גוי דערשטעכט א גאנצע פאמיליע אין סאנסעט פארק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
@דעינקר, עס גייט אבער נישט אזוי, ווייל דו טראגעידיא איז אלע מאל רעלאטיוו, למשל אויב איינער איז געשטארבן, טראגעידיא, מיין קאזן ח"ו געשטרארבן א גרעסערע טראגעידיא,
ווי נעינטער מען איז צים טראגעידיא אלס מער טיט דאס וויי, ווען א משפחה שלימה ווערט ערמארדעט אין ברוקלין טיט דאס פיל מער בארירן, ווי ווען א משפחה שלימה ווערט ערמארדעט און דו בערג פין טורא בורא, אויב איינער קען דעים ערמארדערטן, איז פיל מער דו טראגעידיא ווי ווען מען קען אים נישט, אפילו דו גיפא דעובדא איז דער זעלבער, ס'זעלבע ווען א איד איז דער הורג איז א אנדערע סארט טראגעידיא, ווי ווען עס איז א בארפיסיגע כינעיזער

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
UPDATE
די מאטיוו און נאך:
http://nypost.com/2013/10/27/jealous-bu ... -too-much/
דער משוגענער האט באקלאפט אפאר פאליציאנטן ביים אויספרעגען.
די מאטיוו און נאך:
http://nypost.com/2013/10/27/jealous-bu ... -too-much/
דער משוגענער האט באקלאפט אפאר פאליציאנטן ביים אויספרעגען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
פרישער האט געשריבן:@לעיקוואד,מאך זיך נישט טעמיש, ווען מיר זאגן אז א גוי האט ג'מארד'ט איז עס א מינדערוויכטיגע נייעס, מיר אידן דרייען זיך איבער אויפן צווייטן זייט, דו פרימערע מירמן כן יאבדו, מאנכע ניצן עס אלס כפרה, אבער ווען א איד מעדערט, למשל לוי אראן ימ"ש, דאן פארשייט אפילו דער גוי אז דאס איז הויפט נייעס, אזא זאך פאסירט נישט, נאר אמאל אין א יובל, איך בין נישט חושד אז די האסט דאס נישט געוויסט.
וואס איז גשען מיט אונזער באליבטע שפראך "פרידיש"?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איינגעמיירעט האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס איז מער שרעקעדיג אז א איד הרג'ט איינער ווי אז א גוי הרג'ט?
ווייל פארשידענע פון די באזוכער דא, גלייבען און תורת משה און דארט שטייט אז יודען וואס זענען נאמן צו תורה ומצוות, ווערען א ממלכת כהנים און גוי קדוש און זיי ווערען מער דערהויבען, און מער אויסגעאיידעלט,און פירען מער א upper clase לעבן.
און ממילא ווען מזעעט יודען וואס לעבן נישט מיט דיע potential וואס זיי וואלט וועין געקענט לעבן טוט עס וויי.
פארשטייט זיך סטוט נור וויי פאר איינער וואס גלייבט אז די אויבערשטער האט בוחר געווען און די יודען.
אן אינטרעסאנטער פשט האט איר אין דער ממלכת כהנים וגוי קדוש. אז אידען זענען נישט עלול צו הרג'נען. לכאורה לויט אייער מהלך איז דער לא תרצח געזאגט געווארען פאר גוים. אדער די אומצאליגע יידישע רוצחים וואס מרי טרעפן אין תנ"ך און לאורך די גאנצע היסטאריע זענען עפעס סתם אזוינע מפיל קינדער און נישט באמת אידיש.
איין זאך איז מיר זיכער, אז צו הערן פון א משפחה וואס ווערט דערמארדערט און אפאטאמען אה ב"ה עס איז סתםא כינעזער, ווי פרישר האט אזוי שיין ארויסגעברענגט, דאס איז גארנישט קיין אפאר קלעס אויפיראכץ, און עס איז א פלא ווי בנשימה אחת קען מען זאגען אז אידען זענען אפפער קלעס און זיך אזוי ארויסדרוקען כלפי א צווויטער היומאן ביינג.
שיין צו זעהן ווי יעדער איינער וואס זאגט נישט ווי אייך באשולדיגט איר גלייך אין זיין א כופר צו וואס. כאילו ערגעץ איז דער גאנצער שמועס תלוי בכלל אין די שאלה צו דער אייבישטער האט בוחר געווען אין די אידען אדער נישט. איך הייב אן צו טראכטען אז יידל איז גערעכט און מען דארף אויסלערנען אביסעל רידינג קאמפריהענשין פאר דער עולם פשוט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
דענקער האט געשריבן:פרישער, דאס איז פונקטליך די פראבלעם. ווען א גאנצע משפחה איז געווארן אויסגעשלאכטעט, אנשטאט צו טרויערן אין ווערן שאקירט אויף די פארלוסט פון מענטשליכע לעבנס. ווערט דאס תיכף קאטעגאריזירט לויט רעליגיע ליניעס. צו איז דאס אפאטיע "אבי נישט צווישן אידן", אדער קאלטבלוטיגקייט "כן יאבדו", אדער גאר אלס הוכחה אז אלע גויים זענען מערדער און רויבערס.
דא איז געשען אן אומגליק. עטליכע היומען ביאינגס האבן גרויזאם און פריצייטיג פארלוירן זייער לעבן. פינטל. יעדער מענטש מיט אן אומקארופטירטע מאראל קאמפוס דארף דאס וויי טון. מיר וועלן שוין שפעטער אויסקלארן צו זיי זענען געווען כפרות אויף אונזערע זינד. אדער זיך קלאפן אויף די פלייצע אז מיר זענען נישט (?) קיין מערדער.
דו [אדער לעקוואד] זענען די וואס האבן אנגעהויבן קאטעגאזירן לויט רעליגעזע ליניעס, יעצט לייגסט עס אן אויף מיר פאר'ן שרייבן "גוי"'? דאס ווארט גוי האט גארנישט מיט רעליגיע, ער וואלט געקענט זיין פון איסלאמישע רעליגיע, קריסט, קאטאליק, הינדו בודי שמודי אדער דזשהאווענס וויטנעס. ענק ווילן סתם דרייען א קאפ.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
zurich האט געשריבן:ניין לעיקוואד ער דרינגט עס נישט ארויס פון דיינע ווערטער גופא,ער דרינגט עס פון צווישן די שורות אין פון וואס ליגט פון אינטער דיינע ווערטער
אמת פון דיינע ווערטער זעהט מען נישט גארנישט
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש לו.
צו שרייבן פארגרייזטע מאמרי חז"ל, דאס לאז איבער פאר הרב פרישער הי"ו. דער ריכטיגער מאמר אין די משנה אין פרקי אבות איז "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו".
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ביניך נישט אחראי אויף וואס יעדער זעהט אונטער מיינע ווערטער, צווישען די שורות, אדער אונטער די דאכענע.
מיט אזוינע טענות איז דאך נישטא קיין וועג צו פארהאנדלען. איך זעה צווישען דיינע שורות אז דו גייסט יעצט א גרינע אונטערהעמד מיט שווארצע שורות. ווייז מיך אויף אז נישט. אזוי קען מען נישט פירען קיין שמועס.
(נאך די רידינג קאמפריהענשין קלאס, גייט מען אויסלערנען דער עולם כללי שמועסען וויכוחים. וואספארא סארט טענות קומען בכלל אריין אין א שמועס אנצווישען צוויי מענטשען און וואס זענען סתם אזוינע פילערס ארויסגיין מיט א הרגשה אז מען איז גערעכט אן האבען געזאגט קיין שום תוכנ'דיגע טענה).

- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
להערה בעלמא דא און אויף אנדערע פלעצער אין ק"ש ווערט גערעדט פון אידען .vs "די גויים" אויף עפעס א מין מצומצמדיג אופן אזש ס'קלינגט ממש אזוי קליינשטעדלדיג בעת ווען מיר רעדן פון דעם אידישן פאלק -וואס בדרך אגב פאר ווער ס'ווייסט נישט, רוב רובם זענען נישט רעליגיעז- אקעגן זעקס ביליאן יושבי תבל וואס רעכנט אריין די ווייסע ראסע, די געלע ראסע, די ברוינע ראסע, די טונקעלע ראסע, רוסן,פאלאקן, דייטשן,פראנצויזן, ענגלענדער, איטאליענער, איירישער, אמעריקאנער, אפריקאנער, מעקסיקאנער, פארטריקאנער, בראזיליאנער,כינעזער, קאריער, יאפאנעזער, ווי אויך אין יעדען נאציאן איז פארהאן עליטע, מיטל קלאס, נידריגע קלאס, מינאריטעטען, היימלאזע.
אלעס אינטער איין קאטאגאריע גויים, ווי נאריש.
אלעס אינטער איין קאטאגאריע גויים, ווי נאריש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
וואו האסטו געזען איינעם אפאטעמען איבער די טראגעדיע? דו קומסט מיר פאר זייער האספול און דיין מיינד איז שוין פרי-פראגרעמד צו זען וואס דו ווילסט זען קעגן ערליכע אידישע קינדער. יעדן האט וויי געטון אויף דע טראגעדיע, און ווען איינער האט נאכגעברענגט א וויצל האט מען עם אפילו פארדאמט.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נהורא נפישא האט געשריבן:להערה בעלמא דא און אויף אנדערע פלעצער אין ק"ש ווערט גערעדט פון אידען .vs "די גויים" אויף עפעס א מין מצומצמדיג אופן אזש ס'קלינגט ממש אזוי קליינשטעדלדיג בעת ווען מיר רעדן פון דעם אידישן פאלק -וואס בדרך אגב פאר ווער ס'ווייסט נישט, רוב רובם זענען נישט רעליגיעז- אקעגן זעקס ביליאן יושבי תבל וואס רעכנט אריין די ווייסע ראסע, די געלע ראסע, די ברוינע ראסע, די טונקעלע ראסע, רוסן,פאלאקן, דייטשן,פראנצויזן, ענגלענדער, איטאליענער, איירישער, אמעריקאנער, אפריקאנער, מעקסיקאנער, פארטריקאנער, בראזיליאנער,כינעזער, קאריער, יאפאנעזער, ווי אויך אין יעדען נאציאן איז פארהאן עליטע, מיטל קלאס, נידריגע קלאס, מינאריטעטען, היימלאזע.
אלעס אינטער איין קאטאגאריע גויים, ווי נאריש.
ס'קען זיין אז ס'איז נאריש אבער די גויים זעלבסט האבן אזוי קלאסיפיצירט די אידן. אלע אידן. אפגעזעען פון אשכנז'ישע, ספרד'ישע, אזיאנער, רייכע, ארימע מיטלקלאס, ארטאדאקס, קאנסערוואטיוו אדער רעפארם. אפילו משומדים אויך. ס'האטציי גארנישט געהאלפן און ס'העלפט נאכאלץ נישט צו זיין סאפיסטיקירט און פאליטקלי קארעקט. א איד איז א איד און א גוי איז א גוי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איינגעמיירעט האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס איז מער שרעקעדיג אז א איד הרג'ט איינער ווי אז א גוי הרג'ט?
ווייל פארשידענע פון די באזוכער דא, גלייבען און תורת משה און דארט שטייט אז יודען וואס זענען נאמן צו תורה ומצוות, ווערען א ממלכת כהנים און גוי קדוש און זיי ווערען מער דערהויבען, און מער אויסגעאיידעלט,און פירען מער א upper clase לעבן.
און ממילא ווען מזעעט יודען וואס לעבן נישט מיט דיע potential וואס זיי וואלט וועין געקענט לעבן טוט עס וויי.
פארשטייט זיך סטוט נור וויי פאר איינער וואס גלייבט אז די אויבערשטער האט בוחר געווען און די יודען.
אן אינטרעסאנטער פשט האט איר אין דער ממלכת כהנים וגוי קדוש. אז אידען זענען נישט עלול צו הרג'נען. לכאורה לויט אייער מהלך איז דער לא תרצח געזאגט געווארען פאר גוים.
איך פארשטיי אינגאנצען נישט וואס די רעדסט,דאס שטייט דאך דא ווייל די אויבערשטער וויל אונז זאלען זיין א גוי קדוש, זאגט ער אונז לא תרצח אלץ איינע פון די זאכען פון זיין א גוי קדוש.
אדער די אומצאליגע יידישע רוצחים וואס מרי טרעפן אין תנ"ך און לאורך די גאנצע היסטאריע זענען עפעס סתם אזוינע מפיל קינדער און נישט באמת אידיש.
[color=#FF0040]וואו האסטו מיר געזען שרייבען אז א יודען האבען נישט געהארגעט?
קוק נאכאמאל וואס איך האב געשריבען,איך האב געשריבען אז און ממלכת כהנים וויל די אויבערשטער אונז זאלען זיין א העכער פאלק,און ווען מזעעט יודען וואס האלטען זיך נישט דערצו טוט עס וויי א יעדע יוד וואס פארשטייט וואס א יוד וואלט וועין געדארפט זיין.[/color]
איין זאך איז מיר זיכער, אז צו הערן פון א משפחה וואס ווערט דערמארדערט און אפאטאמען אה ב"ה עס איז סתםא כינעזער, ווי פרישר האט אזוי שיין ארויסגעברענגט, דאס איז גארנישט קיין אפאר קלעס אויפיראכץ, און עס איז א פלא ווי בנשימה אחת קען מען זאגען אז אידען זענען אפפער קלעס און זיך אזוי ארויסדרוקען כלפי א צווויטער היומאן ביינג.
קיינער דינגט זיך נישט אויף דעם אוודאי איז עס א הארץ געשריי,אבער די אויבענדערמאנטע געשריי (וויאזוי א יוד קען טוהן אזא זאך) איז נישט דא.
שיין צו זעהן ווי יעדער איינער וואס זאגט נישט ווי אייך באשולדיגט איר גלייך אין זיין א כופר צו וואס. כאילו ערגעץ איז דער גאנצער שמועס תלוי בכלל אין די שאלה צו דער אייבישטער האט בוחר געווען אין די אידען אדער נישט.
איך הייב אן צו טראכטען אז יידל איז גערעכט און מען דארף אויסלערנען אביסעל רידינג קאמפריהענשין פאר דער עולם פשוט.
נא מיין איך אז די זאלסט דיך טאקע גיין לערנען,העסטו האבען א שענער פנים.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
רבותי, איים סיק טו די באון. איך ווער פלעין קראנק פון די פאריקטע מעשה.
איך וויל זיך אפשטעלן פאר א מינוט, און צונעמען וואס דא איז געשעהן און וואס גייט יעצט זיין.
קומט א פארפאלק פון כינע, קומט קיין אמעריקא לעגאל, (אדער נישט נאר זענען געווארן לעגאל) ארבעטן פלייסיג און ערווערבן זיך א נארמאלן לעבן. נישט אויפגעריסן, נישט עפעס ספעציעל רייך, נאר נארמאל. עס קומט אן איר'ס א קרוב פון כינע, וועלכער האט געארבעט דארט עבודת הפרך און באקומען א טעלערל רייז דערפאר, און זיך ענדליך דערלעבט אנצוקומען צו דעם אזוי געגארטן אמעריקא, ווי ער גייט עס מאכן און האבן געלט. קומט ער אן, ווערט ער געוואר אז מען קען טאקע דא מאכן געלט, אבער פאר דעם דארף מען ארבעטן שווער. איייי, נישט דאס האט ער געמיינט, ער האט געוואלט האבן געלט און מאכן א לעבן אן דארפן ארבעטן שווער.
אבער אז מען ארבעט נישט האט מען נישט, און אז מען האט נישט, קען מען נישט באצאלן רענט. נו וואס טוט מען. נישט קיין פראבלעם, מען זעצט זיך אריין ביים קוזינע אינדערהיים. און זי, די פיינע קוזינע נעמט אים אריין און שטעלט אים צו מטה כסא שולחן ומנורה. אבער ער ווייסט דאך אז דאס גייט נישט אייביג אנהאלטן אזוי, און עס קרענקט אים. קוק די קוזינע האט און איך נישט.
ווייסט איר וואס, איך האב אן עצה, וואס איך וועל האבן דערפון ווייס איך נאך נישט, אבער קודם וועל איך שוין נישט אזוי קרענקען פון קנאה, די קוזינע וועט אויך נישט האבן מער. געטראכט און געטוהן. מען גייט אריין אין קאך, מען כאפט דעם גרעסטן מעסער, און... על השחיטה...
איך קען נישט טראכטן דערפון, איך זאג אייך איך האב שוין היינט געוויינט און געשאלטן, עס מאכט מיך פלעין קראנק.
און וואס מיינט איר גייט יעצט זיין?
מען גייט דעם קאלטבלוטיגן חי' טורפת צושטעלן א לויער, און א שיינעם בחינם'דיגען צימער אין תפיסה, אסאך נייעס דעקונג ביזן טרייעל, און א ברייט געדעקטן משפט (כאילו עס איז דא דא איבער וואס צו משפט'ן), און נאך דעם גאנצן שווערן משפט, ווי מען גייט אויפווייזן אז מען האט דעם מערדער געכאפט מיט בלוטיגע הענט און פוס, דמם מטפטף והרוגים מפרפרים, און ער האט זיך מודה געווען און עס אפילו בארעכטיגט ווייל זיי האבן געהאט און ער נישט (כ'ווייס נישט, אפשר לויט אבאמא איז ער גערעכט, ווען ער וואלט געווען א כינעזער און געהאט א זוהן וואלט ער מן הסתם פונקט אזוי געווען), און אויב איז דאס נישט גענוג האט ער נאך בא'מקל'ט אפאר פאליציאנטן וועלכע האבן נישט פונקט אזוי מיטגעהאלטן מיט אים, און די הויכגעשפריצטע באשוואוירענע דשוריסטן גייען - נאכן שווער באטראכטן אלע באווייזן - ארויסגעבן א פסק: "שולדיג".
אבער מיט דעם גייט זיך עס נאך נישט ענדיגן. מען קען דאך נישט תיכף נאך זאגן שולדיג, מחליט זיין אזוי שנעל וואס דער שטראף זאל זיין, מען דארף דאך עס שוקל זיין און דורכזיפן בשבעים נפה, גייט מען דעריבער מאכן א ספעציעלן דעיט, א טאג ווען דער הויכפארדרייטער שופט גייט נאכאמאל אלעס באטראכטן, און לויטן חומרת הפשע גייט ער ארויסגעבן א געוואויגן און געמאסטענעם שטראף, וועלכע זאל זיין פונקט אזוי הארב ווי דער עבירה, נישט חלילה מער, און אויך נישט ווייניגער למען ה'.
און נאך דעם לאנג פארצויגענעם יושר'דיגן פראצעדור, גייט דער מערדער ימח שמו ווערן אפגעשיקט צו זיין אייביגער רוה, דא אויף די וועלט, זיין בחינם'דיגער אמעריקאנער חלום, ווי ער וועט נישט דארפן ארבעטן, באקומען עסן און שלאפן (און דראגס און ס..ס וגו' וכו') בחינם, (בחינם זאג איך, אונז אלע גיימער באצאלן דערפאר) און זיך אויסלעבן זיינע יארן במנוחה נכונה, בשעת ווען זיינע אומשולדיגע קרבנות (סארי, איך קען נישט, איך האב אויך קינדער, איך פיל ווי איך גיי אראפ פון זינען) גייען ליגן אין דער ערד און נישט האבן געהאט אפילו די מעגליכקייט פון א טשענס דא אויף די וועלט. און דער נעבעכ'דיגער פארווייטאגטער טאטע וועט מן הסתם קיינמאל נישט צו זיך קומען פון דעם גרויזאמען אומגליק.
מורי ורבותי, איך ווייס נישט אויף וואס פאר א וועלט מיר לעבן דא. עס איז דאך נישט דא דא קיין שאלה און קיין פראגע צו ער האט עס געטוהן און פארוואס ער האט עס געטוהן. למען השם, פארוואס נעמט מען נישט דעם שמוציגן נבילה און מען גיט אים וואס עס קומט אים. פירט אים אריין אין יענעם געגענט, זוכט אויף דעם מעסער וואס ער האט גענוצט, און לייגט אים אראפ דארט כאבן דומם פאר די איינוואוינער, שכנים גוטע פריינט און משפחה פון די דערמארדעטע, און לאזט זיי טוהן מיט אים כטוב בעיניהם.
שוין, ווילט איר נישט איינפירן אזא סארט יוסטיץ אין איייער לאנד? נישט אז איך בין מסכים מיט אייך, אבער איך קען עס דערהערן, אבער כאטש נעמט דעם נאדעלע, לייגט אריין דארט איין דאזע פון דעם ריכטיגן געווירץ, ריקט עס אריין אין זיינע אדערן און שיקט אים מיט מיט זייינע אומשולדיגע קרבנות, רייניגט אפ די וועלט פון אזעלכע עקלהאפטיגע אפפאל, ער האט נישט קיין זכות קיום, די ערד וואלט דאך אים געדארפט איינשלינגען ווי קורח בשעתו, אבער אז די ערד טוט עס נישט זאלן מיר עס כאטש טאן.
איך ווייס נישט, איך קען פלעין נישט ענדיגן. גלייבט מיר איך האב געזאגט תהלים די נאכט, איך האב געדאוונט אז כאטש איינער זאל איבערלעבן, איך קען נישט טראכטן פון דעם אומגעהויערן ווייטאג, איך האב נישט קיין טענות אויפן באשעפער, אבער אויף די אמעריקאנער פערד, אויף זיי האב איך שוין איינמאל טענות, פארוואס זענט איר פאר'עקשנ'ט צו זיין פערד, איינער צווינגט אייך, עס איז עפעס א מצווה אין דער קאנסטיטוציע, צו גאר אין דעם נייעם טעסטאמענט צו זיין א פערד?
ווען וועט איר זיך שוין אמאל אויפוועקן?

דאס איז אמעריקע נעבעך. א מלכית של חסד פאר רוצחים
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
אין אמעריקע איז נישטא דער באגריף פון נקמה. וואס אפילו אין די תורה זעט מען אז דער טאטע למשל וואלט געמעגט טון מיט דעם מערדער כטוב בעיניו, אין דעם הינזיכט זענען די אזויגעריפענע צוריקגעשטאנענע לענדער סך בעסער. פינקט יעצט האב איך געליינט אין די נייעס אז עפעס א סוני איסלאמישע טעראר גרופ האט אטאקירט ביים איראנער גרעניץ און געהארגעט 16 איראנער סאלדאטן. האט יענער איראנער שטאט וואס איז ביים יענער גרעניץ ארויסגענומען פון זייער תפיסה 14 חברה פון יענע טעראר גרופ וואס זיצט שוין א שטיק צייט ביי זיי אין תפיסה און זיי אלע געהאנגען! צו דאס איז יוסטיץ ווייס איך נישט, אבער א זיסער נקמה און א למען ישמעו ויראו איז עס שוין איינמאל.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אין אמעריקע איז נישטא דער באגריף פון נקמה. וואס אפילו אין די תורה זעט מען אז דער טאטע למשל וואלט געמעגט טון מיט דעם מערדער כטוב בעיניו, אין דעם הינזיכט זענען די אזויגעריפענע צוריקגעשטאנענע לענדער סך בעסער. פינקט יעצט האב איך געליינט אין די נייעס אז עפעס א סוני איסלאמישע טעראר גרופ האט אטאקירט ביים איראנער גרעניץ און געהארגעט 16 איראנער סאלדאטן. האט יענער איראנער שטאט וואס איז ביים יענער גרעניץ ארויסגענומען פון זייער תפיסה 14 חברה פון יענע טעראר גרופ וואס זיצט שוין א שטיק צייט ביי זיי אין תפיסה און זיי אלע געהאנגען! צו דאס איז יוסטיץ ווייס איך נישט, אבער א זיסער נקמה און א למען ישמעו ויראו איז עס שוין איינמאל.
ניין דאס איז אויך נישט גערעכט, דעם מיטל האבען די נאציס ימש"ו אסאך גענוצט סיי אקעגן די אידן און סיי אלע אנדערע איירופעישע פעלקער וואס זיי האבן אונטערדרוקט און כמובן איז עס נישט לעגאל לויט די אינטארנאציאנאלע חוקים.
ווייל ממנ"ש איזעך זיי געקומען טויט שטראף האסטו עס געדארפט טוהן ביז יעצט ,איזעך עס זיי נישט געקומען און דו הרגס'ט זיי נאר אלס נקמה אויף עפעס וואס זייערע חברים האבען געטוהן ,איז דאס יוסטיץ?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
איך האלט אויך אז ס'נישט יוסטיץ. פינקט אזוי איז אבער נישטא יוסטיץ אין אמעריקע אויפן אנדערן עקסטרעם.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
עקסטרעמיזם איז קיינמאל נישט גוט אין לעבן (שיטת קאצק האלט אנדערש ואכמ"ל).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:41 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
פון צווישן מערב וועלט לענדער איז גראדע אמעריקע די מערסט פרימיטיוו און שטרענג בנוגע יוסטיץ. אין פילע, איך מיין אפילו רוב סטעיטס איז אפיציעל דא טויט שטראף, ווי אין אייראפע טרעפסטו דאס? אזאנע לאנגע תפיסות טערמינען אונטער אזאנע רישעות'דיגע אומשטאנדן, ווי חוץ אין אראבישע אדער דריטע וועלט לענדער איז דאס דא?
הדד. נאך א סיבה פארוואס מען ברויך עם הינריכטן: אז מען שפארט עם איין לעבנסלענגליך קען ער שטארק חרטה האבן, און וועלן אנהייבן א נייע לעבן. עס איז נישט מענטשלעך עם מער קיינמאל נישט געבן א געלעגנהייט נאכאמאל אנצוהייבן א לעבן, אויף א טאט ער איז באגאנגען ווען ער איז געוועזן לאמיר זאגן הויעך אויף דראגס, יונגערהייט. אז מען רוימט עם יעצט אראפ באשר הוא פה, איז זאכליך, און פארשטענדלעך.