נאך א ראי' אז רב וואזנער מיינט נישט הלכה'דיגע פסק.
יעדער איינער וואס קען אביסל לערנען ווייסט אז ס'איז דא זייער אסאך הנהגה'ס און מנהגים אין ש"ס וואס תנאים ואמורים האבן זיך נוהג געווען, און אז איינער זאל זיך היינט אזוי נוהג זיין וואלט רב וואזנער אים מחרים געווען (גוזמא).
ס'איז געווען וואס האבן נישט געדאווענט ווייל זיי האבן געלערנט זייער פלייסיג. ס'איז געווען וואס ווען זיי זענען געקומען אין א אנדערע שטאט האבן זיי געפרעגט ווער וויל זיין מיט זיי פאר א טאג, וועלכע פרוי. (רב כי מקלע לדרשיש מכריז מאן הויא ליומא רב נחמן כד מקלע לשכנציב מכריז מאן הויא ליומא)
אזוי איז דא צענדליגער משל'ם וואס מיר פסקנ'ן נישט ווי די מנהגם.
די ביסל וואס רב וואזנער האט אונז יא מגלה געווען ווי אזוי ער בויט אויף זיין הלכהדיגע פסק לגבי די אינטערנעט, ברענגט ער א מעשה פין גמ' אין ב"ק דף פ' ע"א אין מגדלין בהמה דקה בארץ ישראל.
די מעשה אז די חכמים האבן נישט געוואלט אריינגיין אין די הויז ווערט בכלל נישט גע'פסק'נט אין רמב"ם
http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A8%D7%9E%D7%91%22%D7%9D_%D7%94%D7%9C%D7%9B%D7%95%D7%AA_%D7%A0%D7%96%D7%A7%D7%99_%D7%9E%D7%9E%D7%95%D7%9F_%D7%94 פין די אגדתא קען מען בכלל נישט בויען קיין הלכה.
משל למה הדבר דומה, רב וואזנער וואלט שפאצירט אויפן גאס און ער דארף א טרינק, וואלט ער נישט אריין געגאנגען אין macys אדער אין Apple store קער נעמען פון זיינע געברויכן, ס'פאסט נישט. כאטשיג ס'נישט אסור. שטעלטס ענק פאר 100 יאר שפעטער גייט א פוסק און בויעט אן הלכה "מ'טאר נישט אריינטרעטן אין macys".
די חכמים האבן געמאכט א גזירה "אין מגדלין בהמה דקה בארץ ישראל" צו מחזק זיין זייער גזירה פארשטייט זיך ווען זיי קימען אן צו א הויז ווי מ'איז מגדל בהמה דקה גייען זיי נישט אריין, וועןן א פשוט'ער מענטש זאל פרעגן די חכמים צי ער מעג אריינגיין איז זייער מעגליך אז די תשובה וואלט געווען 'יא'.
נאכאמאל מיט די גרעסטע מאס רעספעקט רב וואזנער איז א גאון ער וויסט די אלע תורה'לעך בעסער פין מיר, ער האלט נישט אז זיין פסק איז הלכה, ס'איז השקפה.
אז ס'איז דא א מנין מנחה אין א הויז מיט אסור'דיגע אינטערנעט וואלט רב וואזנער ג'פסק'נט ענדערש דאווענען ביחידות ווי איידער אריינגיין אין די הויז??? I doubt!