יהודי שפוי האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן, און פגע בו "מדת הדין", אז איך האב גארנישט מיט די העלבראנץ, איך האב געהאט א חשבון מיט הרב הקדוש המעונה ר' יוסף בן מרים לאויש"ט, שוין וויל מען נישט צולאזן דא שרייבן אויף אים קריטיק, איז נישט אנטשולדיגט, איך מאך א ויברח, וואס האט דאס מיט העלבראנץ אייגעלייגט, ס'זעהט עפעס אויס כאילו דאס יהדות החרדית איז איינגעטיילט אויף צוויי, אדער העלבראנץ אדער וואלדמאן... ס'איז דא ממוצע אויך...
פון די אישות וואס די האסט מיר געשיקט קוק שוין גארנישט אויס אזוי. די האסט פראבירט צו פארדרייען דעם אשכול צו וואלדמאן און עס דיר נישט געלונגען, דו ווייסטו זייער גוט אז ווען מען רעדט פון העלבראנץ ביזטו א פארלירער.
3) ער האט געלייגט זיין אייגענע ווייב אין אזוי געריפענע חרם אז זיינע קינדער אין אייניקלעך טארען נישט רעדען מיט איר פאר די איינציגע זינד אז זי האט זיך נישט געוואלט אנטוהן די שווארצע גארביטש בעגס,
4) ער האט אוועק גענומען די שכל פין צענדליגע אומשולדיגע אידען אין זיי פארוואנדעלט אין בהמות אנע קעפ,
5) נאך וואס קאשוי רב איז האט אים אסאך געהאלפען ביים זיין קידנעפינג קעיס, האט ער אלץ א שכוח באגנבעט זיינע אייניקלעך, אין זיך אויסגעלאכט ווען קאשוי רב ז"ל האט זיך געבעטען ער זאל זיי אפלאזען,
6)ער האט געסטראשעט א פרוי וואס האט זיך נישט געוואלט לאזען ברעינוואשען פין עים אז מען וועט איר ציבינדען די הענט אין די פיס אריין לייגען אין א זאק אין אריינווארפען אין טייך,
7) ער זאגט פאר זיינע בהמות אז ליגענט איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין קהילה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט באלד אלעס לייקענען אן רויט ווערען,
9) אין וואסי פשט פין די קללות ווען ענק עפענען די ארון קודש אין שעלטען מענטשען,
10) ועוד .. ועוד ... ועוד..., כל מיני שרעקליכע מעשים וואס דער שייגעץ שלמה העלבראנץ האט אפגעטוהן אינטער די מאנטעל פין א פרומער, אויף דעם זאגט דער פסוק בגדיו יהי' פרימה, אין די שעמסט זיך נישט אין פרעגסט ווי א תם פארוואס ער איז א רוצח,
אין זאג נישט אז די ביסט נישט פין די העלבראנץ מענטשען, ווייל כ'דערקען דיין שריפט אין דיין וועג פין שרייבען, דרייען א קאפ זאלסטע פאר א צווייטען, וועסט טוהן קלוג טאמער די וועסט אויך אנטלויפען, אין פארגעס נישט צי גלייך מיטנעמען דיין ווייב אין קינדער,
אלעס וואס דו שרייבסט שטאמט פון דיין גרויסע "נייטראלישקייט" צום קעיס... הכבד ושב במקומך...
1) ער האט נישט חתונה געמאכט א 16 יעריגע מיידעל מיט א 38 יעריגע גרוש, סאיז פשוט א לאנגע מעשה, עפן אויף אן השכול "הסטאריע פונעם לאנדנע היתר מאה רבנים" וועסטו קלוגער ווערן.
2) ער האט נישט אוועק גענומען א ווייב אין קינדער פין זיין אייגענע זוהן, ווייל ער האט נישט געוואלט לייגען זיין מאמע אין חרם, ער האט בכלל נישט "אוועקגענומען", וועלעכע "חרם", חרם וויס איך נאר פון דער פרשה פון יאסל וואלדמאן בשנת תשנ"ב-ג האט מען אים מחרים געווען. אויב איינער איז געגאנגען און געלזאט די פרוי און קינדער וואו זיי זענען געווען, דארף מען צובינדען די פרוי הענט און פיס און ווארפן אין ים... ווייל טאמער נישט איז דער וואלדמאן שטייט שוין מיטן ביקס.
3) ער האט נישט געלייגט זיין אייגענע ווייב אין אזוי געריפענע חרם, דאס איז נעביך דמיונות, אגב דער "באשולדיגטער" איז דער "בכור שוטה" דארטן נישט אויף וועם דו גיסט דיין צארן, עפן אויף אן אשכול מרורות מיטן נאמען "תעתועי נחמן"...
4) וואלדמאן האט צוגעלייגט שכל פאר צענדליגע שולדיגע אידען אין זיי פארוואנדעלט אין בהמות מיט קעפ, און גרויסע הערנער אויך...
5) נאך וואס קאשוי רב איז האט אים אסאך געהאלפען ביים זיין קידנעפינג קעיס, האט ער אלץ א שכוח באגנבעט זיינע אייניקלעך (געשטאנען מיט א גרויסע זאק, מיט שטעקענעס, צוגעכאפט פון די בעיבי וועגאלע, און געלאפן מיט זיי בחצות לילה דורך א גרויסע טונעל...).
6)ער האט געסטראשעט א פרוי וואס האט זיך נישט געוואלט לאזען ברעינוואשען פין עים אז מען וועט איר ציבינדען די הענט אין די פיס אריין לייגען אין א זאק אין אריינווארפען אין טייך, און האט דערנאך מקיים פסק געווען און אריין געווארפן אין טייך מעשה שהיה... די פרוי האט געהייסן מאריא, די מאמע פון יאשקע, און מ'האט גענוצט איר בלוט פאר די מצות... איך לאך נישט.
7) וואלדמאן זאגט אז אידן זענען בהמות, און אז מסירה איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין רציחה, אן א טראפ בושה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט גארנישט לייקענען און ניטאמאל רויט ווערען,
פראפעסאר שפירא האט געשריבן: 7) ער זאגט פאר זיינע בהמות אז ליגענט איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין קהילה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט באלד אלעס לייקענען אן רויט ווערען,
כ'זעה מיין נביאה איז מקוים געווארען,
אפשער ווען די מאכסט נאך א פאר ליינס אינטער די "נישט", גייט מען מער גלייבען, א שאד דיין ארבעט, די גאס ווייסט שוין אז מען קען ענק נישט גלייבען קיין אות אחת, ענק מיינען אז מיט ליגענט וועט עטץ קענען אלעס פארדעקען, זיסע חלומות,
יהודי שפוי האט געשריבן:אל תען כסיל כאוולתו פן תשוה לו גם אתה
שוין כ'האב שוין געמיינט אז דא ענדיגט זיך די תגובה, "אל תען" שרייבסטו דאך, דערווייל זעה איך אז די שרייבסט א לאנגע מגילה צי ענפערען, אלא מאי האלסטע אז כ'בין נישט קיין כסיל, נו פארוואס שרייבסטע די פסוק, תיקו
די היסטאריע פין העלבראנץ ווייזט אז זיי פרובירען נאר צו שלעפען צייט, ווי מער צייט עס גייט אריבער קענען זיי מער איינרעדען די קינדער אז די טאטע איז א שלאנג און א רשע.
לאז דיר נישט פארשלעפען די צייט ווייל דאס דינט נאר זייערע אינטערעסען, טאמער דו קענסט זיי אראפברענגען איז עס די גרעסטע מצוה וואס דו קענסט טוהן.
צענדליגע משפחות זיצען און ווארטען מיט טרערן, און ווארטן אויף די מינוט וואס מען וועט אראפברענגען דעם העלבראנץ, ער האט יארן יארען זיך געבאדן אין יודיש בלוט, ער האט פארשטאפט זיינע אויערען צו די ביטערע געוויינען פין צובראכענע עלטערן, ער האט געטוהן זאכן וואס ס'גלייבט זיך נישט אז ס'קען זיין אמת, אין יעצט וויינען זיי אז מען זאל רחמנות האבען אויף זיי, אין די צייט וואס זיי ווילען גארנישט נאכגעבן.
