ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא?
ס'דא א גאר אינטרעסאנטע זאך וואס מ'טרעפט אין די תורה, וואס וויפיל כ'האב געזוכט א צופרידנשטעלנדן תירוץ האב איך נישט געקענט געפינען.
והנה, אין אידישקייט טרעפט מען זייער אסאך יסודות'דיגער און גאר הארבע זאכן, וואס ווערן ניטאמאל דערמאנט אין די תורה בכלל!
למשל טבילת נדה, די סאמע יסוד טהרתן של ישראל, אמת? ס'ווערט ניטאמאל דערמאנט אין די תורה ברמיזה! (עיין תוספות יבמות מז: ד''ה במקום)
נאכדעם איז דא די איסור הוז''ל וואס די גמרא און שו''ע שרייבן אז ס'איז די סאמע גרעסטע עבירה אין די תורה, און ס'איז כאילו מביא מבול וכו', אבער די תורה האט נישט געפונען פאר וויכטיג עס צו אסר'ן אדער אפילו דערמאנען, אויסער ביי ער ואונן וואו ס'שטייט רע, און ס'נישט אפילו קלאר אויף וואס דער רע גייט ארויף.
אויך איז דא דער איסור גויה וואס כידוע שטייט אויף דעם גאר הארבע זאכן אין גמרא און עפ''י קבלה, אבער אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איסור אויף דעם נאר דרך חתנות אדער ז' עממין אדער בפרהסיא, אבער סתם אזוי איז עס א גזירה פון בי''ד של חשמונאים (עיין בגמ' ע''ז דף לו:).
שבת. דער יסוד פון אידישן פאלק, אבער אין די תורה שטייט סך הכל אז מ'טאר נישט טון קיין מלאכה, וועלכע מלאכה טאר מען נישט? דאס שטייט נישט בכלל. מ'דארף צוקומען צו א דרשת חז''ל נאר צו וויסן די בעיסיק זאכן (ל''ט מלאכות) וואס מ'טאר נישט טון שבת.
תפלין. די סאמע וויכטיגסטע מצווה וואס א יוד טוט יעדן טאג, אבער אין די תורה זעט מען נישט בכלל אז ס'איז א חיוב יומי, און לויט טייל דעות איז דער חיוב יעדן טאג נאר א דרבנן. (ידוע שכך היתה דעת מרן הגרי''ז מבריסק, שחיוב תפלין בכל יום דייקא הוא רק מדרבנן, דמדאורייתא הוי מצווה כמו ציצית או שילוח הקן דכל זמן דעביד להו מקיים מצוה, אבל אינו חיוב יומי.)
אויך איז דא דער נושא פון מאנס זיין פרויען וואס מ'האט שוין אמאל דורכגעטון דא, וואס עפ''י תורה איז שווער צו טרעפן די איסור אויף דעם (אפי' את''ל שהוא איסור, הוי רק ענין של בין אדם לחבירו, ולא איסור בין אדם למקום.)
אויסער דעם איז גאר אסאך פונדאמענטאלע מושגים אין יודישקייט וואס אין די תורה טרעפט מען נישט לא מיני' ולא מקצתי', למשל, עולם הבא, שכר ועונש, גן עדן גיהנם, ביאת המשיח, גלגולים ועוד כהנה וכהנה.
די קשיא ווערט נאך שטערקער ווען מ'זעט אז די תואה האט איבערגעשריבן צענדליגע מאל אזעלכע זאכן ווי ליב האבן א גר, אדער נישט פייניגן אן אלמנה, און אלע מעשיות פון די אבות הקדושים שטייט אויך באריכות גדול, בשעת ווען טייל פון די גרעסטע מצוות ווערן נישט אפילו דערמאנט ברמיזה.
די בעסטע תירוץ וואס כ'האב געזען אויף דעם איז, אז דער אייבערשטער האט ספעציעל געוואלט אויסשטעלן די תורה אויף אזא אופן אז מ'זאל זיין געצווינגען צו גלייבן אין תורה שבעל פה, ווייל אויב נישט וועט אויסקומען אז גאר אסאך ענינים שהתורה תלויה בהן וועט מען נישט האלטן, ממילא וועלן די מענטשן אויטאמאטיש אוועקפאלן פון אידישן פאלק, א שטייגער ווי וואס ס'איז געשען צו די צדוקים און קראים, שלא נשאר מהן שריד ופליט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אליצפן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
אן תורה שבעל פה ווייסן מיר גארנישט
נישט ווען סאיז עני יו׳ט
נישט וואס איז ראש השנה (יום תרועה??וואס איז דאס)
נישט פון פאסטען יו׳כ
נישט וואס תפילין איז (טוטפות??)
