זמן ערש"ק ועשיית מלאכה - סאטמאר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

זמן ערש"ק ועשיית מלאכה - סאטמאר

שליחה דורך נס קאווע »

ווי עס איז אנגענומען מער ווייניגער אין סאטמאר איז די זמן ערש"ק 15 מינוט פאר די שקיעה און מען טוט מלאכות ביז די שקיעה, געוויסע דיינים וועלן לאזן אין קעיס אוו עמערדזשענסי טוהן א מלאכה ביז 13 מינוט נאך די שקיעה וואס איז 28 מינוט נאכן זמן (אויב איך מאך א טעות און מ'רעדט פון 28 מינוט נאך די שקיעה זייט מיך מעורר).

די שאלה איז וואס טוט זיך נאכדעם, אינדערהיים ווי איך הער (נישט קאנפירמד) האט מען געטוהן מלאכות ביז 13 אהאלב מינוט פאר די ר"ת וואס איז 68 און אהאלב מינוט נאך די שקיעה וואס דעמאלטס הייבט זיך אהן די תוספות שבת, אוודאי איז אין יעדן מקום געווען אנדערש.

וויזוי ס'האט זיך געשאפן ווי מ'רופט עס די התאחדות הרבנים זמן ערש"ק, גייט די לעגנדע אז די התאחדות האט געוואלט אז די חסידים זאלן זיך צושטעלן צו די ליטאים ערש"ק און די ליטאים זאלן נישט הבדלה מאכן ביזן ר"ת וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסן פייג, נאר אונז זעמיר געבליבן משועבד צו די שקיעה.

ווי כ'האב געהערט איז דא א קרייז אין סאטמאר וואס טוען יא מלאכות שפעטער (כ'ווייס נישט ביז ווען) ווייל ווי אויבן דערמאנט האבן זיך די ליטאים נישט צו געשטעלט, ווי אויך לויט זיי איז עס געווען א אייגענע איידיע פון געוויסע רבנים און ס'האט נישט געהאט סאטמארער רב'ס צושטימונג, ממילא איז עס קיינעם נישט מחייב.

האב איך געוואלט בעטן אויב איינער ווייסט פאקטן הלכות אדער מנהגים מיט א געשריבענע מקור זאל ביטע מהנה זיין.

דיסקלעימער - קיינער זאל ח"ו נישט ארויס נעמען א היתר אויף עפעס, נאר תורה און מחשבה היא וללמוד אני צריך.
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

דאס וואס אינדערהיים איז געווען א שפעטערע זמן, גלייך פאר'ן קריג האבן שוין רוב פלעצער נישט געטוהן מלאכה נאכן שקיעה, און אפילו די וואס האבן מקיל געווען אין די זמן געווען איידער עס ווערט טונקל און נישט אזוי שפעט ווי 58 מינוט.
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך qwerty »

אפשר ווייסט איינער צי עס איז דא וועגען דעם אין ספרים פין שו"ת און אויך א מקור ווי מען האט זיך אזוי געפירט, פילע דורות פאר סאטמער?
תלמיד חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 5:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך תלמיד חכם »

הרב ישראל דוד הארפנעס שליט"א -מחבר ישראל והזמנים.
איך מיין אין זיין ספר שטייט אלעס ארום די זמנים.

אגב האב איך געזעהן אין זמירות סאטמער (תמרים )אז ווען רבינו יואל זי'ע איז געווארען רב אין ארשיווא, האט ער געדאוונט מנחה ערב שבת ביים זמן ,ווייל די עולם זאל נישט מיינען מען קען טוהן מלאכות ביז ער דאוונט מנחה שפעט ,אין נאך א תקופה האט ער ווידער געטוישט. מען זעהט פון דעם אז א רבי-רב דארף נעמען אחריות.
תלמיד חכם -לערנט זיך צי ווערן א חכם
א גנב איז דער וואס גנב'ט,נישט דער וואס קען גנב'ן
א תלמיד חכם איז דער וואס לערנט,נישט דער וואס קען לערנ'ן ,קרעדיט הבית בלוי.
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

אפילו הראט פאר די קריג האט שוין יעדער געטוישט דארף מען פארשטיין פארוואס האט מען דעמאלטס געטוישט פארדעם האט יעדער וואס ענדיגט שבת ביי ר"ת געמאכט שבת שפעטער ווי די שקיעה

אפילו פארן קריג וואס אין געוויסע פלעצער האט מען מחמיר געווען לענין שבת האט מען אין אנדערע זאכן ווי למשל איינפאסטן תשעה באב נישט מחמיר געווען און תוספות שבת קען נישט זיין אזוי לאנג והשנית פארוואס איז מען היינט יא מחמיר אויף דעם

עס איז א באקאנטע זאך אז התאחדות האט עס איינגעפיהרט די זמנים פריער ליהא אז מען האט שוין פריער געמאכט פריער ווי ר"ת שבת ווען איז געווען די זמן פאר די ערשטע קריג, פאר די צווייטע קריג, נאך די צווייטע קריג?
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

לשון החתם סופר או"ח סימן פ'
"והנה אנחנו כלנו במדינות אלו עושי' במלאכה עש"ק עד קרוב לשעה או ג' רביע שעה קודם צאת הככבים נמצא אנו תופסים במוחלט כשיטת ר"ת ואיך .......
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

למעשה?

שליחה דורך qwerty »

יהושע חיים האט געשריבן:לשון החתם סופר או"ח סימן פ'
"והנה אנחנו כלנו במדינות אלו עושי' במלאכה עש"ק עד קרוב לשעה או ג' רביע שעה קודם צאת הככבים נמצא אנו תופסים במוחלט כשיטת ר"ת ואיך .......



למעשה:

איז נאך דאך פרימע אידען היינט ציטאג וואס האלטען אז בנוגע למעשה, איז דער זמן איסור מלאכה, יעצט אויך, נאך די שקיעה?
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

נס קאווע האט געשריבן:ווי כ'האב געהערט איז דא א קרייז אין סאטמאר וואס טוען יא מלאכות שפעטער (כ'ווייס נישט ביז ווען) ווייל ווי אויבן דערמאנט האבן זיך די ליטאים נישט צו געשטעלט, ווי אויך לויט זיי איז עס געווען א אייגענע איידיע פון געוויסע רבנים און ס'האט נישט געהאט סאטמארער רב'ס צושטימונג, ממילא איז עס קיינעם נישט מחייב.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איינער האט ערגעץ געשריבן וועגן א היימישער איד וואס עסט ן ערב תשעה באב ביז אפאר מינוט פאר'ן זמן ר"ת. יענער טענה'ט אז ביי א דרבנן דארף מען נישט גיין מיט די שקיעה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

דער אבן הבוחן

שליחה דורך qwerty »

זר זהב האט געשריבן:איינער האט ערגעץ געשריבן וועגן א היימישער איד וואס עסט ן ערב תשעה באב ביז אפאר מינוט פאר'ן זמן ר"ת. יענער טענה'ט אז ביי א דרבנן דארף מען נישט גיין מיט די שקיעה.


דער אבן הבוחן איז צי ער גייט לפי שיטת ר"ת נאר ווען ער פאנגט אן דעם תענית אדער אויך ווען ער ענדיקט, און גייט זיך אפפאסטעו? ;)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

ספיקו דרבנן לקולא אבער דער זמן וואס מען ריפט היינט ציטאגס שקיעה איז בכלל נישט געווען קיין ספק אז מען נעמט עס נישט אהן אבער נאך בין השמשות דר"ת מעג מען עסען (סיי איינפאסטן און סיי אויספאסטן) אבער מען האט נישט געזען זיך אזוי פירן
אינטערסאנט אז נאר די ר"ת אידן זענען מקפיד אויף די "אדערע" זמן (נישט ווי זייער מסורה) אבער די שקיעה אידן זיי האבן עפעס נישט וואס מחמיר צו זיין איז איינער וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך אביסל מיט זמנים זעט אז יעדער איד האלט שקיעה און נאר א חלק חשוב פון די חסידשע ציבור האלט ר"ת אויך מיינט דאס א ר"ת איז נאר א חומרא ודו"ק (און אפשר קען מען זאגן א יישר כח פאר די אידן וואס טיהן נאך מלאכות נאך די שקיעה אזוי זעט מען אז די שקיעה איז די חומרא און ר"ת איז די עיקר און נישט פארקערט)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די אמת איז דאך אבער אז ר"ת איז נישט די עיקר נאר די חומרא, שאל אביך ויגדך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

ר"ת איז ביי אינז (מדינת אונגארן פולן גאליצע) דער עיקר עי' לעיל דברי החתם סופר
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

יידל האט געשריבן:די אמת איז דאך אבער אז ר"ת איז נישט די עיקר נאר די חומרא, שאל אביך ויגדך.

ווי געזאגט פלעגט מען אמאל גיין לקולא ביזן ר"ת אדער 13 אהאלב מינוט פארדעם אלס תוספות שבת די שאלה איז ווען מ' האט אנגעהויבן צו גיין מיט די שקיעה זעה פון דעם אז אז די עיקר איז ר"ת די שקיעה איז א חומרא וואס מ' האבן אנגענומען

לגבי שאל אביך ווייס איך נישט פון ווי דו שטאמסט איך רעד פון די קרייזן וואס ווארטן אויף ר"ת אויסצופאסטן
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך qwerty »

יהושע חיים האט געשריבן:ר"ת איז ביי אינז (מדינת אונגארן פולן גאליצע) דער עיקר עי' לעיל דברי החתם סופר


וויפל מינוט נאך די שקיעה איז דער זמן וואס מ'קען עסן נאך יעדע תענית? - ווי עס פירן זיך היינט די אלע וואס זענען " ביי אונז (מדינת אונגארן פוילן גאליציע) "
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

עס איז דא א ספר פון צוויי בענדער וואס הייסט "הזמנים בהלכה", געשריבען דורך א איד פון א"י הרב בניש. אין די צווייטע באנד האט ער א גאנצע פרק ווי ער איז דן די השתלשלות המנהגים אין דעם ענין ביי אסאך מקומות אין אייראפע פון פארשידענע תקופות, ובתוכם "ביי אונז". ער ברענגט דארט פארשידענע לוחות און זמנים צעטלעך פון אונגארין וואס ווייזען צוויי זאכן: א. אז די חומרא פון מקבל שבת זיין פאר די שקיעה איז געווען גאנץ מצוי, אפילו אין אסאך פון "אונזערע מקומות", ב. אפילו די וואס האבן נישט מקפיד געווען אויף שקיעה איז זייער זמן פאר כניסת השבת געווען אסאך פריער ווי 58 מינוט, נאר עס האט געוואנדן אין די ראות העין פון ווען עס איז געווארן טונקעל, און פאר דעם האט מען צוגעלייגט פאר בין השמשות און תוספות שבת.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

געזען ערגעץ (כ'געדענק נישט אויפן מינוט וואו) אז אין קראקא האט מען געטוהן מלאכות בערך א האלבע שעה נאכן שקיעה, און אזוי האט מען געהערט פון טייל עלטערע און בשם אסאך אידן פונם פריערדגן דור, בערך דעם זמן.
אגב אין ווארשא איז אמאל ארויס א קול קורא אז אזוי ווי דער זמן כניסת השבת איז נתרשל געווארן, זאל מען פון דרייצן מינוט נאכן שקיעה נישט טוהן קיין דאורייתא.
שמעתי אז די זמן איז בין השמשות דר"ת לפי דער מנחת כהן, ואכמ"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בנוגע ספק דרבנן ביי תעניות

א) ת"ב האט די חומרא פון א דאורייתא ובין השמשות שלו אסור. וכן הדין אז איינער האלט שבת צוויי זמנים מחמת 'ספק', איז די זעלבע ביי ת"ב. (ספק ביהש"מ דינו כביהש"מ, כמבואר במג"א ומחצה"ש ר"ס רס"א)

ב) אין עושין ספק דרבן לכתחילה

ג) ביים אויספאסטן, שאני אפוקי יומא מעיולי יומא וועגן ס'איז שוין הוחזק יום. (די צוויי לעצטע טענות זענען גילטיג אויך ביי שאר תעניות)

(מקור; מג"א ופרמ"ג ריש סי' תקס"ב)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

יהושע חיים האט געשריבן:געזען ערגעץ (כ'געדענק נישט אויפן מינוט וואו) אז אין קראקא האט מען געטוהן מלאכות בערך א האלבע שעה נאכן שקיעה, און אזוי האט מען געהערט פון טייל עלטערע און בשם אסאך אידן פונם פריערדגן דור, בערך דעם זמן.
אגב אין ווארשא איז אמאל ארויס א קול קורא אז אזוי ווי דער זמן כניסת השבת איז נתרשל געווארן, זאל מען פון דרייצן מינוט נאכן שקיעה נישט טוהן קיין דאורייתא.
שמעתי אז די זמן איז בין השמשות דר"ת לפי דער מנחת כהן, ואכמ"ל.


אקעי, כפי הנראה ווייסטו ניטאמאל וואס עס איז דער זמן פון מנחת כהן....
איך האב נישט יעצט קיין צייט, אזויפיל קען איך זאגן, אויב ווילסטו חושש זיין צום מנחת כהן, איז דער זמן וואס איז אין רוב אייראפא 15 מינוט נאכן שקיעה, איז אין ניו יארק א גוטע פאר מינוט ''פאר'' די שקיעה.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

אשכנ האט געשריבן:עס איז דא א ספר פון צוויי בענדער וואס הייסט "הזמנים בהלכה", געשריבען דורך א איד פון א"י הרב בניש. אין די צווייטע באנד האט ער א גאנצע פרק ווי ער איז דן די השתלשלות המנהגים אין דעם ענין ביי אסאך מקומות אין אייראפע פון פארשידענע תקופות, ובתוכם "ביי אונז". ער ברענגט דארט פארשידענע לוחות און זמנים צעטלעך פון אונגארין וואס ווייזען צוויי זאכן: א. אז די חומרא פון מקבל שבת זיין פאר די שקיעה איז געווען גאנץ מצוי, אפילו אין אסאך פון "אונזערע מקומות", ב. אפילו די וואס האבן נישט מקפיד געווען אויף שקיעה איז זייער זמן פאר כניסת השבת געווען אסאך פריער ווי 58 מינוט, נאר עס האט געוואנדן אין די ראות העין פון ווען עס איז געווארן טונקעל, און פאר דעם האט מען צוגעלייגט פאר בין השמשות און תוספות שבת.

פארגעס נישט די צווייטע חלק, ער איז מברר קלאר (נישט להלכה, פשוט מציאות הדברים), אז ביז פאר 150 יאר צוריק בערך, האט רוב כלל ישראל, נישט געהאלטן קיין 72 מינוט, רוב האבן נישט געהאלטן קיין רבינו תם בכלל, און די וואס יא, אליך נאר לפי האופק, די איינציגסטע וואס האבן זיך יא אביסל געהאלטן צו פשטות פונעם ר''ת (הגם אויך נישט ווי היינט)זענען געווען געוויסע ספרדים, בעיקר אין א''י. די ''72'' עיז בעיקר פארשפרייט געווארן אין די אנהויב ת''ר, מבית מדרשם של צאנז ובעלזא.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

למעשה האט מען געהאלטן ר"ת אפילו לקולא
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

ווען?
און דו מיינסט ''רבינו תם לפי האופק''.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פארשפארט