אוי אמונה!!

מחשבה, השקפה ועיון
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

אוי אמונה!!

שליחה דורך ימי קדם »

[justify]איך מיין אז דורך אויס די כמעט צוויי יאר פונעם שטיבל, האט מען שוין דא דורכגעטוהן רוב ענינים בשייכות צו אמונה, אמונה פשוטה, חקירה, וכדומה, ביי אונזערע היימישע קרייזן.
כולי עלמא מודי אז עפעס פעהלט, אבער וואס די עצה איז, איז זה אומר בכה וזה אומר בכה, יש אומרים מען דארף מער רעדן, זיין מער אפען, געבן מער תירוצים, לאזן פרעגן (וכן אני נוטה לעניית דעתי), ויש אומרים ממש פארקערט, אז די מציאות ווייזט אז ווי מער מען ווייסט, אין השקפה, און אין ידיעה, סייענס וכדו', טויג נישט, און איך מיין אז יעדע צד האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות.

נעכטען, בין איך געווען ביי א חתונה אין מאנסי, פון א אייניקל פון וויזניצער רבי ( בת זקוניו פון בנו ר' ישראל), און זייענדיג די יונגסטע קינד פון ארטיגן רב, איז געווען א גרעסער עולם, און עס איז געווען שיין.
פארוואונדעט בין איך געווארן צו זעהן וואס דער קלימאקס פונעם חתונה געווען!!
אינמיטן טאנצן הייבט מען אהן זינגען דעם באקאנטן ''נאר אמונה'', און מרגע לרגע וינועו אמת הסיפים, דאס בית המדרש האט געדונערט, די עולם האט געשפרינגען ווי כאילו מען זאל ווען זינגען די לעבעדיגסטע ניגון, יעדער וואס איז נאר געשטאנען אין די מייל (גוזמא...) פון בית המדרש איז אריינגעלאפן, און זיך געשטעלט קוקן אויפן רבי'ן, וואס איז אויך, גענצליך שלא כדרכו, ארויס פון די כלים, אנגעהויבן קלאטשן פאר פינף מינוט, מיט מסירות נפש ממש.
אזוי האט די עקסטאז אנגעהאלטן פאר א גוטע פאר מינוט, ווען די גאנצע וואס מען זינגט איז נאר אמונה.
איך האב מיר גאנץ שטארק געוואונדערט דערויף.

נאכדעם, כאפ איך א שמועס מיט מיינס א קרוב, א אייניקל פון רבי'ן, און גאר נאנט צו אים, און קען גוט זיין מהלך המחשבה און שיטה, פרעג איך אים פשט פון דעם, זאגט ער מיר אז דער רבי האלט אז די איינציגסטע עצה כהיום יום פאר אמונה, איז חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אמונה פשוטה אמונה פשוטה, בבחינת פון האמנתי כי אדבר.

איך האב מיר אונטערגעשמייכלט....

ער, זעהנדיג, און פארשטייענדיג וואס איך טראכט, זאגט ער מיר דו לאכסט? מציאות ווייזט אז עס ארבעט!! פון אלע חסידישע מקומות, האט ויזניץ מאנסי ( פערצענטאול) די ווייניגסטע אפגעפארנע (מען רעד פון גענצליך אפגעפארן OTD) די ווייניגסטע אפיקורסים, ממש מען קען ציילן אויף איין הענט וויפל פון די איבער 3,000 תלמידים וואס האבן געלערנט אינעם רבינ'ס ישיבה די לעצטע פופציג יאר ( די ישיבה אין מאנסי האט זיך געפענט תשכ''ד) זענען אראפ פון וועג, און נאך ווייניגער אפענע אפיקורסים.
איך הער און איך קען מאנסי גאנץ גוט, און וואס זאל איך זאגן, ער איז גערעכט!!

לאור זה וואלט איך געוואלט הערן פונעם עולם דא, אין תורה ומחשבה, וואס איז אייער מיינוג אויף דעם מהלך? איז עס אויסגעהאלטן ע''פ השקפת היהדות? איז דאס אידישקייט? וכו'.


נ.ב. איך האב עס דירעקט געשריבן דא אין תורה ומחשבה, און נישט אין געזעלשאפט, ביטע נישט פארוואנדלען דעם אשכול אין א אשכול וועגן מאנסי.[/justify]
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

איינס קענסעלט נישט אויס דאס צווייטע.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

וואס איז די הסבר פון אמונה פשוטה?????

קען איך למשל האבן אמונה פשוטה אן קיין הסברים אז איך האב 100 מיליאן דאללער אין באנק?
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

אקעי, האסט מיר זיכער געזעהן, צו איך האב דיר געזעהן ווייס איך שוין נישט...
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

kliger האט געשריבן:וואס איז די הסבר פון אמונה פשוטה?????

קען איך למשל האבן אמונה פשוטה אן קיין הסברים אז איך האב 100 מיליאן דאללער אין באנק?

דאס איז נישט אמונה...

די אמונה פון וואס מען רעדט דא, איז די יסוד האמונה, קיומו ואחדותו של ה', אמונה פשוטה אז עס איז דא א בורא ומנהיג.

למעשה, האט מען אין ויזניץ שטארק געהאלטן פון טוהן, אין אלע גשמיות'דיגע ענינים, און נישט שרייען איך האב אמונה, אנדערש ווי ביי אסאך חסידישע מקומות, א ווארט פון א דאקטער איז ממש הייליג, און די רבי וועט זיך אלס בייגן דערפאר און נישט זאגן 'האב אמונה', ער שטופט גאר שטארק ארבעטען, און אויב דארף מען געלט וועט ער קיינמאל נישט 'לאזן' בלייבן לערנען 'און דער באשעפער וועט העלפן' וכדומה.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

כיהודה ועוד לקוקוריקו אז אמונה פשוטה איז דער דרך המלך. עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן בעסער ליב זייטיגע וועגן; עס זענען פאראן אזעלכע וואס בעפארצוגן זיך אליין אויסצוטרעטן א וועג צווישן די ביימער און געוואוקסן. ביידע מהלכים זענען גוט און ביידע האבן מעלות און חסרונות.

דער דרך המלך איז אבער פארט דער בעסטער אויסוואל אין כמעט יעדן פאל, ווייל סוף כל סוף מוז מען אנקומען צו אמונה פשוטה. חקירה קען נאר טראגן אזוי ווייט ווי איבערווייזן אז מען פארשטייט נישט - אז מען קען נישט פארשטיין. דהיינו: אמת און מציאות גייט ווייטער ווי די גרעניץ פון דעם מענטשליכן פארשטאנד. דאס וואס שכל קען דערגיין איז נישט בכלל אמונה. אמונה הייבט זיך אן דארט וואו דער שכל ענדיגט זיך. מענטשן וואס האבן ליב אליין צו טראכטן, און האבן נישט ליב זיך צו פארלאזן אויף וואס אנדערע זאגן, זיי קענען זיך אליין ארויסלאזן אויפ'ן וועג און אליין דערגיין ביז'ן סוף. אבער לבסוף וועלן זיי נאר אזויפיל פארשטיין, אז ביז אהער גייט דער שכל. ביז אהער: ביז'ן פארשטיין אז דאס מציאות איז גרעסער ווי דעם מענטש. דאס וואס קומט פון שכל (סיי וואס עס זאל נאר נישט זיין) און ווייטער איז אמונה.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[quote="איינס קענסעלט נישט אויס דאס צווייטע.[/quote]

אמת. אמונה מתוך חקירה האט מעלות, אבער דער וועג איז נישט-זיכער און פארבינדן מיט יסורי נפש.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

ימי קדם האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:וואס איז די הסבר פון אמונה פשוטה?????

קען איך למשל האבן אמונה פשוטה אן קיין הסברים אז איך האב 100 מיליאן דאללער אין באנק?

דאס איז נישט אמונה...

די אמונה פון וואס מען רעדט דא, איז די יסוד האמונה, קיומו ואחדותו של ה', אמונה פשוטה אז עס איז דא א בורא ומנהיג.

למעשה, האט מען אין ויזניץ שטארק געהאלטן פון טוהן, אין אלע גשמיות'דיגע ענינים, און נישט שרייען איך האב אמונה, אנדערש ווי ביי אסאך חסידישע מקומות, א ווארט פון א דאקטער איז ממש הייליג, און די רבי וועט זיך אלס בייגן דערפאר און נישט זאגן 'האב אמונה', ער שטופט גאר שטארק ארבעטען, און אויב דארף מען געלט וועט ער קיינמאל נישט 'לאזן' בלייבן לערנען 'און דער באשעפער וועט העלפן' וכדומה.


למעשה אן קיין הסברים האלט מען ביי אלף,
משה רבינו האט געזאגט והם לא יאמינו לי.
מען דארף עפעס זאכליך

אגב די מושג פון אמונה פשוטה טרעפט מען נישט אפילו אין די ראשונים
באניצער אוואטאר
זאל_זיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך זאל_זיין »

אמונה פשוטה מיינט אז דיין אמונה איז "פשוט" פאר דיר
קענסט עס נאר איינהאנדלען מיטן לערנען און פרעגען
די רמחל שרייבט: אויב איינער זאגט דיר אז סאיז דא א באגי מען (צים ביישפיל) אונטערן טיש, קענסט עם "גלייבן", אבער ווער וועט דען נישט געבען א קוק פאר זיך

אז איינער "גלייבט" אן עכט פארשטיין און וואס ער גלייבט, עטליסט האבען א מושג אין וואס ער גלייבט, הייסט נישט אז ער האט אמונה
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

כפשוט ועוד לקרא, דער בני יששכר ברענגט בשם דעם אור החיים לרבי יוסף יעב"ץ איבער די מוראדיגע מעלה פון אמונה פשוטה, זאגט ער בהאי לישנא: והנה עינינו רואות שכל אותם שהיה אמונתם מצד החקירה והשכל,המירו את כבודם ביום זעם, משא"כ הנשים וקלי הדעת שהיתה אמונתם מצד השמיעה והקבלה, קדשו את השם הנכבד והנורא. ער באציט זיך צו די צייטן פון די אינקוועזיציע אין שפאניע, אז דעלמאטס האט מען געזען אז די וועלכע זייער אמונה איז געווען מצד החקירה האבן זיך אפגעשמדט ביום זעם, מה שאין כן די פרויען און די קלי הדעת,ד.מ. נישט די גרעסטע מוחות וואס זייער אמונה איז געקומען מצד השמיעה והקבלה האבן זיך געלאזט פארברענען אויף קידוש ה', ה' ינקום דמם. ע"כ פונעם יעב"ץ.

דער בני יששכר איז דארט מוסיף בביאור הדברים, זאגט ער, אמונה וואס קומט מצד די אייגענע שכל, היות די שכל איז באגרעניצט, דעריבער איז די אמונה מצד השכל אויך מיט א גבול עד שיכריח אותו איזה מכריח, אבער אאמונה מצד השמיעה והקבלה, גלייבט דאך ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, און זיין טאטע גלייבט ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, אזוי גייט דאס אריף ביז מתן תורה, און ביי מתן תורה האט דער אייבישטער געזאגט אנכי ה' אלוקיך, און דאס האט אריין געשיינט א ריכטיגע אמונה, קומט אויס אז די אמונה פשוטה קומט מצד דעם דיבור ה' פון אנכי, און דער אייבישטער איז בלי גבול, איז די אמונה אויך בלי גבול, און קיין שום זאך אויף דער וועלט קען דאס נישט אפשטלען.

והאריך עוד שם לבאר הכתוב אצל אברהם אבינו והאמין בה' באמונה פשוטה ולכן ןיחשהיה לו צדקה, כי האמונה מצד החקירה והשכל, הרי גם שכלו נתונה לו מהקב"ה, ובכן נאמר על אמונה זו מי יקדמנו ואשלם לו, מה שאין אמונה מבלי הבנת השכל, הרי הוא נותן להקב"ה מה שלא קיבל ממנו, ובכן ןיחשביה לו צדקה, כאילו נתן צדקה להקב"ה.

סארי פאר די איכות הדברים.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כמדומה לי אז אין אברבנאל שטייט שוין ענדליכס, ואין הספרים תחת ידי עכשיו.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

כתר מלכות האט געשריבן:כפשוט ועוד לקרא, דער בני יששכר ברענגט בשם דעם אור החיים לרבי יוסף יעב"ץ איבער די מוראדיגע מעלה פון אמונה פשוטה, זאגט ער בהאי לישנא: והנה עינינו רואות שכל אותם שהיה אמונתם מצד החקירה והשכל,המירו את כבודם ביום זעם, משא"כ הנשים וקלי הדעת שהיתה אמונתם מצד השמיעה והקבלה, קדשו את השם הנכבד והנורא. ער באציט זיך צו די צייטן פון די אינקוועזיציע אין שפאניע, אז דעלמאטס האט מען געזען אז די וועלכע זייער אמונה איז געווען מצד החקירה האבן זיך אפגעשמדט ביום זעם, מה שאין כן די פרויען און די קלי הדעת,ד.מ. נישט די גרעסטע מוחות וואס זייער אמונה איז געקומען מצד השמיעה והקבלה האבן זיך געלאזט פארברענען אויף קידוש ה', ה' ינקום דמם. ע"כ פונעם יעב"ץ.

דער בני יששכר איז דארט מוסיף בביאור הדברים, זאגט ער, אמונה וואס קומט מצד די אייגענע שכל, היות די שכל איז באגרעניצט, דעריבער איז די אמונה מצד השכל אויך מיט א גבול עד שיכריח אותו איזה מכריח, אבער אאמונה מצד השמיעה והקבלה, גלייבט דאך ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, און זיין טאטע גלייבט ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, אזוי גייט דאס אריף ביז מתן תורה, און ביי מתן תורה האט דער אייבישטער געזאגט אנכי ה' אלוקיך, און דאס האט אריין געשיינט א ריכטיגע אמונה, קומט אויס אז די אמונה פשוטה קומט מצד דעם דיבור ה' פון אנכי, און דער אייבישטער איז בלי גבול, איז די אמונה אויך בלי גבול, און קיין שום זאך אויף דער וועלט קען דאס נישט אפשטלען.

והאריך עוד שם לבאר הכתוב אצל אברהם אבינו והאמין בה' באמונה פשוטה ולכן ןיחשהיה לו צדקה, כי האמונה מצד החקירה והשכל, הרי גם שכלו נתונה לו מהקב"ה, ובכן נאמר על אמונה זו מי יקדמנו ואשלם לו, מה שאין אמונה מבלי הבנת השכל, הרי הוא נותן להקב"ה מה שלא קיבל ממנו, ובכן ןיחשביה לו צדקה, כאילו נתן צדקה להקב"ה.

סארי פאר די איכות הדברים.

אזא סארט מהלך איז בכלל נישט פארשטענדליך, עכ"פ און די יידישע רעליגיע, נמצא לפי זה אז מען גלייבט אינעם טאטן אבער נישט און גאט, אמת, אז אולי ערגעץ וואו למעלה בקודש קומט עס אן אז כאילו דער ערשטער פאטער האט געגלייבט און גאט, אבער פאקטיש דער זון, די שפעטערדיגע דורות גלייבן נישט און גאט, נאר און זייער פאטער, וכמובן איז דאס א סתירה מיט די יידישע רעליגיע,

ועוד, וואו אזוי האט דער ערשטער געגלייבט און גאט, אויך מיט אמונה פשוטה??, וואו די ברענגסט נאך, איז ער משבח אמונה מצד השמיעה והקבלה, דער ערשטער האט דאך נישט געהאט דאס, איז מוכרח אז דעם ערשטענ'ס אמונה איז געווען ע''י חקירה, והשתא דאתית להכי נמצא, אז די ריכטיגע אמונה איז ע''י חקירה, נאר אמונה פשוטה איז כאילו א היתר, אז מען דארף נישט טון די אלע חקירות נאר גלייב וואס מען זאגט דיר, אבער די ריכטיגע יידישע אמונה איז אך ורק ע''י חקירה, וואס איז דער מקור אויף דער היתר??, אז די כאפסט איז עס א היתר אז מען דארף נישט זיין קיין מאמין, דכבר הוכחנו אז כו''ע מודה אז אמונה מיינט חקירה, נא ווער האט פאברעצירט דעם היתר אז מען דארף נישט זיין קיין מאמינים??

