דער למדן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

דער למדן

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

דרייט זיך דער חריף ארויף און אראפ לענגאויס דעם ביהמ"ד, איין האנט פארשטעקט אינם גארטל, און מיט'ן אנדער'ן רייבט ער זיך דעם גאונ'ישן שטערן זיינעם, דאס קאפל פאררוקט אויף ארויף, און אין קאפ דרייט זיך אים א ר' שמואל מיט א ר' ברוך בער און נאך אזעלעכע נישט געווענליכע נעמען. די נעמען דרייען זיך ארום אין זיין קאפ ווי אין א צויבער ראד, אויסמישנדיג זיך מיט דעם נודע ביהודה'ס אויפטוה וועלעכע ער האט נארוואס אריינגעפיטערט אין זיין מח סיסטעם, און אינאיינעם טאנצען זיי אין זיין מח ווי אין א שדים טאנץ. עפעס רעדעלט אים אין מח, עפעס טויג נישט, נישטא מיט וואס צו דרייען א קאפ, אלעס שטימט עפעס צו גוט, אלעס קלאפט עפעס היינט, מ'מוז זעהן צו טוהן עפעס דראסטיש!.
ער שטעלט זיך אפ ביי דעם ערשטן גמרא וואס ער טרעפט אפען (פשוט פון פארטיפטקייט...) און צועפענט עטליכע צענדליג ספרים אויפאמאל און "דעקארירט" עס אויפן טיש אין עפעס א להכעיס'דיגן אומ-סדר און הייבט אן צו פארארבעט'ן מעשים, שלעפט אפיר דאס און רוקט אוועק יענץ, אונטערזינגענדיג זיך דערביי די צווייטע פאל פון די זיבעטע הקפה ניגון... און ניטאמאל געבט ער בליק אויף די זייט צו מ'קוקט אויף אים ווייל "וואס אינטערעסירט עס מיר צו מ'קוקט אויף מיר צו נישט"?...
פלוצים כאפט ער זיך אויף ווי פון עולם התוהו און געט א שפריץ אוועק דעם ערשטן בענקל וואס שטייט אין זיין געגענווארט, (כאטש – למען האמת – איז אים די בענקל גראדע נישט געשטאנען אין וועג...) פליט ער מיט איין אימפעט צו זיין חברותא וואס זיצט ערגעץ ווי דארט אהינציר, לאנדעט אויף א בענקל, און נאך איידער דער חבר זיינער האט זיך אריענטירט וואס דא קומט פאר נעמט ער זיך שרייען מיט באנומענע קולות ווי א וואנזיניגער בערך אזעלעכע אומפארשטענדליכע פראזן ווי: "הערסטו! דער יד דוד זאגט בפֵירוש פארקערט!", אדער: "דער ברכת שמואל איז זיך סותר מיני' ובי', (איך בעט אנטשולדיגונג פון די חשוב'ע לעזער טאמער איך זאג עס נישט גוט נאך, איך בין דאך פארט נישט קיין למדן...) און ער לאזט אויס מיט א דריי גארנדיגער מולטי-היסטערישן קוויטש אז די ארומיגע שפרינגען אזש אפ פאר פחד.
דער חבר זיינער אריענטירט זיך שנעל וואס דא גייט פאר, ער געבט זיך א רייס אפ פון פלאץ, גרייט אריינצופאלן אין כאַאָס און גיין מיט א געגן אפענסיווע, ער הייבט שוין אהן אריינצוגיין אין "עקשאן" און געט א זעץ אויפן טיש, אבער ער האט באלד חרטה, "ס'איז נישט אינטערעסאנט צו מאכן די זעלבע שטיק ווי ער", לויפט אים דורך א געדאנק, און ער שטעלט זיך טאקע מיני' ובי' אריין אין אזא מין פארטיפטקייט סיטואציע, דהיינו, איין פוס ארויף און די אנדערע ארויפצור, די פיאות פארשארט ערגעץ אונטער די אויערען, און אויפן פנים ליגט אויסגעשפרייט אזא מין אומפארשטענדליכע מינע באגלייט מיט פון מאדנע גרימאסן אז פארן זייטיגער צוקוקער שאפט זיך א בילד פון א קריטיש פארוואונדעטען וועלעכער שטייט איינגעקורטערט אין שרעקליכע יסורים.
אצינד ליבע ליינער'ס איר זענט העפליך געלאדענט צו זאגען אייער מיינונג וואס איז דער דין ווען ס'זאל א בחור פארשטעלן מיט זיך דעם אויבענדערמאנטען בילד, וויאזוי – דענקט איר – באצייכענט מען אזא איינעם? איך וואלט עס כאראקטעריזירט מיט דריי ווערטער, פריש, געזונט, און משוגע...
אבער כפי ששמעתי האט זיך דער בחור צוגעטיילט א שיין קלינגענדיג נאמען, "למדן"!.
איי ווען די בחור (פארדאן! למדן) וואלסט געזען א צווייטען בחור וואס לערנט גראדע דעם זעלבן רשב"א ווי די, זיך אזוי אויפפירן, וואלסטו אים, דאכט זיך, אוועקגע'בטל'ט צוזאמען מיט אלע בייזע חלומות...
אלא וואָדֶען? בלייבט איבער צו זאגן אז במסגרת למדן מעג מען זיך מער ערלויבן ווי געווענליך און בלייבן א נארמאלער מענטש, יכול להיות, מ'קאן נישט וויסן, אבער איך מצדי וואלט דיר פארגעשלאגען זיך צו פארהאלטען פארהאלטניסמעסיג און רואיג, ס'גארנישט! כבר היה לעולמים, מ'האט שוין געהערט אזאנס, דער סתם עמך בחור וואס זיצט דארט אין א זייט לערנט גראדע יעצט דעם זעלבן רשב"א ווי דיר, און גראדע איז אים בייגעפאלן דעם זעלבען קשיא ווי דיר, נאר אהן די אלע צוגעהערן, ער טומעלט נישט אזאנס. "טעיק איט איזי"!

(נישט אייגענס)
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

א בחור א ביזנעסמאן

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

דרייט זיך ארום א צוטראגענע בריאה פאר'דאגה'ט און פאר'טאראראמ'ט מיט א בערזעל אנגעפילט מיט אפגעלאפענע קאלינג קארדס, מעדיקעיד קארדס, און נאך אזעלעכע כמו קרעדיט קארדס און איז עפעס אויסטערליש "ביזי" (מלשון ביזנעסמאן), וואס אייגענטליך בייסט אים? זיין בערזעל איז דאך אנגעשטאפט מיט געלט, (נו, סינגעלס איז דאך אויך געלט...) נו הלמאי אזא אנגעצויגענקייט?

נאר די זאך איז גאר פשוט, ס'איז נישטא קיין דאגות, ער האט פשוט נישט מיט וואס זיך צו "קיפן ביזי", דער איינציגער טעלעפאן ביל פארוואס ער האלט אייגענטליך אויף א פי. אָ. באקס איז שוין באצאלט, זיין באנק ביכל האט ער נארוואס געענדיגט איבעררעכענען טאמער אלעס שטימט, (איך ווייס? אפשר איז דער באנק געווען "שאָרט" אין געלט און האט ארויסגעווישט עפעס פון מיין "אקאונט"?) ער פראבירט נאך איין מיטל:

ער יאגט זיך אריין אין ביהמ"ד מיט האסטיגע טריט, און אין סאמע מיטן ביהמ"ד כאפט ער א "שארפ טוירן" אויף צוריק נאָ! דער באשעפער האט צוגעקוקט זיין צער און אים צוגעשיקט א בחור, "זאג נאר פייוועל", האקט דער בחור איבער זיין גאלאפ, "איך האב דיר געוואלט פרעגן...
"זאג נאר, דו זעסט נישט איך בין ביזי יעצט"?.. קומט אויפן ארט א שארפן אנטווארט!

חסדי ד' דער באשעפער האט געהאלפען און דאס לאנגערווארטעטע איז ענדליך אנגעקומען, די הויזן הייבן אים אהן צו ציטערן...

ער איז תיקף מקיים פסק און געט זיך א כאפ צום ביפער, און נעמט עס אזוי דרך אגב מהיכי תיתי'דיג ארויס, און פאנגט אן אויסצוציילן די נומערן 999-9999-911 "געוואלד אין געשריגען ווער קען דאס זיין? זאל איך זאגן אז די פאליציי האבן מיר געביפט, עֶה! ס'קען נישט זיין! איך קען זיי פון ערגעץ? איך געלערנט מיט זיי אין איין חדר? טא ווער קען עס זיין? איך האב עפעס צייט צו רופן אגאנצן טאג"?! שרייט ער אויס אויף אזא שטילע-הויכע קול. אבער אזוי טראכטענדיג-רעדנדיג באקומט זיין סעליולער אן אנגריף און צוקלינגט זיך אויף די העכסטע טענער אז ס'איז אים אזש ארויפגעקומען א ברייטן שמייכל אויפן פנים פון איין אויער צו די אנדערע, ער איילט זיך שנעל אויפצוהייבן דעם טעלעפאן און פראבירט זיין מזל: העֶלאָ"?

אבער פון אנדערן זייט טרייבל קומט נישט קיין שום אנטווארט. ה אַ ל אָ ווער רעדט דארט? שרייט ער שוין מיט אביסל א שטרענגערן טאן. און דא הייבט זיך אהן א העפטיגער שמועס:

יאנקעל: משה די האסט מיך פריער געביפט?
משה: אַ-האַ!
י: וואס האסטו געוואלט?
מ: פארוואס האסטו מיך נישט גלייך צוריק געקאלט?
י: איך בין געווען "ביזי", אבער ווען האסטו מיך געביפט"
מ: אכט מינוט צוריק
י: און די צווייטע ביפ איז אויך געווען פון דיר?
מ: "ליסען",גראדע...
י: דארפסט אליין פארשטיין, איך קען נישט אגאנצען טאג שטיין און דיילען ביים טעלעפאן!
מ: דו האסט מיך אויך געביפט?
י: יא.
מ: וואס האסטו געוואלט?
י: איך האב געוואלט מברר זיין וועגן די ביפ.
מ: וואס נאך טוט זיך אזוי?
י: גארנישט ספעשל.
מ: אפשר דאך?
י: ביפ מיך שפעטער נאכאמאל.
מ: דו קענסט מיר אויך ביפען?
י:כ'וועל זעהן שפעטער.
מ: און אויב איך וועל דיר אויסצאלען דעם קוואדער?!
י: דעמאלטס קען מען שמועסן.
מ: אקעי פארגעס נישט.
י: געב מיר שפעטער א ביפ צו דערמאנען!

ע"כ די תוכן פונעם שמועס ווער עס האט די מינדעסטע אנהונג וואס די צוויי זענען אויסן געווען מיט זייער שמועס זאל מיך ביטע ביפן...
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

דער חסיד'יש בחור

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

די זון שטייט שוין אין גרויסן אויפן הימל און שיקט אריין אירע שטראלן דורכן פענסטער צום שטוב וואו אונזער צדיק ליגט אויסגעצויגן אין די גאנצן לענג ווי אים מרמז צו זיין: שטיי שוין אויף בחור, אין עולם הדמיון ווארט מען שוין אויף דיר!

דער "פעֶניאַק" (חסיד'יש בחור בלע"ז) פאנגט זיך שוין ב"ה אן אויסצוטשוכענען פון זיין 10 שעה'דיגן "דרימעל", (פארגעסט נישט, ער שלאפט נישט, ער לייגט זיך נאר צו אביסל...) און באשליסט אז ס'איז שוין פארט צייט ארויסצוקריכן פון בעט און אנפאנגען מיט'ן סדר היום. קודם כל דבר, נאכן אפגיסן נעגל וואסער רייבט ער זיך אן די רעכטע האנט אין די לינקע און רופט אויס מיט פאטאס: ב"ה אנגעשעפט פרישע כוחות צו דינען דעם בורא!

און טאמער איז ער אויפגעשטאנען אין א ספעציעל גוטע מוהט, וועט ער צושטעלן אויך די ווערטער "כל עולמים"... (דאס איז אזא מין "טריק" אוועקציוושען דעם "גילטי קאנטשעס" וואס האט זיך אים געשאפען נאכן זיין אנגעשפארט פאר א צירקע 10 שעה) ער ערלעדיגט זיך זיינע זאכן און ער הייבט אן אראפצושפאנען צום ביהמ"ד.

אין מיטן וועג באגעגענט ער אפאר "העווי" בחורים און פירן צווישן זיך א לעבהאפטיגן שמועס און דוקא הויך אויפן קול, אונזער העלד ווי צו פארשטיין שמעקט דאס נישט, שארט ער זיך צו דער זייט און לאזט ארויס א טיפן קרעכץ וואס דריקט אויס מיטלייד מיט די טייערע נשמות וואס האבן נעבעך נישט טועם געווען פונעם עץ החיים.

אנגעקומען צום ביהמ"ד הייבט ער אן זיין טעגליכע "טור", די מקוה איז ווי פארשטענדליך שוין לאנג פארשפארט.

אבער ער האט נישט אין פלאן זיך מייאש צו זיין אזוי שנעל, מיט איין אימפעט הייבט ער אהן צו שטורמען דעם טיר אין שרייט מיט קענטיגע התלהבות "מאך אויף די טיר". למעשה ווערט גארנישט פון זיין אויסברוך און די טיר עפענט זיך נישט.

שוין, מעשה שטן הצליח, וועגן די מקוה העמער שוין באלד זעהן (דא שטעלט ער אריין "בטחון" אינם פיקטשער), דערווייל גיימער כאפן א קאווע פארן באשעפער'ס וועגן, (וויאזוי שטייט נאר דארט? יא! קוה אל ד'...), ער שטעלט אריין אלע אינגרידיענס און שפאצירט זיך געמיטלעך אריין אין ביהמ"ד גלייך צום שאנק און נעמט פון דארט עפעס א טיף חסיד'יש ספר זעצט זיך אראפ אויפ'ן פלאץ, כאפט א קלאץ אויפ'ן ספר און די פאנטאזיע געט אים א כאפ ארויף אויף אירע פליגלען און פליט אוועק מיט אים ערגעץ ווייט ווייט... נאך א פערטל שעה כאפט ער זיך אויף און די נערוון צושפילן זיך אין אים.

אבער מיט א פעסטקייט, ער שטעלט אריין אינעם שטערן אזויפיל קנייטשען וויפיל פלאץ ס'איז נאר דא, ער הייבט אהן קרעפטיג צו זעצן אויפן טיש און שאקעלט דערביי מיטן קאפ הין און הער, מימין לשמאל, ווי להבדיל (איך בעט אייך זייער איבער) א פערד...

געענדיגט מיט דעם מאכט מען א שטיקל סך הכל, די מקוה טיר שוין צאמגעזעצט א קאווע שוין אריין געגאסן אין מאגן און אפילו צובלעטערט דערביי א חסידיש ספר, וואס איז ווייטער אויפ'ן פראגראם?

יא! האַכאָנעֶס! פארט מען צום סינק און פילט אן א גלעזעל וואסער און היידא, אריינגאלאפירט אין ביה"כ און איז קובע מקום פאר א שיין שטיקעל צייט ביז דער יודע תעלומות האט זיך מרחם געווען און אריין געשיקט א געדאנק אז ס'איז נאך דא דאווענען אויפ'ן אגענדע.

ער יאגט זיך אריין אין ביהמ"ד, ער "אינוואדירט" זיין תפילין בייטל און ווארפט זיך ארויף דערויף און צוקישט עס פון אלע ד' כנפות...

יעצט נעמט ער אפיר דעם בארדיטשובער סידור'ל און פאנגט אן מיט א ברען "לשם יחוד", (הגם דער עולם שטייט יעצט שטילע שמו"ע, אבער עס מאכט נישט אויס, אדרבה...), ער ציוויקעלט די רצועות, צועפענט דאס בית'ל, פארט ארויף מיט די תפילין, און קנאקט אפ א הילכיגן להניח תפילין און תוך כדי דיבור נאך איינס (זעט אויס ס'איז נישט געלונגען די ערשטע מאל...) און שמייסט ארויף מיט איין שאס די רצועות, פיין, געענדיגט מיט דעם, גייט ארויס וואשן די הענט, טרעפט ער דארט א צווייטן בחור וועם ס'איז אויך געלונגען צו שלעפן די צייט ביז אהער... און דא הייבט זיך אהן א שמועס אויף לשון קדוש וועלכע מיר וועלן דא איבער געבן ווארט ביי ווארט:

- נו,נאָ? (אויף אונזער לשון וועט דאס הייסן: האסט שוין געדאווענט?)
- נו עֶה! (ד.ה. חלמא טבא חזיתא...)
- נאָנאָאָ? (היתכן?)
- או-נו, נו? (און דו האסט שוין דען יא געדאווענט?)
- נו, נאָ נאָ! ע-נו נו? (ד.ה. (לייגט צו קאפ) מילא איך נו שוין, אבער דו, ווי גייט דאס צוזאמען מיט א חסיד'יש בחור?)
ולחסידיש בחור יאמר: אויף צום ווידערזעהן זיך מארגן בערך 10:00 קלאפן אויפ'ן מקוה טיר...
ככלי מלא בושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

דער קארפען קאפ

שליחה דורך ככלי מלא בושה »

מיט ציטערדיגע הענט און געשטרויכעלטע קניען האב איך גענומען מיין פעדער אין האנט אריין מיטן ציל צו שרייבן די פאלגענדע שורות. די ציינער קלאפן מיר פון שרעק און דאס הארץ פלאטערט אין מיר און איז אנגעפילט מיט זארג, איך ווארף מיך פאר פחד ווי אין פיבער איך שפיר אז עס כאפט מיר אהן דאס ניי יעריגע קדחת ווען איך טראכט נאר דערפון, וואס? וואס?.

ממה נפשך ווילסט זאגן? וואס פירסטו נישט אויס וואס דו האסט צו זאגן, איי אפשר ווילסטו ניטאמאל זאגן, טא שטעלט זיך די קשיא,מעיקרא מאי ס"ד?

נאר פאוואליא, כאפט נישט, כ'וועל אייך צוביסלעך אלעס מסביר זיין בטוב טעם ודעת וואס דא גייט באמת פאר, וועט אייך למפרע פארענטפערט ווערן אלע אייערע קשיות, נאר הארכט מיט קאפ!

איך האב געהאט אין פלאן צו שרייבן אן ארטיקל עפעס געוואלדיג! ממש מעוקצך ומדובשך! (איך בעט איבער אייער כבוד טאמער די מליצה איז נישט אויפן פלאץ, אדער אפילו את"ל אז עס איז גראדע יא אויפן פלאץ נאר די ווערטער האבן דייקא נישט קיין שום פשט, ווייל דאס איז ביי מיר אזא געוואוינהייט אז ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן שטעל איך אריין אפאר לומד'ישע לשה"ק ווערטער וועלכע פארטרעטן דעם תירוץ...).

נאר אזוי ווי איך האב אנגעגירט די לענדן און גענומען די פעדער אין האנט האב איך זיך געכאפט אז ס'קען גאר זיין אז נאך דעם וואס דער ארטיקל וועט ערשיינען לאור העולם, וועלן זיין עטליכע קארפן קעפ און אפשר גאר פון די סאמע "שפיצן" ביי וועמען מיינע ווערטער וועלן - מאיזה סיבה שהוא – נישט נושא חן זיין, און דעמאלס אך און וויי צו מיר און צו מיינע ביינער! זיי וועלן דאך מאכן פון מיין ארטיקל אש און פארך, און אויטאמאטיש וועל איך ווערן ללעג ולקלס!

שטעלט זיך נאר פאר אזא מין בילד:

שטייט עמיצער אינמיטן פון א געזעמל צוהערער'ס און די לעצטע גלאצן אויפן רעדנער מיט קעלבערנע בליקן, און דער שפרידעלט מיט ליצנות אויפן חשבון פון מיין ארטיקל, וו. צ. ב. אזא געשליפענס ווי דאס פאלגענדע: "ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען דעם ארטיקל בין איך געווען זיכער אז עס פעלט א שטיקל פון פארדעם, עס הייבט זיך דאך אן עפעס ערגעץ אינמיטן!".

און די חברה אויבער-קעפ פארגייען זיך אין א יאמערליכן געלעכטער וואס הילכט אפ ווייט אוועק צו יענעם עק ביהמ"ד ווי איך זיץ נעבעך און טראכט גארנישט אז דער געלעכטער מיינט גאר מיך?...

אדער מאלט זיך אז פיקח דנן נעמט זיך נאכזאגן עטליכע פראזן פון מיין ארטיקל און זינגט דאס מיט אזא מאדנעם ניגון אז מיינע ווערטער וועלן פארקומען קאמיש, און חברה וועלן אויפסניי אויסשיסן אין א טיפזיניגן געלעכטער... כ'מיין צו זאגן אז פונעם געדאנק אליין לויפט מיר דורך א שוידער אין די ביינער! איך בין גראדע אן עדות טאג טעגליך צו אזעלכע און ענליכע סצענעס, ווייל איך בין שוין כמה פעמים נעבעך געפאלן א קרבן צו אזא איינעם'ס חריפות.

איר קענט אסאך מאל באמערקן אפאר שארפע בליקן וואנדערן פריי ארום אין ביהמ"ד, דאן הערט צו אן עצה פון א גוטן פריינט, ריזיקירט נישט, טוט נישט גארנישט "פאני", טראכט אפילו נישט קיין קורצ'קעפיגע מחשבות ווייל זיין גאנצער מוח איז דענסמאל קאנצענטרירט אויף ווי ער קוקט, א ראי'? לאזט אים קוקן פאר צוויי מינוט אין איין ריכטונג וועט איר זען ווי א געדיכטער פיל-זאגענדער שמייכל באדעקט זיין געזיכט, און אויב למשל לאמיר זיך פארשטעלן אז דער באטרעפענדע פאלט ביי צוריקצוקוקן אויף כביכול דעם שארף-קוקער וועט געשען איינס פון די צוויי, ער וועט אדער זיך ברייטער צושמייכלען לאמר: איך האב דיך געלערענט דרך ארץ! אדער אנשטעלן אזא אומשולדיג בא'טעם'ט פנים אז איר וועט זיך קענען שווערן אז דער בחור האט נאך אין זיין לעבן נישט געשמייכעלט...

גראדע האט זיך ביי מיר געטראפן אז איך האב – גייענדיג צו מיין פלאץ – "אריינגעקאט" אין זייער פראפעטי (דאס רעכענט זיך פון זייערע ד' אמות און ווייטער), באמערק איך פלוצים ווי איינער פון זיי שטעלט אן אויף מיר א שפיזיגן בליק, ער קראצט זיך ביים קאלנער, קוקט אויפן דאך און מורמעלט עפעס צו זיין שותף, יענער דרייט זיך אינסטיקטיוו אויס אין מיין ריכטונג און שיסט ספאנטאן אויס אין א שפאטישן געלעכטער, איך בין אויפן ארט שטיין געבליבן ווי אנגעגאסן מיט א טאפ קאלט וואסער! איר כאפט אפשר וואס דא איז פארגעקומען?.

איך האב אויסגערעכענט אז דאס האט מען גערעדט פון מיר, נו גיי געב זיך אן עצה מיט אזעלכע חברה!

ווער רעדט נאך ווען עס נעמען זיך צוזאם א גאנצע גרופע פון "זאך ארויסהאבער'ס" און מ'לאכט פון די וועלט אז עס גייט א רויעך... יעדע צוויי מינוט (סטאטיסטיש גערעדט...) פארט ארויס פון עמעצען א שארפ'ס און דער עולם קנאקט אויס, מ'קייכט זיך, ס'איז – געלעבט... מ'רייסט אראפ רבנים, ראשי קהילה, און אפילו דער סאמע פרעזידענט אליין ווערט נישט אפגעשוינט מ'רייסט לעבעדיגע שטיקער פון אים און פון זיין ווערטשאפט אז ס'איז א מחי-ה...

מ'לאכט אויס די וועלט מיט אלע זייערע נארישע בייפאלן, דארט אין פענטעגאן זיצן גרויסע קעפ מ'ארבעט אויס און מ'פלאנירט א סטראטעגיע ווי צו פירן די מלחמה, און זיי חלומ'ן נישט אז ערגעץ ווי אין א ביהמ"ד זיצן בחורים און צושטערן אלא זייערע פלענער...

זיי האבן מחליט געווען צווישן זיך אז ניין! די גאנצע מלחמה איז א איבריגע זאך! נו, פון יעצט אין ווייטער קען זיך די גאנצע אמעריקאנע רעגירונג שטעלן אויפן קאפ... איר וואונדערט זיך זיכער וואס איז דער איבערקערעניש לעצטנס אינם ווייסען הויז, מ'ליופט ארום צוטומלט, עס וואלגערן זיך דאקומענטן אויף דער ערד, און דער פרעז' איז מורא'דיג צוטראגן...

פארט צו זייט מוחל צום ביהמ"ד און קוקט זיך אים ווי עס בליצן שארפע רעיונות און פרובירט זיך איינצובעטן ביי זיי מיט שיינעם, געט זיי צו פארשטיין אז עס איז פשוט נישט מענטשליך אוועקצומאכן חדשים לאנגע הארעוואניע בניד אף...

איר דארפט אביסעלע פארשטיין די מענטאליטעט פון די סארט באשעפענישן, אז עס האט אייך איינער פון די חברה "געשענקט" א גוט מארגן, קודם כל דארפט איר ווערן געטשעפעט און דערנאך טראכט אריין וואס דער רמז האט געקענט מיינען און אז איר כאפט נישט דאן ווייסט איר אז איר האט גוט געטראכט... פרובירט ניטאמאל צוריקזאגן א ווארט ווייל זייערע קעפ פארנעמען נישט קיין טיפשות... (אז איר ווילט קענט איר מפשפש במעשים זיין אויב האט איר נישט חלילה פוגע בכבוד געווען לעצטענס...).

ווי איך האב מיך פארקירוועט צו גאר א צווייטע טעמע... שוין פארפאלן איך וועל מיר דא אפשטעלן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג, מלא בושה! יעדער תגובה פארדינט א באזונדערע אשכול!

(די לעצטע נקודה האב איך אביסל בארירט דא אין דעם אשכול).
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט