דער סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן באריכות אבער איבער האלב פון דיינע פראבלעמן טרעפט מען בעיקר אצל הכת דמתקריא סאטמאר.

You cant have the cake and eat it too!!
קענסט נישט יענעם באשילדיגען אין עפעס און "נישט קענען שרייבען באריכות". אז די קענסט נישט מסביר זיין - שרייב נישט!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

60 פראצענט פון דעם איז נישט דא אין גור, באבוב, פאפא, אדער יעדע אנדערע חסידות???
די לעבסט אין אזא דינייעל אז עס מורא׳דיג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראשעקאל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן באריכות אבער איבער האלב פון דיינע פראבלעמן טרעפט מען בעיקר אצל הכת דמתקריא סאטמאר.

You cant have the cake and eat it too!!
קענסט נישט יענעם באשילדיגען אין עפעס און "נישט קענען שרייבען באריכות". אז די קענסט נישט מסביר זיין - שרייב נישט!!


יפה אמרת!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אוי וואס איז די פראבלעם מיט די סיסטעם?? וואס איז נישט????????

1. בחורים ווערן נישט אנגענומען אין ישיבות..
2. ווען האט מען געלערנט לעצטענס מאהל אין חדר אדער אין שולע אז דער אייבערשטער האט אונז ליב..
3. פארוואס ווען מיין בחור׳ל קומט אין ישיבה 10 מינוט שפעט אדער סיי וואס ער טוט נאר קנס׳ע אים מיט 10 דאלער..
4. ווען האט מען געלערנט דאס לעצטענס מאהל דיין אינגל סעיפטי אין די גאסן?? ..
5. ווען יעדע חסידות האט 4 מיט וועם זיי האבן אן אפענע קריג, און 9 וועם זיי האבן חשבונות..
6. פארוואס קענען נישט די קינדער א חילוק פון א מנהג ביז צו א סימן שולחן ערוך??? ..
7. פארוואס ווען דו זעהסט א קול קורא ווייסטו גראד אז עס א איסור, חרם, או קונם???? ..
8. פארוואס זענען רוב רבנים אדער ראשי הישיבה נישט די בעסטע מיט זייערע קינדער אדער משפחה??? ..
9. פארוואס האבן רבנים געקענט אמאל ארבעטן אין געהעריגע פרנסות און פסק׳נען שאלות אין די זייט און העלפן כלל ישראל..
10. פארוואס ווען א רב קומט צו א חתונה און ער באקומט נישט א ברכה אינטערן חופה ווערט ער טויט באליידיגט?? ..
11. פארוואס פארציילט מיר מיין ברודער שבת חנוכה אז זיין רבי האט אן אינטערעסאנטע מנהג, ..
12. פארוואס נאר ווען עס ווערט א שטינק אין די גאס, וועקן זיך אויף די רבנים?? ..
13. פארוואס ווייסן אלע מנהלי המוסדות ונשיאהן פון יעדע סימן אין שולחן ערוך חוץ פון חושן משפט????? ..

איך קען גיין און גיין אזוי פאר בלעטער און בלעטער. אבער ווער בין איך א קליינע ממי שאמרו וואס וויל פארשטיין בעסער פון די אלע רבנים און עסקנים (בדרך אגב, וואס דארף מען זיך לערנען צו זיין אן עסקן???).
החותם בכאב;
ממי שאמרו

כ'האב יעצט געליינט דיין געוואלדיגע תגובה, דו שרייבטס דאך אזוי גוט און צו די זאך, עס איז נאר א שאד אז דו האסט אלעס אריינגעריקט אין איין שטיקל, איך וואלט דיר גע'לייק'ט פאר יעדע פאראגראף באזונדער.
זאל דער פון אויבן זיך שוין מרחם זיין אויף אידישע קינדער און שיקן דעם גואל צדק במהרה דידן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

ממי שאמרו דריי דיך ארום
דא האסטו א גוטן קלאפ אין די פלייצע בראווא! ביסט א חברה מאן !
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

ממי שאמור דיך גייט מען נישט שיקן אין חלקת הרבנים, לאמיר דיר מסביר זיין פארוואס,
ר' יעקלי מפשעווארסק פלעגט זאגן, אז וואס גייט זיין, זיין גיהנום, אז ער וועט זיצן לעבן א ליטווישער איד'ל, און ער וועט יענעם פארציילען מעשיות פון צדיקים, תלמידי בעל שם, און יענער וועט וועלן אים זאגן א חפצא א גברא א חילוק אין א יסוד פון ר' חיים און ביידע וועלן האבן דעם גיהנום.

יעצט טו דיין אויער צו לייגן,
וועל איך דיר די רבי'ס גיהנום צייגן,

די רבי'ס וועלן האבן א גיהנום ווי מען וועט,
אריינקומען און קיינער וועט נישט שישקען,
מען וועט נישט אנגרייטן א בענקל ווי א בעט,
אים זיצן לעבן ברודער ס'וועט זיך ביידע דרייען די קישקען.

דערנאך פון גן עדן אריינהערן מען טוט,
ר' בערל בעל הבית מכובד מיט א ברכה,
דערשמייכל וואס פלעגט דעם רבין קאכן דאס בלוט,
ווען דער רבי פלעגט זיך דרייען ערנסט בעמק הבכא.

דאן וועט מען הערן ווי די עמך-אידן די שטירן ,
האבן זיך מוחל געווען אלפים ורבבות,
די עיקר קיין מחלוקה נישט פראדאצירן,
און ווי ביי זיי בחלקת הרבנים חפצו קרבות,
פאר א פחות משוה פרוטה מלהיב מחלוקת נלהבות,

מען וועט זיצן שעות און טעג
און זיך אויפהייבן נאר ווען מען מעג,
אנשטאט די גבאים- די מלאכי חבלה,
מאכן סדר עס זאל נישט ווערן קיין בהלה,
מען וועט נישט קענען שפרייזן און רייטן,
און איגנארירן די פערדן פון די זייטן,
בלויז פאר דעם עושר דעם נואף,
דעם קאפ געבן א הייב אויף.

עוד חזון למועד
אבער ממי שאמרו איך מיין אז דיין גיהנום וועט דאס זיכער נישט זיין
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נחמתנו בני נחמתנו. יעצט דארף מען פארעכטן די אלע געוואלדיגע פראבלעמען וואס אונזער סיסטעם האט.

איך מיין אז זייער גיהנום וועט זיין זיצן נעבן מיר...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב, אז מ'רעדט שוין יא פון ארבעטן, איך האב אינדערפרי געלערנט זייער אן אינטערעסאנטע זאך. די גמרא אין מסכת שבת (יט.) שרייבט אז א מענטש זאל נישט ארויספארן דריי טעג פאר שבת אויף א שיף נאר לדבר מצוה. שרייבט דערויף דער מרדכי בשם רבינו תם אז ארבעטן איז א מצוה, דעריבער אויב פארט מען ארויס צוליב אן ארבעט, מעג מען. ווייל עס איז א מצוה צו ארבעטן!!!!

אבער וואס האט שוין פארשטאנען רבינו תם? סתם א בנש"ק און וויין סוחר פון פראנקרייך, ער זאל אונז איינטיילן צו אונזערע חשובע אינגעלייט וועלכע פאקן אים איין 20 מאהל, זיי זאלן גיין ארבעטן. זלמן לייב פילאף גייט שוין ארויסקומען קעגן עפעס א נייע מאדערענע ספר מיט'ן נאמען מרדכי וועלכע וויל אריינברענגען ווילד פרעמדע השקפות אשר לא יודעים אבותינו.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ר' זלמן לייב פילאף
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

הרב מי שאמרו די האסטו א ראי' פון אפאר בלעטער פריער. מסכת שבת דף י''ב ע''א וכן היה רשב"א אומר משום רשב"ג אין משדכין את התינוקות לארס ולא את התינוק ללמדו ספר וללמדו אומנות ואין מנחמין אבלים ואין מבקרין חולין בשבת דברי בית שמאי וב"ה מתירין:
רש''י ד''ה וב"ה מתירין. דקא סברי חפצך ולא חפצי שמים:
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

דאס פאלגענדע ארטיקל האב איך גענומען פונעם בלאג "א וועלט מיט וועלטעלעך"
דער סיסטעם -- א פערספעקטיוו
פאראן ווייניג באגריפן אין אונזער טעפל וואס ברענגט אויף אזויפיל ליידנשאפט און א געמיש פון געפילן מקצה אל הקצה ווי "סיסטעם". "דער סיסטעם" מיינט געווענליך דעם כלל-כולו לעבנסשטייגער פון חסידים און חסידישע אידן. עס נעמט אריין אונזערע בתי חינוך, מהלך החיים, מהלך המחשבה, התנהגות, געשמאקן, וועלט-אויסקוק וכו' וכו' -- א וכולהו אויפ'ן וכולהו. "סיסטעם" אין דעם קאנטעקסט איז אזוי ברייט, טיף, און ארומנעמיג, אז ס'איז כמעט אוממעגליך צו געהעריג דעפינירן.

אינעם "סיסטעם" לעבן טויזנטער מענטשן -- אלערליי מענטשן, מיט אלערליי נויגונגען, געדאנקענגענג, מאס פרומקייט אא"וו. דער סיסטעם האט זיך אנטוויקלט אין די יארן נאך דער לעצטער וועלט-קריג, דורך די גאר פרומע אידן וואס האבן געוואלט פארזעצן מיט א גאר-פרומען מהלך החיים. אין משך פון דער צייט האט דער סיסטעם זיך אנטוויקלט און צעצווייגט.

דער סיסטעם האט אויפגעהאדעוועט נייע דורות -- טויזנטער מענטשן, קינדער און אייניקלעך פון די יסודי ומייסדי הסיסטעם. די נייע דורות זענען נישט באשטאנען פון מענטשן וואס האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אינעם סיסטעם, נאר פון אזעלכע וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין די גרעניצן פון דעם סיסטעם. ווען די דאזיגע סיסטעם-געבוירענע מענטשן זענען אונטערגעוואקסן און אנגעהויבן קוקן און טראכטן, האבן זיי זיך צומאל געפונען אין א מצב וואס איז זיי נישט געפעלן געווארן. זיי האבן געהאלטן -- זיי האלטן -- אז ווי ערוואקסענע און יחידים האבן זיי א רעכט צו אליין טראכטן און באשליסן וואס צו טאן מיט זייער לעבן.

פון דא און ווייטער, צעטיילן זיך די דאזיגע סיסטעם-קריטיקירנדע מענטשן אין עטליכע קאטעגאריעס. אבער די חילוקים זענען נישט נוגע צו דער טעמע. איך וויל זיך בעיקר אפשטעלן אויפ'ן חלק הנוגע למעשה. דער חלק הטעאריע -- וואס איז נישט גוט, פארוואס ס'איז נישט גוט, וואס מען וואלט געדארפט טאן, וויאזוי דאס אויסצופירן -- קענען זיין געשמאקע שמועס-טעמעס. איך וויל יעצט פרואווען בלייבן פאקוסירט אויף וויאזוי צו גיין פון דא און ווייטער, דהיינו, נאך דעם וואס דער סיסטעם איז שוין יא דא און מיר זענען דערינען.

די ערשטע זאך וואס איך פרואוו זיך האלטן פאר די אויגן ביים אנאליזירן דעם סיסטעם איז, אז אפילו אלע נעגאטיווע זאכן וואס ווערן צו אים צוגעשריבן זאלן זיין אינגאנצן אמת, איז נישטא אויף וועמען צו זיין ברוגז. דער סיסטעם האט זיך אנוויקלט און אנטוויקלט זיך ווייטער לויט די אומשטענדן, געשעענישן, און מענטשן וואס וואוינען אין אים. דער סיסטעם איז נישט אנטשטאנען פון איין יחיד אדער גרופע פון יחידים וואס האט זיך אוועקגעזעצט פארשרייבן א בלו-פרינט וואס איז דערנאך אויסגעפאלגט געווארן. דער סיסטעם, ווי יעדער סיסטעם, האלט אין איין זיך טוישן. די שינויים געשעען שטיל, פאמעליך, ריקן זיך אריין כמעט אומבאמערקט. אבער אויב קריכט מען ארויס, אזוי צו זאגן, פונעם יעצט, און מען באטראכט דעם "ביג פיקטשור", זעט מען עס קלאר.

אויב דער סיסטעם איז א פועל יוצא פון, לאמיר עס אנרופן, סאציאלער עוואלוציע, בלייבט נישט איבער אויף וועמען זיך צו בייזערן, אויסער אויפ'ן עצם פראצעס. זיך ברוגז'ן אויף א פראצעס האט דאך אבער נישט קיין פשט. איז די ערשטע זאך, אפילו אויב מען איז פארווייטאגט, זאל מען נישט לאזן די ווייטאג זיך פארוואנדלען אין א כעס, ווייל דעמאלט ווערט דער פאָקוס צעשווימען.

נאך דארף מען געדענקען, אז די עלטערן און משפחה, וואס "שטייען אין וועג" פונעם מענטש צו טאן וואס ער האלט פאר ריכטיג, זענען אויך טייל פונעם זעלבן סיסטעם. איז, אפילו יענע זאלן זיין 100 פראצענט אומגערעכט מיט'ן נישט פארשטיין א משפחה-מיטגליד וואס וויל לעבן אנדערש ווי ער איז אויפגעברענגט געווארן, זענען זיי, נאך אלעם, פראדוקטן פון א סיסטעם וואס זיי האבן נישט געשאפן. דער זעלבער סיסטעם האט זיי אויסגעשטעלט אנצוקוקן די וועלט און דאס לעבן מיט א געוויסן בליק; און דער זעלבער סיסטעם האט זיי פראגראמירט צו טראכטן און זיך אויפפירן וויאזוי זיי טראכטן און פירן זיך אויף. (היפאקריטן, שלעכטע מענטשן, "קאנטראל פריקס" זענען אויך פאראן איבעראל בשפע ובהרחבה.)

במילא, אפילו מיר זאלן אננעמען אז זיי זענען נישט גערעכט, איז ריכטיגער זיי אנצוקוקן ווי קאלעגע-קרבנות -- אדער ווי מענטשן מיט גוטע און שלעכטע נטיות, ווי זיי וואלטן געווען סיי וואו -- איידער טייל פון דער פראבלעם.

בנוגע סיסטעם ווי א קאנצעפט, דארף מען אין אכט נעמען אז די וועלט באשטייט פון א סך קליינע סיסטעמס. כמעט יעדע געזעלשאפט לעבט און פונקציאנירט אויפ'ן דיקטאט פון געזעצן און נארמעס. אין יעדער קולטור זענען פאראן זאכן וואס זענען אומאקצעפטירבאר. יעדעס לאנד האט די מושגים פון גוט און שלעכט. כמעט יעדער מענטש האט פאר זיך רויטע ליניעס, וואס אויב זאל ער זיי איבערטרעטן וועט ער זיך טרעפן "אויף צרות". אין א סיסטעם וואו דער יחיד באקומט מער פרייהייט און ברייטערע ברירות, איז די ערווארטונג אויך העכער און ברייטער. אנטוישונג, ובכן, קומט אויך אפטער, שנעלער, און שארפער. אין יעדער געזעלשאפט זענען פאראן גרעניצן, וואס אויב וואגסטו זיי איבערטרעטן, וועלן די ארומיגע דעם איבערטרעטער אויסשפייען.

איז, סיסטעם כשלעצמו איז נישט קיין עקסקלוסיווע דערשיינונג דווקא ביי אונז. סיסטעם איז נישט גוט אדער שלעכט. ס'איז א פאקט פון לעבן. כך הוא דרכו של עולם.

לאמיר יעצט רעדן פון אונזער סיסטעם. ס'איז קלאר אז אונזער סיסטעם האט פעלערס. פארוואס איז עס קלאר? ווייל יעדער סיסטעם, ווי גוט ער זאל נאר זיין, איז געפלאגט פון חסרונות. מיר זעען דאך אויך אז עס זענען ביי אונז פאראן אזעלכע, פאר וועמען דער סיסטעם ארבעט נישט. למעשה אבער קען מען זאגן אז דער סיסטעם ארבעט יא פאר'ן רוב. וויבאלד א סיסטעם איז בהכרח געצילט אויפ'ן כלל, לאזט זיך זאגן אז דער סיסטעם ארבעט.

עס זענען פאראן די פאר וועמען דער סיסטעם ארבעט נישט. עס זענען פאראן אזעלכע וואס קענען באצייכנט ווערן אפילו ווי קרבנות פונעם סיסטעם. אבער, ווידעראמאל, אזעלכע זענען פאראן איבעראל. ס'איז נאכנישט באשאפן געווארן דער סיסטעם וואס איז פולשטענדיג גוט און פריי פון פראבלעמען. מיר האבן אונזערע, אנדערע האבן זייערע. אלץ און איבעראל באשטייט פון א געמיש פון פרייד און טרויער, הרחבה און אנגסט, ליבע און שנאה, גליקליך און שרעקליך. די פרטים פון לעבן נעמען אן פארשידענע פארמען און דריקן זיך אויס אויף אנדערע וועגן. די סך-הכל באלאנץ איז אבער אייביג און איבעראל א קוגל פון ביידן.

במילא איז דער פאקט וואס דער סיסטעם פונקציאנירט נישט מיט א פולשטענדיגן שלימות נישט קיין סיבה פון אים אוועקצונעמען דעם זכות קיום.

די יחידים וואס שטויסן צוליב פיין און ליידן וואס זיי גייען דורך אינעם און פונעם סיסטעם קען מען נישט דן זיין. אין רוב פעלער איז זיי באמת ענג. אפגעזען וואס דער גורם זאל נישט זיין, טוט זיי עפעס וויי, און אויב ס'טוט וויי, שרייט מען. אויב שרייען איז נישט קיין אפציע, ווייל דאס עצם שרייען איז ביי אונז אפגעפרעגט, שטויסט מען. אויב עפעס טוט וויי און דאס געשריי ווערט דערשטיקט, וועט די ווייטאג געפינען אן אנדערן אופן וויאזוי ארויסצוקומען.

איך פרואוו די דאזיגע יחידים נישט דן זיין, און אויב דער דאזיגער יחיד איז מיר א באקאנטער, א גוטער פריינט, פרוביר איך אים פארשטיין אויך. איך רעד אבער יעצט נישט פון דעם מיעוט, נאר דעם סיסטעם און דעם כלל.

יא און נאכאמאל יא, דער סיסטעם איז נישט ריין פון פראבלעמען און קען דערהייבן תיקונים. דאס איז קלאר. מצד השני, אבער, אז מיר וועלן אריינקוקן אינעם עבר וועלן מיר זען אז עס זענען אייביג געווען אזעלכע וואס זענען "ארויסגעפאלן", וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם. "ארויסגעפאלן" צי "אוועקגעגאנגען" האט אין יעדן פלאץ און תקופה אנגענומען אן אנדער פארעם -- שמד, אידאלאגיע אא"וו; אבער געגאנגען איז מען אייביג.

דאס זאגט אונז, אז דער סיסטעם-אנטלויף פענאמען האט נישט מיט אונז יעצט דא, ווייל ס'איז אייביג געווען. ס'איז אייביג געווען ביי אונז און ביי אלע אנדערע סיסטעמס. איבעראל זענען פאראן אזעלכע וואס זענען נישט צופרידן און ווילן גיין.

איז, יא, מען קען און מען מעג מתקן זיין, ווייל בעסער שאדט קיינמאל נישט. אבער צו זאגן אז "סיסטעם" איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטלויפערס, איז נישט דער שכל'דיגסטער ארגומענט.

יעצט, א ווארט צו די, וואס טראכטן מער-ווייניגער ווי איך.

איך בין דא, בתוך עמי ובתוך סיסטעמתי. דאס איז מיין הויז. דא וואוין איך. דא לעב איך. דא לאַך איך, דא וויין איך. דא טאנץ איך, דא בין איך פרייליך, אומעטיג, אויפגעלייגט, טרויעריג. דא שפיל איך זיך. דא עס איך. דא בין איך געבוירן און דא וועל איך שטארבן. דא ווייסט מען פון מיר, דא וועט מען מיך געדענקען. דא וועט אמאל זיין א פיצל קינד וואס וועט טראגן מיין נאמען.

איך וויל נישט זען מיין הויז חרוב, אפילו אויב עס איז נישט מלא חן, אפילו אויב נישט אלעס געפעלט מיר, אפילו איך וואלט געקענט באשטיין אז פארשידענע זאכן זאלן זיין אביסל אנדערש. איך האב ליב דעם סיסטעם, פונקט ווי איך האב נאטירליך ליב אלץ וואס איז מיינס.

איך וואלט זייער געוואלט אז מיין הויז זאל זיין פערפעקט, אז אלעס מיט און אין אים זאל קלאפן אויף פולע הונדערט פראצענט. אבער איך האב עס ליב אפילו מיט די חסרונות, פונקט ווי כ'האב זיך אליין ליב, מיט מיינע חסרונות. כ'האב אויך ליב מיין משפחה, הגם ווי מענטשן האבן זיי חסרונות. כ'האב ליב מיינע חברים, הגם זיי האבן חסרונות, נישט ווייניגער און נישט קלענערע ווי דעם סיסטעם.

ווען א סיסטעם שטייט שטארק אויף פעסטע יסודות קען מען זיך ערלויבן אים צו שטופן און שטויסן. למעשה הענגט דער סיסטעם -- אוקעי, נישט אויף א האר, אבער יא אויף א שטריק. ער איז נישט דער מעכטיגער, אומרירבארער, אומבאזיגבארער ריז וואס ער איז אמאל געווען. ער הענגט אויף א שטריק, לאז זיין א דיקן. ווערט ער אבער אלץ שווערער, און די וואס האלטן אים אונטער ווערן אלץ שוואכער.

ארונטעררייסן מיט נעגאטיווע סענטימענטן שעדיגט אים מער ווי מיר ווילן. שטויסן שטעלט זיין קיום אין געפאר. אמאל האט מען זיך געקענט מער ערלויבן, ווייל ער איז געווען שטארקער און געקענט מער פארנעמען. היינט איז ער א קרעכצנדער זקן. קלעפ און העק שטעלן זיין לעבן אין סכנה.

דער סיסטעם וועט בלייבן, לכאורה. אזוי איז אייביג געווען. מיר וועלן זען מער מענטשן אים איבערלאזן; איבערקריכן די צוים וועט אין דער צוקונפט לכאורה ווערן אן אפטערע ערשיינונג. ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז עס וועט קומען צו א מצב, ווען יעדער יחיד וועט פאר זיך האבן צוויי אייניגע ברירות פון בלייבן אדער גיין. עס קען זיין אז דער סיסטעם וועט זיך ווייטער אנטוויקלען, אזוי ווי ער האט געטאן ביז היינט, און מיר וועלן זיך טרעפן מיט אנדערע דינאמיקס.

אלעס קען זיין און גארנישט ליגט, באמת, ביי קיינעם אין די הענט. מיין שכל זאגט אבער אז דער בעסטער מהלך איז צו אקצעפטירן דעם סיסטעם ווי ער איז, און פרובירן זיך מאכן באקוועם אין זיינע גרעניצן. אויב באזייטיגט מען די רוגזה, די באשולדיגונגען, און מען זעצט זיך אוועק טראכטן תכלית וואס מען וויל, וואס איז מיר נישט גוט, וויאזוי וואלט מיר געווען בעסער, קען מען געפינען א וועג אין לעבן אן פיין און אנגסט, אן וויי טאן זיך און אנדערע.

איך ווייס אז מיין הנחה וועט צו א סך נישט קלינגען צו איבערצייגעוודיג. איך פארשטיי אויך אז וואס איך זאג איז ווייט נישט פריי פון לאגישע לעכער. מען קען פונקט אזוי מאכן א קעיס אויף פארקערט. איך אליין קען עס באווייזן; כ'בין זיכער, אז אנדערע קענען עס טאן נאך בעסער. אייגנטליך, מען קען אויף יעדער זאך מאכן א קעיס לכאן ולכאן, אייביג און איבעראל. אלא וואס יא, איך האב געפרואווט טיילן מיין פערספעקטיוו, און איך האף, אז מענטשן וואס טראכטן ווי איך און פלאנירן נישט קיין דראסטישע שריט, וועלן אין דעם פאסט געפינען עפעס, וואס וועט ביי זייער הארץ און מוח נושא-חן זיין.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

Sorry
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

איך וויל דיר ענפערן אויף די תגובה

שליחה דורך ראש המדברים »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אוי וואס איז די פראבלעם מיט די סיסטעם?? וואס איז נישט????????

בחורים ווערן נישט אנגענומען אין ישיבות צוליב א שוואכע קאפ טראץ זיי זענען גאר גוטע בעל יראת שמים. און פארקויף מיר נישט קיין קרויט לאקשן אז עס איז אמאל געווען די פראבלעם. איך רעדט פון תשע״ג למספרם. מיין שכן איז געווארן אנגענומען אין א ישיבה ראש חודש שבט!! א בחור׳ל פון 13 יאר. רשעות לשם רשעות אן אייניקל פון רשעות. ווען איך גיי אנקומען אויף יענע וועלט, און מ׳גייט מיר שיקן צום חלקת הרבנים, גיי איך וויינען און בעטן אז ביטע נישט. שפעטער ווען דער בחור גייט זיך נישט געפינען די פלאץ דארט (ווי אזוי זאל ער יא אויב נעמט מען אים אן ראש חודש שבט??) גייט יעדער זיין שולדיג נאר נישט די ישיבות.

טראכט אריין א מינוט וואס איז דער פראבלעם פון די ישיבות, אבער מיט א אמת'ן בליק, די ערשטע פראבלעם איז די קליינע ישיבות ווי אוהל תורה מאור התורה היכל התורה אלכסנדער וואס האבן אנגעהויבן מיט א קאמפיין פון ארויס נעמען די גוטע בחורים פון די גרויסע ישיבות און געלאזט די גרויסע ישיבות מיט מער פראצענט גארביטש ווי ס'קען אנהאלטן, דערנאך איז געקומען נפתלי בלומנפעלד און גהעפענט א גרויסע ישיבה מיט פראפגנדע אז ער נעמט אן נאר גוטע בחורים, און נאך אלעם האט ער נאך אראפ געריסן די אנדערע גרויסע ישיבה וואס האט נאך פראבירט צו אנעמען די שוואכע בחורים און יעדען טאג צושפרייט בילדער און ארטיקלעך קעגען זיי, ביז זיי זענען געווארן א גרויסע גארביטש קען, יעצט האסטו טענות צו די ישיבות אז זיי נעמען נישט אן די שוואכע בחורים? ווען די האסט א גוטער בחור מיט א געזונטע קאפ מיט זיץ פלייש וואס לערענט אין סאטמאר מוסדות פון כיתה א ביז כיתה ט' לאזטו עם איבער אין סאטמאר ישיבה קטנה? אדער די שיקסט עם צו איינע פון די אויבן דערמאנטע ישיבות? אבער ווען די האסט א שוואכער בחור האסטו טענות ער איז דא דורך דעם סיסטעם, איז ביטע האב נישט טענות אויף די גאנצע וועלט און אויפן סיסטען נאר אויף דיר אליין.

ווען האט מען געלערנט לעצטענס מאהל אין חדר אדער אין שולע אז דער אייבערשטער האט אונז ליב, און אונז זענען באשאפן געווארן נאר כדאי ער זאל אונז קענען געבן גוטס. ווען האט מען לעצטענס מאהל מסביר געווען לדוגמה אז ראש השנה איז נישט קיין צייט ווען דער אייבערשטער זיצט מיט א פאנטשיק גלאוו און פרייט זיך אז ער האט געטראפן אן עבירה ביי א איד, און ער דעליווערט אים א זעץ אין די ביצים? די גמרא זאגט אז ראש השנה האט מען געמאכט א תשרי ווייל דעמאלס איז א צייט וואס די אייבערשטער טיילט מתנות לכבוד יום הולדתו כביכול. ווען רעדט מען פון אהבת השם??? וויפיל מאהל א טאג דערמאנט מען אז די אייבערשטער האט אונז ליב ריגארדלעס וואס אונז טוען. א טאטע האט אייביג ליב דאס קינד ורוצה בטובתו!!

פארוואס ווען מיין בחור׳ל קומט אין ישיבה 10 מינוט שפעט אדער סיי וואס ער טוט נאר קנס׳ע אים מיט 10 דאלער. צו איז דאס נערמאל?? וועם שטראפסטו מיט דעם?? וואס זענען די אורימע עלטערן שולדיג?? נישט געניג די שכר לימוד וואס זיי צאלן?? וואס איז פשט פון די קנס אויב נישט געלטגייציגקייט פון די מגידי שיעור. נישטא קיין הסבר אויף דעם להלכה אדער מענטשליך. אין מיין שולחן ערוך שטייט נישט למשל אז חילול שבת איז א קנס פון 150 דאלער, עריות 250, גיין צום כותל 450. וועלכע סאדיט האט אויסגעטראפן די עונשים אכזריים???

זייער א אמת'ן טענה

ווען האט מען געלערנט דאס לעצטענס מאהל דיין אינגל סעיפטי אין די גאסן?? וואס טוט זיך מיט חמירא סכנתא מאיסורי??? וויפיל טראגעדיעס דארפן געשען אז מ׳זאל זיך אויפוועקן????

די שטארקסטע טענה פון דיר

ווען יעדע חסידות האט 4 מיט וועם זיי האבן אן אפענע קריג, און 9 וועם זיי האבן חשבונות. וואס ווילסטו אז מיין קינד זאל טראכטן? טאטי רעדט קעגן חב״ד (לדוגמה), חב״ד רעדט קעגן סאטמאר, איך זאג אלו ואלו דברי אלוקים חיים, און ביידע קענען גיין לעזאזל.

פארוואס קענען נישט די קינדער א חילוק פון א מנהג ביז צו א סימן שולחן ערוך??? פארוואס דארף דאס קינד טראכטן אז אויב בין איך א גור׳ער און איך האלט נישט ביים גיין מיט גע׳גט׳ע הויזן, וועט עס מיין טאטע אננעמען כאילו איך האב זיך געביקט צום צלם (יעדע חסידות מיט זיין משל)????

לאמיר דיר ענפערן בכלליות אויף די אלע מעכטיגע טענות וואס די האסטו אויף די רבנים, אבער הער מיר גוט צו "די ביסט שולדיג" ווייסט פארוואס? ווייל ס'איז דא בימינו צענדליגע רבנים וואס גייען נישט מיט אראפ געלאזטע נאז, וואס ארבעטן יא פאר פרנסה, וואס ווילן נישט קיין כבוד המדומה מיט ברכות אונטער די חופה, אבער די "ממי שאמרו" אליין רעספעקטירסט זיי נישט, נישט די רבנים זענען שולדיג זיי ווילן שמייכלען, אבער די וןועסט געבען מער געלט פאר א רב וואס שמייכלט נישט און ארבעט נישט פאר פרנסה ווען ער מאכט א טיי פארטי אדער גייט נאך געלט, ווי די וועסט געבען פאר א רב וואס טוט יא די זאכן, די רעספעקטירסט מער א מודעה חרם וקונם פון א רב וואס שמייכלט נישט און ארבעט נישט ווי א רב וואס ארבעט יא (איך רעד נישט ח"ו פון קלים, רבנים וואס האבן גלערנט אביסל יו"ד ח"ב און פסקענען שווערע חו"מ שאלות כלאחר יד אדער סתם קלים ורקים,) וואס האסטו טענות אויף דעם רב? ער איז געזעצן און גלערנט 10-15 יאר זיך געמוטשעט מיט פרנסה אבער ויבאלד ער שמייכעלט אדער ארבעט פאר פרנסה האסטו נישט רעספעקט פאר עם, איז וואס ווילסטו ער זאל טוען? איז ביטע האב נישט טענות אויף די גאנצע וועלט און אויפן סיסטען נאר אויף דיר אליין.

פארוואס ווען דו זעהסט א קול קורא ווייסטו גראד אז עס א איסור, חרם, או קונם???? פארוואס היינטיגע רבנים דארפן גיין מיט אראפגעלאזטע נאז און ח״ו נישט געבן א שמייכל???

פארוואס זענען רוב רבנים אדער ראשי הישיבה נישט די בעסטע מיט זייערע קינדער אדער משפחה??? ווייסט דאס נישט אויף עפעס?????? וואס ווייסן זיי וואס מיר ווייסן נישט??

פארוואס האבן רבנים געקענט אמאל ארבעטן אין געהעריגע פרנסות און פסק׳נען שאלות אין די זייט און העלפן כלל ישראל. היינט, וועלכע וואס האלט זיך נאר פאר א מיני בן ב׳כבוד׳יגע איד ארבעט נישט און גייט פאר נדבות?? אלע גמרות קענען זיי חוץ פון מטוב שיפשוט נבילה בשוק ואל יצטרך לבריות???

פארוואס ווען א רב קומט צו א חתונה און ער באקומט נישט א ברכה אינטערן חופה ווערט ער טויט באליידיגט?? מיינע קינדער מיינסטו זעהן נישט דעם נערישע ביליגע כבוד שפיל??? איך בין געווען אמאל שחרית אינאיינעם מיט מיין צדיק׳ל אין א קלענערע שוהל, איז דארט אנגעקומען א רב פון אר״י, ביידע גבאים פון די רב פונעם שוהל און די רב פון אר״י זענען געגאנגען קולות וברקים וכל העם ״רואים״ את הקולות. וואס איז? דער גבאי פונעם גאסט האט גע׳טענה׳ט אז היות ער איז א גאסט דארף דער רב פונעם שוהל צוגיין צום גאסט געבן שלום עליכם. דער גבאי פונעם רב פונעם שוהל האט גע׳טענה׳ט אז ער איז מרא דאתרא (א נייע טיטל וואס רבנים האבן מיטגענומען פון פארן קריג. האסט קוים מנין שבת, אבער ביסט מרא דאתרא) און דער גאסט דארף קומען נעמען שלום עליכם. פאר 25 מינוי האבן זיי זיך געשלאגן ביז איך האב גע׳ענדיגט דאווענען און איך בין ארויס. למען האמת ווייס איך נישט וואס די סוף איז געווען. אבער פאר די קשיות וואס מיין צדיק׳ל האט געהאט נאכדעם, איז א הימל געשריי, און נאר פאר דעם אליינס וואונטש איך זיי א שווערע דייערעי ווען זיי גייען מיט זייער סטראקעס בשעת א חתונה אדער שבת מברכים ביים ראש חודש בענטשן. ווער פארשעמט די תורה אויב נישט ענק???????

פארוואס פארציילט מיר מיין ברודער שבת חנוכה אז זיין רבי האט אן אינטערעסאנטע מנהג, ער לייגט ביי לאנטש די רבנו תם תפילין מיט די טלית. ווי לאנג מיינסטו קענסטו אים אפנערן. ווען גייען מלמדים איינזעהן אז קינדער זענען נישט אזוי תמימות׳דיג ווי עטץ מיינטס????? פארוואס זאל ער דיר גלייבן א ווארט ווען דו זאגסט אים ליגענט מידי יום ביומו????

דער רבי דארף פליען פון ת"ת דאס באמת איינע פון די גרעסטע פראבלעמען לדעתי פון היינטיגען דור, אז די מלמדים זענען נישט קיין ירא שמים

פארוואס נאר ווען עס ווערט א שטינק אין די גאס, וועקן זיך אויף די רבנים?? פארוואס דארף איך צוקומען צו אזא בליטגייציגע פארשוין ווי נחום ראזענבערג אז ענק זאלן זיך אויפוועקן????


פארוואס ווייסן אלע מנהלי המוסדות ונשיאהן פון יעדע סימן אין שולחן ערוך חוץ פון חושן משפט????? גניבה פון א גוי איז אסור!!!!! ווען דו געסט סנעק פאר מיין קינד נאר די וואך וואס די אינספעקטאר קומט, און דו גיסט נערמאלע לאנטש נאר דעמאלס. דו מיינסט טאקע אז ער איז בלינד ח״ו??? ער כאפט נישט ווי דו בא׳גנב׳סט די רעגירונג אין גרויסן??? שפעטער פארשטייסטו נישט פארוואס עס איז דא אזוי סאך שווינדלערס ביי אונז, ווער האט אים דאס מחנך געווען אויב נישט דו אליינס?????? דו האסט אים ממש מחנך געווען אז מ׳מעג גנב׳נען פון א גוי (לאמיר האפן אז ער פארשטייט כאטשיק די חילוק פון א איד ביז א גוי, וואס אין שולחן ערוך איז נישט דא). דו מיינסט ער זעהט נישט די שמייכל פונעם מלמד און מנהל אז עס איז מיר געלונגען צו אויסנערן דעם גוי. חוץ פון דעם וואס דו ביסט מחנך מיינע קינדער מיט טריפה געלט, וואס אלס סאטמארער דארפסטו זיין דער ערשטע וואס ערלויבט דאס נישט צו טוהן.


איך קען גיין און גיין אזוי פאר בלעטער און בלעטער. אבער ווער בין איך א קליינע ממי שאמרו וואס וויל פארשטיין בעסער פון די אלע רבנים און עסקנים (בדרך אגב, וואס דארף מען זיך לערנען צו זיין אן עסקן???).
החותם בכאב;
ממי שאמרו
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ראש המדברים האט געשריבן:דער רבי דארף פליען פון ת"ת, דאס איז באמת איינע פון די גרעסטע פראבלעמען לדעתי פון היינטיגען דור, אז די מלמדים זענען נישט קיין יראי שמים...


כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת וואס דו זאגסט, אבער די גרעסטע יראי שמים טרעפט מען ביי די עוסקים במלאכת הקודש.
שווער צו טרעפן בכלל א ירא שמים היינטיגן דור, און בפרט אויב ווילסטו נאך ער זאל טויגן צו קינדער.
פארפאלן, די עלטערן וואס דארפן מחנך זיין די קינדער זענען אויך נישט צו גרויסע יראי ה', ליידער, דאס איז דאך דער בראך פונעם דור, און די מלמדים מוזן נישט זיין צופיל בעסער ווי אונז, מען קען נישט בלויז דרוקן א באטאן און ווערן א ירא ה'...
מען קען גארנישט טון. און אז מען ווארפט נישט ארויס קיין מאלעסטערס, וועט מען נישט אודאי נישט ווארפן די וואס דאווענען ביי מיטאג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

פריינדליך האט געשריבן:דו האלסט אז די שורש פון די פראבלעם איז די בחורים האבן נישט קיין ישיבות??

די ביסט באמת גערעכט, עס איז געווען גאר א שארקע פראבלעם, אבער איך האב פאר דיר גאר גיטע נייעס, די פראבלעם איז מער נישט דא, יעדער בחור ווערט היינט מסודר און א ישיבה, און אנדערע פלטאץ דא און שטיבעל האט מען שוין ברייט ארום גערעגט דערפון, אז ב"ה די פראבלעם עקזעסטירט מער נישט היינט צוטאגס, עס איז דא ארגענעזאציעס פאר די פראבלעם, און עס איז דא קליינע ישיבות, און עס איז אפילו דא כוללים פאר בחורים וואב האבן נישט קיין בארד און פיאות, ב"ה מען קען זטאגען אז איין שטער צו אידישקייט איז אוועק גענימען געווארען,

וואס נאך? עני אנדרע פראבלעם לדעתך?

סארא שטותים. מען קען זאגן אז עס איז אוועקגענומען? מען קען זאגן אז די צוויי סאטמאר'ס האבן שלום געמאכט. אבער קיין איינע איז נישט אמת. אפשר איז בעסער געווארן כלפי שוואכערע בחורים, אבער פאר נארמאלע בחורים איז היינט ארגער ווי סיי ווען.

און אז מען רעדט שוין, מען מיינט אז די פראבלעם איז ווען איינער גייט אראפ פון וועג. די פראבלעם ליגט אין די טרייבקראפט פארוואס זיי גייען אראפ פון וועג. איינס ווייל זיי זענען נישט העפי; זיי זענען מיסעריבעל רוב לעבן. צוויי איז די עולם השקר אין וואס מיר לעבן. און די צוויי גייען אן אויף אסאך א גרעסערע פארנעם ווי די OTD אישו בעצם.

אומצופרידענקייט
וויפיל מענטשן קענען זאגן (און עס מיינען אמת'דיג) אז זיי זענען העפי מיט די איסטעבלישמענט (בגשמיותא וברוחניותב)?
וויפיל מענטשן האבן א ריכטיגע סיפוק אין לעבןג (שוין נאכן זיין דיפרעסט אויפן חורבן הבית)?
וויפיל מענטשן שפירן זיך אין פלאץד?
וויפיל מענטשן זענען ווער זיי ווילן (און קענען) זייןה?
וויפיל מענטשן וואוינען ווי זיי ווילען (און קענען) וואוינען?
וויפיל מענטשן גייען ספענדען די קומענדיגע 100 יאהר מיט די זיווג וואס טויג זיי?
וויפיל מענטשן לעבן די סטאנדארד זיי קענען עפארדןו?
וויפיל מענטשן גייען ארבייטן ווען זיי ווילןז?

אויף אלעס און אלעמען זענען די סיסטעם שולדיג. פארוואס עפעס? ווייל זינט די סיסטעם האט די פולקאמע קאנטראל אויף יעדעס הינזיכט אינעם לעבן, אויב זי האט נישט דירעקט גורם געווען די פראבלעם, איז עס אבער איר פליכט צו פארריכטן. אז נישט, זאל זי אדער לאזן א צווייטע סיסטעם אין פלאץ אדער כאטש צוריקגעבן די אינדיווידואליטעט פאר די יחיד אז מען זאל זיך אליינס נעמען אין די האנט.

עולם השקר
די גאנצע סייקל אוו לייף אין די סיסטעם לויפט מיט אזא שקר אז איז אומפארשטענדליך וויאזוי עס גייט שוין אזוי לאנג אן. איך מיין אז איינער האט דאס שוין אויסגעשמועסט דא אין שטיבל, אבער עס איז דא אויך גילטיג.
  • די ערשטע דאזען לעבנסטעג פירט די שלעק אויס אירס. נאכאיינמאל, און דו כאפסט א פראסק!
  • די ימי הבחרות, ווען מען האט אמאל געווידמעט צו אויסוועלן די דירעקציע אין לעבן, ווער ס'איז געשטיגן אין תורה, ווער ס'איז געגאנגען ארבייטן. היינט שפענדט מען פינעף טייערע יאהר פון לעבן צו מעינטעינען א לעיבל, קודם צו ווערן אנגענומען אין ישיבה, און נאכדעם צו זיין די פערפעקטע צדיק פארן שווערט. אזוי וועסטו קיין שידוך נישט טוהן
  • די שנה ראשונהי איז נאר פאר די טאטע, שווער און ווייביא.
  • די קומענדיגע יאהרן לויפן מיט די שרעק פון גט.
  • יעצט האסטו שוין גרויסע קינדער. וויאזוי ווילסטו זיי זאלן אויסוואקסן?
  • איינמאל מען מאכט בר מצוה, הייבט זיך שוין אן די זעלבע פרעשור ווי אין די אייגענע ימי הבחרות (בבחינת Déjà vu), ישיבה און שידוך.
  • פיינעלי ווען מען האט שוין אוועקגעגעבן אלע קינדער, און מען האלט שוין ביי די זעכציגער יאהרן, איז דער לעבן שוין אויסגעטריקענט, און מען קען שוין גארנישט טוישן.

(איך האב די לעצטע ליסטע אויסגעשמועסט מיט א זקן לעצטענס, און ער האט מיר געזאגט אז ליידער איז פארהאן גענוג וואס שפירן זיך גענוי אזוי.)

וואס נאך איז ראנג מיטן סיסטעם
וויפיל מענטשן ווייסן א חילוק צווישן א לאו דאורייתא און א מנהג\חומרא פון קהלות אד"וח?
וויפיל מענטשן ווייסן וואס מיינט אהבת השם (אדער אפילו יראת השם, פאר דעט מעטער)?
מען לערנט נישט קיין מדות מיט די יונגווארג (אויסער די אויפגעקלערטע).
מחלוקות ווערט יא עהרליך אריינגעווארצלט איבעראל מיט א צווייטע תירוץ, איינער ציונות און א צווייטער האט מתנגדים.
און אלע זאכן וואס איך זעה יעצט אז [tag]ממי_שאמרו[/tag] האט שוין שיין ארויסגעברענגט.

------------------
א די עסקנים און ליעזאנס וואס רייטן אויפן ציבור א שטייגער ווי די קאפויס.
ב די רבנים, מעוררים, מוחים, בתי דיני, והדומה להם
ג מען רעדט נישט פון די וואס קומען אן צו א משוגעים הויז אדער אין די מאבד עצמו קלאב, העק, מען רעדט אפילו נישט פון די וואס באזוכן די סייקאלאדזשיסט אדער סייקיעטריסט פיריאדיקלי, נאר די וואס דארפן די סערוויסעס אבער ווייסן עס נישט, ווילען נישט גיין אדער שעמען זיך צו גיין.
ד ער גייט אין א איין-סייז-פיט-אלל ביהמ"ד אבער ער שפירט ווי די הויזן ברענט אים. (די נושא פארלאנגט ווען א ספעציעלע אשכול פאר זיך.)
ה דאס גייט ליידער אן אויף רובו ככולו. די G&G קולטור פון שטיי אין די גראדע ליין אז נישט ווארפט מען דיך ארויס. דאס צו עקספערימענטן מיט יושר'דיגע רעזולטאטן, ווער דאווענט ביחידות מיט די זעלבע ברען ווי אין ביהמ"ד?
ו באמערקט אז איך שרייב נישט אז דער עולם קען נישט עפפארדן דאס לעבן, נאר אז מען קען נישט לעבן דאס וואס מען קען עפפארדן.
ז איך רעד שוין ווען אפילו די ווייב וויל שוין נאר מה יאמרו הבריות.
ח אלעס איז יהרג ואל יעבור.
ט וואס דער שווער איז נישטאמאל אינטערסירט, נאר וויל זיין טאטע\שווער צופרידען-שטעלן אדער זיך שטאלצירן אין זיין שוהל.
י די האנימאן, וואס די כלה מעג זיך אום ט"ב (תוך ל' יום) און אפילו יו"כ (תוך ז' יום) וואשן די פנים און באשמירן כדי שלא תתגנה על בעלה.
יא מען רעדט נישט פון קאמפראמייזן דאס לעבנסשטייגער כדי זיך אויסקומען מיט זיין אשת חיל, נאר שפילן קדושה וטהרה און זיין וואס ער איז נישט.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

אברעמעל האט געשריבן:גראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?

די יונגעלייט וואס גייען, גייען טראץ (despite) די סיסטעם. די סיסטעם ערלויבט נישט קיין שום זאך מיט די ווארט קאלעדזש אבער לימודי חיצוניים. לויט די סיסטעם קען מען קיין פשוט'ע רעכענען (math) נישט לערנען אן אויסמעקן גאנטע בלעטער.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך וואונדער זיך אין וויפיל סעקטעס און קומיונעטיס אין די וועלט זענען אזא ריזן חלק פון די מעמבערס אנגעזעצט און שעלטן.
לאמיר זיך נישט נארן. היינט צוטאגס, פאקטיש, קענט איר אפשטעלן עני יונגערמאן, כאפט א שמועס מיט אים און איר קענט זיין זיכער אז ער איז לייק מיינדיד און איז אויך מלא טענות כרמון. סאמטינג איז טערעבלי ראנג.
אויסדריקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אויסדריקלעך »

אפטעמיסט האט געשריבן:איך וואונדער זיך אין וויפיל סעקטעס און קומיונעטיס אין די וועלט זענען אזא ריזן חלק פון די מעמבערס אנגעזעצט און שעלטן.
לאמיר זיך נישט נארן. היינט צוטאגס, פאקטיש, קענט איר אפשטעלן עני יונגערמאן, כאפט א שמועס מיט אים און איר קענט זיין זיכער אז ער איז לייק מיינדיד און איז אויך מלא טענות כרמון. סאמטינג איז טערעבלי ראנג.


איך האלט פונקט ווי דיר, אפטעמיסט, אבער וואס ענטפערסטו אויף דאס וואס "דער סיסטעם" זאגט, אז ס'געפעלט דיך נישט, גיי...?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אויף דעם ענטפער איך, כל מה שיאמר בעל הבית עשה חוץ מצא.
אויסדריקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אויסדריקלעך »

האהא! דאן וועסטו מוזן טון "כל מה שאומר לך בעל הבית..."
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

קיינמאל האב איך נישט געזאגט אז "דער סיסטעם" איז מיין בעל הבית, וואס כהאב געמיינט ארויסצוברענגן איז אז אפילו אם תמצא לומר זיי "שפירן" זיך בעל הבית האבן זיי נישט קיין רעכט מיר צו פארשיקן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משפחה מעגעזין איז מסביר וואס "סיסטעם" מיינט......
פארשפארט