הרב אשר לעווין אין דער שטערן, אידישע סאציאליזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 228 מאל

הרב אשר לעווין אין דער שטערן, אידישע סאציאליזם

שליחה דורך Starbucks »

אסאך יונגעלייט הערן זיך אן מיט ארכי קאנסערוואטיווע טאלק שאו שמועסן און דערקלערן זיך קאנסערוואטיוו, שעצנדיג קאפיטאל און אראפקוקנדיג אויף די ווערדן פון רחמנות און צדקה.

עס איז דערפרישנד צו ליינען אז דער באוואוסטער שרייבער הרב אשר לעווין האט געשריבן אין דער שטערן א שיינע ארטיקל ווי ער ברענגעט ארויס אז די תורה'דיגע און מענטשליכע געפילן זענען קעגן די קפיטאליזם, און מיט ווארעמע שטארקע ווערטער ברענגט ער געפיל צום ארימאן און חשק צו טיילן די פארמעגנס מיט די ווייניגער מזל'דיג.

איך האב געלייגט א יד אויף די ארטיקל, זי איז זייער שיין און ווארעם געשריבן, האט הנאה:

קומט זיך אזויפיל כבוד פאר עשירים וואס געבן אביסל צדקה?
א פרישע בליק איבער צדקה, משפט, חסד און רחמים



"מפרסמים עושי מצוה" שרייט אראפ פון אלע ווענט, און אכט שורות טיטלען אויף יעדן נגיד וואס ווארפט צו אפאר דאלאר פאר צדקה, איז די טאג טעגליכע מחזה.

די אידישע צייטונגען מיט אירע הונדערט און פופציג זייט איז אנגעפילט מיט פערציג-פופציג זייטן מיט מזל טוב'ס און חנופה'ס צו נגידים צו ווינטשן צו זייער גרויסע שמחה, וואס ווערט נישט דארטן געשריבן אויף די נגידים? מען באשמירט זיי מיט גין-גאלד און מען באגיסט זיי מיט האניג, די טיטולען שטעלט יעדן יונגערמאנטשיק וואס ווארפט אפאר דאלאר, אויפן דרגה פון מאנטיפיורע און ראטשילד, און די כבוד און דערהויבנקייט צום "עושר" ווערט איינגעגעסן אין די קינדער, און די נדיבים ווערן אידעאליזירט.

יעדע דינער קומט מיט לאנגע מאמענטן פון אפלאדיסמענטן פארן נגיד, גאנצע ביימער ווערן אויסגעשניטן פאר די טויזנטער פלעקס, און טאנען זילבער ווערן געגאסן פאר די בעכערס און וויין פלעשער ווי מען זינגט שירי הלל פאר די נגידים היקרים והחשובים ששבחם מי ימלל.

במחילת כבודם פון די טייערע נגידים, איז דאס איבערגעטריבן, פארקרומט און שטימט נישט מיט די הויפט אידעאלן וואס מיר לערנען איבער מצות צדקה.

[center]**[/center]

אין די פרשיות וואס מיר לערנען יעצט, די פרשיות אין סדר דברים, לערנען מיר קלאר איבער מצוות צדקה, און מיר באקומען א גאנץ אנדערע בליק אויף צדקה, אזא סארט בליק וואס מאכט צדקה א חיוב גמור, און מאכט דאס נישט געבן צדקה פאר א רשעות'דיגע געמיינהייט און נידריגקייט, און דאס יא געבן פאר א נארמאלע חיוב גענוי ווי אלע אנדערע חיובי התורה.

די איבערגעטריבענע לעקעריי צו גבירים, און אויטאמאטיש די בליק פון די גבירים אז אן לעקעריי מוזן זיי נישט געבן קיינעם קיין געלט, שטאמט פון א גויאישן בליק ווי קפיטאליזם איז שולט, אין די קאפיטאליסטישע, הארצלאזע גאנג איז דער מענטש דער טאטאלער אייגענטימער אויף זיין געלט, און קיינעם קומט זיך גארנישט על פי דין, יעדער איז אויף זיין אייגענעם גורל, און אויב וויל דער פארמעגליכער ברוב טובו געבן 'טשאריטי' איז ער א גאר נאבעלער מענטש, און א טוץ פלעקס און פילע בלעטער אין די צייטונגען מוזן אים בארימען און באזינגען.

די אידישע, תורה'דיגע און הארציגע בליק איז גענצליך אנדערש: צדקה איז א חיוב, יעדער מענטש מוז געבן צדקה, און פארוואס דארף מען קוקן אויף די נומערן?

יעדער איד דארף געבן תרומות ומעשרות בזמן שבית המקדש היה קיים, און צו האט מען געמאכט א גאנצע שבע ברכות ווען דער נגיד האט געשאנקען צוויי הונדערט עפלעך, פון זיינע צוויי טויזנט עפעלעך, מער ווי די פינף פון די פופציג עפלעך? ניין.

מעשר כספים איז אויך א מצוה און א חיוב גמור, און וואס איז די גדולה אז איינעמס מעשר קומט אויס הונדערט אלפים, סוף כל סוף, דער יונגערמאן וואס האט אוועקגעגעבן טויזנט דאלאר מעשר איז בלויז געבליבן מיט ניין טויזנט דאלאר, פארוואס זאל מען אים נישט אפלאדירן פארן אוועקגעבן א שטיק פון זיך, און אים קומט פיל מער שבח ווי דעם געשוואלענעם גביר וועמען עס בלייבט איבער ניין הונדערט טויזנט דאלאר?!

די תורה האט א אייגענע, תורה בליק אויף צדקה, נאר די תורה האט די דין "כופין על הצדקה"

איר הערט אידן?

אויב א עושר וויל נישט געבן קיין געלט, וואס טוט מען? מען לייגט אריין א הערליכע מזל טוב אין די צייטונג אזוי אז מען האפט אז ער וועט זיך צוקראצן און געבן געלט?

ניין, כופין! מען נעמט א קאנטשיק און מען זאגט: העי, די געשוואלענער עושר, געב אהער די צדקה געלט פארן ארימאן! מען קנאקט אים אן און מען שרייט: די הארצלאזער מענטש, ווי קענסטו לאזן אנזאמלען מיליאנען אין באנק ווען דיינע שכנים הונגערן? מען נעמט אים אפיר און מען זאגט אים: דיין ברודער, דער ארימאן האט געגעבן מעשר פון זיין קליינגעלט, די שעמסט זיך נישט אז די האסט נישט געגעבן מעשר ווען די האסט אזויפיל געלט?

און ווי סימבאליש איז די מצוה פון לקט שכחה ופאה – איבער וועלכע מיר האבן נארוואס געלערנט, די מצוה לערנט אונז א געוואלדיגע לעקציע ווי פאלגענד: די האסט א גאנצע פעלד, און די באמערקסט נישטאמאל אז עס פאלט אראפ אביסל תבואה, די באמערקסט נישטאמאל אז ביים עק בלייבט איבער אביסל פאה, די באמערקסט נישטאמאל אז געוויסע קליינע טרויבן בלייבן אויפן בוים, לאז עס פארן ארימאן!

ביי דיר איז עס שיריים, ביי דיר איז עס גארבעדזש און פארן ארימאן איז עס זיין ברויט און פוטער!

מיט וועלכע רעכט זאלסטו נישט לאזן דעם ארימאן נעמען דיין גארבעדזש, דיין שיריים וואס די וועסט נישטאמאל באמערקן!?

ניין, נישט די זאלסטו זיצן אין דיין פעלד אויף א הערליכע פאטעל און מיט א שמייכל טיילן תבואה, ווען אלע ארימעלייט גייען דורך כבני מרון, ניין! די פסוק זאגט אנדערש "לא תכלה פאת שדך לקצר, ולקט קצירך לא תלקט, לעני ולגר תעזוב אותם...." לאז עס איבער אין פעלד און די גיי אהיים, עס האט מיר דיר גארנישט, ביי דיר איז עס איבעריג און ביי יענעם איז עס לעבן!

לקט שכחה ופאה איז נישט קיין נדבה, עס איז א חיוב, דער עני איז "מלקט" דאס זייניגע, זיין חלק אינעם פעלד. און ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות מתנת עניים אז ווער עס לאזט נישט איבער לקט שכחה ופאה איז א גזלן! ער נעמט וואס עס קומט צום ארימאן.

די דאזיגע געדאנק זעהט מען דורכאויס די דברים סדרות, ווי אימער די תורה רעדט איבער צדקה רופט די תורה דעם עני "אחיך", דיין ברודער, ער איז גענוי ווי דיר! די טוסט נישט עפעס א מורא'דיגע טובה, די געסט דא פאר דיין ברודער!

אדער נאך מער די תורה רופט אן דעם עני "העני עמך",

די עני מיט דיר..

קוקט אן אזעלכע ווערטער "כי ימוך אחיך ומטה ידו עמך, והחזקת בו גר ותושב וחי עמך!" די תורה דרוקט זיך אויס מיט אזעלכע ווערטער ווי "דיין ברודער" און "וחי עמך – ער זאל קענען לעבן מיט דיר!"

די תורה הקדושה – אנדערש ווי די שטחיות'דיגע קאפיטאליסטישע בליק, האט א אייגענע תורה'דיגע צוגאנג צו די באלאנס צווישן יושר און צדקה. ווי מיר זאגן יעצט אין סליחות "צדק ומשפט מכון כסאך, חסד ואמת יקדמו פניך". צדק און צדקה, חסד און אמת איז איין קשר. סאציאלע יוסטיץ איז אין איין דרגה מיט צדקה, און ביידע שאפן פונעם זעלבן מקור.

אז מען קוקט טיפער אריין אין די מושג פון "העני עמך" פון א יוסטיץ שטאנדפונקט, זעהט מען אז פארמאגן באלאנגט בכלל נישט אויסשליסליך צום פאר מעגליכן.

און לאמיר עס באטראכטן: פון ווי קומט די עשירות פונעם עושר? איז עס אים אראפגעפאלן א גאלדענע פיסל פון הימל?

יעדע עשירות קומט פון א רשות הרבים, יעדע עשירות קומט פון די טייסטערס פון מענטשן. דער רייכער געשעפט אייגענטימער וואס שלעפט געלט פונעם עולם קליענטן, און דער שטח באזיצער וואס רייסט געלט פון זיינע איינוואוינער. ביידע נעמען גאטס גוטסקייט, די מילך פונעם קיה, אדער די שטח פונעם "לי כל הארץ" און מאכן דערויף געלט. אקעי, זיי מעגן מאכן געלט, כך הוא דרכו של עולם, אבער זיי זענען טייל פונעם ציבור, זיי מוזן צוריקגעבן!

את העני עמך – דער עני איז מיט דיר, דיין גורל איז זיין גורל. דיין עשירות איז זיין עניות!

און ווי די תורה זאגט ""והארץ לא תמכר לצמיתות, כי לי כל הארץ" יא, די קענסט מאכן געלט אויף א שטח, אבער עס איז נישט דיינס!

די עשירים מאכן זיכער צו מאכן געלט אויף די פלייצעס פונעם עולם, דורך האלטן בשתיקה די מקורות ווי מען קען באקומען די זאך ביליגער, אדער דורך שפילן אויפן ציבור מיט ציענדע אדוועטייזמענטס, מיטן דרייען די געזעץ ביך און פאליטישע קשרים צו בויען אין א געגנט ווי דער עמך איד קען נישט, און אזוי ווייטער.

גוט, קיינער נעמט דיר עס נישט צו, אבער געדענק צוריק צוגעבן צום עולם!

די האסט א פעלד? גוט, אבער געדענק צו לאזן לקט שכחה ופאה, די פערטער יאר תבואה צו טראגן קיין ירושלים לעני ולגר, צו שענקען מעשרות, תרומות און לאזן אלע ארבעטער מנוחה א גאנצע יאר בשנת השמיטה.

האסט געקויפט א הויז? אקעי, אבער עס איז נאר געליעסט, ווייל נאך פופציג יאר מוז עס צוריקגיין, יענער איז געועון דעספערעט און פארקויפט, אבער "הארץ לא תמכר לצמיתות" זיין שלעכטע מזל ראד מעג זיך אמאל דרייען צו גוטנס.

נישט בלויז איז די תורה משלב סאציאלע יוסטיץ מיט רחמנות, נאר אין אסאך פעלער שטעלט די תורה רחמנות איבער יושר! ווי די תורה זאגט די מצוה פון "אם חבול תחבול שלמת רעך עד בוא השמש תשיבנו לו. כי הוא כסותו לבדו, הוא שמלתו לעורו, במה ישכב, והיה כי יצעק אלי, ושמעתי כי חנון אני".

פארוואס זאגט דא די תורה אז יעדע נאכט מוז דער מלוה צוריקברענגען די פיזשאמעס-משכון צום הויז פון ארימאן, הערט זיך דאס מסתבר?

אבער יא די תורה הייסט אזוי, און די תורה איז מער מסביר, די תורה איז מאריך שלא כהרגלה, און זאגט "פארוואס זאלסטו צוריקגעבן דעם שלמה ווייל במה ישכב, הוא כסותו לבדו, שמלתו לעורו. דער תורה איז מאריך און זאגט " יא אין הכי נמי דער דין איז נישט סברה'דיג און איז נגד השכל, אבער געוואלד דאס איז זיין בגד, ער האט נישט עפעס אנדערש אנצוטון, דאס איז זיין קלייד אויף זיין ארימע קערפער, געוואלד געשריגן -רירט די תורה אן די האקעלסטע סטרונעס און פרעגט- : במה ישכב?!

די "במה ישכב" איז קלאר א שוואכע און אומלאגישע טענה, זי איז נישט אויסגעהאלטן אין חוקי המשפט, אבער די קשיא פון "במה ישכב?!" איז א הארצנס טענה וואס איז שטארקער פון משפט!

און דער רבונו של עולם ענדיגט צו והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני. ווען דער ארימאן וועט שרייען, ער וועט שרייען זיין קשיא פון במה ישכב, וועל איך אים הערן, איך וועל זיך אננעמען פאר אים, טראצדעם וואס איר האט אויך א גוטע טענה. וועל איך אים הערן כי חנון אני- איך האב ליב דעם ארימען, איך בין א רחמן, רחמנות רעדט צום רבונו של עולם מער ווי הגיון.

די תורה לערנט אונז דא אז רחמנות איז שטארקער פון יעדן שורת הדין, מיר דארפן שטעלן רחמים אלס הויכער פריאריטעט.

אז מען קוקט אזוי אן צדקה ומשפט, באקומט מען אן אנדערן בליק, אזא וואס זעהט אין צדקה נישט א הייליגע נאבעלע זאך, נאר א נארמאלע, יושר'דיגע חיוב!

אז מען קוקט אזוי איז אנדערש די בליק כלפי א קארגן גביר, ער איז מער נישט דער מכובד וואס מען לעקט ווייל אפשר וועט ער געבן, נאר ער איז א געמיינער יונג וואס ווערט רייך פון די וועלט, פון מענטשן, און שענקט נישט צוריק צו די בריאה. בזמן שיד ישראל תקיפה וואלט מען אים פשוט ארויסגעשלעפט די געלט פון די האנט אלס כופין על הצדקה!

אז מען קוקט אזוי כאפט אן עקל צו זעהן אז עשירים נעמען ארויס די מאקסימום כבוד, פלעקס, אורח הכבוד'ס און מאכט, פון די פאר בלוטיגע דאלארן וואס זיי ווארפן צו. ארויסנעמענדיג די מאקסימום ווערט פאר זייער געלט, אין פארעם פון כבוד.

ווי ווייטאגליך איז צו זעהן ווי אסאך יחידים בלוטיגן אויס, די צער פון נשברי לב שרייט ביזן הימל, אבער אויב קענען זיי נישט געבן קיין כבוד וועט זיך שווער טרעפן א נדיב וואס זאל זיין העלפן!

ווי ווייטאגליך איז צו זעהן בעלי בתים וואס פארמאגן אויסגעצאלטע הייזער צענדליגער יארן, געירשנט דורי דורות, און זייערע דורי דורות זענען שוין מסודר מיט געלט, קענען הייבן די רענט פאר אלמנות ויתומים, פשוט ווייל די געזעץ פון "סופליי און דימענט" לאזט זיי.

ווי ווייטאגליך איז צו זעהן אדוואקאטן שלעפן ארויס פון שלימזל'דיגע אנגעקלאגטע זייער לעצטע פרוטה, ווי קען א הארץ זיין אזוי הארט?!

וויפיל ווייטאג איז דא אויף די וועלט בלויז צוליב רשעות'דיגע געזעצן וואס איז געמאכט בלויז רייכער צו מאכן רייכע.

ווי קען מען ארויסווארפן א מענטש וואס האט געצאלט רענט צוונציג יאר, אריינגעפאמפט צענדליגער טויזנטער, יעצט טרעפט ער זיך אויפן גאס ווייל השעה דוחקתו?

ווי קען מען צוקוקן איינער וואס איז ארים, און האט דעריבער "קאלעפסד" א פאליסי, און ליידט דערנאך פון א פייער, און טראץ וואס די אינשורענס האט פארדינט אויף זיי טויזנטער, וועט מען זיי לאזן אויסבלוטיגן צום טויט אן קאווערעדזש, הלמאי, זיי האבן קאלעפסד!

די קאפיטאליסטישע, אנטי תורה אידעלאגיע, האלט מענטשן ביים קארג לצמיתות, מיט גראבע פראצענטן, מארטגעדזשעס וואס מען קען פארלירן די הויז יעדע סעקונדע אין א שווערע צייט, און קיין שום מיטגעפיל מיטן "כי ימוך אחיך".

לאמיר קוקן מיט א תורה בליק, אוועקווארפן די דעות כוזבות פון קפיטאליזם, און אריינפלאנצן רחמנות, און זעהן צדקה אלס די וויכטיגסטע כלי אין מענטשהייט, און נישט אנקוקן רייכע, מזל'דיגע, וואס האבן אויסגעזויגן דעם פובליק, ווי א מלאך המושיע, און דעמאלטס וועט די וועלט באמת זיין א יושר'דיגע און באטעם'טע.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר