יאסעל'ע ראזענבלאט

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

יאסעל'ע ראזענבלאט

שליחה דורך משה געציל »

וועלעכע שטיקעל גלייכט איר דאס מערסטע פון יאסעלע? איך פארשטיי אז דאס איז זייער א שווערע שאלה ווייל יאסעלע'ס שטיקלעך זענען אלע אויסגעצייכענט איינס נאכען צווייטען, אבער דאך מאכט זיך אמאל וואס מען הערט א שטיקעל וואס מען קען זיך ממש נישט שיידען, איך וועל צוטיילען די שאלה אין צוויי קאטעגאריעס, איינס - וועלכע שטיקעל האלט איר איז די שענסטע, ווארעמסטע, טיפסטע, וכדו'? (געוואנדען ביי יעדען ווי אזוי ער טייטשט אפ שיין). די צווייטע חלק - וועלכע שטיקעל איז דאס מערסט קינסטלעכער שטיקעל פון יאסעלע? (קינסטלעך א שטייגער ווי לא תחמוד, מי ידמה, וכדומה).
איך וועל אנפאנגען מיט צוויי, אלטס א שיין ווארעם שטיקעל וואס באנעמט מיך דאס מערסטע וואלט איך געקליבען, אנת הוא דשליט על כולא וכו', בעיקר פון ויהא רעוא קדמך... קדמך יהא רעוא... יהא רעוא קדמך... וגו'... אה... עס צוגייט דאך ממש אין די גלידער...
אלטס א קינסטלעך שטיקעל איז מיין אויסוואל, ואף הוא היה מתכון לגמור את השם וכו', מיטען הויכפונקט פון, קרישתו ימס עד עת הזיה קפוי פן יהיה ותעדר סליחה... קח לחשת חת במחתת פרוים... במחתת פרוים קח לחשת חת... קח לחשת חת במחתת פרוים... במחתת פרוים קח לחשת חת... קלוי וגלד רך... וכו' קבל בתכה שלשה קבין גחלים... וגו'.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך גלייך זייער זיין אלוקי נשמה ,ס'איז הארציג און אביסעלע אפביעט UPBEAT ביי די ענד. מודה אני לפניך מודה אני לפניך... איך בין אויפגעוואקסן מיט אפאר פון זיינע טעיפס איינרעדענדיג זיך אז איך קען אלע זיינע ניגונים, למעשה קען איך נישט רוב ניגונים, איין ניגון וואס איך האב אלץ געהערט און איך האלט אז ס'איז פון זיינע קונצליכע שטיקלעך איז ר' ישמאעל אומר בשלוש עשרה מידות.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אויב איך האב נאך עפעס א בעלות אויפען אשכול וואלט איך געבעטען אז פאר די אלע קליפס זאל מען שאפען א באזונדערע אשכול, דער אשכול זאל בלייבען בלויז איבער יאסעלע.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

משה געציל האט געשריבן:אויב איך האב נאך עפעס א בעלות אויפען אשכול וואלט איך געבעטען אז פאר די אלע קליפס זאל מען שאפען א באזונדערע אשכול, דער אשכול זאל בלייבען בלויז איבער יאסעלע.

אז דו בעטסט זיך אזוי, איך פלעג אויסהערן מיוזיק בכלל און חזנות בפרט אסאך מער, וואס קען מען טוהן, אבער איך פראביר זיך צו דערמאנען א שטיקל וואס איז סיי ארטיסטיש און סיי הארציג (וואס בד"וו איז הארציגקייט אויך א ארט) שווימט ארויף רצה עתירתם, וואס הייבט זיך אן ארטיסטיש, אביסל לא תחמוד געשטימט, אבער ביים רצהההההה עתירתם, בעע....ע.עמדם בלילות, שעה נא ברצון, כקרבן כליל ועולות, ווערן אלע חושים אנגעווארעמט, דארנאך אביסל אפ-ביעט ביים לשמוע, לשמוע, לשמוע אל הרינה.. און דערנאך דעם קלימאקס מיט ליייישמוע, אל הרינה, הרינה, ואאאאאאל, ואאל, ואל התפילה!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

הבן יקיר לי אפריייייייייים אם ילד ילד שע שע שע שע שע עואים כי מידי דברו בו זכור זכור אזכרנו עוד. יעצט צום הויכן פאל, אוי הבן יקיר לי אפרים .. זייער ווארים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

הארציג - הנני העני
קונצליך - עד הנה (געזינגן דורך ראזענפעלד)
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

זר זהב האט געשריבן: איין ניגון וואס איך האב אלץ געהערט און איך האלט אז ס'איז פון זיינע קונצליכע שטיקלעך איז ר' ישמאעל אומר בשלוש עשרה מידות.

ס'הייסט אז די ניגון האט ער געמאכט ביי א קאנטעסט מיט קווארטין, קווארטין האט געמאכט טיהר רבי ישמאל עצמו.
פאזעטיוו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 8:39 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאזעטיוו »

דאר ניגון רבי' ישמעאל איז א חידוש פון א ניגון, אזוי מין גוט אפצולערנען די ברייתא פון רבי' ישמעאל, ללמד לא ללמד על עצמו יצא אלא אלא ללמד על הכלל כלו יצא...
טראכט גוט (פאזעטיוו) וועט זיין גוט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א מבין האט מיר אמאל געזאגט אז ביי ר' ישמאל אומר מאכט יאסעלע עפעס א קונץ וואס נאר ער האט געקענט טון, ביי "דבר הלמד מעינינו ודבר הלמד מסופו" וואו ס'הייבט אן פון אונטען און קומט אן ביזן העכסטן טאן, ער גייט דורך אלע 7 טענער אין א רייע אן אויסלאזן אדער שטיין בלייבן בטעות אויף איין טאן, סיז זייער שווער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
צוויבל מיט איי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך צוויבל מיט איי »

זר זהב האט געשריבן:א מבין האט מיר אמאל געזאגט אז ביי ר' ישמאל אומר מאכט יאסעלע עפעס א קונץ וואס נאר ער האט געקענט טון, ביי "דבר הלמד מעינינו ודבר הלמד מסופו" וואו ס'הייבט אן פון אונטען און קומט אן ביזן העכסטן טאן, ער גייט דורך אלע 7 טענער אין א רייע אן אויסלאזן אדער שטיין בלייבן בטעות אויף איין טאן, סיז זייער שווער.


זאג דעם מבין דיינער אז ער זאל רעדן ווייניגער שטותים. ביי דבר הלמד מעינינו גייט יאסעלע ארויף א פשוטע מיינער קארד, זייער שיין באט נאטינג ספעשאל.
צוויבל מיט איי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך צוויבל מיט איי »

אברעמעל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן: איין ניגון וואס איך האב אלץ געהערט און איך האלט אז ס'איז פון זיינע קונצליכע שטיקלעך איז ר' ישמאעל אומר בשלוש עשרה מידות.

ס'הייסט אז די ניגון האט ער געמאכט ביי א קאנטעסט מיט קווארטין, קווארטין האט געמאכט טיהר רבי ישמאל עצמו.


לא היה ולא נברא
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

צוויבל מיט איי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:א מבין האט מיר אמאל געזאגט אז ביי ר' ישמאל אומר מאכט יאסעלע עפעס א קונץ וואס נאר ער האט געקענט טון, ביי "דבר הלמד מעינינו ודבר הלמד מסופו" וואו ס'הייבט אן פון אונטען און קומט אן ביזן העכסטן טאן, ער גייט דורך אלע 7 טענער אין א רייע אן אויסלאזן אדער שטיין בלייבן בטעות אויף איין טאן, סיז זייער שווער.


זאג דעם מבין דיינער אז ער זאל רעדן ווייניגער שטותים. ביי דבר הלמד מעינינו גייט יאסעלע ארויף א פשוטע מיינער קארד, זייער שיין באט נאטינג ספעשאל.

ביסט גערעכט. ס'ווערט טאקע א מיינער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
משמרת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 04, 2012 10:46 am
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך משמרת »

משה געציל האט געשריבן:אויב איך האב נאך עפעס א בעלות אויפען אשכול וואלט איך געבעטען אז פאר די אלע קליפס זאל מען שאפען א באזונדערע אשכול, דער אשכול זאל בלייבען בלויז איבער יאסעלע.

אפגעטיילט:
viewtopic.php?f=23&t=762
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

מיינע צוויי סענט, די "יהי רצון'ס פאר אחינו, אוי איז דאס חכמה, עמוק עמוק מאד, ס'איז הארציג, זיס, קונצליך, אנגעהויבן פון "מיינער" ביי די ערשטע צוויי יהי רצונ'ס, פון דארט אריין צום זיסן צוקערדיגן "מעידזשער" מיטן זיסן סעמי קאפ שטומע, און ווער רעדט נאך ווען ער האלט ביי דעם "ונאמר" עפעס א מין זיס הימליש קלאנג, און דערנאך קןמט דער לעצטער יהי רצון ווי ער זינגט מיט פאטאס "שנשמע ונתבשר", דאן ביי "ויקבץ" קומט ער צירוק צום "מיינער", ווי אויך די מיוזיק שפילט עפעס מורא'דיג צו. ביי מיר איז דעיס פון די שטיקלעך וואס כ'קען איבערהערן עני טיים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך ווער קראנק פאר רחם נא. און נא. די ניגון פון "שלא אחטא עוד וכו' ומה שחטאתי לפניך וכו' . וואס מ'זאגט יו"כ ביים דאווענען. כ'געדענק שוין נישט די אנפאנג, נאכדעם גלייך איך שטארק עקביא, און והוא רחום, ספירת העומר, און נאך עטליכע ליגט עס מיר יעצט נישט אין קאפ פונקט
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

איך ווער משוגע פאר "מתרצה ברחמים", איך קען אנשטעלן מיין מעשינקע אויף ריפיעט אין אזוי גייט עס איבער אין איבער ביז........ יא ס'רעבעצען ווערט ציפלאצט
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

אלץ איינער וואס האט ליב צו זינגען, איך האב שוין אויסגעהערט פלענטי חזנים, זינגערס, אפערע, פאפ, יו נעים איט. בין איך צוגעקומען צו איין מסקנה, יוסלע; יוסלע; יוסלע; די וועג ווי אזוי ער זינגט די קלארקייט ד אמתדיקייט ווען צי קוועטשן ווען צו שרייען ווען צו דרייען ווען מ'הערט איהם פילט מען יא, ער זינגט ריכטיג ער באנעמט מיך, אזוי און נאר אזוי וויל זיך עס זינגען, הערסט אבער א אנדערע חזן טראכט זיך אה וואו דא האט ער ארויפגעצויגן דא האט ער געדרייט אבער ס'יז נישטא א הנאה מושלמת נאר געשטיקלט אבער יוסלע, הי העס איט אלל כמעט קיין איין חזן קענסטו נישט זעהן אזא אבסאלוט קאנטראל אויפן שטומע און איך מיין נישט דוקא ווען ער דרייט בקיצור איך בין אייביג צוריקגעקומען צו יוסלע
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איין זאך וואס רעגט מיך געפערליך אויף ביז בייז בלוט איז דאס אז די אדרת קאמפעני מאכט יעצט געלט אויף אונזערע גאטשעס מיטן ארויסגעבן זיינע ניגונים נאכאמאל און נאכאמאל ווי א מעלה גרה, אבער ממש די זעלבע ניגונים נאר קודם אין פיר וואליומ'ס און יעצט אין א ימים נוראים קאלעקציע און נאכדעם אין א שבת אלבום און באלד וועט קומען א אפשערן אלבום. איך גיי יעדע מאל מיט א חשק זיך איינקויפן די סידיס ווייל מ'טאר דאך נישט גנבענען און קאפיען , און אודך יעדע מאל א פראסק - די זעלבע ניגון נאכאמאל . פאר א ביינדל ווארפן זיי צו עטליכע אומבאקאנטע וועפערישע תנועות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס נישט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך פארוואס נישט »

מה אני מה חיי, ווער בין איך אריינצורעדן צווישן אזעלכע בקיאים, איך ווייס נישט פון קיין מיינער און מעידזשער צו זאגן, אבער אז מ'רעדט פון יאסעלע אויף וועם איך קען זאגן אז איך האב פארברענגט אויף זיינע רעקארדירונגען א גוטע .... עם עם... איך ווייס אליינס נישט, אבער אפאר הונדערט שעה זיכער, וועל איך אריינווארפן מיינע פאר סענט.

איז אזוי, צווישן די ניגונים וועלכע איך גלייך די מערסטע צילוב זייער ווארימקייט און/אדער שיינקייט איז עטליכע וואס דר'ולם האט שוין אויסגערעכט פריער, ווי למשל: ואף הוא הי' מתכוין (עבודת יוה"כ), אנת הוא דשליט (בריך שמי') בעיקר האב איך ליב דעם פזמון 'אנא אנא עבדא', עד שלא נוצרתי (טאמבל סאס: די אנפאנג פון שלא אחטא עוד), רבי ישמאעל אומר און נאך, אבער וואס איך זעה קיינער האט נישט דערמאנט, קען זיין ס'טאקע נישט מורא'דיג אבער איך גלייך עס שטארק איז 1) תפילת גשם, בעיקר די דריטע פאל זכור טען מקלו... יחד יחד לב, וגל וגאאאל אבן, 2) אתה יצרת עולמך מקדם מיטן הויכפונקט ביי ולפי שחטאנו לפניך וכו' (ביידע, די הארציגקייט פון די שטייטע חלק און די געשמאקייט פון די סעמי-שנעלע פאל) און נאך, איז עס טאקע שיין אדער פארשטיי איך סתם נישט צו קיין שיין שטיקל?
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

פארוואס נישט, קען זיין אז איר זיינט גראדע יא א גוטע מבין, אבער וואס איז נאך מער קלאר איז איר האט זייער א גוטן טעיסט, מיר קוקט אויס אז איר גלייכט די "ניגונים" חלק פון יאסעלע, וו.צ.ב. "ולפי שחטאנו", טאקע זייער שיין.
פארוואס נישט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך פארוואס נישט »

קווארטין, סארי הערשט יעצט באמערקט.
שכוח פאר די קאמפלימענט, איבערגייענדיג די ליסטע פון זיינע שיינע שטיקלעך זעה איך אז עט סאם פוינט ביסטו טאקע גערעכט, אבער נישט ווייל איך האב בעיקר ליב די ניגונים חלק, גראדע גלייך איך זייער שטארק רוב פון זיינע חזנות שטיקלעך, נאר היות איך בין נישט קיין חזן איז מיר פשוט שווער נאכצוזינגן זיינע אנדערע חזנות שטיקלעך vs די ניגונים חלק וועלכע איך גלייך מיך אונטערצוזינגן ליגט עס מיר מער אין קאפ.
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

יא קוק אן די סידי חזנות טיש פון ירמי' דמן דאס הייסט פשוט חוזק געמאכט פון די חזנות קונסט, פארוואס ווייל ער פרובירט עס צי זינגען ווי א שיינע ניגון און ירמי' איז דארט ,at his worst חזנות איז דייקא נישט קיין ניגון אזוי ווי opera איז נישט jazz

און ווער זאגט דיר אז די קענסט נישט שיין אראפלייגן א שטיקל עס איז דא אסאך וואס זיי עפענען זייער מויל און א פלא ער קען, נאר אסאך מאל הייבט זיך אן די פראבלעם אז מ'מיינט אז מ'דארף נאכמאכן די גראבע חזנות שטימע און מ'שטרענגט אן די שטימע און מ'קען נישט, מ'דארף זינגען נאטירליך ודו"ק.
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
פארוואס נישט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך פארוואס נישט »

וואס דו זאגסט לגבי חזנות טיש פון ירמי' דמן, I can't more agree with you, געוויסע שטיקלעך וואס כ'האב מיך אויסגעלערנט פון אים דארט בין איך נאך אלץ ברוגז אויף אים נאכן צירוקגיין צום מקור און זעהן וואו ווייט ער האט עס פארדרייט (רזא דשבת, אלוקי נשמה, סעודה'ניו וכו').
פארשפארט