און דאס וואס ער טענה'ט אז א מוגבל קען נישט פארשטיין א בלתי מוגבל, אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק פון דעם חיוב פון פארשטיין ביז וואו מ'קען יא פארשטיין??

ואגלה לך סודו של אמונה מהו, אז מען איז חוקר און מען קלערט.און אז מען דערגרייכט א נקודה וואס מען קען נישט דערגיין דארט הייבט זיך אן אמונה, אז די ביסט מאמין אז דיין שכל איז מוגבל און גאט איז א בלתי מוגבל, און נאר דעמאלטס הייבט זיך אן די אמונה אז דו ביסט מוגבל און גאט נישט, וזהו הביאור בדברי הרמב''ם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, סנישט עפעס א שיינע מליצה'דיגער פראזע, אלא כמו שכתבתי, אז דו דערגרייכסט דער נקודה וואס דיין שכל גייט נישט ווייטער ווייסטו וואס דיין ידיעה איז, און דו ווייסט פון וואו און ווייטער דו קענסט נישט וויסען, אבער מען דארף וויסן וואס מען קען נישט וויסן, ווייל אויב דו גייסט אויף אלעם זאגן מען קען נישט וויסען, ווייסטו נישט באמת וואס מען קען נישט וויסען, נמצא אז דו האסט א פאלשע אמונה, ואמשיל לך משל, לו יצוייר אז דער ידיעה און שכל פון א מענטש האט סטעפס, כגון אויב דו וויסט אזוי סאך ביסטו אויף דער ערשטער סטעפ וכו', איז אויב דער ריכטיגער אמונה לאמיר זאגען הייבט זיך ביי סטעפ נומער פינף, און דו נעמסט דאס אויף סטעפ נומער דריי, איז דיין אמונה א פאלשע אמונה, און עס איז די זעלבע פאלש וואו איינער וואס נעמט דאס ווייטער, וד''ל .

די גאנצער אמונה פשוטה איז נישט געדעקט ביי די יידישע אקעדמיע, און עס איז נישט מער וואו עפעס א היתר.אז מען דארף נישט זיין קיין ריכטיגער מאמין,
שוין, גענוג געמאכט מיט'ן מויל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

כתר מלכות האט געשריבן: אבער אאמונה מצד השמיעה והקבלה, גלייבט דאך ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, און זיין טאטע גלייבט ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, אזוי גייט דאס אריף ביז מתן תורה,



דאס האט אויך דער קריסט און דער אראבער און די איבריגע 40,000 רעליגיעס

דו מוזט צוקומען צו ריאות ברירות!!!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
זאל_זיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך זאל_זיין »

די חקירות וואס די צדיקים האבען גערעדט אנטקעגן איז געווען אויף טיפע פילסאפיס נישט אויף בעסיק אמונה לייק די first cause argument
למשל אין די תורה שטייט השם האט ארויסגענומען די יידן ביד חזקה
נו האט ג-ט א האנט? דאס איז ע"ז
מען רעדט נישט פון גרויסע גריק פילאסאפיס אדג
smart man
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך smart man »

kliger האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן: אבער אאמונה מצד השמיעה והקבלה, גלייבט דאך ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, און זיין טאטע גלייבט ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, אזוי גייט דאס אריף ביז מתן תורה,


we chasidim can not utilize this proof! because we are fooling our children with all kind of bluff. WE all know that the admorim are not holly, we tell our kids "men geit tzim tish fin der heiliger rebbe. We sheild our kids from knowing the truth.

This emunah that you are talking is based on 'CHAZAKAH EIN UDOM MORISH SHEKER LEVUNOV'. if we are constantly morish sheker, this emuna has no basis, because we ask ourselfs if my father fed me with all this bluff, maybe our great great great grandfathers fantisized this beleif and religion????? :?: :?: :?:
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

אחד, קודם כל דארף מען וויסען אז די הייליגע צדיקים איז כל דבריהם ברוח הקודש נאמרו, און מיר זענען עפר תחת כפות רגלם, איי דו פארשטייסט נישט פונקטליך וואס ער זאגט, נו אביסעלע אמונת צדיקים. (מצד השמיעה והקבלה).

אבער בעצם זאגט ער בערך דאס וואס דו זאגסט. ער רעדט דאך פון אברהם אבינו און דאס איז זיכער אז אברהם האט חוקר געווען מציאות השם, אבער נאכדעם האט ער געגלייבט אפילו בלי הבנה, ער רעדט דארט פון די ברית בין הבתרים ווען השי"ת האט אים צוגעזאגט ארץ ישראל לו ולזרעו אחריו, און ער בהשגת שכלו האט געזען מיט די שטערנס אז ער וועט נישט האבען קיין קינדער, און דאך האט ער געגלייבט באמונה פשוטה, און אויף דעם זאגט די פסוק והאמין בה' ויחשבה לו צדקה.

און איין ווארט, דער ראש החוקרים אברהם אבינו , וואס איז זיין מעלה? אמונה פשוטה!
די זעלבע זאגט ער איז געווען די סיבה ביי מתן תורה אז ס'איז געווען 'רואים את הנשמע' צו לערנען כלל ישראל א. אפילו יעצט זענען זיי אין די בחינה פון רואים, זיי זעהן בחוש מציאות אלוקים, זאלן זיי וויסען אז ס'דארף זיין את הנשמע -אמונה מצד השמיעה.

איינער האט דא מגיב געווען אז דער גוי גלייבט דאך אויך וואס זיין טאטע וכו'.באמת פארשטיי איך נישט, ובכן גלייבט ער יא אדער גלייבט ער נישט, למאי נפקא מינה. יהי להם אשר להם ואנחנו בשם ה' נזכיר.
א אנדערע האט געשריבען אין ענגליש אז חסידים קען מען נישט גלייבן ווייל זיי פארקויפן שקרים פאר די קינדער, פאר א ווערטל איז דאס זייער גוט, אבער ערנסט גערעדט, האלסטו טאקע אז יעדער פארקויפט שקרים פאר זייערע קינדער, און חוץ מזה קען מען דן זיין וואס שקר מיינט, ועוד יש מקום להאריך בזה אבל אין הפנאי אתי כעת.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

כתר מלכות האט געשריבן:אחד, קודם כל דארף מען וויסען אז די הייליגע צדיקים איז כל דבריהם ברוח הקודש נאמרו, און מיר זענען עפר תחת כפות רגלם, איי דו פארשטייסט נישט פונקטליך וואס ער זאגט, נו אביסעלע אמונת צדיקים. (מצד השמיעה והקבלה).

אבער בעצם זאגט ער בערך דאס וואס דו זאגסט. ער רעדט דאך פון אברהם אבינו און דאס איז זיכער אז אברהם האט חוקר געווען מציאות השם, אבער נאכדעם האט ער געגלייבט אפילו בלי הבנה, ער רעדט דארט פון די ברית בין הבתרים ווען השי"ת האט אים צוגעזאגט ארץ ישראל לו ולזרעו אחריו, און ער בהשגת שכלו האט געזען מיט די שטערנס אז ער וועט נישט האבען קיין קינדער, און דאך האט ער געגלייבט באמונה פשוטה, און אויף דעם זאגט די פסוק והאמין בה' ויחשבה לו צדקה.

און איין ווארט, דער ראש החוקרים אברהם אבינו , וואס איז זיין מעלה? אמונה פשוטה!
די זעלבע זאגט ער איז געווען די סיבה ביי מתן תורה אז ס'איז געווען 'רואים את הנשמע' צו לערנען כלל ישראל א. אפילו יעצט זענען זיי אין די בחינה פון רואים, זיי זעהן בחוש מציאות אלוקים, זאלן זיי וויסען אז ס'דארף זיין את הנשמע -אמונה מצד השמיעה.

איינער האט דא מגיב געווען אז דער גוי גלייבט דאך אויך וואס זיין טאטע וכו'.באמת פארשטיי איך נישט, ובכן גלייבט ער יא אדער גלייבט ער נישט, למאי נפקא מינה. יהי להם אשר להם ואנחנו בשם ה' נזכיר.
א אנדערע האט געשריבען אין ענגליש אז חסידים קען מען נישט גלייבן ווייל זיי פארקויפן שקרים פאר די קינדער, פאר א ווערטל איז דאס זייער גוט, אבער ערנסט גערעדט, האלסטו טאקע אז יעדער פארקויפט שקרים פאר זייערע קינדער, און חוץ מזה קען מען דן זיין וואס שקר מיינט, ועוד יש מקום להאריך בזה אבל אין הפנאי אתי כעת.

טאקע כדי שלא תטעה, האב איך מדגיש געווען אז עס איז נישט דא אזא מושג ווי אמונה פשוטה, אברהם האט חוקר געווען עד ששכלו מגעת, און פון דארט און וויטערהאט געגלייבט אדער גאר מכריח געווען אז זיין שכל איז מוגבל און גאט נישט, אבער אמונה פשוטה מהו?, ער האט דאך גאוואוסט וואס ער קען יא פארשטיין און וואס נישט, איי וועסטו מיר זאגען אז נאכדעם וואס ער איז צוגעקומען צו די נקודה וואס האט אים אויפגעוויזען אז זיין שכל איז מוגבל איז ער אפגעפאלן פון אלע זיינע חקירות, חס מלהזכיר, זיין גאנצע הכרח אז ער איז א מוגבל איז פון די אלע חקירות ביז די נקודה וואס ער פארשטייט נישט, ועוד אויב די אלע חקירות ביז דער נקודה האט מכריח געווען אז ער נישט קיין מוגבל, איז דאך מוכרח אז ביז אהין איז ער נישט קיין מוגבל, און אויב האלט ער אז ער איז א מוגבל און ערשטע שכל אויך איז עס א פאלשע אמונה, כמש''כ לעיל, וגם עי' בהמשל שנתתי לעיל לו יצוייר שהשכל הוא כעין מדריגות, וכו'
בקיצור, דאס צו זאגען אז עס איז פארהאנען אזא סארט סטרעיט פוינט ווי אמונה פשוטה, אן קיינע חקירות, האט נישט קיין דעקונג און די יידישע רעליגיע, און עס איז נישט מער ווי א היתר אז מען דארף.נישט זיין א ריכטיגער מאמין.
ומש''כ בנוגע הצדיקים, אזא געוואגטער היתר דארף האבן מער דעקונג וואו דעם, ועוד אולי היה רק תקנה לדורות חלשים, אבל אי''ז טיב האמונה ודו''ק כי קצרתי
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

זאל_זיין האט געשריבן:אז איינער "גלייבט" אן עכט פארשטיין און וואס ער גלייבט, עטליסט האבען א מושג אין וואס ער גלייבט, הייסט נישט אז ער האט אמונה


מקור? הסבר?
גם אני בדרכך אלך און דיר אפווענדן אן געבן א הסבר, די רעדסט נישט צום דבר.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

kliger האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן: אבער אאמונה מצד השמיעה והקבלה, גלייבט דאך ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, און זיין טאטע גלייבט ווייל זיין טאטע האט געגלייבט, אזוי גייט דאס אריף ביז מתן תורה,
דאס האט אויך דער קריסט און דער אראבער און די איבריגע 40,000 רעליגיעס


who cares?? גענוג אז איך ווייס אז זיי פאפען זיך, און אז איך ווייס דעם אמת.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ימי קדם האט געשריבן:ער, זעהנדיג, און פארשטייענדיג וואס איך טראכט, זאגט ער מיר דו לאכסט? מציאות ווייזט אז עס ארבעט!! פון אלע חסידישע מקומות, האט ויזניץ מאנסי ( פערצענטאול) די ווייניגסטע אפגעפארנע (מען רעד פון גענצליך אפגעפארן OTD) די ווייניגסטע אפיקורסים, ממש מען קען ציילן אויף איין הענט וויפל פון די איבער 3,000 תלמידים וואס האבן געלערנט אינעם רבינ'ס ישיבה די לעצטע פופציג יאר ( די ישיבה אין מאנסי האט זיך געפענט תשכ''ד) זענען אראפ פון וועג, און נאך ווייניגער אפענע אפיקורסים.

דאס איז לכאורה - אויב ריכטיג - א שטארקע אבזערוואציע. אבער אויב מען וויל דאס מאכן אלס א געהעריגע סייענטיפישע שטודיע, דארף מען נעמען נאך אסאך דעטאלן אין באטראכט. צום ביישפיל, אין סקווער פרעדיגט מען אויך אמונה פשוטה? אויב יא, פארוואס דארט זענען יא דא אסאך אפגעפארענע? אפשר איז דא אן אנדערע ספעציעלע מדה אין וויזניץ וואס האלט די יוגנט אין די ראמען?
איך פערזענליך קלער אז וויזניץ האט א געוויסע פשטות און אמת'דיגקייט און נאטורליכע תמימות וואס דאס ברענגט אז ווייניגער זאלן אוועקפאלן. דהיינו, די אמונה פשוטה איז נישט קיין סיבה, ס'איז א סימן, ודוק.
האדם לא נברא אלא להתענג
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, אברהם'ס אמונה באציט זיך אויף גלייבן דעם אויבערשטן אז ער וועט האלטן ווארט, און דאס מיינט מער ווייניגער אמונה אין גאנץ תנ"ך. ווען אברהם גלייבט ווען אין די אמונה פשוטה צוגאנג וואלט ער געדינט עבודה זרה (מסתמא די גרעסטע געטשקע וואס האט צוהאקט די איבריגע) און כלל ישראל וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

אמונה, בפרט היינט צוטאגס, איז זייער א הייקעלער ענין, עס איז א חסד ה' יעדער וואס האט די מתנה, לויט די ראשונים איז דאס א ניצוץ א נקודה בלב איש הישראלי וואס דער בוכ"ע האט נוטע געווען. מען ברויך אסאך רחמים אויף די קינדער און אפילו אויף זיך מען זאל נישט פארלירן חלילה די אמונה, און אמונה פשוטה איז פרואווד די מערסטע סוקסעספול, נאך מימי החסיד יעב"ץ ז"ל. אמונה פשוטה מיינט נישט איינבאמבלען קיין שטותים, עס מיינט פשוט אמונה בה' ובתורתו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יאיר האט געשריבן:איך פערזענליך קלער אז וויזניץ האט א געוויסע פשטות און אמת'דיגקייט און נאטורליכע תמימות וואס דאס ברענגט אז ווייניגער זאלן אוועקפאלן. דהיינו, די אמונה פשוטה איז נישט קיין סיבה, ס'איז א סימן, ודוק.

וכמאמר הכתוב, אין שכל אין דאגות.

למעשה האט איר לכאורה פארזעהן די אמת'ע טעם פארוואס אין וויזני'ץ איז דא וויניגער אפגעפארענע. (בהנחה אז די סטאטיסטיק איז בכלל ריכטיג). עס איז פשוט אז דאס איז וויבאלד כידוע איז וויזניצ'ער רבי שליט"א שטארק מקפיד אז די פאות זאלן נישט וואקסען לענגער פון דער שיעור, וויבאלד ווען עס איז לענגער פון שיעור ברענגט דאס קליפות, און די קליפות זיי ברענגען אריין ספיקות אין אידישע הערצער. כידוע כל זה פון פארצייטישע צדיקים.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט