מען ברויך פארשטיין!(?)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

מען ברויך פארשטיין!(?)

שליחה דורך ממרום שלח אש »

מען ברויך פארשטיין
צו קלאסישע מוזיק,
אנדערש וועט די קונסליכסטע מייסטער סימפאניע פארקומען ווי א מאמבא זשאמבא פון פארלוירענע נאטן.
אבער,
צו משה גאלדמאנס "הבן יקיר לי אפרים" פארשטייט מען פון וויג ארויס.

מען ברויך פארשטיין
צו א גוטן וויין,
אנדערש וועט א טייערע יין משומר פון 50 יאר אלט שפירן זויער און ביטער אויף די גומען.
אבער,
צו בלעק טשערי סאדע פארשטייט יעדער.

מען ברויך פארשטיין
צו א גוטן ציגאר,
אנדערש איז די ריח פון א טייערע אומלעגאלע קובאנער צוגאר אומדערטרעגליך.
אבער,
אבער צו א טוילעט שמעקער בריח שזיפים פארשטייט יעדער.

מען ברויך פארשטיין
צו מאדערענע מאלעריי
אנדערש וועט א מאלעריי ווערט מיליאנען פארקומען ווי פאפיר וואס איז נישט ראוי לצור על פי צלוחיתו
אבער,
צו יואל וואקסבערגער'ס א בענטשער'ל פארשטייט יעדער.

מען ברויך פארשטיין
צו פאעזיע
אנדערש וועט א פאעזיע פון א נאבעל פרייז געווינער אויסקוקן ווי צובראכענע זאצן צוזאמגעווארפן מיט א לויזן שייכות וועלכע גראמען ניטאמאל בדיעבד
אבער,
צו פינקיס א גראמעריי פארשטייט אפילו דער שווואכסטער בחור אין ישיבה.


איר קענט צולייגן כהנה וכהנה....


מיין נקודה איז, אפשר זענען די אלע זאכן אומנויטיג קאמפליצירט? כמיין, מאן יאמר? באלד וועל איך אויפקומען מיט א געמיש פון עטליכע געהיימע באנשטאנדטיילן אויף א באזיס פון מאראנצן זאפט און בענזין , די גערוך וועט זיין אומדערטרעגליך פאר א איש פשוט, און א קאץ א בן יומו וועט שטארבן דערפון, אבער א פארשטייער וועט דערין שפירן די קונצליכע פראדאקסיע פון חבלי לידה מיט נחת, יאוש און אומאן, נאטור און מאנהעטן בנוסף צו שטריכן פון בייז וואונדער און קבלת יסורים אויף א הונטערגרונט פון שלות הנפש. די חכמים ונבונים וואס וועלן דערפון פארזוכן יחד כולם הודו ואמרו, אשר אין איש אשר ירקח כמוהו!

ווער איז א בעלן?

לעומת זה איז דען נישט מער קונץ ווען אפילו שפחה על הים זאגט כזה ראה וקדש? ווען עס איז נישטא קיין ספיקות און קיין וואריאנצן, נאר כולם פה אחד עונים באמה וביראה אין כמוך וכמעשיך, וכמאמר החכם "צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין"...


(מחשבות נאכן באזוכן די קלאסישע מוזיק אשכול)
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מ'ברויך פארשטיין
א שטיקל ר' חיים
אנדערש זעט די חידוש אויס ווי א צאמקלאפונג פון וואנזיניגע סברות
אבער
צו מלכי און יוס'לה פארשטייט יעדעס קינד.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אה ממרום'ל וואס פארשטייסטו ?.... דאס אלס איז געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס זענען באמת פוסט און ליידיג דאס איינציגע הנאה וואס זיי האבן אויף דעים עולם איז ווען זיי קענען אנצייגן אויף עפעס אז דאס ברענגט זיי בעכלומפרשט א גרויסע הנאה, און ווי ווייניגער מענטשן פארשטייען צו יענעם ''עפעס'' אלס גרעסער איז זייער הנאה און מאטיוואציע צו בלייבן לעבן אויף דעם עולם. אויב זאל יעדער מארגגן אנהייבן ליב האבן ביטערע וויין וועלן זיי אריבערגיין צו קולעי וואסער. אויב וועט יעדער אנהייבן ליב האבן מאצארט וועלן זיי אריבערגיין צו שבתי פרנס, אויב וועט יעדער אנהייבן פארשטיין צו א אויל פעינטינג וועלן זיי ליב האבן דיין קינד'ס געמאלענע/געקאטשקעטע "הילף פאר'ן קינד" ביכל.. לאז עס אזוי דאס איז א חלק פונען באשעפער'ס פלאן וויאזוי זיין וועלטל האט א קיום.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

געפילטע פיש האט געשריבן:מ'ברויך פארשטיין
א שטיקל ר' חיים
אנדערש זעט די חידוש אויס ווי א צאמקלאפונג פון וואנזיניגע סברות
אבער
צו מלכי און יוס'לה פארשטייט יעדעס קינד.


א דאנק פארן אריינווארפן די קאמענטאר, איך ברויך טאקע עטוואס קלארער מאכן,

פארשטיי אליין, איך ווארף נישט די גענעראלע רעלאטיוויזם טעאריע פאפיר לעומת הערשל פרידמאן'ס אן ארטיקל.

לא ראוי זה כזה, צו לאגיק ברויך מען פארשטיין, די זאכן וואס איך ברענג זענען אלע דברי טעם וריח.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

נישט פארשטיין, נאר באקאנט ווערן

שליחה דורך יואליש »

כ'מיין דאס ווארט "פארשטיין" ווערט געניצט מיט אן אנדערע באדייט. ווי דו זאגסט, דא רעדט מען נישט פון פארשטיין לאגיש. וואס יא, די אלע זאכן האבן אין קאמען טאקע דאס, אז אלס קינד איז מען נישט אויפגעוואקסן דערמיט, ממילא פאדערט זיך א פראצעס פון "צוגעוויינען" און זיך "באקאנט מאכן." און מיט געניג עקספאזשער צו די זאכן, הייבט מען אן באמערקען חילוקים און ס'הייבט אן ווערן באקאנט און ס'הייבט אן ווערן געשמאק.

הוא הדין ווען א הויכבאשפריצטער קאנדאקטער פון די אפערא אין בערלין וועט אריינקומען אין א חסידישע שטיבל ווי מ'פארברענגט ביי א קומזיץ אין א "היימישע" און "געשמאקע" אטמאספערע און מענעריזים, וועט ער זיין פרעמד און פילייכט פארעקעלט. ווארום ער איז נישט געווען עקספאזט און איז נישט איינגעוואוינט אין די קולטור. אבער "היימישקייט" און "געשמאקייט" איז אן איינגעקויפטע געשמאק נישט אנדערש פון מאדערן קונסט, קלאסישע מוזיק, יין ישן, און אן אראבישע פייפ און שארפע געווירצען.

אין קורצן, קולטור איז טעם. און אויב איז נישט אויפגעוואקסן אין א ספעציפישע קולטור, נעמט צייט ביז מ'געוויינט זיך איין, און דאן קען מען שפירן די טעם וואס אנדערע שפירן.

העווינג סעיד דעט, ס'איז זיכער פארהאן עליטיזים אין דאס וואס מענטשן מיינען אז זי מיזן זיך טובל'ן אין הויך-קולטור (ביי מאנכע איז עס מערב-קולטור ביי אנערע מזרח-קולטור) כדי צו שטייגן אין סאציאלע קלאס. דאס שטינקט פון קאפ.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

זייער זיס אראפגעלייגט [tag]ממרום שלח אש[/tag] אבער איך האף אז איר ווייסט אז איר רעדט ממש נישט צום דבר, אויב עפעס באלאנגט די גאנצע אשכול אין שמייכל אפטיילונג.
אז איר וועט שטודירן סיי ועלעכע פון די אלע ענינים וואס איר האט דערמאנט וועט איר אליין פארשטיין אז יעדע זאך איז חכמה שלימה פאר זיך, און אזוי ווי יעדע חכמה זענען אויך די חכמות געבויט אויף קאנקריט בנינים און עס איז נישט סתם געדמיונ'ט אין רוח אריין. ולאחר הלימוד זענען כולי עלמא מודי אז פינקי איז נישט קיין קאמפעטישן פאר שעיקספעיר און וואקסבערגער איז נישט קיין קאנקורענט פאר מיכלאנג'לו. בנוגע די ריח שזיפים אין בית כסא ווינדער איך זיך שוין לאנג פארוועם מען מאכט דאס ווייל ווען איך יושב אין בית הכסא אין די מרסס שזיפים פאנגט אן שפריצן לויף איך ארויס אן א הויזן און צומאל נאך פארן קינוח.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

[tag]יואליש[/tag]ל טייערער (כהאב א געפיל צו די נאמען)

דו ברענגסט ארויף גוטע נקודות, מיר זענען נישט מחולק, אבער די דעקסט נישט אלע אספעקטן.

דו האלסט באמת אז א קינד גלוסט צו א קענדי ווייל עס איז א ערווארבענע טעם? אדער מען ווערט גערירט ביז טרערן פון משה גאלדמאן'ס פנה לעלבון ווייל מען הערט אידישע סטייל ניגונים זייטן געבורט?

גראדע יש מקום אנצונעמען אזוי, ווייל כידוע איז מוטער מילך זייער זייער זיס, קומט די ערווארבענע טעם פון דעם? אדער איפכא מיסתברא, כדי קליינע קינדער זאלן עס ווילן טרונקען האט די נאטור צוגעשטעלט זיסע מילך?

אילמלא מען זאל א קינד פון געבורט אן תיכף פיטערן מיט שטארקע שווארצע קאווע וועט ער אויסוואקסן דער גרעסטער חובב קאווע וואס דער וועלט האט נאר אמאל געזען? ביי אים וועט ביטערע שווארצע קאווע פארנעמען דאס פלאץ פון צוקער?

איך מיין נאך אלץ אז חוץ די ערווארבענע טעם טעאריע איז נאך אלץ א נפק"מ צווישן א פשוטע הארציגע ניגון און א קלאסישע מוזיק שטיקל.

[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]

איך האב נישט ממש געצויגן קיין מסקנות, אוודאי זענען די זאכן תורות שלמות, ומי המסתפק בדבר? איך האב סתם געשאטן מיינע געפילן בענין זה אויפן סקרין, עס באשטייט בערך פון וואונדער, עהרע, גלייכגילטיגקייט, צינישקייט און א משהו קנאה, אבער עס איז אפן פאר נאך פירושים.

ערענסט גערעדט, איך רעד נישט פון די "טעכניק", איך רעד מער פון די "טעם" וואס מען שפירט דערביי און די חלק הקונסט (ארט) שבו.

נאך אלעם, אויף א טיפע לעוועל פיל איך אומבאקוועם מיטן קאמפליצירן זאכן וואס קענען ווען זיין גראדער. מילא ווילסט אפלערנערנען די סודות פון די אוניווערס, וואס קען מען טון עס איז דברים שכיסתן עתיק יומין, איז נישטא קיין ברירה, הרוצה להחכים דארף נאכגיין די מקור החכמה, אבער אז א מענטש וויל אויסדריקן געפילן? זיי מוחל זיי דיך מסביר, נישט סתם שיס א צומעניש פון ווילדע אויפרייסן (כדוגמת בענזשאמין ביי הרב עובדיה און קטלא ביי טאמבור), כפארשטיי סאיז שווער, אבער זיי מוחל זיי דיך מצמצם און ברענג עס ארויסס בסדר יפה אף נעים (ווי קטלא און בענזשאמין אין פרידנס צייט) זאג פונקטליך וואס דו מיינסט און מיין פונקטליך וואס דו זאגסט.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

נישט איך האלט, נאר איך ווייס, אז די הארציגע פנה לעלבון (וואס איך גלייך זייער און זינג זיך אפט אונטער) קוקט אויס פאר א פרעמדן עם נכר ווי א ביליגע פאפ ניגון, אן קיין סאפיסטיקעשאן. אונזער סקעיל (מיינאר) איז ע"פ רוב נישט גענוצט ביים שאינו בן ברית.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

א ארט סטודענט האט זיך אויפגעריסן, מודה ומתודה, ער "פארשטייט" נישט דערצו.
עס איז געגאנגען וויירעל, און געווארן שטארק פאפולער אויף די אינטערוועב.
לעבן זאל די רעוואולוציע!
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
פארשפארט