עפרון החתי: א געלטגייציגער ד''א, אדער א גוטהארציגער בעל חסד?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

עפרון החתי: א געלטגייציגער ד''א, אדער א גוטהארציגער בעל חסד?

שליחה דורך אליצפן »

פון קינדווייז אן ווייסט יעדער צו זאגן אז עפרון איז דער סימבאל פון געלטגייציקייט, קארגשאפט, און איינער וואס רעדט אסאך און טוט ווייניג.
אבער אז מ'קוקט אין די תורה שטעלט זיך ארויס א גאנץ אנדערע בילד.
מ'זעט ווי עפרון בעט זיך בתחנונים ביי אברהם אבינו צו נעמען דעם פעלד בחינם, אבער אברהם וויל בשום אופן נישט. עפרון זאגט: "השדה נתתי לך והמערה אשר בו לך נתתיה", אבער אברהם לאזט זיך נישט "אם אתה לו שמעני נתתי כסף השדה קח ממני". ער וויל דווקא יא באצאלן.
אבער אויף דעם האט זיך עפרון ווייטער איינגעשפארט "ארץ ארבע מאות שקל כסף ביני ובינך מה הוא", וואס אויף דעם זאגט רש''י אז ער האט געמיינט צו זאגן אז אברהם זאל עס נעמען בחינם ווייל צווישן צוויי פריינט מיינט 400 שקל גארנישט.
ווי נאר אברהם האט דאס געהערט האט ער גענומען די 400 שקל און עס אריינגעשטופט צו עפרון אין די האנט.
שטעלט זיך די שאלה וואס האט עפרון געזאלט טון? זאל ער זיך איינ'עקש'נען נאך מער און צוריק ווארפן די געלט? איך ווייס נישט וויפיל פון אונז וואלטן עס געטון. נאך אלעם איז ער נאר א בשר ודם.
איז וואס וויל מען פון עפרון? פארוואס איז ער געבליבן מיט אזא שלעכטער נאמען לדראון עולם?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

לערנענדיג די פרשה האב איך בעמערקט עפעס אז מ'רעדט פון צוויי זאכן די מערה און די שדה. אברהם בעט קודם נאר מערת המכפלה אשר בקצה שדהו, און. עפרון ענטפערט "לא אדני שמעני השדה נתתי לך והמערה אשר בו לך נתתיה.
(דא איז אויך קלאר אזוי ווי [tag]אליצפן[/tag] אז עפרון איז א בכלל נישט מאני מיינדעד)
די גאנצע שקליא וטריא ווייטער זעט מען ווי מרעדט פון שדה און מערה.
נאך א הערה וואס כהאב באמערקט אז 'מכפלה' איז א נאמען פון א פלאץ. "ויקם שדה עפרון אשר במכפלה אשר לפני ממרא השדה והמערה אשר בו.'' מערת המכפלה ע''פ פשטת מיינט נישט דאפלט.
צי זאגן אז דאס פלאץ הייסט מכפלה וועגן די הייל איז דוחק. בכלל ווען כבין געווען ביים מערה האב איך נישט געזען די צוויי שטאק.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דאס איז א טיפישער מאמר חז"ל ווי דער גוי איז אלס דער רשע מרושע וואס בא על נערה המאורסה פאר'ן ברענגען פלייש פאר זיין טאטן און דער איד וואס דינט א גאלדן קאלב און הרג'עט א מאן כדי צו חתונה האבן מיט זיין ווייב לא בא אלא להורות תשובה לרבים. ועי' מהר"ץ חיות שהאריך בענינים כאלו.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

לכבוד זאלעכע מדרש חז''ל האב קען איך כמעט נישט קיין א פרשה חומש, נישט נאר נאר איך נאר אלע מיינע מלמדים וואס האבן מיר געדארפט לערנען דעם אייברשטענ'ס תורה. האבן נידט קיין איינונג וואס שטייט אין די תורה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

צוליב די אישי'ס וואס כ'האב באקומען האב איך נאכגעקוקט דעם מקור פון מהר"ץ חיות. עס איז אין מבוא התלמוד פרק עשרים. ער ערקלערט אז חז"ל האבן געהאט דערביי אן ענין פון חינוך. (הערת המפרש) אזוי ווי א מאמע דערציילט פאר איר קינד אז דער שלעכטער עשו האט נישט געוואלט אויפעסן די האמי פלייש וואס זיין מאמע האט אים געגעבן. אבער זיי האבן עס קיינמאל נישט געמיינט אלס פשוט פשט.
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]אליצפן[/tag] אין "האבות והשבטים" איז הרב קורמאן מסביר, אז אברהם האט שוין געהאט געצאלט געלט פאר עפרון, אבער אברהם האט דערשמעקט אז עפרון מיט זיינע "באי שער עירו" זענען נישט די ריכטיגע בעלי בתים, דערפאר האט ער זיך געוואנדען צו די בני חת, וכו'.
עיין שם ותמצא נחת.
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]אליצפן[/tag] אין "האבות והשבטים" איז הרב קורמאן מסביר, אז אברהם האט שוין געהאט געצאלט געלט פאר עפרון, אבער אברהם האט דערשמעקט אז עפרון מיט זיינע "באי שער עירו" זענען נישט די ריכטיגע בעלי בתים, דערפאר האט ער זיך געוואנדען צו די בני חת, וכו'.
עיין שם ותמצא נחת.

און דאס האט ער געהערט פון זיין חתי'שער שכן וואס האט דאס בקבלה איש מפי איש פון זיין זיידן עפרון אליין?
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ער זאגט אז ס'איז פשוט נישט שייך א צווייטע מהלך....

נאך מער, עפרון - זאגט ער - איז נישט געווען א חיתי'ער!
זיין שטוב(שטוף) טאטע, צחר, איז געווען א חיתי'ער (לויט די טראפן ווייזט אויס אז החיתי גייט ארויף אויף צחר, נישט אויף עפרון)
Under influence
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אודאי אזוי. עפרון איז נישט קיין חתי'שער נאמען...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יאיר האט געשריבן:דאס איז א טיפישער מאמר חז"ל ווי דער גוי איז אלס דער רשע מרושע וואס בא על נערה המאורסה פאר'ן ברענגען פלייש פאר זיין טאטן און דער איד וואס דינט א גאלדן קאלב און הרג'עט א מאן כדי צו חתונה האבן מיט זיין ווייב לא בא אלא להורות תשובה לרבים. ועי' מהר"ץ חיות שהאריך בענינים כאלו.


אויב כ'געדענק גיט, פארענטפערט דער מהר"ץ חיות די מערערע יום כיפור שחל בשבת וואס מיר טרעפן. ס'איז א ענין פון שם רשעים ירקב צו ארויפשמירן חטאים וואס פארמיסן זיי אין א אונזערע אויגן, וכל המרבה הרי זה משובח. והוא הדין מיטן זכר צדיק לברכה, מפליג זיין בשבחו ומעלות הצדיק, אפגעזעהן צו ס'איז פאנטאזיע צו נישט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואליש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דאס איז א טיפישער מאמר חז"ל ווי דער גוי איז אלס דער רשע מרושע וואס בא על נערה המאורסה פאר'ן ברענגען פלייש פאר זיין טאטן און דער איד וואס דינט א גאלדן קאלב און הרג'עט א מאן כדי צו חתונה האבן מיט זיין ווייב לא בא אלא להורות תשובה לרבים. ועי' מהר"ץ חיות שהאריך בענינים כאלו.


אויב כ'געדענק גיט, פארענטפערט דער מהר"ץ חיות די מערערע יום כיפור שחל בשבת וואס מיר טרעפן. ס'איז א ענין פון שם רשעים ירקב צו ארויפשמירן חטאים וואס פארמיסן זיי אין א אונזערע אויגן, וכל המרבה הרי זה משובח. והוא הדין מיטן זכר צדיק לברכה, מפליג זיין בשבחו ומעלות הצדיק, אפגעזעהן צו ס'איז פאנטאזיע צו נישט.

ומכאן סמכו כותבי תולדותיהן של צדיקים לכתוב פנטסיות ומופתים דמיוניים על רבותיהם ולפרסם שקרים שלא היו דברים מעולם על כל מי שאין רוח טפשים נוחה הימנו, וכן נוהגין עד היום. ואילן גדול יש להם על מה לסמוך, כי מי לנו גדול מחכמינו ז"ל שהתירו איסור מדבר שקר תרחק בכגון דא.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]אליצפן[/tag], איך האב פונקט געהאט א ויכוח מיט מיינער א קרוב איבער א דריטן מענטש, איך האב גע'טענה'ט אז דער מענטש חלש'ט פאר אביסל כבוד און אויפמערקזאמקייט, בעת דער צווייטער האט געהאלטן פונקט פארקערט, ער האט גע'טענה'ט אז דער מענטש איז א בורח מן הכבוד אויפן גרעסטן פארנעם. און ער האט געהאט שטארקע ראיות לדבריו, איינס אז ביי יעדע משפחה שמחה דארף מען יענעם אסאך בעטן אז ער זאל זאגן אפאר ווערטער און דערנאך ווען ער רעדט שוין הייבט ער אלץ אן "איך בין נישט קיין רעדנער און איך האב זיך נישט צוגעגרייט צו רעדן, און איך האב בכלל נישט גע'חלומ'ט אז מען וועט מיר מכבד זיין צו רעדן, נאר אז מען בעהט אזוי שטארק וועל איך זאגן אפאר ווערטער", און בכלל ביי יעדע חופה דארף מען זיך גאר שטארק בעטן ביי אים אז ער נעמען א ברכה וכדומה.

יעצט ווער איז גערעכט? צו דעם דארף מען קענען אביסל די מעשה ארום, מען דארף וויסן די בעקגראנד פון דעם מענטש, און מען דארף וויסן די תוצאות וואס עס פאסירט ווען מען איז נישט מכבד יענעם מיט א דרשה אדער ברכה, אויף ווי לאנג ער געדענקט עס א.א.וו. אויך קען מען אביסל זעהן דעם אמת לויט די תנועות און די ניגון ווי אזוי יענער זאגט זיך אפ פון כבוד.

לענינינו. אין פסוק שטייט "וישמע אברהם אל עפרון וישקל אברהם לעפרן את הכסף אשר דבר באזני בני חת ארבע מאות שקל כסף עבר לסחר", די ווערטער "וישמע אברהם אל עפרון" האבן לכאורה נישט קיין פשט, עפרון האט דאך נישט געוואלט נעמען קיין געלט, וואס זאגסטו אז אברהם האט צוגעהערט צו עפרון און אים געגעבן די געלט?

האבן אבער די חז"ל געהאט מקובל די מעשה מיט אלע פיטשעקוועס ארום און ארום, און אויך די תנועות און טאן וואס עפרון האט גענוצט בשעת'ן רעדן אז עס האט אים גאנץ גוט געשמעקט די געלט, נאר עס האט אים נישט געפאסט עס צו זאגן במעמד אנשי חת, אבער ער האט עס שיין מסביר געווען ברמיזה אז וואגן זאלסטו דיך נאר מיר נישט געבן א ברכה ביי די חופה, איך וועל עס געדענקן לעולמי עד, אבער באמת ברויך איך עס בכלל נישט והבן.

דער רשב"ם זאגט, וישמע אברהם אל עפרון: די לחכימא ברמיזא.

און מיט דעם פארשטייט מען זייער גוט דעם פסוק "וישמע אברהם אל עפרון", אברהם האט גוט פארשטאנען וואס עפרון מיינט מרמז צו זיין, און ער האט אים געגעבן וואס ער האט באמת געוואלט.

וליתר ביאור עיין ספר יואל בדוי, פון [tag]קאווע טרינקער[/tag].
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

חז''ל שרייבן ערגעץ אז זיי האבן געהאט א קבלה אויף די מעשיות?
לויט די מהרץ חיות וואס יאיר האט ציגעברענגט איז משמע אז סאיז די בחינה פון זכר צדיק לברכה ושם רשעים ירקוב, אזוי ווי יואליש שרייבט.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מיר ווייסן אלע אז יעדע פרשה וואס די תורה שרייבט קומט אונז לערנען עפעס. אייגענטליך איז "תורה" טייטש לערנונג.
אלזא, איז מיר אלץ שווער געווען, וואס איז נוגע די פרשה פון עפרון? וואס איז מיר א חילוק דאס גאנצער השתלשלות, אז אברהם האט קודם זיך געבעטן ביי די בני חת, און זיי האבן אים צוגעפירט צו עפרון, און די גאנצע מעשה אז עפרון האט קודם נישט געוואלט נעמען באצאלט, און אברהם האט זיך נישט געלאזט. ביז צום סוף "ויקם השדה" אברהם האט ענדליך באגראבן זיין ווייב שרה. וואס איז דאס נוגע?

ס'קען זיין אז דער פשט איז אזוי.

דער עפרון, א פיינער חברה מאן איז ער געווען, איר מיינט אז ער האט געוואלט אוועק געבן א צוויי שטאקיגער בילדינג אומזיסט? נע!!! אין חלום נישט. ער האט מסתם געהאט א גרויסער מארגעדש אין צוגאב צו א הויז עקווערטי לאון אויפן הויז. די באנק האט דאס געוואלט אוועקנעמען, האט ער געזאגט פאר זיינע אגענטן די בני חת זיי זאלן זוכן א קעש אינוועסטאר, מ'זאל קענען שארט סעלן.

אברהם האט זיי געבעטן אפצוקויפן דאס הויז האבן זיי ציניש אים צוגעפירט צו עפרונ'ן. עפרון האט אנגעהויבן אראפלייגן דער מצב מיט פילפארביגע קאלירן אז מ'קען דא ארויסדערווישן דאס הויז ממש אומזיסט.
אברהם האט זיך אבער נישט געלאזט, און ער זאגט אים, "הער מיך צו ר' עפרון, נישטא קיין אומזיסט! ווילסט דיך אראפזעצן ווי א נארמאלער מענטש פארהאנדלען הרי טוב, אז נישט זיי מיר געזונט, און מיר בלייבן גוטע פריינט.

אבער עפרון געט נישט אזוי שנעל אויף. ער זאגט אים זיי נישט קיין נער! איך האב געצאלט וואן פוינט פייוו פאר דעם בילדונג, דו געב מיר אונטערן טיש "ביני ובינך מה הוא" פיר מאות, און איך וועל שוין פארהאנדלען מיטן באנק מענעזשער.

אברהם זאגט אים ניין!! איך האב נישט קיין שווארץ געלט. נישט קיין פוד סטעמפס, וויק, אכטער, וואוטשערס, ארונישער וועקסלען, דריטע פארטיי טשעקס. איך האב נאר כשר געלט אין באנק באצאלט טעקס, און איך מאך א געהעריגער ווייער טרענספער (עובר לסוחר) פון מיין אקאונט צו דיינס מיט א לויער אין באנק.

כנלע"ד
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

ס'משמע פון די פסוקים אז אברהם האט ניטאמאל געקענט דעם עפרון פערזענליך. ער אפעלירט צו די חיתיים יושבי השער, ד.ה. די שטאט טאטעס, פאר א פאמיליע חלקה. היות ער איז גר ותושב, האט ער נישט דא קבר אבות, ברויך ער צו קויפן. ענטפערן זיי אים, אדרבא, ס'וועט אונז גאר זיין א כבוד א נשיא אלהים ווי זענט וועט קויפן אן אחוזת קבר ביי אונז אין שטאט. נאט אייך די מערות קברים מאפע, און וועלט אייך אויס ווי איר ווילט. ס'וועט יעדעם פאסן צו ליגן נעבן אזא בירגער ווי איר, ממילא במבחר קברנו קענסטו זיך קלויבן. אברהם וועלט זיך טאקע די מערות מכפלה, און בעט מ'זאל רעדן דערוועגן מיט דעם עפרון וועלכער האלט דעם טייטל. צו זיין מזל, ועפרון יושב בתוך בני חת, ער איז געווען א באאמטער און איז געווען אנוועזנד ביי די זיצונג. רופט ער זיך אפ, יא, דאס בין איך, און קענסט האבן די פראפערטי אומזינסט. מ'קען שוין נאטערייזן דא אינעם שטאטראט. אברהם שפארט זיך אז ער וויל דייקא צאלן. עפרון זאגט דעם פרייז פיר הונדערט. ס'נישט באקאנט די אינפלאציע ראטע, אבער ס'הערט זיך פאנטאסטיש. מסתמא איז דער עפרון געווען א גביר אז ער געזעצן ביים שער, און געהאט דאס שענסטע מערה פאר זיך, א דאפעלטע גאר (א חידוש וואס על שם זה האט מען גערופן דאס גאנצע פראפערטי מכפלה). דעריבער זאגט ער ביני ובינך מה הוא. אזאנע מעכטיגע געשעפטן פאסט זיך פאר די קלאס בירגער מיר ביידע זענען.

וואס איז דער ענין פון די גאנצע פרשה? די תורה שטרייכט אונטער אברהם האט דאס לאנד פון די חתיים באקומען פעיר ענד סקווער, ווי מ'זאגט אויף ענגליש. ער האט געצאלט אין עובר לסוחר זילבער שטיקער, ויקם, די מערה, די פעלד, די בוימער, אלס ארום אןן ארום, לאברהם למקנה, די בני חת האבן דאס אפילו באשטעטיגט הכל שריר וקיים. חברון שלנו מאז ולתמיד קוועלט פון די שורות. בזמן השופטים, פונקט ווי היינט,זענען געווען מחלוקות מיט די שכנים, און די מעשה, ווי די בורות אין באר שבע,קומט אונז לערנען אונזערע רעכטן צום לאנד.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
עמוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך עמוס »

א דאנק, הערשי, פאר דעם שיינעם ביאור. לויט דעם זעען מיר קלאר אז די תורה איז געגעבן געווארן מן השמים, ווייל וועלכער שרייבער וואלט זיך געקענט פארשטעלן בימי מתן תורה אז אין עטליכע הונדערט יאר שפעטער וועט זיין רייבערייען ארום דעם מערת המכפלה. פאקטיש איז אינטערעסאנט אז ביז היינט שלאגט מען זיך ארום אין ארץ ישראל צווישן די ציונים און די אראבער אויף די מערת המכפלה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

http://us7.campaign-archive1.com/?u=2a9 ... 0bae82a87e
שיינע ביאור פארוואס די תורה פארציילט מיט אזא עסק דעם מכירה.
Under influence
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

הערשי האט געשריבן:ס'משמע פון די פסוקים אז אברהם האט ניטאמאל געקענט דעם עפרון פערזענליך. ער אפעלירט צו די חיתיים יושבי השער, ד.ה. די שטאט טאטעס, פאר א פאמיליע חלקה. היות ער איז גר ותושב, האט ער נישט דא קבר אבות, ברויך ער צו קויפן. ענטפערן זיי אים, אדרבא, ס'וועט אונז גאר זיין א כבוד א נשיא אלהים ווי זענט וועט קויפן אן אחוזת קבר ביי אונז אין שטאט. נאט אייך די מערות קברים מאפע, און וועלט אייך אויס ווי איר ווילט. ס'וועט יעדעם פאסן צו ליגן נעבן אזא בירגער ווי איר, ממילא במבחר קברנו קענסטו זיך קלויבן. אברהם וועלט זיך טאקע די מערות מכפלה, און בעט מ'זאל רעדן דערוועגן מיט דעם עפרון וועלכער האלט דעם טייטל. צו זיין מזל, ועפרון יושב בתוך בני חת, ער איז געווען א באאמטער און איז געווען אנוועזנד ביי די זיצונג. רופט ער זיך אפ, יא, דאס בין איך, און קענסט האבן די פראפערטי אומזינסט. מ'קען שוין נאטערייזן דא אינעם שטאטראט. אברהם שפארט זיך אז ער וויל דייקא צאלן. עפרון זאגט דעם פרייז פיר הונדערט. ס'נישט באקאנט די אינפלאציע ראטע, אבער ס'הערט זיך פאנטאסטיש. מסתמא איז דער עפרון געווען א גביר אז ער געזעצן ביים שער,און געהאט דאס שענסטע מערה פאר זיך, א דאפעלטע גאר (א חידוש וואס על שם זה האט מען גערופן דאס גאנצע פראפערטי מכפלה). דעריבער זאגט ער ביני ובינך מה הוא. אזאנע מעכטיגע געשעפטן פאסט זיך פאר די קלאס בירגער מיר ביידע זענען.
וואס איז דער ענין פון די גאנצע פרשה? די תורה שטרייכט אונטער אברהם האט דאס לאנד פון די חתיים באקומען פעיר ענד סקווער, ווי מ'זאגט אויף ענגליש. ער האט געצאלט אין עובר לסוחר זילבער שטיקער, ויקם, די מערה, די פעלד, די בוימער, אלס ארום אןן ארום, לאברהם למקנה, די בני חת האבן דאס אפילו באשטעטיגט הכל שריר וקיים. חברון שלנו מאז ולתמיד קוועלט פון די שורות. בזמן השופטים, פונקט ווי היינט,זענען געווען מחלוקות מיט די שכנים, און די מעשה, ווי די בורות אין באר שבע,קומט אונז לערנען אונזערע רעכטן צום לאנד.

איך מיין אז איר מאכט איין קליינע טעות, וואס מאיזה סיבה שהיא מאכן רוב מענטשן דעם זעלבן טעות.
ווען עפרון האט געזאגט ארץ ארבע מאות שקל כסף ביני ובינך מה הוא, האט ער קלאר און דייטליך געזאגט פאר אברהם "נעם עס בחינם, ווייל צווישן צוויי פריינד איז פיר הונדערט שקל גארנישט". דער וועלט טייטשט עפעס אנדערש אפ דעם ביני ובינך, כאילו עפרון was out to get אברהם. אבער דער אמת איז נישט אזוי.
און אפילו לאמיר זאגן אז דער ארבע מאות שקל כסף איז געווען איבערגעטריבן, האט ער דאך סוכ''ס עס געוואלט אוועקגעבן פאר בחינם, נו איז דאך דער סדר העולם אז ווען מען געבט איינעם א מתנה פרובירט מען עס צו אהערשטעלן כאילו ס'איז ווערט פיל מער ווי ס'איז באמת ווערט.
בקיצור נאך אלע תירוצים דא זעה איך נישט וואס עפרון האט דא שלעכטס געטון. ווען איך בין א גוי און כ'לעב אין יענע צייטן, וואלט איך מיך גערן משדך געווען מיט אז נגיד ובעל צדקה ווי עפרון.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אליצפן, לויט דיר פארוואס שטייט וישמע אברהם אל עפרון וישקול הכסף וכו'. פון דעם איז משמע אז ער האט צוגעהערט עפרון און אים געפאלגט און געגעבן געלט וואס ער האט פארלאנגט.
האדם לא נברא אלא להתענג
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

פשטות הקרא איז משמע אז ס'גייט ארויף אז אברהם האט אנגענומען דעם פרייז שאצונג פון עפרון, און נישט גערופן קיין זעלבסטשטענדיגע עפרעיזער.
פארשפארט