די אָנהייב פון מיין לעבן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

די אָנהייב פון מיין לעבן

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

דער אָנהייב פון מיין לעבן

ב''ה

דאנערשטיג פרשת ויקרא ז' לחודש אדר שני, שנת תשל''ח.
אין א שנייעדיגע נאכמיטאג, איז קוים די אמבולאנס אנגעקומען מיט שוועריגקייטן צום שפיטאל, און מנשה לוסטיג איז געבוירן געווארן למזל טוב!
צומארגענס, ח' אדר שני, פרייטיג ממש פארן זמן כניסת שבת קודש, איז געבוירן געווארן צו מיין שכינות אין שפיטאל, מיין צוקונפטיגע שוואגער, אלעזר ליפא שמעלצער הי''ו.
זיין שוואגער יאנקי שפירא, איז שנעל געלאפן צו אונזער הויז, בעטן אביסל אפגעקאכטע בעבעלעך, פארן שלום זכר, נישט וואוסנדיג אז אין צוואנציג יאר שפעטער וועט 'ליפא' אליינס זיין א איידעם אין דעם משפחה.
אינעם אכטן טאג, ביום הפורים, בין איך אריין לבריתו של אברהם אבינו ע''ה, און מ'האט מיך א נאמען געגעבן, משה מרדכי, ווייל כ'בין געבוירן ז' אדר די הילולא פון משה רבינו ע''ה, און מרדכי אלץ די ברית איז געווען אינעם יו''ט פורים אליינס.
דאס איז געווען די ערשטע ברית מילה אינעם יו''ט פורים, אינעם געשיכטע פון שיכון סקווירא, ווי איך בין געבוירן געווארן מיט גליק און מזל.
און ווייל ס'איז געווען ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, און די גמרא זאגט דאך ששון זו מילה, האב איך מיר א נאמען געגעבן מיט די יארן, 'לוסטיג' וואס איז די טייטש פון ששון. [מיט די יארן וואס כ'האב זיך אנגעזאפט מיט מיטמאכענישן אביסל דא און דארט, און ב''ה מיט שמחה עס איבערגעלעבט, האב איך זיך געלאזט אונטערשרייבן 'מנשה' כי נשני ה' מכל עמלי, און די אותיות שמחה חן משה און מנשה באנוצן זיך מיט די זעלבע אותיות.]
דאס וואכנאכט איז אויך נישט אריבער שטיל.. ס'געווען דאס ערשטע נאכט יו''ט, און שיכורים האבן זיך אנגעריקט ממש ביזן עלות השחר, און ר' יוסף שלמה ביסטאן ע''ה, האט דעמאלטס אנגעפירט ביים וואכנאכט מיט א גאנצע שפילעריי וואס האט געלאזט גוטע זכרונות ביי די וואס האבן מיר דאס שפעטער מיט די יארן פארציילט.
צומארגנס ביינאכט איז געווען ליפא'ס וואכנאכט, און קוקט אויס אז מיר ביידע האבן דעם כח השמחה אין די מזל, צו מאכן ונהפוך פונעם עולם גולם.
אמת אז איך בין אויפגעוואקסן אין איין קלאס און אין איין אטמאספער מיט ליפא שמעלצער, און אפילו מיטגעהאלטן זיינע יארן פונקט ווי מיינע, דאך זעמער געווען אנדערש אין מהות, און ממילא אנדערש אין ציל.
הצד השווה, מיר האבן ביידע געהייסן די שוואכע אין קלאס, און די ציל ברעט צו יעדע דורכפאל, און אסאך איז דא צו דערציילן פון יענע ביטערע יארן אין חדר.
איך קען ציילן מיט איין האנט פלאך און נישט ענדיגן אלע פינעף פינגער, פון גוט מלמדים וואס כ'בין געבליבן מיט גוטע זכרונות.
און דערצו די בזיונות וואס מיר האבן געליטן אויף יעדע אויפאלענדע זאך וואס מיר האבן ארויסגעצייגט ברבים, צו ס'יא געווען אונזער שולד צו נישט.
כמעט יעדער אזא קרבן אין כיתה האט געהאט א שפעט נאמען, און דאס האט שווער געווירקט אויפן כבוד עצמי, וואס האט ממילא שווער געמאכט דאס שטייגן און קענען דאס לערנען.
איך בין פון אייביג אן געווען א פרייליכער - אן קיין אנגעבליכער סיבה, פשוט געשמייכעלט פון נאטור אויס, כאטש די פולע באליידיגונגען וואס כ'האב אריינגעכאפט פון גרויס און קליין.
לאנגע יארן האב איך געהייסן א 'פאני יונגעל' מיט מיינע נארישע אויפ'פירונג, און זיך נישט וועלן אונטערגעבן צום נארמאלן סטאנדארט פון אלע.
נישט נאר דאס, האב איך נאך געליטן אויף שוואכע ארויסרעדן, דהיינו כ'האב נישט געקענט ארויסזאגן נאראמאל א למ''ד, און א רי''ש, און מיין משפחה נאמען 'לעפלער' איז געווארן ארויפגעקלעבט אויף מיר, אלץ 'יעפיע'..
אוי האט דאס געשטאכן ווי מיט שפיזן.
וואס מאכסטע יעפיע? וואס לאכסטע יעפיע? וואס איז דיין ערשטע נאמען יעפיע?
איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן, ווי אפילו עלטערע פון מיר, פלעגן זיך ווערטלען מיט מיין וועג פון רעדן, און מיך אפציעל געטשעפעט יומם ולילה, יעפיע יונגעל..
א קליינע רינדעכיע שמייכלדיגע יונגעל בין איך געווען, און איך בין נישט זיכער צו מ'האט אפילו געכאפט אז מ'טשעפעט מיך, ווייל ס'געווען א נארמאלע ווערטל, א געוואוינהייט, און איך פלעג זיך לויפן מיין וועג און זיך פארקלערן אין מיינע מחשבות, וואס ווילן זיי פון מיר, איך האב זיי אמאל וויי געטון?
קיין שווייגער בין איך נישט געווען, און אויך נישט קיין אויבערפלעכליכער, איך האב יעדע זאך אדורכגעקלערט און געוואלט וויסן די פשט, און ווען כ'האב געהאט א מימרא אויפן מויל עס הויעך געזאגט מיט אלע שווערע ווערטער.
ממילא האט מען פון מיר אסאך געהערט פאני אויסדרוקן און כ'בין געווען א געלעכטער, אבער איך בין געווען שטארק ביי זיך, זאלן אלע לאכן און הערן וואס כ'האב צו זאגן.
היינט ווייסיך שוין, אז א טיפש וואס לאכט פון יענעם, הערט נישט זיינע טיפע כוונות, און ס'געווען א שאד מיין מיה, אבער א מחי' מיין אינעווייניגע שטארקייט.
ביז איך בין אנגעקומען אין כיתה ח', האב איך אלץ געהייסן א פאני יונגעל וואס רעדט שטותים, אבער דאן האט עס פאסירט, ווען מיין מלמד החשוב ר' אביגדור פעלבערבוים הי''ו, האט אויסגערופן איינמאל אין כיתה.
ער איז א טאלאנטפולע בדחן! כ'מיין אז די קינדער כאפן נישט ווי לאכעדיג ער קען מאכן באמת..
אלע קינדער האבן מיט איינמאל אנגעהויבן קוקן אויף מיר מיט חשיבות, און איך האב זיי אנגעהויבן צייגן מיינע חכמה'לעך..
זייט דעמאלטס בין איך געווארן די 'דזשויקער' פון קלאס, איידער די רחמנות'דיגע פאני יונגעל.
[וואס ס'האט זיך אפגעטון מיט ליפא, זאל ער אליינס שרייבן.. און ער האט וואס..]
די אלע קינדערישע יארן, זענען געווען ביי מיר זייער לאנגע ביטערע יארן, פול מיט צער און עגמת נפש, נישט געקענט און נישט געווען אנערקענט.
איך בין ממש געווען ווי דער תינוק הבורח מבית הספר, אבער ווי אהין האב איך געקענט לויפן? אהיים האב איך אויך נישט געזוכט צו זיין, ווייל יעדע זאך וואס מ'האט מיר באשולדיגט, האבן מיינע עלטערן געגעבן יעדן גערעכט אויסער פאר מיר.
פעטש האב איך געכאפט אויף יעדן אבר, און אן א גרעניץ, און אויף יעדע מינדעסטע זאך וואס כ'האב 'נישט' געטון..
טייכן טרערן, אמת'ע הארציגע הייסע טרערן האב איך אלץ פארגאסן דורכאויס יענע יארן, און ס'האט זיך מיר געשפירט אז אין קול ואין עונה, קיינעם אינטערעסירט נישט מיינע ליידן, און כ'האב מיך געוואונטשן נעלם צו ווערן פונעם מציאות, כ'האב נאר נישט געוואוסט וויאזוי.
מיין כח הדמיון האט אלץ געארבעט אויף גאר א שטארקע אופן, און כ'פלעג גולם'ן בלשון המלמדים, ממש טאג און נאכט, דאס האט עטוואס פארזיסט מיינע טעג און נעכט, אבער וויפיל קלעפ און בזיונות האב איך אריינגעהויבן צוליב דעם..
די גולם, די הערסט נישט צו און דו וועסט נישט קענען דו וועסט כאפן פעטש און ארויספליען פון דא..
דאס איז געווען א נארמאלע נוסח, און כ'האב מיך ממש נישט געקענט אפשטעלן פון גולם'ן, פארוואס יא? ס'מיר געווען געשמאק צו קלערן אינטערעסאנט פאנטאזיעס צו דורכטון זאכן אין מיין מחשבה, איידער הערן קללות און שטרענגע סטעיטמענס פון יעדן וואס האט זיך געהאלטן גרעסער פון מיר.
וואס איך האב דעמאלטס גע'גולם'ט געדענק איך נאך ביז היינט, אבער וואס מ'האט געלערנט און געפראסקעט? נאר די גייסטיגע וואונדן זענען מיר געבליבן.
זייער שווערע געפילן קעגן יעדע פארעם פון א חדר פון א חומש רש''י צו גמרא צו שו''ע, ליידער.
כ'האב באקומען א שרעקליכע שנאה צו דעם סארט לימוד און כ'האב געזוכט וועגן וויאזוי צו לערנען 'אויף מיין וועג'..
עד היום הזה, קען איך נישט לערנען מיט א חברותא, און כ'קען נישט לערנען יענע שטייגער לימוד, פשוט ס'נישט פאר מיין געדאנקען גאנג, מיין מוח טראכט אנדערש, און כאפט אויף אנדערש זאכן וואס מ'דארף עיון און הבנה, און פארדעם האב איך געכאפט מכות רצח, מיט ביטערניש און געוויין, און מ'האט מיך נישט פארשטאנען, אז ס'נישט מיין שולד.
כ'האב געהאט גוטע צייטן אויך, און יענע צייטן כאטש נישט קיין סאך, האב איך אסאך קונה געווען, און זיך אויסגעלערנט ידיעות און פאכן, וואס קומען מיר אלץ צוניץ.
כ'וויל חלילה נישט בארעדן מיט קיין נעמען קיין איינע פון מיינע אלטע מלמדים, אבער דאך וויל עס פארצייכענען, כדי צו געבן אנהערן ווי שלעכט עס איז געווען, און אזא פירונג זאל מען נישט פארזעצן חלילה, און אדרבה ווי מער אהבה מ'געבט פאר קינדער, אלץ מער גוטע באצילן וועט מען פועל'ן און זען ביי זייער האדעווען לטובה.
איך האב געהאט א מלמד מיטן נאמען ר' אהרן בריסק הי''ו, עפעס א יאר פאר עהם און א יאר נאך עהם, האט מען אריינגעכאפט מכות און ציפעס, און יענע יאר האבן מיר אפילו איין פאטש נישט געכאפט, ניטאמאל איין בייזע בליק כמעט נישט.
אוודאי האט זיך געמאכט מ'האט געדארפט איינעם שטראפן, איז עס אבער נישט געווען ער, נאר די מנהל צו די עלטערן האבן עס גענומען אין באהאנדלונג, אין קלאס איז נישט געווען קיין פארשעמען צו שלאגן צו סיי וועלכע אומבאקוועמליכקייט פאר אונז קינדער.
אזא לעכטיגע יאר געווען, ממש ס'האט זיך געגלוסט און געווארט צו קומען אין חדר, ער האט אזוי שיין פארציילט מיט אינטערעסאנטע וועגן, די פרשת השבוע און מידות טובות, און אפילו געסטראשעט מיט איינגערעדטע געשיכטעס, ווי ער האט א לעקטער וואס ווייזט ווער ס'געגאנגען שלאפן שפעט און ווער ס'וואויל..
כ'מיין ס'נישטא אין די היסטאריע זיינע, איינער וואס האט עהם נישט געגליכן, און ברוך השם ער איז נאכאלץ מלמד כן ירבו.
אבער א יאר פארדעם און א יאר נאכדעם איז געווען חצי גיהנום חצי עבודת פרך..
ס'געווען אמאל אין כיתה ביי א צווייטע מלמד, וואס איין יונגעל האט זיך אויפגערעגט, [וואס דאס זיך אויפרעגן אויף א מלמד אליין, איז שוין געווען א חטא בל יכופר..] און יענע קינד איז אפילו נישט געווען אינגאנצן מיט אלעמען [ווי אין אונזערע צייטן האט מען נאכנישט אפגעטיילט די צערידערטע קינדער, צו האלב צערידערטע, פון די אלגעמיינע שעפעלעך.]
הכלל, ער האט זיך אנגערופן אין קלאס, איך גיי פארברענען דע רעבעס הויז, ווייל, ער האט מיך געשלאגן און אוועקגעכאפט מיין טוי.
פארדעם האט מען יענעם צוגעבונדן צו א קעסטל, און עהם געהייסן האלטן א פאק מיט ספרים פאר א האלבע שעה..
ווער ס'האט אויסגעלערנט די מלמדים די סארט פיינונגען, מסתמא איז עס געווען מנהגים מדור דור.. אדער גאר פון די לאגערן..
נעקסטע טאג אין חדר, האט דער יונגעל געברענגט א פייער צינדער..
אההה!!! איז דער מלמד ארויס פון די כלים..
וואס טוט ער? למען ישמרו ויראו.. האבן אלע קינדער אין די קלאס, ואני בתוכם, געמוזט ארויסלייגן די האנט און האלטן די פינגער ווי א קמץ ארויף.
ער האט מיט א דיקן שטעקעלע, אנגעקלאפט די פינגערס ביי אלע! און ס'האט געציפט און ס'האט זיך געהערט יאמערן און געוויינען.. און יא! מער האט מען נישט געקלערט פון בוגד זיין אינעם רבין מיטן וועלן אנצינדן זיין הויז..
יענס געלעכטער!
דאס פארצייל איך, ווייל ווי עלטער איך בין געווארן, האב איך נישט געקענט פושט זיין די מציאות, אז ביי ר' אהרן בריסק האט עפעס קיינער נישט פונקט געזונדיגט, און ביי אלע אנדערע דווקא יא. און נאך וואו.
מיינע זכרונות פון די יונגע יארן, האט זיך אנגעהויבן פון כיתה אלף, אבער כ'האב געהערט נאכדערציילן, אז מיין רבי אין קינדערגארטן, האט מיך מיט קונצליכע וועגן, געברענגט אין חדר, וואס דעמאלטס איז דאס געווען א חלק פונעם מלמד'ס ארבעט, צו שלעפן די קינדער וואס ווילן נישט קומען..
ר' מרדכי יואל האראוויטץ הי''ו, זייער א פיינע מלמד געווען, אן שפעטער אונזער משניות רבי אין כיתה ה', ער האט מיט אסאך ליבליכקייט זיך אריינגעלייגט אין אונזערע שיכעלעך, און אונז געמאכט געשמאק צו קומען אין חדר.
אין יענע יונגע קלאסן, איז אונזער מנהל געווען א חשובער זקן בא בימים, מיטן נאמען ר' מנחם מענדל טאמבאר ע''ה.
א יוד וואס האט אדורכגעלעבט די קריג מיט צרות, און דאך נישט איבערגעגעבן די קאשמארן מיט פעטש, פארקערט, ער האט מיט א געוואלדיגע אהבה אונז מחנך געווען, אין אסאך וויכטיגע הינזיכטן, און אונז געלערנט גוטע זיטן.
ער האט מחבר געווען דעם גוטן טייטש חומש אויף חומש און שפעטער אויף רשי'' הק', מיטן נאמען 'משיבת נפש', און דאס האט ענטהאלטן גאר א אויסגעהאלטענע וועג פון טייטשען די הייליגע פסוקים און שטיקלעך רש''י.
איך באזונדער, האב געשפירט זייער זיכער מיט עהם, ווייל ווען דער מלמד האט מיך ארויסגעווארפן פון קלאס, פארן עוון פלילי פון קלאצן, אדער קומען 'איין' מינוט שפעט, אדער פיצן די נאז, אדער נישט אריינקוקן אין חומש, איז ער ר' מענדל זכור לטוב, געווען מיין ליבלעכע טרייסטער, און האט מיט א זיסע שפראך מיר געזאגט.
אוי וואס איז געשען, פארוואס האט מען דיך געהייסן ארויסגיין, אוי דו האסט נישט מיטגעהאלטן? די האסט נישט געוואשן די הענט? אוי שנעל וואש די הענט און זאג דעם רבין אז איך האב געזאגט זאלסט אריינגיין..
קיינמאל נישט קיין פסק, און קיינמאל נישט קיין פעטש און קיינמאל נישט קיין הויעך ווארט, קיינמאל!
מיט אזויפיל געדולדט האט ער איבער און איבערגעזאגט זיינע הערות, ווען ער האט געהערט מ'מאכט אפילו איין קליינע גרייז ביים דאווענען צו איבער'חזרן הויעך.
דער מלמד פלעגט עפעס גיין טרונקן קאווע דעמאלטס אדער כ'ווייס נישט וואס, אבער מיר האבן ווי א רעקארד פלעיער געזאגט הויעך.
איך געדענק גוט, מיר פלעגן זאגן פון געוואוינהייט, 'ולבהמתְּך', און ער פלעגט עפענען די קלאס טיר, ולבהמתֶּךְָ..
איבערזאגן.. 'ולבהמתֶּךְָ..
נעקסטע טאג, אודך.. מיר זאגן 'ולבהמתְּך', ס'עפענט זיך די טיר 'ולבהמתֶּךְָ..'
ביז מ'האט זיך אויסגעלערנט.
און עפעס אן פעטש, און אן סטראשונקעס, בלויז מיט אהבה און מסירות, אז מיר האבן עהם מיט אזויפיל ליבשאפט געדענקט, און ליידער עהם באגלייט אין געציילטע יארן נאכער, מיט לעכטיגע זכרונות.
ווען איך געב א קוק אויף די היינטיגע קינדער וועלט, און כ'פראביר עס פארגלייכן צו מיינע יונגע יארן, איז עס אזוי ווייט אנדערש.
קודם כל, איז דעמאלטס נאכנישט געווען די פולע היינטיגע שפילעריי, און וואס מ'האט סך הכל געשפילט איז געווען אין זאמד, און א טייל האבן פארמאגט גרויסע סענד באקסעס.
מ'האט געגראבן ערד, געזייעט שטויב, און געהאקט ביימער, געבויעט בודקעס, און געמאכט ביזנעס און גרויסע פאנטאזיעס.
נאך א טאג שפילן, איז מען ארויפגעקומען פארשווארצט פון זאמד און בלאטע, און אויסגעבראטן פונעם זין און די הויזן טרעגער האט קוים געהאלטן די בגדים אינעווייניג.
אבער איך האב זוכה געווען צוצוזען ווי א טייל פון מיינע חברים ארום, באקומען שיינע נייע שפילצייגן, איינער האט געדרייווסט א צוויי רעדלדיגע בייק, און נאכדעם איז ארויסגעקומען די 'סקוטער'.
איך האב מיט בקשות ותחנונים געבעטן, כ'וויל דאס אויכעט, אבער וויבאלד ס'האט געהייסן ביי מיינע עלטערן א גויאישע זאך, בין איך קאטאגאריש געווארן אפגעזאגט דערפון.
האב איך בלית ברירה געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן וואס כ'האב אראפגעריסן פון א ביימעלע און צוריק גיין אל שקי ותעניתי.. צום זאמד און גראז קוילעריי.
נישט קיין סקוטער נישט קיין בייק און נישט קיין רעכטע טוי, נאר וואס כ'האב באקומען ביי די דריי יאר, דאס האט געמוזט זיין גוט ביז די דרייצן.
אבער אין יענע יארן, האט מיין טאטע געמאכט א שטיקל זאא, ער האט געקויפט טשיקענס לרוב, און עס געהאדעוועט אליינס אין א געלע אפגענוצטע באס, אינעם וועלדל נעבן אונזער הויז.
אונזער הויז איז געווען די לעצטע הויז אינעם געגענד, ארומגענומען פון וויסטע ביימער, און אביסל טיפער, די טויטע בית החיים פונעם סקווערן שטעטל, וואס האט גענוג פחד אנגעזייעט אין מיינע געהירן, לאנגע נעכט, וואס כ'האב געשיווערט און נישט געקענט שלאפן.
אבער דארט האט מען פאלאצירט דעם טשיקען הויז, און מיט דעם האב איך מיך גענומען באשעפטיגן, מיט רשות צו אן רשות פון מיין טאטע.
שפעטער האט ער שוין געהאט כמעט הונדערט טשיקענס, האט ער עס אויפגעגעבן און געקויפט ציגעלעך.
קודם צוויי ציגעלעך, און ס'עפעס געשען אמאל, אז א הונט האט זיך אריינגעריסן פון די וואלד, און פארציקט האלב וועגס ביידע ציגעלעך, איינס ממש צום גסיסה און די אנדערע נאר טיילווייז פארוואונדעט.
דעמאלס האט ער עס מער באוואכט, און ס'איז געוואקסן ביז איבער דרייסיג ציגעלעך, און איך האב געמאכט א לעבן מיט זיי.
מיין טאטע האט מיך געלאזט העלפן מעלקן אינדערפרי די ציגעלעך, און די מילעך האט מען געטיילט פאר זקנים און חולים און יונגע בעיביס וואס ציגן מילעך איז געזונט פאר זיי.
אוי דעמאלטס איז שוין איינמאל געווען בלאטע און שמעקעריי, אבער כ'האב געלעבט דערין.
מ'האט געמאלקן און אדורכגעזייעט די מילעך און עס געבאטעלט, און פראבירט כאפן א רייט מיט זיי.. אבער די ציגעלעך פלעגן מיר אראפווארפן אין זומפ אריין.
שפעטער איז דאס אויך געווארן אסור.. און מ'האט דאס אויפגעגעבן, און ווידער בין איך געבליבן מיט זאמד און ביימער, זיך געהאנגן און שפאצירט אויף גראדע ווענט, זיך צעבלוטיגט און געלאכט און געוויינט.
חברים? ממש נישט.
נישט כ'האב געהאט עפעס צופארבארגן פאר איינעם, נישט כ'האב געהאט פראטעקציע ביי יענעם, און נאכדערצו האט א האלבע חדר נישט געמעגט זיין מיין חבר, ווייל יענער איז צו ווילד, פלעגן מיינע עלטערן זאגן, יענער איז נישט ערליך, יענער איז אזוי, און מ'מוז גיין שלאפן פרי, און מ'מוז דאווענען און לערנען, נאר נישט שפילן..
אונטערשטע שורה, די גאנצע שפילעריי מיינע אין די יונגע יארן איז געווען איין לאנגע קייט פון אנטשוישונגען, אז כ'האב שוין ממש געקלערט, אויב דאס איז יודישקייט, למה זה אנוכי.
אבער ס'דאך נישט געווען מער ווי איבערגעפרומטע הנהגות אויף מיינע יונגע פלייצעס.
אבער דאך, די זכרונות פון די זוניגע טעג אין די זאמד, שמעקט מיך נאכאלץ אין די נאז, ווייל דאס האב איך פארמאגט,און דאס געדענק איך.
און אז מ'רעדט וועגן די אמאליגע שטרענגקייט, איז א צורך מרחיב צוזיין בפרטי פרטים, וועגן די סוגיא פון טיילן פעטש אן א גרעניץ.
ס'איז קלאר אז אויסער די מערדערליכע פעטש, איז נישט געבליבן גארנישט בלויז זיגרייכע צייכענעס פון נערוועזע ווילדע שלעגערס, אויף צארטע קינדערישע הענטעלעך און גופים.
און פאר איך שרייב ווייטער, וויל איך מקדים זיין, אז איך גלייב באמונה שלימה, אז יעדע פארציע יסורים וואס עס קומט אויף א מענטש, איז עס באשערט פון הימל, ואין לנו רשות להרהר אחריה, נאר דאך ווייסן מיר, אז מגלגלין זכות על ידי זכאי און פארקערט אויך.
ממילא, דאס איז זיכער אז מ'דארף ארויסהייבן דעם פינטל, אז די פעטש וואס שלמה המלך האט גערעדט אז חושך שבטו שונא בנו, איז ווען עס איז מיט פארשטענדליכקייט, און ביידע ווייסן און זענען איבערצייגט אינעם עוולה און אינעם קבלה לטובה לעתיד, סיי דער לערער און סיי דער תלמיד.
לעומת זה, אז מ'פראסקעט און מ'שעדיגט פיזיש און גייסטיש, פאר נישטיגע זאכן, ממש שטותים, וואספארא תועלת האט מען געוואלט ס'זאל פון דעם ארויסקומען, ליידער שנאה צום הייליגע תורה און יהדות, נאר וועגן טפילה'רישע קנאות אויף יונגע נשמות'לעך וואס קענען זיך נישט קעגנשטעלן.
און מיט דעם וועל איך שילדערן נאך א געשיכטע.
פאסירט האט דאס ווען מ'האט ביי אונז אין חדר אנגעזאגט 'שטרענג', אז מ'טאר נישט ארויפגיין אין ווייבער שוהל שבת, נעמען פעקלעך ביי א באווארפן.
ווער ס'וועט יא ארויפגיין וועט ווערן באשטראפט.
קיין גרויסע עזות פנים בין איך נישט געווען, און אזוי אויך די איבריגע פיר קינדער, וואס מ'האט אונז געכאפט ארויפגיין, און אונזער גורל איז געווארן באשטומט די קומענדיגע וואך אין חדר.
יעדע פון די געציילטע קינדער, וואס האבן זיך יא ארויפגעכאפט נעמען א פעקל פון ווייבער שוהל, האט געהאט זיין מסור קעצל, וואס האט עהם גע'מסר'ט.
ווער ס'געדענקט וואס פאר א מצוה דאס האט געהייסן צו מסר'ן איין קינד דעם צווייטן, ליידער.
און מ'האט אויסגעשטעלט די גאנצע חדר, אלע קלאסן, עטליכע הונדערט קינדער, אינעם האלוועי, און אלע וועלן צוזען ווי די פיר פינעף פאר'משפט'ע, וועלן קריגן זייער שטראף, פארן ארויפגיין אין ווייבער שוהל און נעמען א פעקל.
דער מנהל מיטן לאנגע בארד כמעט ביז די קניען, האט געהויבן א שטעקן וואס איז געווען איבערגעטעיפט מיט גרויע טעיפ איבער א פאלן בויגן שטעקן, אז ס'זאל גוט ציפן, ער האט אפיר גענומען דעם ערשטן, און מיט היימישע קללות, 'די עזות מצח די עזות פרצוף' די פארשעמטע יונג'.. האט ער עהם אראפגעלאזט מיטן גאנצן דערוואקסענעם קראפט, א ציפעדיגע פליק מיטן שטעקן.
באלד האט זיך געהערט דאס קינדערישע געוויין, און די מלמדים מיטן צינישן שמייכל אונטערן גראבע וואנצעס, האט כעמט אויסגעבראכן אין א געלעכטער, ווען די טרערן שטעלן זיך ביי די קומענדיגע קרבנות.
מיין רייהע איז געווען די דריטע, און איך זעה קלאר ווי מיין מסור קעצל, וואס האט מיך גע'מסר'ט שטייט מיט פולע הנאה, אז ער האט געברענגט שטאף פארן מנהל.
מיך האט נישט געפאסט צו וויינען הויעך, אבער מער ווי די פעטש האט מיר געציפט די בושה, וואס כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן.
כ'מיין כ'קען זאגן, אז איך גיי מער נישט ארויף עד היום הזה.. אין ווייבער שול נעמען פעקלעך! א דאנק יענע פעטש אוודאי..
וואס האט מען פון אונז געוואלט? וועלכע זיסע זכרונות האבן מיר געזאלט בלייבן פון יענע יונגע יארן?
יא, די וויג ליד פון די מאמע, דאס האט אסאך געטרייסט און בא'טעמ'ט געמאכט אויף די געוויסן, אבער נאר דאס!
ווייל איך געדענק נישט עפעס בעסער'ס..
וואס פלעגן מיר באקומען פאר ריסעס, אמאל א איי, אמאל א אפאר טשערי טאמעיטאס, יא אויך אביסל פאפקארן, אזויפיל וויפיל מ'קען ציילן מיט צען פינגערס..
אין א פיצעלע סענדוויטש בעג, מיט א צעטעלע אינעווייניג, למען השם נישט פארגעסן צו מאכן א ברכה, א האדמה אויף די טאמעיטא, און א שהכל אויף די איי, ממילא וועט די פאפקארן שוין זיין געבענטשט..
איך האב אזוי מקנא געווען איינעם אין מיין קלאס, וואס פלעגט ברענגען אלץ א גרויסע בעג ריסעס, מיט עטליכע זאפטיגע פרוכט, אסאך מאל מילגרוימען, און נאך ענליכע נאש.
אבער די היינטיגע נאש האבן מיר קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אפילו צו קריגן, און איך הער נאך, אז היינט נעמען שוין די קינדער צוויי זעקלעך ריסעס, ס'שוין דא צוויי ריסעס הפסקות, און כדי מ'זאל נישט פאלן ווי די פליגען, דארף מען האבן אפאר זעק נאש און זאכן וואס מ'האט גוזר געווען אויף זיי ברכות אנשטאט קללות..
עפעס דארט איז מזונות און עפעס שהכל.. איך וואלט געמאכט משנה הבריות..
על כל פנים, וואס מיר האבן פארמאגט, אינעם מאגערער זעקל ריסעס, איז געווען גענוג און אויף איבערצולאזן.. ווייל אסאך מאל האט מיר נישט געשמעקט די מאכלים וואס די מאמע האט שטארק געוואלט איך זאל עסן צום געזונט, ווייל ס'געווען נישט אין מויל צו נעמען, טאקע פרוכט אבער שוין ברוין, צעשניטן אויף טויזענט שטיקלעך און אפגעשיילט פון אייערנעכטן..
נו וואס האט מען שוין געגעסן? מ'איז נישט געשטארבן פון הונגער.. אבער ס'געווען יענס אכילה גסה.. ממש געצוואונגענערהייט.
און ס'איז צום דערמאנען, די פרישטיג און לאנטש, וואס מ'האט צוגעשטעלט אין חדר, אוי דאס איז געווען א דאפעלטע פחד.
דארט ביים סינק איז געשטאנען איין גרויסע דזשאנדאר, גערופן האט ער זיך די לאנטש רעבע.. ער האט געהיטן ווי א לאגער אויפזעער, אויב יעדער וואשט זיך, מיט א טעפל, די גאנצע הענט, און ווישט זיך אפ, און מאכט א ברכה, און ווארפט נישט די פאפיר אויפן ערד, און נעמט א ברויט, און בייסט אריין..
ס'געווען א השגחה פרטית.. אויף יעדן, און אך און וויי אז מ'האט געכאפט איינע פון די געפייניגטע שעפעלעך אין סטאדע, נישט אויספאלגן די רוטין, אדער צום סוף נישט 'אויפעסן' די 'גאנצע' ברויט מיט די ברעקלעך..
אונטערן טיש פלעגן אסאך הענגן שטיקלעך ברויט אנגעקלעבט מיט פיטער צו ווייסעך וואס, וואס די משגיח האט נישט באמערקט צומאל, ווער ס'איז געווען דער וואס האט זיך געראטעוועט דאס נשמה, מיטן מעלים זיין דעם ברויט אונטערן באנק צו טיש.
אויב האט מען געכאפט א געביסענע ברויט נישט אויפגעגעסן, צו א געביסענע עפעלע נאך ריסעס, אין מיסט קאסטן, אוי וואספארא אינוועסטיגעישען איז פארגעקומען, ס'האט אויסגעקוקט אז אויב וואלט זיך פון פחד און בויך וויי נישט מודה געווען אחד מן הכבשים, וואלט מען אלאמירט די רוח הקודש גרופע צו גאר די סי איי עי..
ווייל מ'קען נישט ווייטער אנגיין אין א חדר, ווי ס'ווערט אפגעפונען א פארוואונדעטע עפל, און מ'ווייסט נישט ווער דער יונגע מערדער זיינע איז..
אזעלכע משוגענע קאפריזן, מאכן מיר נאך יעצט קאפוויי ווען כ'דערמאן זיך דערפון.
אמת טאקע, ס'געווען געוויסע מאכלים וואס מיר האבן זיך באלעקט די פינגער, אבער ווער האט אונז בכלל געפרעגט וואס מיר האבן ליב, מ'מוז ליב האבן אלעס! עפעס א מין סעיף אין ראשית חכמה צו מסילת ישרים געאייגענט פאר יונגע קינדער..
די שטרענגע אויגן פון די משגיח איבער אונז ביים עסן, האט פשוט פארשווערט דאס אראפשלונגען, אויסער די טרוקענע נישט אפגעבאקענע טייג, וואס האט קיין טעם נישט געהאט, און נאר ווייל ס'איז געווען אין א נישט געלונגענע מיירע, האט עס יענער געשאנקן בחינם פאר די חדר, אויך מיר א גוטסקייט.
אין מיינע צייטן האט א קינד זיך בכלל נישט געמעגט נאכגעבן די תאוות האכילה, מ'האט נישט געהאט די אויסוואל, פון אדער פיטער אדער פינאט באטער אדער דזשעם, בכלל נישט!
וואס איז דא, דאס זאלסטו עסן, און זיך אויסלערנען אכטונג געבן אויף בל תשחית, איי פארוואס געבסטו פאר מיין יונגע מאגן לכתחילה עסן וואס איז בכלל נישט צו די גוימען? אבער קוקט אויס אז די גאנצע ענין פון פרישטיג איז נאר צוליב די חלק החינוך פון בל תשחית.. א ביטערע געלעכטער.
וויפיל מאל געכאפט געווארן ביים מעשה, און מ'איז געווען געצוואונגען אויפצועסן, בעסער געזאגט אראפשלונגען ווי א געשטאפטע בעל חי, די טרוקענע טייגל, מיט טרערן און ווייטאג, ביז מ'האט ממש געבראכן.
און פון יענע צייטן קומט מיר ארויף א גרויל, ווען כ'קלער נאך א מאדנע עפיזאד.

מקודם וויל איך מוסר מודעה זיין, אז כ'שרייב וועגן מיין היסטאריע, מיין איך נישט צו באשמוצן קיינעם, און בנוגע מיינע עלטערן, זענען אסאך עלטערן אין יענעם עלטער געווען אזוי, און איך ציל פשוט אראפצולייגן מיין זייט פונעם געשיכטע נישט יענעמס נעגאטיווע חלק.
און צוליב דעם האב איך צו פארציילן א שטארקע חלק היסטאריע פון מיינע גוטע זכרונות אין יענע יארן.
דאס איז געווען א משך פון ניין יאר, וואס כ'האב מיך באהאפטן מיט נשמה שטריק צום פערזענליכקייט פון מיין זיידע [מיין טאטעס טאטע] ר' ברוך אברהם לאפפלער ע''ה
טאקע ווייל ער איז מיר געווען אזוי נאנט צו מיין לעבנס גאנג און ציל
פונקט ווי מיין באגער און פונקט ווי מיין ציל, צוזיין א גיבור הרוח און זעלבסטשטענדיג, אויפטון אויף די אייגענע האנט און זיך נישט שרעקן פאר קיינעם און קיינעם מיינט קיינעם, אט דאס האב איך אויך געהערט און געזען און קונה געווען ביי עהם מיין ליבע אומפארגעסליכע זיידע, וואס אויב מ'זאגט די ווארט היסטאריע, שפיגעלט עס אין עהם אסאך מער.
ווען כ'בין נאך געווען גאר יונג, פלעג נאך חדר פשוט אהינגיין צו מיין זיידענס הויז, און דארט בלייבן ביז שפעט.
ס'איז געווארן מער און מער א קביעות ביי מיר, און די געשרייען און טענות און שטרענגע סטראשונגען פון מיין מאמע האט נישט געהאלפן.
איך האב געצויגן צו עהם ווי מיט מאגנעטן, און פשוט כ'האב נישט געפילט אז איך האב וואס צו עררייכן אינדערהיים, נישט קיין שפילעריי און נישט קיין זאך וואס זעטיגט מיין נייגעריגע זעהל, און ביי מיין זיידן האב איך דאס דווקא יא באקומען.
כמים פנים אל פנים, האט ער מיך אזוי שטארק ליב געהאט, און אנשטאט שפילן מיט מיר, צו פארברענגען במילי דעלמא, פלעגט ער זיצן שעות אויף שעות מיט מיר, און פארציילן גאר געהויבענע השגות, אין עבודת השם אין סיפורים פון דעם אלטן היים.
השקפה פון ויגבה לבו בדרכי השם, און עזות דקדושה, ממש חשובע יסודות וואס כ'האב אין מיר איינגעזאפט ביי עהם.
מיר זענען געווארן צוגעבונדן צוזאמען ווי אומשיידבאר, און כ'מיין כ'קען זאגן, אז צווישן זיינע קרוב צו פיר הונדערט אייניקלעך, בין איך אין יענע לעצטע יארן זיינע, אין עלטער פון ניינציג יאר, געווען דער איין איינציגער וואס האט ממש זיך געפונען מיט עהם ווען מ'האט נאר געקענט.
און ס'איז אזוי געווארן, אז כ'פלעג שוין קומען צו עהם אויף שבת'דיגע סעודות, און יום טוב פסח צום סדר, געדענק איך נישט אלץ קינד א סדר ביי מיין טאטע, איך בין געווען ביי מיין זיידע מיום עמדי על דעתי.
און דער איינציגער וואס האט עהם באגלייט די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן, איז אויך געווען איך אליין מיט עהם.
דאס איז א לענגערע געשיכטע, וואס איך האב צו פארציילן, אבער די נקודה וואס איך שרייב, איז, אז אין עהם האב איך געפונען וואס כ'האב געזוכט, און פון עהם האב איך קונה געווען אסאך יסודות און בעיקר אמונה און ביטחון עצמי גאר שטארק.
איך בין געווען כמעט דרייצן יאר אלט, ווען ער איז נפטר געווארן געזונט און שטארק ווי א יונגערמאן, ביי די 92 יאר, פרייטאג צונאכטס פון א פלוצלינגע הארץ אטאקע פארן מאכן קידוש.
ער איז געווען מיין לעבן, און ממש מיין וועג ווייזער אין די קומענדיגע שווערע זמנים, זיינע לעצטע דיבורים צו מיר, ממש אייניגע מינוטן פארן הארץ אטאקע זיינע, איז געווען.
דוד המלך זאגט אין תהילים, חסד ומשפט אשירה, סיי ווען ס'איז ביים מענטשן חסד ס'גייט גוט, און סיי משפט ווען ליידער ס'נישט גוט, אבער אשירה דארף מען מצדיק זיין דעם אייבירשטענס דרכים.
אוי איז דאס געווען פאר מיר א לעבנס לעקציע, אלץ מער און מער זע איך אין דעם א אייביגע צוואה און כלל גדול אין לעבן אין יעדן מצב.
און אמת טאקע אז דאס לעבן איז בערגעלעך, אמאל ארויף אמאל אראפ, און ס'נישט שייך צו באשולדיגן יענעם כדי אנצוקומען צו א תכלית, אויב מ'וויל באמת עפעס אויפטון.
אבער דאך, איז פארהאנען א תועלת צו פארשרייבן געוויסע פרטים, וואס דערמיט טוהט מען זיך איינמאל פאר אלעמאל ארויסגעבן די שווערע געפילן, און אויך אויב ס'שייך צו מאכן קלאר די חלקים וואס מ'וואלט ווען געקענט מתקן זיין.
כ'מיין צו זאגן, אז אמאל כאפט מען זיך נישט, וואס עס קען וויי טון א קינד, און דערווייל ביים קינד איז עס א לעבנסלענגליכע פראגע, היתכן וואס האט יענער געוואלט פון מיר, איך בין עפעס געווען זיין הונטל? צו האט יענער ערענסט געקלערט נאר פון זיך? און מיך גענוצט אלץ שטעקן צו זיינע שווערע מוהט'ס און גראב גערעדט כעס'יגע מינוטען?..
און וויפיל ס'אמת אז ס'געווען אנדערע צייטן ווי היינט, איז גוט אויף א ערליכע וועג עס צו פארציילן אז ס'זאל זיין קלאר וואס איז געווען א טעות און וואס איז געווען אזוי די דרך החינוך, כאטש ס'האט זיך שוין משום איזה סיבה געטוישט.
אין מיינע יונגע יארן, איז געווען א נארמאלע זאך, אז קינדער זענען געווען הפקר פעטרישקע, פאר יעדע זיידע וואס האט עהם געוואלט לערנען א לעקציע.
אז איך בין אריינגעקומען אין שוהל, אין א וואכענדיגע זונינגע נאכמיטאג, און כ'האב אויספראבירט מיין שטימע מיט די ליידיגע קאפאלען אויפן דאך פונעם היכל הבית מדרש.
אזוי זינגענדיג, האב איך געקענט כאפן א פראסק, אדער אין בעסטן פאל א פארציע זידלערייען, פון א זקן מלא..
וואס מיינסטו די ראצער וואס איז דא? מ'קען עפעס דא זינגען?..
פארוואס נישט האב איך געקלערט, איך בין געווען כשר גערעכט מיט מיינע שטילע מחשבות, פארוואס יענער מעג זיך גארגלען ביי שוכן עד ווייל ער האט יארצייט צו ווייל ער איז א איש מכובד, און איך ווייל כ'בין נישט בר מצוה מעג איך נישט זינגען אין שוהל ווען כ'שטער באמת נישט קיינעם, אין א ליידיגע היכל אין א גרינעם וואכן טאג..
באמת האט מען נישט געדארפט האבן געטון א ספעציעלע עוולה, אז א זקן צו מיטל יעריגער באלעבוס זאל זיך אנרופן מיט שפאס און זידל רייד, ווי כאילו די עבירה פון פארשעמען און רעדן מיאוס מיינט מען נאר דעם רבין און דעם רב, און ער מעג, ווייל ער ארבעט שווער א גאנצע וואך.. צו ווייל ער איז זייער א גרויסער מויל מאכער, און אלע האבן ליב זיינע פלאפערייען.
איך זאג מיט צינישקייט, אז אוודאי פארשטיי איך די זקנים מיט זייערע פעטש טיילן פאר ווער ס'איז זיי אונטערגעקומען אונטערן הויקער.
ווייל פונעם מלחמה איז שוין נישט געבליבן פאר אלע גענוג זיידעס און שוהל טאטעס, ממילא האט מען קוקט אויס מסדר געווען איינס צוויי זיידעס פאר די גאנצע חדר, אבער נישט נאר שבת נאר ווען א קינד איז געווען פריי, האט יענער עהם געמוזט לערנען מידות.
די קליינער ברענג מיר א גמרא.. די קליינער ברענג מיר א טיי, ברענג מיר טראג מיר..
נישט קיין ביטע, נישט קיין שקויעך, וויבאלד איך בין קליין, און אויך די אייגענע עלטערן פארשטייען אז איך מוז אלעס טון וואס א עלטערער הייסט, אן קיין פופס פון מויל, אן קיין צייכן פון מרידה..
וואס זענען מיר צאן קדשים, עפעס שלאקס שמשים? ציגאנער קינדער אפגעקויפט אין א מארק טאג? אבער אזא פנים האט עס געפירט.
ווייל יענער האט פארגעסן זיין גלעזער אינדערהיים, האב איך באקומען די גרויסע מצווה.. עס שנעל לויפן ברענגען און שוין זיין צוריק.. אבער שנעל! נישט מ'זאל דארפן ווארטן, ווייל דער אלטער ברויך עס שוין!
איך געדענק אז אמאל האב איך באמערקט ווי א טאוועל איז פארקלעבט האלב וועגס, איך האב געקלערט אז איינער האט עס דווקא געטון, כדי צו טשעפענען מיטן הענגער פונעם טאוועל.
דארט איז געשטאנען, א ל''ג בעומר פאגראם [אנשטאט פראגראם], וועט פארקומען מיט שיינע ריידס..
איך האב נישט פארשטאנען אז א זיידע האט געלייענט דעם צעטל, און די בלוט איז עהם ארויף אין קאפ, ווידער א פאגראם.. חלילה.
און כ'האב אראפגעריסן די צעטל וואס האט פארדעקט די ווערטער, פלוצלינג הער איך קולות איבער מיין קאפ.
א חשובער יוד א עלטערער זקן גאר א בן תורה, האט געעפענט א מויל מיט רעגעניש כמעט ביז פעטש.
די עזות פנים, ווער האט דיך געבעטן צו רייסן..
איך האב געמיינט אז איינער וויל טשעפענען..
די קליינער עזות פנים, גיי אוועק פון דא.. דו ענטפערסט נאך? וואס רירסטו אן די טאוולען.. גיי פון דא..
איך בין שוין היינט וויסענד וואס יענעם האט געשטערט, אבער וואס וואלט געשען אז ער וואלט מיר מסביר געווען די פראבלעם, וואס וואלט געשען?
איך גיי נישט אויסרעכענען אלע מיינע קליינע געשיכטעס, אבער על הכלל כולו יצא, אז א קינד האט נישט אויפגעכאפט אייביג די חינוך לעקציע, ווי איר וואלט געוואלט.
להיפוך, ער האט גאר געקוקט מיט ביזיון, אז מ'מאכט עהם נידריג און מ'לאזט עהם נישט רעדן צו טוהן א זאך וואס איז ביי עהם נישט קיין אומרעכט.
שוין אפגערעדט ווען ס'איז געקומען פון סתם כעס, און די פראסקעס זענען געפלויגן ווי כאילו מ'שלאגט א וואנט אן געפילן.
האסט געריקט א בענקל צו טיש און ס'האט געמאכט א רעש, א פראסק אין צענטער פון א ריזן עולם.
כ'פארשטיי יענער שעמט זיך נישט פון קיינעם [פארוואס טאקע?] אבער איך בין יא געווארן פארשעמט, און איך בין 'נישט' דיין זון צו אייניקל צו אפילו מחותן, אז דו מעגסט זיך מקיל זיין צו אויסקלאפן דיינע שווערע יארן אויף מיינע צארטע באקן.
און איבערבעטן? וואס עפעס, איך האב געהייסן נישט ריקן דעם באנק, נישט עפענען דעם פענסטער און ער האט יא!
כ'בין חלילה נישט דאן לכף חוב קיינעם פון זיי, אבער אויב ס'קען אריינגיין אין די אויערן פון די וואס לייענען עס דא, און פארשטיין אז אפילו א ענליכע זאך וואס פאסירט, דארף ווערן פאר'ראכטן, נישט לאזן א קינד מיט יארן לאנגע ווייטאג אין קאפ.
[טאקע דעם חול המועד, האב איך בטעות אראפגעווארפן א קינד ביים שמחת בית השואבה, כ'זאג בטעות כ'האב געגעבן א שטופ צוריק ווען ער איז מיר געקראכן אויף די פיס.
ער האט זיך צעוויינט און אנטלאפן.
איך האב עהם אויפגעזוכט [אויפזוכן א קינד אין סקווער אין די צווייטע טעג סוכות, איז ווי זוכן א נאדל און א בארג שטרוי..] נאך דריי טעג יום טוב, שמחת תורה אין דערפרי, האב איך עהם געפונען שטיין ביי די הקפות, און עהם געבעטן מחילה.
פארוואס? ווייל כ'האב געוואוסט וויאזוי עס שפירט.

קינדער האבן אלץ ליב פאן, און זיך רייצן מיט פעדלערס און זיי אויספראבירן ביז אויפרעגעניש, נאכן סתם פארדרייען א קאפ און פארדרייען אלעס וואס קומט זיי אין די הענט אריין.
און ווען די מנהל צו מלמד האט געדארפט צומאל אין פלאץ שטעלן א קינד, פארן זיך מתחצף זיין, צו פארן טון א עוולה ווי אנצינדן א פייער, צו טשעפענען א עלטערע יוד, צו גיין ווי מ'טאר נישט, טון וואס מ'טאר נישט, רעדן וואס מ'מעג נישט.
איז אויך געווען א גרויסע גאר גרויסע אונטערשייד פון מחנכים.
ס'געווען אזעלכע וואס איך האב ביי זיי באמת הנאה געהאט, ווייל איך בין באמת נישט געווען א ווילד קינד כאטש מאדנע יא.
איך האב געפאלגט כאטש געפוילעצט יא.. אבער נישט געגאנגען אקעגן די תקנות און מסגרת החינוך ווי מ'זאגט.
און כאטש כ'האב אויך אמאל געטון א נישט ריכטיגע זאך, איז אבער דער 'נאראמאלע מחנך' געווען גערעכט אין מיינע אויגן ביים שטראפן, און א ראיה אז איך האב נישט דעמאלטס און נישט היינט א שלעכטע מחשבה קעגן עהם.
ווייל אז מ'איז יושר'דיג, ווייסט א קינד אויך אז ס'קומט עהם אמאל א פעטשל צו א קנס.
דאקעגן, איז געווען אזעלכע מחבלים, וואס האבן געהאט באזונדערע טשאטשקעס אין יעדע כיתה וואס האבן ביי זיי נושא חן געווען, און להיפוך עטליכע קרבנות וואס האבן אלץ געכאפט מכות, און בושות, און סתם שנאת חינם.
איך קען פארציילן לאכעדיגע געשיכטעס און וויינענדיגע, אבער איך זיך נישט צו זאמלען רחמנות און אומזינסטע קריטיק אויף מיינע געשרייבעכצער, טאמער כ'שרייב צו אמת'דיג פאקטן וואס נישט יעדער האט ליב צו הערן אז ס'אמת.
אבער למען האמת, נאכן ציילן די אותיות, האב איך געקלערט יא צו שילדערן עטליכע סיפורים און ספעקטאלן, וואס זענען נאך ביי מיר אפענע וואונדן ווען איך דערמאן זיך אין זיי, און איך דערמאן זיך אין זיי, אסאך מאל ביים שיקן מיין זון אין חדר.
ציטערנדיג, צו חלילה היינט איז נישטא די זעלבע סארט רודפים בצורת חינוך.
איך פלעג אסאך מאל זייער אסאך מאל פארפאסן די באס אינדערפרי, און אז כ'האב געדארפט גיין צופיס צום חדר, איז דאס געווען א היבשע מהלך פאר מיר, קליינע רינדעכיגע זיסקייט מיט רויטע בעקעלעך.. [ווי אלע האבן מיר געקענט, און צומאל געציפט אין די פעטע באקן..]
ווען כ'האב געקענט, האב איך געכאפט דעם באס פון ר' שלמה יעקב וואלטער ע''ה, איי א צדיק פון א יוד געווען, און אזוי פריצייטיג זיך געשיידט פון אונז.
ער האט געווארעמט דעם באס, און זיך איינגעוויקעלט אין זיין שווארצע שאל וואס האט זיך געשלאגן מיטן רויטן לאנגן בארד, ווער ס'זאל לויפן פאראויס אין די ווילדע רייסערישע ווינטן, אין די קוים זוניגע פרימארגענס.
ווען מ'האט געכאפט ר' שלמה יעקב'ס באס, איז געווען א פרייד, ער האט יעדן מקבל פנים געווען בסבר פנים יפות ממש.
אמאל איז יא געווען באסעס צוגעשטעלט אמאל נישט, אבער איך האב געמאכט זיכער.. צו פארפאסן נישט איינמאל א וואך נאר כאטש רוב טעג..
נו, בין איך אנגעקומען אין חדר, און די נארמאלע עבירות יענע צייטן וואס מ'האט געקריגן מלקות צו בדד ישב מחוץ לכיתה, איז דאך שפעט קומען אויך געווען אריינגערעכנט.
האב איך עס נאך פארשטאנען און אנגענומען מיט פארשטענדעניש.
וואס קען מען טון אז איך בין א שלעפער און כ'ווייס אז ס'איז שטרענג מיטן אנקומען שפעט, נישט פינעף מינוט נאר א האלבע שעה כאטשיג. טעגליך!
און באמת בין איך נישט געווען אזוי שולדיג, ווייל צו גיין בארג ארויף צום חדר, א וועג וואס האט 'מיר' גענומען צוואנציג מינוט מינימיום, און רוב קארס האבן זיך 'נישט' אפגעשטעלט געבן א היטש, ממילא האב איך געכאפט שטראפן פארדעם מידי בוקר.
טאקע א דאנק [אפשר צו שפעט..] פאר די וואס האבן זיך יא אפגעשטעלט און פארמיטן אסאך קינדערישע יסורי הגוף והנפש, מיטן אונז פירן די וועג ארויף צום חדר, וואס איז געווען נישט סתם ארויף נאר א בארג!
ויהי היום.. ויהי לשון צער, האב איך דערגרייכט אין חדר א שעה א האלב שפעט.
איך בין געווען הונגעריג אויך, און כ'בין אריין אין לאנטשרום, וואס איז געווען ליידיג, און געזוכט עסן, און געוואלט כאפן א ביסן, פאר איך גיי באקומען די ריכטיגע ביסן באלד ביים זיך באווייזן אין כיתה אזוי שפעט.
דארט האט געארבעט א זכר, נישט קיין סקווערער, וואס כ'האב שפעטער געהערט האט ער געהאט שוין א רייכע רעפוטאציע פון טשעפענען מיט קינדער, און איך האב אויך געוואוסט אז קיין האניג באקומט מען נישט פון יענעם, ווייל קוים טרוקענע ברויט האט ער פארגינען, מיט אויסגעקוועטשטע טונע פיש, וואס כ'ווייס באמת נישט ווער ס'האט עהם געשטעלט אויף דעם פאזיציע, ווייל ער איז געווען פארפיינטעט ביי אלע, אויך ביי די עלטערע קינדער.
ער האט געהאלפן מיט די עסן טיילן, און האט ממש נישט פארגינט גארנישט, און פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג עהם ארויסווארפן מיט די צייט, ווייס איך אויך נישט עד היום הזה.
ער טרעפט מיך אין לאטשרום, און פרעגט מיך פארוואס איך קום דא אזוי שפעט.
ער לייגט מיך פשוט איבער אויף א באנק, און פראקט מיך אן די ביינער! איך בין אנטלאפן פון זיינע הענט, און ארויפגעלאפן נעמען די 'אפציעלע שטראף'..
יענער איז ברוך השם געפלויגן פון דארט מיט די צייט, אבער נישט פון מיין מחשבה..
נו ממילא א וואלענטיר פאר חינוך.. דאס וואלט איך אנגענומען אלץ מאדנע פאקט.
אבער ווען כ'בין אויסגעשטאנען די רדיפות פון די אפציעלע הנהלה, דאס פלעגט מיר ממש ריאונירן ביז פחד און אראפשלונגענדיג די טרערן האב איך צוזאמגעשאלטן די שלעכטע גייסט פון די וואס האבן כלומרשט נאר געמיינט די אמת.
ווען ס'געקומען אויסצופארשטן וועגן עפעס, בין איך געווען פון די אויסגעפרעגטע..
און אז כ'האב געוואוסט אז איך האב נישט געטון קיין עוולה האב איך נישט געדארפט מורא האבן, אמת.
אבער, די מיאוסע שאלות וואס א מיטל יעריגע מחנך זאל מיך פרעגן, און קלערן אז עה! א קינד כאפט נישט אז מ'פרעגט עהם אזעלכע פריוואטע און גאר אינטימליכע פראגעס, דאס איז מיר אלץ געבליבן א מאדנע פאקט.
און איך אלץ פחד האב געענטפערט אלעס אלעס, אנגעהויבן פון פריוואטע זאכן וואס טוט זיך ביי אונז אינדערהיים, און געענדיגט ביי עפיזאדן וואס חברים האבן געטון און איך בין געווען דער קעלבעלע וואס האט געמוזט וויסן און פארציילן..
פונקט איך האב קיינמאל נישט געקענט דאס לערנען, אפילו כ'האב יא געקענט, 'דאס הייסט נישט געקענט הונדערט פראצענט'..
ווי כ'האב שוין באשריבן אמאל וועגן די געשיכטע פון 'די שטרוי קענסטו האלטן'..
כ'האב דאך געהאט אמאל לאכעדיגע און זיגרייכע מאמענטן אויך.. אי''ה אין די קומענדיגע קאפיטלען.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

יא, ס'געווען צומאל פרייליכע מאמענטן אויך, נישט אויף בלויז זאמד און שטיינער, פעטש און יסורים, דערמאנט מען זיך אין א נאסטאלגישע מינוט.
יעדער האט אנדערע זכרונות, איינעם ציט דווקא דאס אמאליגע פיין שמעקעדיגע געקעכצן פון דערהיים, און איינעם א לידעלע פון וויגעלע, און אייביג איז דא עפעס אפילו אין גלות, וואס האט אויסגענומען אמאל צו גוטע צייטן אויך.
אנטשולדיגט אז איך שילדער אזוי שווארץ יענע יארן, אבער וויפיל איך קלער אריין, זע איך נישט וויכטיג צו שרייבן ליגענט און זאגן אז איך בענק מיך עפעס שטארק צוריק.. ממילא מוז זיין ס'יא געווען ביטער און שרעקעדיג, און כ'האב געהאט געווארט אויף בעסערע צייטן.
למעשה, ווען ס'איז אנגעקומען סוף זומער, ווען די מלמדים האבן זיך פארגינען צו מ'האט זיי פארגינען.. א וואקאציע פאר א וואך צוויי, אויך דעמאלט האבן די קינדערלעך געמאכט דאס ריכטיגע לעבן..
ס'איז אנגעקומען א סובסעטוט אין חדר..!
נאר צו דערמאנען די ווערטער סובסעטוט, ווערן שוין די קינדער לעבעדיג ביז חוצפה..
האט דער סובסעטוט געהאט גענוג שכל, וויאזוי צו האנדלען מיטן קלאס, אז סיי ער סיי זיי זאלן ענדיגן א וואך מיט נחת, איז ער געווען גליקליך.
אבער אז נישט.. חחח
אפילו די טאטע האט געוואוסט מיט איין ווארט צו מגדיר זיין דעם וואך, וואס האט מען געלערענט? ס'געווען א סובסעטוט?? אקעי כ'פארשטיי ס'נישטא וואס צו פארהערן...
אונז זעמער געווען נאך קינדער פון קוים זעקס זיבן יאר, און שוין האבן מיר מצליח געווען צו מאכן אייערשפייז פון א סובסעטוט א תמים.. יענער האט נעבעך פראבירט צו מאכן אפאר גראשן מער, און האט איינשטימיג אנגענומען א וואך אין חדר צווישן לעבעדיגע סוחרים..
האט ער געקוקט רעכטס, איז געפלויגן טישוס און שלאכטס פון לינקס.. האט ער געשריגן האט ער געכאפט א טעפל וואסער פון.. שיטה לא נודע עד היום הזה למי..
און ס'האט זיך געמאכט אז ס'איז געווען א 'שטרענגע' סובסעטוט, אוי! דאס איז שוין איינמאל געווען היסטאריע..
ער האט געפראסקעט, און די קינדער האבן רעוואלטירט, ממש מיט קולות פון שארפע מחאה! היתכן יעצט איז אונזער צייט פאר סחורה און פרייהייט, וואס איז דאס די שטרענגקייט?
גלייבט מיר, נישט מיר און נישט ער איז ארויס צופרידן יענע מאמענטן, ס'האט זיך געוויינט און געלאכט אינאיינעם, ביז מ'האט אריינגעמישט טאטעס און הנהלה, און ס'איז געווען א גרייטע לאו סוט קעיס, פאר די מלמד נאכן צוריקקומען פון וואקאציע.\
אוי האבן מיר אריינגעהויבן פאר די צוויי וואכן חוצפות.. און דער שטרענגער סובסעטוט איז אריין אין אונזערע זכרונות לדראון עולם.
נאך חדר טאג טעגליך, האבן מיר ווידער זיך געטראפן סחורה, מ'האט יעדן אנשיקעניש צו פעדלער, אפיר גענומען און אויסגעניצט די געדולד, ביז יענער איז געווארן די שלאג ברעט די נעקסטע תקופה.
און פונקט ווי די מלמדים האבן שלא ביושר איבערגעגעבן פונקטליכע דעטאלן פון יעדן קינד, אז דער קומענדיגער מלמד זאל קענען ממשיך זיין טרייבן שפאס און רייסן שלעק אויף די אלטע קרבנות מיט א המשך.
פונקט אזוי האבן די קינדער צווישן זיך איבערגעגעבן מדור לדור, פון עלטערע צו יונגערע, ווער איז א גוטע רבי, ווער איז א שלעגער, ווער איז סתם א טעות געבוירן געווארן, און וועלכע פעדלער פארקויפט ביליג און וועמען קען מען אנצידן אין א רגע, אז ער לויפט נאך.
וועלכע זיידע געבט קענדיס און וועלכע טיילט פעטש, ווען און וואו איז סחורה און וויאזוי איז די בעסטע וועג צו אנטייל נעמען אין די שמחה..
נישט הויעך געזאגט, פלעגן מיר טעגליך זיך אריבער כאפן צו אסטרייכערס בעקעריי, און אמאל מיט רשות פון ר' שמחה קאפף אמאל אן רשות, כאפן א קוקי צוויי און אפ'פיצן..
מארגן האט דער מנהל געפארשט און געפארשט, און איינער האט גע'מסר'ט דער צווייטער האט געלייקענט..
איך געדענק אז מיין טאטע איז געווען א הצלה מעמבער, און כ'בין דאך אינפארמירט געווארן אסאך חלקים וויאזוי מ'לערנט זיך צו ראטעווען חולים און באטראפענע ר''ל.
פלעג איך קומען אין חדר און פארציילן, אסאך מאל אליינס באקן, געשיכטעס און פאקטן וויאזוי מ'מאכט סי פי אר., וויאזוי מ'האנדעלט ווען איינער דערווערגט זיך ר''ל, צו דערטרונקט זיך.
איין טאג קומט אריין דער מנהל, וואס איז נישט געווען קיין גרויסע שטיצער מיינע, און רופט אויס בשאלה, ווער האט אויסגעלערנט דא, וויאזוי מ'מאכט סי פי אר.?
מיר איז שווארץ געווארן..
און פונקט שטעלט זיך ארויס א מסור קעצל, און צייגט אויף מיר גלייך.
דער מנהל רופט זיך אן, יוסל זאגט אז די לערנסט אויס הצלה זאכן?
איך האב איינמאל פאר אלעמאל גענומען דרייסט און זיך הויעך און פעסט אנגערופען.
'איי עמ סארי, נישט איך! ער האט זיך טועה געווען מיט א צווייטן!
דער מנהל האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויסגעשאסן אין א געלעכטער, קוקט אויס אז ער האט זיך נישט גערעכענט מיט אזא ענטפער, און ער האט מיך אפגעלאזט.
א צווייטע מאל קומט ער אריין אין כיתה, זייער אנגעצויגן, און זאגט שארף און קלאר!
שוין אפאר וואכן וואס איינער שרייבט אן די ווענט אין די מאנטלען שטוב, ביז מ'גייט אהיים פון חדר, וויל איך יענער זאל אליינס קומען זיך מודה זיין, אז נישט וועט זיין ביטער.
כאטש איך האב גוט געוואוסט אז דער אנשרייבער איז נישט קיין צווייטער ווי איך אליין..! האב איך נישט געקלערט פאר קיין רגע זיך מודה צוזיין, ויעבור עלי מה.
און ראה זה פלא! כ'הער שפעטער, אז א יונגעל מיט צוויי כיתות יונגער, א גולם קאפ, האט זיך מודה געווען.. חחח
אוי האט ער אריינגעהויבן פאר דעם..
און כ'האב עס גוט געדענקט, און אין ישיבה קטנה האב איך עהם פערזענליך איבערגעבעטן.
ווען איך קלער צוריק די סארט שפילערייען וואס מיר פלעגן זיך נאר שפילן ביי לאנטש צייט, קען איך נישט אויפהערן לאכן..
עפעס איינער האט אראפגעלייגט אינעם חדר גארטן, א בארג מיט צעפאלענע ציגל און שטיקער שטיינער וואס מ'קען צערייבן אויף שטויב.
עטליכע יאר, האבן מיר געהאט פון דעם פרנסה..
מ'האט עס געריבן געגאסן און פארקויפט ווייטער פאר אנדערע כיתות, באהאלטן אין היילן ערד, די צעריבענע זאמד, און מ'האט געזוכט לעכער און באהעלטענישן פאר די שטויביגע סחורה..
ס'געווען רויטע זאמד גרינע זאמד און ברוינע, די מער ווייעכערע האט זיך פארקויפט אביסל פאר אסאך הארטערע זאמד.
מיר האבן דאך געהאט ביימער און גרויסע לאנד ארום די חדר, און דער מנהל פלעגט זאגן אז ער האט א קוקער און זעט אלעס אפילו אונטער די שאטן פון די ביימער.. [א רעטעך!]
הכלל, האבן מיר אוועקגעשטעלט אסאך ביזנעסער אין די צייט פון לאנטש, און גאנצע כלי זמר און בעלי מלאכה, פיזישע ארבעט און ארכיטעקטור, זענען מיר געווען און געשפענדעט די צייט אונטער די הייסע זומער מיטאגס און האלב רעגענדיגע ווינטער טעג.
ביז דער לאנטש משגיח האט געצויגן ביים אויערן, 'האסטו נישט געהערט ארויפגיין שוין, צען מינוט צוריק??
איך דערמאן זיך, אז אפילו מצוות האבן מיר מקיים געווען מזמן לזמן, מיר האבן געפונען א נעסט פייגלען, כאטש ס'געווען נישט כשר'ע האבן מיר געמאכט שילוח הקן לפנים משורת הדין..
מיר האבן געגראבן און געגראבן.. ביז איינמאל הערט מען א פרייליכע צערעמאניע, כיתה ז' האט געגראבן און געטראפן א קוואל..
מ'האט אזוי געגראבן אז מ'האט אריינגעלעכערט אין א פייפ, שפעטער זענען מיר געוואור געווארן אז מיר פאטשקענען שוין א שטיק צייט אין א צעבראכענע אפלויף..
און מ'איז ארויפגעקומען נאך אזעלכע שווערע ביזנעס שעות, האט מען דען געהאט נערווען צום לערנען? א פייג!
אבער אהיימלויפן האבן מיר זיך נישט געטרויעט.. כאטש איינמאל האט עס יא פאסירט..
דער מנהל פלעגט מיט אונז מעביר סדרה זיין אויפן מייק, דאס הייסט אלע קלאסן האבן געעפענט די טירן און ער מנהל פון זיין אפיס האט דורכן שפיגל געקענט זען וואס טוט זיך אינעם קארידאר, און ער האט הויעך פארגעזאגט.
מהפך פשטא זקף גדול.. וידבר השם אל משה ואל אהרן און ס'געפארן די נקודות די טראפן ווי מ'רופט עס.
גרשיי...ם.. און קטון און גדול און קרני פרה..
די מלמדים פלעגן זיך מקיל זיין אהיימצופיצן שוין, ווייל ס'שוין ממילא געווען סוף די מסגרת, און פרייטיג כחצות האבן זיי שוין געזוכט אהיימצוגיין.
און מיר האבן דאס געקענט אויסניצן פרייערהייט..
איינמאל מער ווי איינמאל האבן זיך די הייפערדיגע קינדער ארויסגעשלייכט פון כיתה און אויך אהיימגעפיצט, אבער דער מנהל האט געהאלטן א וואכזאמע אויג.
איינמאל אינמיטן מעביר סדרה זיין, דבר.. אל בני ישראל ו.. עמ עמ.. סוף פסוק.
יאסעלע כ. קום שוין צוריק!!! הערט מען א ווילד שטרענגע באפעל..
אינמיטן פסוק האט ער געמאכט א סוף פסוק.. און געכאפט דעם יאסעלע אהיימלויפן.. אוי האבן מיר געלאכט!
ס'פלעגט אפילו זיין אזא מושג פון א יחיד בדורו וואס פלעגט אנטלויפן פון חדר, און די טראמא האט איינגעשפאנט די הנהלה און אלע קינדער, ממש ווי א היסטארישע געשיכטע אינעם היינטיגן וועלט.
די מנהל און מלמד פלעגן אפשטעלן אלעס און גיין זוכן דעם אנטלאפענער.. און פרעג שוין נישט וואס יענער האט געכאפט דערפאר..
איך למעשה פלעג נישט זוכה זיין צוזיין פון די מחוצפים, און אויך נישט פון די וואס האבן אלץ פארגעסן די ציצית אינדערהיים, און אויך נישט פון די וואס האבן געהאט די פלאו און די פיבער און די עלערדזשיס.. ממילא האב איך בלית ברירה געמוזט אייביג אלע טעג פון יאר זיין אין דינסט.. אין חדר אן קיין תירוצים, ווייל טאמער האב איך זיך דערוואגט זיך נישט גוט צופילן האב איך ממילא נישט פארדינט קיין רחמנות אינדערהיים.
און מ'האט מיינע חולשות נישט אנגענומען אלץ פאקט.
איך דערמאן זיך נאך א ווייטאגליכע תקופה מיינע, אין די מיטעלע חדר יארן.
איך פלעג באקומען א אטאקע אז איך דארף אין ביה''כ ארויסגיין, ממש פינעף מינוט ווען מ'האט אנגעהויבן לערנען.
און דער מלמד ווי פארשטענדליך האט דאס נישט גורס געווען, מ'איז קוים געווען הפסקה, און דא פלעגן זיי די מלמדים ניצן א דאקטארישע סטעיטמענט [אויסגעזויגן פון פינגער..] אז אונטער דריי שעה דארף מען נישט אין ביה''כ
און אפילו טאמער האט מען מיר שוין יא געלאזט גיין, ווי א יוצא מן הכלל, נאך אסאך מאל בעטן און וויינען, פלעג איך ממש נאך צען מינוט נאכאמאל הייבן די הענט מיט בקשות ותחנונים, איך דארף נאכאמאל.
ס'איז א פשוטע זאך, אז פון פחד, און פון ידיעה אליינס אז מ'טאר נישט גיין צו מ'קען נישט גיין, זאגט די מוח אז מ'מוז!
ס'האט אנגעהאלטן ביי מיר עטליכע חדשים אזעלכע אטאקעס, און דער מלמד האט געלאכט אין מיין פנים, און געזאגט מיט שפאט, טוה אן א פעמפער.
איך האב ממש נישט אויסגעהאלטן די בושות און די צער, די אנגסט פון די באפעלן פון מיין מוח אז אט אט גיי איך טאקע זיצן אין א טייך, און דער מלמד האט סיי מיט פעטש סיי מיט ליצנות מיר פראבירט אפהאלטן.
צומאל פלעגט ער מיר שוין שלעפן צום מנהל, וואס פלעגט פראבירן מיט גוטן מיר מסביר זיין אז ס'איז א משוגעת פון מיר.
איך בין אזוי געפייניגט געווארן לאנגע מינוטען, און אפילו נאך א האלבע שעה זיך וויינען און בעטן האט מען מיר שוין יא נאכגעגעבן, האב איך אבער קיינמאל נישט פארגעסן יענע שווערע בושות וואס כ'האב אריינגעהויבן.
כאטש וואס כ'האב מיך אלעמאל סוף כל סוף איינגעהאלטן.
די פחדים זענען געווען ווי איך פארשטיי היינט, פון אסאך זאכן צוזאמען, איך האב נישט געדארפט גלייבן דעם מלמד אז ער וועט פראסקענען פארן נישט האלטן די פינגער אין חומש צו אין גמרא, פארן גולם'ן פארן נישט קענען, פארן נישט וויסן באלד אויפן רגע ווען ער פרעגט, ווי האלט מען.
איך האב עהם נישט געדארפט גלייבן, ס'איז געווען א פאקט, אז ס'געפלויגן פראסקעט און מכות לפנים משורת הדין.
פלאס וואס איך פלעג שלאפן ביינאכט אין פחדים, ווייל מיר פלעגן וואוינען נישט ווייט פונעם בית החיים, און יעדע לוויה האב איך מיטגעהאלטן פון די פענסטער, ווייל שלאפן האב איך נישט געקענט.
די וועלדער ארום האבן געזונגען שרעקעדיגע לידער פון די וואלד חיות און פויגלען, און די פחדים פלעגן מיר אנכאפן נאכט נאך נאכט.
נו וואס פאר א קאנצענטראציע און שטארקע געהירן האב איך געקענט האבן אין חדר צומארגענס נאכן פארשלאפן מיט רעכט און קומען שפעט ווי דער וועלטס שלעפער.
איינמאל א יאר, ב' ניסן, ביים יארצייט פונעם סקווערן רבי'ן זצוק''ל, איז געווען לעכטיג ביי אונזער הויז און ארום, און דעמאלטס איז געווען סחורה און מ'איז אונז ווי מ'זאגט געקומען באזוכן..
ביי אונזער הויז האט מען זיך געוואשן די הענט, ביי קראנען וואס מ'האט געמאכט אינדרויסן אונזער הויז, און אינעם אונטערשטע שטאק פלעגט מען דארט ביי אונז אנגגרייטן קיכעלעך און טרונקען פאר די וואס קומען צום יארצייט.
אבער אזוי, א גאנץ יאר, איז געווען פחדים בלי הפסק, נאכדערצו, דעמאלטס האט קיינער נישט געוואוינט ארום אונז כמעט, נאר ארויפצו די בארג, און כ'פלעג קענען זען די קארס וואס זענען געפארן אינעם שאסיי טיף אריבער די וואלד, און דאס האט צוגעגעבן צום שרעקעדיגן הארמאניע אין די לילי טבת הארוכים.
איך דערמאן זיך א עפיזאד, אז איינמאל איז געקומען א משולח צום טיר, און כ'האב אויס נייגער און אויס נישט קענען שלאפן, זיך געשטופט צום טיר, צוזען ווער דאס איז.
און מיין מאמע זאל לעבן, האט געוואלט איך זאל שוין אריין אין בעט און איינשלאפן, האט זי מיר געשלעפט אין שטוב אריין, און געזאגט שטרענג.
דער מענטש ביים טיר איז געקומען פון נייטרא ישיבה, און ווער ס'גייט נישט שלאפן אין צייט, כאפט ער אוועק קיין נייטרא,און מ'קען נישט צוריקקומען פון דארט ביז מ'איז חתונה געהאט..
איך האב דווקא יא געזען ווער ס'איז געווען דער משולח, און ער איז געווען א גאנץ היימיש באקאנטער פאר מיר, און עד היום הזה קוק איך אויף עהם, ווי דער וואס האט גורם געווען פחדי פחדים פאר א זייער לאנגע צייט, דאס פעלט מיר אויס צו ווערן אוועקגעכאפט קיין נייטרא.. [וואס כ'האב אליינס נישט געוואוסט ווי דאס איז אויפן פלאנעט..] און נאך בלייבן דארט ביז וויפיל יאר?
כ'פלעג ליגן אין בעט און ציילן די יארן, וויפיל יאר די קינדער וואס ווערן געכאפט קיין נייטרא דארפן נעבעך בלייבן דארט..
אמאל פלעגט מען מיר אויסשפארן אינעם 'קעצעלע האל'.. אוי איז דאס געווען פחדים, און כ'גלייב אז מיין מאמע און עלטערע געשוויסטער האבן 'נישט' געוואוסט וואספארא עוולה זיי טוען דערמיט, אבער א שטראף איז א שטראף.
יא! די יונגע יארן!!!
איינע פון מיינע געשמאקסטע יארן [אין די ביטערע קינדער יארן..] איז בלי ספק ביי מיר, געווען דאס יאר וואס כ'האב דאס מערסטע קונה געווען, אין אלע הינזיכטן, און כאטש כ'האב יענעם מלמד אייביג צו געדענקן לטובה, אלץ די נישט איינפאכע צאל ידיעות יסודיות וואס כ'האב ביי עהם קונה געווען.
דאך וויל איך נישט 'דא' דערמאנען זיין נאמען, וויבאלד כ'וויל רעדן פון אביסעלע די נעגאטיווע חלק פון עהם אויך.
דאס הייסט, אז באמת לאמיתו איז ער נישט געווען א פערזענליכע שונא פאר אייצעלנע קינדער, און האט נישט געהאט קיין חשבונות עולם אויף ספעציפישע יחידים, אבער דאך זיין איילעניש צו טיילן פעטש און דווקא פאר די אויסדערוועלטע אין כיתה - נישט אלץ שנאה.
ער איז געווען א ריכטיגע מלמד ווי אמאל, מיטן געפיל פון משפיע זיין ידיעות, און אויסלערנען גוט! אלעס אלעס ממש צום געדענקן.
דאך, האט ער קיינעם נישט געזשאלעוועט, און געטיילט מכות אן קיין מספרים און אן קיין רגע קלערן בעפאר.
דארט זעמער געזיצן אין כיתה, נישט ווייט פון מיין יוגענד חבר אלעזר ליפא שמעלצער, וואס שוין דעמאלטס האט ער אויסגערופן מיט זיין אייגענארטיגקייט, [כ'וואלט געזאגט, 'נאך' דעמאלטס.. איז ער שוין געווען גענוי ווי היינט..]
ביטחון עצמי האט ער געהאט א געוואלד, קעגן אונז איבריגע חברים, און ער פלעגט זיך גערן אויפשטעלן זינגען ביי א סיום מסכתא צו סיי וועלכע געלעגנהייט, אן קיין בושה.
אן קיין פיצעל טראפן בושה בכלל, ער איז געווען שטארק מיט זיך און וואס ער האט געוואלט, אבער מיטן חלומ'ן און לאכן איז ער געווען ממש מיינס א גלייכן..
פעטש האט ער געכאפט באלד די מערסטע.. און קיין איין טראפן טרער האט מען נישט געזען פון זיינע שטאלצע אויגן זיך קייקלען..
פארקערט, ער האט פראטעסטירט קעגן די מכות רבות, און האט דערפאר געקריגן דאפעלט מער פעטש פאר די חוצפה וואס ער האט רעוואלטירט אין פארענט פונעם קלאס אנע זיך מכניע זיין..
הכלל, דער מלמד אונזערע איז געווען פונקט אזא שטארקע כאראקטער, און ס'האט זיך געשאפן כאילו א קריג לענגאויס די יאר.
דעמאלטס איז ארויסגעקומען די ערשטע קאסעטעס פון זושא שמעלצער, ווי ליפא האט דארט געזונגען מיט זיין קינדערישע קול, און דאס האט מער געהויבן זיין גייסט, און לעומת זה מער געשטארקט די פראסקעס אויף זיינע הענט און פנים, פארן נעמען אטווענטיטש פונעם קאריערע וואס ער האט שוין דאן אנגעהויבן בויען.
ליפא איז געווען א סימבאל פון געוואגטקייט!
איין טאג ריקט ער זיך אן אין חדר, מיט א גרויסע דורכזיכטיגע פלעסטיג בעג, אנגעפולט מיט וואסער, אינעווייניג שווימען פינעף גאלד פיש..
די חדר, די קלאס, די חברים זענען געווארן הייפער!
אונזער מלמד קומט אריין אין געזעמעל, אינדערפרי, און זעט זיין ליפא'לע מיטן גרויסן בעג אין די האנט, ער בעט עס מיט א גלייכגילטיגקייט, און הייסט אלע זיך אוועקזעצן אויף די פלעצער, ער האלט עס אין דער האנט, און רופט אויס אין די שטילע הארכזאמע אויערן פון אונז אלע.
ליפא האט געמיינט ער קען טון וואס ער וויל, און קוקט אויס ער מיינט נאך אלץ.
איך וועל עהם ווייזן וואס הייסט דרך ארץ, און דער מלמד כאפט אן די זעקל אנגעבלאזן מיט וואסער און פישעלעך, און שמייסט עס מיטן גאנצען כח, אויפן וואנט אקעגן איבער!!!
ס'האט געשפריצט א טייך וואסער, און די פישלעך האבן אנגעהויבן גוסס'ן.. אבער נישט ליפא!
ווי נישט צום גלייבן, האט זיך דער מלמד גענומען דאס אויבנאן און פארגעזעצט, יעצט גייט מען לערנען און שטיל זאל זיין.
ליפא הייבט אויף א שטימע, שטיל זאל זיין? וואס טוט זיך מיט גניבה? וואס מיינט דאס וואס מ'טוט צו מיר? איך גיי עס נישט פארשווייגן..
פעטש זענען געפלויגן אויף ליפא'ס פנים הענט און זייטן.. און בושות און ניק נעמען.. אבער ער האט זיך נישט דערשראקן.. ווי אלע קענען אפילו היינט מעיד זיין.. חחח
למעשה האט ער געמאכט א גוטע רעוואלוציע, און מיר האבן שטילערהייט פיין הנאה געהאט פון זיין העארישע מעשים.
אבער וואס די ווייטאג איז געווען, אז דער מלמד האט באמת אסאך אונז אויסגעלערנט, און א שאד ער איז געווען אזוי ווילד, און אפילו צו קינדער וואס האבן די קוראזש אקעגן זאגן 'בימים ההם' א מלמד, וואס האט געהייסן ממש ווי מאבד עצמו ל'מכות מופלאות, אפילו צו אזעלכע דארף מען האבן א גוטע צוגאנג, איידער ווילדע פעטש און פארצויגענע מלחמות, און כ'וואלט געזאגט נארישע מלחמות.
ווי מיין מאמע פלעגט זאגן, א מלחמה פון א דערוואקסענער מיט א קינד, א חידוש אז דער דערוואקסענער קען באזיגן? אוודאי קען ער, ווייל ער איז עלטער און שטערקער..
אויך איך האב געהאט אריינגעכאפט יענע יאר, אן א שיעור פעטש און בזיונות, כ'קען זאגן אבער, אז וויפיל פעטש אזויפיל קענטעניס האבן מיר אויך אריינגעכאפט, און קונה געווען אין זייער אסאך הינזיכטן, ידיעות רבות.
מיין גאנצע התחלה פון זיין א 'הייסע סקווערע' האט זיך אנגעהויבן פון יענע מלמד, וואס האט אונז פארציילט 'אלע' מנהגים, און 'אלע' נייעס, און 'אלע' טעמי המנהגים, און נוסח און סיפורי צדיקים סיפורי היסטאריע, און יענע יאר האב איך מיר אויסגעלערנט יודיש שרייבן גוט!
און ער האט אונז אויסגעלערט די כללים פון גראמאטיג ממש נישט צום פארגעסן.
די גמרא האבן מיר נאך אלע פעטש און סטראשונגען, אבער גוט געקענט! מיר האבן באקומען פון עהם וואס מ'האט נאר געוואלט, העפטן און שרייב געצייג, און געקענט הערן און לערנען וואס מ'האט זיך געגלוסט.
אבער אויך ער האט געטון וואס עהם האט געשמעקט, און האט אונז געהאט אין די הענט!
איין זאך וואס האט אויך מיר שטארק וויי געטון, איז געווען די געזעץ פון צוריק ברענגען די שבת צעטל.
אוי, נאר צו דערמאנען די ווארט 'שבת צעטיל' האט מען געקענט באקומען בויך וויי און שרעק.
מ'האט באקומען א צעטיל פרייטיג, וואס האט געדארפט ווערן אויסגעפילט, און אונטערגשריבן פון די עלטערן, די התנהגות שבת, די קענען ביים פארהערן, און נאך עטליכע פרטים מדויקים. טאמער האט מען עס נישט צוריק געברענגט ביז מאנטיג האט זיך אנגעהויבן א רייהע קנסים.
ביז דינסטיג איז שוין די קנסים אריבער צו פיזישע פראסקעס און פארשיקונג פון קלאס, און מיטוואך איז שוין געווען סכנת נפשות..
דער מלמד אליין פלעגט זאגן, דאנערשטיג וועט זיין דא בכיות.. אבער מיר פלעגן וויסן אז פרייטיג איז געווען א יום שמחה.. ווייל ס'שוין געווען נאכן פארהער און די אפציעלע טאג פון באקומען אלע גוטע זאכן און לערנען פרייערהייט אסאך היסטאריע און ידיעות אין אלע אינטערעסאנטע ענינים.
פון יעדע מלמד באקומט מען בלעטער מיט תורות, און סיפורים, אלע אלע ליגן שוין לאנג אין א שמות גרוב.. אבער נישט פון יענע מלמד, זיינע סחורה ליגט ביי מיר ליבליך אפגעהיטן, ווייל אפילו היינט קוק איך נאך דארט אסאך זאכן וואס כ'וויל זיך אויפ'פרישן ידיעות.
ער האט אונז פארציילט די סודות פון חדר ווי מ'זאגט..
ווען דער הייליגע רבי טוט וואס, און פארוואס..
מיר פלעגן שוין דעמאלטס אנהייבן נאכשפינירן אלע חסידישע אקטן, צו איז דאס געווען נאכלויפן ווען דער הייליגע רבי איז געגאנגען פאר פסח כשר'ן צו קוקן לעבעדיגע פיש, צו אנדערע געלעגנהייטן, פלעגן מיר ווערן אינפארמירט אין חדר, און די גבאים האבן נישט געוואוסט ווער רופט דאס אהער א גרופע קינדער צו יעדן חסידישע מצב..
אויב איז געווען עפעס וואס כ'שפיר אז כ'האב אויפגעטון אין די יונגע יארן, איז עס בלי ספק די לימודים און רייכע ידיעות וואס כ'האב נאר יענע יאר קונה געווען אן קיין גרעניץ, וואס זענען קלאר אסאך פודאמענטן צו אסאך קענטעניסן מיינע עד היום.
כאטש די פולע פעטש, האט זיך אבער געלוינט די דורכגאנג, דאס מוז איך מודה זיין.

כ'וויל קלאר ענטפער, וואס איז די תכלית פון באשרייבן מיין אייגענע לעבן.
נאך די אלע יארן וואס כ'האב מהאי גיסא געליטן, מהאי גיסא געהאט פרייליכע זמנים אמאל, וויאזוי קען מען איינקעשען די הרגשים, וואס ווען ס'קומט צו הרגשים ווייס איך מיך נישט ווי אהינצוטון, אויסער עס ארויסגעבן אויפן פאפיר.
און כ'האב דעם חוש, און כ'נוץ עס.
יעצט הער.
אינעם ענגלישע ליטעראטור, איז דא אזעלכע סארט ביכער, סיי אזעלכע ווי מיין ערשטע 'זאל זיין געלעבט' ביכל, און סיי אט די דאזיגע סארט.
מ'דארף נישט זיין א האלאקאסט סורווייווער צו סתם א טראמא סורווייווער כדי צו פארשרייבן די אייגענע לעבנס בוך.
[כאטש איך בין ביידע... חח]
אין יידיש איז כמעט נישטא היינט די סארט ביכלעך, עס איז געווען אינעם יידישיסטישע רייען, אבער נישט היינט ביי אונז, און כ'שפיר אז כ'קען עס באווייזן דורכן שרייבן כסדר דא, אזוי וועל איך זאמלען אסאך זאכן וואס כ'וואלט שוין פארגעסן צו זיך סתם איינגעגעסן..
אדרבה, איך האב נישט געגלייבט אז כ'וועל עס קענען באווייזן דא, און אז ס'וועט זיין חומר למחשבה און אינטערעסאנט אפילו פאר איינעם דא.
דערווייל הער איך גוטע גריסן.

לאמיר אייך פארציילן אביסל וועגן אונזערע שבתים אין די יונגע יארן אין שוהל.
דעמאלטס דרייסיג יאר צוריק, איז נאך געווען א גאנצע דור פליטי חרב, וואס האבן מיט זיך מיטגעברענגט אסאך פונדערהיים, וואס איז היינט שוין באמת א פארגעסעניש, נישט די סארט טיפן זענען פארהאנען און אויך זייערע לעבנס סטיל איז א פארגאנגענהייט.
ווי געזאגט, אז ס'האט געשיינט ווי עפעס ס'נישט געווען גענוג זיידעס פאר אלע קינדער גענוג, האבן די פאר זיידעס געפירט מעשה טאטע, און קאמאנדעוועט און באפוילו וואס זיי האבן געוואלט.
און ווי חשוב זיי זענען געווען, האבן זיי קוקט אויס די שוואכקייטן נישט געקענט גוט באהאלטן.. ווייל איך געדענק גענוג שלעגעריי אין שוהל, אויף נישטיגע זאכן, וואס האט אויסגעמאכט אויף ממש היסטארישע פאמיליע קריגן.
'מאך אויף די פענסטער.. מאך צו די פענסטער'..
ס'צו קאלט, ס'צו טונקל, ס'צופיל גערודער ס'טויג נישט דאס ס'טויג נישט יענס..
און ווער ס'האט געהאלטן פארקערט, האט עס גענומען רגעים ווי ס'געגאנגען קולות, און נישט איינמאל הענט.
איך געדענק עס ביז היינט, זייענדיג א קליין קינד, האב איך מיטגעהאלטן איין שבת ווי א זיידע האט גע'חליש'ט א צווייטע שבת א געראנגעל ממש הענט און פיס..
אויף וואס? מאך אויף די טיר.. כ'וויל הערן דאס לייענען און כ'קען נישט זיצן אינעווייניג וועגן די ווינטעלאטור העכער מיין פלאץ..
ניין! מאך צו די טיר, ס'ציט אריין א צוק.. און אז דו קענסט נישט הערן די לייענען, זאג דעם בעל קורא זאל לייענען העכער אדער זאלט עטץ ביידע אהיימגיין..
כ'האב געזאגט מאך צו... כ'האב געזאגט לאז אפען.. הערסט אויף..
איין זיידע האט געטיילט קענדיס, איינער מאנדלען, א דריטער ציפעס און פראסקעס..
ר' חיים פאל ע''ה פלעגט טיילן רינדעכיגע פרעצל, וואס זייט ער איז אוועק האט גענומען איבער צען יאר מ'זאל עס נאכאמאל אריינברענגען אין גראסערי, דעי מינע פרעצל..
ר' משה ברוין ע''ה פלעגט טיילן מאנדלען און עני מעם'ס.. זיין ברודער ר' ישעי' ברוין לאויוש''ט פלעגט טיילן באלי קענדיס..
מיסטער קליין זאל זיין געזונט פלעגט געבן לאליס בקביעות, [דער מיסטער קליין איז געווען א רעטעניש אין מיינע אויגן אלע יארן. א יוד מיטן נאמען משה קליין, מיט א פיצי כזית קאפל, זיינע קינדער דאקטוירים און פראפעסארן, ער האט געקענט א גוטע יידיש, און פלעגט אריינוואקן פון די שכינות יעדע שבת, און טיילן לאליס. כ'ווייס נישט פארוואס אזא סארט יודל האט געוואלט מנין און פארוואס ער האט געטיילט לאליס און כ'ווייס אפילו נישט ווי און וויאזוי ער לעבט היינט.]
ר' משה לונגער [ווי זיין משפחה פלעגט עהם רופן 'אבא'] ע''ה, פלעגט אויך טיילן צומאל וואס ער האט געהאט אין טאש, און יעדער האט געוואלט הערן א הויעכע 'ברויכעע'..
ס'געווען די לאלי מענטש די קענדי מענטש, די נערוועזע זיידע די לאכעדיגע זיידע, און אונז קינדער צווישן זיך האבן אליינס געהאט א שפראך און גע'פסקנט ווער ס'קאלעכט און ווער ס'איז נאך יא נוצבאר פאר אונז..
אונז האבן געוואוסט 'פונקטליך' נאך בעסער ווי די זיידעס אליינס, ווי אלט יעדער איז, און וויפיל געלט יעדער האט, און ווי קלוג או שטארק יעדער איז.. חחח
ס'געווען א וואוילע יוד, א פרייליכער פון קאפ ביז פיס.. ער האט געהייסן ר' מעכיל דירנפעלד ע''ה.
באמת לאמיתו איז ער געווען א יוד פול מיט יסורים און אסאך מיחושים, אבער אונז האבן עהם געקענט פאר די בדחן פון שטעטל.
לאמיר זאגן ווי מנשה לוסטיג אין די צעלאזטע צייטן, אבער אסאך מער צעלאזט...
ער האט געקענט אנשטעלן א שפיצל אזאנס, אז מ'קען אנפילן גאנצע בלעטער מיט זיינע מעשי קונדס.. און נישט פארטיג ווערן.
אונז האבן געוואוסט ווען ס'דא א באווארפן, און ווען מ'האט נאר געהערט אויפרופן דעם חתן צום תורה, [וואס נישט אזוי אפט איז געווען א באווארפן] האבן זיך אלע קינדער געשטעלט מיט די אויגן און אויסגעשטרעקטע הענט אויף ארויף, צום הויעכן ווייבער שול, און געמורמעלט הויעך און שטיל..
באבעס און מאמעס ווארף צו מיר 'אלע' פעקלעך..
ווי נאר דער גבאי ר' ישעי' האט אנגעהויבן זינגען, און דעמאלטס האבן אפילו די פארקלאצטע באבעס שוין ענדליך אראפגעשליידערט די ווייסע פעקלעך, מיט אויסגעוועפטע פאפקארן און שטיין הארטע ראזשינקעס.
פונקט דעמאלטס פלעגט ר' מעכיל דירנפעלד געבן א דעק איבער א גאנצע סטאדע קינדער מיט זיין טלית..
יעדער האט געשריגן און זיך ארויסגעשלייכט פונעם טלית, געזוכט די קאפל און פראבירט נאך צו כאפן די פעקלעך פון אלע זייטן.
מעכעלע האט געלאכט.. און האט שוין געהאלטן ביים צווייטן שפיצל אין די אנדערע עק שוהל..
איינער האט געלאכט איינער האט געוויינט.. אבער די אלטע דזשאויקס איז געווען ווי א חוק ולא יעבור, קיצלען מיט א ציצית, און געבן א קלאפ צו ציפ פון אונטן, און ביז האסט דיך אויסגעדרייעט האסטו נישט געזען קיינעם..
גיי זיי מסביר דעי מינע דזשאויקס..
איך געדענק איינמאל כאפט מיך אן ווילד איינעמס טאטע, און שלעפט מיך אריין פון פאליש צום שוהל, און שרייעט אויף מיר, פארוואס האסטו געפליקט מיין יונגעלס אויערן..
איך האב באמת נישט געפליקט.. און יענער וואס האט עס געטון האט געמאכט א שנעלע פליטה קוקט אויס, ווייל איך האב אפילו נישט געזען און געוואוסט פון דעם.
און יענער קוועטשט מיין פעשע קליינע הענטעלע, און סטראשעט, באלד וועל איך דיר אנפליקן..
איך זאג ערנסט איך בין עס נישט געווען, און זיין קינד פינטעלט אין מיין פנים, ביסט עס יא געווען..
מיין טאטע האט אוודאי יענעם געגלייבט, אבער האט שוין מסדר געווען, ער וועט מער נישט..
גראדע, איך בין נישט געווען ערלויבט ביים לייענען און דאווענען צו גיין שפילן ווי אסאך קינדער אינדרויסן, בכלל נישט!
אין שוהל קומט מען דאווענען נישט שפילען.. פלעגט מען הערן דעם פזמון נאכאנאנדער. איי אלע קינדער שפילן יא אינדרויסן?
אינדרויסן איז געווען פעסטע געימס.. מ'האט געשפילט 'בעיסעס', און באהאלטן, און קעטש, און וואס נאר ס'האט זיך געלאזט, אבער איך האב געקענט פלאצן פאר קנאה, מיין טאטע לאזט נישט שפילן, ממילא דאס דאווענען און קומען אין שוהל האט ביי מיר געלאזט יענס טעם..
איך פלעג מיך יא ארויסכאפן צומאל פאר אפאר מינוט, ביז מיין טאטע האט געכאפט איך פעל, איז ער שוין געקומען שרייען מיין נאמען אינדרויסן, מיט א טענה.
האסט געזאגט דו גייסט נאר אין ביה''כ, אינדרויסן לאז איך נישט גיין בשום אופן.
איינמאל גראדע ווען כ'האב מיך ארויסגעכאפט פון שוהל נאך א באווארפן, האב איך מיטגעהאלטן א ספעקטאקל, וואס כ'וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן.
פלוצלינג קומט צו פליען א שטורעם ווינט.. א טאטע שלעפט ארויס א קינד ביי די פליגלען, און ביי די טרעפן פון די שוהל, לייגט ער עהם איבער און פראקט אריין אין עהם.. פראקט און פראקט אן רחמנות..
וועסט נאך וויינען? וועסט נאך וויינען? און דאס עקשנות'דיגער קינד וויינט נאך מער, און ווארפט זיך מיט 'עזות'..
און דער טאטע פראקט עד כלות הנפש..
איך קען גוט דעם קינד היינט, ער איז האלב אפגעפארן און האלט יידישקייט אין לינקע טאש פון די קורצע דזשינס הויזן..
די אויסרייד איז, אז מ'האט עהם אין חדר אביוסט, און עפעס פלוני אלמוני האט עהם גע'רודפ'ט, און ווער האט די אויסרייד גאר? זיין טאטע!!!
איך בייס מיר די ליפן און רייב די שטערן פאר אנטוישונג, ווער האט נישט געזען צווישן אונז קינדער, וויאזוי ער האט עהם אנגגעפראקט מיט אכזריות, און אז ער האט דאס דעמאלטס געטון אין שוהל, איז געדרינגען אז אינדערהיים האט מען קיין קליינס אייזקרים נישט געטיילט גערן.
אבער דאס איז די מסקנה.. יענער איז שולדיג.

המשך יבוא בעזהשי''ת
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

WOW WOW WOW!!!
הערלעך באשריבען!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך זעה שוין די סיקווערא מלמדים זענען געוועין טעריבל סיי דו און סיי ליפה זענען ביזו מיט ענקרע מלמדים'ס פעטש...

איך האב געכאפט ביי ואני....נאכאמאל געכאפט ביי משפטים...

:lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום zurich, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Josh
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:41 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך Josh »

ראשעקאל האט געשריבן:WOW WOW WOW!!!
הערלעך באשריבען!
Josh
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:41 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך Josh »

zurich האט געשריבן:איך זעה שוין די סיקווערא מלמדים זענען געוועין טעריבל סיי דו און סיי ליפה זענען ביזו מיט ענקרע מלמדים'ס פעטש...

איך האב געכאפט ביי ואני....נאכאמאל געכאפט ביי משפטים...

ווי כאילו צו האבן אזא לעבן האט מען געברויכט אויפגעצויגן ווערן אין סקווירא. איך ווייס נישט ווי דו האסט געלערנט, אבער איבעראל האבן קינדער מיטגעמאכט בערך דאס זעלביגע.

יוסי גרין זינגט אויך דארט כ'האב געכאפט ביי ואני, און ער האט געלערנט געוויס אין סאקמער. ואני הקטן האב געלערנט נישט אין סאטמאר און נישט און סקווירא, און איך קען אויך זאגן דאס זעלביגע. :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

גראדע, האט אמאל פאסירט אזא מעשה.
איך בין נאך לכאורה דעמאלטס געווען היבש יונג, בערך פינעף זעקס יאר אלט, ווייל די ישיבה בית רוזמאן אין פארענט פונעם שוהל אין סקווירא, איז נאכנישט געווען אויפגעבויעט.
ס'איז פאר לאנגע יארן פארדעם שוין געווען דארט געבויעט א פודאמענט, און א טייכל וואסער האט אנגעפולט א האלבע פיס הויעך, אינעם חלל פונעם ליידיגן פודאמענט וואס איז געווען אפען צום הימל און צו אלע קריכעדיגע חיות.
מ'פלעגט הערן די פרעש און היישעריקן דארט זינגען און טאנצן פריי, און אמאל מאכט זיך אז אינמיטן לייענען שבת אינדערפרי, האט א יונגעל פון מיין קלאס, נישט צו קלוג.. אריינגעקראכן אינעם לאך פונעם פודאמענט, און זיך געהאנגען אויפן וואנט פונעם פודאמענט פאר אינטענטשען.
מיר איז באגאנגען א ווילדע משוגעת, און כ'האב אראפגעלאזט אויף זיין קאפ א גראבע ציגל!
און אפגעפיצט אין שוהל אריין.. מיט פחד אויפן טאט וואס כ'האב אנגעמאכט דא.
באלד האט מען געהערט א יאמערליכע געוויין, ער איז אריינגעקומען אין שוהל, מיט א לאך אין קאפ, און ס'גיסט זיך בלוט פון זיין קאפ אבער ער לאזט קיינעם נישט עהם אנרירן, נאר לויפט צו זיין טאטע מער מזרח זייט.
מיין פעטער האט זיך געמאכט נאריש מיט מיר, און מיר געזאגט, אהא! אהא! ווער האט עס געטון דו? באלד וועט מען כאפן דעם ווילדן יונגעל..
ער האט גארנישט געוואוסט אז טאקע איך בין געווען דער שעדיגער, און באמת ווייס איך נישט פארוואס כ'האב עס געטון, נאר איין סיבה, ווייל יענער איז אייביג געווען [און נאך היינט..] א קלעבעדיגע ראץ ווי מ'רופט עס, און כ'האב ווי אלע חברים געוואלט עהם געבן א שאקל אפ פון מיר.
ווייל, אפאר יאר שפעטער, האב איך ווידער געהאט א מעשה מיט יענעם, ער איז געווען א סארט יונגעל, וואס היינט וואלט ער זיכער געלערנט אין א ספעשל מוסד, און כ'האב עהם געגעבן א שטויס אין פיס, און די פיס האט זיך כאילו צעבראכן, לויט ווי כ'געדענק.
דעמאלטס האט די טאטע יא געוואוסט אז איך בין עס געווען, און איז געקומען צו מיין הויז, נאך חדר, און מיך מיאוס אנגעבראכן די ביינער, אבער מיט כח!
וואס זאל איך זאגן, ס'געווען א גוטע נקמה, ווייל די פעטש איז מיר געקומען.
אבער דאס אז יעדע טאטע וואס האט געוואלט נעמען די געריכט אין האנט, האט עס געטון פרייוויליג, דאס איז גראדע שוין יא געווען א אומרעכט.
ווייל כ'געדענק גוט, אז טאמער א קינד איז געפארן אינמיטן גאס, ווען א קאר איז אריבערגעפארן פלוצלינג, און דער דרייווער האט געכאפט די קדחת פאר שרעק, אז ער האט נישט באמערקט [צו די קינד האט עהם נישט באמערקט,] פלעגט זיין א געהעריגע מנהג, אז דער דרייווער איז ארויסגעקומען פון זיין סטעישען וועגן, און אוועקגעכאפט די בייק!!!
מיטן אויסרייד, כ'וועל עס צוריקגעבן דיין טאטן.. אדער האט ער עס צוריקגעברענגט ביינאכט צו יענעמס קינדס הויז, אלץ שטראף אז ער איז געפארן אינמיטן ראויד.
אזא מנהג איז געווען..
לאמיר צוריקגיין צו שבת אין שוהל.
די דאווענען איז מיר נישט געווען געשמאק, נאכן דארפן זיצן דארט צוגענאגעלט צום באנק, און נישט מעגן ארויסגיין שפילן.
פלעג איך קלאצן אויפן הויעכן בלויע סטעליע, די דאך פונעם שוהל וואס איז געווען גאנץ שיין געפארבט, און כ'פלעג באטראכטן יעדע לאמפ און ווינקל, און אויפן דאך איז געווען א שטיקל צעריבענע קאלעך, וואס איז נישט געווען מער בלוי, נאר ווי אין א פארעם פון א קליינע טערמוס, ווי איך פלעג אלץ זיך וואונדערן וועלכע פארעם דאס איז און פארוואס עס איז אזוי, און פארוואס דווקא אויפן דאך.. חחח
עפעס בעסערס האב איך נישט געהאט וואס צוטון, און ביי מוסף ווען מ'האט הויעך געענטפערט אמן יהא שמיא רבא, פלעגן מיר הערן א גאר הויעכע שטימע שרייען אמן!
דאס איז געווען מיסטער מארקאוויטש!
ווער איז ער געוען? פון וואו און וואס און ווען.. עד היום הזה ווייס איך נישט..
ער איז געווען עפעס א גר תושב ביי אונז אין שטעטל, געוואוינט אויף בארג.. און נישט ווייט פון מיין הויז, ער פלעגט אייביג רעדן פון משיח, און געהאט א שניי ווייסע בארד מיט א 'ריזן' ברייטע שטריימל, ער פלעגט שרייען מיט די גאנצע כח, אמן! און וואונטשן טאג און נאכט אזעלכע ברכות וואס האט מיט ביאת המשיח.
א רעטעניש!
איין זאך יא, מיר פלעגן אלץ קינד עפעס זינגען אויפן גאס, טראמ באראם באראם.. מיסטער מארקאוויטש.. באם באראם באראם מיסטער מארקאוויטש.. כ'ווייס אויך נישט פארוואס..
אבער מיסטער מארקאוויטש איז געווען איינע פון די לעבעדיגע אינטערעסאנטע זאכן וואס כ'האב יא הנאה געהאט אין שוהל..
און אז מ'רעדט פון שבת אין שוהל, לאמיר פארציילן נאך פאקטן פון שבת קודש אין מיינע יונגע זכרונות.
מקודם, ערב שבת קודש, פלעגט ר' דניאל גאלדשטיין ע''ה, זיך פירן מודיע צוזיין ווען ס'איז די זמן הדלקת נרות, וויאזוי? ער פלעגט האבן א שווארצע {לוויה} קאר, מיט א אלארעם! און ביים זמן פלעגט ער עס אנצינדן און פארן שנעל, פונעם שוהל ביזן מיידל שולע, ווי ער איז געווען בימים ההם דער פרינצעבעל, און דארט נעבן זיין אפיס פלעגט ער עס פארקירן איבערן שבת.
אזוי האבן מיר געהערט דעם אלארעם און געוואוסט אז ס'איז שבת.
ר' דניאל איז בכלל געווען פון די מזכה את הרבים מיט אן א שיעור טובות למען הכלל, ווען ער איז גראדע געווען דער אפציעלע וויליטש קעלערק, און א שטייגער פורים איז ער געווען פון די זאכן וואס מ'פלעגט זיך ווערטלען אויף זיין חשבון, זיינע מאדנע מודעות און לאזונגען.
ערב שבת אין מקוה, וואס כ'פארשטיי נאכנישט פארוואס קינדער דארפן גיין אין מקוה, אבער מיין טאטע האט אזוי געהייסן..
און ס'געווען דארט איינס צוויי זיידעס, וואס די מקוה איז געווען זייערס..
זיי פלעגן דארט שווימען און זיך אויסלייגן אויפן וואסער, און מיר האבן דאס געמוזט אויסווארטן, ביז מיר קליינע עופה'לעך קענען זיך דערוואגן צוגיין אפאר טרעפן אין וואסער און טרונקען מקוה וואסער איידער זיך טובל'ן..
שוין האב איך געהערט מיין טאטע שרייען הויעך מיין נאמען, ווי די רשות הרבים איז זיינס, און איך האב נישט קיין פריוואטע חשיבות צו בושה, נו..משה מ....רדכי! שנעלער שנעלער נישט גע'חלומ'ט גע'טובלט און ארויס און זיך שנעל אנגעטון, ווייל כ'גיי נישט ווארטן אויף דיר.
שבת אינדערפרי פלעג איך גראדע קוים ווארטן אויף די געשמאקע טשיז און וועטשטעבעלס וואס מיין מאמע זז''ג האט היימיש צעשניטן און אונז געגעבן מיט א געזאנג באגלייט.
און ס'האט צוגעגעבן צו מיינע שבת'דיגע זכרונות אין די יוגענט, פאר מ'האט מיך שנעל געטריבן אין שוהל זאגן תהילים און ווייסעך וואס נאך, אבער נישט בלייבן אינדערהיים צו אין בעט.
ביי שלוש סעודות אין די זומער, פלעגט מיין טאטע לערנען פרקי אבות, מיט הגאון ר' געציל פריעד שליט''א, [היינט וואוינט ער אין קליוולאנד אוהיו, און איז א משגיח רוחני אין טעלזער ישיבה אין וויקליף] ער פלעגט וואוינען אין שטעטל, און זיין ווייב איז אויך געווען פון די מנהלת אין סקול.
איי ר' געציל ווען ער צעפייערט זיך מיט א שטיקל גמרא צו משנה, אז די ווענט שאקלען זיך, און פלעגט אונז קלאפן אין ריקן מיט א תורה ניגון, מיט א ליטווישע תנועה, און ס'האט זיך געלעבט אין תורה.
נעבעך ער האט נישט זוכה געווען צו קינדער ר''ל, און זיין גאנצע חיות איז לערנען, און אויף זיינס א גלייכן קען מען זאגן דעם פסוק אין תהילים, לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי.
כ'געדענק אז ער פלעגט עסן מצה פאר שלוש סעודות, און אונז געגעבן פון די פרישע געשמאקע מצה וואס איז פאר אונז געווען א גוטע נאש, ווייל מיר פלעגן דאס נישט באקומען מפסח לפסח.

וועגן די און חסידות דורכן שבת, וועל איך פארציילן אינעם קומענדיגן געלעגנהייט.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
kapoiyer
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך kapoiyer »

wow!!!! major!!!! pls post more
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינער דארף וויכטיג א דשאב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יענער זאל אריינגיין אין די שרייבן ביזנעס. ער קען שיין פארדינען.
וירח ה' את ריח הניחוח
קלינעקס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:40 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל

שליחה דורך קלינעקס »

ממי_שאמרו האט געשריבן:איינער דארף וויכטיג א דשאב

נישט שיין צו שרייבן אויף איינער וואס נעמט זיך די מיה צו שרייבן אן ארטיקל אויף זיין לעבנסגעשיכטע, און שרייבט דאס פאר דיר!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קלינעקס, איך פיל מיר פאר א זכיה אז איך האב זוכה געווען צו דיין ערשטע תגובה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך דערמאן זיך, אז אמאל האט הרב ניישלאס אונזער רב זצ''ל, אויסגעקלאפט אין שוהל פאר מנחה, 'די עירוב איז צעבראכן'..
איך בין געווען נישט ווייט פון די בר מצוה, און כ'גיי צו צום רב, און כ'זאג, כ'מיין אז איינער איז ממש יעצט געקומען זאגן אז מ'האט עס פאר'ראכטן..
און דער רב שרייעט אויף מיר, כ'זאג צעבראכן, פארווואס זאגסטו פאר'ראכטן..
קיין עזות פנים האב איך נישט געוואלט זיין, אבער כ'האב עס נישט פארשטאנען, אויב ס'איז פארראכטן, וואס האלט ער נישט ביים צוריקציען.

דערמאן איך זיך אויך, אז ערב שבת קודש, ממש ביים זמן פלעגן דאך אסאך געיאגטע יודען נאך פליען מיט די קאר אהיים.
און ווען אונז זענען געווען קינדער, און דער רב ר' משה ניישלאס ז''ל איז שוין געווען אין די עלטערע יארן, אבער ער פלעגט זיך ארויסשטעלן אינמיטן גאס נעבן שוהל, און אפבלאקירן די קארן, און זיי געהייסן ארויסגיין פון קאר און לאזן עס דארט, ווייל ס'שוין שבת.

פון חצות היום ערב שבת פלעגט שוין שרגא פייוול מערמעלשטיין קומען מיטן בעקיטשע, און אנגעגרייט זיינע פעולות לצרכי הציבור.
ווער ר' שרגא פייוול איז געווען, איז צו קורץ צו פארציילן אין איינס צוויי פאראגראפן.
אבער אין ממש צוויי ווערטער, א יוד א צדיק אויף מנשה לוסטיגס גוטע ביכער..
כ'געדענק אז ער פלעגט האבן שענק אין ביהמ''ד אנגעפילט מיט סידורים חומשים און פאום קאפס און וואס נישט.. אלעס וואס ער האט מנדב געווען אליין לצורכי הציבור.
ער פלעגט האבן געלט אמאל.. און האט אסאך בייגעשטייערט צום אויפבוי פונעם ביהמ''ד בפרט נאך פון די ערשטע יארן פונעם שטעטל, ביז זיינע לעצטע טעג.
אין די וואכן טעג פלעגט ער גיין מיט א ברוינע סוט, און פלעגט ארום גיין מיט א ספעציעלע פושקע, אויסער די שוהל פושקע.
על כל פנים, זיינע שענקלעך זענען געווען פארשלאסן מיט אזעלכע שלעסער און אויף אזא וועג, אז א קאליקער האט עס געקענט עפענען מיטן קליינעם פינגער..
אויף א לעכעריגע קעסטל האט ער געלייגט שלעסער.. אבער למעשה די מאגנעט שלאס וואס ער פלעגט דערויף לייגן פלעגט ער אליין עפענען מיט א שינוי.. מיט א האמער..
און איינמאל האט ער מיר געבעטן עהם העלפן עפענען מיטן האמער איינע פון זיינע שלעסער, אויפן בימה געבוי, וואס ער האט אויך מנדב געווען מיט די מענטעלעך. דארט אינעם בימה זענען געליגן קענדיס און קאפס און סאדע וואסער און ספרים לצרכי הציבור, און וויבאלד כ'האב עהם געהאלפן, האט ער מיר געגעבן א קניפ אין בעקעלע ווי זיין שטייגער, מיט ריינע ליבשאפט צו יודען, און געזאגט מיט זיין תמימות.
כ'וועל דיר מאכן א מי שבירך שבת, און פאר דיין נאמען וועל איך מנדב זיין א מתנה טובה..
איך מיט מיין קינדישע ידיעה האב נישט געוואוסט וואס ער רעדט דארט, כ'האב געמיינט אז אזויווי היינט איז דא הגדה קוקיס און מה נשתנה לעכט און גפן זייף און משפחה קאמפאט, איז דא א קענדי מסתמא וואס הייסט 'מי שברך'..
ער האט געגעבן זיינע קניפעס, מיט איידלקייט, אז ווען ער פלעגט זיך בייזערן אויף די קינדער וואס האבן געטאטשט זיין פרכות וואס ער האט מנדב געווען, אדער גע'גנב'עט בלומען מוצאי שבועות וואס ער האט מנדב געווען, אדער געכאפט הערינג [וואס ער פלעגט טיילן א שבת ווען דער רבי איז נישט געווען אין שטעטל] צו חלות וואס ער האט וועכענטליך מנדב געווען, פלעגט ער נאכלויפן און כאפן דעם יונגעל און געבן א.. אזא קניפ אין בעקל.. ס'האט געהייסן א פאטש.. ס'האט זיך נישט געשפירט מער ווי א גלעט.. א טייער יוד געווען ר' שרגא פייוול.
נעבעך אסאך מיטגעמאכט, און ס'דא אסאך צו פארציילן פון עהם, און וואס איז מיר וויכטיג צו פארציילן וועל איך אביסל פארציילן.

אבער ס'געווען נאך זיידעס ציפערס..
געווען ר' דוד געלבמאן, ער פלעגט ביים ציפן זיך אונטערזינגען א לידעלע.. מה אהבתי תורתך.. איי כל היום היא שיחתי..
איינער האט גע'גלעט איינער געציפט, איינער געשטופט, על כל פנים, ס'געווען גענוג זיידע טאטעס פאר אלע קינדער..

אז כ'רעד שוין פון זיידעס, איז דאך א ענין פון מזכיר נשמות זיין אביסל – פון די 'גוטע יודען'.
געווען א יוד ר' אברהם ראזנבערג וואס האט מאריך ימים געווען ביז איבער די מאה, און כ'געדענק ער פלעגט טיילן צומאל ציפעדיגע קענדיס פון מינט, און געוואונטשן און געבענטשט.. און אויך גערעדט פון משיח, און ער איז געווען א מוסטער פון א ערליכע שטילע יוד, וואס מ'פארציילט אז ער איז נאך געווען פון די בעלי מסירת נפש יודען אין די פריערדיגע יארן אין אמעריקא, וואס האט מפקיר געווען פון זיך אסאך כדי צו היטן שבת און יהדות.
ער האט טאקע איבערגעלאזט א ריזן פאמיליע יראים ושלמים.

ווי איך גיי אריבער אין זכרון אינעם אלטן היכל הבית מדרש, דערמאן איך זיך אין נאך יודען, אבער מ'וועט אביסל לאזן פאר שפעטער.
אבער איין יודל וועל איך נישט אויסלאזן, ר' דוד ניימאן ע''ה, א פויליש יודל אן א בארד, וואס פלעגט אלץ האבן זיין טאביק פושקע גרייט פאר אלע צו שמעקן, און ער פלעגט געבן צו שמעקן פאר קינד און קייט, אפילו פאר קליינע קינדער גערן..

וועל איך צוריק גיין אין שוהל אריין שבת קודש.
פרייטיג צונאכטס פארן טיש, פלעגט ר' נתן צבי לונגער ע''ה צושטעלן טיי מיט לעמאן, און וויבאלד קינדער כאפן זיך שנעל צו ווען מ'זעט ציקער.. האט ר' נתן צבי זיך מנדב געווען צו שטיין על המשמר, אז 'איין ציקער' נישט מער..
אז כ'פלעג קומען צום טיש פרייטיג צונאכטס, בין איך געווען עדות פאר געוויסע שינוים וואס איז היינט געווארן שוין.
אמאל פלעגן די שיינע יודען, כ'וואלט געזאגט די באקוועמע יודען, זיך אפ'פיצן נאך לחיים, וואס איז געווען ממש נאכן זינגען מנוחה ושמחה, ממש מער אנהייב.
ווי איינער זאגט, יוצא געווען!
שפעטער איז געווארן לחיים צום סוף טיש, האבן די יעניגע אדער אויפגעהערט קומען, אדער נעבעך נעבעך געמוזט בלייבן לענגער.
אבער איך האב געוואלט בלייבן ווי מ'זאגט ביים צווייטן חלק טיש אויך [ס'האט אויסגעזען ווי א צווייטע חלק, ווייל ס'פלעגן דעמאלטס אנקומען פרישע טיש זיצערס..] און כ'פלעג מיך באלעקן מיט די שיריים פון זיסע מייערן און קאמפאוט.
דאס איז געווען ווען ס'איז מיר געלונגען און מיין טאטע האט מיך מיטגענומען צום טיש, אבער רוב מאל בין איך נישט געווען מער ווי ביי שלוש סעודות ווי אסאך דמיונות און מאדנע פנימ'ער האב איך געזען אין די שאטנס פון די ביימער אונטער די גאס לאמפען, ווען מ'האט געזונגען ווארימע מעלאדיעס אינעם 'ברוך קל עליון'.

ביים טיש פלעגן זיצן די שיינע יודען, היינט זיצן שוין מער געווענליכע בעלי בתים און חסידים, נישט נאר די 'פני הקהל'.. דעמאלטס פלעגן אפילו טיפע זקנים שטיין, און די מיטליעריגע קעהילע זענען געזיצן.
מיין זיידע ר' ברוך אברהם לעפלער פלעגט שטיין! ביז די הויעכע ניינציגער איז ער געשטאנען א גאנצע טיש אונטרן רבינס בענקל.
מיין זיידע פלעגט זייער ליב האבן די קאשע זופ ביים בייטאג טיש, ער אלץ אונגארישער פלעגט עס נישט האבן אינדערהיים אלץ מנהג, און ביים טיש האט ער זיך צוגעכאפט דערצו אן בושה. [ס'טאקע גוט געווען..]
ר' שרגא פייוועל מערמעלשטיין ע''ה פלעגט שטיין! און פלעגט ביי לחיים צו ברענגען די פלעשער וויין, וואס כ'מיין אז ער פלעגט עס בדרך כלל מנדב זיין אויך. אויב כ'האב נישט קיין טעות.
אזוי נאך זקנים זענען געשטאנען, די 'שיינע' יודען זענען געזיצן..

אונז קינדער פלעגן רוב מאל שטיין אויפן ארון הקודש טרעפן, אונטערן רבין זז''ג, און מיטזינגען זמירות, און כאפן שיריים, אמאל פלעגט מען 'כאפן' שיריים..
אבער זופ פלעגט זיין איינגעפירט [פרעג מיך נישט פארוואס] אז עס פלעגט איינער פיטערן דעם צווייטן מיטן לעפל אין מויל אריין.. איין טאטע פלעגט געבן א לעפל זופ אין מויל פאר אנדערע טאטעס און פאר די אפענע קליינע מיילער פון די קינדער.
ווי כמנהג אונגארישע פלעגט דער פיטערער מיט'שלונגען.. כאאאפ.. ביים טיילן.
אברהם דוד פריזל פלעגט טיילן לחיים וויין, און אלץ געזאגט, בו פי גופן.. [בורא פרי הגפן..]
ביי די טונקעלע שלוש סעודות, געדענק איך גוט, ווי ר' חיים בערגער ע''ה, וואס פלעגט אויך שטיין אונטערן רבינס בענקל, האט אלץ געזאגט פאר וויכטיג הויעך ביי מזמור לדוד, 'נפשי ישובב'..

איך האב זייער ליב געהאט די טישן, און ס'געווען מיין גוטע חלק פונעם שבת, איידער די שלעגעריי אינדערהיים מיט חברים שכנים און געשוויסטער..
אביסל ווארעמקייט אינעם שבת, דאס איז מיר בעסער געפאלן ווי די טייטלען אינעם זמירות אינדערהיים און זינגען זמירות געצוואונגענערהייט.
אזוי האב איך מיך פריי איינגעגלידערט אינעם נשמה, די געשמאק צו חסידישע געפראוועריי, מיט אלע נושאי כלים ווי זיך פירן און גיין מיט די לבוש שוין אלץ קינד, וואס כאטש נאר פונעם בר מצוה גייט מען געווענליך, האב איך שוין געפילט א אייגענע געשמאק דערין פון דעמאלט, שפירנדיג פריי אלץ מיין בחירה דערין, איידער די אנדערע געצווינגענע זאכן מבית אבותי.

המשך יבוא
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

א גרויסע שכויח מנשה פאר דו באלערענדע ארטיקל
איך האלט גראדע יא פון דו רעיון זיך אליינס צו באשרייבען, פון קינד ווייז אן

אבער איין זאך, קען איך נישט פארשטיין, מיט אזעלעכע מערדילעכע קלעף פון דיינע מלמדים, און אז דו שעלטס אויס יעדער איינער און יענער שטעטעל פארוואס וואוינסטו נאך דארט?

כ'האב פאר דיר [שלעכטע] נייעס, דו מלמדים וואס האבן דיר אנגע'מקל'ט וועלן באקומען א עוה"ב, אבער דער מלמד וואס האט דיר געמאכט פאר א "הייסע סקווירא חסיד"
אים בין איך נישט מקנא דארט אויבען און הימל!
עכ"פ שנשמע ונתבשר בשורות טובות, ולכל בני ישראל יהיה אור במושבותם, אמן.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

יעדער האט זמנים ארויף און אראפ, ממילא קען מען פרעגן א פראגע פארוואס וואוינסטו אויף דער וועלט? וואס האט דאס מיט סקווער און מיטן סביבה, און כל הקהל הקודש?
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אינעם אלטן שוהל איז געווען א 'מאנטל שטוב' א 'ספרים שטוב' א קאווע שטוב א פאליש און א 'חדר שני'.
יעדע פון די שטובער האבן געהאט א חן און א מסכתא צו פארציילן.
וויפיל האבן געהאט חזקות אין יעדן ווינקל פונעם אלטן שול, שבת און אין די וואכן טעג, צווישן די מאנטלען פלעג איך מיך גערן ווארעמען און שפילן באהאלטן.. אינעם ספרים שטוב איז געווען א בלעכענע שמות באקס, וואס אלע קינדער האבן ליב געהאט אויסצופאקן און זוכן אינטערעסאנטע לייען געצייג צו אלטע רצועות, זיך צו מאכן ווי א טאטע און דרייען תפילין מיט אלטע פארשוויצטע טליתים אין דעם ווינקל.

דארט אויפן הונטערשטן באנק אינעם ספרים שטוב, פלעגט ר' דויד.. [דער היינטיגער ראכמיסטריווקער רבי פון ירושלים, וואס איז געווען א איידעם ביים סעדערהעלי רב - ר' משה ניישלאס אונזער רב אין שטעטל].
דארט פלעגן מיר עהם געפונען אסאך ליגן אין ווייסע זאקעלעך און זיך אויסרוען פאר זיינע עבודות בקודש אינמיטן שטילן נאכט און טיפע נאכמיטאג שעות, ווען ס'קוים דא איינס צוויי יודען אין די בית מדרש ווינקלען.
אינעם קוים ד' אמות'דיגע ספרים שטיבל, פלעגט זיין די זיידע שיעור פון ר' מאיר אונגאר ע''ה אויף חק לישראל און דאס גלייכן, און ר' נתן צבי פלעגט אויך דארט קער נעמען..

דארט פלעגט זיין די עזרת נשים ביי ברית'ן און ביי תפילין לייגן מסיבות פאר אנ''ש, און כ'געדענק נאך מרת פייגי לונגער ע''ה, יבלחטו''א חיים לונגערס ערשטע ווייב, ווי זי איז געקומען מיט אזא שמייכל צו אונזערע שמחות, כאטש זי איז געווען זייער קראנק און שוואך שוין, אבער דאס ליגט מיר אין זיכרון מיטן ספרים שטיבל אויך.
דארט זענען געליגן ספרים פון די ערד ביזן דאך, און אין איינע פון די שענקלעך איז געווען די הצלה שאנק, ווי מ'האט געהאלטן די זאכן וואס מ'דארף אין פאל פון נויט.
די קידוש לבנה זאגערס זענען געווען דארט אזעלכע הארטע 'צעבראכענע' טאוולען פון קארדבארד, און ס'געווען לשליש ולרביע.. מיט אסאך אסאך אלטע סידורים און חומשים, א שוהל'כל א חן..

כ'געדענק אז מיין טאטע האט מיך נישט געלאזט ניצן די 'ציגלהיים' חומש, עפעס א מעשה וואס כ'האב נישט געמעגט וויסן.. אלע מעשיות איז געווען דעם נוסח, אזוי האב איך געזאגט! פרעג נישט קיין איבריגע קשיות, וועסטט עלטער ווערן וועסטו קלוגער ווערן.

על כל פנים, שבת נאכמיטאג נאכן דאוועווען, ווען יעדער האט זיך שוין אהיימגעקליבן, געדענק איך ווי היינט, אז דער רבי זז''ג פלעגט אהיימגיין די לעצטע.
נו ווער האט עהם אהיימבאגלייט אין יענע יארן? הע הע.. ווי פאני ס'הערט זיך היינט, אבער כמעט קיינער איז נישט געבליבן אין שול און נאכגעגאנגען, נאר די קליינע לעפלער יונגעל..[מנשה לוסטיג] און ר' יוסף חיים קאהן ע''ה מיט דער גבאי ר' יושע האט זיך נאכגעשלעפט.
איך בין געווען אלץ א שלעפער, אבער דא פלעג איך בלייבן אלץ סקרנות, איך האב ליב געהאט באגלייטן דעם רבין, פונדערווייטענס, און זיך צוהערן ווי ר' יוסף חיים רעדט מיטן רבין וועגן די וואכיגע פרשה.

יעדע וואך פלעגט דער רבי זז''ג גיין קודם צום אלטן רעביצינס הויז זאגן גוט שבת, דאס איז געווען א שטיקל וועג ארום, ביז איר הויז [געווארן נאכדעם 'בית טראנא' בית פנחס, און היינט די אפיסעס פונעם חצר.]
דער רבי זז''ג פלעגט אנהייבן 'נו ר' יוסף חיים ווי האלט מען אין אור החיים הקדוש.' און ר' יוסף חיים הכהן פלעגט מיט זיין אייביגע שמייכל זאגן גוטע ווערטער, און פלעגט זאגן מיט עניוות, כ'האב צוגעלייגט א אייגענע פורים תורה..
אויפן וועג פלעג איך צו זען ווי די אייניקלעך פון דער רבי – יונגעלעך און מיידעלעך אלע, פלעגן קומען צו לויפן יעדע וואך, און שרייען 'זעידי זעידי'.. גוט שבת זעידי.. און דער רבי פלעגט זיי 'אלע' אנכאפן און גיין צוזאמען צום עלטער באבע – די אלטע רעבעצין זאגן גוט שבת, און דארט אויפן פארטש זיצן אפאר מינוט און ווען דער רבי איז געקומען איז זי געווען זייער פרייליך און פארגעסן אירע צרות.

לייבל סורקיס פלעגט זיך אויך פארענען, און טראגן דעם רבינס טאשנטיכל און שליסלען פון פראווע צימער, ווייל דער רבי טראגט נישט אליינס שבת.
ביז דער רבי איז אהיימגעגאנגען, פלעג איך שטיין אונטערן בוים און צוקוקען.. א קליינע חסיד.. אבער פארדעם פלעג איך כאפן אינדערהיים קולות יעדע וואך כמעט.
'גרויסע חסיד וואס דו ביסט'.. דו שפארסט צו די שוהל???
אבער וואס האב איך געקענט טון, פלעג איך טראכטן, אינדערהיים איז מיר נישט געווען אינטערעסאנט, אין שול האב איך מער געטראפן אינטערעסע..

אויך ר' אייזיק ראטנבערג ע''ה פלעגט נאכצומאל האלטן אינמיטן דאווענען שטייט יעדע ווארט.. א תמימות'דיגע יוד געווען ר' אייזיק, און צומאל ווען מ'האט שוין אנגעפולט די פארענטשעס צום טיש, האט ער נאך געהאלטן אינמיטן זאגן... יעדע ווארט שטייט און דייטלעך..
איך האב אנגעקוקט יענע צייטן עפעס ווי אלעס מאדנע, כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס יעדער לויפט אהיים און מ'לאזט דעם רבין אליין גיין, די פוילישע זיידעס האבן נישט צוגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער כאטש וואס זיי זענען געווען ע''פ רוב די שיינע יודען און בני תורה, אבער נאר צו קומען אפלעקען ברעקלעך זענען זיי דא געווען.
די אונגערישע געטרייע כאטש גאר שטרענגע זיידעס פלעגן אלץ און אלעס אנגרייטן און אריינארבעטן, 'און באצאלן'..
ממילא איז מיר געווען לאנגע יארן די קאפ מלא קשיות אויפן מאדנע געפירעכטץ פונעם שטעטל, וואס היינט איז עס טאקע קלאר ווי איך האב דעמאלטס געזען, טאקע גרויסע חכמים און ווארט זאגערס האבן געהאט די דעה, אבער די מסירות נפש און וואולע יודען וואס איך האב זייער געגליכן, זיי זענען געווען די תמימות'דיגע געשמאקע יודען וואס מ'האט פון זיי געקענט ערווארטן א טובה און א שיין בינטל זיסע זכרונות.

ביים טיש פלעגט מען אמאל צובינדן די פארענטשעס מיט די צעריסענע האנטוכער פון מקוה, וואס באמת איז קיין גאנצע האנטוכער בכלל נישט געווען, אבער די וואס האבן געהאט 'נאר' צוויי לעכער האט געהייסן כשר, די איבריגע איז שוין געווען למנחות..

אלץ האט געדינט די גרויסע שמש שטעקן פאר די פענסטערס, ווי אין שפיץ איז געווען א נאגל, וואס מיט דעם פלעגן די נערוועזע פארקילטע 'צעהיצטע' זיידעס פארקלאפן די שויבן.. און עס צוריקגעשטעלט אין ווינקל, ביז א רגע שפעטער האט א צווייטער עס ווידער באוואויגען און צוריק געעפענט..

שבת אינדערפרי פלעגט זיין אין מיינע יונגע יארן, א שיעור געזאגט דורך הרה''ג הצדיק ר' זלמן אונגער זצ''ל, דער שפעטערדיגע דיין אין שטעטל נאכן סאדערהעלי רב זצ''ל.
ביי יענע שיעור פלעגט ר' שרגא פייוועל ברענגען הייסע טיי, אין קריסטאלענע גלעזער אויף אזא האלטער וואס האט געהאלטן זעקס גלעזער.

איינמאל געדענק איך, האט מיר מיין זיידע ע''ה אנגעזאגט, אז ער גייט מיך לאזן פארהערן ביים דיין ר' זלמן, און כ'זאל איינ'חזר'ן תהילים.
און פלוצלינג כאפט ער מיר אן ביים האנט און שלעפט מיר צום דיין, און זאגט, דער דיין דארף הערן ווי מיין אייניקל קען שוין באלד גאנץ תהילים אויסענווענדיג..
איך האב מיך זייער געשעמט, ווייל כ'האב דאך 'נישט' געקענט גאנץ תהילים נאר די ערשטע פאר קאפיטלען.
נו זאג זאג.. און איך הייב אן זאגן... ר' זלמן דער גוטהארציגער דיין ר' זלמן הערט מיך אויס מיט א שמייכל און נאך פאר פסוקים זאגט ער 'זייער פיין'.. געוואלדיג געוואלדיג גאנץ תהילים.. קענסטו?
כ'האב געוואלט מודה זיין, אז כ'קען 'נישט' גאנץ תהילים, אבער מיין זיידע זאגט 'יא' ער גאנץ גאנץ תהילים.. אוי איז דאס מיר געווען א פאלטשע כבוד..
אבער אבי דער דיין ווייסט איך קען גאנץ תהילים.. חחח

און טאקע שבת ביי מיין זיידן האב איך געלעבט! אסאך שבתים און ימים טובים האב איך פארברענגט געשמאק ביים זיידן, עפעס ביידע האבן מיר געהאט איין סארט שפראך, הגם ער איז געווען א ערענסטע מענטש, אבער די חלק פון זיך גיין די אייגענע וועג און נישט קוקן בכלל וואס אנדערע זאגן, זיך נישט קימערען מיט פרעמדע דעות דאס האבן מיר ביידע געהאט אייניג, און אפשר גאר האב איך דאס פון עהם קונה געווען.

כ'וויל נישט פארגעסן, א זייער געשמאקע זאך וואס כ'פלעג ליב האבן אין שוהל.
דאס איז געווען ווער ר' ברוך אייזענבערג איז צוגעגאנגען צום עמוד!!!
אה!!! ר' ברוך אייזנבערג דער חזן און דראמאטיקער.. איי האט ער געדאווענט מיטן כל עצמותי תאמרנה, ווער האט נישט געהערט די קאסעטן פון ר' ברוך אייזענבערג, ווי ער מאכט דינערן ארץ ומלואה.. די ווערטער טייטשען זיך.
אבער אינטערעסאנט אז נאכן שחרית פלעגן איך גיין קוקן אויף זיין פלאץ, ווער איז דאס דער גרויסער רודערער.. אבער א שטילע באשיידענע שטילע יוד, איז געזעצן ר' ברוך נישט געשמועסט און נישט געגרויסט זיך, נאר געווען פארטיפט אין זיין חומש און סידור, ווי נישט ער איז דאס דער וואס שאקעלט אויף הערצער און גיסט זיסע געזאנגען מיטן זיין טענאר און באריטאן.
איי ר' ברוך האט מיך זיס געמאכט די ממקומך ווי גארנישט אנדערש.

אויך געדענק איך, אז ס'פלעגט עפעס יעדע שטיק צייט קומען אויף שבת א זיידע, און ווען ער פלעגט עולה זיין לתורה, האט ער געזאגט דעם 'ברכו את השם המבורך' מיט אזא געשריי אז די שול קופאל האט געקענט זיך שפאלטן..
ווער איז דאס, פרעג איך אלע, ער הייסט ר' אהרן קעסלער'.. פון באבוב גענייגט, אבער ער האט געבראכן דעם שטילקייט אין היכל, ווי כאילו ביז יעצט איז געווען טויט.. א שטייגער ווי מ'הערט א דזשעט אנצינדן די מאטאר בלב השמים, און מ'כאפט זיך אז ביז יעצט איז געווען א טרוים שטילער סביבה.

אונטערשטע שורה, כ'האב געהאט מיינע געשמאקע ענינים, אבער כ'בין עפעס געווען צו סענסעטיוו צו די יאך וואס מ'האט געלייגט אויף מיר אין חדר און אינדערהיים, כ'האב ליבערשט מיר געוואלט פליען ווי א פויגל אין שול און ביים זיידנס סביבה און זיך אליינס בויען א גייסטישע וועלטעלע פון הנאה.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

פאר כ'וועל ממשיך זיין מיט מיינע אייגענע נסיונות אין שטוב אין חדר און אין אלגעמיין, וועל איך ווייטער פארציילן די הלוך ילך פון יענע יארן, דאס בילד פון יענע גענעראציע ווען מיר זענען געווען קינדער, אין די די 'מ' יארן.
נאך חדר נאכמיטאג, בעסער געזאגט פארנאכטס, פלעגט פארקומען 'מתמידים'.
ווי אלע קינדער פון כיתה ז' ביז כיתה ט' האבן ווידער געלערנט אין א סדר ומסגרת, און באקומען נקודות פארן קומען צייטליך וכדומה.
דאס פלעגט זיין אינעם אמאליגער חדר שני פונעם בית מדרש, און ס'געווען היבש שטרענג נאך מער ווי די נאכט סדר אין כולל און אין ישיבה.
כ'געדענק, אז איינמאל איז געווען א צייט וואס א ממלא מקום פונעם אפציעלער משגיח האט געקעניגט, און יענער האט פאר צוויי וואכן פון זיין ווירטשאפט, אנגעצויגן דעם עולם המתמידים, מיט פוינטס און נומערן, ווער ס'וועט זיין די בעסטע פון די בעסטע כיתה פון די בעסטע וואך פון די מערסטע התמדה און שמירת הזמנים און בחינות, וועט באקומען א ספעציעלע מתנה.
אונז האבן געלערנט און געהארעוועט און אנגעדרייעט שעות און כוחות צוזיין פון די סאמע העכסטע נומערן צו גרייכן יענס יענעם מתנה, ביז נאך צוויי וואכן, האט ענדליך איינער דער יחיד בין מאות תלמידי התלמיד תורה, 'זוכה' געווען צום סורפרייז.
יענער האט זיך אויסגעצייכענט דאס מערסטע אין אלע הינזיכטן און האט באקומען א היסטארישע מתנה.
א 'איטאליען אייסעס'.. מיט א שטעקלע צו לעקן..
אוי האבן מיר געשאלטן.. אוי האבן מיר נישט געוואוסט צו לאכן צו וויינען, אבער דער ממלא מקום המשגיח האט אונז געלאזט אויפן יבשה.. און אפגעדינט זיין שפיצל פון צוויי וואכן, צו מאכן דעם עולם לערנען ווי קיינמאל בעפאר.
למעשה וואס טוען קינדער נאכן סדר נאך חדר, נאך מתמידים, מ'זוכט סחורה ביי דער וואס געבט..
ס'געווען אלץ פרישע משוגעים און נרדפים אלץ גוטע קליענטן פאר די קינדער יאגד נאך פאן.
אלץ זענען דאך געווען פעדלערס ביי יודען.. כי לא יחדל פעדלערס מקרב עמך..
און ס'געווען 'דער גרינער מענטש' [היינט איז ער נעלם כ'ווייס נישט וואו אהין] ער איז געווען א גערעגטער מיט א רויטער נאז, און פלעגט טרייבן די קינדער פון זיין טישל, און אוך ר' נתן צבי לונגער פלעגט העלפן טרייבן...
און דווקא פלעגן די קינדער ווי בינען צו האניג, זוכן עהם צו סאקירן און אויפשטורעמען, מ'פלעגט אלעס טון אז ער זאל אונז נאכלויפן, ביי אונז איז דאס געווען פאן, ביי עהם די נערווען און גאל!
קינדער זענען דאך שטארק נייגעריגע אין נאטור אויס, און ווייניג ווינקלען און פארמאכטע פלעצער האט מען געקענט פארהוילן פון אונז.
א קאפ האבן מיר געהאט ריינע און קלארע פון די שטעטעלישע געזונטע לופט, צווישן ביימער און גראזן, און ווייניג רויעך וואס הערשט דאגעגן אין די ישיבת כרכים.
האט מען געזוכט סחורה..
לא די וואס מ'האט זיך אנגעשמעקט פון די אסטרייכערס קוקיס וואס האט אנגעשמעקט דעם שטעטל יעדן באק טאג, האט מען אויך ביי פראנקס בעקעריי אויספראבירט די נערווען און כל מיני טעמים און פרייזן..
איך געדענק אז די טרעפן ווי מ'איז אראפגעגאנגען צו פראנקס בעקעריי אין שטעטל, איז אליינס געווען ווי באגאסן מיט טשאקאלאד.. און מיר פלעגן לעכצן צו קענען קריגן א שטיק קאקאש קעיק פאר א דאלער צוויי, און זיך באלעקן די פינגערס – פונקט ווי די פראנקס..
אבער אויך אין קעלער פונעם שוהל, איז דעמאלטס געווען פאלאצירט די ביזנעס פון ר' אביגדור יאסער [אהאראנאוויטש], און זיין ערל פלעגט שמידן אייזן און ס'האט געבליטשקעט פון די פינקן, און יענער פלעגט נישט לאזן די קינדער שטערן אפילו קוקן.
פלעגן מיר זיי אנלערנען דרך ארץ.. מ'פלעגט גיסן וואסער שפריצן טעפלעך אריין אינעם פענסטער לאך, ביז זיי פלעגן אונז נאכלויפן און מיר זעמער געלאפן פארן לעבן..
וועם מ'האט געכאפט.. אוי האט עהם געפעלט די אויערן..
ס'געווען עטליכע סארט עלעמענטן וואס האבן אונז גוט געדינט אונזערע מעשי קונדס, און ווער ס'האט נישט געהאט א ספעציפישע נאמען, האט עס באלד באקומען..
איין פאני זיידע האט געהייסן ביי אונז, 'קופּי יאם יאם'.. ווייל ער פלעגט זאגן אזעלכע פאני ווערטער, און פלעגט שפריצן וואסער אויף ווער ס'האט אנגערירט די נאז ביים דאווענען. [כ'מיין ער האט שוין געקאלעכט דעמאלטס, אבער פאר אונז קינדער איז עס געווען איין חילוק, די עיקר פאן..]
ער האט געבעטן א גלעזל וואסער, און מיר פלעגן עהם ברענגען הייס בריעדיגע וואסער, אונז האבן געקראצט די נאז אין פארענט פון עהם, און ער פלעגט אריינשטעקן די פינגער אין די גלעזל, זיך אפבריען און שפריצן אויף אונז, און ס'געווען א בהלה אין שול.
די טאטעס און זיידעס האבן געשריגן און מיר האבן זיך פארשטעקט און ווייטער ארויסגעוואקסן ווען ס'שטיל געווארן.
גראדע געדענק איך גוט, אז אמאל אין שול איז נישט געווען אזוי די נוסח התפילה ווי היינט די סקווערע נוסח, ס'געווען אסאך געפאשעטע בעלי בתים מיטן אונגארישער נוסח, און אסאך האבן נאך געטראגן דעמאלטס שטאפענע הוטן – די טשולענט טאפ הוט, און בלויע רעקלעך און דינע גארטלען.
היינט האבן זיי זיך שוין מוחל געווען יענע יארן פון קרירות, און זענען שוין 'שיינע זיידעס'.. אבער דעמאלטס האט געבלאזן א אנדערע סארט ווינטל..
חנוכה פלעגן מיר צוערשט קומען אין שול אין די וואכן טעג, פון גאנץ קינדווייז אן, און כ'געדענק אז ר' דודו בלעכער [ר' דוד שמואל שמעלצער ע''ה] פלעגט ברענגען זיינע בלעכענע סחורה, מנורות און טאצן און ווייסעך וואס נאך כלים מכלים שונים, צום פארקויפן.
דארט פלעגט זיין נאך פעדלערס אין די זייט, דער 'זיגלאך מענטש', וואס האט פארקויפט זיגלעך און זייף פאר העמדער.. פרעג מיך נישט וואס איז די צוזאמשטעל..
און אלץ זענען געווען מאדנע געסט אויך, ר' משה פייערווערקער, וואס אז אונז האבן געזען די טאטעס לאכן האבן מיר זיי געגלייבט בנאמנות אז ס'איז א ארטיקל צום לאכן.
ס'געווען דער 'טויב שטימער', א אונגארישע טויב שטימע מענטש, וואס פלעגט לאכן און ווייזן מיט די פינגער און מאכן פאני קולות מיט די מויל וואס ער האט געוואלט זאגן.
ער איז געקראכן מיט שטעקענעס און מיר האבן עהם באגלייט ווי א חתן.. ער האט געטריבן די קינדער און מיר האבן געקלעבט צו זיי ווי פויזענט אייווי.
- אוי די פויזענט אייווי א מסכתא פאר זיך.. ס'פלעגט וואקסן אין די וועלדער און ווער ס'האט עס אנגערירט פלעגט קענען באקומען בלוטערן, און קינדער משוגעים פלעגן עס דווקא אנכאפן נישט צו דארפן קומען אין חדר צוליב די שחין אבעבועות..
איך האב דווקא קיינמאל נישט געקענט ווערן אנגעשטעקט דערפון, איינע פון מיינע שלימ'מזלנות.. יעדע צווייטע קינד האט געקענט קראנק ווערן האבן קאפ וויי ווען ס'האט עהם געגלוסט, און איך, אפילו כ'האב געוואלט בלייבן א טאג אינדערהיים בכגון דא, האט מען מיר פארשיקט אין חדר אוועקמאכנדיג אלע פוילע תירוצים.
די שטאטישע קינדער וועלן אוודאי געדענקן דעם 'פרץ' א מאדנע איינזאמע מענטש וואס האט געהאט א לעבן מיט צרות קוקט אויס, און איז קוים געקומען למנוחה נאכן טויט. [ער ליגט אין סקווער, זיין נאמען איז 'פרץ רפאל בעסלער' גארנישט מער ווייסט מען פון עהם, נאר אז מ'האט עהם געטראפן טויט נאך אפאר טעג און מ'האט עהם פראבירט מקבר זיין דאס בעסטע וואס שייך, נעבעך.]
ס'געווען אויך מיסטער מגיד, מיט זיינע בלאסע טאמאטען, און ר' יצחק אייזיק ווייסקאפ ע''ה אויך א איינזאמע יוד, אלע פון זיי האבן געהאט א באהאלטענע מסכתא פון צרות אויפן ריקן, און די רחמנות האט זיך געקלעבט צו זיי ווי שטויב צום קאפל.
איך געדענק אז ווען מיר פלעגן פארן אין שטאט אריין צו א חתונה, פלעגט אריינקומען א אלטע הונקעדיגע פרוי – 'קיטשי סורי' און שנארן ביי די מענער מיט א ריזן פאקעט בוק.
אזוי איז געווען ביי אונז אין שטעטל א יוד, וואס האט געהייסן 'נחום תהילים זאגער', ער האט געהאט א קליינעם תהילים וואס אין פארענט און אין בעק איז געווען אסאך בלעטער אנגעפולט מיט נעמען פון חולים ונצרכים וואס ער האט מתפלל געווען פאר זיי.
ער אליין איז געווען א שבר כלי, א שיטה לא נודע למי.. קיינער ווייסט נישט פון ווי ער איז ארויסגעוואקסן און ווי ער איז נעלם געווארן מיט די יארן.
זיין יארצייט אין אין חודש מרחשוון, דאס ווייסט מען יא, אבער איך געדענק זיינע אויגן זענען אלץ געווען פארוויינט פארשטויבטע הוט און רעקל, צעריסענע בגדים, און ער פלעגט טאג און נאכט זאגן און זאגן תהילים א קאפיטל נאך קאפיטל אן אפשטעל.
אין שול פלעג איך זיך צו זען אלץ א אינטערעסאנטע ספעקטאקל.
ס'געווען א יוד ר' שלמה מערזל ע''ה, א אלטער בעלזער חסיד פון פוילין, מיט די שמונה בגדים, ער האט געוואוינט ביי אונז אין שטעטל, ער האט זיך איינגעהאנדעלט דאס חלקה נעבן בעלזער רב אויפן הר המנוחות און דארט ליגט ער.
ער פלעגט האבן א קביעות'דיגע חברותא יעדן פרייטיג נאכמיטאג, אין שוהל, מיט ר' הערשל סורקיס שליט''א.
ווער ס'קען ר' הערשל סורקיס, דארף איך נישט פארציילן וואס מיינט א גאון א חסיד און א עניו אינאיינעם, אבער דעמאלטס ווען זיי פלעגן לערנען צוזאמען, דאס גייט שוין צוריק מיט באלד דרייסיג יאר, ר' הערשל פונקט ווי היינט האט געהאט א שטילע איידעלע שטימע און באנעמונג.
ווידעראום ר' שלמה מערזל, האט געהאט א הויעכע שרייעדיגע און אויסגערייכערטע שטימע, אז די בית מדרש האט געווייבערעיט פון זיין קול.
כ'האב מיך אייביג געשטעלט קוקן מיט רחמנות, ווי ר' שלמה 'שרייעט' אויף ר' הערשל, שרייעט קולות.. דו פארשטייסט נישט די רש''י? קוק אריין..
און ר' הערשל מיט התנצלות האט זיך געדינגען אויף א פשט.. און ר' שלמה האט עהם פארשריגן מיט א תוספות און מפרשים.
ר' שלמה האט אין מיינע אויגן אויסגעזען גענוי ווי דער בילד פון רש''י הקדוש – ר' שלמה יצחקי זי''ע, עפעס אזא דמיון האב איך געהאט אויף עהם, און כ'האב אזאנס רחמנות געהאט און זיך גאר געוואונדערט, ווי ר' הערשל באקומט קולות פון עהם, און לויפט נישט אוועק, נאר קומט נאכאמאל און נאכאמאל יעדע וואך לערנען מיט עהם.
אויך געדענק איך צווישן אלע קינדערישע אנשויאונגען, פלעגן מיר זיך צוזען ווי ר' משה יעקב סיגלער זאל געזונט זיין, פלעגט בראטן די לעבער פארן רבי'ן און פארן שטעטל, מיטן פיין רייכענדע געשמאקע פיפקע אין מויל, וואס די גערוך האט זיך פארטראגן ווי די לעבער און רויעך ווייט ווייט.
ר' משה יעקב איז א מסכתא פאר זיך..
המשך יבוא
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

קודם כל, ווער ר' משה יעקב סיגלער הי''ו איז, א גאר נאנטער מקורב ביים קוממיות'ער רב - ר' בנימין מענדלזון זצ''ל, וואס האט עהם, אלץ תושב קוממיות, ממנה געווען אלץ הויפט אנפירער פון אלע שמיטה פראיעקטן, וואס ער האט טאקע ביז ממש לעצטענס ווען ער איז געווען אין די כוחות, אנגעפירט.
ווען מ'האט געזאגט שמיטה! ווען מ'האט געזאגט קוממיות! איז עס געווען ר' משה יעקב סיגלער, דער יד ימינו פונעם קוממיותער רב און שליח פונעם הייליגן חזון איש זצוק''ל, וואס האבן אויסגעפירט און אנגעפירט וואונדערליכע הצלחות אינעם מצוות קיום השמיטה.
און קיין קליינע ת''ח איז ר' משה יעקב נישט, ער איז דער מלמד פון אלע כשר מאכערס אין סקווערע שחיטה, און ער בעצמו מיטן זיין פיזיש און גייסטישע גבורה, האט מנצח געווען על מלאכת בית ה', מיט וואס ער האט נאר זיך מתעסק געווען.
כ'געדענק אז ביי שמחת בית השואבה אין שוהל, ווען ס'פלעגט נאך זיין א גאנצע בענד כלעזמער, און ר' משה יעקב האט געזינגען אויפן מייק, 'מתי מתי מתי מתי מתי מתי.. תמלוך בציון... און נאך ארץ ישראלדיגע לידער.

מיר האבן זיך איינגערעדט אויף איינעם דארט צווישן די טאטע טאנצערס אז ער איז א פארשטעלטע מענטש, עכט איז עס געווען מיסטער תהילים.. אונז האבן עהם דעמאלסט נאכנישט געקענט, און אונז קינדער האבן עהם ממש צעטרויטן די נשמה, ער זאל אראפנעמען זיין מאסק.. זיין פנים האט אויסגעקוקט ווי א מאסק.. ביז מ'האט זיך געכאפט אז ס'איז א עכטע פנים פון אזא טיפ מענטש..
נאך וואס ער האט געסטראשעט אז אויב די קינדער וועלן עהם דערקוטשענען וועט ער מער נישט קומען.. האט מען עהם אויפגעהערט צו פייניגן..

צוריק צו ר' משה יעקב סיגלער זאל זיין געזונט.
אונז פלעגן דאווענען שבת אויף זיין טיש, וואס איז גראדע געווען די לעצטע טיש אין שוהל, וואס פונקט ווי עהם זענען נאך חשובע יודען געשטאנען צו געזיצן דארט דערנעבן, ווייל יענע צייטן האט חשיבות נישט געצוואונגען צו זיצן דווקא אויף מזרח, פארקערט די מזרח איז געווען היבש ליידיג און אסאך חשובים האבן זיך געטראפן א מקום איבעראל נישט דייקא ביים מזרח.
ר' משה יעקב אין מיינע צייטן אלץ קינד, האט געדונערט מיט זיין שטימע ביי יעדע הארציגע שטיקל אין דאווענען, צו יום טוב ביי די פיוטים און יוצרות, אז דאס גאנצע סביבה נעבן אונז האט מיטגעשמייכעלט מיט זיינע פרייליכע געטענץ, אויף א זיס שטיקל יוצר.
ביי די נענועים איז ער ממש געווען אין די לופטן.. געזינגען פאר זיך שטיל הויעך, און אז מיר האבן זיך פארקלאצט אויף עהם צו לאנג האט מען געכאפט א מוסר דרשה.. דו יונגאלע כאפ אן די סידער.. און דאווען..! ווי לאזט מען אויס אזעלכע זיסע תפילות..
איי האט ער געפלאקערט מיט זיינע דרשות בין תפילה לתפילה, א אינטערעסאנטע מדרש, א דרוש א געדאנק א היסטארישע עפיזאד, און קיינער האט זיך נישט דערוואגט עהם סותר זיין..
איי האט ער געלעבט און אויסגעלעקט יעדעס ווארט אין סידור, ווען זיין סידור יעב''ץ און חומש היכל הברכה איז געווען מלא טאבאק וואס ער האט געשניפט און אפילו געטיילט מלא קמצו.

דארט אויף אונזער טיש פלעגן קומען אויף יו''ט נאך חשובע יודען, וואס זענען א חלק פון מיינע זכרונות פון די יוגענד.
כאטש אין די זייטן ביים ווינקלען פון שוהל, האבן זיך געטראפן די יושבי קרנות א פלאץ צו פארברענגען, זענען זיי אבער געווען מער איינגעהאלטן ווי כאטשיג ווען אין שפעטערע צייטן.
איך געדענק, עטליכע יענע סארט יודען, אזלעכע עולים ויורדים, וואס האבן נאך דאן געטראגן שטריימלעך, און היינט גייען זיי קוים א קאפל אויפן קאפ, אבער די קאלטע באוועגונג זייערע איז געווען 'די פיצי סידור' די גרויסע טשופ, און שפיציגע שיך.. אבער געקומען דאווענען זענען אלע, און אפילו זיך געהאלטן היבש שטיל בשעת התפילה.

על כל פנים, זענען געווען אויף אונזער טיש גופא, עטליכע חשובים וואס זאלן זיין אפגעשיידט זענען שוין היינט בעלמא דקשוט.
געווען א פויליש יודל מיטן נאמען ר' אברומטשע ליכט ע''ה, נעבעך געווען אנגעזאפט מיט צרות, וואס האט זיך קלאר געהערט ביי זיינע תפילות מיט יאמערליכע בכיות.
ער האט געהאט איין איינציג טאכטער וואס איז פארברענט געווארן אלץ צוואנציג יעריגע מיידל אין א שריפה, און ווען ער פלעגט קומען אויף סקווער פלעגט ער גיין אויפן בית עולם אויף איר ציון, און זיינע הויעכע געוויינען האבן זיך געהערט ווייט ווייט, אז ס'האט געריסן דאס הארץ, ווען ער האט נישט אויפגעהערט מיט זיינע היסטערישע געשרייען און געוויינען.
ער פלעגט מיט אונז יעדע איינציגע יום כיפור מאכן די זעלבע ווערטל.. איך בין הונגעריג קינדער.. געב מיר אויך אביסל נאש..

איך קען אויסרעכענען אלע ימים טובים מיט זייער אייגנארטיגקייט, במשנת ימי הנעורים, וויאזוי עס האט אויסגעקוקט אין אונזערע אויגן געוויסע בילדער פון יענע צייטן.
ס'געווען פסח, פלעגט די מאמע ווי אין א רוטין פארציילן וועגן 'גאדל' א מעשה פון די מנחם מענדל ביכער, און יאר איין יאר אויס איז גאדל געווען דער פסח סטארי.
שבועות, איז דער גר צדק פון ווילנא געווען אויפן ערציילונג טיש, מיט דראמאטישע הרגשים פלעגט מען יעדעס יאר איבערפארציילן די פארכטיגע מסירות נפש זיינע, און יעדע יום טוב האט זיך געהאט זיינע געשמאקע גערוכן און נאסטאלגישע לידער און סיפורים.
נאך מער ווי די מאכלים האט אונז געצויגן די היסטאריע, דאס איז מיר על כל פנים אריין אין די ביינער איידער די איבריגע זאכן צו אפילו חדר תורות, די סארט גייסטישע היסטאריע איז מיר געווען מער צום הארצן ווי סיי וואספארע קינדישע מעלאדיעס.
דזשוליי 4 איז געווען א מחלוקת הפוסקים.. צו מ'מעג מיטהאלטן די פייער קרעקערס, וואס די שכינות'דיגע גוים פלעגן ארויפשיסן, מיט פארשידענע פארבן און פארמען, און די פרומע לייט און באביטשקעס האבן שוין געהאט וואס מוחא צוזיין, אז ס'ממש אסור ס'מאכט בלינד די אויגן פון לערנען, און ס'פארשטאפ די אויערן פון לערנען..

זומער ברענגט די הייסע קלימאט און זויערע תשעה באב סעזאן, און צו קרעכצן מיט די זיידע פליטים פונעם לאגער איז מיר נישט געווען צום הארצן 'בכלל'.
פלעג איך מיר בעסער ארויסשארן צום חדר שני, ווי דארט האט מען שוין געשפירט ווי משיח איז געבוירן.. ס'געפלויגן באבקעס ווי די מנהג.. און אויך נאך א זאך, ס'פלעגט יעדע יאר צווישן אלע צדקה גייערס וואס שטערן די קינות, אויך קומען ר' יאנקל מילער שליט''א.
כ'האב דעמאלטס קוים געוואוסט ווער ער איז, אבער כ'האב געזען אז ווען ער איז געגאנגען פון טיש צו טיש פארן צוועק פון 'בנין בית המקדש' ווי ער פלעגט זאגן, איז געווארן מונטער.
ער איז שוין דעמאלטס געגאנגען מיט שווארצע זאקן און געבלימטע בעקיטשע, און פלעגט קלייבן פאר בנין בית המקדש! און אז מ'האט עהם געפרעגט אויפן יערליכע פראגע, ס'גייט דאך אראפקומען א ביהמ''ק השלישי פון הימל?
האט ער יעדעס יאר געהאט א צווייטע תירוץ דערויף.
איין יאר, וואס טוט זיך מיט שיפינג ענד הענדלינג?.. א צווייטע יאר, ס'פאסט צו געבן דעם מלאך וואס וועט עס ברענגען א 'טיפ'..

די שווערע עבודה פון בויען תשעה באב בענקלעך וואס איז געווען פארבינדן מיט גניבות פון האלץ און נעגל מן הבא בידינו.. דאס איז שוין א פארוויינטע פרשה.
יעדער האט געשלעפט געביידעס, מאנכע פון אייז קאסטענס, מאנכע פון האלב צעבראכענע מעבל און מאנכע גאר צוזאמגעקלאפטע בענק פאר צען אירע..
מוצאי ת''ב איז אלעס ארויסגעפלויגן פון שול מיט ווילדקייט דורכן שמש, וואס האט ווי געזאגט 'ומחה השם דמעה מעל כל פנים..' ארויס מיט די דזשאנק יארד.

דער שמש אין מיינע צייטן, איז געווען היבש א שטרענגער, ערבי שבתות און ימים טובים, איז געווען ממש א איסור אריינצוטרעטן אין שול, ווי אויפן הר הבית.
ווייל.. מ'קלינט! אזוי לאנג קלינט מען? פון דאנערשטיג נאכמיטאג ביז פאר זמן? פון מוצאי שבת ביז מאנטיג צופרי?
פאר קשיות האט מען געקענט אפקומען מיט הייסע פראסקעס.. און אויך דער פארשאלטענער פוילישע ערל האט נקמה גענומען אינעם יודישע פאלק, מיטן אויסרייד, אז מ'האט אריינגעוואקט ווי ער האט געוואשן.
וואס געוואשן ווען געוואשן? ס'שוין געווען טרוקן, אבער ער האט נישט אריינגעלאזט.. און טאמער האסטו געוואלט שנעל עפעס נעמען, האסטו געכאפט דעם נאסן מאפ אין פנים! א רשע געווען דער בוגדאן שר''י.
א כפרה די אלע פוילישע שוויינען בימים ההם, ממש א עקל האט באנומען דאס באנעמונג מיט זייער אנוועזנהייט, א שטיקל חסד איז היינט בהצלה פורתא מיטן די ספאנישע עבדים, ליבערשט ווי די פוילישע אנטיסעמיטן אויפן העכסטן אלערט.

וואס א מערכה ס'האט זיך געטון מיט די זיץ פלעצער בימי הרחמים והרצון, איז א דבר ידוע אין יעדע שול און יעדע קהילה פונעם טאג וואס כלל ישראל איז געווארן א פאלק..
אבער פארקויפן די עליות ר''ה און יו''כ, איז געווען א זיסע שפילעריי פאר אונז קינדער, עכ''פ פאר מיר מיט מיינע עלטערע ברודער.
ר' חיים בערגער ע''ה איז געווען ממונה אויף דעם, און ער פלעגט אויסרופן די עליות ליציטאציע, 'צעין טויזענט דעם כהן'.. נו? פלעגט ער פרעגן מיט האנט, צו איינער וואס האט זיך אויסגעסטרעשט בטעות, פונעם הפסקה דרעמל..
מיט ר' חיים האט מען געקענט מאכן ווערטלעך, און אונז פלעגן עס גוט אויסנוצן, יעדע צווייטע עליה, האבן אונז קינדער אויפגעהויבן די האנט, כאילו אונז ווילן עס קויפן..
יעדע מאל די זעלבע דזשאויק, און ר' חיים בערגער איז נישט נמאס געווארן, כאילו אונז זענען מבוגרים און ווילן באמת קויפן.
צען טויזענט, און אונז הייבן אויף די פינגער, פרעגט ער 'צוועלעף טויזענט'? עלעף טויזענט? יא? ניין? און ער צעלאכט זיך..
יעדע צוויי מינט האבן מיר עהם געציצקעט און געדרייעט דעם קאפ, אבער ער האט מיטגעשפילט.. [היינט ווער וואלט זיך דערוואגט צו מאכן ליצנות מיטן גבאי..]
יום שני פון ראש השנה, צו מעריב פלעגט צוגיין הרה''ח ר' יו''ט שטערן ז''ל, א יוד א ת''ח און כהן חשוב, וואס פלעגט דאווענען מיט א ספעציעלע נוסח און געשמאקע טאהן, וואס איז מיר געבליבן אין זיכרון מיט הנאה און נאסטאלגיע.
מ'פלעגט עהם רופן אלץ ווערטל, יו''ט שני, ווייל ס'געווען זיין חזקה דעמאלטס צו דאווענען, פונקט ווי ר' לעיזער פאזן שביעי של פסח, און אנדערע בעלי יארצייט אין זייערע חזקות.

יום כיפור פלעגט מיר די זיידע ארויפשיקן אין ווייבער שול, פרעגן ווי די באבע שפירט זיך, און זי האט געשיקט פרעגן צוריק וויאזוי די זיידע פאסט, און ס'געווען א לעקציע אויף שלום בית וואס כ'מיין אנדערע זיידעס און אפילו היינטיגע יונגעלייט וואלטן געמעגט נאכמאכן, ווען מ'איז פארטון מיטן בורא, און מ'פארגעסט דעם לעבנס שותף אין אנדערן ווינקל אונטערן מחיצה.

ס'געקומען סוכות, פלעגט דעמאלטס זיין דעם רבינס 'גרויסע' סוכה, א אנגעשטאפטער שטוב אינעם 'גרויסע' פארצומער אין רבינס הויז.
קינדער האבן בכלל נישט געקענט מיטהאלטן גארנישט, ווייל ס'קוים געווען פלאץ צו כאפן די אטעם, ביי לחיים פלעגט מען יא אריינלאזן די קינדער 'אדורכלויפן'.. און דעמאלטס האב איך געזען אביסל וואס טוט זיך אינעווייניג.
די טאטעס זענען געשטאנען מיטן קאפ אריינגעדרייעט אין די סכך אין די הייעך, און די שווענץ פונעם סכך זאנגן און די ברוינע צעשטרויבעלטע שטריימלעך האבן זיך צוזאמען געשוויצט מיט א אחדות אינעם שוויצבאד פונעם איבערגעפולטע סוכה, און איך בין אנטלאפן נאך לחיים צו כאפן די אטעם אויפן פרייע הויף.
א שיינע הויף געווען, און היינט איז עס אינגאנצן פארווישט געווארן למען כבוד הרחבת הבית מדרש 'הגדול', האט מען א היבש ביסל זכרונות פארטריבן פון דעם שטח.

חול המועד סוכות האבן מיר געהאט יום טוב!!
ס'געקומען ריידס און האסיס און וועגענער, און אנדערע שוואולערייען וואס א קינד ליבט, געז באלאנס און קאטען קענדי וואס האט געמאכט דעם סביבה אויסקוקן ווי עפעס פרייליכס איז נישטא נאר שפייזן דעם קאסע פון דער ריידס ברענגער וואס האט זיך מחי'ה געווען מיט די הונדערטע באלאנען וואס זענען ארויסגעפלויגן פון די הענט צום הימל, און די מאמעס האבן געמוזט קויפן א נייע, ווייל די קינדער האבן אזוי פארפירט ווי פארלוירן א אויג אין קאפ.
אמאל איז געווען קליינע פריוואטע שטילע ריידס, און אמאל ריזיגע מצבים.
כ'געדענק אז אמאל חוה''מ איז גארנישט געווען, נאר יוסי צימענט האט געמאכט ריידס ארום און ארום די שטעטל, מיט א לאנגע גאוף קאר, און דאס איז געווען 'פאן'..
אמאל אין די גוטע צייטן איז מען געפארן כסדרן קיין וויליאמסבורג צו זיידע באבע, און דעמאלטס האט מען עס נאך אקצעפטירט און טאטע מאמע האבן אונז גערן געשאנקן דעם רייזע מיט פולע הנאה.
שפעטער איז מען פרום געווארן, און געמוזט גיין צו די פולע שיעורי תורה אין שול, יעדע חול המועד, און די עלטערן האבן דאס אויסגענוצט זיך אויסצורוען, און מיר האבן פארביסן די ליפן מיט אויפברויז, אבער וואס קען מען טון, אז חול המועד איז נישט קיין צייט צו פארברענגען נאר צו לערנען.. חח א גוטע תירוץ איז אפצושאקלען..
אבער ווען וועלט איז נאך יא געווען וועלט.. ווען ס'געקומען די 'גרויסע' ריידס, וואס ישראל חיים קארן האט עס אנגעפירט לטובת די כולל אברכים.
פלעגט מען הערן דעם פזמון פון ר' ישראל חיים אויפן מייקריפאון: 'קינדערלעך! די הארסי איז דא.. קויפטס טיקעטס און גייטס ארויף..!!!

גראדע ביינאכט פלעגט מיין טאטע ארויסנעמען זיין 'אקארדיען' און שפילען ניגונים וואס מיר האבן געגליכן.
דעם אטאמאטישער אקארדיען וואס האט געארבעט אויף לופט, האט מיין טאטע באקומען ביי זיין חתונה פאר דרשה געשאנק, און כ'האב נאכגעהערט פארציילן אז דאס לעצטע פורים ביים אלטן רבין זצוק''ל, האט ער געשפילט אויף דעם יענעם יאר.
אבער אונז האבן דאס געהערט שפילן נאר חול המועד סוכות, און אליינס בשתיקה אויספראבירט דעם אינסטרומענט, ווען מיין טאטע האט מעלים עין געווען.

[המשך יבוא בעזהשי''ת]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

כ'געדענק נישט צו כ'האב שוין געשריבן וועגן דעם איסור פון האבן סקוטערס, אבער נישט פארגעסן אז א חלק פון די פארוויילונג פון א קינד היינט און דעמאלט, איז געווען פארן מיט א בייק אדער סקוטער, און דאס האב אויך נישט פארמאגט, בלויז א פלאכע ביגוויל פון דריי רעדער און א 'וואקי טאקי' וואס האט געארבעט אזוי ווייט ווי פונעם שוהל ביזן פאליש, פון מיין הויז ביז די געיט..
פעסטע פאן! הא?
אבער חול המועד איז געווען חול המועד, א מציאות..
וועגן דעם נושא פון חינוך וויל איך שילדערן בעזרת השם נאך דעם פרק פון ימים טובים וועט זיין געענדיגט אט אט.
האב איך געהאלטן ביי שבת חול המועד, ווי בימים ההם האט דער שמש געלאזט בויען די 'האלצערנע פאראענטשעס' פאר די הקפות שמחת תורה.
אין סקווער איז שמחת תורה די סאמע פונקט העכסטע זמן פון יאר, ווען אלע פון אלע עקן וועלט קומען צו רייזן צום רבי'נס הקפות, און מ'פראבירט צוצושטעלן גענוג פלאץ, און דעמאלטס לפני ימי מאטי גרינוואלד שמש דידן, האט געדויערט אזא בוי אקציע כאטש א האלבע וואך.
און שבת בעפאר האט מען געדארפט וויילען אין דער דערנעבנדיגע ישיבה בנין, ווי די תפילות טישן און אלעס וואס דער שול דארף צו ניצן, האט מען זיך אריינגעקוועטשט אין א שמאלערע פלאץ, און שבת חול המועד סוכות זאגט מען קוהלת.
איז מיר די קוהלת זאגן געבליבן מיטן צעקוועטשטן טעם, פון.. ס'קומען געסט.. ממילא זעמער יעצט פארטריבן פונעם נעסט.
כ'געדענק אבער, אז מער ווייניגער האבן זיך די שכנים פון די זיץ פלעצער אין שול זיך געטראפן ווידער אין ישיבה זיצן אינאיינעם.
ר' בערל לעווין וואס איז אויך געווען דעמאלטס אויף אונזער טיש, פלעגט זאגן פונקט ווי ער לערנט אלץ, די יוצרות מיט א געשמאק, און ר' בערל מיט ר' משה יעקב האבן געגעבן אנצוהערן דעם געשמאקן פיוט ווי עס וואלט געווען א שיינעם געזאנג, סיי יעצט אינעם סוכות מחזור, סיי שבת הגדול ביים זאגן 'פלימו אומר'.. און כאטשיג ווען מ'זאגט די הייליגע קונצליכע פיוטים און פזמונים, הפטורה און חמש מגילות.
שמחת תורה אין די אנהייב 'מ' יארן, ווען איך בין קוים געווען א בן חמש למקרא, איז געווען קודם די אייזערנע דריי צו פיר שטאקיגע פארענטשעס, און אפילו אויף דעם איז געווען די חזקה פלעצער און ענגע שטופערייען, ווי כאילו אויפן פאדלאגע קען מען נישט שטיין און זען פונקט אזוי גוט.
אלץ האט מען זיך געשטופט..
דער רבי איז דאן געלאפן א גרעסערע שטח מיטן ספר'ל, און געמוזט זיך היטן נישט אריינקלאפן אין די קינדערלעך וואס האבן געשפירט א זכי' טאמער האבן זיי אנגערירט דעם רבינס בעקיטשע.. צו דער רבי האט זיי בטעות געטרויטן ביים טאנצן לויטן סדר.
שפעטער ביי די האלצערנע פארענטשעס האט שוין יאנקי שפירא ארויפגעטריבן אלע קינדער אויף די הויעכע שטאקן, און מ'האט בעסער זיך געשטופט מיט די אייגענע כיתה איידער זיידעס און קליינע קריכערס..
די רעבישע משפחה די קליינע, האבן גענעסטעט ביים ארון הקודש, ווי אונטער א בלאקאדע פון א צוזאמלייג באנק [יענע וואס האבן זיך געבויגן און געשפאלטן נאך אינעם אלטן שול] דארט האבן אזוי זיס געטאנצן די רבישע אייניקלעך, מיט די רינדעכיגע קאשקעטלעך און קליינע בעקיטשלעך.
זיי האבן זיך אנגעכאפט האנט ביי האנט, און געטאנצן מיטן טאקט, היינט זענען זיי שוין באלד זיידעס.. אבער דעמאלטס געציילטע פרחי כהונה, וואס האבן בא'חנ'ט פארשיינט דעם מזרח צווישן די זקנים חסידים ואנשי מעשה.
מ'רעדט פונעם ארון הקודש, דארט ווי אונז פלעגן שטיין ביים טיש אונטערן רבין, און כאפן שיריים, פלעגט דער רבי טיילן שמחת תורה ביים 'קלאטשען טיש', האלעפטשעס מיט א לעפל, פאר יעדן באזונדער.
די ארון הקודש איז געווען שענער און נישט פאסיג פאר א מקום פאר קינדער וואס רירן אלעס אן מיט כאטש וואספארא פאטשקעדיגע הענט, און ר' שרגא פייוול וואס האט מנדב געווען דעם פרוכת און צוגעהערן האט עס נערווירט, אז מ'פראבירט אויס די מארמארשטיינער און קופערנע בלעכעלעך וואס האבן באצירט דעם ארון הקודש, און זענען געפאלן שטיקער, טאקע צוליב די טאפערייען פון אונז קינדער.
ביים לאנגן טיש, פלעגט א כא''ר [קאפעליע] אויסזינגען געוויסע זמירות אויף מארטשן און וואלסן, געדענק איך, אז מ'האט געברענגט ר' חיים יושע פשעמיש ע''ה, וואס ער האט געהאט געברענגט א היבש ביסל ניגונים קיין סקווער, און ער האט שוואכערהייט נאך געמאכט מיטן האנט צום קאפעלע, ווי אין די גוטע צייטן, ער מיט די דיקע זיידע גלעזער האט געדרייעט מיטן האנט לויטן בבא.
דאס 'סכך פארברענען' בימים ההם, איז געווען א גאנצע צערעמאניע ביים שטעטל איינוואוינער געפלעכט.
מ'האט געמאכט א ריזן שייער פון די אלע סכך פונעם שטעטל, וואס איז געווען אנגעהויפענט א גרויסע שטח, ווי כ'געדענק אויב איך דמיון נישט.. א שטח פון כאטש הונדערט פיס לאנג.
און נאך עטליכע טעג, האט מען אראפגערופן די פייער לעשער, זיי האבן אנגעצינדן און קאנטראלרט דעם 'ריזן פייער' לעיני כל הקהל.
מאכט זיך א יונגעלע איז היציג, און האט אנגעצינדן בלויז איין שטיקל סכך.. פאר פאן.. און די גאנצע הויפן האט זיך אנגעכאפט פריצייטיג, כאש לנעורת, און ס'געווארן פלוצלינג יום טוב אין די וואכן..
די מנהל האט שוין געהאט ארבעט.. און ס'געווארן די היסטאריע פון יענע יאר..
נאך א זאך וואס איז היינט שוין היסטאריע, איז די 'שקצים'.
מה זאת וועט פרעגן א דערשראקענער א געבוירענער פון די היינטיגע טעכנעלאגיע..
מ'האט געשריגן – ש-ק-צ-י-ם!!! דאס הייסט א קאר פון גוים זענען אריינגעקומען שבת אין שטעטל, געווענליך פרייטיג צונאכטס, און די בחורים און יונגעלייט האבן זיי אנגעווארענט און צומאל צע'מזיק'ט די זייטן, און אסאך אגדתא'ס זענען פארהאנען פון יענע צייטן..
היינט איז שוין דא אפציעלע שמירה און פאטראל, אבער דעמאלטס איז עס געווען די דזשאב פון אפילו זיידעס און עלטערע צו נקמה נעמען פון די חוצפה'דיגע שקצים.
מיטן ווינטער קומט חנוכה.
געדענק איך אז דער שול מנורה פלעגט אנצינדן ר' אלחנן קופערמאן ע''ה, מיט זיין נוסח און הברה – וואס ער איז געקומען צום לעצט פון פראנקרייך.
אויף שבת חנוכה זענען געקומען די מאנטריאלע חסידים צו פארן, געווענליך האט געהייסן געסט יעדע יום טוב, ווען 'מישא געשטעטנער' איז אנגעקומען..
'מישא' – ר' משה יודא געשטעטנער ע''ה זכור לטוב, האט נעבעך נישט געהאט קיין קינדער, אבער געווען א געטרייע חסיד מיט הונדערט פראצענטיגע אמונה, און איז אלץ געקומען און אלץ געהאלפן און אלץ געווען דער שם דבר ביי אונז קינדער אויך, אלץ גוטע מענטש אבער אויך שטארקע אביסל צו שטארקע מענטש..
ער איז געווען דער גבאי פון ר' משה ניישלאס ימים נוראים, ווען דער רב האט געהאלטן פאר מוסף ר''ה, און געוואלט גיין הכנות, אלע האבן זיך שוין געשטעלט דעם לאנגן שמו''ע, אבער מישא האט געמאכט פלאץ און א וועג ארויס..
על כל פנים, שבת חנוכה איז מישא אלץ געקומען, און נעבעך טאקע שבת חנוכה ממש ביים זמן ערב שבת, האט מען עהם געברענגט לקבורה אין שטעטל פון מאנטריאל, ווי זיין אייביגע אנזאג איז געווען, כאפטס אן מיין פעקל ביינער און שליידערטס מיר אריין אין א לאך אבער אינעם סקווערן בית החיים. יהא זכרו ברוך ונשמתו תהא צרורה בצרור החיים.
אום טבת איז 'ניטל', פלעגט אין די שפעטערע 'מ' יארן, געוויזן ווערן סליידס, דורך ר' משה האלצלער ע''ה, איינער פון די אויפבויער פונעם שטעטל, און ער האט געצייגט סיי פונעם שטעטל היסטאריע און סיי נאך אינטערעסאנטע 'סייענטיסטישע אויפדעקונגען'.
מיר קינדער פלעגן נאך נאכמאכן אין חדר זיין אונגארישע נוסח פון רעדן, ווי מ'האט נאכגעמאכט ווי ער איז מפרש יעדע סלייד, ווי א שווערע תוספות..
יענע יארן איז ערשינען יעדע וואך די 'ליקוטי שמועות' די חסידישע בלעטל פון ר' לייבל סורקיס, און דארט איז געווען א באשרייבונג אין פארזעצונג פון ר' משה האלצלער – ווי זיין פענע נאמען איז געווען 'משה בן יונה', און ער האט געשילדערט באריכות די אויפבוי פונעם הייליג שטעטל שיכון סקווירא און אירע שוועריגקייטן ביז גאר.
איינס פון די בעסטע ימים טובים ביי קינד און קייט, איז דאך 'פורים'.
איך אליינס האב דאך אושפיזין אום פורים.. און ס'טוט פארנעמען א נאסטאלגיש בלעטל אינעם זיכרון קעמערל פון די יונגע יארן פורים.
נו שוין, כ'זאג א שטייגער פורים.. ס'האט אלץ אויסגעזען ווי פורים ווי יענע יארן איז מער קיינמאל נישט געווען..
ס'געווען א קלענערע שטעטל, און יעדער ממש יעדער האט צוגעגעבן צום שמחת פורים במשנת הילדים, אסאך מער האבן באמת משמח געווען, נישט סתם ווי האלאווין.. נאר באמת מיט א יודיש טעם.
אין די אנהייב 'מ' יארן פלעגט חיים לונגער האבן יעדע יאר א 'פורים קאר', וואס איז געווען אראפגעשניטן די דאך מיט א זעיג, און דער אלטער טראנטע האט אויסגעקוקט אזוי רחמנות'דיג, און געווען אנגעשטאפט די סיטס מיט דאמיס און אלע פאני זאכן.
ער פלעגט שטופן די געז פעדל מיט א שטעקן, און לויפט מיטן קאר אויפן גאס.. דערצו האט ער אין די אנדערע הענט געהאט א שטריק וואס ער האט געהאלטן א 'ציגעלע' צוגעבינדן.
חיים פלעגט זיך אנטרונקן ווי לוט, און האט אפילו אמאל געכאפט א טבילה אין מקוה אינמיטן פורים מיטשלעפענדיג די ציגעלע.. און ווען ער האט ביים טיש געוואלט געבן לחיים פארן רבין מיטן ציגעלע האט מען עהם שוין אוועקגעשלעפט ביים קארג..
ביים מיטאג טיש, ווי מיר קינדער זענען געווען דארט מיטן פולן באוואוסטזיין, געדענק איך ר' משה בוקסבוים שליט''א, ווי ער פלעגט תמימות'דיג שטיין קעגן דעם רבין, מיט א שטרויענע הוט וואס א שטריק און א געז באלאן אין פארעם פון א פיש, האט זיך געהויבן ביזן סטעליע.
זיין טרוקענע תמימות און דעם מנהג יעדעס יאר, האט גורם געווען א שמייכל, און איז געווען א חלק פונעם פורים אין שטעטל.
איי איי איי.. דערמאן איך זיך יעצט פון 'דוד קאהן' ע''ה.
אוי ס'באנעמט מיר א שוידער און א מילדע שמייכל אויך.
דוד קאהן איז נעבעך מער נישטא, ער איז געבוירן אין שטעטל צו ר' יוסף חיים הכהן קאהן, און האט אין זיין קורצע אבער זאטע לעבן פון צרות, נישט געהאט טאקע קיין איין גוטע מינוט.
ער איז געווען באזייטיגט סיי ביי די גרויסע און סיי ביי די שוואכע, פרעג מיך נישט פארוואס, אבער דאס איז געווען דער פאקט.
ער פלעגט לאנגע יארן ארבעטן ביי 'קדם' און פורים נאכמיטאג – ביז שפעט שפעט ביינאכט, איז ער געווען סטאק! אינעם קדם באקס אנגעטרונקן מיט וויין ביז איבערן נאז, אבער נישט סתם שיכור נאר שיכור!
אלע קינדער האבן געוואוסט אז פורים שיכור מיינט 'דוד קאהן'.
ער איז געווען א עכט וואוילע גוט הארציגער, קיין פלוג נישט געטשעפעט, אבער נעבעך יעדע פלוג האט געהאט ניצחון אויף עהם..
קוים וואס ער האט חתונה געהאט אלץ אלטע בחור, האט ער געהאט איין טאכטער א בת יחידה, האט אויסגבראכן א פייער אין זיין הויז, און ער האט כמעט אריינגעטאנצן אינעם פייער ווייל ער האט געמיינט אז זיין טאכטער איז אינעווייניג, און ב''ה זי איז געראטעוועט געווארן.
אבער אביסל שפעטער איז זיין ווייב נפטר געווארן, ער האט חתונה געהאט שפעטער מיט א צווייטע אבער גאר א צווייטע.. וואס האט עהם געלייגט אין דער ערד! ווייל ער איז פון איר קראנק געווארן און איז נאך עטליכע יאר זיך מוטשענען אינעם מחלה השם ישמרינו, איבערגעלאזט א זון און טאכטער נאך זיך [נאך פון די ערשטע ווייב], און ער איז אוועק לחיי נצח. אוי יהא זכרו ברוך.
איך לאך ווען כ'דערמאן זיך, ווי ער פלעגט מיר אלץ זאגן, מנשה! כ'וויל דיר עפעס זאגן.. וואס? גארנישט..
לאמיר דיר זאגן מנשה.. אלעס איז א פייג, די גאנצע וועלט איז א פייג..
ממילא דוד? וואס ווילסטו מיר יעצט פארציילן?
אמממ.. גארנישט סתם!
- אוי פלעגט ער מיר מאכן לאכן..
ער איז געווען זיס צו הערן אבער אינעווייניג איז ער געווען זייער זייער פארביטערט.
אלעס איז חשבונות פון הימל, ואין לנו רשות להרהר אחריה חלילה.
לאמיר ענדיגן מיט עפעס א גוטע זאך.
קינד און קייט געדענקן יענע יארן פורים, מיט 'יוסי פיאמענטא' ווי ער איז געקומען שפילן ביים צווייטן פורים טיש מיט זיין גיטאר, מיט זיין ברודער 'אבי פיאמענטא' מיטן 'פלוט', איי איז דאס געווען לעבעדיג לאכעדיג און געהויבן. אקיצור פורימ'דיג און חסידיש געהאפקעט פאר א פרייליך יאר.
הע, ווער ס'קען פיאמענטא, ווייסט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט.. די אויערן זענען טויב געווארן פון געזאנג אבער ס'געווען א הארץ פרייד מיטן נשמה, א פורים מיט אלע טעמים.
נאך פורים האט מען קוים געווארט אויף 'פאן חדר', אויף פסח צייט, און די מצה אויווען אין שול האט שוין ארויסגעגעבן א פיינע גערוך פון דעם לעכטיגע סעזאן, מצות..
[המשך 'די אנהייב פון מיין לעבן' יבוא בעהשי''ת]
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

איך ווארט אויפן המשך.
אויב מעגליך מער אפטיילן די פאראגראפן, ספעציעל ווען עס הייבט זיך אהן א נייע טאפיק. א דאנק.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

איך בין גרייט פארצוזעצן מיינע אייגענע איבערלעבענישן אין ערפארונג ווי אזוי איך בין געווארן אויפגעצויגן, און גלייכצייטיג וויל איך ווידער מוסר מודעה זיין, אז כאטש מ'קען עס אויסטייטשען אז כ'טו באלעסטיגן מיינע עלטערן וכדומה.
איז עס פון מיין זייט פארקערט געוואנדן.
איך פראביר צו פארשרייבן און ארויסברענגן 'מיין זייט' פונעם מטבע, איידער יענעם צימבלען.
און כ'וויל דווקא שרייבן די גאנצע אמת, כאטש עס טוט אמאל וויי, ווי איידער אוועקנעמען פונעם נאטורליכן בילד פונעם אמאליגער שטייגער, און ס'נישט פריוואט אקעגן יחידים חלילה, נאר די בילד פונעם אמאליגער חינוך און איר מאדנע שטייגער.

ובכן, וויפיל אהבה עס ליגט אין הארצן פון עלטערן צו זייערע קינדער, איז נישט מעגליך עס אפצולייקענען, דאך איז פארהאנען מעטאדן וואס מאכן עס באהאלטן פון די קינדערס אויגן, און ס'וועט זיך קיינמאל נישט גלייבן אז גענוג און נאך מאדנע אקציעס פון עלטערן אין חינוך געביטן, איז נישט געווען מער ווי א פראבע לויט זייער פארשטאנד צו אויסניצן זייער פליכט פון חינוך הבנים והבנות.
אבער דאך, אויב איז אמת אז ס'געווען א נישט ריכטיגע צוגאנג, האט עס געהאט א קרומע השפעה.
אלע ווייסן, און ס'שטייט געשריבן אין די תורה, אז געווענליך א מאמע איז מער ליבליך און א טאטע מער שטרענג, און אמת אמאל איז שטרענג גוט, און דווקא ליבליך איז צומאל שעדליך און גארנישט גוט.
כ'געדענק גוט, אז מיין טאטע פלעגט קומען פון שול מיר אויפוועקן, מיטן אויסרוף אלע מתמידים זיצן שוין לאנג און לערנען, און זיינע טריט פון די ווייטענס האב איך געהערט און חלום, און אויפגעשפרונגען פון בעט נאך פאר ער האט דערגרייכט צו מיינע פיר איילן.
נישט אז כ'האב מורא געהאט אז ער גייט מיר שלאגן, נאכמער, איך געדענק נישט אז מיין טאטע זאל מיר אפילו געבן צוויי פעטש מיין גאנצע לעבן!
אבער די פחד פון זיין געשריי איז געווען שטעקער און אקטיווער ווי די עצם למשל פאטש צו קנס.
עד היום הערשט א געוויסע דיסטענס צווישן אונז ברודער שוועסטער צו עהם, דאס שטאמט פונעם אונגארישער שטרענגע חינוך, אז טאטע מאמע זענען נישט קיין חברים מיט די קינדער, זיי זענען כאילו די קעניג און הערשער אין שטוב, וכל היוצא מפיו יעשה.
עד היום הזה, איז נישט מעגליך פאר מיר מקיל ראש זיין אין זיין געגנווארט, דאס האט ער אויפגעטון מיט זיינע פעולות אלע יארן, און אפילו נאך היינט, אז אלעס איז געגאנגען מיט א רמז, מיט א קלאפ אין טיש, אפילו א לייכטע קלאפ מיטן פינגער אויפן טיש, האט זיך געהערט אין הארצן ביי אונז ווי א ריזן האמער אויף א באלעמער.
דאגעגן, מיין מאמע תחי', האט נישט געקענט איינזייען דעם סארט פחד, מעגליך האבן מיר אמאל אפשיי פון אירע געוויסע אלטע עקשנות'דיגע פירונגען, אבער דאך נישט די סארט מורא בשר ודם..
מיין מאמע פלעגט מיר אויפוועקן, מיט דרשות און צערטלערייען, סטראשונגען וואס האבן נאך מער איינגעשלעפט..
קוק ס'באקט די זון, וועסט ווערן אפגעבאקן באלד.. מ'קען פארפוילט ווערן פון ליגן אזוי לאנג און פאפען..
שטיי אויף.. נו.... פליז שטיי אויף און לאז מיך נישט דא ווארטן אזוי לאנג.. כ'מוז גיין ווייטער מיט מיין ארבעט.. נו??!!
[איך מוז צולייגן, אז מיין שפראך און מיין מאמעס שפראך האט איין שפראך, און דאס אליין איז כאילו א קאמפעטישען מצד מה, ווייל די כח פון הומאר און פון שרייבן און פון פאנטאזיע, קומט דירעקט פון איר, זי איז זייער טאלאנטפול, אבער האט עס קיינמאל נישט גענוצט ווי איך.]
אמאל האט זי געזינגען, אמאל האט זי זיך געבעטן ווי צו א גזלן, אבי כ'זאל בעסער אויפשטיין, און זיך נישט איבערדרייען די אנדערע זייט און זיך נישט וויסענדיג מאכן.
אבער ווען פלוצלינג האב איך געהערט טריט דערנענטערן זיך.. ס'געווען מיין טאטעס טריט, בין איך ווי א שטורעם ווינט געווען מיטן העמד און הויזן אין האנט!..
ביידע פון זיי האבן קיינמאל נישט באגריפן און וועלן לכאורה קיינמאל נישט פארשטיין, מיין הלוך ילך און מיין דרך אין מחנך זיין מיין בן יחיד.
כאטש איך בין נישט אנדערש ווי א חלק פון זיי, דאך האב איך גאר א אנדערע השקפה און בליק אויפן גאנצן מהלך החינוך, ווי זייערע – לדעתי – נישט געלונגענע וועג.
איך גלייך אין קורצן אנצוגעבן אויפן שפיץ גאפל, עטליכע נקודות החינוך וואס איך האלט – וואס יעדע נארמאלע 'היינטיגע' מחנך האלט, אבער איך האב דאס שוין געהאלטן פאר יענע מחנכים האבן זיך געלאזט הערן..
נומער איינס:
א טאטע מיט א קינד מעגן יא זיין חברים, און נישט זיי מעגן, זיי מוזן זיין חברים! איי מ'דארף האבן דרך ארץ? נישט געזארגט, מיטן ריכטיגע אהבה און אפענע רעלעישען שיפ, בלייב נאך גענוג בעלות פון עלטערן אויף קינדער, זיי צו לערנען וואס זיי האלטן איז ריכטיג און וואס נישט.
- על כל פנים, מיט שטרענגקייט און דאס גלייכן, איז זיכער נישטא די טשענס, צו פועל'ן די ריכטיגע מעטאדן אז די קינד זאל בלייבן מיטן דרך וואס מיר ווילן ער זאל בלייבן.
- חנוך לנער על פי דרכו, לויט זיין וועג, גם כי יזקין לא יסור ממנו, אז ער זאל אליינס וועלן מרצון הטוב גיין דעם וועג ביזן טיפן עלטער.
נומער צוויי:
א קינד איז נישט א אתרוג אויפן בוים, וואס מ'קען עס צווינגען און לייגן אין א פארעם, עס זאל וואקסן 'פונקט' ווי איך וויל.
יעצט גיי, יעצט שטיי, וואש דיך אפ, שאקל דיך אפ!
זיי שטיל, רעדט הויעך, בייג דיך ארויף, בייג דיך אראפ..
לאז דעם קינד אליין וואקסן!!! לאז עהם אפ! פייניג נישט, הייס עהם נישט ווי א שיק הונט יעדע רגע אין טאג [וואס דו האסט נישט וואס צוטון..] מאך, טוה, לויף, זיץ, שטיי..
אזויווי דו האסט נישט ליב מ'זאל דיר שטיין אויפן נערווען, פשוט שפיר יענעמס וועלטל, לאז יענעם אויך לעבן.
אז דו זעסט ער גייט ממש אין וואסער אריין, בסדר, דעמאלטס איז צייט צו ניצן די עבודת החינוך, נישט יעדע רגע, אבער יעדע פרשת דרכים, דאס יא.
ווילאנג ער טוט נישט קיין דבר האסור צו דבר מסוכן, פעלט רוב מאל נישט אויס מעורר צוזיין, אויף וואס ער טוט, כאטש דיר שמעקט עס גראדע נישט, אבער עהם שמעקט עס יא, און ער הייסט דיך נישט וואס צוטון ווען עהם שמעקט נישט וואס 'דו' טוסט אמאל.
יא, קינדער שעמען זיך גענוג מאל מיטן טאטן אין שול, מיטן מאמען אין געוויסע מצבים, און קינדער שפירן צומאל פונקט ווי איר שפירט, ווען ס'שמעקט אייך פונקט נישט עפעס פון א צווייטן, איז ווייל ער איז דיין קינד, האסטו עהם אין די האנט, און מעגסט עהם טרייבן ווי א עבד, גענוי וואס די בלאזט אין קאפ א ווינט?

מיין טאטע פלעגט אלץ שרייען מיין נאמען הויעך, אין שול אין מקוה צו ווי אומער, אז כ'זאל זיך צואיילען.
איך האב מיר גענוג געשעמט, כאטש ער האט זיך זיכער נישט געשעמט.. ווייל כ'זע דאך ער שעמט זיך נישט צו שרייען הויעך, אבער ער האט נישט באגריפן, אז איך קען עהם נישט הייסן נישט שרייען, אבער שריי וואס דו ווילסט אבער נישט מיין נאמען.. כאטש נישט ברבים!
ווען מיין טאטע האט געוואלט כ'זאל עפעס טון, און אקעגן זאגן עהם איז מיר נישט געווען מעגליך, אבער כדי עהם צוגעבן א צייכן אז כ'וויל זייער שטארק נישט, האב איך כאטש געצויגן מיטן פלייצע.
זיין עקשנות, אויף יעדע נישטיגע זאך, אז כ'מוז עס טון, און כ'קען זיך קיינמאל נישט ארויסדרייען, האט גורם געווען אזא שווערע יאך, אז כ'האב פשוט געזוכט די ערשטע געלעגנהייט, צו אנטלויפן צו דער פריי.
איך האב 'געמוזט' גיין מיט א קאשקעטל.. ביז די בר מצוה, און נישט סתם גיין, נאר אויף אזא וועג וואס ער וויל.. ס'זאל ליגן אויפן קאפ גענוי ווי ער ווייזט מיר.
כ'האב געפילט ווי געבונדען הענט און פיס, זיך נאר רירן און נאר גיין אזוי גראד ווי ער 'לאזט'..
'שלעפ נישט די פיס.. הייב אויף די פיס ווען די וואקסט.. קלאפ נישט! זינג נישט! גיי אהער גיי אזוי!
די אלע זאכן קומען נישט פון וועלן טרייבן און געוועלטיגן חלילה, נאר דאס האט ער געזען און פארשטאנען פון די עלטערע דור זיינע, אז א טאטע מוז האלטן א וואכזאם אויג אויפן קינד, און עהם 'מחנך' זיין..
און וואס מיינט גוט און שלעכט? וואס איך פארשטיי און וואס איך האב ליב, לאוו דווקא ווייל ס'האט מיט הלכה צו א מנהג, פשוט מענטשליכקייט און נארמאלקייט איז געוואנדן וואס מיר שמעקט!
איז דאס חינוך?
אמאל האט דאס געהייסן חינוך, און אויף דעם מהלך בין איך מחונך געווארן – מיט הונדערט פראצענטיגע פארדרוס.
איך ווייס נישט וויאזוי זיי האבן געטייטשט דעם פסוק - חנוך לנער על פי 'דרכו', אבער פשוט פשט מיינט על פי דרכו פונעם קינד, נישט על פי דרכו פון די מחנך.

געווענליך שבת קודש איז די מערסטע זמן, ווען מ'האט די געלעגנהייט זיך אפגעבן מיט די קינדער, און אזא זמן צו משפיע זיין אהבה אפען פאר זיי, פלעגט אבער אין מיינע צייטן ווערן פארוואנדעלט אין א שטייגער פון אריינשטאפן יודישקייט אין אונז, מיט כח!
אז ס'געקומען צום סעודת שבת, האט מען געדארפט זינגען שלום עליכם און זמירות הויעך און קלאר און 'שטייט', יעדעס ווארט, און טייטלען מיטן פינגער אינעווייניג.
כ'קען ענק זאגן איין זאך, עד היום הזה, זינג איך נישט קיין זמירות פאר קיין געלט אין די וועלט!
מיין ווייב ע''ה פלעגט מיר מוטשענען כ'זאל זינגען זמירות פונעם זמירות, נישט סתם זינגען ניגונים וואס קומט מיר אין קאפ אריין, אלעמאל עפעס אנדערש.
ביז כ'האב איר איינמאל פארציילט, אז זינגען זמירות שבת פונעם זמירות, איז מיר נישט קיין עונג שבת, ס'איז מיר די גרעסטע עול, און בעט עס ביטע נישט פון מיר מער, און זי האט אויפגעהערט בעטן.
וואס האב איך געקענט טון? וואס קען איך נאך היינט טון? זינגען זמירות איז מיר געווארן אייגעווארצעלט ווי א טראמא וואס מ'מוז עס אדורכלעבן.. און אז כ'האב עס איבערגעלעבט, איז גוט שבת!
ביים סעודה האט געמוזט זיין שטאק שטיל! ווייל שבת טאר מען נישט רעדן קיין נארישקייטן..
אז כ'וויל קען איך זאגן א תורה! און כ'זאל! זאגן א תורה.. אז נישט איז שא!
מ'האט געקענט אראפ פון זינען.. אבער אז כ'האב זיך געוואלט אויפשטעלן פון פלאץ אינמיטן סעודה און סתם ארומגיין, צו שמועסן סתם, האב איך געשפירט אז ממש איך בין מחלל שבת! ס'פאסט נישט!
דער אייבירשטער וואלט מיך שוין געלאזט, אבער מיין טאטע וואלט עס ממש אוועקגענומען די מנוחה.
איך גלייב אז ער האט נישט געכאפט ווי ווייט עס האט מיך גלאט נערווירט, אז יא, וואס וואלט ער געטון? אמממ... געזינגען נאך אפאר שעה זמירות.. ווי כאילו מיר שטערט צו זיין שטיל? איך וויל האבן עונג שבת, און אז ס'מיר נישט קיין עונג לאז פריי דעם קייט!
א גאנצע וואך בין איך געווען אין חדר אין א מסגרת, וואס עפעס זיצן שבת ווי א ליימענע שטיק, און זיך רירן מיט אנווייזונגען?..
און גענוג זאכן, וואס כ'האב באקומען א באפעל, האב איך געזען אמאל ווי ער טוט גארנישט אזוי ווי ער זאגט מיר צו טון?
ער מעג רעדן ווען ער וויל וואס ער וויל, פארוואס איך נישט? פארוואס זאגט ער מיר, בייג דיך נישט צו צום טעלער, נאר עס גראד! נעקסטע וואך פארקערט.. בייג דיך צו ס'זאל נישט רינען קיין זופ אויפן קליידער..
עס שטיל! מאך צו דיין מויל ביים קייען..
כאטשיג ווען קייעט טאטי הויעך, און בייגט זיך יא צו 'ווען ער וויל'..
ליין נישט אן די קאפ אויפן הענט! [נאך א משוגעת אימפארטירט פון אלט אונגארן..] האלט די קאפ גראד, און האלט די הענט אויפן טיש..
א טיש איז א מזבח! [אקעי.. אבער איך בין א קרבן?..]
ווען עהם איז קאלט מעג מיר נישט זיין הייס, און ווען ער וויל זינגען טאר איך נישט זיצן שטיל.. ער האט נישט ליב קיין גערודער, און אפשר ווען ער צעפייערט זיך און קלאטש מיט אין די אויערן, באקום איך קאפוויי ביז מוצאי שבת, אויב נישט ביז דינסטיג..
איי, פון ווי זאל ער וויסן וואס איך טראכט?
דערפאר האב איך געטוישט דעם מהלך פון טאטע קינדער חברים..
ווען כ'זאל קענען פריי פארציילן וואס איך האב צו מעורר זיין, וואלטן מען זיך בעסער פארשטאנען..
ממילא, נישט אז איך האלט ער איז געווען שלעכט, ס'פשוט געווען ראנג קאמיוניקאציע פאר לאנגע יארן, נאך עד היום הזה.
המשך יבוא
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
איך בין עס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:39 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך איך בין עס »

:like :like :like מנשה זייער שיין
פארשפארט