א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
הוגה, דיין טענה אז עס איז אינסאלטינג איז דאך נאר לויט דיין הנחה אז זיך דערשרעקן פון פגם הברית איז עפעס א נארישע אדער קינדערישע זאך. עס זענען דא אבער פילע ערליכע בחורים און ינגעלייט וואס נעמען דאס למעשה יא ערנסט און ר' נחמן העלפט זיי און עס איז בכלל נישט אינסאלטינג אז איינער זאל זיך אנכאפען אין דעם וועגן דעם.
דאס ביסטו זיכער גערעכט אז ברסלב איז אסאך מער ווי תיקון הכללי און רוב וואס ווערן נמשך צו דעם איז דאס נישט וועגן דעם. הגם עס איז שווער צו זאגען אז עס שפילט נישט קיין ראלע בכלל, בפרט ביי אזוינע פרומע נשמות.
(לגבי די מחלוקת מיט סקווירא, אין כאן אלא קאמפיעטישין בעלמא, ווייל די טשערנאבעלע רבי'ס האבען געצויגען אסאך פרנסה פון פגם הברית פון אידען כידוע, און זיך שטארק עוסק געווען געבן תיקונים וכו'') און ר' נחמן האט דאס געגעבן מער ווייניגער בחינם, אפשר מיט א פרוטה לצדקה בסך הכל.)

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:געהערט האב איך אז די סיבה פארוואס ברסלב איז אזוי כאפענדיג און ציענדיג, איז פשוט ווייל ער נעמט קער פין די פגם הברית וואס געוועהנליכע חסידים ואנשי מעשה האבען דערמיט א פראבלעם, און ווען מען זעהט א תיקון וואס איז גרינג און פאזאטיוו, כאפט מען זיך צו דעם צו.
ווען דער סטעיטמענט איז אמת וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם. דער סטעיטמענט insinuate אז אלע אדער רוב פון די טויזנטער אידן וואס עס ציט זיי ברסלב איז עס צוליב דער סיבה. לדעתי איז עס פשוט נישט אמת.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[justify]אנטשולדיגט פארן קומען שפעט. וואס זאל איך טוהן אז איך האלט נאך נישט אויף אזא הויכע מדריגה אין רוהיגקייט אזוי ווי [tag]הוגה[/tag], איך בין מער רוהיג ווען מיין סוכה וד' מינים זענען שוין גרייט עטליכע טאג פריער.
א שטיקל הקדמה איבער דעם ענין פון תיקון הכללי/ ציון רבי נחמן/ אומאן ראש השנה, דאס זענען דריי באזונדערע זאכן, און לאמיר אביסל קלאר מאכן די נושאים, אזוי וועלן זאכן זיין מער פארשטענדליך.
1) רבי נחמן האט געזאגט אז די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי זענען א תיקון פאר פגם הברית, דאס איז נישט געקומען אין איין טאג, עס האט אים גענומען פיר יאר, קודם האט ער געזאגט אסאך תורות וועגן תהלים בכלל אז עס איז מתקן פגה"ב, דערנאך האט ער עס מסביר געווען ווי אזוי עס נעמט זיך פון די צעהן לשונות פון תהלים א.א.וו. ביז ער האט געזאגט די פונקליכע צעהן קאפיטלעך וואס זענען מסוגל דערצו.
פארשטייט זיך אז קיינער מוז אים נישט גלייבן, ער האט אזוי געזאגט און ווער עס גלייבט קען עס זאגן און ער וועט האבן א תיקון. יעצט צו זאגן אז די גאנצע זאך פון קומען אויף ברסלב איז וועגן די תיקון הכללי איז זייער נאריש, פשוט ווייל עס פעלט בכלל נישט אויס צו זיין א ברסלבער דערצו, זייער אסאך אידן זאגן יעדן טאג תיקון הכללי און זיי האבן גארנישט מיט ברסלב, סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט פאר רבי יוסל אשכנזי ווען ער האט געדרוקט א תהלים אז ער זאל אריינדרוקן די קאפיטלעך פון תיקון הכללי פון אנהויב, און אזוי האט ער געטוהן. און אזוי איז געווען נאך אסאך גדולים וואס האבן גערעדט פון תיקון הכללי אן האבן קיין שייכות מיט ברסלב.
פארוואס דען נישט? שאדן קען עס נישט, אפילו על צד הספק לוינט זיך צו זאגן די צעהן קאפיטלעך, עס איז נישט אזא טייערע אינוועסטמענט.
2) רבי נחמן האט גענומען צוויי עדות (רבי אהרן דער רב פון שטאט ברסלב, און רבי נפתלי א תלמוד) און ער האט זיי געזאגט אז לאחר פטירתו ווער עס וועט קומען צו זיין קבר און געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן דארט די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי, "נישט קיין חילוק ווי גרויס זיינע עבירות זענען, נישט קיין חילוק וואס ער האט אלץ אפגעטוהן, וועל איך זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה צו טוהן, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית".
דאס האט נישט צו טוהן מיט ראש השנה, נאר דאס איז סיי ווען אינמיטן יאר. און פארשטייט זיך אז ווי אויבן געזאגט ווער עס גלייבט פארט אהין כאטש איינמאל אין לעבן צו זוכה זיין אין די הבטחה, דאס איז שוין יא אביסל א טייערע אינוועסטמענט, אבער מענטשן פארן סיי ווי צו קברי צדיקים, מאכט מען א סטאפ אויך אין אומאן און מען זאגט דארט תיקון הכללי.
3) אומאן ראש השנה. ווי שוין געשריבן אויבן האט רבי נחמן גערעדט זייער גרויס פון זיין ראש השנה, ער האט געזאגט אז דער אייבערשטער האט אים געגעבן ראש השנה פאר א מתנה, און ווער עס גלייבט אין אים זאל קומען צו אים אויף ראש השנה און ער וועט אים ערלעדיגן א גוט יאר, ער האט געזאגט אז אפילו די מענטשן וואס ער קען נישט העלפן א גאנץ יאר קען ער ראש השנה אויך העלפן, און נאך אסאך דברים מופלגים אויף זיין ביי אים אויף ראש השנה.
אזוי ווייט אז ער האט געזאגט אז צו זיין ביי אים ראש השנה איז די גרעסטע זאך, "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". איינער פון זיינע תלמידים האט זיך אפגערעדט פאר אים אז עס איז אים זייער שווער צו קומען אויף ראש השנה, ער האט נישט קיין נארמאלע אכסניא צו עסן און שלאפן, ער האט נישט די ישוב הדעת צו דאווענען געהעריג דארט, און עס איז אים פיל גרינגער צו קומען ענדערש אויף שבת שובה. האט רבי נחמן אויף דעם געענטפערט "יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
און ווי איך האב שוין געשריבן האט ער גערעדט פון קומען צו אים בחייו אויף ראש השנה, אבער ווי זיינע תלמידים האבן דעמאלט פארשטאנען פון אים, ובפרט אז דער עיקר וואס ער האט גערעדט פון דעם איז געווען זיין לעצטע ראש השנה ווען ער איז שוין געווען זייער קראנק און זיין לעבן האט געהאנגען אויף א האר, און ער איז טאקע נפטר געווארן עטליכע טאג שפעטער אום חול המועד סוכות, האט מען פארשטאנען אז ער האט געמיינט אויך לאחר פטירתו, און אזוי האבן זיך ברסלבע חסידים געפירט פון דעמאלט ביז היינט.
יעצט לאמיר זעהן וואס מען קען פארענטפערן וואס דער עולם האט געפרעגט.
[tag]איחוד פעלד[/tag] טענה'ט אז די גאנצע קומען אויף ברסלב איז נאר וועגן תיקון הכללי, בנוסף צו וואס [tag]הוגה[/tag] און [tag]לעיקוואד[/tag] האבן שוין מסביר געווען, האב איך דיר צולייגט נאך א נקודה, אז אפילו איינער וואס גלייבט אין תיקון הכללי (לאמיר זאגן בלויז ווייל ער זוכט א גרינגע וועג ארויס) דארף ער נאכנישט לכבוד דעם אננעמען דעם גאנצן ברסלבן מהלך, עס איז אים גענוג צו זאגן דעם תיקון און ער איז יוצא אויך אן ווערן א ברסלבער.
[tag]יאיר[/tag] פרעגט אויב רבי נחמן האט גערעדט פון קומען אויף ראש השנה בחייו אדער לאחר מותו, דאס האב איך אויך פריער אויסגעשמועסט (נומער 3), און אויף דיין צווייטע פראגע אויב נאכן זעהן וואס גייט פאר היינט אין אומאן צו ער וואלט נאך אלץ געהייסן קומען, איז די ענטפער אז יא. ווייל אזוי ווי ער האט געהאלטן אז ער איז בכח צו העלפן און מתקן זיין מענטשן וואס קומען צו אים, און דאס האט ער געוואלט צו העלפן מענטשן, גלייב איך אז היינט וויל ער עס נאך אסאך מער, צו העלפן די אלע מענטשן וואס קומען צו אים, און ווי אויבנדערמאנט האט ער אליין געזאגט "יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
עס איז דא א צוואה פון א צדיק וואס ער שרייבט אז ווער עס האט נאר איינמאל פוגם געווען זאל נישט קומען צו זיין קבר, אבער רבי נחמן האט געזאגט פארקערט, ווער עס האט פוגם געווען זאל קומען צו זיין קבר און ער וועט אים העלפן און פארעכטן.
