שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

עס טיצעך א גרופעריי. דר'עולם האט "וואטסעפפ" גרופס אין די מאסן, און אגאנצן טאג פליען בילדער און ווידיאו'ס פון איין גרופ צו די אנדערע.

באמת א שיינע זאך, און עס פארמערט אהבה אחוה ורעות. איך אליין באטייליג מיך אין אזא גרופ, און כאטש ס'קומט נישט צו קיין כי הוא זה צו די געשמאקע שמועסן פון קאווע שטיבל (די גרופ'ס זענען בעיקר פאר פאני בילדער, דזשאוקס, וכדומה) איז עס אבער אויך א פלאץ ווי חברים וואס קענען זיך ליינען די זעלבע שטותים, און אמאל גייט מען אויך ארויס צוזאמען פארברענגען ביי א וואכט נאכט.

עס איז אבער דא א שרעקליכע פראבלעם. אנדערש ווי דא אין שטיבעל, ווי אלעס איז אויף א העכערע לעוועל, איז אזא וואטסעפפ גרופ אן קיין שום קאנטראל, און מענטשן קענען לייגן וואס זיי ווילן. און ליידער זענען דא מענטשן וואס רעכענען זיך נישט מיט אנדערע, און לייגן בילדער פון פריוואטע מענטשן.

יעדע מענטש טוט אמאל א פאני זאך אין פאבליק, קיינער וויל נישט אז מ'זאל לייגן א בילד פון אים ווי אזוי ער טוט עס. פון ווי נעמט זיך די רשעות פון א מענטש צו לייגן אזא בילד פון א צווייטן?! מה דעלך סני לחברך לא תעביד!

איך געדענק אמאל איז געוועהן אן ארטיקל פון הרב אשר לעווין וועגן דעם, און זייער שיין ארומגערעדט וועגן די רשעות און רציחה וואס מ'טוט צו מענטשן. אבער איך וויל נישט דא איבער'חזר'ן די עצם נקודה פון פארשפרייטן אזעלכע בילדער אדער ווידיאוס. איך וויל יעצט רעדן צו דעם יחיד.

ליידער איז שוין די מחלה אזוי פארשפרייט אז אפילו נארמאלע מענטשן האלטן אז זיי האבן א תירוץ. "יעדער שיקט אזעלכע בילדער עניוועי – אז איך וועל עס נישט שיקן ווייטער, וועט עס א צווייטער שיקן, און יעדער זעהט עס עניוועי. איז וואס טוה איך אויף אז איך האלט עס ביי מיר?"

מענטשן זאגן אויך, אז יענער האט געמאכט א פאני פיקטשער פון זיך אליין אין זיין הויז, און עס איז ארויסגערינען צו די פאבליק, איז ער זיך אליינס שולדיג. ער האט עס מסתמא געשיקט צו איינעם און יענעם "אנגעווארענט" עס נישט צו שיקן ווייטער. אבער ער האט געדארפט וויסן אז עס ארבייט נישט היינט. אז מ'שיקט עס אפילו פאר איין מענטש גייט עס ווייטער. און ווייל ער איז זיך אליין שולדיג איז טו בעד פאר אים.

אמת'דיג? "טו בעד"? זייט ווען מאכסטו נישט קיין טעותים?? אז איינער מאכט א טעות מעגסטו אים באגראבן? און אפשר האט ער ניטאמאל געמאכט א טעות? אפשר איז זיין קאמפיוטער געווארן גע'העק'ט? אפשר האט ער פארלוירן זיין קעמרע און א שייגעץ האט פארשפרייט דעם בילד?

אבער לאמיר בעיקר זעהן די "עניוועי" תירוץ. דער תירוץ אז "יעדער שיקט עס עניוועי" איז א גרויסע מיסטעיק. דער מענטש וואס מ'זעהט אין די בילד ווערט פארשעמט יעדע איינציגע מאל וואס יעדע איינציגע מענטש זעהט עס. עס איז נישט דא קיין איין סינגל בילד וואס יעדער איינציגער היימישער מענטש אויף וואטסעפפ האט געזעהן. אמת, רוב פיקטשערס קומען רוב מאל אן צו רוב מענטשן פון די היימישע גרופעס, אבער נאר צו "רוב" – נישט צו יעדעם. יעדעס איינציגע מאל וואס איינער שיקט אזא בילד איז ער טאקע נישט שולדיג אז ס'ווערט ברייט פארשפרייט – ער איז אבער שולדיג אז נאך א מענטש האט עס געזעהן, אדער נאך דריי מענטשן האבן עס געזעהן. עס קען זיין אז די מענטשן וואלטן עס למעשה געזעהן פון א צווייטן, אבער עס קען זיין אז נישט! און אויב דו שיקסט עס פאר צוואנציג מענטשן וואלטן אפשר טאקע 17 פון זיי עס עניוועי געזעהן, אדער אפשר 18 אדער 19. עס איז אבער דא זייער א גרויסע טשענס אז נישט אלע צוואנציג מענטשן וואלטן עס באקומען פון א צווייטן.

אין די צייט וואס עס איז אמת אז זייער אסאך מענטשן שיקן ליידער אזעלכע בילדער, דארף מען אבער געדענקען אז עס איז נישט אמת אז עס קומט אן צו יעדעם. ווען דו שיקסט אזא בילד ווייטער איז דא זייער א גרויסע מעגליכקייט אז א געוויסע צאל מענטשן – מעגליך אפילו נאר איינס אדער צוויי – וועלן זעהן דעם פארשעמענדן בילד נאר אדאנק דיר. און דו האסט פארשעמט דעם מענטש אין פראנט פון אנדערע מענטשן.

לייג נישט די בילד אין קיין גרופ. "אויב איך וועל עס נישט לייגן אין די גרופ וועט עס א צווייטער עניוועי לייגן." אויב א צווייטער וועט עס עניוועי לייגן – לאז יענעם עס לייגן! פארוואס זאלסטו עס טוהן? אפילו אויב עס איז 99% זיכער אז א צווייטער וועט עס לייגן, איז נאך אייביג דא די קליינע טשענס אז פונקט די בילד וועט קיינער נישט לייגן אין די גרופ. דו ווילסט זיין דער רשע? דו ווילסט זיין דער וואס שיקט דעם פריוואטן בילד אדער ווידיאו פאר אזויפיל מענטשן?!

רבותי געדענקט, בדרך שאדם מודד מודדין לו. אז מיר וועלן אלע לעבן נאך 60-70 יאהר אויף די וועלט, וועלן מיר אלע האבן א טשענס אז א פריוואטע בילד פון אונז (אדער אונזערע ווייבער אדער קינדער) זאל ארויסרינען. מיר ווילן אלע אז עכ"פ אונזערע חברים זאלן זיך צוריקהאלטן פון עס ווייטער שיקן. דו וועסט וועלן אז דיינע חברים זאלן מאכן דעם חשבון אז אפילו "יעדער" שיקט עס עניוועי ארום, וועלן זיי עס נישט שיקן ווייטער, ווייל אפשר וועלן זיי גורם זיין אז אפאר מענטשן וואס וואלטן עס נישט באקומען זאלן עס יא באקומען. דיינע נאנטע חברים וואס געדענקען ווי דו האסט געשיקט יענעמ'ס פריוואטע בילדער און געמאכט דעם חשבון אז יעדער שיקט עס עניוועי, וואספארא חשבון וועלן זיי מאכן וועגן דיר? יעדער שיקט עס עניוועי, הא?

אבער אפילו אן די אייגענע חשבונות. טראכט פשוט פון דעם פאקט. עס איז אמת אז ליידער שיקן אסאך מענטשן ארום פריוואטע בילדער פון אנדערע מענטשן. אבער קיין איין בילד קומט נישט אן צו "יעדעם". דו זיי נישט דער מעגליכער גורם אז עטליכע מענטשן זאלן עס זעהן נאר וועגן דיר. מיר זענען אלע וואוילע מענטשן, מיר זענען זיך מורה היתר צו שיקן אזעלכע בילדער ווייל מיר רעדן זיך איין אז "מיין שיקן וועט נישט מאכן קיין שאדן." אבער אז מ'טראכט אריין זעהט מען אז יעדע עקסטערע מאל וואס מ'שיקט אזא בילד האט מען א גרויסע טשענס יא צו פארשעמען דעם צווייטן.

געדענקט, פונקט ווי איר וואלט יענעם נישט פארשעמט אין פראנט פון אנדערע מענטשן, פארשעם אים נישט דורך שיקן די בילד ווייטער. און געדענק אויך אז מה דעלך סני לחברך לא תעביד!
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סנאר די טרענזישען דור וואס האט די פראבלעם. די קומענדיגע דורת וועט זיי א נארמאלע זאך אז סזאל ארום פארן א פאני בילד פון דיר. סוועט זיין פון יעדן סוועט זיין אויס אינטערסאנט.
אטמאטיש וועט די עקסייטמענט פון שיקן בילדער אויף פאלן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כיהודה ועוד, בפרט ווען ס'איז בילדער פון רעים אהובים המתעלסים באהבים.
פון איין זייט האט מען טענות, פארוואס מעג איך נישט זיצען מיט ווייב במקום פלוני בצורה פלונית? און ווען איינער לאזט זיך שוין יא וואוילגיין שיקט מען ארום בילדער פון אים און איר, עפ"י רוב נגד רצונם.

היינט אליינס האב איך באקומען, אין עטליכע גרופ'ס, א בילד פון יצחק און רבקה וכו'. ס'נישט עטיש.
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סדא די אטאמאטישע ריספאנס מעסעדזשס.
אויב איינער וואלט געקענט פארשרייבן א גוטע reply וואלט איך דאס ציריקגעשקיט יעדס מאל כ'בקאקום א פריוואטע בילד.
אז דער עולם וועט דאס ציריקשיקען פארן די גאנצע גרופ אנשטאט די לאל וועט זיך די שיקער אביסעל שעמען. און טראכטן צוויי מאל פאר ער דריקט שיק.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

שיק א לינק צי די אשכול..
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

א גרויסע ישר כוח [tag]וויליאמסבורגער[/tag]. איך האב שוין באקומען די ארטיקל פון עטליכע וואטסעפפ גרופס. און ב"ה עס איז עושה רושם.
איך האב שוין אויך מקיים געווען [tag]פאריז[/tag]'עס עצה, און געענטפערט מיט א לינק צו די אשכול...
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

עס איז לעצטענס פארגעקומען א געפערליכע געשיכטע אז ס'האט ארויסגעליקט בעדרום בילדער פון א היימישע פרוי, און די בילדער זענען ארומגעפארן אין גאר אסאך היימישע וואטסעפ גרופעס. איך רעד שוין נישט וועגן די פראבלעם פון ראיות אסורות, נאר ווי איז די ביסעל מענטשליכקייט?? ווי אזוי קען א מענטש שיקן אזא בילד פאר אנדערע מענטשן. ער טראכט נישט אפילו איין רגע וואספארא צער ער מאכט פאר דעם מענטש?!!
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

Lately the pictures and video clips going around the WhatsApp groups have gotten very inappropriate. It looks like people don't know what type of pictures are normal and okay to send around and what are just not normal to send around. For instance there's a picture of a certain musician who was very sick and you see him with this tefilin. He looks like he's about to die and somehow people thought it was okay for to send around that picture. Imagine if it were you. Would you like it if your picture went around like that and people sitting in the bathroom looking through whatsapp are checking you out on your death bed?

There are always people out there who do and say things that are inappropriate. They might say something stupid to someone sitting shiva, or they might ask inappropriate personal questions, but it seems that even normal people who wouldn't act this way in the real world somehow on WhatsApp the forward button is just so easy to press that when they get a picture even if they know what's wrong and they wouldn't want their own picture to go around like that, they don't think twice before forwarding it to five groups.

Do you really think it's okay to take a private moment someone thought he had and publicize it to the whole community?

Is it okay for people to ogle at someone's video of their mitzvah tantz, or personal family pictures?

And if you think for one moment that one day this idiocy won't come biting you in the ass you're making a big mistake. One day it'll be you, your daughter, your son, your father, or your mother who will be on display for every 15-year-old bucher, every bored housewife and every yenta in town to look at, think about, debate, and discuss... But then it'll be too late. Because you didn't say anything when they forwarded someone else's picture, someone else's son or daughter, someone else's private life.

Let us try to hold on to the little privacy we have left. Let us be allowed to have a little dignity, a little respect, for the living, and of course for the dead.

C/P
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

און שיק נישט די ווידיאו ווייטער!! וואס וואלסטו געטוהן ווען ס'איז ווען דיין זוהן???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:און שיק נישט די ווידיאו ווייטער!! וואס וואלסטו געטוהן ווען ס'איז ווען דיין זוהן???

אדער פון דיר בימי נעוריך
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:און שיק נישט די ווידיאו ווייטער!! וואס וואלסטו געטוהן ווען ס'איז ווען דיין זוהן???

לאמיר האפן אז דער פאטער האט נישט קיין וואטסעפפ.
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

Regarding the clip about the 2 bachirim: a short while ago there was a public trial here in NY on a college roommate who recorded 2 other roommates having gay sex and posted it online for the public to view, after the victim found out about it he climbed up on top of the George Washington bridge and jumped to his death..... im not sure of the outcome of that case.
What we all should think about before forwarding this clip and enjoying on someones blood and feelings is that who will take responsibility if chas v'shulom something happens to one of these young innocent boys as they wont be able to face anyone????
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

צדיקים האבן אונז מגלה אז יעדע זאך האט עפעס גוטס אין זיך. אולי קען מען זאגן אז וואטסעפ (און איך מיין נישט דווקא וואטסעפ, נאר סאשעל מידיא בכלליות) האלט אפ פון אסאך עבירות. א מענטש דארף היינט זיין גערישט אז וואס ער טיט אדער ווי ער גייט קען ווערן פארשפרייט אין נאו טיים.

עס איז רציחה ממש צו פארשפרייטן שמוץ אויף א צווייטן בפרט ווען ס'איז בין אדם למקום. אבער ליידער זענען דא גענוג רשעים און טיפשים וואס פאר אביסול עטענטשאן וועלן זיי עס טון.

חכמים הזהרו בדבריכם
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

Re: שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

שליחה דורך לעיקוואד »

פארוואס באקום איך נישט די אלע בילדער און קליפס? עפעס פארשטיי איך נישט דא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס באקום איך נישט די אלע בילדער און קליפס? עפעס פארשטיי איך נישט דא.

עס זענען דיינע בילדער וואס פארן ארום.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

Re: שיק נישט דעם בילד ווייטער!!

שליחה דורך לעיקוואד »

נו, זאלן אידען הנאה האבען. אבער פארוואס פארגינען זיי מיר נישט דער תאוות הפירסום?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אפשר האבן זיי מורא אז נאכדעם וואס דו וועסט עס זען וועסטו מיר נישט לאזן עס ארומשיקן.
האדם לא נברא אלא להתענג
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

פון צייט צו צייט דארף מען מעורר זיין
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

עניני דיומא...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערמאנונג!!!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בן אדם האט געשריבן:דערמאנונג!!!

וואו קען מען נעמען די אייער?
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

ש'קויעך מאמענט און אידישע ווינקעל פאר'ן נעמען מיין מערכה א שטאפעל ווייטער
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:שיק נישט דעם בילד ווייטער!!


א גרויסע סגולה אז א בילד אדער סיי וואס זאל ארופ פליען די גאנצע וועלט אין אפאר מינוט איז אוב מען שרייבט צו, שיק נישט ווייטער
פארשפארט