ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם

שליחה דורך ידען »

מע קען עכט מאכן צוויי אשכולות, איינס פון ר׳ שלמה׳ן און איינס פון די נושא פון שלא שינו את לשונם.

ר׳ שלמה׳ס נאמען האב איך געזען ביי די חוזק פון די כינוס אז ער גייט רעדן דארט, און אויך נחום רז״ב דערמאנט איהם אסאך מאל.

ער האט יעצט ארויסגעגעבן א ספר אין אידיש וועגן רעדן די ענגלישע שפראך און פארשטייט זיך אז די וואס רעדן עס זענען נישט געווען פון די וואס לא שינו את לשונם.

די שאלה וואס איך וויל וויסן איז, האט מען אין מצרים נישט גערעד די גוישע שפראך?

איינער וואס רעד ענגליש איז נישט פון די וואס טוהן צואיילען די גאולה?

אביסל קלרקייט please.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

דאס איז א אמעריקאנע משוגעת, וועלכע חסידישע איד פון אונגארען האט נישט גערעדט א פליסיגע אונגאריש? א חבר מיינער פארציילט מיר אז ווען ער איז געווען אמאל אין אונגארען און געהערט איינעם רעדן אונגאריש איז ער געווען זיכער אז ער איז א אידיש קינד...
און בנוגע שלא שינו את לשונם, ווער זאגט אז לשונם מיינט די קולטארע שפראך ווי אידיש? לדעתי מיינט לשונם די וועג ווי אזוי מען האט גערעדט, פונקט ווי מלבוש טייטשט די וועג פון קליידען, מען איז געגאנגען אנגעטוהן באשיידען (עס איז נאך געווען פאר די דזשי. ענד דזשי עפאכע וואס יעדער מיז גיין אנגעטוהן מער ווייניגער די זעלבע, און איינער וואס גייט שוין מיט א גרויען רעקעל האט שוין פייגלעך אין קאפ), אזוי אויך לשונם באציט זיך אויפן איידעלען וועג וואס מען האט גערעדט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

נאך א באווייז אז דאס רעדן בלויז אידיש איז אן אמעריקאנער משוגעת, פרובירט אייך פארצושטעלן ווען הרה"ק ר' אייזיקל קאלובער זי"ע קומט ווען היינט ארויס מיט זיין ניגון סאלא קאקאש אויף ענגליש, איר ווייסט וואס די רעאקציע וואלט געווען? איך גלויב אז הפגנת גריל אן לי, ושכנו הונדרעט און עלעעוו, פרעס טראק, וכו', וואלט געווען בלויז טועמי' פון וואס עס וואלט זיך דא איבערגעדרייט, אזש ס'הייסט א מנהיג בישראל קומט ארויס מיט א ניגון אויף ענגליש?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זר זהב האט געשריבן:סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.

נישט דאס איז געווען מיין פוינט, שטעלט אייך פאר ער קויפט אפ א ענגלישע ניגון און ברענגט עס צו די הייליגע זייט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יידל האט געשריבן: אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איז ווי אזוי פארענטפערט מען דאס פארען היינטיגען אינגען אכשר דרניקע'ס, העכער זאכען? מען טאר נישט פרעגען? הוראת שעה?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

משה געציל האט געשריבן:

איך האב אמאל געפרעגט מיין חבר, א פרומער אינגערמאן א בר דעת, האט ער מיר געזאגט אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה און אויך דעמאטלס האט די דלת העם נאר פארשטאנען שפת העם משא"כ היינט איכשר דרא ב"ה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יידל האט געשריבן:אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איך מיין אז דו מאכסט א ריזיגן טעות. ס'איז ברייט באקאנט אז סאלא קאקאש האט ער אפגעקויפט פון א גוי א פאסטעך. - אויף יו טוב קענסטע זעהן א גויעשע זינגערין לייגט אראפ סאלא קאקאש מיט אלע טעמים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך שטעל מיך פאר אז דאס איז געשען ווען די אירופעישע יודען זענען געקומען אויף די "טריפה'נע" אמעריקע, און די עלם האט זייער מורא געהאט אז זיי וועלען אמעריקאנעזירט ווערן ממילה האבן זיי זיך מתבדל געווען פון יעדע זאך וואס האט צו טוהן מין אמעריקאנע קולטור, און די רבנים'ס כסדרדיגע האקן אויף די טמא'מע אמעריקאנע גאסן וכדו' האט נישט צוגעהאלפן צום מצב, זענען מיר געבליבן סטאק אין ניינטינט סענטרי יוראפ, ווי די זיידעס האבן געקענט נאסטאלגיעזירן (נישט דא אזא ווארט, איך ווייס) אויף די גולאש וואס מ'האט געגעסן אין הוידי-נאנאש מיט א פיינעם שליבאוויץ, אבער די אייניקלעך טארן חלילה נישט פארכאפט ווערן אין גלות אמעריקע.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יידל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איז ווי אזוי פארענטפערט מען דאס פארען היינטיגען אינגען אכשר דרניקע'ס, העכער זאכען? מען טאר נישט פרעגען? הוראת שעה?

איך האב אמאל געפרעגט מיין חבר, א פרומער אינגערמאן א בר דעת, האט ער מיר געזאגט אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה און אויך דעמאטלס האט די דלת העם נאר פארשטאנען שפת העם משא"כ היינט איכשר דרא ב"ה.

זאג נאר, ער פילט די טומאה אויך? אפשר איז דא א ביכל מיט א ליסט פון זאכן וויפיל אונסעס טומאה ס'האט?
וואס עפעס איז ענגליש מער טמא ווי אונגאריש
א קאטש א פייע נעקי
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שרייבער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איז ווי אזוי פארענטפערט מען דאס פארען היינטיגען אינגען אכשר דרניקע'ס, העכער זאכען? מען טאר נישט פרעגען? הוראת שעה?

איך האב אמאל געפרעגט מיין חבר, א פרומער אינגערמאן א בר דעת, האט ער מיר געזאגט אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה און אויך דעמאטלס האט די דלת העם נאר פארשטאנען שפת העם משא"כ היינט איכשר דרא ב"ה.

זאג נאר, ער פילט די טומאה אויך? אפשר איז דא א ביכל מיט א ליסט פון זאכן וויפיל אונסעס טומאה ס'האט?
וואס עפעס איז ענגליש מער טמא ווי אונגאריש
א קאטש א פייע נעקי

זאג נאר, דו שפירסט די קדושה פון שבת? מ'דארף נישט פילן כדי צו וויסן אז עס איז טמא. אז רבנים זאגן אז ענגליש איז טמא גלייבט ער עס באמנוה שלימה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איי העוו ניוס פאר יו
איך שפיר מיך אנדערש אין א שבת'דיגן טאג ווי אין א וואכנדיגן טאג

ווידער ווען איינער רעדט ענגליש און דער צווייטער אונגאריש שפיר איך נישט קיין שום חילוק

אפשר צייכנסטו ביטע א מראי מקום ווי רבנים זאגן אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

זר זהב האט געשריבן:סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.

האט ער באצאלט פארן קנין? אדער קענען נאך די אייניקלעך פונעם מאדיאר אונז אלע אנקלאגן פאר קאפירייט רעכטן?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

יידל האט געשריבן:אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

באקאנט די מעשה מיט סאטמאר רבי זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט א ווערטל איבער דעם ענגלישן איבערטייטש פון דאך. אז מען ווארט אויפן רוף...
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

באקאנט די מעשה מיט סאטמאר רבי זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט א ווערטל איבער דעם ענגלישן איבערטייטש פון דאך. אז מען ווארט אויפן רוף...

וואס איז די מעשה?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

ער איז געווען אמאל ביי א קבלת פנים, פרעגענדיג אויף וואס מען ווארט צו גיין צו די חופה, האט מען אים געזאגט אז מען ווארט אויפן רוף (roof), די חופה איז געווען אינעווייניג, און מען האט געדארפט עפענען די דאך.

האט די רבי געזאגט וואס אינדערהיים איז געווען א שלאק, איז אין אמעריקא א רב...

עס איז דא פון יעדע רבי און אדמו"ר ווערטליך אויפן ענגלישן שפראך.
מענטשעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 03, 2012 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך מענטשעלע »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ער איז געווען אמאל ביי א קבלת פנים, פרעגענדיג אויף וואס מען ווארט צו גיין צו די חופה, האט מען אים געזאגט אז מען ווארט אויפן רוף (roof), די חופה איז געווען אינעווייניג, און מען האט געדארפט עפענען די דאך.

האט די רבי געזאגט וואס אינדערהיים איז געווען א שלאק, איז אין אמעריקא א רב...

עס איז דא פון יעדע רבי און אדמו"ר ווערטליך אויפן ענגלישן שפראך.

איך האב עס געהערט אויפן ציעלימער רב
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קען זיין ווייל דער צלימער רב איז געווען באקאנט מיט זיינע ענגלישע ווערטליך. אבער די ROOF מעשה האב איך אויך געהערט אויפן סאטמאר רבי.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יידל האט געשריבן:אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

אפשר קען דאס אריינגיין אינעם גדר פון "נשתכחה תורת הבעל שם"...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יידל האט געשריבן:. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

ווילסט רעדן רוסיש/רומעניש ווער שטערט דיר? אפשר וועט זיך יאנקי לעמער קומען לערנן אפאר ניגונים ביי דיר, קענסט אפילו רעדן שלמה גאמבאריש אויב עס שמעקט דיר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

ס'איז אן עקסטערע זאך, אבער אז מרעדט שוין
כ'מיין אז דער סאטטטמאר רבי האט געמאכט זייער קאורני דזשאוקס, די אלטעע דור חסידים האבין עס זייער אינדזשויט אבערר צווישן אונז גערעדט, נישט נאר יולי לעבעוויטש נאר אפילע חיים שמעלצאר פאקט אים איין. פארשטייטזיך אז ס' נעמט נישט אוועק פון זיינע אנדערע גרויסע מעלהס, זכותו יגן עלינו
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

מענטשעלע האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ער איז געווען אמאל ביי א קבלת פנים, פרעגענדיג אויף וואס מען ווארט צו גיין צו די חופה, האט מען אים געזאגט אז מען ווארט אויפן רוף (roof), די חופה איז געווען אינעווייניג, און מען האט געדארפט עפענען די דאך.

האט די רבי געזאגט וואס אינדערהיים איז געווען א שלאק, איז אין אמעריקא א רב...

עס איז דא פון יעדע רבי און אדמו"ר ווערטליך אויפן ענגלישן שפראך.

איך האב עס געהערט אויפן ציעלימער רב

אויב נישט געזאגט האט ער עס געקענט זאגן, דער צעהלימער רב איז באקאנט מיט אזאנע תורות
פארשפארט