[tag]קאווע טרינקער[/tag] פרעגט צוויי קשיות. איינס אויב איך זאג אז צו זוכן א צדיק און א רבי דארף גיין מיט חקירה, ווי אזוי ביניך געווארן א ברלסבער פון אריינפאלן איינמאל אין א ברסלבע שטיבל, איך וואלט קודם געדארפט דורכטוהן אלע רבי'ס החיים והמתים.
איך האב אנגעכאפט די נישט ריכטיגע אויסדרוק "חקירה", בעת וואס רבי נחמן זאגט דער לשון אז דאס דארף גיין מיט "דעת". דהיינו נישט נאכגיין א רבי בלינדערהייט ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוהן אדער ווייל דער רבי איז זייער גרויס און ער האט אסאך בנינים און חסידים, נאר קוקן וואס מען באקומט אין די האנט פונעם רבי'ן און לויט דעם אפמאכן צו ער איז געאייגנט צו זיין מיין רבי.
רבי נחמן נוצט א משל פון א זיגל, אויף א זיגל אליין קען מען גארנישט זעהן, די אותיות זענען פארקערט. ווי אזוי זעהט מען די שיינקייט פון א זיגל? ווען מען זיגלט עס אראפ אויף א פאפיר. און די זעלבע איז ביי א רבי, צו דער רבי איז גוט פאר מיר אדער נישט, דאס קען מען נאר זעהן נאכדעם וואס ער זיגלט אראפ אויף מיר, זעה איך צו ער האט מיר געהאלפן אדער נישט.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון געהאלפן ווערן צו ליב באקומען די וויזניצע מנוחה ושמחה… נאר צו ער קען מיר געבן א מהלך החיים ווי אזוי דורכצוגיין די וועלט בשלום ברוחניות ובגשמיות.
איינער פרעגט מיר פון ווי איך ווייס טאקע אז רבי נחמן גייט מיר ארויס שלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האב איך אים געזאגט ווייל איך זעה אז שוין דא אויף די וועלט שלעפט ער מיר ארויס פון שאול תחתית, גלייב איך אז אויף יענע וועלט וועט ער עס אויך קענען באווייזן. ווי צדיקים זאגן אז צו העלפן א בעל בחירה איז גרינגער ווי צו העלפן א נשמה.
און ווי איך האב געשריבן פריער ביניך נישט געווארן א ברסלבער גלייך נאכן אריינפאלן אין שטיבל, נאר נאכן זיך דרייען דארט א שטיק צייט און זעהן וואס איך באקום דארט.
די צווייטע קשיא פרעגט קאווע טרינקער, פארוואס אין ברסלב איז דא אזויפיל משוגעים וואס קלעבן דארט. קודם עס איז נישט אזוי סאך ווי עס זעהט אויס, נאר איין משוגענער מאכט מער נויז ווי הונדערט נארמאלע.
און נאכדעם. ברסלב איז א שטח הפקר. יעדער משוגענער קען זאגן אז ער איז א ברסלבער און דו קענסט אים נישט אפפרעגן, אבער ביי מיר איז א ברסלבער נאר איינער וואס לערנט און לעבט מיט די לימודים פון רבי נחמן מברסלב.
והשלישית. צו האניג קלעבן די בינען. אויף א ברינקס טראק לאקערן אלע גנבים עס צו כאפן, א גארביטש טראק קענסטו לאזן אפען די טיר מיט די שליסל אינסייד.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] וויל אז איך זאל באשרייבן מוהרא"ש. קודם קען איך דיר דאך נישט משיג גבול זיין… און בכלל האלט איך נישט פון רעדן פון מענטשן, אויב עפעס, איז נאר אינטערעסאנט צו רעדן פון די סחורה וואס דער מענטש פארקויפט, און פון דעם האב איך שוין אסאך גערעדט, ועוד חזון למועד.
איך מיין אז איך האב אלעס פארענטפערט. ווער עס האט נאך עפעס צו פרעגן זאל אויפהייבן די האנט.[/justify]

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מיין פאטער איז א געווייקטער אייוועלטער מיט אלע מפרשים, ער קוויטלט זיך ביים אייוועלטער רבי'ן, ער הערט זיינע תורות, און אלע זיינע חברים זענען אייוועלטער נאך פונדערהיים. ער האט נאך געקענט דעם אלטן אייוועלטער, דער שרף פון אייוועלט-וויליאמסבורג. איך, מיט אביסל דעת, בין אנגעקומען קיין קאווע שטיבל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]קאווע טרינקער[/tag] איך האב הנאה פון דיין טויש צו קראסנא, איך בין זיכער אז דו באקומסט דארט וואס דו דארפסט האבן אין לעבן, כל הכבוד.
עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דיין נישט גלייבן אשכול. אזוי ווי דו האסט דארט געשריבן:

קאווע טרינקער האט געשריבן:פארשטייט זיך, וויבאלד זיי האבן מיר אויסגעלערנט אז דער "שלחן ערוך" האט דער לעצטער ווארט, קען איך טוהן פארקערט פון זיי, אויב די שלחן ערוך איז אויף מיין זייט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
איך הער אז שבת איז שוין די מצב געווען בעסער, ווייל א גרויסער עולם איז אוועקגעפארן מוצאי יו''ט (ליין: פרייטאג צונאכטס), ר' נחמן האט דאך נאר געזאגט ראש השנה, שבת פעהלט נישט אויס, העכסטנס מען קומט אהן אהיים זאגט מען תיקון הכללי אין מירון, והכל על מקומו יבוא מאומן.
קען עס איינער באשטעטיגען?.....
קען עס איינער באשטעטיגען?.....
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
(מגידי אמת)
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
די גאנצע אומאן געפארעכטס האט כמעט אזויפיל פשט ווי די חבדסקער וואס פרינטן דעם תניא אין יעדע שטאט...זיי האבען אויך זייער (סיק) שטארקע ראיות צו זייער דרך
ווען אימער רביס האבען געהייסן "תלמידים" טון עפעס איז עס געווען פאר זיי און "נאר" פאר זיי
די תיקון הכללי...ארויסשלעפן פון גיהינם...גרעניץ זיך מיט כפירה
ס'טייטשט איך דארף נישט מער טון תשובה חו'ק???
דיזע פארדרייטע אמונות ברענגט א "גן אמונה" ווי יעדער שמויגער לערענט זיינע באקוועמליכקייטען אין יעדע דרך, און אין יעדע חסידות
די תניא שרייבט דאס בפירוש אינעם שער בלאט, אז דאס איז נאר פאר אנשי שלומינו, און ניין ווערסט נישט א חסיד פון ר' נחמן ווייל דאס "צוט" דיך
איך בין געפארען אויף אומן בעפאר ס'איז געווען kewl צו פארען..פליז, סאיז א גוטע וועקעשאן, און איך בין געפארען פאר די שיינער ערע
סטמר רבי זי'ע האט נישט געלאזט לערנען תניא און ליקוטי מוהר'ן אן האבען א גוטע בעקגראונד אין חסידישע ספרים - נישט קיין וואונדער.

- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
ימי קדם האט געשריבן:איך הער אז שבת איז שוין די מצב געווען בעסער, ווייל א גרויסער עולם איז אוועקגעפארן מוצאי יו''ט (ליין: פרייטאג צונאכטס), ר' נחמן האט דאך נאר געזאגט ראש השנה, שבת פעהלט נישט אויס, העכסטנס מען קומט אהן אהיים זאגט מען תיקון הכללי אין מירון, והכל על מקומו יבוא מאומן.
קען עס איינער באשטעטיגען?.....
סתם מוצא שם רע זיין אויף אן עדה אידן???!!!
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זאל_זיין האט געשריבן:די גאנצע אומאן געפארעכטס האט כמעט אזויפיל פשט ווי די חבדסקער וואס פרינטן דעם תניא אין יעדע שטאט...זיי האבען אויך זייער (סיק) שטארקע ראיות צו זייער דרך
אמת. ביידע קומען פון אמונת חכמים. און למעשה איז זיך יעדער איד מחי' ווען מען פארט סיי וואו איבער די וועלט מיט די בית חב"ד אויפן פלאץ.
זאל_זיין האט געשריבן:ווען אימער רביס האבען געהייסן "תלמידים" טון עפעס איז עס געווען פאר זיי און "נאר" פאר זיי
אמת. אבער מען קען נאך אלץ ווערן זייער'ס א תלמיד, דורכ'ן לערנען זייערע ספרים און פאלגן וואס זיי זאגן, און דערפאר פארן רבי נחמנ'ס תלמידים אויף אומן צו מקיים זיין וואס ער האט זיי געהייסן.
חוץ מזה האט רבי נחמן צוגעזאגט אז סיי ווער עס וועט קומען אויף אומאן און זאגן די תיקון הכללי וועט ער אים ארויס שלעפן פון שאול תחתית, און דערפאר איז דא אנדערע אידן וואס פארן אויך כאטש זיי זענען נישט קיין ברסלבע, קענען זיי אבער באשטיין צו באקומען די געוואלדיגע הבטחה.
זאל_זיין האט געשריבן:די תיקון הכללי...ארויסשלעפן פון גיהינם...גרעניץ זיך מיט כפירה
ס'טייטשט איך דארף נישט מער טון תשובה חו'ק???
אזוי גאר?! ביז כפירה האסטו נישט געטראפן קיין אנדערע הגדרה?
דער תפקיד און מעלה פון א צדיק איז בעיקר ווען ער קען העלפן מענטשן ברוחניות ארויס צו קריכען פון שלעכטס. גדולים צדיקים במיתתן אז זיי קענען ווייטער העלפן מענטשן, און רבי נחמן האט זיך דאס אונטער גענומען אז ער וועט מחזיר זיין לתשובה אלע מענטשן וואס קומען צו אים, דאס ארויס שלעפן פון שאול תחתית גייט נאך אויף די וועלט, ווען ער זעהט אז דער עולם זאל תשובה טוהן און ארויס גיין פון שאול תחתית.
פארשטייט זיך אז איינער וואס גלייבט אז ער איז געווען א צדיק וועט זיכער וועלן זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחה.
זאל_זיין האט געשריבן:די תניא שרייבט דאס בפירוש אינעם שער בלאט, אז דאס איז נאר פאר אנשי שלומינו,
רבי נחמן שרייבט בפירוש אז זיינע ספרים און תורות האט ער געזאגט פאר יעדן איד אן אויסנאם, מקטן ועד גדול.
זאל_זיין האט געשריבן:און ניין ווערסט נישט א חסיד פון ר' נחמן ווייל דאס "צוט" דיך
פארוואס נישט? אז איינער פילט אז זיין נשמה ציעט אהין, פארוואס זאל ער עס נישט פרובירן, אפשר וועט דאס אים ארויסהעלפן?
זאל_זיין האט געשריבן:איך בין געפארען אויף אומן בעפאר ס'איז געווען kewl צו פארען..פליז, סאיז א גוטע וועקעשאן, און איך בין געפארען פאר די שיינער ערע
אשריך! האסטו זוכה געווען צו זיינע גרויסע הבטחות, און אינאיינוועגס נאך הנאה געהאט אויך, וואס קען זיין בעסער פון דעם?
זאל_זיין האט געשריבן:סטמר רבי זי'ע האט נישט געלאזט לערנען תניא און ליקוטי מוהר'ן אן האבען א גוטע בעקגראונד אין חסידישע ספרים - נישט קיין וואונדער.
קודם האט דאס נישט קיין קראנטע מקור, סאטמאר רבי ברענגט פון רבי נחמן אין ויואל משה און אין נאך פלעצער.
ועוד, ווי קומט הוידל צו בוידל? אז איינער פילט אז סאטמאר אדער סיי וועלכע חסידות איז אים גוט, זיי שטעלן אים צו וואס ער דארף האבן ברוחניות, אשרי לו. און אויב איינער דארף עפעס מער קען ער פרובירן ברסלב אדער אן אנדערע חסידות. אבער צו גיין צו א חסידות בלויז דערפאר ווייל זיינע עלטערן זענען דארט געגאנגען זעה איך בכלל נישט די פשט דערפון, און במשך הדורות פון בעל שם טוב איז דאס בכלל נישט געווען אנגענומען, יעדער איז געגאנגען צו א רבי אדער חסידות וואס האט געצויגן זיין הארץ.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
אז סטמר רבי זי'ע רופט אן חב'ד "שוטים" פארן דעס טוען (די תניא'ס פארשפרייטען) איז דאס מיר גוט..די וועסט מן הסתם ריפלייען נו דאס איז געווען סטמר רביס שיטא און תבד האט זייערס, וואס דאס איז פארט פונעם פראבלם אז יעדער טרעפט זיך שיטות און דרכים אן קיין פשט מיט די נישט ריכטיגע וועגען וויאזוי צו טרעפן א וועג אויב ספילט גוט טוט מען דאס דאס איז נייע עידז יודושקייט אלע חסידישע ספרים האקען אויף אזעלעכע געפירעכצער
ווערן א תלמיד....sighhhh פליז די מאכסט סתם ליצנות, הייסט איך קען אין איין טאג ווערן א תלמיד מובהק פון אלע צדיקים גדולים ראשונים און אחרונים פון אלע יארען? און מיין דייערי וועל איך שרייבען אז כבין א תלמיד פון ר יוסף קארו, פון רשי, פון רמבם, מארגען גיי איך ווערען א תלמיד פון רבינו בחיי, און נעקסטע וואך פלאן איך צו ווערען א תלמיד פון דעם חפץ חיים
וואס דרייסטו א קאפ, איינער האט דיך דאס געזאגט אדער האסטו דאס געזען ערגעץ אין א ספר און די פלפלסט עס נאך אן פארשטיין וואס סמיינט
וויפיל זאכען דארף מען "פאלגען" פון ר' נחמן צו ווערן אנגערופען זיין תלמיד, די מאכסט ביליג די גאנצע קאנעקשן פון א רבי צו א תלמיד, רביס פלעגען אוועקשיקען תלמידים ווייל זיי פלעגען סערווען דעם תלמידס נשמה און קוקענדיג אין דעם תלמידס נשמה האט ער געזען אז דעי תלמיד דארף אן אנדערע דרך, און יעדע טאג פון יאר האט אן אנדערע דרך אאזוו
קומט זיך א עולם די לעצטע 20 יאר און לערנען אביסל ר' נחמןס ספרים סהייבט אן פילן גוט, פיל גוד judaism און וואלא מ'האט זיך געטראפן א דרך, אלל אף ע סאדען איז מען זיך "מקשר" מט ר' נחמן, נישט חלילה אז דאס גיט מיך פשוט סיפוק החיים נע דאס איז מיין התקשרות, ר' נחמן זאגט מזאל טאנצען, אקעי איך האב דאך ליב צו טאנצען נישט חלילה סתם כהאב ליב, "דאס איז פארט פון מיין התקשרות"
זעלבע מיט אומן
זעלבע מיט "די new age שמחה וואס איסעדענטלי זעט מען ביי ברסלב און חבד, אלעס באגלייט מיט תורות וואס מפארשטייט אפילו נישט און מיט דעם תירוץ אז מטוט התקשרות און מאיז א תלמיד...pauleees
אז איינער טראכט אז ער קען טון כל עבירות שבתורה און איין אומן געפארעכץ וואשט דאס אפ (אן אייגענע תשובה, וואס אסאך וואס פארען האלטען אזוי) איז א כופר, אז ביסט מחולק אויף דעם איז נישט דיין ברסלבנס דיין פראבלעם האסט אסאך מער פראבלעמען פאר ברסלב
ווען ר' נחמן זאגט אז זיינע ספרים איז פאר יעדען דאס מיינט נישט אז א יעדע "הנהגה" איז פאר יעדען, דעס איס קלעסיק צודרייטקייט, ממישט אויס תורות מיט מנהגים (וואס אגב, סנישט דא 2 מנהגים פון דע בעש'ט וואס אלע חסידים טוען וויל "הנהגות" איז געווען קאסטעם מעיד פאר יעדען תלמיד)
אויב איז וואס די זאגסט אמת וואס האט מען נישט געזען יעדע דור פון ר' נחמן אז די צדיקים זאלען אפילו רעדן פון פארען אויף אומן, ער האט דאך גערעדט צו יעדעם
אויך, וואס עפעס דארפסטו זיך אנרופען א תלמיד צו געבעו א סיבה פארן פארען, ער האט דאך גערעדט צו יעדעם
כאפסט? די פלפלסט נאך זאכען נישט פארשטייענדיג וואס די רעדסט
די אמאליגע חסידים זענען נישט געגאנגען "רבי שאפינג" נישט אזוי ווערט מען א תלמיד, די נעמסט אוועק די גרויסקייט פון די אמאליגע חסידים (ווי פריער דערמאנט)
וואס די תניא שרייבט אין שער בלאט איז געווען אייביג פארשטאנען פון אלע רביס, נישט יעדער האט ארויסגעזאגט אבער דאס האט עס געמיינט.
"דיין נשמה צוט" וועם טרייסטו צו דרייען א קאפ? די ווייסט וויאזוי א נשמה פילט? און פלוצלינג פילט דיין נשמה קיין ברסלב, זאג, וויפיל מסכתס האסטו שוין געלערענט? האסט שוין אמאל געלערענט גאנץ הלכות שבת סתם כדי נישט עובר צו זיין אויף הלכות שבת? די קענסט הלכות לשון הרע? און וועלעכע סוגיא און ש'ס ביסטו בקי? "ברסלב צוט דיך"
ווייס וויאזוי צו זיין א יוד פאר די לויפסט זיכען "פיל גוד יודישקייט"
איך טריי בכלל נישט צו רעדען צו דיר דוקא באט צו די גאנצע חברה בכלל סאו נעם עס נישט אן ווי א פרעזענליכע אטאקע
און אז כוועל דיך ברענגען א מקור צי סטמר רבי נישט צו לערנען ליקוטי מוהרן מאכט נישט אויס פאר דיר, "ווייל יעדער האט דאך זיין דרך"
נעם א צעטיל קטן (נישט די פראקורצטע) און זע וואס ער שרייבט דארט פון אזעלעכע דרכים אין די נאמען פון חסידות
איבערלאזען א ווייב מיט קינדר אויף יו'ט איז נישט א פשוטע זאך להלכה, זיך טרעפן אן אויסרייד אין נאמען פון חסידות איז א געלעכטער

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 92
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:30 am
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
ברסלבער האט געשריבן:הערליך שיין, עטליכע קליינע הערות
פארוואס דען נישט? שאדן קען עס נישט, אפילו על צד הספק לוינט זיך צו זאגן די צעהן קאפיטלעך, עס איז נישט אזא טייערע אינוועסטמענט.
דער רבי האט געזאגט אז דאס אליינס וועט שוין אויך זיין שווער. וכמו שרואים בחוש.
"יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
פונקטליכער, יא דאוונען נישט דאוונען [בכוונה] יא עסן נישט עסן, וכו'.
און ווי איך האב שוין געשריבן האט ער גערעדט פון קומען צו אים בחייו אויף ראש השנה, אבער ווי זיינע תלמידים האבן דעמאלט פארשטאנען פון אים, ובפרט אז דער עיקר וואס ער האט גערעדט פון דעם איז געווען זיין לעצטע ראש השנה ווען ער איז שוין געווען זייער קראנק און זיין לעבן האט געהאנגען אויף א האר,
און ער האט געזאגט קלאר אז ער גייט נסתלק ווערן, וועגן דעם איז ער אריבער קיין אומאן און אנגעזאגט וואו מ'זאל אים לייגן.
און ער איז טאקע נפטר געווארן עטליכע טאג שפעטער אום חול המועד סוכות, האט מען פארשטאנען אז ער האט געמיינט אויך לאחר פטירתו, און אזוי האבן זיך ברסלבע חסידים געפירט פון דעמאלט ביז היינט.
עס איז דא א צוואה פון א צדיק
אינטערעסאנט צו וויסן ווער?
וואס ער שרייבט אז ווער עס האט נאר איינמאל פוגם געווען זאל נישט קומען צו זיין קבר, אבער רבי נחמן האט געזאגט פארקערט, ווער עס האט פוגם געווען זאל קומען צו זיין קבר און ער וועט אים העלפן און פארעכטן.
איינער פרעגט מיר פון ווי איך ווייס טאקע אז רבי נחמן גייט מיר ארויס שלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האב איך אים געזאגט ווייל איך זעה אז שוין דא אויף די וועלט שלעפט ער מיר ארויס פון שאול תחתית, גלייב איך אז אויף יענע וועלט וועט ער עס אויך קענען באווייזן. ווי צדיקים זאגן אז צו העלפן א בעל בחירה איז גרינגער ווי צו העלפן א נשמה.
ביי אונזערע לייט האט מען געזאגט אז דער רבי נעמט ארויס פון שאול תחתית טאקע אויף די וועלט, אין אמת'ן אריין איז שאול תחתית נישט עפעס וואס איז דא אדער דארט ס'איז א מצב ווי די נשמה איז נישט משנה בחיים צו במוות די נשמה איז דארט, נאר דא זעט מען עס נישט [די וואס זעען נישט] און דארט איז אפן נשמה.
און ווי איך האב געשריבן פריער ביניך נישט געווארן א ברסלבער גלייך נאכן אריינפאלן אין שטיבל, נאר נאכן זיך דרייען דארט א שטיק צייט און זעהן וואס איך באקום דארט.
.
נאכאמאל א גרויסן דאנק פאר אייערע שיינע ערקלערונגען האסט א פאך אין די האנט מיט א קלארע שפראך און שריפט, נוץ עס גוט אויס עס האסט ערנסטע פאטענשעל, עס ערווארט אייך פאלאוערשיפ.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
זאל זיין, גדולי עולם (ווי דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, און בזעיר אנפין זיין שווער דער נשיא דורנו) האבן יא געהאלטן דערפון, אוו סומך ידם געווען אויף דאס פארשפרייטן די תניא'ס, און אויף פארשידענע זאכן וואס מען האט געטון אין סאטמאר האבן זיי געהאלטן אז דאס איז שטות (אויב נישט רשעות). סאו האק נישט קיין טשייניק.
און דו מיינסט אמאל ווען מען איז געפארן צו רבי'ס איז עפעס יעדער חסיד געווען א בעל מדריגה ווי אחיה השילוני? עס איז געווען יעדער איינער לפי מדריגתו, און איינמאל דו ביסט מסכים צו די באהויפטונג אז מען קען זיך פאררופן תלמיד פון א מענטש וואס לעבט שוין נישט (בזכות אבותי ורבותי ווייסטו דאך זיכער וועמען עס מיינט) איז יעדער איינער א תלמיד לפי וויפיל ער וואלט ווען קונה געווען פון יענעם צדיק - אין דעם פאל, ר' נחמן - אלמלי דער צדיק איז בחיים חיותו.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
דעת תורה האט געשריבן:זאל זיין, גדולי עולם (ווי דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, און בזעיר אנפין זיין שווער דער נשיא דורנו) האבן יא געהאלטן דערפון, אוו סומך ידם געווען אויף דאס פארשפרייטן די תניא'ס, און אויף פארשידענע זאכן וואס מען האט געטון אין סאטמאר האבן זיי געהאלטן אז דאס איז שטות (אויב נישט רשעות). סאו האק נישט קיין טשייניק.
און דו מיינסט אמאל ווען מען איז געפארן צו רבי'ס איז עפעס יעדער חסיד געווען א בעל מדריגה ווי אחיה השילוני? עס איז געווען יעדער איינער לפי מדריגתו, און איינמאל דו ביסט מסכים צו די באהויפטונג אז מען קען זיך פאררופן תלמיד פון א מענטש וואס לעבט שוין נישט (בזכות אבותי ורבותי ווייסטו דאך זיכער וועמען עס מיינט) איז יעדער איינער א תלמיד לפי וויפיל ער וואלט ווען קונה געווען פון יענעם צדיק - אין דעם פאל, ר' נחמן - אלמלי דער צדיק איז בחיים חיותו.
ביסט א חבדסקר?
אויב יא האב איך שאלות אויף דיין נשיא׳ס הנהגה׳ס
לאמיך פליז וויסן
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]דייטל[/tag], יישר כח פאר די שיינע הערות.
דער צדיק וואס האט געשריבן די צוואה איז דער בעל שומר אמונים זי"ע אזוי ווי שמעקעדיג האט געשריבן.
[tag]דעת תורה[/tag], זייער גוט געזאגט.
[tag]זאל_זיין[/tag], איך האב נישט צופיל צוצולייגן צו די טרעפליכע ווערטער פון דעת תורה, אבער איך בין נייגעריג ווי אזוי דו האלטס אז עס ארבעט א רבי מיט א תלמיד, אויב נישט צו גיין אין זיינע וועגן און הדרכות. און וואס איז די גדר צו וועלכע רבי מעג מען יא גיין און צו וועלכע רבי נישט.
נאך א זאך, פארוואס ברענגסטו מיר פון ספרי חסידות און דו הייסט מיר נאכקוקן אין צעטל קטן, אין די צייט וואס דו זאגסט אז זיי האבן גערעדט נאר צו זייערע תלמידים פון זייער דור וואס לפי זה האט דאס מיט מיר גארנישט. איך בין אביסל צומישט אין די נושא.
דער צדיק וואס האט געשריבן די צוואה איז דער בעל שומר אמונים זי"ע אזוי ווי שמעקעדיג האט געשריבן.
[tag]דעת תורה[/tag], זייער גוט געזאגט.
[tag]זאל_זיין[/tag], איך האב נישט צופיל צוצולייגן צו די טרעפליכע ווערטער פון דעת תורה, אבער איך בין נייגעריג ווי אזוי דו האלטס אז עס ארבעט א רבי מיט א תלמיד, אויב נישט צו גיין אין זיינע וועגן און הדרכות. און וואס איז די גדר צו וועלכע רבי מעג מען יא גיין און צו וועלכע רבי נישט.
נאך א זאך, פארוואס ברענגסטו מיר פון ספרי חסידות און דו הייסט מיר נאכקוקן אין צעטל קטן, אין די צייט וואס דו זאגסט אז זיי האבן גערעדט נאר צו זייערע תלמידים פון זייער דור וואס לפי זה האט דאס מיט מיר גארנישט. איך בין אביסל צומישט אין די נושא.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- זאל_זיין
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
@ברסלב. פראבלעם איז אז די צעטיל קטן איז האבען אלע צדיקים גפריטש, פארן אויף אומן נישט
פלאס אין די צטיל קטן שטייט נישט קיין נייע חידושים אין יודישקייט, אז יעדער וואס שמעקט זיך אן צו פארן אויף אומן זיך צו ראטעווען פון שאול תחתית איז
זיין צומישט איז אן אפגרעיט פון זיך איינרעדן אז מאיז נישט צומישט.
ווי אויך זיי מיר מסביר פארוואס שרייבט ר׳ אלימלך אזוי שארף אונעם צעטיל קטן צו די חסיד וואס האט געוואלט וויסן ווען צו זאגען שיר השירים און וועלעכע זמירות צו זינגען
דאס איז נישט קיין חסידות
און די תניא שרייבט ער וויאזוי מזאל פטור ווערען פון שלעכטע מחשבות...
אבער זאגט ער זיי נישט קיין שוטה און טוה עס נישט, מדארף זיין אויף דו מדריגות צו וויסן וואס און וויאזוי עס צו טון
און אזוי איז מיט אלע חסידישע מנהגים און דרכים
און זינט איך וויל נישט זיין שטעקיג אין דעם שאול תחתית זייט אזוי גוט און ברענג מקורות צו ר נחמן׳ס זאגען אז די גאנצע וועלט זאל קומען
האלט נישט דעם אטעם סאיז נישט דא מקורות אויף דעם

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:מיין פאטער איז א געווייקטער אייוועלטער מיט אלע מפרשים, ער קוויטלט זיך ביים אייוועלטער רבי'ן, ער הערט זיינע תורות, און אלע זיינע חברים זענען אייוועלטער נאך פונדערהיים. ער האט נאך געקענט דעם אלטן אייוועלטער, דער שרף פון אייוועלט-וויליאמסבורג. איך, מיט אביסל דעת, בין אנגעקומען קיין קאווע שטיבל.
דעם שרף פון בארא פארק האב איך גראדע אויך געקענט. זיין קדושה? האט אזוי שטארק געברענט אז ר'האט משפיע געווען אויף אנדערע. וואו ס'האטציך אויסגעפעלט א שטיקל דזשאב איז ער געקומען (צומאל באישון לילה) און משפיע געווען מברכת קדשו. נאכדעם איז געווען א שפע פון... וועלכע די פאזיכערונגס קאמפאני האט משפיע געוועין. זכותו יגון עלינו.