נישט אתרוג (פרי עץ הדר)
וכו׳ וכו׳ וכו׳
תושב"פ איז נישט קיין קריעשען נאך וואס שבכתב איז געשריבען נאר סאיז אייביג געווען נאר אפגעשריבען געווארען שפעטער
סאיז נישטא קיין בכתב אן בעל פה
איינס פון די שטארקע טענות אנטקעגן קריסטענס און אנדערע וואס גלייבען נישט אין בעל פה וויאזוי האבען אלע יידען געוואוסט אלע מצוות אין די גאנצע וועלט די זעלבע אויב נישט אז זיי האבען געהאט מער ווי בכתב...
נישט ווען סאיז עני יו׳ט
נישט וואס איז ראש השנה (יום תרועה??וואס איז דאס)
נישט פון פאסטען יו׳כ
נישט וואס תפילין איז (טוטפות??)
נישט אתרוג (פרי עץ הדר)
וכו׳ וכו׳ וכו׳
תושב"פ איז נישט קיין קריעשען נאך וואס שבכתב איז געשריבען נאר סאיז אייביג געווען נאר אפגעשריבען געווארען שפעטער
סאיז נישטא קיין בכתב אן בעל פה
איינס פון די שטארקע טענות אנטקעגן קריסטענס און אנדערע וואס גלייבען נישט אין בעל פה וויאזוי האבען אלע יידען געוואוסט אלע מצוות אין די גאנצע וועלט די זעלבע אויב נישט אז זיי האבען געהאט מער ווי בכתב...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז ס'נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די קראים ס'נאך פארהאן א הייפעלע קראישע קהלה אין ישראל כידוע זאגט מען נאך פון צדיקים אז אין עקבתא דמשיחא וועט ממש פארבלייבן א הייפעלע יודען שרידים אשר ה' קורא.
איך ווייס פון די קראים אין א''י. אויף ענגליש הייסן זיי karaites, כ'האב בעיקר געמיינט צו זאגן אז עד כמה ס'איז נוגע אידישקייט איז פון זיי גארנישט געבליבן. זיי זענען היינט נישט מער ווי א קליינע אויסגעשפילטע סעקט, וואס שטעלט נישט קיין שום ערנסטע געפאר פאר אידישקייט.
בשעת ווען די קראים גרופע האט זיך אנגעפאנגן אונטער זייער מנהיג ענן בן דוד, האט עס געשטעלט אן אויסטערלישן געפאר פאר יודישקייט,און ס'האט געברענגט די אידישע רעליגיע צום שוועל פון פארניכטונג.
די עיקר זאך וואס האט געהאלפן רב סעדיה גאון ועוד אפשלאגן זייערע טענות און ראטעווען אידישקייט, איז געווען דער פאקט אז לויט זיי וואס זיי האבן נישט געהאלטן פון תורה שבע''פ איז אויסגעקומען גאר לעכערליכע זאכן אין די תורה. ווי למשל אל יצא איש ממקומו האט ביי זיי געמיינט אז מ'טאר זיך נישט רירן פון פלאץ גאנץ שבת, און דער באקאנטע זאך אז זיי פלעגן נישט לאזן א פייער אפן גאנץ שבת, און נאר געגעסן קאלטע מאכלים וכדו'.
קומט אויס אז דער פאקט אז אן חז''ל פארשטייט מען נישט די תורה בכלל, האט געראטעוועט יודישקייט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
זיי האבן אויך געהאלטן אז פקו"נ איז נישט דוחה שבת, ווי אויך מטאר נישט בועל זיין אום שבת זעה אבן עזרא עה"פ בחריש ובקציר תשבות, אזוי אויך האבן זיי זייער מחמיר געווען אין איסור נדה, מטאר נישט האבן קיין פייער אין שטוב כמ"ש לא תבערו אש זיי זענען געזיצן אין די טונקעל דערפאר להוציא מלבן האט מען איינגעפירט צו עסן חמין וכ' בבעל המאור הובא ברמ"א מי שאינו אוכל חמין חוששין שמא מין הוא, סאיז אגב זיי צו פארדאנקען די שגשוג פין חכמת הדקדוק וואס האט געבליעט מזמן הגאונים זייענדיג א וויכטיגע מיטל וויאזוי צו קעמפן אקעגן זיי.
ר' סעדיה איז געווען דער עזרא וואס האט געראטעוועט די רבנישער אידישקייט.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
אליצפן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:.
ר' סעדיה איז געווען דער עזרא וואס האט געראטעוועט די רבנישער אידישקייט.
וואס עפעס רבנישער? איך האב געליינט פון עטליכער באקאנטער היסטאריקער אז רב סעדיה גאון האט געראטעוועט אידישקייט 'עז ווי נאו איט' במו ידיו.
די אידישקייט וואס נעמען אן קבלת חז"ל ווערט גערופען רבנישער יידישקייט די קראים אוין זייערע כתבי פולמוס רופען דאס כת הרבניים, אזוי ווי בזמן הצדוקים האט דאס געהייסן פרושים.
אגב פון דא שטאמט דער אור אלטער תואר הרבני אפי' אויף בע"ב זיי פונאנדערשיידן פון די קראים
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
בשעה שנגלה הקב"ה בסיני ליתן תורה לישראל, אמרה למשה על הסדר, מקרא ומשנה תלמוד ואגדה . . אמר לפניו, רבש"ע, אכתוב אותה להם, אמר לו איני מבקש ליתנה להם בכתב, מפני שגלוי לפני שעובדי כוכבים עתידים לשלוט בהם, וליטול אותה מהם, ויהיו בזוים בעובדי כוכבים. אלא, המקרא אני נותן להם במכתב, והמשנה והתלמוד והאגדה אני נותן להם על פה, שאם יבואו עובדי כוכבים וישתעבדו בהם יהיו מובדלים מהם. אמר לנביא אם אכתוב לו רובי תורתי כמו זר נחשבו, ומה אני עושה להם? נותן את המקרא בכתב והמשנה והתלמוד והאגדה בעל פה, "כתב" זה המקרא, כי "על פי הדברים האלה" זו המשנה והתלמוד, שהם מבדילים בין ישראל לבין העובדי כוכבים. (שמות רבה פמ"ז).
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אליצפן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז ס'נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די קראים ס'נאך פארהאן א הייפעלע קראישע קהלה אין ישראל כידוע זאגט מען נאך פון צדיקים אז אין עקבתא דמשיחא וועט ממש פארבלייבן א הייפעלע יודען שרידים אשר ה' קורא.
איך ווייס פון די קראים אין א''י. אויף ענגליש הייסן זיי karaites, כ'האב בעיקר געמיינט צו זאגן אז עד כמה ס'איז נוגע אידישקייט איז פון זיי גארנישט געבליבן. זיי זענען היינט נישט מער ווי א קליינע אויסגעשפילטע סעקט, וואס שטעלט נישט קיין שום ערנסטע געפאר פאר אידישקייט.
בשעת ווען די קראים גרופע האט זיך אנגעפאנגן אונטער זייער מנהיג ענן בן דוד, האט עס געשטעלט אן אויסטערלישן געפאר פאר יודישקייט,און ס'האט געברענגט די אידישע רעליגיע צום שוועל פון פארניכטונג.
די עיקר זאך וואס האט געהאלפן רב סעדיה גאון ועוד אפשלאגן זייערע טענות און ראטעווען אידישקייט, איז געווען דער פאקט אז לויט זיי וואס זיי האבן נישט געהאלטן פון תורה שבע''פ איז אויסגעקומען גאר לעכערליכע זאכן אין די תורה. ווי למשל אל יצא איש ממקומו האט ביי זיי געמיינט אז מ'טאר זיך נישט רירן פון פלאץ גאנץ שבת, און דער באקאנטע זאך אז זיי פלעגן נישט לאזן א פייער אפן גאנץ שבת, און נאר געגעסן קאלטע מאכלים וכדו'.
קומט אויס אז דער פאקט אז אן חז''ל פארשטייט מען נישט די תורה בכלל, האט געראטעוועט יודישקייט.
נישט ממש אזוי, טייל פון זיי פלעגן נישט ארויסגיין פונדערהיים אום שבת.
עס איז דא אן אנליין פארום פון די קראים, גאנץ אינטערעסאנט. דארטן זעט מיר אויס אז היינט גייען זיי געהעריג ארום אום שבת, נאר זיי גייען נישט ארויס פון שטאט.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
די גמ' זאגט דאך שוין אויף דעם יפה שיחתן של עבדי אבות יותר מתורתן של בנים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)