צייטונגען – א בליק אויפן עבר און א טראכט איבערן הווה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

דא אין שטיבל איז שוין דא אשכולות איבער אמאליגע אידישע צייטונגען, הויפזעכליך לעצטנס דער שיינער אשכול פון חברינו הדגול דעת תורה. יענער אשכול זעט אויס פראבירט אין א זין נאכאמאל איבערלעבען די גרויסע פאסירונגען פון הונדערט יאר צוריק וועלכע האבן געשאקלט די וועלט בשעתם און זענען נאך גאנץ באקאנט ביז היינטיגן טאג, ווי למשל משפט בייליס וכדומה. אני הקטן בלעטער אויך א שטיק צייט אין די אלטע צייטונגען, אבער איך פרוביר בעיקר צו פארשטיין מתוך כותלי כתבם ווי אזוי דער טאג-טעגליכער לעבן איז אנגעגאנגען בימים עברו, נישט בלויז די מעידזשאר עווענטס און נישט דווקא אין א געוויסע ענגע תקופה. ליינענדיג די אלטע פארגעלטע בלעטער (איך ליין עס אין דידזשיטעל פארמאט, אזוי אז די פארגעלקייט ווענדט זיך מער אין מיין קאמפוטער סקרין קאליר...) איז מיר אינטערעסאנט צו באמערקן ווי ווייט געוויסע זאכן זענען געווען אנדערש און דעם עבר הרחוק והקרוב, און מאידך גיסא ווי ווייט געוויסע זאכן בלייבן די זעלבע.
פון צייט צו צייט קאפי איך עפעס וואס איך פיל אז עס קען זיין אינטערעסאנט מיטצוטיילן. איך וועל נישט גיין דווקא אין א סדר נישט לפי נושאים און נישט לפי דאטומס. איך וועל זיך באציען צו צייטונגען וועלכע זענען ערשינען אין די גרויסע אידישע צענטערס ווי פוילן רוסלאנד, וכו'. לעצטנס האב איך געבלעטערט די "מחזיקי הדת" און די ווארשער אידישע צייטונגען, וועל איך אביסל באריכטען פון זיי. בעיקר איז מיר אינטערעסאנט צו ברענגען פון "מחזיקי הדת," ווייל דער צייטונג איז די די מערסטע ענליך צו אונזערע היינטיגע היימישע צייטונגען.
צו ערשט א שטיקל הקדמה איבער די צייטונגען. די גאנץ ערשטע פון די באוואוסטע צייטונגען זענען די לשון-קודש'ע ווי המגיד, המליץ, הצפירה, ועוד, וועלכע האבן אנגעהויבן ערשיינען אין די תר"י און תר"כ יארן. די צייטונגען זענען געווען געפירט אין גרויסן טייל מיט א משכיל'ישע אגענדע, אויפעפענען די קעפ פאר די בני אדם יושבי חושך... די צייטונגען האבן באריכטעט וועלטליכע נייעס, לאקאלע נייעס, דברי תורה, דברי מדע, ענינים העומדים על הפרק אין די אידישע גאס, ועוד. אבער ס'איז געווען דרגות אין דעם. למשל דער המגיד איז געווען "רעכטער" געשטימט פון המליץ. מ'זעט גאנץ אפט אפילו רבנים פובליצירען מאמרים אדער בריוון. די משכילישע אגענדע איז געווען בעסער פארשלייערט. אלכסנדר צעדערבוים'ס המליץ, הגם עס האט אויך אפט מאמרים פון רבנים און פרומע, איז געווען מער ראדיקאל אין אנטי רבני'ש. דער הצפירה פון חיים זעליג סלאנימסקי האט אין צוגאב אויך געלייגט א דגוש אויף עדזשוקעיטן די מאסן אין וויסענשאפטליכע ענינים. די צייטונגען זענען געווען די וועלכע האבן מיט דער צייט געעפנט דעם קאמף פאר ציונות און עס געהאלפן מפיץ זיין צווישן דעם עולם.
אין די סוף תרל'ס זענען די פרומע ארטאדאקסען ארויסגעקומען מיט א צייטונג "מחזיקי הדת" אדער "קול מחזיקי הדת" (פאר א צייט זענען ביידע צייטונגען ערשינען פאראלעל, אבער דערנאך בלויז אלס איין צייטונג). די צייטונג, וועלכע איז געווען באזירט אין לעמבערג, האט שטאלץ פראקלאמירט אז זי איז געגרינדעט געווארן דורך ר' שמעון סופר פון קראקע. (עס איז אויך אנגענומען אז ר' יושע'לע בעלזער איז געווען א מייסד, הגם די צייטונג זעלבסט דאכט זיך רעדט נישט דערפון.) מחזיקי הדת האט געפירט א מלחמה כבידה קעגען השכלה, ציונות, און אלע אנדערע מרעין בישין וועלכע ארטאדאקסיע האט געזען פאר נויטיג צו באקעמפען. מיט דעם אלעם איז זייער אינטערעסאנט ווי ווייט מער "אפן" די צייטונג איז אין א סאך ענינים. טייל נייעס און אפילו דברי פולמוס נגד מתנגדיהם וואלט היינט א היימישער צייטונג קיינמאל נישט אזוי בולט אראפגעלייגט.
ביים סוף פונעם ניינצענטן יארהונדערט איז אידישקייט אין פוילן און רוסלאנד געווען אין א טיפן און שנעלן בארג אראפ. די סיבות זענען פארשידענארטיג, און ס'איז נישט דא אין פלאץ אריין צו גיין אין אן אריכות. אידן זענען פשוט מיד געווארן צו שלעפן דעם עול התורה ועול הגלות. אין די גרעסטע אידישע שטאט, ווארשע, האט אין די תר"ע'ס אנגעהויבן ארויסצוקומען אידישע צייטונגען, די גרעסטע זענען געווען "דער היינט" און "דער מאמענט." אט די צייטונגען האבן שוין געקעיטערט פאר א מישמאש פון סתם פראסטע עמך-אידן און אידן פורקי עול למחצה לשליש ולרביע. עס איז טראגי-קאמיש צו בעאבאכטן ווי די אידן זענען ביזי געווען מיט זייערע וויכטיגע און נישט-אזוי-וויכטיגע עסקים אן קיין אנונג אז זייער גאנץ וועלטל שטייט על עברי פי פחת.
מ'ליינט אין אט די אלע צייטונגען, וועלכע זענען ערשינען במשך כמעט אכציג יאר, די trials and tribulations פון דורות אידן וועלכע האבן געסטראגלט מיט א רייע מיט אישוס, אבער האבן פרובירט יעדער לויט זיין וועג צו טרעפן זיין פלאץ אין א וועלט וועלכעס האט נישט גערן אפגעטרעטן א פלאץ פאר דעם פאריאגטן פארוואגלטן איד. זאלן מיינע ציטאטן דינען ווי א שטיקל אזכרה פאר אט די אידן.

קול מחזיקי הדת
ר"ח שבט תרמ"ו
א באריכט איבער א אידיש מיידל וועלכע האט זיך פארליבט אין א גוי, און ווען די עלטערן האבן איר נישט ערלויבט הייראטן דעם גוי האט זי זיך "אנגעטון א מעשה." די עלטערן זאלן האבן מצדיק געווען דעם דין, נעמליך ווייל זיי האבן ערלויבט די טאכטער טועם צו זיין פונעם עץ הדעת. דאס איז א טיפישע פאלעמישע נייעס באריכט, אנצוצייגעגען די סכנה פון השכלה, אבער עס גלייבט שווער אז א היינטיגע חרדישע צייטונג וואלט אזא מעשה באריכטעט.

י"ב אדר תרמ"ח
אין יענע צייטן האט די רעגירונג ארויס געגעבען א פארארדענונג אז מ'דארף באגראבן אין א גענצליך פארמאכטן ארון (היינט איז דער ארון אויך פארמאכט, נאר מ'נעמט ארויס דעם אונטערשטן ברעט). רוב רבנים האבן נישט געוואלט קאמפראמייסן. איין דיין וועלכער האט יא געוואלט מתיר זיין, באקומט דא זיין פסוק פאר די חוצפה.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
זייער שיין, א דאנק, לבונה.
וואס איז פשט אז די מחזיקי הדת צייטונגען זענען ערשינען אין לשה"ק? האבן זיי נישט געוואלט אז די פרויען און קינדער און די פשוט'ערע עין-יעקב אידן זאלן פארשטיין?
און אפשר אז מ'רעדט שוין קען מען שוין עקספלעינען דעם ענין פון א פארמאכטן ארון? כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, פאארוואס זאל די רעגירונג זיך אריינמישן אין אזא געשעפט, וואס גייט זיי אן?

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל
קול מחזיקי הדת
כ"ו אדר תרמ"ח
א גרופע מערדער, צווישן זיי דריי אידן, האבן גע'הרג'ט א איד, יאנטל כהנא פון אינטערדאם (דאס איז לכאורה די שטאט נעבען נאסויד ווי נאסוידער רב איז געווען דארט אויך רב). באריכטעט ווי אזוי מ'האט זיי געכאפט און געברענגט צו משפט. בכלל אין די צייטונגען זעט מען גאנץ אפט פעלער פון אידן דורכפירן גזילות און רציחות. דאס איז אויך א באריכט וועלכעס איך גלויב שווער אז א היינטיגע חרדישע צייטונג וואלט באריכטעט.

י"ט אדר ב תרמ"ט
א בלוט בילבול וואס אן אלטע קריסטין האט פרובירט צו מאכן אין די אונגארישע שטאט טאקאי. בכלל איז אזעלכע קליינע "לאקאלע" בלוט-בילבולים געעווען גאנץ אן אפטע ערשיינונג. אונז זעמיר באקאנט מיט די גרויסע ווי טיסא עסלאר (וועלכעס איז פארגעקומען בלויז עטליכע יאר פאר דעם באריכט), משפט בייליס. די רעגירונג פלעגט אבער כמעט אלץ ארויסווארפן די קלאגעס. ס'איז בעיקר געווען א פחד צוליבן לאקאלן המון.

- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
שמעקעדיג, צייטונגען זענען אלעמאל געווען אין א העכער שפראך, וואס דער פראסטער המון עם האט נישט געהעריג פארשטאנען. געלער זשורנאליזם, האט אנגעהויבן צו קעיטערן פארן סתם עמך, שרייבנדיג פשוט'ע פיקאנטע מעשה'לעך און פאסירונגען, די נייעס פארציילט מער פשוט'ער און נישט אזוי פראפעסיאנאל. אלע פריערדיגע צייטונגען ביי אידן זענען געווען לשון קודש. ביז ארום תר"מ-נ.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל
קול מחזיקי הדת
י"ט תמוז תרמ"ח
א איד זוכט דעם פארלוירענעם זון זיינער.
א פרוי אן עגונה זוכט איר פארשווינדענעם מאן: דוד קעניגסבערג, א בלאנדער, מיט צוויי גרויסע ציין, בערך דרייסיג יאר (אין רוב אזעלכע זוכענישן שטייט נאר דער יארגאנג אלס בערך. זעט אוי אז די פרוי אליינס האט נישט געהאט איר מאנ'ס פונקטליכע יארגאנג.) מ'טרעפט אפט אזעלכע מודעות אין צייטונגען פון יענע תקופה.
י"ט תמוז תרמ"ח
א איד זוכט דעם פארלוירענעם זון זיינער.
א פרוי אן עגונה זוכט איר פארשווינדענעם מאן: דוד קעניגסבערג, א בלאנדער, מיט צוויי גרויסע ציין, בערך דרייסיג יאר (אין רוב אזעלכע זוכענישן שטייט נאר דער יארגאנג אלס בערך. זעט אוי אז די פרוי אליינס האט נישט געהאט איר מאנ'ס פונקטליכע יארגאנג.) מ'טרעפט אפט אזעלכע מודעות אין צייטונגען פון יענע תקופה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
לבונה, זייער א גוטע איידיע, נאך איינער צוויי ברויכן עפענען אזוינע אשכולות, (יאנקל האט אויך עפעס אזא אשכול) אפשר וועט די הנהלה מסכים זיין צו מאכן א עקסטערן פארום פאר די סארט אקטיוויטי. זעה נאר צו אפדעיטן אפטער ווי איך...
דער מחזיקי מיטן קול מחזיקי האבן זיך שוין געענדיגט ארום רייסן? איך האב עס אביסל אנגעהויבן ליינען (עס איז דא היינט אגב, אפגעדרוקט אין א ספעציעל ספר וואס איז לעצטנס ערשינען) אבער די כסדר'דיגע קעגנזייטיגע אטאקעס פון די צוויי צייטונגען (וואס האבן גראדע פארנומעןרוב פון די געציילטע זייטן פון א גליון) האבן מיר שיער געמאכט ברעכן, און כ'האב באשלאסן זיי צו לאזן זיך אויסקריגן צווישן זיך, איך ברויך נישט זיין פארמישט דערין.
איך בין שוין לאנג נייגעריג די היקף און די השפעה פון דעם צייטונג, אפשר באשרייבסטו עס אביסל. ווער און ווי גרויס איז געווען זייער קלייענטעל, וועלכע געגנט בעיקר האט עס גע'סערווד, האט דאס געהייסן פרעסטיזשפול, וואס זעהט מען אין אנדערע צייטונגען פון יענע תקופה די התייחסות צו דעם צייטונג, א.א.וו.
די סיבה ער קען שרייבן ברייטער ווי די היינטיגע צייטונגען, איז פשוט ווייל ער איז אויף לשון קודש און סערווירט נישט סתם דעם המון עם נאר די מבינים.
דער מחזיקי מיטן קול מחזיקי האבן זיך שוין געענדיגט ארום רייסן? איך האב עס אביסל אנגעהויבן ליינען (עס איז דא היינט אגב, אפגעדרוקט אין א ספעציעל ספר וואס איז לעצטנס ערשינען) אבער די כסדר'דיגע קעגנזייטיגע אטאקעס פון די צוויי צייטונגען (וואס האבן גראדע פארנומעןרוב פון די געציילטע זייטן פון א גליון) האבן מיר שיער געמאכט ברעכן, און כ'האב באשלאסן זיי צו לאזן זיך אויסקריגן צווישן זיך, איך ברויך נישט זיין פארמישט דערין.
איך בין שוין לאנג נייגעריג די היקף און די השפעה פון דעם צייטונג, אפשר באשרייבסטו עס אביסל. ווער און ווי גרויס איז געווען זייער קלייענטעל, וועלכע געגנט בעיקר האט עס גע'סערווד, האט דאס געהייסן פרעסטיזשפול, וואס זעהט מען אין אנדערע צייטונגען פון יענע תקופה די התייחסות צו דעם צייטונג, א.א.וו.
די סיבה ער קען שרייבן ברייטער ווי די היינטיגע צייטונגען, איז פשוט ווייל ער איז אויף לשון קודש און סערווירט נישט סתם דעם המון עם נאר די מבינים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל
קול מחזיקי הדת
כ"ג כסליו תרמ"ח
ר' הלל קאלאמאיער נעמט אראפ זיין הכשר פון א ציקאריע פאבריק. ציקאריע, וועלכעס איז א ביליגע ערזאץ פאר קאווע, איז געווען א שטארט קאנטראווערסיאלער הכשר. יארן לאנג זענען געפלויגן התירים און איסורים פון אלע גרויסע רבנים. דער קאמף היינט איבער אריזאנע ווייץ איז א קינדער שפיל דערגעגן.