פארוואס זענען מיר אזוי ציניש?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל

פארוואס זענען מיר אזוי ציניש?

שליחה דורך יאיר »

החכם הכולל @יידל האט לעצטנס פעסטגעשטעלט אין א וויסנשאפטליכע שטודיע וואס ער האט דורכגעפירט אז עס זענען פארהאן חשוב'ע אידן וואס האלטן זיך אפ פון שרייבן אויף קאווע שטיבל בלויז צוליב דעם וואס זיי האבן מורא פון די גייסט פון ציניזם (אכטונג, נטורי קרתא עסקן, נישט ציוניזם) וואס הערשט דא. (ע"כ דבריו, מכאן ואילך דברי המפרש) דהיינו, ער וועט זיך אפמוטשען און דורכטראכטן א רעיון וואס עס ליגט אים שוין אין קאפ לאנגע יארן און ער האט זיך קיינמאל נישט געוואגט צו זאגן הויך, ענדליך איין צופרי שטייט ער אויף פארטאגס, ער מאכט זיך א קאווע און ער קומט אויף קאווע שטיבל וואו אפיציעל קען מען דא זאגן וואס מען וויל און ווי אזוי מען וויל. ער ספענדט א שעה צוויי פארמולירן דעם געדאנק און עס אראפשרייבן מיט יגיעה, און דאן מיט ציטערדיגע הענט דרוקט ער דעם שיק קנעפל. א מינוט שפעטער קומט ער שוין צוריק נערוועזערהייט זען אויב ער האט באקומען עפעס לייקס אדער גאר, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אן אמת'ער קאמפלימענט. גייט אדורך עטליכע שעה, צוויי נאכמיטאג רוקט זיך אן אן אויסגעשלאפענער יאיר, און עפענט קאווע שטיבל, גיבט א בליק דורך וואס דער נייער ניק האט געשריבן (א נייער אנשיקעניש?) עפעס וועגן ווי אזוי מען קען פארמיידן או טי די (שוין ווייטער די זעלבע אויסגעדראשענע טעמע) דורך טון די מיטל, ווי למשל שמירן חרוסת מיט טשאלנט אויפ'ן אויער פון אלס יונג קינד וואס איז מסוגל אויף יראת שמים, וואס קען מורא'דיג העלפן (סתם שטותים, ס'וועט נאר ברענגען דאס פארקערטע, ווי אלע שטודיעס - לינק-ארויס-פון גוגל - באשטעטיגן). און בומס, מען קלאפט זיך אפ אפאר צינישע באמערקונגען, פארגעסט נישט צו געבן א שלום עליכם און א פריינטליכער קלאפ אויפ'ן רוקן, העי קום זעץ זיך מאך זיך באקוועם. און דער ארימער ניק גייט ארויס בבושת פנים. דערנאך קומט אן לעיקוואוד, און כ'וויל נישט צוענדיגן די מעשה כדאי נישט צו עפענען פרישע וואונדן.

גראדע איז יאיר גערעכט, דער לינק זאגן טאקע מפורש יוצא מפי הכהן הגוגל אז אין ערטער וואו מען איז זיך נוהג אין די חרוסת טשלאנט אויער סגוהל איז פארהאן מער או טי די'ס פראצענטועל, אבער פארוואס דארף יאיר מאכן אזא צינישע באמערקונג. ווי למשל, מיינסט טאקע דאס וועט ארבעטן, קוק נאר ווי דיינע ווערטער אליין זענען זיך סותר מיניה וביה. טשאלנט איז געמאכט פון באנדלעך און חרוסת פון ליים, און ווען מען מישט צאם די צוויי ווערט געשאפן א נוקלעארע רעאקציע וואס וועט אויפרייסן ביז טשערנאביל און יעדער וועט זיך איבערצייגן אז סגולות זענען נישט אמת און מען וועט אראפ פון וועג. אדער, יא, מורא'דיג. מען וועט מישן חרוסת מיט וואס נאר? און אלע או טי די'ס איינס ביי איינס וועלן קלאפן על חטא און זיך אומקערן צו אבינו שבשמים. ביקורת המקרא און אבולוציה וועלן אויפהערן עקזיסטירן, די וועלט וועט ווערן יונגער מיט פופצן ביליאן יאר, און אפגערעדט אז קיינער וועט נישט האבן קיין נסיונות פון סתם אנצינדן א לייט אום שבת אדער גיין אין קלאב. און כאילו דו אליין ווייסט בכלל פון וואס דו רעדסט. טו קודם אביסל ריסורטש פאר דו קומסט דא אפמאלן דיינע אויסגעגאסענע נעגל וואסער.

איר זעט ווי איך האב מיך דא בלא יודעים אריינגעלאזט אין דעם צינישן געדאנקען גאנג?

איך האב א שטיקל סברא פון וואו דאס קומט, קודם לאזט מיר הערן וואס איר זאגט. אבער ביטע. נישט ציניש. א דאנק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר