דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
Ice cores איז נישט גענוג גוט? אבער אז דו עקשנ'סט דיך איז דא דאס אויך.
דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
הוגה האט געשריבן:[justify][tag]עמוס[/tag], ביזט גערעכט, איך רעד טאקע בעיקר פון די געמיינדע'ס שטאנדפונקט, כאטש אז דא און דארט רעד איך יא פון די פליכטן מאב לבן, אבער איך קוק עס אן קאלעקטיוולי פון אלע עלטערן צו אלע קינדער.
איך זעה אבער אז דו קריגסט דיך מיט מיר (און דעת תורה ועוד) און דו האלטסט אז תורה/אמונה מיט נאלעדזש/סייענס קענען נישט גיין צוזאמען. מיר קענען דאך טויזנטער אידן וואס זענען מלומד בחכמות און זיי זענען פיינע ערליכע אידן.
.[/justify]
די שאלה איז אויב עס איז נישט יצא שכרה בהפסדה, די פאקט אז מען נוצט נאך די גדרים. דינען נאך די גדרים זייער purpose, אדער האבן זיי פארלוירען זייער אפעקט און מיר זענען נאר געבליבן מיט די פיין?
דעת תורה האט געשריבן:עמוס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט. 2) צ"ל "אינעם זוהר איז זיכער דא קטעים וואס זענען געשריבן געווארן פיל שפעטער, אפילו ווער עס נעמט אן אז די עצם זוהר איז יא פון רשב"י, אזוי ווי מרן החתם סופר בתשובותיו לערנט אונז". 3) צ"ל: סייענטיסטן בימינו קענען פיל בעסער סייענס ווי סייענטיסטן בימי חז"ל, און חז"ל אין נגלות התורה האבן געשריבן לויט דעם".
און וויפיל חרדים קענט איר וואס וועלן מודה זיין צו די באהויפטונגען?
2 זאגט דאך דער הייליגער קאמארנער, ווער עס טוט אביסל אין די נושאים ווייסט. עס איז אבער נישט קיין נחלת הכלל ווייל רוב עולם טוט נישט דערין. 3) איז נישטא קיין איין חרדי וואס איך קען וואס איז מחולק, אפשר איז די צוגאנג א טראפ אנדערש אז חז"ל האבן גערעדט פון א רוחניות'דיגע מציאות, אבער דאס איז קלאר אז בימיהם אמז נישט געווען קיין עלעקטעריק. (עגעין, אפשר האלט ער אז חז"ל האבן יא געקענט, אבער די סייענטיסטן בימיהם זיכער נישט).
יידל האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:1) וואס עפעס? ווי לאנג מען טרעפט נישט קיין בוים מיט מער ווי 5,773 רינגען אדער א ענליכע ראיה שא"א להכחישו, איז דאס אפען פאר דיבעיט.
Ice cores איז נישט גענוג גוט? אבער אז דו עקשנ'סט דיך איז דא דאס אויך.
עמוס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:איך האב דיר דען געזאגט אז איך האלט אזוי? איך זאג דיר נאר וואס צו זאגן פאר די קינדער.
און וואס טוט זיך מיט אין אדם מוריש שקר לבנו?
יאיר האט געשריבן:דיסקלעימער: אויב איר פלאנט צו שרייבן אין דעם אשכול זאלט איר וויסן אז איר וועט קריגן א לייק פון הוגה, אפגעזען אויב ער איז מסכים מיט אייער מיינונג אדער נישט.
עמוס האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[tag]עמוס[/tag], ביזט גערעכט, איך רעד טאקע בעיקר פון די געמיינדע'ס שטאנדפונקט, כאטש אז דא און דארט רעד איך יא פון די פליכטן מאב לבן, אבער איך קוק עס אן קאלעקטיוולי פון אלע עלטערן צו אלע קינדער.
איך זעה אבער אז דו קריגסט דיך מיט מיר (און דעת תורה ועוד) און דו האלטסט אז תורה/אמונה מיט נאלעדזש/סייענס קענען נישט גיין צוזאמען. מיר קענען דאך טויזנטער אידן וואס זענען מלומד בחכמות און זיי זענען פיינע ערליכע אידן.
איך האב נישט געזאגט אז די צוויי קענען נישט גיין צוזאמען בשו"א, איך האב נאר געזאגט אז דער סדר העולם איז אז וואס מער מען איז אויסגעשטעלט צו סייענס, אלס גרעסער זענען די שאנסן צו פארלירן די אמונה. דעם סך הכל מאכט אליין. אבער אז מ'רעדט שוין, איז אייער ראיה גאנץ שוואך, נעמליך, איך קען אויך פיינע ערליכע אידן וואס זענען פעדאפילן, איז דאס א ראיה אז אידישקייט און פעדאפיליע קענען גיין צוזאמען?
"Science without religion is lame, religion without science is blind."
אויסדריקלעך האט געשריבן:הוגה, א לינק צו יענע אינטערוויו פליז.
הוגה האט געשריבן:מענין לענין, איך האב פונקט דער רגע געזעהן איינער האט געפאוסט אויף די אינטערנעט אן אינטערעסאנטע קורצע אינטערוויו מיט א פרומע סייענטיסט און א פרייע פיליזאף איבער דער נושא. ביידע זאגן פונקט ווי איך האב געזאגט, אז תורה און סייענס מוזן זיך נישט סותר זיין. ער זאגט נאך בשם די רמב"ם ([tag]לעיקוואד[/tag], א מקור ביטע) אז מען דארף צופאסן די תורה צו שטימען מיט די וויסנשאפט וואס ווערט באקאנט מיט די צייט. ער נוצט אן אינטערעסאנטע (עקסטרעמע) אויסדרוק, "חז"ל מצאו פרשנות ש'שן תחת שן', זה לא דווקא שן תחת שן, אז אפשר למצוא ש'ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד' זה לא 24 שעות, משום שלא הייתה שמש. כל מי שמודאג יכול להשתמש בזה, כדי למצוא את הפירושים שנוחים לו".
אלבערט איינשטיין זאגט:"Science without religion is lame, religion without science is blind."
דאס איז אינגאנצן שלא מן הענין דא, איך האב עס נאר אראפגעברענגט היות מען האט צוגערירט די נקודה.
.