מיר ווילן משיח איצט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

מיר ווילן משיח איצט

שליחה דורך פרישער »

שוין לאנג נישט געברויכט אזוי וויכטיג משיח ווי איצט, אינזער דור קען זינגען דעים זמר מיט בכיות נוראות, מיט דו נאטען פון כל נידרי, מיט דו יללות פון אנא השם הושיעה נא, מיט דעים זעלבן קלעם וואס מיר שרייען ותשובה תפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה, מיר זענען היינט און געפערליכע מצב, און פילע הינזיכטן, איך וועל דא אויסשמיסן דעים אינגערמאן נאכן חתונה.

אזא אינגערמאן תיקף ארויס פון דו ישיבה, ער קימט אן אהיים דו נאכט פון דו חתונה, ער הייבט אן זיין פריילעך, יעדער זארגט זיך ער זאל למען משיחו האבן שלום בית, ער זאל זיך פארטראגן מיטן ווייבל, אלע עלטערן ביידע זייטען שוין אנגעפאנגען פינעם יום החופה, מען וויינט, מען זינגט, מען טאנצט, מען האפט, מען גראמט, יעדער איינער מיט איין תפילה צים הייליגען בורא אז עס זאל הערשן פרידן צווישן ס'קאפקעלע, קיינמאל זיך נישט קריגן, זיך אלע מאל פארשטיין.

ס'אינגערמאנטשיק, ער איז פריילעך ביז גאר, קיינער האט אים נישט אויס געזאגט דעים הייליגען אמת, אז דו סיבה וואס דער עולם וויינט, איז ווייל מען באוויינט אים, יעדער האט אויף אים אינטער זיין ריקן ביטער רחמנות, ער זעיט אז עפעס איז נישט און ארדענינג, ער ברויך גיין טיף אינטער א אדמה, ווען ער איז מיד און וויל שלאפן, ברויך מען נידערן צו עפעס א קבר מיט טרעפ, מען זאגט אים זארג נישט צדיק'ל, דעיס איז נאר צייט ווייליג, ווייל מיר גייען כמעט האבן איינעם'ס דירה, ווייל יענער האט אינזין עפעס צו קויפן תיקף ווען יענער גייט האבן געלט, מיר ווייסן אז יענער קאלט בראקערס, מיר האבן שוין גערעדט צו יענעם'ס לענדלאר.

מיר ווייסען פון נאך א דירה, אויב דאס פריערדיגע ארבייט זיך נישט אויס, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה, אבער סיז א מציאה, מיר האבן אינפארמאציא פון א שכן, אז דארט איז נישט דא קיין שלום בית, סיז א גרויסע סוד, מען רייסט זיך ארים דארט, מיר האלטן א וואכזאם אויג, עני וועיס זאגט דו שוויגער, ביי אינז און הויז איז אלע מאל דא פלאץ, דו מאמע מירמלט אז משיח קימט עני סעקאנד, זי ווייסט פון א באבא, וואס זאגט אז ער ווייסט, אז היי יאר איז זייער מסוגל פאר דו גאולה שלימה, דער אינגערמאן גייט אן נאך וואך, שוין אריבער דו שיינע שבע ברכות, יעדער שעפט נחת ב"ה, אז דער אינגערמאן כאפט ב"ה נישט וואס דא גייט פאר ארים אים, באמת א צדיק'ל, ער נעמט אלעס אן באהבה, ער האט פשוט ליב צו גיין און כולל, דער האט פשוט נישט ווי צו גיין, ווי זיך צו דרייען.

דריי וואכן גייען דורך, דער אינגערמאן הייבט אן אויפציוואכן זיך ווי פון א טיפער שלאף, ער איז שוין אין כולל בעצייטענס, עס הייבט אן צו ווערן עינג און טאש, זיין ווייב ברעינגט אהיים א מאגערע געהאלט, ער זעיט נישט פון ווי ער גייט איינהאנדלען, ער קיקט יעדן טאג און פאסט קעסטל פאר נייגעריקייט, אלעמאל איז עס ליידיג, ער איז שוין כמעט ציגעוואוינט צים לעיבעדיגן מאסען קבר, ווי ער מיטן ווייב לייגן זיך נאכט נאך נאכט, מיט א שטארקע האפענינג צו זעין דעים לעכטיגן מארגען שטערן.

והוא היום ער זעיט א ענוועלאפ אינעם פאסט קעסטל, עס זעיט אויס עפעס אפעציעל, ער עפענט אויפ, עפעס א קאמפעני וויל ניין אין זיבעציג דאלער, קאן עדיסאן שמעדיסאן, ער מאכט א זיצונג מיטן ווייב, מען פראבירט צי דערגיין בשלמי הרעה הזאת, ווער ברויך זיי, וואס געבען זיי מיר, איך פייפ זיי אן, א חיצפה, ווי אזוי זענען זיי געוואויר געווארן אז איך וואוין דא, איך וועל זיי ווייזען, איך גיי עס פארציילן פאר'ן קול מבשר חברה מאן, דו קאפל איז מחלט נישט צו מאכן קיין רעש פאר דעי סקעם, זיי גייען עס דאס מאל פארקיקן, מען גייט דעי גניבישע בריוו אריין טראסקען און מיסט, מיט דו האפענינג אז מער וועט דאס נישט פארקימען, און אזוי גייט דורך נאך א טאג צוויי, ביז יענע קלאפ, א אינגער מאן הויעך געוויקסנער מאן, וואס שטייט מיט דו האנט ארויס און ער פאדערט, ער קיקט בייז און זאגט איין ווארט, "רענט", דער אינגערמאן זאגט געמער איין מיניט לאמיך פרעיגן מיין ווייב וואס דאס מיינט, זי קיקט אים אן ווי דער בִּילקע ביי בני הכָלָא, זאג אים איך גיי פרעיגן מיין טאטע, ער טענה'ט הער צי, מיר האבן אפגעמאכט אויפן ערשטן היינט איז שוין דער צעינטער, ער ווייסט נישט וואס ער וויל קים ציריק מארגן, עס הערשט א אימעט, ער ריפט אן זיין טאטע, ער זאגט אלעס איז ארלעידיגט, איך האב דאך גערעדט קלאר מיטן שדחן, ריף דיין שווער, זי ריפט דעים שווער ער זאגט, איך האב נישט ציגעזאגט גארנישט, דער אינגערמאן פרעיגט ציטערדיג, וויפיל ברויך מען באצאלן, ער זאגט נע ביליג אפאר טויעזנט דאלער, ער הייבט אן שוויצען, ער שרייט אפאר טויעזנט וואס, פון ווי זאל איך האבן געלט, דער טאטע זאגט, אפשר זיך'סטע לערנען פריוואט מיט א קינד, אפשר בעיט ס'ווייב א געהאלט העכערינג.

יעדן אינדערפרי זעיט ער ווי דער טאטע באזארגטערהייט, זאגט ספעציעלע תפילות, דער פאטער שארט זיך צו צים זין, פרעיגט אים זאג נאר איז שוין דא עפעס נייעס, מיר זענען זייער באזארגט, מיר זענען אלע מאל מתפלל, דער אינגערמאן פרעיגט דעים טאטן, וואס איז דו פראבלעים מיר וועלן זיין אקעי, דער פאטער ציוויינט זיך עס איז שוין איבער א חודש נאך דו חתונה, מיר זענען אזוי באזארגט, מאמי קען נישט שלאפן מער פאר צער, זיי נישט באזארגט דער בורא עולם וועט העלפן, בקרוב ממש וועט זיין נייעס, מיר רעדן שוין צו בוני עולם, זיי בעיטן מען זאל נאך אביסל ציווארטן, דער אינגערמאן פרעיגט בתמימות, וואס איז דעי ארגענעזאציא העלפען זיי ארעמעלייט מיט רענט.

ער קימט אין שיל, איינער ווארט אים אפ, זאגט אים איך בין געוועין ביי דיין חתונה, ב"ה זייער שיין געוועין, זאג נאר איר ווייסט מעשר איז זייער וויכטיג, אולי גיט איר עס פאר מיין מורה'דיגע צוועק, ער קיקט אים אן וואס איז אייער פראבלעים, הער אין הקומץ משביע עמעסארי, ער זאגט מיין מוציא איז דאך אויך נישט געטויבלט און האניג, איך האב נישט פון ווי צו צאלן מיין רענט, מיין ארי האט אויך נישט קיין קמיצה, ער איז אים מסביר אז מען ברויך האבן ביטחון, מען קען נישט אנהויבן אזוי א לעיבן, ער זאגט איר קענט נעמען א הלוואה לכבודי, מיט אפצאלינגען פון בלויז אכצען טאלער א חודש, עס וועט זיך אפצאלן זייער שנעל, ממש און נא טיים, פינף יאר עס לויפט אזוי שנעל דורך, און מיט דעים ראטעוועט איר א משפחה פון אינטערגיין, ער ווערט אריין געצויגן, ער חתמ'ט ער איז זיכער אז ווען ער גייט אהיים קומען דערציילן פארן אשת חבר וועט זי אים שטארק ארויפקיקן, אז ער האט א ווייעך הארץ פאר א צווייטן איד, עס איז אמת וואס זיין מגיד טשיז האט געזאגט אז ער איז א בעל חסר.

איך קען נישט מער, אנא השם פליז זעי דעיס זאל זיך סטאפן, מיר קענען נישט מער, פליז שיק משיח און לייז אינז אויס פון קרעפּוויל.

המשך יבא
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר