דער טאג אויף וואס איך ווארט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

דער טאג אויף וואס איך ווארט

שליחה דורך אחד העם »

מיין הארץ עס קרענקט, מיין געפיל עס ברענט, מיין גייסט עס לעכצט, און מיט א געפיל פון האפענונג, זענען מיינע אויגן געוואנדן צום ברייטן האריזאנט, אפשר וועט שוין אנקומען ענדליך דער גורל'דיגער טאג, אולי וועט מיר דער מזל ענדליך צושפילן, און מיינע האפענונגען און חלומות וועלן ענדליך פארווירקליכט ווערן, און מיט א בעטענדע שטומינג ווארט איך אויף מיין טאג, ווען וועט יענער שוין קומען פון דעם אנדערן זייט וואסער, און דערפרייען מיין הארץ, אוו ער וועט מיר אריינמורמלען אינ'ם אויער, וויסן זאלסטו אז דיין ריכטיגע מאמע איז א גוי'ע.. און א נייע וועלט וועט זיך פאר מיר עפענען, און נייע לעבן וועט זיך ביי מיר אנטפאנגען, און דער כראנאלאגישער געפענגעניש וועט געבראכן ווערן, און באפרייען מיין גייסט פון איר פיין, נישט צו דער אלגעמיינער גליק איז מיין הארץ געוואנדן, נישט צו דעם האפט מיין גייסט תמיד, וויל דאס איז שוין ביי מיר גוט באקאנט, אז זייער גליק איז קיין גליק נישט, און דאס קען מיר גליקליך נישט מאכן, און דער גלוסט פון מיין הארץ איז נישט צו באפרייען זיך פון א גלויבן, און פון רעספעקטירן מאטאפיזיע, נאר פונקט דאס פארקערטע, גלויבן איז א ריכטיגע זאך, ווען מען גלייבט ריכטיג אין דער ריכטיגע, און מיין גלוסט איז זיך אריינטאן אין א גלויבן, א ריכטיגער, וואס מיין גייסט און זעהל זאל דאס פארשטיין, און באפרידיגט מיט דעם זיין.

אנגעהויבן האט זיך דאס אויף א שיינעם פרימארגן, ווען איך מיט מיין ליבער פאטער, שפאצירן אויף די נארוואס-ארויסגעקומענע זונען שטראלן, די גראז נאך פייכט, און מיין ליבער פאטער, האט געוואלט יידישקייט בא'טעמ'ט מאכן פאר זיין זון, וואס צו זיין אנטוישונג האט ער דאס גאנץ ביטער אויפגענומען, אזוי גלעטענדיג זיין זילבער גרויער לענגליכער בארד, האט ער פאר זיין זון פארציילט א געשיכטע, פון א אידישער יונגל, וואס האט אין זיין ישיבה ערהאלטן א בריוו, וואס אין דעם בריוו מאכט מען אים קלאר אז ער, דער ישיבה בחור איז גאר קיין יוד נישט, און ער האט פארלאזט די ישיבה און מיט דעם דעם אידישן גלויבן. און מיין ליבער פאטער, מיט זיין זיסער בא'חנ'טער שמייכל, האט מיר צוגעלייגט, ווי צוויי אידישע פערזאנען האבן זיך געקריגט וואס זיי וואלטן געטאן, ווען צו זיי קומט אזא בריוו אן, וואס וואלטן זיי ווען געטאן. איינער האט געזאגט אז ער וואלט געלאפן זיך שנעל מגייר זיין, און דער צווייטער האט געזאגט, אז ער וואלט געגאנגען צום ערשט מקריב זיין א קרבן אויף א במה, וויל נאר א גוי קען מקריב זיין זיינער א קרבן אויף א במה.

און גלייך האט די מעשה עפעס אנגעהויבען ארומטאנצען ביי מיר אין מח, איך האב מיט א האלבן שמייכל געקוקט אויף מיין פאטער און צו אים געזאגט, טאטע'שי, א שיינעם דאנק פאר די שיינע מעשה. און מיר האבן זיך געשיידט, ער צוריק צו זיין דיקער גרויסער גמרא, איבערלייגענדיג זיך אויף די גרויסע ברוין אויסגענוצטע בלעטער, און איך מיט א הארץ פיל מיט געפילן אומבאקאנטע, און מיט א מח פיל מיט געדאנקען, בין איך געגאנגען אריין אין דערנעבענדיגער וועלדעל, מיט האפענונג אז די שיינע נאטור וועט מיר עטוואס צוהעלפן סארטירן מיינע געפילן און געדאנקען.

איך זעץ מיך אויף א גרויסן שטיין, גאנץ א הויכער, אויבן שיינט דער זון, אבער זיינע שטראלן דערגרייכן נישט מיר, די גרויסע דיקע געדעכטע ביימער מאכן דעם שאטן ווי עס געהערט, א מילדע ווינטל בלאזט אדורך, דער גערויש ווי עס פאר'כישופ'ט מיר, איך פארמאך מיינע אויגן, עפעס שפיר איך זיך ביי מיר עטוואס עפעס א געהאלפענער, א שטיקל באפרייטער, און איך קען נישט דערגיין און דערגרונטעווען די אורזאך פון דעם. איך טראכט און טראכט, וואס האט זיך אין מיר גענדערט, וואס האט מיר געקענט עטוואס בארואיגן? פון די הונטערשטע מח קעמערלעך, שפרינגט פלוצים ארויף א געדאנק, און עס זאגט מיר דער אורזאך אין איין ווארט: "האפענונג".

ביז איצט האב איך זיך תמיד ארומגעדרייט מיט געדאנקען ביטערע, אן זעענדיג אן ענדע צו מיין ביטערע קייט, פארוואס איך בין אזא געבינדענער, פארוואס קען איך נישט קלערן און פילאסעפירן און אלע פילעזאפישע שטרעקעס אן דעם וואס ערגעץ טיף ביי מיר און הארץ זאל פלאטערן א געפיל, א באשולדיגונגס געפיל, וואס האלט מיר פאר פארן טראכטען אזאנע געדאנקען, און פארוואס זאל איך נישט קענען פרעגען מיינע געוואגטע פראגן אן דעם וואס מען זאל אויף ווארפן פון אלע זייטן שארפע בליקן, און אויפגעברויזטע גרימאסן, און פארוואס זאל איך זיך נישט קענען פארטיפן איבער די ווערק פון אריסטאטל און זיינס גלייכן ווי זיי באהאנדלען אסאך פראגן וואס ענגבערט מיר, ווען איך האב געליינט די געשיכטע פון שפינאזע, וואו ער האט זיך אנטזאגט פון זיין אפשטאם און פרייערהייט געקימערט זיינע געדאנקען צו וועלכן ריכטונג ער האט נאר געוואלט, האט זיך אין מיר אנגעצינדן א פייער פון קנאה, און גאר א לאנגע צייט האט זיך מיר געגלוסט דאס נאכמאכן, און ביינאכט האט זיך מיר אנשטאט דער רעליגיעזער ברכת המפיל, זיך אונטערגעזונגען קאפלאנ'ס געזאנג פון שָׁקְעָה חַמָּה שָׁקְעָה נַפְשִׁי, זעלבסט פארשטאנדיג מיט גאר אן אנדערער באדייט ווי דעם פארפאסער זעלבסט. און ביי דער זון אויפשיין, אנשטאט דעם טראדיצינאלער פראזע פון מודה אני, האט זיך מיר אונטערגעמורמעלט די ווערטער פונם געזאנג אִם לָזֹאת קָרָאתָ חַיִּים אֱמֹר נָא אֵלִי מַה זֶּה מֵת, מיין גייסט איז געווען פארפלאגט פון די דרוק פון אירע עגבערנישן, און געגלוסט צו א פרייער טראכט, און מיין מח האט תמיד זיך געפרעגט, וועל איך נאך קענען אמאל הערשן אויף מיינע געדאנקען, און נישט פארקערט, אז זייטיגע חשבונות און געפילן זאלן קאנטראלירן אירע געדאנקענ-גאנגען.

אבער איצט, בין איך עטוואס אביסל ארויס פון מיין געפענגעניש, איך בין איינגעשפאנט צו דער האפענונג, אז איין טאג, וועל איך נאך קענען א פרייער זיצן און טראכטן אוואו, און אין וואס, עס גלוסט זיך מיר, און איך וועל מיך קענען מחייב זיין מיין רעליגיע און נישט פארקערט אז די רעליגיע זאל מיך מחייב זיין, און ווען דער טאג וועט ענדליך אנקומען, און יענער וועט מיר רוימען אין אויער די פרייעדיגע בשורה, אז די ביסט גאר קיין איד נישט, דיין ריכטיגע מאמע איז א גוי'ע, וועל איך פונדאסניי, אויסגלייכען מיינע געדאנקען, און וועלן מיינע גלויבנס, פילסופירן גאט'ס עצם, טראכטן געוואגטע געדאנקען אויפן באשאף, און זיך צו שארן צו די אידישע רעליגיע מיט מיין אויספיר, און מיט מיינע הכרחים, וועגן גאט און זיין רעליגיע, און מיין גייסט און זעל, וועלן זיך פרידיג בייגן דעם רוקן צו גאט און זיינע חוקים.

דער האפענונג עס דערפרייט מיר, עס בארואיגט מיין שטורמישן גייסט, אויפן האריזאנט דערקענט זיך נישט יענעמ'ס אנקומען, אבער ביי מיר איז דער האפענונג וואס עס האלט מיך, און בקרוב בקרוב וועל איך דאס דערלעבן.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר