אורתודוקסיה אמיתית VS אולטרה אורתודוקסיה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

[justify]אינה ה' לידי א האלבע-שעה'דיגע שיעור פון הרב ד"ר דניאל שפרבר. אלץ בחור פלעגן איך אסאך מעיין זיין אין זיינע מנהגים ספרים, מער איבער אים האב איך נישט געוואוסט, נאר אז זיין טאכטער אביגיל פירט אן דעם ארגון לסביות דתיות בת-קול, איר איר טאטע, ד"ר שפרבר, טרעט אויף ביי אירע כינוסים.
די שיעור מיטן טיטול "True Orthodoxy vs. Ultra Orthodoxy" האט געצויגן מיין אויג, און כ'האב גענייגט טאקע אן אויער צו זיינע דיבורים של טעם. צום ערשט האב איך הנאה געהאט צו זעהן לראשונה תואר פניו, און ווי מער די שיעור גייט, אלץ מער איז ער מסביר די אולטרה אורתודוקסיה מהלך פון "חדש אסור מן התורה" וואס, לויט זיינע רייד, האט דער חתם סופר זיך אוודאי נישט פארגעשטעלט וואס מ'וועט אלץ אסר'ן אונטער דעם סלאגען. (א שטייגער פון אריינלייגן הייצונג אין א בית הכנסת. - בשם ספר מנהגי הקהילות ליחיאל גולדהבר) פון די אנדערע זייט, די מהלך פון "עץ חיים היא למחזיקים בה", די תורה איז ווי א בוים, די שורש בלייבט, על אף וואס די בלעטלעך קענען זיך טוישן פון סעזאן אויף סעזאן. און בשם אמרו, הרב קוק, וואס שרייבט "א זאך וואס איז מותר, ווערט נישט אסור מטעם אז מ'האט נישט געטוהן אזוי ביז איצט". בפרט ווען מ'נעמט אין חשבון אז יעדע הנהגה - בפרט דאס, נישט צו פראקצירן דברים המותרים בעצם - קען האבן געווארן אזוי צוליב זייטיגע השפעות פון מקום און זמן, און ווען די ארום טוישט זיך, בלייבט נאר די הלכה המתרת אן קיין מניעות דאס אויסצופירען.
איינע פון די נקודות: די פרומע - וואס דאס האט קיין שייכות מיט ערליכקייט - האבן א שטערקערע השפעה, צוליב דעם וואס ביי זיי ווערט אלץ געפירט דורך "מנהיגים", משא"כ ביי די מאדערנע, איז דער ענין פון "כשאני לעצמי", איך פיר נישט דיר, און דו פיר מיר נישט, מער - צום ווייטוג - איינגעגעסן. און דאס דארף זיך טוישן. רבנים דארפן זיך ארויסשטעלען און קאמפען פאר רעכטען.
בדרך אגב, מער צום סוף, ברענגט ער ארויס אנטוישונג אויף אן ענין (רב אלישיב'ס נישט איינטיילנעמען ביי משפחה שמחות) וואס אנדערע צייכענען אן לשבח גאר! ([tag]אבטולמוס[/tag])
איך בין סתם אזוי מאריך, כדי אייך צו מאכן נייגעריג צו הערן דעם שיעור, ווייל איך דארף פון אייך אן הסבר אויף דאס פאלגענד:
נאך די שמועס, ווערן געפרעגט 3-4 שאלות. די ערשטע: מעג א פרוי זיין א רב? אויף דעם איז זיין תשובה פאזעטיוו, אויך שטיצט ער שותפות'דיגע מנינים (ווי צווישען אנדערע שטעלט מען זיך נישט דאווענען איידער ס'דא 10 מענער און 10 פרויען (מנין תהילה))
אויך ענטפערט ער פאר א שואל, אז געי זאלן נעמען א טייל אין קאמיוניטי און אין בית המדרש פונקט ווי יעדעם. דאס אז ער זינדיגט אין דעם ספעציפיש ענין, מאכט אים נישט ווייניגער פון אנדערע קהילה מיטגעלידער וואס זינדיגען אין אנדערע ענינים, בפרט אז יענער שרייט אז ער קען נישט לעבן אנדערשט. אבער א שליח-ציבור קען ער נישט זיין ווייל ער איז נישט - לעת עתה - מרוצה לכל הקהל.
און אנדערע ווערטער, ער ברענגט ארויס ווי מ'קען און מ'דארף אויסארבעטן א כוחה דהיתרא וואס זאל זיין אין איינקלאנג מיט די דרכי החיים פון יעצט. וכו' וכו'.
און יעצט איז געקומען מיין אנטוישונג. אויף די שאלה וועגן text'ן אויף שבת, זאגט ער: בנוגע די חלק ה-עלעקטריסטי, זאגן די היינטיגע חכמים אז ס'געשעהט נישט קיין יצירה פון עלקטער, ממילא עפ"י הלכה וואלט דאס נישט געווען קיין פראבלעם, אבער דאך, "ס'נעמט אוועק דאס הייליגקייט פון שבת"! ס'איז אזויווי אנשטעלען די TV מיט א שבת זייגער. דערנאך איז ער ממשיך, אז דאס איז אן "עובדא דחול", ס'עפעס נישט אזוי שבת'דיג צו שפאצירן מיטן בלעקבערי און דרייען די פינגער. - ע"כ.
וכאן הבן שואל, ממש אזוי?! מ'קען נישט מתיר זיין ניצען אן עלעקטראנישע חפץ אויף שבת? פארוואס ביי די פריערדיגע ענינים זעהט ער אז די הלכה זאל שטימען מיט די צרכי נשי דורנו, און דא ניצט ער געפילען פון קדושת שבת. וואס איז קדושת שבת אויב נישט די הלכה? און אז די הלכה זאגט יא, איז יא!
איר ווייסט אפשר אז געוויסע פוסקים האבן גע'אסר'ט צו פירן אן עגלת-תינוק אין יום טוב, ובשבת במקום שיש עירוב, צוליב "עובדא דחול"? ס'קוקט אויס מאנדע? איך זעה מיך יעצט ביי א שיעור אין יאר תשצ"ח, ווי דער בעל דרשן זאגט, אמאליגע רבנים (אפילו אזעלכע ווי הרב שפרבר זצ"ל) האבן גע'אסר'ט text'ן אויף שבת צוליב עובדא דחול!! אזוי נעאיוו זענען זיי געווען!
בקיצור, איך דארף אן הסבר פארוואס אין עניני אנשים/נשים איז אלץ ווייס, משא"כ לגבי עלעקטראנישע חפצים אויף שבת.[/justify]

Under influence
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ער איז טאקע גערעכט אז עס איז נישט שבת'דיג. דאס איז אבער טאקע דערפאר וויבאלד שומרי שבת זענען אונטער דער איינדרוק אז דאס איז אסור. ברגע וואס מען וועט זיי זאגען אז דאס איז מותר, וועט מען דאך זעהן ווי דער רבי איז מקפיד אלע וואך בודק זיין זיינע טעקסטס פאר קידוש, כדי קענען מעיד זיין ריכטיג אויף מעשה בראשית דארף ער דאך וויסען וואס טוהט זיך אין די מעשה בראשית. די מהדרים וועלן האבען אן עקסטערע טעלאפען לכבוד שבת, כל אחד לפי יכולותו, למשל אז מען וועט ניצען אן אנדרויד אגאנצע וואך און אן עפל טעלעפן שבת, און צדיקים האבען געלאזט פאלען ווערטער אז דאס איז דער סוד פון חקל תפוחין קדישין. עס וועט זיין צו באקומען אין עפפ סטאר ספעציעלע שבת'דיגע וואנט-פאפיר פאר דער טעלעפאן מיט אזא בילד פון א חלה דעקל, און מען וועט זיך וואונדערן ווי קען זיין אז די מערסטע שבת'דיגע זאך האבען אמאל מענטשען געמיינט אז עס איז עובדין דחול.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לגבי רב שפערבער, די סיבה פאר דער חילוק איז וויבאלד עס איז נאכנישט דא קיין אגודת מטקסטי טקסטים בשבת וואס ענען לוחם פא זייערע רעכטען און ארומגיין וויינען ווי מען ב'עוול'ט זיי. על דרך ווי עס איז דא אלע מינע אגודות הנשים וואס זענען ברויגז אז מען איז זיי נישט מצרף צו מנין וכדומה. ברגע וואס מען וועט אויפשטעלן די ארטאדאסישע טעקסטעריי באוועגונג וועסטו שוין זעהן ווי רבנים ווי שפעבער וחבריו שטעלן זיך צו צו דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:לגבי רב שפערבער, די סיבה פאר דער חילוק איז וויבאלד עס איז נאכנישט דא קיין אגודת מטקסטי טקסטים בשבת וואס ענען לוחם פא זייערע רעכטען און ארומגיין וויינען ווי מען ב'עוול'ט זיי. על דרך ווי עס איז דא אלע מינע אגודות הנשים וואס זענען ברויגז אז מען איז זיי נישט מצרף צו מנין וכדומה. ברגע וואס מען וועט אויפשטעלן די ארטאדאסישע טעקסטעריי באוועגונג וועסטו שוין זעהן ווי רבנים ווי שפעבער וחבריו שטעלן זיך צו צו דעם.
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:לגבי רב שפערבער, די סיבה פאר דער חילוק איז וויבאלד עס איז נאכנישט דא קיין אגודת מטקסטי טקסטים בשבת וואס ענען לוחם פא זייערע רעכטען און ארומגיין וויינען ווי מען ב'עוול'ט זיי. על דרך ווי עס איז דא אלע מינע אגודות הנשים וואס זענען ברויגז אז מען איז זיי נישט מצרף צו מנין וכדומה. ברגע וואס מען וועט אויפשטעלן די ארטאדאסישע טעקסטעריי באוועגונג וועסטו שוין זעהן ווי רבנים ווי שפעבער וחבריו שטעלן זיך צו צו דעם.
די שאצט אביסעל אונטער שפרבר'ן מיט דעם, שטעלסט אים אוועק ווי א מענטש אן קיינע שיטות, און ווי איינער וואס ווערט ווילד פאר יעד'ן היתר, אולי אז עס.איז יא פארהאנען עטוואס א טיפערער ביאור
א פרוי א רב און שותפותדיגע מנינים האלט ער אז עס איז נאר א פראבלעם ווען די פרויען זענען טאקע א נחות דרגה פונ'ם מאן, און זיי זענען באמת געווען אוט אוף סאסייעטי, אבער כהיום, וואס די פרויען זענען גארנישט צוריק געבליבען פון די מענער און זיך פיין אריינגעדרייט אינ'ם סאסייעטי, זיי פירען ביזנעסער דרייווען טיטשען ארבעטן וכו' זיי זענען פאלי אין, איז דווקא פון רוחניות'דיגע זאכן זאל.מען זיי אויסשניידען, כעין מה שאמר מורינו הגרי''ד מבוסטון בענין לימוד תורה לנשים, אז מען לערנט מיט זיי מטמטיקה פיזיקס סייענטס וכו' וכו' און פונקט תורה זאל מען פון זיי אויסלאזען,
ומה שאמר בענין געי, אפשר האלט ער אז א זאך וואס איז פארבונדען מיט די רגשות פון א מענטש, און א מענטש קען זיך נישט באגיין אן דעם, און בפרט בענינים כאלו, וואס דאס קען איגאנצען איבערנעמען דעם מענטש, און דער גאנצער מענטש דרייט זיך ארום דעם אולי האלט ער אז מקען אים נישט אינגאנעצן אויסשניידען,
אבער צו שטעפען כבוד שבת על מה ולמה.
אבער איז דער גאנצער מושג פון עובדא דחול איז עפעס אן עם הארצ'שער פאטענט, ווען מען קען נישט די הלכה פסקנ'ט מיט דעם עובדא דחול מעטאד,
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אין הכי נמי על פי הלכה קען מען מתיר זיין רוב עלעקטראנישע כלים, אבער אויב אזוי ביטלת כל הלכות שבת וויבאלד רוב מלאכות ווערן היינט געטון דורך עלעקטריק.
באמת פארשטיי איך נישט דיין הקדמה, איפכא מסתברא, בשלמא דניאל שפרבר וועלכער פארשטייט אז מען קען נישט פסק'ן לויט ווי אזוי מ'האט אלעמאל געטון און מען דארף צופאסן היתירם לויט'ן היינטיגן דור, ער קען זאגן אז אין היינטיגן דור קומט אויס אז עלעקטריק איז נישט שבת'דיג, כאטש אין די גדרים פון אמאל גייט עס נישט אריין. אבער אויף די פרומערע רבנים וועלכע שרייען אז בלויז דער טרוקענער דין אין שולחן ערוך איז מחייב, נו, זאל מען מתיר זיין עלעקטריק בשבת און הזרעה מלאכתית. נעם אוועק דיינע געפילן נישט נאר לקולא נאר אויך לחומרא.
אגב, דאס האבן מנוחה איין טאג אין וואך פון עלעקטראנישע פארבינדונגען איז גוט בגשמיות אויך.

האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב נישט מזלזל געווען אין הרב שפערבער'ס מאטיווען און שיטות לגבי נשים און געיס, קען טאקע זיין ער גייט מיט די אלע סברות פון אחד העם און נאך און פארשטייט אז היינט דארף מען אזוי טוהן. איך האב נאר מסביר געווען וואס איז למעשה די חילוק פון דעם ביז טעקסטען שבת. קען זיין אויף טעקסטען שבת איז נישטא אזוינע סברות און קען זיין אז יא, איך בין זיכער אז אויב וויל מען קען מען גאנץ גרינג מסביר זיין ווי דאס איז א וויכטיגע זאך ביי די היינטיגע יוגנט וכו' און מען דארף דאס מתיר זיין. נאר ווילאנג עס איז נישטא אזא מאוומענט און עס אז נישט קיין חלק פון די הומאנאטערישע א'ג'ענדע פון היינטיגע ליבעראלען איז עס אינו דומה. במציאות, אן דן זיין וואס איז באמת גערעכט.
[tag]יאיר[/tag] ווען הרב שפערבער זאגט אזוי מילא, ער זאגט דאך אבער נישט אזוי באמת און לאמיר זיך נישט נארען די סיבה פארוואס ער איז דאס נישט מתיר איז רעכטס און נישט לינקס.
און לגופו של ענין איז די גאנצע סברא נישט ריכטיג כמו שהסברתי בהודעה קודמת. די הערת אגב דיינע כאילו דאס איז גוט בגשמיות און דאס זאל מצדיק זיין דער איסור שבת איז אויך בטל לויט די זעלבע סברא. 'עבדות' זאל זיך יעדער איינער פירען לויט ווי עם געפעלט. פאר איינער איז עבדות אז ער דארף זיצען ביי א קידוש און מיטהאלטען מיט וואס יעדער שמויגער האט צו פארקויפען און אז נישט הייסט ער נישט קיין מענטש, און פאר א צווייטער איז חירות אז ער מוז נישט זיצען אין זיין אפיס כדי צו באקומען קאלס פון קאסטומערס ער קען ליגען בי זיך אויפ'ן קאוטש מיט זיין טעלעפאן. און איך קען באשטיין אז מען זאל באשטעלן א ספעציעלע שבת סעטינג אויפ'ן טעלעפאן וואס וועט אויסלעשן אלע וואכעדיגע זאכען ווי ביזנעס וכדומה, און וועט נאר לאזן אנגעצונגען ענינים וואס איז מקובל מדורי דורות אז מען טוהט זיי פאר עונג שבת, ווי למשל גרופעס צו שמועסען מיט חברים וכדומה.
בכלל גלייב איך נישט אין די גאנצע הנחה ווי כאילו אז די עלעקטראנישע כלים מאכען פאר א מענטש עפעס א עבדות וואס איז נישט געווען פאר דעם. דאס איז סתם א חלק פון די אומ-אויסגעטראכטע הנחה פון מענשטען פון שרייען אלץ אז הימים הראשונים היו טובים מאלה, און זיכען א שעיר לעזאזל אויף וואס ארויפצואוארפען זייערע פראבלעמען. די מזל פון היינטיגע קאמפיוטערס און טעלעפאנען איז פשוט אז זיי טוהן אזויפיל אנדערע זאכען מיט איין קליינער כלי, אז מען קען רוב פון די וועלט'ס פראבלעמען ארויפווארפען אויף זיי. אמאל איז געווען איין מענטש וואס האט זיך שטענדיג פארשמיסט מיט חברים און זיין ווייס פלעגט עם אלץ שרייען וואס קומסטן אהיים אזוי שפעט, שוין ווייטער מיט דיינע קופקעס. א צווייטער איז א ווארקעהאליק אלץ מאכט ער נאך אביע ארבעט און ביזנעס און דאס איז די טענה אויף עם, א דריטער איז אדיקטעד צו נייעס ליינט יעדער צייטונג און הערט ראדיא אגאנצע טאג, א פערטער איז סתם א בוך-ווטרם ער ליינט יעדער זאך מיט געשריבענע ווערטער. און א פיפטער איז פארנומען מיט נאך עפעס א נארישקייט. הצד השווה שבהם אז אלע ליגען היינט און איין קליינע סמארטפאון און זיין ווייב קען זיך ארויסגעבן דאס כעס אויף דעם כלי.
ממילא דרייט נישט קיין קאפ מיט עלעקטראנישע עבדות. אחוץ אויב קענט איר מסביר זיין מיט וואס די עבדות מיינע אהיימקומען מאכען קידוש פאר מיין ווייב אדער מיטהאלטען מיט די נארישע פרשה פון מיינע קינדער איז ווייניגער עבדות ווי עפענען דער טעלאפאן יעדער מאל עס קלינגט עפעס א נאטיפיקעישין מודיע זיין די וויכטיגע נייעס אז איך האב באקומען א לייק אויף קאווע שטיבל.
[tag]יאיר[/tag] ווען הרב שפערבער זאגט אזוי מילא, ער זאגט דאך אבער נישט אזוי באמת און לאמיר זיך נישט נארען די סיבה פארוואס ער איז דאס נישט מתיר איז רעכטס און נישט לינקס.
און לגופו של ענין איז די גאנצע סברא נישט ריכטיג כמו שהסברתי בהודעה קודמת. די הערת אגב דיינע כאילו דאס איז גוט בגשמיות און דאס זאל מצדיק זיין דער איסור שבת איז אויך בטל לויט די זעלבע סברא. 'עבדות' זאל זיך יעדער איינער פירען לויט ווי עם געפעלט. פאר איינער איז עבדות אז ער דארף זיצען ביי א קידוש און מיטהאלטען מיט וואס יעדער שמויגער האט צו פארקויפען און אז נישט הייסט ער נישט קיין מענטש, און פאר א צווייטער איז חירות אז ער מוז נישט זיצען אין זיין אפיס כדי צו באקומען קאלס פון קאסטומערס ער קען ליגען בי זיך אויפ'ן קאוטש מיט זיין טעלעפאן. און איך קען באשטיין אז מען זאל באשטעלן א ספעציעלע שבת סעטינג אויפ'ן טעלעפאן וואס וועט אויסלעשן אלע וואכעדיגע זאכען ווי ביזנעס וכדומה, און וועט נאר לאזן אנגעצונגען ענינים וואס איז מקובל מדורי דורות אז מען טוהט זיי פאר עונג שבת, ווי למשל גרופעס צו שמועסען מיט חברים וכדומה.
בכלל גלייב איך נישט אין די גאנצע הנחה ווי כאילו אז די עלעקטראנישע כלים מאכען פאר א מענטש עפעס א עבדות וואס איז נישט געווען פאר דעם. דאס איז סתם א חלק פון די אומ-אויסגעטראכטע הנחה פון מענשטען פון שרייען אלץ אז הימים הראשונים היו טובים מאלה, און זיכען א שעיר לעזאזל אויף וואס ארויפצואוארפען זייערע פראבלעמען. די מזל פון היינטיגע קאמפיוטערס און טעלעפאנען איז פשוט אז זיי טוהן אזויפיל אנדערע זאכען מיט איין קליינער כלי, אז מען קען רוב פון די וועלט'ס פראבלעמען ארויפווארפען אויף זיי. אמאל איז געווען איין מענטש וואס האט זיך שטענדיג פארשמיסט מיט חברים און זיין ווייס פלעגט עם אלץ שרייען וואס קומסטן אהיים אזוי שפעט, שוין ווייטער מיט דיינע קופקעס. א צווייטער איז א ווארקעהאליק אלץ מאכט ער נאך אביע ארבעט און ביזנעס און דאס איז די טענה אויף עם, א דריטער איז אדיקטעד צו נייעס ליינט יעדער צייטונג און הערט ראדיא אגאנצע טאג, א פערטער איז סתם א בוך-ווטרם ער ליינט יעדער זאך מיט געשריבענע ווערטער. און א פיפטער איז פארנומען מיט נאך עפעס א נארישקייט. הצד השווה שבהם אז אלע ליגען היינט און איין קליינע סמארטפאון און זיין ווייב קען זיך ארויסגעבן דאס כעס אויף דעם כלי.
ממילא דרייט נישט קיין קאפ מיט עלעקטראנישע עבדות. אחוץ אויב קענט איר מסביר זיין מיט וואס די עבדות מיינע אהיימקומען מאכען קידוש פאר מיין ווייב אדער מיטהאלטען מיט די נארישע פרשה פון מיינע קינדער איז ווייניגער עבדות ווי עפענען דער טעלאפאן יעדער מאל עס קלינגט עפעס א נאטיפיקעישין מודיע זיין די וויכטיגע נייעס אז איך האב באקומען א לייק אויף קאווע שטיבל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag] כ'דענק נישט פונקטליך ווער, אבער איינער דא איז לעצטענס ארויס קעגען די אזוי גערופענע ק"ש מחלה "ציניש" בלע"ז.
פונקט דאס איינע מאל וואס איך בין ערנסט באשולדיגט מען מיר אז איך בין ציניש. כך עונשו של בדאי
באמת, איך בין גאר ערנסט. ווען ארטאדאקסישע רבנים האבן שכל זעצט מען זיך אוועק שרייבן א נייע שולחן ערוך. ווען איך בין איינער פון די רבנים וואלט איך מתיר געווען געי און גע'אסר'ט טעקסט שבת.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממילא דרייט נישט קיין קאפ מיט עלעקטראנישע עבדות. אחוץ אויב קענט איר מסביר זיין מיט וואס די עבדות מיינע אהיימקומען מאכען קידוש פאר מיין ווייב אדער מיטהאלטען מיט די נארישע פרשה פון מיינע קינדער איז ווייניגער עבדות ווי עפענען דער טעלאפאן יעדער מאל עס קלינגט עפעס א נאטיפיקעישין מודיע זיין די וויכטיגע נייעס אז איך האב באקומען א לייק אויף קאווע שטיבל.
אפשר זאל איינער זיך אויך נעמען די מיה צו מסביר זיין וואס איז די עבדות פון זיין אדיקטעד צו דראגס מער ווי צו זיין אדיקטעד צו לופט.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לאמיר נישט אריינפארען אין א שמועס וועגן דראגס, וואס דו נעמסט עפעס אן מיט א פשטות אז עס איז שלעכט צו זין עדיקטעד צו זיי.. אבער סתם אזוי, אינו ענין. מיין טענה איז נישט צושטעלן צוויי זאכען וואס זענען עדיקטיוו, נאר צוצושטעלן פונקט די זעלבע זאך, ווי זעהן די נארישקייטן פון די זיסע קינדערלאך, אדער אויסהערן דער נודניק אין בית מדרש, וואס ווען ער טוהט עס דורך סאונד וועיווס ביי זיך איןש טוב איז עס פיין און וואויל, און ברגע וואס פונקט די זעלבע זאך טוהט מען עלעקטראניש דורך א בילד אדער טעקסט, רופסטו עס מיטאמאל א עבדות און אנדערע שמות וכינויים.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הייסט דו האסט פשוט א לאגישע קשיא, ואס א חילוק צו מיין זון דערציילט די פרשה אדער א איד אין בית המדרש. טאקע א צריך עין ולית נגר ובר נגר דלפרקיניה.
ומענין לענין האב איך נאך אסאך אזוינע קשיות. למשל, וואס א חילוק צו מיין טאכטערל גיבט מיר א קוש ביים זאגן א גוטע נאכט אדער דער האומלעס מענטש אין פארק.
וואס א חילוק צו מיין ווייב דערציילט מיר ווי אזוי איר טאג איז געווען אדער גרונם פון די פיצא שאפ.
וואס א חילוק צו מיין קינד האט חתונה אדער מיין פעטער'ס ערשטע קאזין'ס קינד.
וואס א חילוק צו יאיר קלאפט אפ א תגובה אויף קאווע שטיבל אדער לעיקוואד, ס'איז דאך אלץ א געמיש פון די זעלבע צוויי און צוואנציג אותיות.
וכהנה וכהנה.
ומענין לענין האב איך נאך אסאך אזוינע קשיות. למשל, וואס א חילוק צו מיין טאכטערל גיבט מיר א קוש ביים זאגן א גוטע נאכט אדער דער האומלעס מענטש אין פארק.
וואס א חילוק צו מיין ווייב דערציילט מיר ווי אזוי איר טאג איז געווען אדער גרונם פון די פיצא שאפ.
וואס א חילוק צו מיין קינד האט חתונה אדער מיין פעטער'ס ערשטע קאזין'ס קינד.
וואס א חילוק צו יאיר קלאפט אפ א תגובה אויף קאווע שטיבל אדער לעיקוואד, ס'איז דאך אלץ א געמיש פון די זעלבע צוויי און צוואנציג אותיות.
וכהנה וכהנה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
כבר איני יודע מה אתה שח. איך פרעג א פשוט'ע זאך: וואס איז א חילוק אז יאיר רעדט צו מיר ביי א קופקע נאך מעריב אין בית מדרש ווי אז ער רעדט צו מיר אויף קאווע שטיבל דורך א עלעקטראישע אופן וואס הייסט א סמארטפון. ביי דער ערשטער פאל בין איך העכסטנס א געשמאקע שמועסער און ביי דער צווייטער ווערט עס עפעס א שרעקליכע עלעקטראנישע עבדות.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:כבר איני יודע מה אתה שח. איך פרעג א פשוט'ע זאך: וואס איז א חילוק אז יאיר רעדט צו מיר ביי א קופקע נאך מעריב אין בית מדרש ווי אז ער רעדט צו מיר אויף קאווע שטיבל דורך א עלעקטראישע אופן וואס הייסט א סמארטפון. ביי דער ערשטער פאל בין איך העכסטנס א געשמאקע שמועסער און ביי דער צווייטער ווערט עס עפעס א שרעקליכע עלעקטראנישע עבדות.
העי, דאס איז שוין דיין צווייטע שאלה. אויף דעם איז דער ענטפער אזוי פשוט ווי די שאלה, אין הכי נמי ס'איז נישטא קיין חילוק, נאר דער ערשטער איז געווענליך מוגבל, מען קען דאס נישט טון פיר און צוואנציג שעה א טאג ממילא ווערט מען נישט אדיקטעד, מה שאין כן עלעקטראניש.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נו נו. פונקט איז מיר אויסגעקומען זיך מתבונן זיין אביסעל לעצטנס ביי מענטשען וואס האבען נאכנישט קיין סמארטפונס וכדומה, נאר האבען אנדערע 'האביס' אדער 'אדיקשינס'. גלייב מיר מען איז מקיים בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך פונקט אזוי. נאר עס איז פיל מער מוגבל, דער נעבאך ליינט דער זעלבער צייטונג שוין פיפציג יאר בהתמדה אגאנצע טאג און זיינע דעות זענען בהתאם, משא"כ דער וואס נוצט גוגל די זעלבער צייט איז פיל ברייטער און מער באקאנט אין אנדערע סארט זאכען.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
האב איך דאך געשריבען במפורש אז מען איז מקיים בשבתך וכו'. כאפ מיר נישט אויפ'ן ווארט דער צייטונג ווערסוס גוגל. און א גרויסער גוטער צייטונג נעמט מער ווי א האלבער שעה דורכליינען. און פארשטייט זיך עס איז דא נאך נארישקייטן אויזער דעם. און דער תלמיד חכם צו סתם אוהב דעת וואס ליינט ספרים און שפרינגט מענין לענין צופרידענשטעלן זיין נייגער פאברענגט עפעס ווייניגער צייט אויף דעם ווי דער מגגל גיגולים? סתם אבי מוציא לעז זיין אויף דער הייליגער גוגל. איך וועל דאס נישט צולאזען..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~