אמונה (טפילה) ב'סייענטיסטן
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
יואליש האט געשריבן:
דאס וואס ער זאגט אז סייענס ענטפערט זאכן אינדרויסן פון איר ראלם איז כפי ידיעתי נישט אמת. וואס יא, וועסט טרעפן א סייענטיסט, לאמיר זאגן סטיוו האקינס,וואס האלט זיך אויך פאר א בעל השקפה און וועט דיר געבן זיין פארטייטשונג איבער מה שלמעלה ולפנים. אבער ער וועט דיר מודה זיין אז ער קריכט דאן ארויס פון די ראלם פון סייענס. פונקט אזוי ווי ס'איז דא א רב וואס האט ליעב צו פאלאזיפיזירן פון זייער קוק ווינקל, זענען דא סייענטיסטן וועלכע האבן ליעב צו פאלאזיפיזרן באזירט אויף זייער עקספיריענס מיט סייענס. אבער דאס איז נישט סייענס.
סאו ס'איז א שטיקל שטרוי מאן וואס ער צונעמט. און דאס איז מיין ערשטע אישו.
סייענטיסטס איבער דער גארער וועלט מיטשעט זי ך מיט די קשיא אויף וויאזוי איז די וועלט באשאפען געווארן
בעפאר מען טרייט דאס צו פארענטפערען לאמיך דיך פרעגען מר. סייענטיסט איז עני לאגיקעל תירוץ אינטערעסאנט פאר דיר אדער וועסטו נאר עקסעפטן א סייענטיפיק תירוץ אין אדער ווערטער זיכסט אן ענטפער אדער נאר א סייענטיפיק ענטפער
אויב האב איך א גרינע שמאטע און איך פרעג דיר וואסערע קאליר איז דאס "אבער גרין קען נישט זיין דע ענטפער"
נו ווי דיסהאנעסט איז די עפראוטש?
פאונט די אריגינעל פאוסט זאגט אז ווער נישט אזוי באגייסטערט פון סייענס צו טרעפן דעם אמת ווייל זיי טרייען ניטאמאל צו טוהן דעס זיי זוכן נאר "סייענטיפיק אמת" און ווי דיסקאסט עבאב איז דאס זייער נישט אויסגעהאלטען פון א truth seeker
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
יואליש האט געשריבן:דאס וואס ער זאגט אז סייענס ענטפערט זאכן אינדרויסן פון איר ראלם איז כפי ידיעתי נישט אמת. וואס יא, וועסט טרעפן א סייענטיסט, לאמיר זאגן סטיוו האקינס,וואס האלט זיך אויך פאר א בעל השקפה און וועט דיר געבן זיין פארטייטשונג איבער מה שלמעלה ולפנים. אבער ער וועט דיר מודה זיין אז ער קריכט דאן ארויס פון די ראלם פון סייענס. פונקט אזוי ווי ס'איז דא א רב וואס האט ליעב צו פאלאזיפיזירן פון זייער קוק ווינקל, זענען דא סייענטיסטן וועלכע האבן ליעב צו פאלאזיפיזרן באזירט אויף זייער עקספיריענס מיט סייענס. אבער דאס איז נישט סייענס.
סייענס רעדט טאקע נישט פון זאכן וואס זענען מחוץ סייענס. ס'איז דאך אוממעגליך ביי דעפינישאן. *סייענטיסטן* רעדן אבער יא וועגן זאכן וואס זענען מחוץ די realms פון סייענס. האקינג איז שוין א שוואכע ביישפיל, ווייל זיין עיקר עקספערטיז איז טעארעטישער פיזיקס, וואס ערלויבט ברייטערע שפעקולאציעס, וואס נויטיגן זיך נישט אין קיין פעסטע יסודות (הגם ראיות יא). האקינג רעדט אויך פון א פיזיקס-פערספעקטיוו. עס זענען אבער פאראן אנדערע, ווי ריטשארד דאקינג, וואס רעדט מיט א זיכערקייט וועגן זאכן וואס האבן גארנישט מיט זיין פעלד פון עקספערטיז - און בכלל נישט מיט סייענס. ווען דאקינג רעדט איבער פילאסאפישע ענינים, אין וועלכע ער איז גארנישט מער, אפשר אפילו ווייניגער, קוואליפיצירט צו רעדן ווי די וועמען ער בטל'ט אוועק, און עמיצער פארלירט דאס גלייכגעוויכט ווייל "דאקינג דער סייענטיסט" האט אזוי געזאגט, אזא איינער איז סטאק אין א באקס פונקט ווי פריער, פאר ער האט אנגעהויבן הערן דאקינג אויף יו טוב. נישט נאר איז ער סטאק אין א באקס, נאר איז א פאנאטישער גלייביגער אין אן אמונה טפילה. ס'איז נישט אזוי ווייט אז אזעלכע דאקינגס זענען געטשקעס, ווי אז די פארגלייבטע האבן זיי פארוואנדלט אין אזעלכע.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
אין הכי נמי, דאקינס ווען ער קריכט ארויס פון ביאלאגיע, קריכט ער ארויס פון זיין עקספערטיז, בערך ווי א רב וואס רעדט איבער ביאלאגיע. אבער דאקניס פארשליידערט עס נישט אלס סייענס, הגם ער קען בויען ארגומענטן אונטערגעשטיצט פון זיין סייענטיפישע ידיעות. אבער ס'איז נישט סיינענס. א סייענטיסט האט זיין זשאב אין סייענס און צו דערזייט קען ער עוסק זיין אין פיליזאפיע, פונקט ווי א פייערלעשער האט א זשאב און קען עוסק זיין אין פילאזאפיע. און זאגן אז זיין פילאזאפיע איז סייענס איז טאקע אן עמך טעות. ס'איז אויך אמת אז דאקינסט איז נישט די שארפסטע פילאזאף...
כ'מיין אויף דעם נקודה איז נישט דא קיין מחלוקת, פאר ווער ס'וויל וויסן די חילוק. דהיינו קיין שום סייענטיסט וועט זיך נישט אהערשטעלן אז ער איז מוכיח מעטעפיזיקס דורכן סייענטיפישע מעדאד.
די ברייטערע נקודה אז סייענס איז א באגרעניצטע מיטל אויף צו אנדעקן אמת. קען זיין יא און קען זיין נישט. אבער הוא הדין איז מיט אונזער מוח און חושים, די איינציגסטע כלים וואס מיר האבן, זענען אויך מעגליך באגרעניצט און זעהן נישט א מציאות וואס עקזעסטירט מעגליך און מיר הייבן נישט אן צו מרגיש זיין. מיט דעם אלעם, באנוצט מען זיך דערמיט, און נאר דערמיט, ווייל דאס האבן מיר. אפי' דער סאליד בעל השקפה זאגט אז ווען מ'קריכט אריין אין א תחום ווי ס'איז נישט דא די כלים צו מוכיח זיין אהער אדער אהין איז עס א מקום רייף פאר שארלאטאנס.
כ'מיין אויף דעם נקודה איז נישט דא קיין מחלוקת, פאר ווער ס'וויל וויסן די חילוק. דהיינו קיין שום סייענטיסט וועט זיך נישט אהערשטעלן אז ער איז מוכיח מעטעפיזיקס דורכן סייענטיפישע מעדאד.
די ברייטערע נקודה אז סייענס איז א באגרעניצטע מיטל אויף צו אנדעקן אמת. קען זיין יא און קען זיין נישט. אבער הוא הדין איז מיט אונזער מוח און חושים, די איינציגסטע כלים וואס מיר האבן, זענען אויך מעגליך באגרעניצט און זעהן נישט א מציאות וואס עקזעסטירט מעגליך און מיר הייבן נישט אן צו מרגיש זיין. מיט דעם אלעם, באנוצט מען זיך דערמיט, און נאר דערמיט, ווייל דאס האבן מיר. אפי' דער סאליד בעל השקפה זאגט אז ווען מ'קריכט אריין אין א תחום ווי ס'איז נישט דא די כלים צו מוכיח זיין אהער אדער אהין איז עס א מקום רייף פאר שארלאטאנס.
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
יואליש האט געשריבן:אין הכי נמי, דאקינס ווען ער קריכט ארויס פון ביאלאגיע, קריכט ער ארויס פון זיין עקספערטיז, בערך ווי א רב וואס רעדט איבער ביאלאגיע. אבער דאקניס פארשליידערט עס נישט אלס סייענס, הגם ער קען בויען ארגומענטן אונטערגעשטיצט פון זיין סייענטיפישע ידיעות. אבער ס'איז נישט סיינענס. א סייענטיסט האט זיין זשאב אין סייענס און צו דערזייט קען ער עוסק זיין אין פיליזאפיע, פונקט ווי א פייערלעשער האט א זשאב און קען עוסק זיין אין פילאזאפיע. און זאגן אז זיין פילאזאפיע איז סייענס איז טאקע אן עמך טעות. ס'איז אויך אמת אז דאקינסט איז נישט די שארפסטע פילאזאף...
כ'מיין אויף דעם נקודה איז נישט דא קיין מחלוקת, פאר ווער ס'וויל וויסן די חילוק. דהיינו קיין שום סייענטיסט וועט זיך נישט אהערשטעלן אז ער איז מוכיח מעטעפיזיקס דורכן סייענטיפישע מעדאד.
די ברייטערע נקודה אז סייענס איז א באגרעניצטע מיטל אויף צו אנדעקן אמת. קען זיין יא און קען זיין נישט. אבער הוא הדין איז מיט אונזער מוח און חושים, די איינציגסטע כלים וואס מיר האבן, זענען אויך מעגליך באגרעניצט און זעהן נישט א מציאות וואס עקזעסטירט מעגליך און מיר הייבן נישט אן צו מרגיש זיין. מיט דעם אלעם, באנוצט מען זיך דערמיט, און נאר דערמיט, ווייל דאס האבן מיר. אפי' דער סאליד בעל השקפה זאגט אז ווען מ'קריכט אריין אין א תחום ווי ס'איז נישט דא די כלים צו מוכיח זיין אהער אדער אהין איז עס א מקום רייף פאר שארלאטאנס.
ערעב יואליש אינטערעסאנט אז נישט אסאך דענטיסטס אדער וואל סט. מאגעלס אדער קארפענטערס שרייבען ביכער און דיקטעטן דעם עולם גולם וויאזוי צו טראכטען ווען ס'קומט צו אמונה זאכען
די ביסט זייער אפאלעזשעטיג אז דעי סייענטיסטס זאגען סתם זייער מיינונג, קריגטסטעך סתם מיטן מציאות.
זיי זענען זייער קלאר.
אזוי ווי עולם גולם פלעגט ארויסנעמען די טאנסילס ווייל דער עראגענט סייענטיסט האט מחליט געווען אז ס'איז נישט דא קיין נוצען דערפאר. ועוד ואכמ"ל
און לאמיר צוריק לייגען דעם שמועס אויף די רעלסען ער האט אנגעהויבען
אלל די ארטיקלען ווייזט אז ווער נישט אזוי נתפעל דזאסט ווייל א סייענטיסט האט אזוי מחליט געווען
און איינס פון די שטערקסטע ארגומענט פאר דעם איז אז זיי בכלל זוכען נישט דעם אמת
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: אמונה (טפילה) ב'סייענטיסטן
אפאר הערות אויף דעם אשכול:
1). הרב סאלאווייטשיק זצ״ל אין אנהויב The Halakhic Mind רעדט ארום באריכות, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט, איבער די כלים וויאזוי צוצוקומען צום אמת; scientific/cognitive און פילאזאפיש. דאס איז אפילו מער ווי סתם אזוי אינדרויסן פון די ראמען פון סייענס (falsifiability וכו׳), נאר אפילו אינדרויסן פון cognition בכלל ע״ש באריכות ובעמקות.
2). די סיבה פארוואס דוקא סייענטיסטען רעדן אריין אינדרויסן פון זייער עקספערטיס, איז לכאורה ווייל זייער גאנצע וועזן און דיסיפלין איז צו דערגיין דעם אמת. און הגם עס איז טאקע גערעכט אז סייענס לכשלעצמו קען נישט צוקומען צום גאנצע אמת, איז דאך מער עלול אז זיי זאלן רעדן דערין, אינדרויסן פון זייער ראם פון עקספערטיס, פשוט ווייל דאס איז זייער bread and butter.
3). בנוגע די מצב פון פון סייענס היינט צוטאגס בכלל האט דר. דניאל סארעוויטץ, א geologist, אפגעשריבן א לענגערע פאלעמיק וואו ער רעדט זיך אפ אויף די היינטיגע state of science און וויאזוי peer-review גייט היינט צו. (ליינט די אנטווערטער אויך.) https://www.thenewatlantis.com/publicat ... ng-science
אויך האט דר. איאעניידיס געשריבן א סטאטיסטישע אנאליסיס וואס צייגט אז היינטיגע סייענטיפישע research דארף זיך פארבעסערן (ציטירט אינ׳ם פריערדיגן ארטיקל). http://robotics.cs.tamu.edu/RSS2015Nega ... 020124.pdf
לעצטע October אין Scientific American איז געווען אן אפהאנדלונג און א סעריע ארטיקלען איבער די נושא, גערופן How to Fix Science.
נ.ב. איך מאך ח״ו נישט אוועק סייענס, אדרבה פארקערט. נאר אזויווי די מאנטרא פון סייענס אליין, דארף מען האבן, און אנקוקן אלעס, מיט אן objective viewpoint.
Sent from my iPhone using Tapatalk

- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
א שרעקעדיגע פראצענט פון סייענטיפישע רעזולטאטן קענען נישט ווערן איבערגעשפילט, זע Replication crisis.
אן איבערבליק איבערן היסטאריע פונעם מצב אין פסיכאלאגיע.
די נושא האשכול ווערט געווענליך גערופן Scientism. איך ווייס נישט צי די היימישע אויפגעקלערטע זענען מער געשלאגן דערין ווי די דרויסנדיגע גאס, אבער עס איז א באזונדערע הארצווייטאג צו זען די וואס זענען מחליף פרה בחמור, איין אמונה טפילה אויף אן אנדערע, און פילן זיך נאך דערביי אויפגעקלערט.
ס'דא אסאך מאריך צו זיין דערוועגן, אבער 2 גוטע ביכער דערוועגן זענען Scientism: The New Orthodoxy און Science Unlimited?: The Challenges of Scientism.
א גרינגער אריינפיר ארטיקל איז Blinded by Scientism. זע אויך Against Scientism און Crimes Against Humanities.

ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
א. גלייבן סיינעטיסטן איז אן אקסימאראן, די גאנצע געדאנק פון סייענס איז אז מ'גלייבט נישט גארנישט וואס איז נישט אויפגעוויזן געווארן.
ב. איינער וואס קויפט השקפה פון א פיזיסיסט, איז פונקט אזא שוטה ווי איינער וואס לערנט אבולוציה פון א. מיללער, אדער רעלאטיוויטי און קוואנטום פון די מחזירי בתשובה למיניהם.
ב. איינער וואס קויפט השקפה פון א פיזיסיסט, איז פונקט אזא שוטה ווי איינער וואס לערנט אבולוציה פון א. מיללער, אדער רעלאטיוויטי און קוואנטום פון די מחזירי בתשובה למיניהם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
מי אני האט געשריבן:
2). די סיבה פארוואס דוקא סייענטיסטען רעדן אריין אינדרויסן פון זייער עקספערטיס, איז לכאורה ווייל זייער גאנצע וועזן און דיסיפלין איז צו דערגיין דעם אמת. און הגם עס איז טאקע גערעכט אז סייענס לכשלעצמו קען נישט צוקומען צום גאנצע אמת, איז דאך מער עלול אז זיי זאלן רעדן דערין, אינדרויסן פון זייער ראם פון עקספערטיס, פשוט ווייל דאס איז זייער bread and butter.
רוב ערענסטע סיינעטיסטען וועלן נישט זען זייער מישען אלס עגענטס צי דערגיין די "דערגיין דעם אמת"
אפילה די סייענטיפק מעדהאד זאגט נישט אז דאס איז די וועג צים אמת, סך הכול איז דאס א tool און א דיסאפלין וואס אלע קענען זיך פאראיינגגען, טאקע ווייל ס'איז א מעדהאד - און ע"פ רוב ווער דאס ברענגען מער תועלת וואו סתם פלאסעפירען מיט סברות
למשל די כלל פין falsifiable/ refutable
ברענגט אינז לאו דאוקא נאנטער צים אמת, ווען מיר רעדען איבער א געוויסע נושא - וואס דאס טוט סך הכול איז שטעלט אוועק א גרעניץ וואס קען זיין א scientific inquiry און וואס נישט
אבער דאס אז עפעס איז נישט scientific טוישט בכלל נישט די "אמת" פין די זאך!
א זאך קען זיין שקר חאטש איך האב דאס נאך ביז דערווייל נישט געקענט פלאסעפירן
א זאך קען פינקט אזוי זיין אמת חאטש ס'איז נישט falsifiable - אבער און דעם פאל וועט סייענס -אלס א דיסיפלין- מיזען אוועק שטיין פין די אמת!
די אמת קען זיין מיט עפעס וואס איך קען נישט אבזערוירען - אבער און דעם פאל וועט סייענס -אלס א דיסיפלין- מיזען אוועק שטיין פין די אמת!
א דיסיפלין וואס מיז, און אסך פעלער, אוועקשטיין פין אמת קען זיין זייער ניצבאר, אבער קען אויף קיין וועג נישט ווערן פארעכענט אלס די פאן טרעגער פין "אמת"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: אמונה (טפילה) ב'סייענטיסטן
100% גערעכט. דאס איז (א חלק פון) וואס די דרשה וואס די פותח האשכול האט צוגעברענגט וויל ארויסברענגען.
וואס איך האב געמיינט צו זאגן/היפאטיזירן איז אז וויבאלד די סייענטיסט׳ס מתרה איז צו דערגיין די אטענטישקייט וכו׳ פון די כלערליי זאכען וואס ער פארשט, ״טאקע נאר אין די ראמען פון סייענס״ [זיין געביט], איז ער דעריבער מער עלול דורכצופאלן און אריינרעדן אין [פילאזאפישע/טעאלאגישע] נושאים וואס האבן צוטוהן מיט ״אמת״, על אף דעם וואס די סייענטיפיק מעטאד האט נישט די יכולת אריינצורעדן דערין (וויבאלד ״אמת״ איז נישט נאר געבינדען צו די ראמען פון סייענס וככל הנ״ל). אין אנדערע ווערטער, ער confused די ערך פון ״אקוראט״ [זיין פעלד] מיט ״אמת״ בכלליות.
ובנוגע פונקט א׳ פון רביה״ק, סייענס אין פרינציפ נעמט טאקע שטארק אן קעגן דעם טענה פון argument from authority.
Sent from my iPhone using Tapatalk
וואס איך האב געמיינט צו זאגן/היפאטיזירן איז אז וויבאלד די סייענטיסט׳ס מתרה איז צו דערגיין די אטענטישקייט וכו׳ פון די כלערליי זאכען וואס ער פארשט, ״טאקע נאר אין די ראמען פון סייענס״ [זיין געביט], איז ער דעריבער מער עלול דורכצופאלן און אריינרעדן אין [פילאזאפישע/טעאלאגישע] נושאים וואס האבן צוטוהן מיט ״אמת״, על אף דעם וואס די סייענטיפיק מעטאד האט נישט די יכולת אריינצורעדן דערין (וויבאלד ״אמת״ איז נישט נאר געבינדען צו די ראמען פון סייענס וככל הנ״ל). אין אנדערע ווערטער, ער confused די ערך פון ״אקוראט״ [זיין פעלד] מיט ״אמת״ בכלליות.
ובנוגע פונקט א׳ פון רביה״ק, סייענס אין פרינציפ נעמט טאקע שטארק אן קעגן דעם טענה פון argument from authority.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: אמונה (טפילה) ב'סייענטיסטן
בנוגע די לימיטעישאנס פון סייענטיפישע דזשורנאלן (עכ״פ אמאל און די וואס טוהן נישט פּראקטיצירן פּיִר ריוויוּ) איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום סאָקאַל שפיצעל. דאס איז ווען דער פיזיקער דר. עלען סאָקאַל האט במכוון אריינגעשיקט צו א סייענטיפישע דזשורנאל (וואס האט דעמאלטס טאקע נישט פראקטיצירט פּיִר ריוויוּ) א פאפיר/״שטודיע״, געשריבן מיט די ריכטיגע דזשארגאן וכו׳, וואס איז געווען הוילע שטותים, און זיי האבן עס געדרוקט. ער האט אויך געוואלט מיט דעם אויפווייזן אז די הומעניטיס האבן נישט אריינצורעדן אין די פיזישע סייענסעס [זיין ״ארטיקל״ איז געווען אז קוואנטום פיזיקס איז בעצם א סאציאלע קאנסטראקט], און זיי וועלן דרוקן שטותים אויב ״עס זעהט אויס גוט״ און שטימט מיט די אָוועראָל (לינקע) אידיעלאגיע.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:100% גערעכט. דאס איז (א חלק פון) וואס די דרשה וואס די פותח האשכול האט צוגעברענגט וויל ארויסברענגען.
וואס איך האב געמיינט צו זאגן/היפאטיזירן איז אז וויבאלד די סייענטיסט׳ס מתרה איז צו דערגיין די אטענטישקייט וכו׳ פון די כלערליי זאכען וואס ער פארשט, ״טאקע נאר אין די ראמען פון סייענס״ [זיין געביט], איז ער דעריבער מער עלול דורכצופאלן און אריינרעדן אין [פילאזאפישע/טעאלאגישע] נושאים וואס האבן צוטוהן מיט ״אמת״, על אף דעם וואס די סייענטיפיק מעטאד האט נישט די יכולת אריינצורעדן דערין (וויבאלד ״אמת״ איז נישט נאר געבינדען צו די ראמען פון סייענס וככל הנ״ל). אין אנדערע ווערטער, ער confused די ערך פון ״אקוראט״ [זיין פעלד] מיט ״אמת״ בכלליות.
ובנוגע פונקט א׳ פון רביה״ק, סייענס אין פרינציפ נעמט טאקע שטארק אן קעגן דעם טענה פון argument from authority.
Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני: סייענטיסטן, ביי דעפינישן זענען דער היפוך פון אמונה. דער סייענטיסט מוז אלעס קענען נאכמאכן אין זיין ..."לעב"...!
די חרטומי פרעה זענען געווען סייענטיסטן און אפיקורסים. זיי זענען געווען סוקסעספול אויף 50%. אבער וואו זייער כח און וויסנשאפט האטציך געענדיגט און דער געטליכער כח האטציך באוויזן זענען זי געבליבן אונמאכט. זיי האבן טאקע געקענט מאכן אויך שלענג פון שטעקנס. אזוי ווי משה רבנו. אבער צוריק מאכן שטעקנס האבן זיי שוין נישט געקענט . (לויט'ן מדרש)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
מי אני האט געשריבן:בנוגע די לימיטעישאנס פון סייענטיפישע דזשורנאלן (עכ״פ אמאל און די וואס טוהן נישט פּראקטיצירן פּיִר ריוויוּ) איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום סאָקאַל שפיצעל. דאס איז ווען דער פיזיקער דר. עלען סאָקאַל האט במכוון אריינגעשיקט צו א סייענטיפישע דזשורנאל (וואס האט דעמאלטס טאקע נישט פראקטיצירט פּיִר ריוויוּ) א פאפיר/״שטודיע״, געשריבן מיט די ריכטיגע דזשארגאן וכו׳, וואס איז געווען הוילע שטותים, און זיי האבן עס געדרוקט. ער האט אויך געוואלט מיט דעם אויפווייזן אז די הומעניטיס האבן נישט אריינצורעדן אין די פיזישע סייענסעס [זיין ״ארטיקל״ איז געווען אז קוואנטום פיזיקס איז בעצם א סאציאלע קאנסטראקט], און זיי וועלן דרוקן שטותים אויב ״עס זעהט אויס גוט״ און שטימט מיט די אָוועראָל (לינקע) אידיעלאגיע.
מיט פּיִר ריוויוּ פארסטו נישט אסך בעסער
-real-fake-hoodwinks-journals.html
[left]
[/left]Seven of the 20 fake articles written by the trio were accepted by journals after being approved by peer-review committees tasked with checking the authors' research.
בערעל, א יעדער סייענטיסט פאנגט אן מיט אמונה אין עפעס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי סייענטיזם נגד רעליגיע שרייבט הרב דר. מיכאל אברהם:
אחד הביטויים ל’מדענות’, הוא הפיכת המדע לסוג של כנסייה, שנושבת בה רוח מיסטית עמוקה ורטט של קדושה. אלוהיה הוא מפלצת הספגטי המעופפת (ועוד לפניה, בוקונון של וונגוט מעריסת חתול), מאמיניה ניחנו בפנאטיות שלא היתה מביישת את רצועת התנ”ך האמריקאית (ניתן להתרשם מעלעול קל בטוקבקים הנסערים לטורים אלו), וכוהניה נושאים מדברותם תחת כל עץ רענן.
כוהנים אלו הם כמה מדענים שכל דבריהם נחשבים בעיני המאמינים האדוקים כדברי אלוקים חיים. ציטוטים של דבריהם נחשבים בעיני המאמינים כתחליף לטיעונים, כאילו היו אלו כתבי הקודש. כל ציטוט של סטיבן הוקינג, או ריצ’רד דוקינס, שניהם כנראה אנשי מדע מוכשרים למדיי אך פילוסופים די עלובים, גם אם יש בו דברי הבל, נחשב כטיעון מוחץ. הדברים אמורים בין אם הללו מתבטאים בתחום המדעי שבו מומחיותם, ובין אם הם נזקקים לשיקולים פילוסופיים שרק משיקים לתחומים המדעיים, אם בכלל. הם עצמם, ועוד יותר מאמיניהם האדוקים, בדרך כלל אפילו אינם שמים לב למעבר הפזיז שלהם בין מדע לפילוסופיה.
אסיים בכך שאין בכוונתי כאן לטעון משהו נגד המדע, או נגד אנשי המדע. דבריי מכוונים כלפי קבוצה מסויימת של אנשי מדע וחסידיהם (השוטים), שהדומיננטיות שלהם בשיח הציבורי גדולה בהרבה ממשקלם האמיתי. אלו רואים במדע סוג של דת, ובמאמינים באלוקים כופרים. הם רואים במדע את נחלתם הפרטית, ואם נתפס לא עלינו אדם מאמין (באלוקים) שפוסע בשביליה, אוי לו ואוי לנפשו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער אנטראפּאלאג דר. דזשאַן פּעדאַק האט געשריבן:
עס איז אויך מן הראוי לציין צו ווי אזוי זיי דעפינירן ״סייענס״ אין קורצן:some men work in science because they find in it an area - although a limited one - of "truth." A yearning for order, which appears in many forms among widely differing individuals, seems to be a dominant motivation of many scientists.... When the need for order is strongly dominant, the scientist tends to practice what Maslow (1954:13-21) calls means-centered science, in which the researcher is deeply and even primarily concerned with the methods of his work. Problems are selected for investigation because they are amenable to the preferred methods (Sjoberg 1959), and those methods are discussed at great length.... An investigation which is admired may be referred to as "elegant." There is a strong suggestion here that some scientists feel, and express through the use of such words, an esthetic pleasure - however strange this may seem in the case of specialists in rigor.... Since both esthetics and pleasure are thoroughly outside the domain of the objective, we can see that the most devoted worshippers of objectivity are themselves subjective about their objectivity.... I suggest they have a real need to find order in the universe. As Snow suggests, science can be used as a tidy little artificial island of order
In contrast to means-centered science Maslow has placed what he calls the problem-centered.... The problem-centered scientist's primary need in doing research seems to be to produce, to create.... As a consequence his methods are often or even usually much less than satisfactory to the order-seeking man who practices means-centered science. The hypothetically possible extremes of the disorderly creative scientist, whose methods are so disastrous that he reaches no valid conclusions, and the uncreative orderly scientist, whose fussiness of method prevents his reaching any but trivial conclusions, are probably not utterly unknown in reality
Science is a systematic approach to understanding natural phenomena — as evidenced by description, prediction, and control — that relies on determinism as its fundamental assumption, empiricism as its prime directive, experimentation as its basic strategy, replication as its necessary requirement for believability, parsimony as its conservative value, and philosophic doubt as its guiding conscience
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין אַן אינטערוויוּ וואס דזשאַן האָרגען האט אפגעהאלטן מיט דר. קאַרל פּאַפּער בסוף ימיו, האט ער אים געשטעלט די פראגע אז די קרייטעריע פון דארפן זיין פאָלסיפייעבּל איז אליינס נישט פאלסיפייעבּל. דר. פּאַפּער האט זיך ארויסגעדרייט דערפון מיט'ן זאגן אז די געדאנק רעדט נאר לגבי מברר זיין וואס איז עמפּיריש (עכ"פ קרוב ל)אמת. דר.וויליאם לעין קרעיג טענה'ט (בתוך א לענגערע קריטיסיזם איבער לאגישע פּאזיטיוויזם, פון וועלכע סייענטיזם איז א יורש) אז דאס איז יא א גוטע פירכא קעגן דאס געדאנק פון פאסליפיצירן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. מאטי מזרחי טענה׳ט אז איה״נ אויב דעפינירט מען סייענטיזם אלס די פאזיציע אז סייענס איז די איינציגסטע מבוא לידיעה, דאן איז דאס א שוואכע פאזיציע. אבער אויב דעפינירט מען סייענטיזם אלס די פאזיציע אז סייענס איז די (קוואליטעטיוולי און קוואנטיטעטיוולי) בעסטע מבוא לידיעה והסברה, דאן איז דאס ריכטיג.
ער טענה׳ט, ועפ״י דר. גוּלעדאַ דאָגאַן און דר. זעראַ טאַשקין, אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן געדאנק פונעם אימפּעקט פאקטאר פון אַן אקאדעמישן דזשורנאל/אויסגאבע. מ׳רעכענט וויפיל מאל עס זענען ציטירט געווארן (וואו אימער) אין א יאר פון דאס וואס זיי האבן געדרוקט די פריערדיגע צוויי יאר, און מ׳דיווייד דאס ביי וויפיל ארטיקלען זיי האבן בכלל געדרוקט אין די צוויי פריערדיגע יאר. ווי העכער די נומער איז, אלס מער זעהט מען די אימפּעקט און חשיבות דערפון.
ביי סייענטיפישע נושאים זעהט מען סיי אז זיי דרוקן אסאך מער, און סיי אז די אימפּעקט פאקטאר איז אסאך מער ווי ביי די פעלדער אין די יוּמעניטיס. דאס איז לגבי די קוואנטיטעטיוו חלק. לגבי די קוואליטעטיוו חלק אין וואס עס איז בעסער, שרייבט ער: ***
איה"נ. דא ברענגט וויקיפידיע צו א ליסטע פון אזעלכע שפיצלעך. און ווי זיי שרייבן:
אין אנדערע ווערטער, דאס ווייזט נישט אויף די שוואכקייט פון פּיִר-רעוויוּ פּער סע - עס ווייזט אז עס פעהלט אויס צו זיין נאך בעסער און ריגאראס אין דעם. עס איז טאקע למעשה מן הנמנע ולא ימלט, זייענדיג נאר מענטשן, אז אפילו מיט דעם קרייטעריאן זאלן זיך דאך דורכשמוגלען טעותים וכו'. (ועיין לעיל בפונקט 3 וואו איך האב צוגעברענגט דר. דניאל סארעוויץ'ס קריטיק אויף וויאזוי פּיִר-רעוויוּ גייט צו היינט-צו-טאג.)
דאס זעלבע איז בנוגע די רעפּליקעישאן קריזיס: ווער/וואס איז וואס ברענגט אויפמערקזאמקייט דערצו און ווייזט דאס אויף? סייענס/סייענטיסטן אליין. און סייענס/סייענטיסטן אליין נעמען דאס אָן. די סעלף-קארעקטינג יסוד און פילאזאפיע פון סייענס.
און אט דאס איז טאקע די געדאנק: זענען דען נישט די סארט שפיצלעך און שארלאטאנס אסאך אסאך מער מצוי ביי אנדערע סארט וועגן פון וויסן (יוּמעניטיס, רעליגיע אא״וו), ווי ביי די סייענטיפישע פעלדער? ולכן איז דאך דאס טאקע בעסער.
***
עס איז אויך אינטרעסאנט צוצוברענגען, ובענין בּיהעיוויאריזם, וואס דר. עיליִן געמבּריל פּאלעמיזירט נגד פסיכאלאגיע (וואס מ׳קען טענה׳ן אז די פעלד אין סייענס איז די מערסטע געשלאגן מיט די רעפּליקעישאן קריזיס און p-העקינג; ריסערטש אין בּיהעיוויאריזם ארבעט מיט סינגעל סאביעקט דיזיינס, וואו די אינדיווידואל צי אפאר אינדיווידואלן זענען זייערע אייגענע קאנטראלס, ווי איידער זיך פארלאזן אויף צוויי אנדערע אפגעטיילטע גרופעס און די סטאטיסטישע חילוק צווישן זיי), און די דגוש דערפון אויף דיאגניזירן בּיהעיוויאר לפי ״אינערליכע״ נפש סארט סיבות, און די פּראפּאגאנדע דארונטער. ובתוך דבריה:
ער טענה׳ט, ועפ״י דר. גוּלעדאַ דאָגאַן און דר. זעראַ טאַשקין, אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן געדאנק פונעם אימפּעקט פאקטאר פון אַן אקאדעמישן דזשורנאל/אויסגאבע. מ׳רעכענט וויפיל מאל עס זענען ציטירט געווארן (וואו אימער) אין א יאר פון דאס וואס זיי האבן געדרוקט די פריערדיגע צוויי יאר, און מ׳דיווייד דאס ביי וויפיל ארטיקלען זיי האבן בכלל געדרוקט אין די צוויי פריערדיגע יאר. ווי העכער די נומער איז, אלס מער זעהט מען די אימפּעקט און חשיבות דערפון.
ביי סייענטיפישע נושאים זעהט מען סיי אז זיי דרוקן אסאך מער, און סיי אז די אימפּעקט פאקטאר איז אסאך מער ווי ביי די פעלדער אין די יוּמעניטיס. דאס איז לגבי די קוואנטיטעטיוו חלק. לגבי די קוואליטעטיוו חלק אין וואס עס איז בעסער, שרייבט ער: ***
הקטן האט געשריבן:מיט פּיִר ריוויוּ פארסטו נישט אסך בעסערמי אני האט געשריבן:בנוגע די לימיטעישאנס פון סייענטיפישע דזשורנאלן (עכ״פ אמאל און די וואס טוהן נישט פּראקטיצירן פּיִר ריוויוּ) איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום סאָקאַל שפיצעל. דאס איז ווען דער פיזיקער דר. עלען סאָקאַל האט במכוון אריינגעשיקט צו א סייענטיפישע דזשורנאל (וואס האט דעמאלטס טאקע נישט פראקטיצירט פּיִר ריוויוּ) א פאפיר/״שטודיע״, געשריבן מיט די ריכטיגע דזשארגאן וכו׳, וואס איז געווען הוילע שטותים, און זיי האבן עס געדרוקט. ער האט אויך געוואלט מיט דעם אויפווייזן אז די הומעניטיס האבן נישט אריינצורעדן אין די פיזישע סייענסעס [זיין ״ארטיקל״ איז געווען אז קוואנטום פיזיקס איז בעצם א סאציאלע קאנסטראקט], און זיי וועלן דרוקן שטותים אויב ״עס זעהט אויס גוט״ און שטימט מיט די אָוועראָל (לינקע) אידיעלאגיע.
-real-fake-hoodwinks-journals.html
by peer-review committees tasked with checking the authors' research.Seven of the 20 fake articles written by the trio were accepted by journals after being approved
איה"נ. דא ברענגט וויקיפידיע צו א ליסטע פון אזעלכע שפיצלעך. און ווי זיי שרייבן:
The intent of such publications is typically to expose shortcomings in a journal's peer review process or to criticize the standards of pay-to-publish journals
דאס זעלבע איז בנוגע די רעפּליקעישאן קריזיס: ווער/וואס איז וואס ברענגט אויפמערקזאמקייט דערצו און ווייזט דאס אויף? סייענס/סייענטיסטן אליין. און סייענס/סייענטיסטן אליין נעמען דאס אָן. די סעלף-קארעקטינג יסוד און פילאזאפיע פון סייענס.
און אט דאס איז טאקע די געדאנק: זענען דען נישט די סארט שפיצלעך און שארלאטאנס אסאך אסאך מער מצוי ביי אנדערע סארט וועגן פון וויסן (יוּמעניטיס, רעליגיע אא״וו), ווי ביי די סייענטיפישע פעלדער? ולכן איז דאך דאס טאקע בעסער.
***
עס איז אויך אינטרעסאנט צוצוברענגען, ובענין בּיהעיוויאריזם, וואס דר. עיליִן געמבּריל פּאלעמיזירט נגד פסיכאלאגיע (וואס מ׳קען טענה׳ן אז די פעלד אין סייענס איז די מערסטע געשלאגן מיט די רעפּליקעישאן קריזיס און p-העקינג; ריסערטש אין בּיהעיוויאריזם ארבעט מיט סינגעל סאביעקט דיזיינס, וואו די אינדיווידואל צי אפאר אינדיווידואלן זענען זייערע אייגענע קאנטראלס, ווי איידער זיך פארלאזן אויף צוויי אנדערע אפגעטיילטע גרופעס און די סטאטיסטישע חילוק צווישן זיי), און די דגוש דערפון אויף דיאגניזירן בּיהעיוויאר לפי ״אינערליכע״ נפש סארט סיבות, און די פּראפּאגאנדע דארונטער. ובתוך דבריה:
The DSM is one of the most successful (if not the most successful) technologies in the history of mental health. It provides about 5 million dollars a year to the American Psychiatric Association and is soon to appear in its fifth edition with even more labels applied to even more behaviors. Such a technology fits with a disease model of deviant behavior and a focus on ‘‘the self.’’ Related discourse makes creative use of look-alikes for science (pseudoscience and scientism; e.g., Boyle, 2002) and encourages a disregard of individual differences in opportunities and challenges. It has become accepted (and more reinforcing) to ferret out interesting psychopathologies related to complaints than to discover environmental contingencies that affect what people do, think, and feel and contribute to positive change. Central in applications of behavioral analysis to clinical and social problems is the view that ‘‘behavior always makes sense.’’ But this sense may only be revealed via an understanding of related contingencies. This view is quite the opposite of the grand narratives of clinical psychology and biomedical psychiatry which emphasize deficiencies — their identification and causes, usually in the individual, spurred on by Big Pharma, piggy backing on the ever expanding DSM. Third-party payment requires use of these diagnostic categories. Research grants must use such classifications. The field of psychopathology is enormous with subfields in child, adult psychology, and geriatric psychopathology. The prefix ‘‘psych’’ emphasizes the psychological — the individual — what lies within; the term pathology focus on what is wrong. We hear these words endlessly which influences how we frame problems and attempt to solve them
We should help all involved parties to become aware of the flawed nature of peer review and related consequences including wasting money on ineffective programs. Ioannidis (2005) argues that most biomedical research findings are false (see also Ioannidis, 2008). Seventy percent of cancer studies cannot be replicated (Begley & Ellis, 2012). Retractionwatch.org posts retractions of research reports because of misconduct including fraud (See also Fang, Steen, & Casadevall, 2012). I find that few of my colleagues are aware of the International Congress on Peer Review and Biomedical Research that has been meeting for years to discuss and address problems of peer review. Being on the lookout for propaganda in the professional literature is especially important since our guard may be down, perhaps because a journal uses peer review; readers may not be aware of problems with peer review
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הרב דר. מיכאל אברהם שרייבט:
יש מדענים, גם הבולטים והחכמים שביניהם, שהם בדרך כלל לא פילוסופים מיומנים. חלקם הגדול מכיר בזה ולא עוסק בפילוסופיה, אבל יש כאלה שחושבים שאם הם מדענים טובים הם יכולים גם לטעון טענות חכמות בפילוסופיה. לפני שנים רבות השתתפתי בכנס כלשהו בבר אילן, ובאחת ההרצאות פיזיקאי אמריקאי מבוגר דיבר על נושא פילוסופי כלשהו (כבר איני זוכר את נושא ההרצאה והכנס בכלל). בסוף דבריו, קם איתמר פיטובסקי ז"ל (שלמד מדעים, אבל היה חוקר פילוסופיה באוניברסיטה העברית) שישב בקהל ואמר לו באופן סרקסטי שגם פילוסופיה היא מקצוע. כך אני חש גם לגבי אישים כדוקינס, איינשטיין, הוקינג ועוד. אנשי מדע, שחלקם מאד מוכשרים, יכולים לדבר לא מעט שטויות ביחס לפילוסופיה, וההילה המדעית נותנת להם ביטחון ומעמד שמביא אותם לדיבורים נחרצים מאד בתחום שבו אינם מבינים.
הבעיה אצל המדעניסטים היא שרבים מהם הדיוטות בתחום המדעי ועוד יותר מכך בתחום הפילוסופי, והדבר גורם להם ללכת אחרי אותם מדענים שכן מתבטאים בנושאים פילוסופיים, ולאמץ את עמדותיהם הפילוסופיות (בפרט את האמפיריציזם שלהם). זה מביא אותם לא רק להשתמש בממצאי המדע אלא לתת להם פרשנויות פילוסופיות מאד בעייתיות ולא מחודדות בגלל חוסר מיומנות פילוסופית. אגב, זה נכון באותה מידה לגבי מאמינים שמשתמשים באמירות של מדענים מאמינים באותן צורות שטחיות.
אני טוען שרבים מן האתאיסטים שייכים לקטגוריה של מדעניזם אמפיריציסטי. בשם המדע והאמפיריות הם מתכחשים לפילוסופיה ולטיעונים ושיקולים אפריוריים, ולכן דוחים טיעונים טובים שלא בצדק.
האתאיזם בן זמננו מבוסס על אמפיריציזם, וזה מלמד אותנו שכפירה באלוקים היא בעצם כפירה בפילוסופיה, בחשיבה וברציונליזם (ולדעתי גם ברציונליות, אבל זה לא הנושא). זו תמציתו של המדעניזם שתיארתי למעלה, שהוא הכשל אתאיסטי העיקרי, לפחות של האתאיזם בן ימינו.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
נאר איין שאלה לגבי דעם פאראגראף:
אויב זוכט מען צו דערגיין די (אזוי-גערופענע) 'אמת' beyond אונזער וויזיע, זאל מען אליין מחליט זיין ווי עס ליגט און עס נאכזאגן?
קודם כל, וואס מיינט בכלל די ווערטער פאקטן, אמת, מציעות, עקזיסטענס, אינדרויסן פון אונזער וויזיע אדער מח capacity? איז דאס דען נישט קיין לאגיקל פאראדאקס?
והשנית, אפי' אויב זאל מען עס יא דעפינירן באיזה אופן, (למשל די 'פאקט' אז יענע רוצח האט טאקע גע'הרג'ט על סמך די 100 עדות - וואס איז בעצם אויך מער בגדר שטארקע אמונה ענדערש ווי 'פאקט' אין דעם דעפינאציע..) ברענג עפעס א בעסערע מיטל אנצוקומען דערצו קראנטערהייט, שפעקילאציעס האט מען געהאט אין אלע דורות, סייענס איז געקומען אנדעקן א קראנטע וועג (טאקע לימיטעד..) וועלכע מ'קען אייביג איבער-צונעמען און באטראכטן פון אלע זייטן..
נישט אז עס איז בהחלט די ענדגילטיגע אמת אזוי-צוזאגן, אבער ווען זיי פרעגן די תשובה אויף די גרינע שמאטע אן די ווארט 'גרין', ווילן זיי טאקע אויספראבירן - 1, צו 'גרין' איז טאקע די איינציגסטע מהלך וואס מען קען נישט לייקענען אדער אפלאזן (און דערווייל איז סייענס אנגעקומען זייער ווייט, טאקע ווייל זיי האבן נישט מסכים געווען צו ווערן סטאק ביי 'גרין' - עוואלוציע יוכיח..) 2, ווילן זיי קענען מגדיר זיין 'גרין' אליין אן נוצן דעם ווארט (בבחינת יא, ניין, שווארץ, ווייס,) ארויסצוברענגען די עסענס מיט אנדערע ווערטער..
סיריעסלי??זאל_זיין האט געשריבן:One scientist, who recognizes the fact that the question of how the universe got here is beyond the reach of his limited discipline, writes:
We have seen that the great question ‘did the universe have a beginning’ is unanswerable by observational science; but this still leaves us to ponder the more modest question ‘did out visible universe have a beginning?’[1]
The problem with this is that the adjective “visible” does not describe an attribute of the universe but rather an attribute of the observer, namely, the limitation of his scope of vision. There is no “visible” universe and “non-visible universe”; there are merely observers who can or cannot see the entire picture. What this scientist calls the beginning of the “visible universe”, is not the beginning of any type of universe at all but rather the beginning of the scope of his own vision. It’s like someone watching a baseball game from a bad angle, where he can’t see the batter hit the ball; he can only see the ball when it starts to fly over the outfield. He has no idea if there’s a “beginning” to the flight of the ball, so he asks “is there a beginning to the visible flight of the ball?”
Maybe there is and maybe there isn’t but if you’re going to categorize the ball by whether it is “visible” or “not visible” to you, you’re not really learning much about the ball but rather about the limits of what you can see from where you are sitting.
So by exploring the “origins” of the “visible universe” scientists may learn a lot about themselves – such as where the scope of their vision begins and ends – they can learn the limits of science and they can humbly acknowledge that what they can see is nothing close to what they need to see in order to learn what the universe is really about.
For that, they would have to look into the Torah.
אויב זוכט מען צו דערגיין די (אזוי-גערופענע) 'אמת' beyond אונזער וויזיע, זאל מען אליין מחליט זיין ווי עס ליגט און עס נאכזאגן?
קודם כל, וואס מיינט בכלל די ווערטער פאקטן, אמת, מציעות, עקזיסטענס, אינדרויסן פון אונזער וויזיע אדער מח capacity? איז דאס דען נישט קיין לאגיקל פאראדאקס?
והשנית, אפי' אויב זאל מען עס יא דעפינירן באיזה אופן, (למשל די 'פאקט' אז יענע רוצח האט טאקע גע'הרג'ט על סמך די 100 עדות - וואס איז בעצם אויך מער בגדר שטארקע אמונה ענדערש ווי 'פאקט' אין דעם דעפינאציע..) ברענג עפעס א בעסערע מיטל אנצוקומען דערצו קראנטערהייט, שפעקילאציעס האט מען געהאט אין אלע דורות, סייענס איז געקומען אנדעקן א קראנטע וועג (טאקע לימיטעד..) וועלכע מ'קען אייביג איבער-צונעמען און באטראכטן פון אלע זייטן..
נישט אז עס איז בהחלט די ענדגילטיגע אמת אזוי-צוזאגן, אבער ווען זיי פרעגן די תשובה אויף די גרינע שמאטע אן די ווארט 'גרין', ווילן זיי טאקע אויספראבירן - 1, צו 'גרין' איז טאקע די איינציגסטע מהלך וואס מען קען נישט לייקענען אדער אפלאזן (און דערווייל איז סייענס אנגעקומען זייער ווייט, טאקע ווייל זיי האבן נישט מסכים געווען צו ווערן סטאק ביי 'גרין' - עוואלוציע יוכיח..) 2, ווילן זיי קענען מגדיר זיין 'גרין' אליין אן נוצן דעם ווארט (בבחינת יא, ניין, שווארץ, ווייס,) ארויסצוברענגען די עסענס מיט אנדערע ווערטער..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!