בארימטע כופר וועט היטן איין שבת פאר צדקה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

בארימטע כופר וועט היטן איין שבת פאר צדקה

שליחה דורך הציץ ונפגע »

דא אויף קאווע שטיבל איז אין דעם עבר געווען באריכטעט איבער ארי מאנדל (המכונה רחמנא ליצלן) און זיין שטיק צו פארקויפן זיין חלק לעולם הבא אויף איבעי. דער שטיק האט אים דאן געברענגט אינטערנאציאנאלער רום, ווען די מעשה איז באריכטעט געווארן אין צייטונגען איבער דער וועלט, און האט אפילו געברענגט נאך א ספר לאור עולם איבער דאס ענין פון מכירת חלק לעוה"ב ע"פ הלכה.

דער זעלבער ארי מאנדל האט לעצטנס באשלאסן צו לויפן אויף א מאראטאן אין ירושלים לטובת די חרדישע ארגעניזאציע "חי לייפליין" וועלכע העלפן אידישע קינדער מיט קענסער. צו קענען לויפן אין דעם מאראטאן האט מען געדארפט אויפטרייבן פיר טויזענט דאלער און צדקה, און מאנדל האט פרובירט אויפצוטרייבן געלט צווישן זיינע אט"ד חבירים אויף פעיסבוק. זעענדיג אז עס גייט שווערליך און ער גרייכט נישט צום סכום, האט מאנדל צוגעזאגט צו "היטן אפילו שבת" אויב איינער זאגט צו געלט. א איד מיט א ווארעם הארץ האט אים געכאפט ביים ווארט און צוגעזאגט די סכום פון טויזענט דאלער אויב מאנדל היט איין שבת מרישא ועד גמירא! מאנדל, וועלכער האט געזען אז פון זיין וויץ איז געווארן אן ערנסטער זאך, האט אנגענומען דעם אנבאט בחפץ לב, און וויצלנדיג צוגעלייגט אז פאר נאך טויזענט וועט ער אפילו איבערזאגן א דבר תורה אין שול. ווי מאנדל האט איצט געמאלדן האט אן אנאנימער נדבן אנגעבאטן $500 אויב מאנדל וועט זאגן א דבר תורה איבער חסידות, און אז ער האט אנגענומען דעם אנבאט און וועט שבת נאכמיטאג זאגן דעם דבר תורה אין שול.

אף רשעים שבך מלאים מצוות כרימון!

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר