'פרום און שטעקן' - Frum and Stuck

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

'פרום און שטעקן' - Frum and Stuck

שליחה דורך הציץ ונפגע »

די וואך האבן צוויי געוועזענע-חרדישע-און-איצט-מאדערנע ארטאדאקסישע רבנים געגרינדעט א נייער איניציאטיוו מיטן נאמען "פרום און שטעקן" (Frum and Stuck). יא, איך ווייס, דער נאמען קלעפט עפעס נישט, אבער דאס איז (האפענטליך נאר אויף דערווייל) דער נאמען פון די ארגעניזאציע וואס איז נארוואס געגרינדעט געווארן דורך הרב לוי בראקמאן און הרב יששכר כ"ץ. הרב בראקמאן איז א געוועזענער חב"ד'סקער שליח וועלכער איז געווארן מער מאדערניזירט און פארמאגט א מעסטערס פון אוניווערסיטי קאלדעזש אף לאנדאן בעת ער ארבעט אויף זיין פי-עיטש-די אין ערציאונג-פסיכאלאגיע, און הרב כ"ץ איז א געוועזענער חסידישער מגיד שיעור מיט סמיכה פון הרב יחזקאל ראטה וועלכער איז געווארן מער מאדערניזירט און פירט היינט אן די גמרא אפטיילונג אין ישיבת חובבי תורה.

אויף די וועבסייט פון דעם איניציאטיוו ערקלערן זיי אז זייער ציל איז צו העלפן מענטשן וועלכע ווילן פארבלייבן ארטאדאקסן אבער זיי זענען שטעקן אין א געזעלשאפט וועלכע איז נישט לויט זייערע אנשויאינגען. דער וועבסייט שטרייכט אונטער אז די גרינדער האבן נישט קיין שום אגענדע און ווילן גארנישט אפטון אדער אויפטון - בלויז דאס צו העלפן מענטשן וועלכע שפירן זיך שטיקן אין זייערע רעליעגעזען אדער געזעלשאפטליכן מצב און זיי העלפן מאכן טוישונגען אין זייערע לעבסנשטייגערן מיט די מינימאלסטע שוועריקייטן וואס שייך.

אויף זיין בלאג אין די טיימס אף איזראעל, האט בראקמאן געשריבן אז אין די ערשטע פאר טאג וואס די וועבסייט איז אקטיוו האט ער באקומען א מבול פון אימעילס סיי מיט אנבאטן צו וואלונטירן מיט וואס נויטיג און סיי מיט מענטשן וועלכע זוכן הילף וויבאלד זיי זענען "פרום און שטעקן".

אויפן וועבסייט איז מרומז אז די איניציאטיוו צו עפענען דעם ארגעניזאציע קומט פון די דבורה טאמבור טראגעדיע, ווי די צוויי קהילות פון פרומע און אטד'ס האבן אויסגעשטרעקט באשולדיגונג פינגער איינער צום צווייטן, יעדער טענה'נדיג אז ידיהם של אחרים שפכו את הדם הזה. ווי איך פארשטיי שטייט דאס איניציאטיוו, טיילווייז אין קעגנזאץ צו פוטסטעפס, וועלכע ווערט דורך פילע אין די פרומע לאגער ווי אן אניציאטיוו מיט אן אגענדע אפצופירן מענטשן פון פרומען דרך, און טיילווייז אין קעגנזאץ צו די עקסטרעמע פרומקייט וואס האלט אין איין שטייגן אין די חרדישע לאגערן דערביי אפרעמדנדיג אסאך פון דעם לעבנסשטייגער.

עס בלייבט מיר נאר איבער זיי צו וואונטשן אסאך הצלחה מיט זייערע וואוילטעטיגע טאטן, בו בזמן וואס איך וואונדער זיך צו זיי קענען עפעס אויפטון. עס איז פון די זאכן וואס נאר צייט קען זאגן.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר