א שב"ק במצבי האיומה

הילף, עצות און טיפס
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

א שב"ק במצבי האיומה

שליחה דורך גרוש »

בס"ד
יום ו' עש"ק לסדר "והנם זועפים" כ"ג לחודש כסליו תשע"ג לפ"ק
מאנכע וועלן זיך וואונדערן, איה"נ אין די סדרה די וואך שטייט טאקע די ווערטער "והנם זועפים" אבער ווי קומט עס אריין ווען מען שטייט ביום ערב "שבת קודש" מען גרייט זיך צום:
באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט)
אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג)
לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי)
ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג)
כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא)
מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.)
כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א)

עס קומט שבת קודש

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך,
מ'האט צייט צו טראכטן
מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה,
מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער,
מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען
מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים,
מזינגט זמירות,
הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש
עונת תלמידי חכמים משבת לשבת,

ווער רעדט נאך פון די שלאפ פרייטאג צו נאכטס, דאס איז דאך מעין עולם הבא בחינת "גן עדן התחתון", מ'קען אריין ציען אוואו בני מלכים, אויפשטיין אין די טאג אריין,
ועל כולם די שלאף שבת נאכמיטאג נאך די טשולענט, דאס איז דאך ממש לעילא ולעילא, דאס איז שוין גאנץ א אנדערע בחינה "גן עדן העליון ממש", מ'פארט ארויף אין די הויכע ספערן, אז עס גייט א רויעך, (א גוי קען דאס ניטאמאל משיג זיין)

איז דאך לכאורה לית טב מיניה, איינמאל א וואך צו האבן א "שבת קודש", ניין? ווי קומט יעצט אריין די "והנם זועפים"

אין הכי נמי, איר זענט נישט מער ווי גערעכט פארן אזוי טראכטן, ווייל ס'איז טאקע אזוי, מיר גלייבן באמונה שלימה אז תורה שבע"פ איז ניתנה מסיני, און אז די גמרא זאגט אויף שבת "מתנה טובה יש לי בבית גנזי" איז דאס טאקע א מתנה, און די אלע וואס פרעגן די קשיא איז לכאורה ווייל זיי פילן דעם שבת ווי א שטארקע מתנה, און מיט רעכט,

נאר כדי דאס צו פארענטפערן וועלן מיר עס מסביר זיין מיט א משל, פארדעם על מיר מקדים זיין מיט א דבר שמעתתא און דערנאך צוקומען צום משל,
ווייסטו וואס עס איז א קורצע ווינטער פרייטאג, וועלן מיר אויסלאזן די משל מיטן דבר שמעתתא על מיר גלייך צוקומען צום ענין,



לאמיר אנהייבן מיטן סדר

והיה ביום השישי והכינו

די טור או"ח סימן ר"נ שרייבט: וישכים בבוקר ביום ו' להכין צרכי שבת, דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין די זומער ווען די טאג איז לאנג, און עס איז דא אסאך צייט, כ"ש אין די ווינטער ווען די טעג זענען קורץ, ווייל פאר אזא הייליגן טאג ווי שבת דארף מען הכנה, ווי עס שטייט אין פסוק "והיה ביום השישי והכינו",
אונזערע באבעס פלעגן אויפשטיין ערב שבת פארטאגס צו באקן די חלות, היינט מאכט מען זיך אביסל באקוועמער, מ'באקט די חלות דאנערשטאג אזוי דארף מען נישט אויפשטיין ערב שבת אזוי פרי

וידעת כי שלום אהלך
די בית יוסף פסק'נט אז ערב שבת דארף מען אויסשארפן די מעסער מיט וואס מ'איז בוצע די לחם משנה פאר סעודת שבת, וזל"ק כתב בכלבו ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין,
די כלבו איז מסביר וואס פאר א שייכות, האט שארפן א מעסער מיט "וידעת כי שלום אהליך", כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו
עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר
די משנה אין מסכת שבת (לד.) ג' דברים צריך אדם לומר בתוך ביתו ע"ש עם חשיכה, עשרתן, ערבתן, הדליקו את הנר,
הנשים מוזהרות בו ביותר
אין טור רס"ד ברענגט ער לגבי הדלקת נר שבת, וז"ל הנשים מוזהרות בו ביותר כדאיתא במדרש מפני שכבתה נרו של עולם פירוש גרמה מיתה לאדם הראשון והרמב"ם ז"ל נתן טעם לדבר מפני שמצויות בבית ועוסקות בצרכי הבית
נר משום שלום ביתו
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (כ"ג:) אמר רבא פשיטא לי נר ביתו ונר חנוכה נר ביתו עדיף משום שלום ביתו נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו, ברענגט רש"י אראפ די גמרא ווייטער אויפן פסוק אין איכה "ותזנח משלו' נפשי" מאי ותזנח משלום נפשי אמר ר' אבהו זו הדלקת נר שבת ווי רש"י איז דארט מסביר במקום שאין נר אין שלום שהולך ונכשל באפילה,
יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן
די גמרא זאגט אין מס' שבת (קי"ט:) תניא ר' יוסי בר יהודה אומר שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בע"ש מבית הכנסת לביתו אחד טוב ואחד רע וכשבא לביתו ומצא נר דלוק ושלחן ערוך ומטתו מוצעת מלאך טוב אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך רע עונה אמן בעל כרחו ואם לאו מלאך רע אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך טוב עונה בעל כרחו אמן ,

געווענדליך מענטשן שטייען אויף פריה פרייטאג, ובפרט ווינטער, מ'יאגט זיך מ'וויל נאך אריין כאפן ארבעטן און האבן צייט צו העלפן אינדערהיים, די גאנצע ערב שבת איז א בחינה פון וגילו ברעדה, פון איין זייט איז מען אנגעצויגן, מ'וויל אריין כאפן ווי מער, פון די אנדערע זייט איז מען פרייליך, עס קומט שבת קודש, מ'איז OFF פון די ארבעט, מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און זעהן נחת פון די קינדער,
מ'גרייט אהן די שבת טיש, מ'ברענט אפ די ליכט, מ'מאכט זיכער אז די טשולענט איז אקעי, מ'שארפט אויס די מעסער אויב עס פעלט אויס, און די נשים באקן חלות, צינדען ליכט, די גאנצע זאך גייט צו מיט א שמחה, אזוי אז ווען מ'קומט אהיים פון שול מ'טראפט ב"ה "נר דלוק, ושלחנו ערוך, ומטה מוצעת, און אודאי זאגט די מלאך טוב יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן און די מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, אודאי דערנאך זאגט מען פאר די מלאכים א "שלום עליכם" מיט א שמחה, נאך אזא ברכה וואס אפילו די מלאך רע האט אויך מסכים געווען, און פון דארט און ווייטער איז יעדע איד לפי בחינתו לויט וואו ער גרייט זיך צו שבת, מי שטרח בע"ש יאכל בשבת,
אבל לי אינו כן
עס ווערט ליל שישי, ערב שבת קודש, ווער איך אין א ויינעדיגע מוד, קודם, נאך א וואך פאריבער בתוקף החשכות והנסיונות, המצב והזמן, ועדיין לא נושעתי, והשנית והיא העיקר, דאס מיינט עס קומט נאך אמאל א לאנלי שבת,
עס איז ליידער נישט פאר וועם: "והכינו את אשר יביאו", עס איז ליידער נישט דא פאר וועם אנצוגרייטן
עס איז נישט דא קיין שום סיבה פאר: "וישכים בבוקר בע"ש להכין צרכי שבת"
עס איז נישט דא פארוואס: " ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין," ווייל עס איז ליידער נישט שייך די טעם " כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו"
עס איז ליידערנישט דא פארוועם צו זאגן: "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"

עס איז ליידער נישט שייך: הנשים מוזהרות בו ביותר


עס איז ליידער נישטא פאר וואס צו צינדען: נר משום שלום ביתו

עס איז ליידער נישט דא: פארוועם און פארוואס צו מאכן מאכן " נר דלוק, שולחנו ערוך, ומטה מוצעת, אז די מלאך טוב זאל זאגן, יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן, און מ'מוז זיך באגנוגען מיט עסן ביי די עלטערן אדער ערגעץ אנדערש כדי נישט צו ווערן באורד פון שבת,

מיין סדר השבת,

מ'קומט אין בית המדרש, ב"ה מ'האט חברים, נאך א וואך אין אזא מצב, און אודאי אין א שבת אין אזא מצב מוז מען כאטש שבת זיך אביסל שמוסען זיך אינטער צוהאלטן, מ'פרובירט צו כאפן שמועסן מיט וועם מ'קען נאר, פאר עונג שבת, זיך צו האלטן בשמחה, און פארברענגען, (ווייל אינדערהיים איז נישט דא מיט וועם), מ'זאגט בואו ונצא מיט א צובראכנקייט, אז מיר דארפן נאכאמאל האבן א שבת אין די מצב, מזמור שיר ליום השבת, איז שוין גארנישט קיין מזמור, רזא דשבת איהי שבת דאתאחדת ברזא ד"אחד", די והיו לבשר אחד איז ליידער נאך נישט דא, מ'ענדיגט דאווענען, די עולם גייט אהיים מיט א שמחה מ'יאגט זיך אהיים צו קידוש און די סעודה, איך האב מיר ליידער נישט פארוואס צו יאגן, עס שטייט טאקע, קדשהו בכניסתו, אבער עצבות איז ערגער, במילא בלייבט מען אין בית מדרש, שמועסן, ווילאנג ס'דא מיט וועם, וואו ווייניגער זיין אויסגעשטעלט צו עצבות, ווען די ביהמ"ד ווערט ליידיג גייט מען אהיים, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיך יאגן, אמאל פון גרויס צובראכנקייט פאלט מען אריין אין בעט, און מ'מאכט די סעודה ערגעץ אינמיטן די נאכט, צומאל ווען מ'וועקט זיך אויף און עס איז שוין נאכן עלות, מוז מען לאזן די קידוש און שלש סעודות פאר נאך מוסף,
שלום עליכם מלאכי השרת
מ'הייבט אהן שלום עליכם בשברון הלב, ובדמעות עיניים, מ'האט ליידער נישט אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן, ביי ברכוני לחיים טובים ולשלום, בעט זיך ווי פון זיך אליין,עס זאלל שוין זיין, ראה "חיים" עם האשה אשר אהבת, מצא אשה מצא "טוב", "וידעת כי שלו' אהליך", און האבן מיט וועם צו פירן א שבת טיש,

רבון כל העולמים
מי יוכל לשער ולספר וויפיל דמעות עס ווערט פארגאסן יעדע איינציגע שבת בשעת'ן זאגן די תפלה, מ'זאגט "מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי", ווי נישט ווי די באשעפער איז כולו חסדים, מ'אטעמט ב"ה, מ'איז געזונט, די מח ארבעט ב"ה, וכולהו, די עבר איז ליידער נאר "עמדי", און מ'בעט אויפן עתיד, "ואשר אתה עתיד" זאל זיין "עמי ועם כל בני ביתי" "וזכני לקבל שבתות מתוך רוב שמחה" עס זאל שוין זיין "ושמחת אתה וביתיך", אבער דערווייל איז ליידער :"השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה", "ומתוך עושר וכבוד" איזהו עשיר השמח בחלקו, דערווייל איז עס ליידער נישט דא, "ומתוך מיעוט עוונות" וואס דערווייל עס איז ליידער נישט דא, "השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה", "והסר ממני (עס זאל אויך זיין) "ומכל בני ביתי" כל מיני דלות ועניות ואביונות", אין עני אלא בדעת, והאדם ידע את חוה אשתו, אנא מלך וכו', "ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו", עס זאל זיין אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן די ברכה,

אשת חיל מי ימצא
זאגנדיג די פסוקים פון אשת חיל, ווערן די דמעות שטערקער, ווען וועט מען שוין זוכה זיין צו די "אשת חיל מי ימצא" אין די מצב פילט מען באמת די "ורחוק מפנינים מכרה", און מ'בעט אז ווען עס וועט אי"ה אנקומען די צייט זאל עס זיין ריכטיג, "בטח לה לב בעלה", "גמלתהו טוב כל ימי חייה", עס זאל זיין "לא יכבה בלילה נרה", עס זאל זיין די ריכטיגע "פת בסלו" אז מ'זאל זיך קען פירן בקדושה, אז עס זאל זיין "נודע בשערים בעלה", ווי די ייטב לב האט געזאגט פאר זיין פטירה אז אויף זיין מצבה זאל מען שרייבן "נודע בשערים" ווייל ווער עס פירט זיך בקדושה איז "נודע בשערים", עס זאל זיין חן און יופי, אבער עס זאל נישט זיין קיין "שקר החן והבל היופי" עס זאל נישט פאפן, נאר עס זאל זיין תוכו כברו, אשה יראת ה' היא תתהלל,

יחבק לה בעלה
די קלימאקס פון די דמעות קומט זאגענדיג די ווערטער "יחבק לה בעלה", צו זאגן די דריי ווערטער נעמט מיר סתם א שבת 5-6 מינוט, און עס איז שוין געווען א שבת וואס עס האט גענומען כמעט 20 מינוט, ווייל יעדע מאל כ'האב אנגעהויבן זאגן די ווערטער, האב איך נאך אמאל אויסגעשאסן אין א געוויין און נישט געקענט זאגן, ביז כ'האב עס ענדליך ארויסגעזאגט (איינע פון מיינע חברים האט מיר געגעבן א עצה אז איך קען אויסלאזן די דריי ווערטער און שפארן די מיה, האב איך אים געזאגט, אז איך האב די געלוגענהייט צו "דמעות" מפנימיות הלב, "שערי דמעות לא ננעלו", וויל איך נישט עס אוועק ווארפן ביידים), דערנאך גייט מען צו צו קידוש היום, "נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו" איז ליידער נישט שייך, עס איז ליידער נישט דא וועם מוציא זיין מיט קידוש, עס איז נישט דא פאר וועם צו געבן קידוש וויין, מ'דארף ליידער נישט בוצע זיין קיין גרויסע חלה, ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו שערן די חלה, עס איז נישט דא מיט וועם צו מאכן א סעודה, שבת צופרי בלייבט מען אין שוהל עד שתכלה רגל מן השוק, צו פארברענגען בשיחה לעונג שבת, צו פארגעסן פון די צרות, דערנאך גייט מען עסן די סעודה און שינת צהרים, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' ובשלישית, מ'שמועסט די מערסטע וואס מ'קען, דערנאך איז מען בשמחה אז די שבת איז ב"ה אריבער אאון עס קומט א פרישע וואך וואס מ'גייט נישט אזויפיל פילן די מצב ווי מען פילט עס שבת,

היוצא מדברי,

באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט) – עס איז אויך א חסרון, הן כנ"ל, הן ווייל דעמאלט איז דא מער צייט צו טראכטן און מ'פילט מער די מצב,

אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג) – אבער וואס שטייט ווייטער לדעת כי אני ה' מקדישכם, השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה,

לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי) – אין הברכה מצוי' בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו


ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג) – אין די מצב פילט מען נישט אזוי

כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא) – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, סא...............


מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.) – עס איז נישט נאר טובה, השרווי בלא אשה שרוי בלא טובה


כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א) - השרוי בלא אשה שרוי בלא ברכה



עס קומט שב"ק

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך, - אמת, אבער ביי מיר איז עס נישט קיין מעלה,

מ'האט צייט צו טראכטן – שטארקע חסרון במצבי האיומה


מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער – איך האב ליידער נאך נישט די זכי',

מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען – עמממממממממ


מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים, - אויף אזא וועג וואס האב איך דערפון

מזינגט זמירות, - מיט בכיות


הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש – נאר די החלפתי שמלותי איז אמת, די אנדערע זאכן איז נישט דא פארוועם,


עונת תלמידי חכמים משבת לשבת, - דאס איז די שווערסטע חלק, אין די לעצטע 6 יאר איז עס ליידער מ'שנה ל'שנה אויך נישט,

ויהי רצון איך זאל ווי שנעלער פארגעסן פון די בתים, און די תפלות בדמעות זאלן מקויים ווערן במלא מובן המלה, און קיין איינער זאל נישט וויסן וואס א שבת אין די מצב מיינט נישט ביי אונז און נישט ביי די יוצאי חלצינו,

החותם בדמע,
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך האב שטארק מיטגעפיל מיט דיין מצב, כ'קען אבער נישט טוען מער ווי דיר צו דערלאנגען אותות אהבה פאר'ן אזוי שיין אראפמאלן דיינע הרגשים. מיין וואונטש איז דו זאלסט אויפגעראכטן ווערן וואו אמשנעלסטן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לבי לבי על חלליך!
איך וויל נישט סתם ווארפן אומגעבעטענע עצות, אבער אסאך זאכן קען אריינגעבן א געשמאק אין לעבן אויסער די סטרוקטור פון א ווייב און קינדער.
האבן אפאר חברים אין די זעלבע מצב זאלן פארברענגען סעודות אינאיינעם,
פארן צו פארשידענע שבתון'ס,
פארן נסיעות מפעם לפעם ארום די וועלט,
זיך אנשליסן אין א ארגעאנאזאציע און זיין ביזי שבת טיילן עסן אין שפיטעלער וכדומה,
אבער עס מוז גארנישט זיין אין די רייען פון די קאמינוטי, אפילו א גוטע ביך צו אריינלייגן די קאפ גאנץ שבת, קען העלפן.
אפגערעדט אז אויב די נוצטו אויס דיין צייט צו ארבעטן באקומען א אקעדעמישע אויסצייכנונג, אדער די לערנסט זיך אויס א געוויסע קונסט אדער די אנטוויקלטס א אינטערסאנטע האבי, מאכט עס דאס לעבן זיסער און מען פארגעסט פון די צרות אביסל.
און זאל הקב"ה דיר צושיקן די נחמה און ישועה בקרוב.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ישר כח פאר אלע מגיהים, עס איז זייער א גוטע געפיל, צו ליינען ווי אידן פילן אזוי שטארק מיט, זאכן וואס זיי האב נישט קיין אנונג וואס דאס טראגט אלץ אין זיך

לגבי אחים בדרך, איך בין דאך פון די מייסדים, זיי קענען נישט רעפלעיסן א ווייב און קינדער מיט אלע פרטים דערין,

זיי קענען פרובירן צו העלפן, וו
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

זייער ווייטאגליך
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

העלא האט געשריבן:זייער ווייטאגליך

ווי ווייטאגלעך אויף א ריכטער סקעיל ? געב עפעס א מושג
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

81
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אה דאס אלעס ? דעמאלט זייט וויסן אז צו לעבן מיט א פרוי א ביטש איז סך מער ווייטאגלעך. גיי ארויס אין א טענצעל
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מסכת גירושין »

זייענדיג אליינס א גרוש מוז איך זאגן אז מיין מצב איז טאטעלי אנדערש ווי דיר.
האבנדיג אדורכגעגאנגן שבעה מדורי גהינם בשעת'ן זיין חתונה געהאט, זעה איך נישט פארוואס ס'זאל זיך מיר אזוי שטארק גלוסטן חתונה צו האבן נאכאמאל. די פרייהייט, די זעלבסטשטענדיקייט וואס א מיטעלע צוואנציגער חסידיש'ע גרוש האט, האט נישט קיין שום פארגלייך אינעם חסיד'שן לעבנס שפאן.
אלס א יונגל איז מען אונטערן שטענדיגן בייזע איבערזיכט פון די עלטערן/מלמדים, א בחור האט דאך שטעדיגע לחץ פון מגי''ש משגיחים מנהלים, פרעשור פון שידוכים, און בכלל איז מען געווענטליך זייער נישט רייף אלס א בחור.
און כמובן א יונגערמאן איז דאך ממש ווי א לייף סענטענס, האבנדיג שטענדיגע 24 שעה'דיגע פרעשור פונעם ווייב, און צומאל שווער/שוויגער, און נאכדעם זייענדיג ארפגעבינדען מיט עטליכע קינדער אין שטוב.
משא''כ א גרוש, האט א פולקאמער פרייהייט וואס האט נישט זיינס גלייכן, ער קען גיין פארברענגען וואו ער וויל, מיט וועמען ער וויל וועלכער צייט ער וויל. מ'קען ארבעטן און פארדינען געלט, אדער ענדיגן אפאר מקצועות התורה, און אז מ'וויל דווקא קען מען זיצן און קוקן מאוויס א גאנצן טאג. מ'קען גיין אין קאלעדש זיך לערנען דאקטעריי אדער געזעץ, אדער קען מען שלאפן א גאנצן טאג אין בעט.
שבת איז נאך די געשמאקסטע צייט, מ'קויפט אלע צייטונגען, און טאמער פעלט אויס גייט מען אין לייבערי ארויסנעמען א פאר גוטער ביכער. מ'עסט סעודות ביי קרובים וידידים נאכדעם ליינט מען/פארברענגט מען/שמועסט מען ביז די פארטאגס שעה'ן.

ווען איך בין געווען חתונה געהאט פלעג איך נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון מיטן ווייב די לאנגע פרייטאג צונעכט מיט מוצ''ש. יעצט? א מחיה, מ'קען ליינען, שלאפן, וואטשן עפעס א גוטס (מוצ''ש), אדער סתם אזוי ארויסגיין פארברענגען. מיטן ווייב האט אלעס געמוזט האבן א תכלית און א פלאן, יעצט, א מחי'
you live and enjoy life!

איך האלט אז דער חתונה געהאטע עולם האט גאר א גרויסע טעות איבער דיווארסד לייף. אבער איי געס אזעלכע מענטשן ווי גרוש מאכן עס אויסזעהן זייער שווארץ.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שלום עליכם הרב מסכת, יהא בואכם לברכה.

אייער תגובה דערמאנט מיר פון [tag]moti107[/tag]'ס אשכול טאטע ווי זיס ביזטו עיי"ש
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שלום עליכם, אייך.
איין גרויסע קשיא בלייבט אומפארענטפערט, און דאס קען מען נאר אויסשמועסן מאחורי הפרגוד.
ס'ווענדט זיך ווי שטארק מען וויל בלייבן בקדושה, און 'גרוש' זעהט אויס צו זיין שטארק אפגעהיטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מסכת גירושין »

צו אלע שלום עליכם געבערס כאפטס א בליק אויף [tag]zurich[/tag] חתימה.
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מסכת גירושין »

שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם, אייך.
איין גרויסע קשיא בלייבט אומפארענטפערט, און דאס קען מען נאר אויסשמועסן מאחורי הפרגוד.
ס'ווענדט זיך ווי שטארק מען וויל בלייבן בקדושה, און 'גרוש' זעהט אויס צו זיין שטארק אפגעהיטן.

לשיטתך וואס טוט א בחור במשך זיבן יאר, וואס די הארמאנען זענען בשיא תוקפו? איינער ברעכט דעם יצר הרע און איינער נישט. איך זעה נישט פארוואס א גרוש איז אנדערש ווי א בחור.
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מסכת גירושין »

ברסלבער האט געשריבן:שלום עליכם הרב מסכת, יהא בואכם לברכה.

אייער תגובה דערמאנט מיר פון [tag]moti107[/tag]'ס אשכול טאטע ווי זיס ביזטו עיי"ש

וואס איר טוט איז דער טיפישע חסידי'שער וועג פון נוצן anecdotal evidence. למשל ביי דער דבורה טאמבור מעשה האבן אלע חסידי'שע זיך געריבן דעם בויך ''זעהסט א otd האט אן אומגליקליך לעבן''
איי ס'דא הונדערטער אנדערע וואס זענען צופרידן, מאכן געלט, לערנען הויכע אקאדעמישע פאכן אין קאלעדזש? מאכט נישט אויס ועל כגון דא נאמר
My mind is made up, don't confuse me with the facts.
והוא הדין כאן. איך קען צענדליגער גרושים וואס לעבן א פולפילינג לעבן, מאכן געלט, לערנען זיך א פאך אין קאלעדזש, ענדיגן מקצועות בתורה אא''וו, אבער ניין איר גייט אנכאפן דער איינע נארישע מעשה פון איינער וואס איז געווארן א דראג עדיקט.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אנטשולדיגט. אבער דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך האב נישט געוואלט ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף גרושים. איך האב בלויז געוואלט ארויסברענגן די נקודה אז נישט אייביג איז א פרעשור'דיגע לעבן ווייניגער פרייליך און צופרידן ווי א לעבן אן פרעשור וואס דו לייגסט אראפ.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
אדם הראשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 7:49 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך אדם הראשון »

מסכת גירושין, גערעכט, כ'האב אויך געוואלט שרייבען ענדליך,

שב"ק, איז פין די געשמאקסטע צייטען, מ'עסט ביי ידידים, מ'שלאפט זיך גוט אויס, מ'האט גוטע ביכער,

אין [tag]שמעקעדיג[/tag] לגבי דיין שאלה, וואלט איך געזאגט אזס'מיז נישט זיין אז ס'האט מיט דעם צי מען וויל זיך האלטען בקדושה צי נישט, אין מיין אפיניען איז אין א געוויסע זין א גרוש גרינגער ווי א יונגערמאן, ווייל ער איז מסיח דעת פין ס'גאנצע ענין, משא"כ א יונגערמאן דארף עוסק זיין אין דעם ענין, ממילא טאמער איז ער נישט אינגאנצען ציפרידען איז ער ביזי צי פארגלייכען זיין ווייב מיט אנדערע וכו',

משא"כ א גרוש קען האפען אז ווען די צייט וועט קומען וועט ער האבען מה שלבו חפץ, אין דערווייל קען מען ליינען נאוועל'ס .... אין זיך אויסשלאפען..... ,

יא, זיכער דארף מען חתונה האבען, אבער אנקוקען א גרוש פאר א גאנצע רחמנות, הבל הבלים,

אין כ'האב אביסעל רחמנות אויף דעם פותח האשכול, ווייל ס'קוקט אויס פין זיין שרייבען אז צי האבען א ווייב דאס איז די גאנצע גליק אין לעבען, אין ס'איז נישט אמת, כ'ווינטש אים די בעסטע, אבער זאל ער נאר פרעגען די יונגעלייט.... , אפילו איינער האט די שענסטע ווייב, קומט עס מיט שאר ירקות, א פרוי איז א פרוי, אין ס'נאריש זיך צי איינרעדען אז דאס איז די גן עדן ......,
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אדם הראשון,ווער בוסטו צו רעדן דו ביסט נאר געוועין א בחור פאר א שעה...

עי' בפרשת בראשית
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מסכת גירושין »

אדם הראשון האט געשריבן:מסכת גירושין, גערעכט, כ'האב אויך געוואלט שרייבען ענדליך,

שב"ק, איז פין די געשמאקסטע צייטען, מ'עסט ביי ידידים, מ'שלאפט זיך גוט אויס, מ'האט גוטע ביכער,

אין [tag]שמעקעדיג[/tag] לגבי דיין שאלה, וואלט איך געזאגט אזס'מיז נישט זיין אז ס'האט מיט דעם צי מען וויל זיך האלטען בקדושה צי נישט, אין מיין אפיניען איז אין א געוויסע זין א גרוש גרינגער ווי א יונגערמאן, ווייל ער איז מסיח דעת פין ס'גאנצע ענין, משא"כ א יונגערמאן דארף עוסק זיין אין דעם ענין, ממילא טאמער איז ער נישט אינגאנצען ציפרידען איז ער ביזי צי פארגלייכען זיין ווייב מיט אנדערע וכו',

משא"כ א גרוש קען האפען אז ווען די צייט וועט קומען וועט ער האבען מה שלבו חפץ, אין דערווייל קען מען ליינען נאוועל'ס .... אין זיך אויסשלאפען..... ,

יא, זיכער דארף מען חתונה האבען, אבער אנקוקען א גרוש פאר א גאנצע רחמנות, הבל הבלים,

אין כ'האב אביסעל רחמנות אויף דעם פותח האשכול, ווייל ס'קוקט אויס פין זיין שרייבען אז צי האבען א ווייב דאס איז די גאנצע גליק אין לעבען, אין ס'איז נישט אמת, כ'ווינטש אים די בעסטע, אבער זאל ער נאר פרעגען די יונגעלייט.... , אפילו איינער האט די שענסטע ווייב, קומט עס מיט שאר ירקות, א פרוי איז א פרוי, אין ס'נאריש זיך צי איינרעדען אז דאס איז די גן עדן ......,

גאר גוט געזאגט, דאס איז וואס איך טענה שוין א לאנגע צייט, כמאמר חז''ל משביעו רעב מרעיבו שבע. אז מ'האט עס בכלל נישט ווערן די תאוות אסאך מאל קלענער.
כמעט יעדער גרוש וואס איז אדורך א שווערע מערידזש, חלש'ט נישט אזוי שטארק צו חתונה האבן נאכאמאל, מ'ווייסט שוין וואס ווארט אפ אויפן אנדערע זייט..
אדם הראשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 7:49 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך אדם הראשון »

קיינער זאגט נישט אז ס'קען נישט זיין גוט ווען מ'איז חתונה געהאט,

כ'בין נישט אנגעווייטאגט אויף חתונה האבען, אין כ'האף דער באשעפער זאל מיר העלפען מיט א גוטע שידוך,

אבער אנקוקען חתונה האבען אז "דאס איז די גאנצע גליק פין לעבען" , כ'האלט אז ס'איז נישט אמת,
ס'דא ב"ה אסאך אנדערע זאכען אין לעבען פין וואס צי נעמען סיפוק,

אדרבה, כ'מיין אז א עכטע העפי מערידש איז ווי די מאן האט נאך עפעס אין זיין לעבען חוץ די פרוי, אדרבה, זאלען די "באווייבערטע מענער" קומען אין פארציילען וואס די אמת איז,
באניצער אוואטאר
באגאבא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך באגאבא »

100 % אדם איך בין אלל דע וועי מיט דיר

נ.ב. איך האב ב"ה א ווייב
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מסכת גירושין »

ברסלבער האט געשריבן:שלום עליכם הרב מסכת, יהא בואכם לברכה.

אייער תגובה דערמאנט מיר פון [tag]moti107[/tag]'ס אשכול טאטע ווי זיס ביזטו עיי"ש

סתם לשבר את האוזן אייך צו ווייזן וואספארא אנגעפולטע לעבן מ'קען פירן אלס א גרוש, וועל איך אייך זאגן מיין סדר היום בערך.
מ'שטייט אויף בערך צעהן'ער מ'דאווענט, מ'גייט אין כולל לערנען, שמועסן, פארברענגען בערך דריי, פיר שעה.
דאן נאכמיטאג פון דרייער בערך גייט מען ארבעטן פאר א דריי שעה וואו מ'פארדינט בערך $75 א שעה ב''ה. ( אז מ'איז א גרוש האט מען צייט צו גיין צו קאלעדזש, און אז מ'גייט צו קאלעדזש, באקומט מען א דעגרי, און מיט א דעגרי קען מען גרינג פארדינען 50 דאללאר א שעה און מער.)
דאן ביינאכט גייט מען אין געזעץ שולע ווי מיר האפ'מיר מערצעשעם צו באקומען א געזעץ דעגרי ביז א פאר יאר, און העמי'ר קענען מאכן פרנסה בריווח ובדרך כבוד.
יעצט זאגט'ס איר מיר מיט אזא סדר היום, דארף זיך מיר שטארק גלוסטען חתונה צו האבען, מיט אלע לחץ, פרעשור, שלום בית אישוס ( בדרך כלל) און ביללס וואס קומען מיט דעם?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

ביסט נישט לאנלי?
פארשפארט