מהימן פון די נאנטע שטוב מענטשן אז ס׳געווען פאר די גבאים, ויש אומרים פאר די רעביצן. אויב איז עס יא געווען פאר די רבי האב איך מורא אז דאס איז די רבי וואס רחמנא ליצלן האט געמיינט ווען
ער האט דאס געזאגט:Q: Do you know of any currently employed as Orthodox Rabbis that are not frum?
A: If the Frum world knew the quality and quantity of closeted OTD people in their ranks, they would hold McCarthy-esqu hearings. I am constantly shocked and surprised by the people whom I find out are non-believers, or secretly OTD. I’ve met Chassidim, Litvaks, MOs, Rabbis, cheder rebbes, dayanim, magidey shiurim, chazzanim, and on and on.
(די אלע וואס האקן דא אריין איבער דער און יענע (און אלע) otd׳ס, אז זיי זענען אלע שוטים, בעלי תאווה וכדומה (ווייל ווען זיי זענען ווען קלוג אזוי ווי זיי, וואלטן זיי דאך אודאי איינגעזעהן די איינציגסטע אמת פון אידישקייט) וויל איך אייך זאגן אז דאס איז שלא מן הענין דא. ס׳נישט נוגע דא ווי קלוג דער און יענער איז, די שאלה דא איז אויב איז ריכטיג און אויב האט עס א זין אין די היינטיגע וועלט צו שעלטערן די קינדער, און אויב האלט איר אז יא וואס מיינט איר אז איר וועט אויפטון דערמיט.)
.[/justify]