ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 435 מאל

ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא?

שליחה דורך אליצפן »

ס'דא א גאר אינטרעסאנטע זאך וואס מ'טרעפט אין די תורה, וואס וויפיל כ'האב געזוכט א צופרידנשטעלנדן תירוץ האב איך נישט געקענט געפינען.
והנה, אין אידישקייט טרעפט מען זייער אסאך יסודות'דיגער און גאר הארבע זאכן, וואס ווערן ניטאמאל דערמאנט אין די תורה בכלל!

למשל טבילת נדה, די סאמע יסוד טהרתן של ישראל, אמת? ס'ווערט ניטאמאל דערמאנט אין די תורה ברמיזה! (עיין תוספות יבמות מז: ד''ה במקום)
נאכדעם איז דא די איסור הוז''ל וואס די גמרא און שו''ע שרייבן אז ס'איז די סאמע גרעסטע עבירה אין די תורה, און ס'איז כאילו מביא מבול וכו', אבער די תורה האט נישט געפונען פאר וויכטיג עס צו אסר'ן אדער אפילו דערמאנען, אויסער ביי ער ואונן וואו ס'שטייט רע, און ס'נישט אפילו קלאר אויף וואס דער רע גייט ארויף.
אויך איז דא דער איסור גויה וואס כידוע שטייט אויף דעם גאר הארבע זאכן אין גמרא און עפ''י קבלה, אבער אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איסור אויף דעם נאר דרך חתנות אדער ז' עממין אדער בפרהסיא, אבער סתם אזוי איז עס א גזירה פון בי''ד של חשמונאים (עיין בגמ' ע''ז דף לו:).
שבת. דער יסוד פון אידישן פאלק, אבער אין די תורה שטייט סך הכל אז מ'טאר נישט טון קיין מלאכה, וועלכע מלאכה טאר מען נישט? דאס שטייט נישט בכלל. מ'דארף צוקומען צו א דרשת חז''ל נאר צו וויסן די בעיסיק זאכן (ל''ט מלאכות) וואס מ'טאר נישט טון שבת.

תפלין. די סאמע וויכטיגסטע מצווה וואס א יוד טוט יעדן טאג, אבער אין די תורה זעט מען נישט בכלל אז ס'איז א חיוב יומי, און לויט טייל דעות איז דער חיוב יעדן טאג נאר א דרבנן. (ידוע שכך היתה דעת מרן הגרי''ז מבריסק, שחיוב תפלין בכל יום דייקא הוא רק מדרבנן, דמדאורייתא הוי מצווה כמו ציצית או שילוח הקן דכל זמן דעביד להו מקיים מצוה, אבל אינו חיוב יומי.)
אויך איז דא דער נושא פון מאנס זיין פרויען וואס מ'האט שוין אמאל דורכגעטון דא, וואס עפ''י תורה איז שווער צו טרעפן די איסור אויף דעם (אפי' את''ל שהוא איסור, הוי רק ענין של בין אדם לחבירו, ולא איסור בין אדם למקום.)

אויסער דעם איז גאר אסאך פונדאמענטאלע מושגים אין יודישקייט וואס אין די תורה טרעפט מען נישט לא מיני' ולא מקצתי', למשל, עולם הבא, שכר ועונש, גן עדן גיהנם, ביאת המשיח, גלגולים ועוד כהנה וכהנה.
די קשיא ווערט נאך שטערקער ווען מ'זעט אז די תואה האט איבערגעשריבן צענדליגע מאל אזעלכע זאכן ווי ליב האבן א גר, אדער נישט פייניגן אן אלמנה, און אלע מעשיות פון די אבות הקדושים שטייט אויך באריכות גדול, בשעת ווען טייל פון די גרעסטע מצוות ווערן נישט אפילו דערמאנט ברמיזה.
די בעסטע תירוץ וואס כ'האב געזען אויף דעם איז, אז דער אייבערשטער האט ספעציעל געוואלט אויסשטעלן די תורה אויף אזא אופן אז מ'זאל זיין געצווינגען צו גלייבן אין תורה שבעל פה, ווייל אויב נישט וועט אויסקומען אז גאר אסאך ענינים שהתורה תלויה בהן וועט מען נישט האלטן, ממילא וועלן די מענטשן אויטאמאטיש אוועקפאלן פון אידישן פאלק, א שטייגער ווי וואס ס'איז געשען צו די צדוקים און קראים, שלא נשאר מהן שריד ופליט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אליצפן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר