ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
פארשפארט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

משה געציל האט געשריבן:נאכקוקען מתיבתא צו פארשטיין ארטסקרול?! עס הערט זיך ווי נאכקוקען אין עטרת מחזור צו פארשטיין מחזור המפורש...
אמת'דיג גערעדט, דאכט זיך אז ארטסקרול איז פיל מער צום פינטל און קלארער ווי מתיבתא, עכ"פ מה שנוגע לחלק הפשט.

אז דו וועסט לערנען מס' שבת מיט ארטסקרול וועסטו גוט פארשטיין וואס איך מיין
איך וויל וויסן אויב עירובין איז אויך אזא שוואכע ארבעט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:!!WOW
איך מוז עס זעהן! פארוואס איז עס נישט דא צובאקומען איבעראל?
איז מען דערקעגן?

אין וויליאמ-פעסט זאלסטו עס נישט זוכן. א יעדע גוטע און ניצליכע זאך טאר מען דארט נישט פארקויפן. ס'איז בבל יראה ובל ימצא. די יושבי חושך וועלן אייביג טרעפן עפעס א פסול...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:אלץ א שטארקע סאטמארע קנאי, נוץ איך נישט קיין זאכן וואס זענען געמאכט אין ארץ ישראל. און דערפאר קען איך נישט לערנען אין מתיבתא עוז והדר וואס ווערט געדרוקט אין ארץ ישראל, משא"כ ארטסקרול וואס ווערט געדרוקט אין אמעריקא...
ערנסט גערעדט. די מעלה פון ארטסקרול איז אז זיי זענען דא ארויס צו העלפן דעם לומד, און נישט סתם צו ווארפן בקיאות. זיי פארלייגן זיך אויף די קשיות וואס וועט שווער ווערן פאר א לומד בינוני בשעת'ן לערנען, און דאס פארענטפערן זיי אינעם פירוש בקיצור נמרץ, אבער בטוב טעם ודעת.

ר' ברסלבר. היות איך בין אויכעט אזא שטארקער קנקאי ווי דו בין איך מוחה אויף דעים וואס דו זאגסט אז די ארטסקרול גמרות זענען כשר און מותר לבוא בקהל. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. דאס איז עכט אפיקורסות. ווייל די פארדארבענע יונגען וועלכע זיצן (אפשר שטייען זיי.) אין דעם מושב לצים וציונים וואס הייסט ארטסקרול זענען קרוב צום דף היומי, ר"ל. זיי זענען גורם אז מער און מער ציונים זאלן אריינקוקן אין די "גמרות". חוץ פון דעים. די רבי זי"ע האט נישט אריינגעלאזט אין זיין ביהמ"ד קיין ארטסקרול "גמרות"....איינמאל האטזיך געמאכט אז עפעס א ציוני האט בטעות אריינגעברענגט אזא "גמרא" האט די רבי זי"ע געהייסן פאר יאסל אשכנזי ער זאל עס ארויסטראגן אין פאליש. נאכדעים האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה...!

נ.ב.: תוס' פרעיגט שוין א קשיא. אז אין די צייטן פון רבי'ן זי"ע איז נאכנישט געוועין קיין "ארטסקרול"? דף היומי איז אבער שוין ליידער יא געוועין...!
פארשפארט