עפרון החתי: א געלטגייציגער ד''א, אדער א גוטהארציגער בעל חסד?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

עפרון החתי: א געלטגייציגער ד''א, אדער א גוטהארציגער בעל חסד?

שליחה דורך אליצפן »

פון קינדווייז אן ווייסט יעדער צו זאגן אז עפרון איז דער סימבאל פון געלטגייציקייט, קארגשאפט, און איינער וואס רעדט אסאך און טוט ווייניג.
אבער אז מ'קוקט אין די תורה שטעלט זיך ארויס א גאנץ אנדערע בילד.
מ'זעט ווי עפרון בעט זיך בתחנונים ביי אברהם אבינו צו נעמען דעם פעלד בחינם, אבער אברהם וויל בשום אופן נישט. עפרון זאגט: "השדה נתתי לך והמערה אשר בו לך נתתיה", אבער אברהם לאזט זיך נישט "אם אתה לו שמעני נתתי כסף השדה קח ממני". ער וויל דווקא יא באצאלן.
אבער אויף דעם האט זיך עפרון ווייטער איינגעשפארט "ארץ ארבע מאות שקל כסף ביני ובינך מה הוא", וואס אויף דעם זאגט רש''י אז ער האט געמיינט צו זאגן אז אברהם זאל עס נעמען בחינם ווייל צווישן צוויי פריינט מיינט 400 שקל גארנישט.
ווי נאר אברהם האט דאס געהערט האט ער גענומען די 400 שקל און עס אריינגעשטופט צו עפרון אין די האנט.
שטעלט זיך די שאלה וואס האט עפרון געזאלט טון? זאל ער זיך איינ'עקש'נען נאך מער און צוריק ווארפן די געלט? איך ווייס נישט וויפיל פון אונז וואלטן עס געטון. נאך אלעם איז ער נאר א בשר ודם.
איז וואס וויל מען פון עפרון? פארוואס איז ער געבליבן מיט אזא שלעכטער נאמען לדראון עולם?

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


איינשרייבן
 
פארשפארט