עשו האט אויך געוויינט, אבער אסור לרחם על הרשעים, כ'האלט אז דאס וואס זיי ווילן נישט נאכגעבן איז א גוטע זאך ווייל אזוי וועסטו זיי קענען אראפברענגען.
די מעשה מיט נתן איז שוין נישט די עוולה, דאס איז שוין די שטראף, נאך וואס ער האט אוועקגעשלעפט יענעם'ס קינדער האט ער פארלוירן זיין זוהן, און דו ר' יוסל דו האסט די תפקיד צו זעהן אז די העלבראנץ קהילה זאל בטל ווערען כעפרא דארעא, יעדן טאג וואס דער קהילה שטייט איז א אומגליק פאר כלל ישראל.
ר' יוסל דו האסט א געלעגענהייט צו צוברעכן א מענטש וואס האט יארן געטרינקען אידיש בלוט, מען מוז אים אפשטעלען, אפילו ווען ער געבט יא צוריק נתן'ס ווייב און קינדער, ר' יוסל שטארק דיר און האב נישט מורא, טוה די ריכטיגע זאך און דער באשעפער וועט דיר העלפן.
מיר גייען אין די ריכטונג פון שלמה העלבראנץ, ווי לאנג וועט נעמען אז מען וועט ארויסכאפן די ווייב אין קינדער פון דעם "פורץ גדר" וואס וועט נישט וועלן נעמען א פילטער וכדומה?
העלבראנץ אדער לב טהור האבן קיינמאל נישט "געטרינקען אידיש בלוט", זיי האבן נאר צאמגעמישט [b]קריסטליך בלוט אין די מצות, לכבוד פסח, כמנהג הישן מקדמת דנא, אבער נישט געטרינקען די חלילה בלוט בהדיא, זיכער נישט אידיש בלוט... מ'דארף זיין פונטקליך.
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:...דו ר' יוסל דו האסט די תפקיד צו זעהן אז די העלבראנץ קהילה זאל בטל ווערען כעפרא דארעא, יעדן טאג וואס דער קהילה שטייט איז א אומגליק פאר כלל ישראל. [/b].
האסט פארגעסן די פסוק, והיה זרעך כעפר הארץ, און אויך ביים דאווענען זאגט מען ונפשי כעפר לכל תהיה. מילא אז מ'איז כעפרא דארעא איז גארנישט עפעס שלעכט אדער שרעקעדיג, יעדן טאג וואס דער קהילה שטייט ווערט משיח נענטער, די גרעסטע גליק פאר כלל ישראל. יאסל האט נאר א תפקיד צו נובח זיין...
הדד בן בדד האט געשריבן:איך ליין און ליין און איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען. דא האט זיך אריינגעריקט עפעס א באשעפעניש מיט ניק יהודי שפוי, און ער טרייעט נאך צו שפילן כאילו ער איז נישט איינער פון העלבראנץ'ס חברה, און עס איז מיר גאנץ א קליינער נפק"מ צו ער איז שלמה אליינס צו נחמן צו גאר איינער פון זיינע חסידים, אבער עס איז דאך זייער קלאר אז ער איז איינער פון זייערע,.
לכאורה איז ער נישט מער ווי א טרול וואס וויל אביסל פאון פאר סיי וועלכע סיבה
ער האט ליב צי געוועלטיגען אויף אנדערע אין זיך שפייזען אויף זייער ענערגיע, זיין וועג וויזוי ער טוט דאס איז צי איבערנעמען יענעם'ס הארץ ער האט זיך גוט אויסגעלערענט די חכמה פין ברעינוואשען, ער רעדט צי זיין קרבן אזוי ליבליך אין מיט א שמייכעל אין קינצליך ווארפט ער אריין ווערטער דא אין ווערטער דארט וואס איז געצילט צי פאנגען יענעם באהאלטערנעהייט,
אין פלוצלינג הייבט יענער אן צי האבען געפילען אז ער האט ליב די לב טהור קהילה אין אז דאס איז די ריכטיגע וועג אין אזוי ווייטער, אין ער מיינט אז ער האט פשוט אזוי איינגעזעהן, ער חאפט נישט אז דאס איז א ברעינוואשונג אפעראציע, אין ס'איז אזוי שטארק אז דער קרבן איז גרייט אלעס צי איבער לאזען, זיין טאטע מאמע, אין אפילו זיין ווייב אין קינדער אין ער הייבט אן בלינדערהייט נאכגיין נאך דעם מסית ומדיח שלמה העלבראנץ, אין נאכדעם קומט נחמן העלבראנץ אין זאגט ברבים פאר יוסל וואלדמאן אז דאס איז א קהילה פין מענטשען וואס ווילען דינען דעם אייבערשטען אין פארדעם ווילען זיי זיין אין דעי קהילה,
די שייגעץ נחמן!
די ווייסט אז קיינער ביי ענק האט נישט קיין בחירה חפשית !
די ווייסט אז די וואס קומען צי ענקער אזוי געריפענע קהילה קולט קומען נישט פין אייגענע איבערצייגונג נאר קומען ווייל מען האט זיי איבערצייגט מיט ספעציעלע טאקטיקען,
ס'איז א ליגענט, ענק דינען נישט דעם באשעפער, ענק דינען שלמה העלבראנץ, אין פארדעם האט ער געמאכט זיין גאנצע קהילה ווייל ער האט ליב אז מענטשען זאלען אים דינען, אפילו ווען ער רעדט זיך ווען איין אז ער מיינט דעם באשעפער, אבער זיינע מדות משחתות אין דעות נפסדות פיהרען עים אין שאול תחתית אריין אין ער וויל נישט גיין אליין שלעפט ער מיט אומשולדיגע תמימות'דיגע אידישע קינדערלאך,
יעצט וועגען חתונה מאכען יונג, ניין נישט דאס איז ענקער גרעסטע עוולה, כ'ווייס נישט פארוואס יוסל פארלייגט זיך דווקא אויף דעם אין די צייט ווען ענקער עיקר עוולות אין דברים שבלב, די וועג וויזוי ענק פארחאפען מענטשען אין נעמען אוועק זייער פרייהייט,זעהט זיך אויס א יוסל פארשטייט נאכנישט מיט וועם ער האט ציטוהן,
ס'ביי מיר קלאר אז דער שלמה העלבראנץ איז א מרכבה פאר'ן ס"ם אליינס, דער ס"ם קען באשטיין ענק זאלען דאווענען אפילו 5 שעה א שחרית ווייל ער ווייסט אז אלעס גייט צי עים,
ס'איז ביי מיר קלאר אז דאס איז נאך א ווערסיע פין שבתי צבי, אויבען אויף פרובירט מען מאכען א בילד ווי מען דינט דער באשעפער מיט מער חומרות פין די גאנצע וועלט אין אינווייניג איז פארפוילט ביסען שורש, פארדעם טוט שלמה העלבראנץ באשווערען די מענטשען דארט בנקיטת חפץ אז זיי טארען גארנישט אויסזאגען וואס זיי טוען דארט, ווייל ער ווייסט אז טאמער ס'גייט ארויס קומען אין די גאס זיינע מעשים מגונים וועט עס אויפשוידערען יעדען רעכט דענקענדען מענטש,
ער טענה'ט אז פונקט ער ווייסט די ריכטיגע דרך התורה, אונדזערע עלטערען וואס האבען זיך דורי דורות מוסר נפש געוועזען על קידוש שמו יתברך, אונדזערע עלטערען וואס האבען דורי דורות געפירט הייליגע אפגעהיטענע משפחות, אין זיך געפירט מיט א הייליגע מסורה אונז ווייס מיר נישט די דרך התורה,
נאר קומט ציגיין עפעס א בן הנדה אנגעשטאפט מיט נבילות וטרפות, שטאמט פין עלטערען מינים ואפיקורסים, אין ער ווייסט וואס די ריכטיגע וועג איז אין ער קומט אין גנב'עט צי קינדער פין כשערע עלטערען מיט טאקטיקען וואס ער האט זיך געלערענט אין ספרים חצונים,
שומו שמים מען דארף אויפשאקלען הימל אין ערד, ווער מיינט ער ער איז דער פארשטינקענע בעל גאה, ער זאל זיך אנטהון א זאק מיט אש אויפען קאפ אין זיך ווייקען בעפר רגליהם פין ריכטיגע תלמידי חכמים אין נאך הונדערט יאר אפשער וועט ער קענען ציקומען צי א שטיקעל ידיעה וואס א דרך אמת מיינט אין זיך אויסלייטערען פין זיין עבר,
דערווייל קומט ער אן מיט טריפה'נע דרכים פיהל מיט ע"ז ג"ע אין שפיכות דמים, אין ער שעמט זיך נישט צי שיקען זיין בן סורר ומורה צי זאגען פאר די וועלט אז דאס איז די תורה'דיגע וועג, ס'איז תורה תורה חגרו שק, אזוי צי פארשעמען די תורה הקדושה,
די אמת איז אז די תורה גייט עים גאר ווייניג אן, ער דרייט מיט די תורה ווויזוי עס קומט עים אויס גוט, דאס הייסט די תורה קידנעפען קינדער, דא הייסט די תורה ברעינוואשען מענטשען, דא הייסט די תורה אז קינדער דארפען לייגען די מאמע אין חרם, אין דא הייסט די תורה אז מען דארף אוועקנעמען יענעם'ס ווייב אין קינדער, אלעס הייסט די תורה,
די אומפארשעמטע מטורף, אפשער לאזטו זיך שוין אפ פין אונדזער תורה, אפשער פארריפסטו זיך אויף א צווייטע רעליגיע, ס'וואלט אסאך מער געשטימט אויף א טאליבאנישע רעליגיע, שבתי צבי איז אויך צי סוף געווארען א מוסלעמענער איז געזאגט "הקב"ה עשני ישמעלי" ער האט אויך געטוהן אלעס וואס די אייבעשטער וויל.....,
דאס באדעקען האר פין מיידלעך מיט שמאטעס איז אויך מער ענדליך צי די מוסלעמענער, איז קריכטס אראפ פין כלל ישראל אין גייט אייך פין דאנעט, קומט זיך אן א ספרדי שלמה אלבראנס פין ארץ ישראל, פלוצלונג טוט ער זיך אן אונגערישע רבישע מלבושים, אין דערקלערט זיך א אדמו"ר, ס'האט זיך עים פארגליסט צי זיין א רבי די כבוד איז עים געפעלען, איי ווי האט מען חסידים, מען לערענט זיך צי ברעיוואשען אין מען באנפלוסט זייער הארץ אן זייער וויסען ביז מען נעמט אוועק זייער בחירה,
כ'וויל נאר זאגען דא פאר אלע וואס הערען דעם קליפ ווערט נישט אפילו אביסל באאנפלוסט פין די תמימות מיט וואס דער נחמן וויל זיך אהערשטעלען ביי עים איז נישט קיין שום פראבלעם צי זאגען א ליגענט, דאס איז אלץ איין גרויסע טמענעם קולט וואס מען דארף אויסרייסען מיטען שורש אזוי ווי עס שטייט אז ע"ז צריך לשרש אחריה,
זאל דער באשעפער זיך שוין מרחם זיין ס'זאל זיין להעביר גילולים מן הארץ והאלילים כרות יכריתון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:זאל דער באשעפער זיך שוין מרחם זיין ס'זאל זיין להעביר גילולים מן הארץ והאלילים כרות יכריתון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י
מיט די זאץ, האסטו זיך סותר געווען אלעס וואס דו האסט געשריבן, איך זאג די זעלבע זאך, און דעמעמאלץ "ושבתם וראיתם בין צדיק לרשע", און די קאווע שטיבל וועט זיין "אירעלעוואנט", און ס'איז יעצט אויך "אירעלעוואנט" פאר אמת'ע מענטשן, אגב, איך בין נישט נחמן, סתם א ראצער וואס האט געדארפט אליידיגן ביזנעס ביי די גוי'אישע געשעפט דא אין אגאט, האב איך געקוקט האב איך געזען, האב איך געשריבן. דו קענסט אליין רופן נחמן, אזוי ווי יאסל טוהט, איך דארף אים נישט איבער זאגן וואס דו שרייבסט אויף אים. אגב, איך וואונדער מיך ווי אזוי מעג מען שרייבן וואס דו שרייבסט, דו ביזט דן יענעם למיתה אויף דברים שבלב? אפילו לפי שיטתך, איז דען רובו פונעם כלל ישראל צדיקים אזוי ווי דוד ושלמה ודורו של יהושע וכדו'?