OUR PLACE

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

OUR PLACE

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

OUR PLACE איז א ארגענעזאציע וואס פאלט נישט אונטער איין קאטיגאריע. ס'איז נישט קירוב, הצלה, ביקור חולים, אדער א ישיבה, ס'איז אלע פון דיע און נאך. איך האב גארנישט מיט זיי, איך בין נאר אריינגעפאלן ביי זיי אויף Ave. M אפאר יאר צוריק און נשתומם געווארן פון זייער ארבייט.

ס'דא אסאך וואס האבן ליב צו רעדן און רעדן און רעדן פון די טייערע צובראכענע אידישע קינדער וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם. טייל רופט מען שקצים, אנדערע רופט מען דראפ אוטס, און אויף אנדערע האט מען שוין געשטעלט מציבה און ארייגעקריצט מיט גרויסע שווארצע אותיות OTD.

OUR PLACE טוט צו די זאך, זיי האבן א לאקאציע אין פלעטבוש וואס איז אפן פאר די טייערע בחורים. די בחורים קומען פון יעדע בעקגראנד מ'קען נאר טראכטן. מ'געט זיי צו עסן, קאלוזש קארסעס, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך צענדליגע סערוויסעס. מ'קען זיי רופן 24 שעה א טאג פאר חיזוק, הילף אדער עמירזשינסי. איך קען נישט אלע עסקנים דארט, נאר איינער חיים גלאנץ קען איך אויפן נאמען, א בארא פארקער וואס געבט זיך איבער בלב ובנפש פאר זיי.

איך בין מורדיג נתפעל געווארן ווען איך בין דארט געווען, הלוואי וואלט איך זיי געקענט באווארפן מיט געלט זיי צו העלפן סערווין די איבער טויזענט (!) בחורים און מיידלעך זיי העלפן א יאר. (זיי האבן ערגעץ א לאקאציע פאר מיידליך.) זיי גייען שוין אן יארן שטיל, לעצטענס פאנדרעזען זיי אקטיוו צוליב גרויסע שניטן און די סיטי בוזשעט פאר נאנ-פראפיטס.

זייער זייטל: https://www.ourplaceny.org/index.html
זייער יוטוב טשאנעל: http://www.youtube.com/user/OurplacenyD ... ture=watch
VIN האט היינט ארויפגעלייגט א קליפ פון זיי, האב איך מיר דערמאנט פון דעם.
דא איז די קליפ:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0Rrf4ba4_q0[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר