יאנטעף האט געשריבן: עס איז נאך אלץ נישט זיכער ווי אזוי די פילם וועט ווערן געשניטן, און ווי אזוי די מעשה וועט אראפגעגעבן ווערן. פון איין זייט וויל דער דירעקטאר אז עס זאל זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אין א פילם אריינפילן אסאך דעטאל'ן וואס איז נישט דא אין די תורה ממילא מוז מען נוצן די פאנטאזיע.
איך וואלט אים געגעבן צו ליינען דעם מעשי בראשית, וואלט ער געזען אז יעדע פינטעלע איז מרומז אין די תורה...
אגב, נישט נאר די מונוטאיסטן ווייסן פון מבול, כמעט יעדע קולטור און ציוויליזאציע אויפן כדור הארץ האט זיך איר מבול (מיט איר נח, טיילמאל) ס'דא אין וויקיפידיע א טיילווייזע ליסטע. פון Mark Isaak איז דא א שיינע מסודר'דישע ליקוט פון אלע מבול'ס און נח'ס עד מקום שידו מגעת
kitov האט געשריבן:Ive seen it and I give it a 2/10 rating
אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?
First its not the story of Noah as we know it not even as the Goyim know it and also they added to much sci-fi like big monsters from rock helping him building the ark and a lot more but I don't like to type in English in a Yiddish form
איך וואלט געגעבען די פילם 9/10. ווי איך פארשטיי, איז אראנאפסקי'ס מטרה נישט געווען אזוי ווייט איבערצוגעבן די מעשה כמו שהוא, ווי ענדערשער [טעאלאגישע] פונקטן וואס קען אנבאלאנגען צו די סארט מעשיות (בפרט און ביבליקעל אנאלאסיס בכלל).
וואס איך האב אויפגעפאסט אין די פילם זענען געווען דריי פונקטן וואס לדעתי ברענגט ער מורא'דיג גוט ארויס, און האבן מיר באנומען און געגעבען חומר למחשבה (בפרט אלס איד):
1). ער איז שטארק ממחיש די געדאנק פון נדחה ממחיצות ה', און די לעכצונג אויף צוריק נתקרב צו ווערן. דאס זעהט מען אין דעם וואס ער ווייזט די צער פון די נפילים אז זיי זענען נדחה געווארן און וויאזוי זיי ווערן צוריק אנגענומען נאכ'ן זיך מוסר נפש זיין.
2). ער איז מבאר די ראציאנאל פון איינער [תובל קין אינ'ם פילם] וואס איז יודע רבונו ומתכוון למרוד בו, על אף דעם וואס ער זעהט נסים גלויים און ס'איז אים נישט קיין ספק אין מציאות ה'.
3). ער ברענגט ארויס די ambiguous פארם פון נבואה, און בפרט וויאזוי ג-ט לאזט נאך אלעם איבער די בחירה ביים מענטש. דאס זעהט מען אין דעם אין די מקום וויאזוי נח (אין די פילם) קען אויסטייטשען די נבואה צו ער זאל הרג'נען דאס קינד אויפ'ן תיבה צו נישט.
(בכלל, צו מיין מיינונג איז עס א rollicking good film. וגם את נח "באהבה"...)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בד"וו ווער נאך האט געווארט מ'זאל שוין ענדליך ווייזן די "השחית כל בשר את דרכו"? נע, די אבר מן החי האב איך מיר אליין געקענט פארשטעלן וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט, כ'רעד פון די אנדערע חלקים...