איר זענט איינגעלאדענט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
איר זענט איינגעלאדענט
איר זענט געלאדענט צים חתונה וואס איך מאך פאר הכלה הבתולה המהוללה וואס גייט פארקומען אין זייל פון.. אקעי אריין און מיסט..
אויב האט איר שוין אמאל חתונה געמאכט, ווייסט איר פון וואס איך רעד, איינס פון דו גרעסטע טילטולי הנפש, קיינער האט דערפין נישט קיין הנאה, דעיס איז דאך לאו להנות נתנו, דעיס איז א מיז, ווייל דער מיט יענער העצעך באליידיגען, דעיס משוגעת גייט שוין אן זינט אידען זענען אראף פון עלעס איילאנד, א מנהג שטות, מען באצאלט משיגענע ציפערן, פּאָסט קאסט מינימום פיפציג צענט א שטיקל, א גזירה וואס מען קען זיך נישט אויסלייזן מיט געלט, דעיס איז א מצוה שבגיפו, מען ברויך אוועק געיבן גאנצע נעכט, וויפיל מען שרייבט איז נאך חצי תאוותו בידו, מען האלט אלץ ביי ווייניגער ווי פיפציג פראצענט, סטעמפס גיסן זיך ווי וואסער, מען דערמאנט זיך אלץ נאך א נאמען פין איינעם וואס וואלט זיך זיכער שטארק באליידיגט, ביי דו חתונה דרייען זיך מחותנים ווי פארסאמטע מויזן, אוי כ'האב אים פארגעסן צו ריפן, טאמער איז דער יעיניגער א שמחה קרעשער, גייט ער צים מחותן און רוימט'ם אריין אינעם רעכטן אויער, אז א גיטע חזר קימט אימגעריפן, כככ.
אלע ביטערע גזירות וואס גאט האט אינז ארויף געיאכט, ווייל מיר האבן געזינדיגט מיטן עץ הדעת, איז דא דער כלל וחטאיך בצדקה פרוק, אלע ביטערע גזירות איז פארענטפערט, ווען מען שוועיבט א צוואנציגער, אלעס איז דערנאך דו גזירה ווערט גלייך בטל, למשל היינט אינדערפרי קימט מיר א אינגערמאן צו ציפרי און קייכט פאר געוויין אז זיין ווייב גייט שטארבן פאר דעי אדער יענע מעשה, און ער אליינס באזיכט שוין זיין חלקה צוויי מאל א יאר, ער זידט מיט טרערן, אבער פלא פלאים, אזוי ווי איך לייג נאר אריין מיין האנט און קעשענע, איז ער שטיל ווי גלייך ער האט אקאראט אויסגעפויעלט א ישועה, אויב נעם איך א שענערע מטבע, ווערט ער גאר פריילעך מיט א שמייכל, אזוי ווי איך וואלט געליייגט באלזאם אויף זיין וואונד, אבער ער פארלירט זיך נישט, איין סקונדע דערויף פרעיגט ער צו איך וויל מוסף זיין, איך ווייז אים מיין נחש הקדמוני, ווערט ער גלייך ציריק ציבראכן ווי שנארבל, און חוזר חלילה מיט מיין שכן, אבער דער גזירה איז אלעס מיט געלט א קרוב.
אבער אינוויטעישן'ס, איז א בראך, ארעם ווי רייך גייען דעים ביטערען פיל אראפ שלינגען, יעדע האנדעלט זיך איין א אנשי שלומינו ביך, ביזנעס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]'טרי דרימלט איין אויף יעדען בלאט כאטש איין מאל, פארגעסט ווי ער האט געהאלטן, עס צימישט זיך, מיז אנהייבן נאך אמאל פינעם לעצטען טשעק, ביידע מחותנים ציגלייך, פיינע מענטשען שיקן ליסטעס איבער ציקיקן, ס'מיינט נאך ארבייט, עס העלפט נישט א מיליאן און באנק, ער קען זיין א פרוץ וואס פארוואלטעט אויף פילע וועלדער און גיטער, גייט דורך דעים זעלבען פראצעדאר.
ווען מיר האבן שכל און מיר זענען עס מבטל, וואלט יעדער הנאה געהאט, יעדער וואלט אפגעאטעמט, געקענט גיין נאך געלט מיט א ריאיגען געמיט איז מיר איין זרעילי מסביר, וואס איז שלעכט מיטן דבר יום ביומו, עס קימט ארויס טאג נאך טאג, און פאר דו וואס זענען פארגעשריטן רח"ל באקימען עס אויף בליץ פאסט, קען מיר איינער מסביר זיין, הלמאי מיר קענען זיך נישט אויס קאטשקענען פון דעי נערישקייט, שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו, ווער ווערט א נעבעך אויב שיקט מען נישט, דו ערנסטע פאריקטע האבן א חומרה, אז היות אויב שרייבט מען עס אויף קאמפיוטער קיקט עס אויס קאמערשל, שרייבט מען יעדען פריקן איינלאדענינג מיט דו האנט, קען זיך איינער פארשטעלן וואס דער פארפייניגטער טראכט אויף יעדען נאמען, לא עלינו ווי משוגע אינזער כלל איז, איך שעים זיך פשוט פון מיר אליינס.
אויב איינער האט שוין אויף הוצאות החתונה, און ער קען שוין מאכן שבת שבע ברכות ווי א בעל בית אינעם זייל פון ויואל משה וואס איז אינטער שמח תשמח, ער שיקט אויך א ריטערן קארד רח"ל, ווייל דעיס לייגט אים אריין און א ליניע צווישען דו גאר גרויסע לייט, ווי אזוי קען זיין אז מען האט נאך נישט ציגעטראפן אז קיינער שיקט נישט ציריק דעים ריטערן קארד, מען לייגט נאך ארויף דעים סטעמפ דערויף, כאילו מען שטייט און ווארט דערויף אזוי ווי אויף משיח, ני שיק שוין ציריק איך מיז דאך זאגען פארן קעיטערער וויפיל ראציאנען צו באשטעלן, אין דו איבריגע פערדס קעפ צווישען אינז, וואס שיקן נישט דעים ריטערן קארד, זענען נאך אלץ נישט סתם אזוי פטור, יש קאמפלעקס בישראל, וואס הייסט דו שיקסט מיר נישט קיין ריטערן קארד דו חיה, אה ווייסט פארוואס, דא קימט אריין טאלאנט פון א גריימער, מיט א הומאר פון חוש, קרטית חזריי אין אנו שולחים.. כי להופעסכם אנו מחקים, אה נאך איין מזל, ווייל איך האב עס געזיכט, ביז איך האב געליינט ביזן לעצטען שורה, בין איך געוועין און כעס, כ'האב געהאקט און טיש, ווי איז מיין קארטל ציריק צו שיקן, און יעצט זעי איך שלהופעסכם מחקים, בין איך א אנדערער מאן.
איינער וואס האט געקלערט אז ער וויל זיך דאס נישט אינטערנעמען אזוי קלאר, אז אי"ה ביום שמחתכם נעם איך זיך אינטער צו באשיינען דיין שמחה, עס איז דאך גרויסע שאלה, עס קיקט דאך אויס ווי א תנאי כפול, האט צינזאם געריפן כל חכמי כעלעם, ביז מען איז אויפ געקימען מיט א שפיצעל, וואס האט גענימען יארן ארויפציקעמען אויפן געניאלקייט פינעם ווארט, ישמח ליבי גם אנו, בעירך ווי יענער זאגט כ'האב געהאלטן א פיגי, האסט נישט געזעין, מיר זענען אים דאנקבאר לעולם ועד, ער קריגט דעים נאבעל פיעס פרייז, פארן אפראטעווען דורות פון ליגענט זאגערס.
אויך קען מיר אולי איינער מרמז זיין דעים סוד נסתר פון עפעס א געמויזעכץ וואס איז מרמז בסוד דעים ערשטען אות פון דו נאמען פינעם חתן כלה און דעים ערשטן אות פינעם לעצטן נאמען, קיינער פארשאפט נישט דעים פאריקטן מנהג שוטה אינטער צוויי הינדערט פיפציג טאלער, יעדער איינער טיט דאס ווי עס וואלט געוועין א מצות עשה, וואספארא א קראנקער מנהג איז אז מען קען אינז פירן ווי אינז זענען פאריקט, קען מען נישט שילדיג זיין פיפציג אלפים נאר אויב מען האט א מאנאגראם, וואס זענען מיר קעיניגן אליזעביטש, וויפיל איז אינזער איי קיו, אז מיר כאפן נישט אז מיר זענען נישט נארמאל מער, מיר זענען ראבאטן, איינער האט געמיינט אז ער איז קיל האט ער געמאכט א מאנאגראם, און מיר זענען שילדיג פיפציג יאר שפעיטער, מיר קענען דאס נישט סטאפן,
יעדער איינער, ווי מיר האבן וועין איין מוח, לאדענען מיר איין אויפן זעלבען וועיג, אך און וויי אויב איין ווארט איז משונה איז נישט דא קיין חתונה, מען הייבט אן מיט נעלה את ירושלים על ראש שמחתי, יש אומרים שמחתינו, שירה צוויי עוד ישמע בערי יהודה... עס זענען דא משפחות וואז זענען מקפיד צו מאכן דעים ערשטן שורה רינדיג זכר לקבר רחל, דו שורה וואס שטייט קול ששון וקול שמחה איז לכל הדיעות שוין גראד, ברוב תודה מתכבדים בלע בלע, יעדער איינער שרייבט אזוי א ווארט אראפ אדער ארויף, אבער אינטער דעי ברוב תודה ליגט איין הארץ פעילער אדער חובות, א חתן כלה א רחמנות ווערט ארויס געשטויסן פון א דורה, ווי א מלך און א בונקער אריין, דעיס איז בלי יוצא מן הכלל, אבער דער טאטע מאמע פרייען זיך, יעדער מיטן וויץ עטרת זקנים בני בנים גם אנו, גיי פארשטיי ווער האט זיי געפרעיגט וואס זאלען זיי נישט פריילעך זיין, וואס האבן זיי צישטייער געגעיבן, זענען זיי אויפ געוועין איין נאכט און צילייגען א פינגער און שרייבן איין אינוויטעישן.
הכלה הבתולה המהוללה, הבחור החתן המיפלג בטויאש, ווי אזוי קען נישט דער בחור א זעצער נישט אויסטרעפן עפעס א טויש אינעם נוסח, כאטש איין מאל א יאר, אויך א מנהג טוב לבייש את מי שאין לו, טאמער איז עס א זווג שני, חלילה נישט נכשל ווערן און א ליגן, שרייבן בתולה, ווען לעולם האט זו מער נישט קיין איזעיס, זו איז דאך א ריטערן, צווייט האנטיג, מיזן מיר דאס אויסריפן לכל באי שער עירו אז נבלה עשה בישראל, זו איז נאר א הכלה המהוללה, כן יאבדו ..
אויב אימעצער איז א שטיקל שיינער איד און האט מער צייט זיך ארים צישפילן, ליידענט איין אלע זיידעס פון עולם הבא, אזוי ווי עס פאסט, ער פילט אן דעים איינלאדענינגס בריוו, מיט גראמען וואס עס פאסט נאר פאר זיין שורש נשמה, און פאר זיין מחותן זאגט ער זאל זיך מוחל זיין זיכן אייגענע גריימען, פאר זיין שורש נשמה, מען קען אויס מישן זיידעס, הישמע כזאת, ס'קען שאטן עין הרע, חלילה מען זאל נישט געפריווט ווערן.

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
פרישער WOW WOW WOW
איייין זאח האסטי פארגעעסון צי שראבין. דעי נאיע מינהיג - בעממעס איז עס נישט אזוי ניי - פון שראבין די אלע מיליאנע זאיידעס אין עלטער זאיידעס פון דע מעכיטאנים. נינוה ונעכטן להרצק הקרש מ <ENTER NAMES OF AT LEAST TEN POLISH TOWNS> זיחרוני ללה"ה. אין ח"ו נישט פארגעסן צילאייגין "ולמעלה בקודש", אויב נישט קען מען עפשר אויבר זיין אויף מורידין בקודש. וואסיז ראנג מיט אינז?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
וואס איז דאס משוגעת אז רעבישע לייגן די מיידל זייערע ערשט פארן חתן? איבעראל איז מען פרום אחוץ דא? יש לתרץ בצוחק אז די חתן זאל וויסן און שעצן די מיידל ווייל זי איז מער הייליג און רעביש ווי אים, זי האט מער רבי בלעטליך אויפן צדיק כתמר בוים. זי איז די פיוטשער רעבעצין, וואס מיינט זי איז בעל הבית.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס איז דאס משוגעת אז רעבישע לייגן די מיידל זייערע ערשט פארן חתן? איבעראל איז מען פרום אחוץ דא? יש לתרץ בצוחק אז די חתן זאל וויסן און שעצן די מיידל ווייל זי איז מער הייליג און רעביש ווי אים, זי האט מער רבי בלעטליך אויפן צדיק כתמר בוים. זי איז די פיוטשער רעבעצין, וואס מיינט זי איז בעל הבית.
דו האסט צוגעטראפן צו דו מלבים'ס פשט פארוואס עס שטייט אמאל ושתי המלכה, און אמאל המלכה ושתי, ע"ש
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
פרישער האט געשריבן:אויב האט הכלה הבתולה המהוללה, הבחור החתן המיפלג בטויאש, ווי אזוי קען נישט דער בחור א זעצער נישט אויסטרעפן עפעס א טויש אינעם נוסח, כאטש איין מאל א יאר, אויך א מנהג טוב לבייש את מי שאין לו, טאמער איז עס א זווג שני, חלילה נישט נכשל ווערן און א ליגן, שרייבן בתולה, ווען לעולם האט זו מער נישט קיין איזעיס, זו איז דאך א ריטערן, צווייט האנטיג, מיזן מיר דאס אויסריפן לכל באי שער עירו אז נבלה עשה בישראל, זו איז נאר א הכלה המהוללה, כן יאבדו.
דאס גאנצע איז מתוק מדבש, אבער די שטיקעל איז עפעס סאמטיניג..
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- בשבילי!
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואס איז דאס משוגעת אז רעבישע לייגן די מיידל זייערע ערשט פארן חתן? איבעראל איז מען פרום אחוץ דא? יש לתרץ בצוחק אז די חתן זאל וויסן און שעצן די מיידל ווייל זי איז מער הייליג און רעביש ווי אים, זי האט מער רבי בלעטליך אויפן צדיק כתמר בוים. זי איז די פיוטשער רעבעצין, וואס מיינט זי איז בעל הבית.
ווייל דאס איז 'זיין' איינלאדענונג און ווען דער רבי גיבט א טאכטער לייגט ער איר ערשט ווייל ער מאכט איר חתונה, אויב גיבט ער א זון לייגט ער דעם חתנ'ס נאמען ערשט
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
פרישער, געוואלדיג! שפתים ישק! (נישט די ניק). אבער גראדע האט זיך שוין דער עולם אביסל דערוועקט לעצטנס, און עס מערן זיך מענטשן וואס שיקן טאקע נישט קיין חתונה-בריוולעך.
אז מען רעדט שוין האב איך נאך א טענה אויף די בריוולעך. איך באקום פאריגע וואך א בריוול אז איך בין געלאדענט צו די חתונה, די מחותנים האבן פערזענליך אונטערגעשריבן זייערע נעמען, יודא ארי' ווייס מיט יצחק חנני' יו"ט שווארץ (נעמען פיקטיוו). עס האט מיר גענומען עטליכע מינוט צו כאפן אז דא רעדט מען פון מיין חבר לייבי ווייס וואס האט זיך טאקע משדך געווען מיט אייזיק ליפא שווארץ.
כ'מיין, וואס איז דאס? עפעס א כתובה וואו מען דארף מקפיד זיין אז דער נאמען זאל זיין פונקט אויסגעלייגט אזוי ווי מען האט עס געזאגט ביים ברית?
שרייב דיין געהעריגן נאמען מיט וואס דו ביזט באקאנט ביי דיינע ארומיגע.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך בין אממערסטנסט אימפרעסד גווארן פון דעם פאראגראף. דער רעיון וואס דא שטייט איז אזוי אריגינעל און טיף אז איך הייב אן חושד זיין אז איך ווייס ווער דער פרישער איז, און אויך זיין אנדערע ניק דא...
פרישער האט געשריבן:אלע ביטערע גזירות וואס גאט האט אינז ארויף געיאכט, ווייל מיר האבן געזינדיגט מיטן עץ הדעת, איז דא דער כלל וחטאיך בצדקה פרוק, אלע ביטערע גזירות איז פארענטפערט, ווען מען שוועיבט א צוואנציגער, אלעס איז דערנאך דו גזירה ווערט גלייך בטל, למשל היינט אינדערפרי קימט מיר א אינגערמאן צו ציפרי און קייכט פאר געוויין אז זיין ווייב גייט שטארבן פאר דעי אדער יענע מעשה, און ער אליינס באזיכט שוין זיין חלקה צוויי מאל א יאר, ער זידט מיט טרערן, אבער פלא פלאים, אזוי ווי איך לייג נאר אריין מיין האנט און קעשענע, איז ער שטיל ווי גלייך ער האט אקאראט אויסגעפויעלט א ישועה, אויב נעם איך א שענערע מטבע, ווערט ער גאר פריילעך מיט א שמייכל, אזוי ווי איך וואלט געליייגט באלזאם אויף זיין וואונד, אבער ער פארלירט זיך נישט, איין סקונדע דערויף פרעיגט ער צו איך וויל מוסף זיין, איך ווייז אים מיין נחש הקדמוני, ווערט ער גלייך ציריק ציבראכן ווי שנארבל, און חוזר חלילה מיט מיין שכן, אבער דער גזירה איז אלעס מיט געלט א קרוב.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
פרישער האט געשריבן:איר זענט געלאדענט צים חתונה וואס איך מאך פאר הכלה הבתולה המהוללה וואס גייט פארקומען אין זייל פון.. אקעי אריין און מיסט..
אויב האט איר שוין אמאל חתונה געמאכט, ווייסט איר פון וואס איך רעד, איינס פון דו גרעסטע טילטולי הנפש, קיינער האט דערפין נישט קיין הנאה, דעיס איז דאך לאו להנות נתנו, דעיס איז א מיז, ווייל דער מיט יענער העצעך באליידיגען, דעיס משוגעת גייט שוין אן זינט אידען זענען אראף פון עלעס איילאנד, א מנהג שטות, מען באצאלט משיגענע ציפערן, פּאָסט קאסט מינימום פיפציג צענט א שטיקל, א גזירה וואס מען קען זיך נישט אויסלייזן מיט געלט, דעיס איז א מצוה שבגיפו, מען ברויך אוועק געיבן גאנצע נעכט, וויפיל מען שרייבט איז נאך חצי תאוותו בידו, מען האלט אלץ ביי ווייניגער ווי פיפציג פראצענט, סטעמפס גיסן זיך ווי וואסער, מען דערמאנט זיך אלץ נאך א נאמען פין איינעם וואס וואלט זיך זיכער שטארק באליידיגט, ביי דו חתונה דרייען זיך מחותנים ווי פארסאמטע מויזן, אוי כ'האב אים פארגעסן צו ריפן, טאמער איז דער יעיניגער א שמחה קרעשער, גייט ער צים מחותן און רוימט'ם אריין אינעם רעכטן אויער, אז א גיטע חזר קימט אימגעריפן, כככ.
אלע ביטערע גזירות וואס גאט האט אינז ארויף געיאכט, ווייל מיר האבן געזינדיגט מיטן עץ הדעת, איז דא דער כלל וחטאיך בצדקה פרוק, אלע ביטערע גזירות איז פארענטפערט, ווען מען שוועיבט א צוואנציגער, אלעס איז דערנאך דו גזירה ווערט גלייך בטל, למשל היינט אינדערפרי קימט מיר א אינגערמאן צו ציפרי און קייכט פאר געוויין אז זיין ווייב גייט שטארבן פאר דעי אדער יענע מעשה, און ער אליינס באזיכט שוין זיין חלקה צוויי מאל א יאר, ער זידט מיט טרערן, אבער פלא פלאים, אזוי ווי איך לייג נאר אריין מיין האנט און קעשענע, איז ער שטיל ווי גלייך ער האט אקאראט אויסגעפויעלט א ישועה, אויב נעם איך א שענערע מטבע, ווערט ער גאר פריילעך מיט א שמייכל, אזוי ווי איך וואלט געליייגט באלזאם אויף זיין וואונד, אבער ער פארלירט זיך נישט, איין סקונדע דערויף פרעיגט ער צו איך וויל מוסף זיין, איך ווייז אים מיין נחש הקדמוני, ווערט ער גלייך ציריק ציבראכן ווי שנארבל, און חוזר חלילה מיט מיין שכן, אבער דער גזירה איז אלעס מיט געלט א קרוב.
אבער אינוויטעישן'ס, איז א בראך, ארעם ווי רייך גייען דעים ביטערען פיל אראפ שלינגען, יעדע האנדעלט זיך איין א אנשי שלומינו ביך, ביזנעס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]'טרי דרימלט איין אויף יעדען בלאט כאטש איין מאל, פארגעסט ווי ער האט געהאלטן, עס צימישט זיך, מיז אנהייבן נאך אמאל פינעם לעצטען טשעק, ביידע מחותנים ציגלייך, פיינע מענטשען שיקן ליסטעס איבער ציקיקן, ס'מיינט נאך ארבייט, עס העלפט נישט א מיליאן און באנק, ער קען זיין א פרוץ וואס פארוואלטעט אויף פילע וועלדער און גיטער, גייט דורך דעים זעלבען פראצעדאר.
ווען מיר האבן שכל און מיר זענען עס מבטל, וואלט יעדער הנאה געהאט, יעדער וואלט אפגעאטעמט, געקענט גיין נאך געלט מיט א ריאיגען געמיט איז מיר איין זרעילי מסביר, וואס איז שלעכט מיטן דבר יום ביומו, עס קימט ארויס טאג נאך טאג, און פאר דו וואס זענען פארגעשריטן רח"ל באקימען עס אויף בליץ פאסט, קען מיר איינער מסביר זיין, הלמאי מיר קענען זיך נישט אויס קאטשקענען פון דעי נערישקייט, שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו, ווער ווערט א נעבעך אויב שיקט מען נישט, דו ערנסטע פאריקטע האבן א חומרה, אז היות אויב שרייבט מען עס אויף קאמפיוטער קיקט עס אויס קאמערשל, שרייבט מען יעדען פריקן איינלאדענינג מיט דו האנט, קען זיך איינער פארשטעלן וואס דער פארפייניגטער טראכט אויף יעדען נאמען, לא עלינו ווי משוגע אינזער כלל איז, איך שעים זיך פשוט פון מיר אליינס.
אויב איינער האט שוין אויף הוצאות החתונה, און ער קען שוין מאכן שבת שבע ברכות ווי א בעל בית אינעם זייל פון ויואל משה וואס איז אינטער שמח תשמח, ער שיקט אויך א ריטערן קארד רח"ל, ווייל דעיס לייגט אים אריין און א ליניע צווישען דו גאר גרויסע לייט, ווי אזוי קען זיין אז מען האט נאך נישט ציגעטראפן אז קיינער שיקט נישט ציריק דעים ריטערן קארד, מען לייגט נאך ארויף דעים סטעמפ דערויף, כאילו מען שטייט און ווארט דערויף אזוי ווי אויף משיח, ני שיק שוין ציריק איך מיז דאך זאגען פארן קעיטערער וויפיל ראציאנען צו באשטעלן, אין דו איבריגע פערדס קעפ צווישען אינז, וואס שיקן נישט דעים ריטערן קארד, זענען נאך אלץ נישט סתם אזוי פטור, יש קאמפלעקס בישראל, וואס הייסט דו שיקסט מיר נישט קיין ריטערן קארד דו חיה, אה ווייסט פארוואס,דא קימט אריין טאלאנט פון א גריימער, מיט א הומאר פון חוש,קרטית חזריי אין אנו שולחים.. כי להופעסכם אנו מחקים, אה נאך איין מזל, ווייל איך האב עס געזיכט, ביז איך האב געליינט ביזן לעצטען שורה, בין איך געוועין און כעס, כ'האב געהאקט און טיש, ווי איז מיין קארטל ציריק צו שיקן, און יעצט זעי איך שלהופעסכם מחקים, בין איך א אנדערער מאן.
איינער וואס האט געקלערט אז ער וויל זיך דאס נישט אינטערנעמען אזוי קלאר, אז אי"ה ביום שמחתכם נעם איך זיך אינטער צו באשיינען דיין שמחה, עס איז דאך גרויסע שאלה, עס קיקט דאך אויס ווי א תנאי כפול, האט צינזאם געריפן כל חכמי כעלעם, ביז מען איז אויפ געקימען מיט א שפיצעל, וואס האט גענימען יארן ארויפציקעמען אויפן געניאלקייט פינעם ווארט, ישמח ליבי גם אנו, בעירך ווי יענער זאגט כ'האב געהאלטן א פיגי, האסט נישט געזעין, מיר זענען אים דאנקבאר לעולם ועד, ער קריגט דעים נאבעל פיעס פרייז, פארן אפראטעווען דורות פון ליגענט זאגערס.
אויך קען מיר אולי איינער מרמז זיין דעים סוד נסתר פון עפעס א געמויזעכץ וואס איז מרמז בסוד דעים ערשטען אות פון דו נאמען פינעם חתן כלה און דעים ערשטן אות פינעם לעצטן נאמען, קיינער פארשאפט נישט דעים פאריקטן מנהג שוטה אינטער צוויי הינדערט פיפציג טאלער, יעדער איינער טיט דאס ווי עס וואלט געוועין א מצות עשה, וואספארא א קראנקער מנהג איז אז מען קען אינז פירן ווי אינז זענען פאריקט, קען מען נישט שילדיג זיין פיפציג אלפים נאר אויב מען האט א מאנאגראם, וואס זענען מיר קעיניגן אליזעביטש, וויפיל איז אינזער איי קיו, אז מיר כאפן נישט אז מיר זענען נישט נארמאל מער, מיר זענען ראבאטן, איינער האט געמיינט אז ער איז קיל האט ער געמאכט א מאנאגראם, און מיר זענען שילדיג פיפציג יאר שפעיטער, מיר קענען דאס נישט סטאפן,
יעדער איינער, ווי מיר האבן וועין איין מוח, לאדענען מיר איין אויפן זעלבען וועיג, אך און וויי אויב איין ווארט איז משונה איז נישט דא קיין חתונה, מען הייבט אן מיט נעלה את ירושלים על ראש שמחתי, יש אומרים שמחתינו, שירה צוויי עוד ישמע בערי יהודה... עס זענען דא משפחות וואז זענען מקפיד צו מאכן דעים ערשטן שורה רינדיג זכר לקבר רחל, דו שורה וואס שטייט קול ששון וקול שמחה איז לכל הדיעות שוין גראד, ברוב תודה מתכבדים בלע בלע, יעדער איינער שרייבט אזוי א ווארט אראפ אדער ארויף, אבער אינטער דעי ברוב תודה ליגט איין הארץ פעילער אדער חובות, א חתן כלה א רחמנות ווערט ארויס געשטויסן פון א דורה, ווי א מלך און א בונקער אריין, דעיס איז בלי יוצא מן הכלל, אבער דער טאטע מאמע פרייען זיך, יעדער מיטן וויץ עטרת זקנים בני בנים גם אנו, גיי פארשטיי ווער האט זיי געפרעיגט וואס זאלען זיי נישט פריילעך זיין, וואס האבן זיי צישטייער געגעיבן, זענען זיי אויפ געוועין איין נאכט און צילייגען א פינגער און שרייבן איין אינוויטעישן.
הכלה הבתולה המהוללה, הבחור החתן המיפלג בטויאש, ווי אזוי קען נישט דער בחור א זעצער נישט אויסטרעפן עפעס א טויש אינעם נוסח, כאטש איין מאל א יאר, אויך א מנהג טוב לבייש את מי שאין לו, טאמער איז עס א זווג שני, חלילה נישט נכשל ווערן און א ליגן, שרייבן בתולה, ווען לעולם האט זו מער נישט קיין איזעיס, זו איז דאך א ריטערן, צווייט האנטיג, מיזן מיר דאס אויסריפן לכל באי שער עירו אז נבלה עשה בישראל, זו איז נאר א הכלה המהוללה, כן יאבדו ..
אויב אימעצער איז א שטיקל שיינער איד און האט מער צייט זיך ארים צישפילן, ליידענט איין אלע זיידעס פון עולם הבא, אזוי ווי עס פאסט, ער פילט אן דעים איינלאדענינגס בריוו, מיט גראמען וואס עס פאסט נאר פאר זיין שורש נשמה, און פאר זיין מחותן זאגט ער זאל זיך מוחל זיין זיכן אייגענע גריימען, פאר זיין שורש נשמה, מען קען אויס מישן זיידעס, הישמע כזאת, ס'קען שאטן עין הרע, חלילה מען זאל נישט געפריווט ווערן.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
לִבִּי בְמִזְרָח האט געשריבן:שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, אנבעליבעבל זשאב!!!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל